Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
131 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 329 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3919
דינסטאג מאי 28, 2013 7:03 pm#119037
נייעס פון ניו יארק און די טריי סטעיט
בלויז לאקאלע נייעס (נישט וועלטליך)

Former NYPD boss Bernard Kerik released from federal prison, heads home to N.J
דינסטאג מאי 28, 2013 7:19 pm#119043
טריי סטעיט לרבות: ניו דזערסי, קאנעטיקעט, און ניו יארק?
דינסטאג מאי 28, 2013 7:49 pm#119055
איך כאפ נישט וואס איז די נייעס דא, אז ניו יארק האט זיך אויסגעשלאסען פון די טריי סטעט? פארוואס זאלען זיי דאס טון וואז איז די רווח? קאווע ביטע עקספלעין
דינסטאג מאי 28, 2013 8:06 pm#119063
קאווע טרינקער האט געשריבן:טריי סטעיט לרבות: ניו דזערסי, קאנעטיקעט, און ניו יארק?

יא, לרבות: ניו דזערסי, קאנעטיקעט. דאס הייסט "לאקאל"
דינסטאג מאי 28, 2013 8:20 pm#119073
טריי מיינט דריי.
עס איז כולל ניו יארק און חלקים פון ניו דזערסי און קאנעטיקעט.
צו זאגן "ניו יארק און טריי סטעיט" איז אזויווי "נייעס פון לי עוועניו און בארא פארק און וויליאמסבורג"
דינסטאג מאי 28, 2013 8:28 pm#119078
סע בעסעקלי 3 ליידיגגייערס קינות קאאוע און זר האבען נישט וואס צו טון און מרעדט פון טריי סטעט
גוט
דינסטאג מאי 28, 2013 8:45 pm#119085
וואס פארשטייסטע נישט? סיז א אשכול פאר לאקאלע נייעס. נישט אריינלייגן אלעס אין די וועלטליכע נייעס אשכול.

פארוואס צאממישן נאנטע נייעס מיט נייעס פון טעקסעס, טשיינע אדער סינגאפאר?
דינסטאג מאי 28, 2013 10:49 pm#119107
יוסף הייען וויל לויפן קעגן דוד גרינפעלד

m http://politicker.com/2013/05/republica ... reenfield/ m
מיטוואך מאי 29, 2013 6:27 pm#119403
א בער האט זיך היינט ארומגעדרייט אין קרית יואל
מיטוואך מאי 29, 2013 6:28 pm#119404
מ גפני האט געשריבן:א בער האט זיך היינט ארומגעדרייט אין קרית יואל

יויו כ'האב מורא, ווי?
מיטוואך מאי 29, 2013 7:43 pm#119430
די פאליציי האט היינט געמאלדן, אז נאך לעב טעסטס איז באשטעטיגט געווארן, אז א בריוו וואס איז פארגאנגענע וואך אנגעומען אדרעסירט צום אונטער-געשעצטן מעיאר בלומבערג, איז געווען אנגעפיקעוועט מיט די געפערליכע רייסין סם. די בריוו האט אויך אנטהאלטן א סטראשע אין צוזאמענהאנג מיט גאן קאנטראל געזעצן.
----
פאליציי קאממישאנער, רעי קעלי, האט געזאגט אז ער איז באזארגט אז די לעצטיגע טעראר אקציעס אין באסטאן און לאנדאן, און די פובליסטי וואס די רוצחים האבן באקומען נאכדעם, קען ח"ו מוטיגן טעראריסטן ווייטער אויסצופירן זייערע בייזוויליגע טעראריסטישע פלענער.
סדא א חילוק צווישן א גרויסע און א קליינע אטאקע, האט ער צוגעגעבן, א גרויסע קען פאראורזאכן א קאטאסטראפע, אבער איז גרינגער צו געכאפט ווערן איידער עס ווערט אויסגעפירט. מצד השני, א קלענערע אטאקע - ווי די אין לאנדאן/באסטאן - איז טאקע קליין, אבער איז זייער שוווער צו געוואויר ווערן פון פאראויס
מיטוואך מאי 29, 2013 7:59 pm#119435
א גאז אויפרייס היינט, האט איבערגאלזט א הויז אין קווינס, מיט א האלבע דאך אראפ און די ווענט צופליקט. זעה בילד
מיטוואך מאי 29, 2013 8:45 pm#119442
א פחד!
שקויעך שלשלת פארן כסדר ברענגען בילדער וועלכע רעדט מער פון 500 ווערטער.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:40 am#119528
Changes Coming To NYC's Muni Meters

