Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » קאווע שטיבל • די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

קאווע שטיבל • די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
129 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 229 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3954
זונטאג יוני 02, 2013 8:25 pm#120555
די פרייהייט פון טראכטן און פארשטיין - ביאָנד אונזער פארשטאנד
מחשבות אויסטויש מיט א קאלעגע ניק.

ט"ס - וואס הערטצעך. אזוי ווי כ'האב דיר שוין געזאגט . איך ווער גאר נתפעל פון דיין עמקות המחשבה. ווען קומסטו אויף דערמיט? איז דאס אייגנס? ווילאנג קען דיר דויערן אזאנס?

פריינט - שקויעך פארן קאמפלימענט :)

דער קורצער ענטפער אויף דיין פראגע איז: איך ווייס נישט. דער לענגערער ענטפער איז: איך לייען, הער, שמועס, און טראכט. עס קומען געדאנקען אריין אין קאפ. ווען איך פיל אז איך האב עפעס א פאינט - א שטיקל דבר השלם פאר א נקודה - שרייב איך עס אראפ.

עס האט נישט קיין באשטימטע צייט ווילאנג עס געדויערט. אמאל קומט אריין א בליץ אומגעראכטן און אומגעבעטן. אמאל איז עס פארקערט: איך האב א פאינט וואס איך וויל ארויסברענגען. דעמאלט דארף איך טראכטן וויאזוי עס ארויסצוברענגען. איינמאל עפעס א דרעפט איז אויסגעקאכט אין קאפ, זעצט מען זיך שרייבן...

ט"ס - אינטרעסאנט.. איך האב ארויסגעפרינט אלע דיינע ארטיקלעך אויף פאפיר, און ארומגעגעבן פאר חבירים אויך.
ווי אויך רעקאמענדיר איך פאר נייע לייענער וועלכע זענען אינטרעסירט צו טראכטן. צו א קוק טאן קודם אויף דיינע סחורה.

פריינט - איך האב הנאה. עס מאכט פילן ווייניגער עלנד. אויב קריכט מען אין מדבר, וואו ווייניג מענטשן דרייען זיך, איז געשמאק צו באגענענען נאך מענטשן.

ט"ס - כ'וועל פרובירן צו פארטייטשן דיין משל אזוי: די מדבר איז די סאסייעטי ווי מיר דרייען זיך, און ווייניג מענטשן נוצן די מחשבה, איז געשמאק צו באגעגענען מענטשן וואס פירן זיך אויף ווי מענטשן, האבענדיג אן אינטערעסע צו טראכטן. הממ?

פריינט - נישט אזוי ווייט... סאסייעטי איז נישט קיין מדבר. אבער יא, טראכטן לשם טראכטן, דאס איז שוין יא א שטח וואו עס דרייען זיך ווייניג מענטשן...

ט"ס - ‫איך וואלט אראפגעלייגט די געוואלדיגקייט פון דיינע ווערק אויף אזא אופן.‬
‫איך וויל פשוט ארויסברענגען די יוניק'ניס (אויב איך זאג עס גוט) פון דיינע סחורה.‬


ערשטנס. כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען עמיצער זאל אזוי גוט אראפלייגן טיפע מחשבה, און נאך אין אידיש. און קורץ און שארף‬
‫צווייטנס. די וועג וויאזוי דו גייסט צו , איז עפעס אומגעווענליך.‬
‫ד.ה. דורכאויס דעם גאנצן ארטיקל, קען מען נישט באמערקן אויב דו האסט אן אגענעדע אדער נישט.‬
‫צו דו ווילסט שטופן דעם לייענער צו א געוויסע פון פריער באשטימטע מסקנא.‬

פריינט - ‫און למעשה?...‬

און דא קומט אריין דיין מומחיות.‬
‫דו זאגסט נישט קיין מסקנא קיינמאל.‬
דו ברענגסט פשוט ארויס ביידע צדדים.‬
די אפשענס אזוי אדער אזוי. דיינע ספיקות און מעגליכע לייזונגען צום פראבלעם. אבער דו ענדיגסט אומבאשטימט‬

פריינט - ‫גאו אן‬

איז אויב האט ער שכל, פארשטייט ער אליין וויאזוי אנצוקומען צום (ריכטיגן און איינציגן) מסקנא‬

