זונטאג יוני 08, 2014 11:29 pm#204921
זעט אויס אז דער מוהר״ן האט נישט פארשטאנען דעם carbon cycle אדער mass extinctions. ואם בארזים נפלו שלהבת...
ברסלבער האט געשריבן:פַּעַם אַחַת דִּבַּרְנוּ עִמּוֹ וְגִלָּה לָנוּ שֶׁיֵּשׁ מוֹפֵת עַל חִדּוּשׁ הָעוֹלָם, כִּי אִם לא כֵן חַס וְשָׁלוֹם הֵיכָן הָיָה מָקוֹם לְהַחֲזִיק אֶת כָּל בָּאֵי עוֹלָם. כִּי זֶה רוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁבְּכָל פַּעַם נִתְרַבִּין בְּנֵי אָדָם, כִּי מֵאָדָם אֶחָד יוֹצְאִין דּוֹרֵי דּוֹרוֹת אֲלָפִים וְרִבְבוֹת נְפָשׁוֹת, וְכֵן מִכָּל אֶחָד וְאֶחָד. וְאִם כֵּן [רְצוֹנוֹ לוֹמַר אִם הָעוֹלָם קַדְמוֹן וּבְלִי גְּבוּל וּזְמַן חַס וְשָׁלוֹם, כְּדַעַת הַכּוֹפְרִים יִמַּח שְׁמָם] כְּבָר הָיָה רָאוּי שֶׁיִּתְמַלֵּא כָּל הָעוֹלָם וְלא הָיָה מָקוֹם הָעוֹלָם שֶׁהוּא בְּמִדָּה וּגְבוּל יָכוֹל לְהַחֲזִיק מֵאַחַר שֶׁמִּתְרַבִּין בְּכָל פַּעַם מְאד.
שׁוּב פַּעַם אַחַת גִּלָּה מוֹפֵת שֵׁנִי מִן הַמֵּתִים, כִּי כְּשֶׁאֶחָד מֵת וְקוֹבְרִין אוֹתוֹ בָּאָרֶץ, וְנִתְרַבֶּה עַל כָּל פָּנִים מַשֶּׁהוּ עַל הָאָרֶץ. וַאֲפִילּוּ אַחַר שֶׁנִּרְקָב וְנַעֲשֶׂה מִמֶּנּוּ תַּרְוַד רָקָב, עַל כָּל פָּנִים נִתּוֹסֵף מְעַט עַל הָאָרֶץ וְעַל הֶעָפָר,
ונבנתה העיר האט געשריבן:דר"א, יו"ט האב איך געזעהן אין ספר החקירה פונעם צמח צדק צוויי געשמאקע טענות קעגן די מאמיני הקדמות [אז עולם כמנהגו נוהג פון אלעמאהל און עס איז קיינמאהל נישט באשאפן געווארן - דאכציך אז קיינער האלט שוין היינט נישט אזוי].
יעדע זכר ונקבה האבן - אין עוורידש - מער ווי צוויי קינדער, קומט אויס אז יעדע דור איז גרעסער פונעם פריער'דיגן, אויב אזוי אז מען וועט ארויפקריכן די דורות אויף צוריק וועט מען דארפן אנקומען צו איין מענטש, איז ווער האט איהם באשאפן?
ועוד, אויב יעדע דור ווערט גרעסער און די וועלט שטייט שוין בלי גבול צייט, איז אפי' נאך אלע מלחמות ומגפות וכו', וואלט געדארפט זיין אין סוף מענטשן אויף די וועלט, נישט איין ביליאן [בימיו]?
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב שטייט שוין די וועלט מעולם - פון אינפיניטי, קומט אויס אז עס וואלטן געדארפט אדורכגיין אין סוף געשעהנישן כדי מיר זאלן דערגרייכן די יעצטיגע מינוט.
אזוי ווי עס איז אומעגליך אז עס זאלן האבן פאסירט אין סוף מקרים, ווייל דעטס דע טינג אבאוט אין סוף: עס איז אין סוף - אינפיניט, און צו די יעצטיגע מאמענט האבן מיר יא דערגרייכט, ע"כ האט זיך די וועלט ערגעצוואו אנגעהויבן.
טאמבל סאס האט געשריבן: אבער איינמאל ס'שטייט אויף הינערישע פיס, ווייל ס'זענען דא ערנסטע צווייפלען אין די ווארהייט דערפון, קומען אריין די פיליזאפישע חשבונות און העלפן איינווארפן דאס איבריגע דוחק'דיגע איבערבלייבענישן וואס איז נאך געבליבן פונעם געביידע. צבש. די אלע הינערישע תירוצים צו פארענטפערן עוועלוציע למשל. אדער אפצוווארפן פינקלשטיינ'ס קארבאן דעיטינג מעטאדע. און די חורבן איז....