פרייטאג מאי 31, 2013 4:55 am#119884
נאך א בילד פון די - אויבן דערמאנטע - גאז אויפרייס אין א קווינסער הויז
פרייטאג מאי 31, 2013 5:10 am#119885
די קאר פון א עף. בי. איי. אגענט פון קווינס, וואס איז נעכטן גע'גנבט געווארן פארנט פון זיין הויז, צוזאמען מיט א רייפל דערין, איז אפגעפינען געווארן. די בולעט פרוף וועסטל און די גאן איז נאך געלעגן אין די קאר אומבארירט.
דער זעלבער אגענט האט פאריאר באמערקט דריי חברה אינמיטן פראבירן צו גנב'ען זיין קאר, און האט געשאסן איינעם פון זיי.
פרייטאג מאי 31, 2013 5:24 am#119886
אמאל קומט א אומ-געפילטערטע סמארט-פאון אויך צונוץ.

א גרופע פון זעקס צרה-לייט האבן ארום גענומען א זעכצן יעריג אינגל אין בראנקס, און איהם געהייסן ער זאל אויסליידיגן זיינע טאשן. צווישן זיינע חפצים האט ער געהאט א סעלפאן, וואס איז בליץ-שנעל געווארן די אייגענטום, פון איינע פון די רויבער.

באקומענדיג אזא כלי חנם אין כסף, האט דער גנב פאטאגראפירט זיין טונקל-הויטיגע פרצוף דערמיט. וואס ער האט נישט געוואוסט, אז דער טעלעפאן איז געווען אזוי אנגעשטעלט אז יעדע בילד וואס ווערט געכאפט ווערט אויטאמאטיש אפ-לאודעד צום אייגענטימערס אימעיל אקאונט.

עס האט נישט גענומען צו לאנג, פון ווען די טעלעפאן אייגענטימער האט באקומען די בילד אין זיין אימעיל, ביז די פאליציי האט צוגעטעשפעט קייטלען ארום די פארברעכערס האנט.
פרייטאג מאי 31, 2013 7:29 am#119895
וואס האט דאס מיט א פילטער צו טוהן? וויפיל איך ווייס בלאקט נישט א פילטער די זאכן.

עניוועיס שכח פאר די נייעס.
פרייטאג מאי 31, 2013 10:24 am#119910
נעכטן לייען איך אז עטליכע טרעפיק-לייטס אין ברוקלין האבן באהאלטענע קעמרעס וועלכע כאפן אויף די EZPASS אינפארמאציע פון יעדע קאר וואס פארט אדורך, די שטאט איז נישט מגלה פארוואס זיי ווילן דאס, אבער עס איז פשוט כדי צו שפיאנירן, עס זאל בלייבן אין רעקארד יעדע קאר ווען און וואו עס איז געפארן.

פארשטייט זיך אז די פרייוועסי אדוואקאטן זענען מתנגד דערצו, אבער מען קען רעדן צום דופן.

"נעמט א בייק, אויב גלייכט איר נישט אז אייער אי.זי. פעסס אינפארמאציע ווערט רעקארדירט" - שרייט בלומבערג - "מיר וועלן צוביסלעך אויסראטן יעדע קאר פון ברוקלין, מיט יעדע טעראר מיטל וואס שייך, אפגעזעהן צי איר פארט שטייט, אדער שנעל, אדער אפילו בלויז געפארקט". (די לעצטע פאראגראף איז נישט ערנסט)
פרייטאג מאי 31, 2013 11:18 am#119930
שמעקעדיג האט געשריבן:"נעמט א בייק, אויב גלייכט איר נישט אז אייער אי.זי. פעסס אינפארמאציע ווערט רעקארדירט" - שרייט בלומבערג - "מיר וועלן צוביסלעך אויסראטן יעדע קאר פון ברוקלין, מיט יעדע טעראר מיטל וואס שייך, אפגעזעהן צי איר פארט שטייט, אדער שנעל, אדער אפילו בלויז געפארקט". (די לעצטע פאראגראף איז נישט ערנסט)