פריינט - ‫דו ביזט גוט מיסטער ;)‬

ט"ס - ‫ד.ה. די גרעסטע קונץ איז צובאהאלטן וואס דער שרייבער'ס אמת'ער שיטה איז.‬
(‫ווי שפינאזע האט געטוהן)
און פארשטייט זיך. די געשמאקע אופן ווי דו לייגסט עס אראפ, איז אסטאנישינג.‬
‫ס'איז פאר יעדעם אייניג.‬
דו נעמסט א קליין געדאנק, און צעקייסט עס אויף פיצלעך.‬
בקיצור.פאר דיר אליין האט זיך געלוינט מיין מיטגלידערשאפט אין קאווע.‬
‫דאס איז שוין אויסער די פאקט, אז ווען מ'לייענט דיר, זעט מען ס'האנדלט זיך נישט סתם פון עמיצער וואס זוכט פון הינטער די ערד, און וועט איבעראל ארויסגראבן סתירות. ניין! א אמת'ער מבקש און א בעל יכולת צו פארשטיין וואס האט זיך דערגרינטעוועט און ערנסט אדורכגעטוהן די פיליזאפיע פון אונזער גלויבן.‬
כ'שטעל מיך פאר האסט אסאך געלערנט . ישיבה/כולל. נישט אזוי?‬
‫יא, און פאר איך פארגעס. ספעציעל גלייך איך דאס אנגענעם ניגונ'דל מיט וואס דיינס אן ארטיקל לייענט זיך.‬
‫האסט ווי ערצייגט ליטערארישע נאטן. בלויז פון קאמעס, קוועטשן מארקס, און פאסטראפיס.‬

פריינט - ‫אקעי. האסט מיר ארויסגעווארפן א סך דאטא אויפאמאל‬
‫קודם כל, נאכאמאל שקויעך. דו פארשטייסט גאר גוט (כבין באמת נתפעל ווי גוט דו האסט מיך אפגעלערנט).‬

ס'איז זייער אמת: איך זוך נישט קיין קשיות און קיין תירוצים - און איך ווייס אויך אז א סך זאכן לאזן זיך בעצם נישט פארשטיין על ברים. סאיז פשוט נישט מעגליך‬

ט"ס: ‫וואס איך וויל פארשטיין. וויאזוי לעבן אזעלכע מענטשן ווי דיר. וויאזוי קען אזא איינער וואס האט אזא טיפע מח, און האט די קעפיביליטי צו פארשטיין. אפמאכן ביי זיך. "ניין! איך קען נישט און איך דארף נישט אלץ פארשטיין"‬

‫מילא זאכן וואס קיינער פארשטייט נישט! אקעי! אבער זאכן וואס דו פארשטייסט נישט, בלויז ווייל דיינע עלטערן האבן געזאגט אז דו קענסט נישט פארשטיין. מאן יימר זיי זענען גערעכט.‬

‫און דאס פירט מיר צו מיין נעקסטע פראגע, וויאזוי קען אזא איינער לעבן פאלש, אין הארץ פארשטיין אזוי, און אויסערליך זיך פירן אנדערש‬

‫נאר פאר די איינע סיבה, ווייל דאס לעבן לאמיר זאגן , איז באקוועם.‬
‫אזעלכע ווי דיר קוקן דען אויף דאס באקוועמליכקייט פון לעבן ?‬

פריינט : ‫"נישט פארשטיין" - נישט ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט. איך בין אליין געקומען צו דער הכרה‬
‫מען לייענט און טראכט גענוג ביז מען אנערקענט אז ס'איז פשוט נישט מעגליך צו פארשטיין ביזן סוף‬

ט"ס: ‫פאר א מח וואס קען אזויפיהל ארייננעמען און פארשטיין, איז די ערגסטע לעבן, א לעבן ווי די מח איז אין א תפיסה‬

פריינט: נע! ווילאנג מען פילט זיך נאך אין תפיסה ווייסט מען אז מען איז נאכנישט דערגאנגען ביזן סוף‬
‫עס קומט א פאינט ווען מען אנערקענט אז דער אמת איז נישט דא און נישט דארט, און אין דער זעלבער צייט סיי דא און סיי דארט‬
במילא, דעם "אמת" וועט מען נישט טרעפן "דארט"‬
איז א שאד צו גיין וואנדערן...‬

ט"ס: ‫ווען ווייסט א מענטש אז ער איז נישט אין תפיסה? ווען ער קען טוהן וואס זיין מח דיקטירט אים אז ס'איז ריכטיג צו טוהן.‬