יידל האט געשריבן:יאיר, אבסודר איז א גאנץ פיינער מחותן מיט פיזיקס אן אין-סופיות (זע ערך קוואנטום פיזיקס). די מולטיווערס טעאריע לכאורה איז א תירוץ אויף ונבנתה'ס קושיא. ווייל אין איין עולם איז טאקע נישט שייך אין-סוף געשעענישן, אבער פארוואס זאל עס נישט זיין שייך אין אין-סוף עולמות? לפי זה, אונזער עולם גופא איז נישט קדמון, אבער דער מולטיווערס איז יא.
ונבנתה העיר האט געשריבן:אויב שטייט שוין די וועלט מעולם - פון אינפיניטי, קומט אויס אז עס וואלטן געדארפט אדורכגיין אין סוף געשעהנישן כדי מיר זאלן דערגרייכן די יעצטיגע מינוט.
אזוי ווי עס איז אומעגליך אז עס זאלן האבן פאסירט אין סוף מקרים, ווייל דעטס דע טינג אבאוט אין סוף: עס איז אין סוף - אינפיניט, און צו די יעצטיגע מאמענט האבן מיר יא דערגרייכט, ע"כ האט זיך די וועלט ערגעצוואו אנגעהויבן.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איינער זאל מיר טון א גוטפעליגקייט (קרעדיט בןנריהו) און מיר ערקלערן פארוואס איז נישט מעגליך אין סוף מקרים, ישר כח,
געפילטע פיש האט געשריבן:ברסלבער האט געשריבן:
שׁוּב פַּעַם אַחַת גִּלָּה מוֹפֵת שֵׁנִי מִן הַמֵּתִים, כִּי כְּשֶׁאֶחָד מֵת וְקוֹבְרִין אוֹתוֹ בָּאָרֶץ, וְנִתְרַבֶּה עַל כָּל פָּנִים מַשֶּׁהוּ עַל הָאָרֶץ. וַאֲפִילּוּ אַחַר שֶׁנִּרְקָב וְנַעֲשֶׂה מִמֶּנּוּ תַּרְוַד רָקָב, עַל כָּל פָּנִים נִתּוֹסֵף מְעַט עַל הָאָרֶץ וְעַל הֶעָפָר,
וראייתו השנית מגוחך, שאין בנ"א נולדים ונתגדלים מאין, כי הלחם אשר הוא אוכל נפחת מן האדמה, וכשישיב לאדמתו, פורע הוא חובתו לעולמו.
לעיקוואד האט געשריבן:דאס האט צוטוהן מיט דעם ? http://en.wikipedia.org/wiki/Conservation_of_mass
אנטשולדיג איך פרעג עמאראציש..
וועט ר' נחמן בלייבען אפגעפרעגט, שוין.
ונבנתה העיר האט געשריבן:זעהסטו, פאר אזאלכע טענות קומט טאקע צוניץ אז מען רעדט פון א"ס מקרים.
עס איז אוממעגליך אז 'עס זאל שוין האבן' אדרוכגעגאנגען א"ס מקרים, מסכים?
ונבנתה העיר האט געשריבן:זעהסטו, פאר אזאלכע טענות קומט טאקע צוניץ אז מען רעדט פון א"ס מקרים.
עס איז אוממעגליך אז 'עס זאל שוין האבן' אדרוכגעגאנגען א"ס מקרים, מסכים?
יאיר האט געשריבן:איך האב איבערגעטראכט די דעבאטע דא און איך בין געווארן דיזי, האב איך געקלערט לאמיר אנהויבן פון אנהויב.
ס'איז אמאל געווען פאפולער א שיטה אז אונזער וועלטל, דער ערד די שטערנס און פלאנעטטן, האבן אלעמאל עקזיסטירט. דהיינו, די וועלט האט עקזיסטירט פאר אן אינסוף סכום פון צייט (אזוי צו זאגן).
קומט יעצט החכם אלגאזאלי און טענה'ט אזוי:
א) אויב עפעס עקזיסטירט אין אין סופית, באדייט דאס אז עס ענדיגט זיך קיינמאל נישט און מען גרייכט קיינמאל נישט דעם סוף פון דער עקזיסטענץ פון דעם זאך, ווייל אויב מען איז אנגעקומען ערגעץ איז מען דאך אנגעקומען צו א סוף, נישט צו אן אין סוף. (עס זענען אפשר פארהאן גאר גאר אסאך געשעענישן וואס זעען אויס פאר אונז ממש אין סוף, אבער פאקטיש איז עס דערווייל נישט באמת ענדלאז און עס וועט קיינמאל נישט אנקומען אהין, ודוק).