שוין איינמאל ערנסט. "איך שאץ" אז נאך די בייק לעינס און בייק סטאנציעס, וועט בלומבערג אינסטאלירן ספעציעלע לעינס און אפשטעל סטאנציעס פאר מענטשן וואס פירן הינטן. כווייס נישט צו ער טוט דאס אלץ אויסצורייסן יעדע זכר פון אן אויטאמאביל, אדער ער זארגט זיך פאר הינטן אלס מצא מין את מינו
פרייטאג מאי 31, 2013 12:43 pm#119966
Truxton, NY - Even seasoned firefighters said they couldn’t believe what they saw when they responded to a crash that killed seven people in upstate New York:

A trailer hauling crushed cars broke free of the big rig that was pulling it, slashed across a rural, two-lane road and slammed into a mini-van whose driver tried desperately to avoid the runaway rig.

Four children, ages 4 through 7, and three adults died in the crash Wednesday night in Truxton, about 25 miles south of Syracuse. Another adult was hospitalized in good condition. Police are investigating the cause of the crash.
פרייטאג מאי 31, 2013 4:06 pm#120032
סיבראו קלינער'ס אין ב"פ - לעצטע טאג
היינט איז די לעצטע טאג וואס די "סיבראו קלינערס", 13/44 אין בארא פארק איז אפען.
א באנק גייט איבערנעמען דאס פלאץ, צוליב דעם וואס דער קלינערס אייגענטומער האט נישט געקענט זיך פארמעסטן מיט די רענט פארגעשלאגן דורך די באנק קא.
אזוי אויך, איז דער מעילאינג געשפעט - אין דעם זעלבען בנין - געהערט פאר א בעלזא יונגערמאן, ארויס פון ביזנעס.
דינסטאג יוני 04, 2013 2:23 am#121156
א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן

Fire1.jpg
Fire1.jpg (46.24 KiB) געזען געווארן 8085 מאל
דינסטאג יוני 04, 2013 2:53 am#121167
שמעקעדיג האט געשריבן:נעכטן לייען איך אז עטליכע טרעפיק-לייטס אין ברוקלין האבן באהאלטענע קעמרעס וועלכע כאפן אויף די EZPASS אינפארמאציע פון יעדע קאר וואס פארט אדורך, די שטאט איז נישט מגלה פארוואס זיי ווילן דאס, אבער עס איז פשוט כדי צו שפיאנירן, עס זאל בלייבן אין רעקארד יעדע קאר ווען און וואו עס איז געפארן.

פארשטייט זיך אז די פרייוועסי אדוואקאטן זענען מתנגד דערצו, אבער מען קען רעדן צום דופן.

"נעמט א בייק, אויב גלייכט איר נישט אז אייער אי.זי. פעסס אינפארמאציע ווערט רעקארדירט" - שרייט בלומבערג - "מיר וועלן צוביסלעך אויסראטן יעדע קאר פון ברוקלין, מיט יעדע טעראר מיטל וואס שייך, אפגעזעהן צי איר פארט שטייט, אדער שנעל, אדער אפילו בלויז געפארקט". (די לעצטע פאראגראף איז נישט ערנסט)

E-Z pass אדער License plate? אויב איז עס נאר די איזי פעסס דאן איז דא א פשוטע וועג ארויס (פאר די וואס די עצה פון א בייק ארבעט נישט, כמובן), נישט ארויסלייגן די איזיפעסס נאר בשעת'ן צאלן טאל.
מאנטאג יוני 10, 2013 4:14 pm#123701
זר זהב האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא

זאגט מיר יעצט איינער אז מ'האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט!
מאנטאג יוני 10, 2013 4:19 pm#123704
זר זהב האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא

זאגט מיר יעצט איינער אז מ'האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט!