‫יעצט אויף דיין לעצטיגע שורה:‬
‫אבער ווען עמיצער וועט וויכטיג דארפן אנקומען ערגעץ צו א ווייטן ארט. און ער ווייסט נאר א חלק וועג, נישט דאס גאנצע‬, ‫וועט ער זיך בכלל נישט ארויסלאזן אויפ'ן וועג?‬
אדער זאגן: דא האט זיכער נישט פשט צו בלייבן"‬
‫אויב עווענטועל וועט ער "מעגליך" אויסטרעפן די וועג‬
‫אדער "אז אלע סימנים יעצט, ווייזן אז די וועג וועט לבסוף פירן צו א ריכטיגע ציהל"

פריינט: ‫ער וועט זיך יא ארויסלאזן אויפן וועג. אבער אויב זעט ער איין אינמיטן וועג אז דער וועג פירט אין ערגעץ נישט, אז סהאט נישט קיין סוף, וועט ער זיך אפשטעלן, שמייכלען צו זיך אליין, און זיך אומקערן‬

פריינט: ‫איך בין נישט זיכער אז איך פארשטיין דיין קשיא וועגן "וועג": דו מיינסט פשוט בלייבן אין אונזער סאסייעטי ווערסוס דראפן אלעס און גיין פון דא?‬

ט"ס: ‫אבער ווען ער קוקט צוריק, און זעט אז מיט נישט לאנג צוריק איז בכלל נישט געווען קיין וועג, און צעביסלעך ווערט מער און מער אויסגעטראטן.... משא"כ. אויפ'ן פריערדיגן ארט איז ער געבליבן סטאק, יארן!!!! און ס'איז נאר געוארן מער און מער חרוב...‬

ט"ס: יאפ!‬

פריינט: ‫אקעי. האב איך נאך א קשיא: וואס מיינסטו מיט "סטאק": צופרידנקייט?‬

ט"ס: ‫סטאק, מיין איך, יעצט פאר אזא סארט ווי דיר. אז די מח איז סטאק. אוודאי דו קענסט טראכטן. אבער דו קענסט נישט אויספירן אלץ וואס דו טראכסט.‬
און דיינע קינדער (אדער אייניקלעך א.א.וו) וועלן מעגליך נישט האבן די פארשטאנד און געצייג וואס דו האסט..‬

פריינט: ‫אבער וואס פון וואס איך טראכט איז נוגע למעשה?‬
כמיין צו פרעגן: וואס זאל איך טוישן אין מיין לעבן לכבוד דעם אז איך ווייס וואס איך ווייס?‬

ט"ס: ‫דאס אז דיינע קינדער, אפ' זיי וועלן נישט האבן די כוחות צו פארשטיין וויאזוי און פ"וו דו ווייסט וואס דו ווייסט, זאלן קענען הנאה האבן פון זייער לעבנס און אויפטוהן פאר די וועלט ארום זיי , אנדעם וואס זיי זאלן דארפן וויסן פארוואס, אהן לאמיר זאגן, מיטמאכן וואס דו האסט מיטגעמאכט ביזן וויסן.‬
‫קיינער וועט נישט מחולק זיין און זאגן אז די מעלות פון אונזער סאסייעטי שטייגן איבער די חסרונות וואס ס'ברענגט, אנטקעגן די מעלות וואס די אנדערע סאסייעטיס האבן צו אפפערן.‬

‫ד.ה. ס'איז זיכער אז ביי אונז איז דא פונדומענטאלע פארברעכנס געגן די מושג וויאזוי עצם לעבן ווערט אנגעקוקט, פון א דורכשנטיליכע יומען ביאינג. זאל זיין אפ' עמיצער וואס איז געבוירן אין א מדבר, און באקומען די שענסטע חינוך. מיט די בעסטע עטישע ווירדן.‬
‫בינעך גערעכט?‬

פריינט: 100 percent

ט"ס: ‫(סארי איך באמולטשע דיר אזוי, ס'איז פשוט פראגעס וואס עגבערן מיר שוין לאנג. און ווען מ'שרייבט עס אראפ, ווערט מען קלאר ביי זיך אליין. מ'נעמט עס צאם, און א שטיין גייט אראפ פון הארצן)‬