ב) דער עקזיסטענץ פון דער וועלט ביז אהער האט א באשטימטע סוף. ווען מיר נעמען דעם חלק וועלט וואס האט עקזיסטירט ביז היינט איז נעכטן דער לעצטער טאג פון איר עקזיסטענץ.
ג) אויב אזוי, מוז זיין אז די עקזיסטענץ פון דער וועלט ביז היינט טאיז נישט אין סופית. אין אנדערע ווערטער, דער וועלט האט נישט אייביג עקזיסטירט.
לאמיר זען אויב דער עולם שטימט מיט ביז אהער.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:פארוואס איז נעכטן די לעצטע טאג? עס גייט דאך נאך ווייטער אן ניין?
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ועוד איז דאס מוכרח אז וואס עס האט נישט קיין תחילה האט נישט קיין סוף?
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ונבנתה העיר האט געשריבן:זעהסטו, פאר אזאלכע טענות קומט טאקע צוניץ אז מען רעדט פון א"ס מקרים.
עס איז אוממעגליך אז 'עס זאל שוין האבן' אדרוכגעגאנגען א"ס מקרים, מסכים?
מיר זענען א חלק פון דעם אין סוף, טאקע ווייל עס גייט ווייטער נאך אונז איז א אין סוף,
קוק אויף די גאנצע מציאות פון זמן ווי א אין סוף'דיגע שטיק אן קיין עקן אין מיר זענען ערגעץ און דעם שטיק,
יידל האט געשריבן:יאיר, אבסודר איז א גאנץ פיינער מחותן מיט פיזיקס אן אין-סופיות (זע ערך קוואנטום פיזיקס). די מולטיווערס טעאריע לכאורה איז א תירוץ אויף ונבנתה'ס קושיא. ווייל אין איין עולם איז טאקע נישט שייך אין-סוף געשעענישן, אבער פארוואס זאל עס נישט זיין שייך אין אין-סוף עולמות? לפי זה, אונזער עולם גופא איז נישט קדמון, אבער דער מולטיווערס איז יא.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך זעה עס איז פשוט שווער פאר מיין מוגבל'דיגע שכל זיך צו ספראווען מיט אין סופדיגע מושגים,
איך מיין איך פארשטיי שוין @ונבנתה'ס טענה, און קורצן, אויב די אנהייב פון זמן געפונט זיך אין סוף ווייט פון אונז האט נאכנישט געקענט דורכגיין גענוג זמן עס זאל אונז דעגרייכען, אויב מיר זענען יא באקאנט מיט א מושג פון זמן איז אבסורד צו זאגן אז עס איז א קדמון,
דער חובת הלבבות האט געשריבן:ובירור ההקדמה השניה
הוא על הדרך הזה, שכל מה שיש לו תכלה [=סוף] יש לו תחילה. כי כבר נתברר שכל מה שאין לו תחילה אין לו תכלה, מפני שאי אפשר להגיע בדבר שאין לו תחילה אל גבול שיעמוד האדם אצלו.
ומה שנמצא לו אחרית, נדע כי היה לו ראשון אין ראשון לפניו, ותחילה שאין לו תחילה. וכל אשר נעמוד על תכלית מההתחלות הנמצאות בעולם, נדע כי היה להם ראשון אין ראשון לפניו, ותחלה שאין לה תחלה. כי אין התחלות מבלי תכלית לתחילתם.
ועוד: מן הידוע, כי כל מה שיש לו חלק - יש לו כל, כי אין הכל כי אם כלל חלקיו.
ולא יתכן להיות חלק למה שאין לו תכלית, כי גדר החלק אינו כי אם שיעור נפרד משיעור, כי שיעור הקטן סופר את הגדול, כאשר זכר אוקלידס בתחילת המאמר החמישי מספר השיעור.
ואם נעלה במחשבתנו דבר שאין לו תכלית בפועל, ונפריש ממנו קצתו, יהיה הנשאר פחות ממה שהיה קודם מבלי ספק. ואם יהיה השאר מאין תכלית, יהיה דבר שאין לו תכלית גדול מדבר שאין לו תכלית, והוא מה שאי אפשר.
ואם יהיה לשאר תכלית, אם נוסיף עליו החלק המופרש ממנו והוא יש לו תכלית, יהיה הכל דבר שיש לו תכלית. וכבר היה בתחילת דברינו מאין תכלית. ואם כן יהיה בתכלית ומאין תכלית, וזה הפך שאי אפשר להיות.
ולא יתכן להפריש ממה שאין לו תכלית חלק, כי כל מה שיש לו חלק יש לו תכלית מבלי ספק, וכשנחלק ממה שיצא אל גדר ההוויה בעולם מן האישים מימי נח עד ימי משה עליו השלום במחשבתנו, יהיה חלק מכל אישי העולם והוא מגיע עד תכלית. אם כן הכל הוא מגיע אל תכלית מספר.