יענער האט דיר עס אויך געזאגט...?
דינסטאג יוני 11, 2013 4:50 am#123871
דינסטאג יוני 11, 2013 9:18 am#123882
א דרייסיג יעריגער דרייווער איז היינט פארטאגס, בערך 4:25, גע'הרג'עט געווארן אין די וויליאמסבורג געגענט, נאכדעם ווי זיין קאר האט אריינגעשמעטערט אין א בוים, אויף העוועמייער ביי סאוט 5. ער איז אפגעפירט געווארן אין וואודהאל שפיטאל ווי ער איז געשטארבן.
מיטוואך יוני 12, 2013 12:29 am#124213
א פרוי איז היינט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, אין א ערנסטע צושטאנד, נאכדעם וואס א גרויסע צווייג האט זיך אפגעבראכן פון א בוים אין סענטרעל פארק, ווי זי האט געהאלטן אינמיטן שפאצירן מיט איר מאן, און געטראסקעט אויף איר קאפ.
מיטוואך יוני 12, 2013 1:20 am#124235
א ליווערי קעב דרייווער אין די בראנקס האט געליטן א הארץ אטאקע אינמיטן פירן פאסאזשירן , ער האט אריינגעקראכט אין א דאנקין געשעפט און געשטארבן

m http://newyork.cbslocal.com/2013/06/11/ ... the-bronx/ m
מיטוואך יוני 12, 2013 11:17 am#124314
שלשלת האט געשריבן:ער איז אפגעפירט געווארן אין וואודהאל שפיטאל ווי ער איז געשטארבן.

ווער דען נישט?
מיטוואך יוני 12, 2013 4:07 pm#124404
וואטש לייוו וויזוי מ'ראטעוועט 2 ווינדאו וואשערס פון די 46 שטאק אין מאנהעטטן בילדינג. קומט פאר יעצט.

m http://abclocal.go.com/wabc/live m
מיטוואך יוני 12, 2013 4:23 pm#124408
שוין געראטוועט ביידע.
זונטאג יוני 16, 2013 11:16 am#125191
A New York City emergency dispatcher is being hailed for spending nearly eight hours on the phone with a woman who had suffered a stroke while rescuers tried to pinpoint the woman’s location.

The New York Post reports dispatcher Joann Hilman-Payne took the call around 1 p.m. Monday and kept the line open until medics found the woman around 8:30 p.m.
The Post reports Hilman-Payne’s efforts are detailed in a letter from a dispatch captain seeking recognition for Hilman-Payne and her colleagues.
The call was eventually traced to a Manhattan apartment where the woman was working as a housekeeper. She remains hospitalized.
מיטוואך יוני 19, 2013 11:25 am#126237
דער פארשטארבענער געוועזענער ניו יארק מעיאר, עד קאטש, איז פריש ערשינען היינט אין די נייעס.
עס שטעלט זיך ארויס, אז די ענגרעיווער פון זיין מצבה, האט געמאכט א פארדריסליכע טעות, ביים קריצן זיין געבורט-טאג, און אנשטאט די יאר 1924 שטייט איינגעקריצט אויף זיין שטיין 1942.
די גאנצע מצבה מיט איר פולע נוסח וואס איז געשריבן געווארן דורך קאטש זעלבסט, איז שוין געשטאנען במקום קבורתו עטליכע יאר איידער ער איז געשטארבן. עס האט בלויז געפעלט איין שורה, ווי עס האט געזאלט אריינגעקירצט ווערן די דאטוסם פון זיין געבורט און פון זיין יום המיתה.... און דאן איז געשען די פאנטשער.
די קאמפאני האט זיך אנטשולדיגט פאר די טעות, און האט זיך אונטערגענומען עס צו פאררעכטן בקרוב ממש.