פריינט: ‫אבער דו דארפסט געדענקען נאך עפעס. רוב מענטשן טראכטן נישט. במילא, רוב מענטשן וואס זענען נישט צופרידן, איז די סיבה נישט מוח, נאר ווייל עפעס פעלט אים אין לעבן‬
‫נאו פראבלעם. סעים היער‬
איך מיין אז רוב מענטשן וואס זענען נישט צופרידן, ליגט די פראבלעם נישט אין פילאסאפיע נאר עפעס אין לעבן‬
‫און די זעלבע פראבלעמען זענען דא איבעראל, הגם אין גאר אנדערע לבושים‬
‫(איך ווייס אז עס סאונד פאנאטיש עס צו זאגן, אבער איך בין איבערצייגט דערין)‬

ט"ס: ‫אבער צופרידנקייט ווענד זיך דאך אויך, אין ווי שטארק דיין מח פארשטייט.. ד.ה. אפילו אונזער סאסייעטי זאל אפפערן דאס בעסטע צופרידנצושטעלן א מענטש (לפי אירע היינטיגע געזעצן) וועט דער גוטער מח, קיינמאל נישט זיין צופרידן, פשוט ווייל זיין מח כאפט אויף אז עפעס פעהלט דא! עפעס א פארברעכן ווערט געטאן צו אים! הא?‬

פריינט: ‫אויף וויפיל פילאסאפישע קשיות באדערן באמת (און גלייב מיר: מיך פלעגט עס שטארק באדערן) איז די פראבלעם נאר אין קאפ. נו, אין מיין קאפ בין איך דאך פולשטענדיג בה"ב‬

ט"ס: ‫איז דא א אויסנאם צו דיין געזעץ?‬

פריינט: מעגליך, אבער איך האב נאך דעם אויסנאם נישט געפינען‬
אפשר ביזטו דער ערשטער‬....
‫אבער דאס איז אמת אין יעדער סאסייעטי!‬

ט"ס: ‫וואס וואלטן געווען די ראיות, אז דער און דער איז א אויסנאם..?‬
אהא!‬

פריינט: ‫איך ווייס נישט ווייל איך בין נישט קיין PRO‬

ט"ס: ‫אז ער האט געהאט פון אלץ גוטן? און דאך האט ער קשיות?‬

פריינט: אבער די מענטשן וואס איך קען ווייס איך דאך יא‬
‫קוק אהער: די קשיות גריזשען נאר דעם מוח. אינעם מוח קענסטו טאן וואס דו ווילסט‬
‫רוב מענטשן טראכטן נישט - אין עני סאסייעטי. א מוח וואס טראכט ליידט בהכרח - איבעראל.‬

ט"ס: ‫וואהה. א נקודה למחשבה. די לעצטע שורה.‬

פריינט: ‫עס ענדיגט זיך נאר ווען מען איז באמת משלים מיטן גאנצן הארץ און נשמה אז מען "קען ניישט" פארשטיין. דעמאלט ווערן די ספיקות סתם א געשמאקער טריפ‬

ט"ס: פשש.. געוואלדיג.
---------------------------------------
פריינט: בעת'ן טשעט פריער, האב איך געטאן דריי זאכן אויפאמאל; איז מיר שווער געווען זיך צו קאנצענטרירן געהעריג. איך קען באשטיין (איף איטס אוקעי ווהיט יו) צו פארשטיין קלארער דיין דילעמא. די זאכן וואס שטערן דיר: זענען זיי קאפ-פראבלעמען, דהיינו, פילאסאפישע קשיות און ספיקות, אדער זענען זיי זאכן וואס זענען נוגע למעשה?

מיין שאלה אין פשוט'ע ווערטער איז אזוי. דו פילסט זיך ענג, ווייל דו קענסט נישט לעבן דיין לעבן וויאזוי דו ביזט באקוועם און איבערצייגט איז ריכטיג; אדער דו מוטשעסט זיך מיט פראגעס וועגן וועלט און מענטש (נישט דווקא אמונה און מסורה - בכלל)?