וכיון שכל העולם הזה מגיע עד תכלית, צריך שיהיו תחילותיו מגיעות עד תכלית מספר. והדין נותן שיהיה לעולם הזה ראשון אין ראשון לפניו, וצריך בעבור זה להגיע התחלות בראשיתם כאשר הקדמנו.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אבל יש לעיין לפי די שיטה אז זמן איז א מציאות וואס מיר ריקן זיך דורך, און בעצם עקזיסטירט עבר און הוה , לויט דעם וואלט מען יא געדארפט פארשטיין א אין סופדיגע מושג פון זמן, אזויווי מען פארשטייט א אין סוף'דיגע שטח,
גראדעמעכעלע האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יאיר, אבסודר איז א גאנץ פיינער מחותן מיט פיזיקס אן אין-סופיות (זע ערך קוואנטום פיזיקס). די מולטיווערס טעאריע לכאורה איז א תירוץ אויף ונבנתה'ס קושיא. ווייל אין איין עולם איז טאקע נישט שייך אין-סוף געשעענישן, אבער פארוואס זאל עס נישט זיין שייך אין אין-סוף עולמות? לפי זה, אונזער עולם גופא איז נישט קדמון, אבער דער מולטיווערס איז יא.
איך זעה נישט אז די מולטיווערס טעאריע זאל העלפן עס האט דעם זעלבן פראבלעם אז עס קען נישט זיין א קייט פון יוניווערס'ס גענוג לאנג אנצופילן דעם אין סופדיגען זמן,
יידל האט געשריבן:יאיר און גראדמעכעלע, לויט ווי ענק לייגן עס אראפ איז זמן מיט אין סוף פשוט א סתירה. אבער דאס איז נאר א סתירה וויבאלד זמן איז עפעס וואס מיר אבזערווירן און עקספיריענסן. איך זע אבער נישט וויאזוי זמן איז אנדערש ווי דער עצם קאנצעפט פון אין-סופיות. אין אנדערע ווערטער, דאס אליינס אז עס איז פארהאן עקזיסטענץ אויף דער וועלט דארף לויט ענקערע טענות זיין א סתירה מיט אין-סופיות.
יידל האט געשריבן: איך זע אבער נישט וויאזוי זמן איז אנדערש ווי דער עצם קאנצעפט פון אין-סופיות.
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקטלעך וואס די האטעל העלפט ארויס, מען זעט נאר אז אין אין סוף קען מען אריינלייגן וויפיל עס גייט, אבער לאמיר טראכטן פארקערט אויב זאגט מען פאר אלע אורחים צי גיין ביז די לעצטע צימער וועט עס אמאל זיין פיל ביז די טיר? לכאו' ניין ווייל וויפיל אורחים די וועסט לייגן וועט עס נישט זיין גענוג אנציפילן דעם אין סוף ביז די טיר, דע זעלבע לגבי די מולטיווערס וויפיל יוניווערס'ן די וועסט האבן איז עס נישט גענוג אנציפילן דעם מרחק פונעם אין סוףדיגען זמן ביז יעצט,
יידל האקט,
יאיר האט געשריבן:יידל האט געשריבן: איך זע אבער נישט וויאזוי זמן איז אנדערש ווי דער עצם קאנצעפט פון אין-סופיות.
לא הבנתי.
יאיר האט געשריבן:לאמיר קלאר מאכן דא איין נקודה. ביז איינשטיין האבן אלע שאלות ארום קדמות העולם זיך געוואנדן איבער דעם אין סוף פון זמן. וויפיל צייט עקזיסטירט די וועלט? האט עס עקזיסטירט אין סוף פון צייט אדער נישט?
נאך איינשטיין, ווען עס איז נתגלה געווארן אז זמן איז נישט מער ווי נאך א סוביעקטיווע שפילעכל אין די בריאה, ובפרט נאכדעם וואס מיר ווייסן סייווי אז די אוניווערס וואס מיר קענען איז באשאפן געווארן ביים ביג בענג, נעמט די שאלה פון קדמות העולם אן א נייע הבנה, און מען וויל וויסן אויב די גאנצע עקזיסטענץ איז אן אין סוף'דיגע קייט אין וועלכן אונזער אוניווערס מיט דעם בריאה פון זמן וכו' איז בסך הכל איין טייל.
די יעצטיגע שאלה פארשטיי איך נאכנישט פונקטליך, ווייל די איינציגע אוניווערס וואס איך קען איז אונזערער. מצדי וואלט איך געזאגט אז אלע אונזערע חוקי הלוגיקה מיט וואס מיר באנוצן זיך צו טענה'ן אין דעם שמועס זענען בכלל נישט גילטיג אינדרויסן פון אונזער אוניווערס.