koch.jpg
koch.jpg (39.77 KiB) געזען געווארן 1894 מאל
מיטוואך יוני 19, 2013 11:25 am#126238
אין א צווייטע נייעס פון בית הקברות ארויס, איז א קאר אין בראנקס אריינגעפארן אין א ליידיגע פריש אויפגעגרובענע קבר. די 35'יעריגע פרוי-דרייווער האט פראבירט צו טענה'ן אז זי האט געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינדרייען צו א דרייוו-וועי, האט זי אריינגעפירט די קאר אינעם לאך. מען האט אבער נישט געדארפט זיין צו א גרויסע מומחה צו אנערקענען תיכף, אז די אורזאך פונעם עקסידענט איז פשוט און פראסט, אז זי האט האט געדרייווט די קאר, אונטער א שטארקע אלקאהאל איינפלוס. ארויסקומענדיגע פונעם אויטא האט זי ניטאמאל געקענט שטיין געהעריג אויף די פוס מחמת שיכרות. איר אלקאהאל מאס איז געווען מער ווי דריי מאל אזויפיל ווי דער ערלויבטער מאס.
-------
די פאריגע צוויי תגובות האט שלשלת געשריבן אין אן אומריכטיגן אשכול, און איך האב עס בלויז דא איבערגעלייגט
מיטוואך יוני 19, 2013 1:26 pm#126274
א אידישער ביליאנער וויל אפקויפן דעם עמפייער סטעיט בילדינג פאר 2 ביליאן דאלער
דאנערשטאג יוני 20, 2013 7:37 pm#126782
1
פרייטאג יוני 21, 2013 3:04 pm#127105
שוין ווידער כמעט א קאטאטראפע

מאנטאג יוני 24, 2013 12:01 pm#127451
פייער טראק עקסידענט אין וויליאמסבורג

fe.jpg
fe.jpg (21.78 KiB) געזען געווארן 1773 מאל
מאנטאג יוני 24, 2013 12:23 pm#127453
fer.jpg
fer.jpg (71.18 KiB) געזען געווארן 1753 מאל
מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm#127455
firee.jpg
firee.jpg (93.48 KiB) געזען געווארן 1751 מאל
מאנטאג יוני 24, 2013 2:59 pm#127474
מאנטאג יוני 24, 2013 7:55 pm#127524
מאיר_וואלף האט געשריבן:1

איך האב שוין לאנג געזאגט אז מען טאר אים נישט געבען פויבליסיטי, איך האב שוין ביים פראטעסט מורה געהאט פאר דעם...
וואס איז די מעשה דארט?
דינסטאג יוני 25, 2013 7:34 am#127647
מ'האט אים צוגענומען זיין קינד, און ער פראבירט אויף אלע פראנטן.
דינסטאג יוני 25, 2013 5:05 pm#127898
מאיר_וואלף האט געשריבן:2

ווער פרינט/טייפט אים די צעטליך? אזוי אויך , איינער ווייסט עפעס מער איבער אים? זיין ביאגרעפי? ווער סשטייט מיט מיט אים וכדו׳?
דינסטאג יוני 25, 2013 5:07 pm#127899
לויט די אדרעסס אויף זיין לעדער העד באלאנגט עס נישט אינעם טריי סטעיט נייעס אשכול
דינסטאג יוני 25, 2013 5:08 pm#127900
שלשלת האט געשריבן:לויט די אדרעסס אויף זיין לעדער העד באלאנגט עס נישט אינעם טריי סטעיט נייעס אשכול

ווי דען? אין Jewland?
דינסטאג יוני 25, 2013 5:10 pm#127903
פארוואס נישט? ארענדזש קאונטי איז אין די טריי סטעיט ניו יארק מעטרא

איינער האקט
דינסטאג יוני 25, 2013 5:26 pm#127906
דער ט"ב איז נעבעך אביסל נישט מיט אלעמען ל"ע. אבער ער קומט פון טייערע טאטע און מאמע וואס דאס הארץ בלוטיגט זיי נעבעך. עס וואלט געווען בעסער אז מען רעדט ווייניגער פון אים. דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל האבן א רפואה שלמה.