ט"ס: בעיקר וואס שטערט מיר איז די סייענס, סיי עוועלוציע, און אויך ארכעלאגיע, וואס איז זיך אזוי קלאר סותר מיט אלעם. און אין רעזאלץ קומט ארויף די אלע פיליזאפישע קאפ פראבלעמען און ספיקות. ווייל די פיליזאפישע פראגן לדעתי האבן נישט קיין ארט אויב נעם איך קלאר אן אז ס'מוז זיין א העכערע בורא, און משגיח, וואס האט אונז געזאגט ביי א מעמד וואס ער וויל פון אונז.
אבער איינמאל ס'שטייט אויף הינערישע פיס, ווייל ס'זענען דא ערנסטע צווייפלען אין די ווארהייט דערפון, קומען אריין די פיליזאפישע חשבונות און העלפן איינווארפן דאס איבריגע דוחק'דיגע איבערבלייבענישן וואס איז נאך געבליבן פונעם געביידע. צבש. די אלע הינערישע תירוצים צו פארענטפערן עוועלוציע למשל. אדער אפצוווארפן פינקלשטיינ'ס קארבאן דעיטינג מעטאדע.
און די חורבן איז אז איך קען נישט לעבן געפאפט. דאס הייסט די גאנצע זאך פארוואס אונז האלטן זיך צוריק הנאה צוהאבן פון עוה"ז איז דאך ווייל ס'איז דא א חייים לאחר המות, אויב אבער איז גארנישט דא, איז דאך יעדע מינוט א וועיסט אף טיים, פאר א ברוטאלע ליגנט וואס אונזערע אור עלטערן האבן פאבריצירט. און זייערע אייניקלעך האבן זיך דערויף געלאזט הרגענען. איי זיי האבן גרעסערע מוחות געהאט ווי מיר און נאכאלץ זיך געהאלטן. דאס האט שיינע תירוצים.
צווישן זיי : דאס אז פיליזאפיע קען מען שטענדיג דרייען. מ'קען קיינמאל נישט וויסן די אמת פאר זיכער, דעריבער איז שוין מסורה בעסער.

נאכדעם ווייטער, איז דאן נישט געווען קיין סייענס. איי היינט זענען נאכאלץ דא אזעלכע, איז עס אזוי ווי דו זאגסט. ס'פעלט זיי נישט גארנישט. (זיי באלאנגען דאך ע"פ רוב נאר אינעם מאדערן ארטאדאקס קאמיוניטי) און זיי זענען מרוויח אסאך דורכן זיין אנדערש ווי יעדעם, און אנהאלטן אין די אמונה דורכ'ן אליין זיך איבערצייגן און האבן תירוצים (דוחק'דיגע) כאטש די היינטיגע וויסנשאפט. זענען זיי קונה אזוי אסאך פרעסטידזש, עהער, און אטענשאן. א גרויסע קראוד.

לדעתי האבן נישט קיין ארט אויב נעם איך קלאר אן אז ס'מוז זיין א העכערע בורא, און משגיח, וואס האט אונז געזאגט ביי א מעמד וואס ער וויל פון אונז.
כ'וועל מער מסביר זיין די שורה.
ווייל, ווי דו זאגסט. מ'קען נישט פארשטיין דעם קריעיטער, נאר מיט א מח פון א קריעיטער, און נישט מיטן מח וואס ער האט באשאפן. אויב איז ער דא, קען איך נישט פרעגן אויף אים. אבער אויב איז נישט זיכער אז ער איז דא, ווייזן די אלע פראגעס אויף, אז די צד אז ער פעהלט נישט אויס, מאכט מער שכל ווי די צד אז ער איז מעגליך יא דא!.
און דאס אליין איז אויך ניתן לדיבעיט. ווייל ס'איז דאך אויך פיליזאפיע



פריינט: כ׳פיל מיט דיר. כ׳ווייס וויאזוי עס פילט ווען די קשיות גריזשען אין קאפ.

רוב אמת'דיג גוטע קשיות, האבן נישט קיין אמת'ע, ענדגילטיגע תירוצים. דאס איז נישט דווקא לגבי קשיות און סתירות אויף דער תורה, נאר אפילו די סייענטיפישע קשיות -- די זעלבע וואס ווערן פארענטפערט מיט טעאריעס וואס ברענגען אויף סתירות מיט דער תורה -- האבן אויך נישט קיין ענדגילטיגע תירוצים. "עוואלוציע" איז א גוטער ביישפיל. דער ציל מיט דער טעאריע (אינעם ברייטסטן זין) איז צו מסביר זיין וויאזוי די בריאה איז געשען. (דארווין האט טאקע נישט דאס געמיינט ווען ער איז אויפגעקומען מיט דער טעאריע; אבער דאס איז דער ציל פון עוואלוציע היינט.) אבער למעשה, די קשיא ווערט גארנישט גרינגער נאך עוואלוציע. די טעאריע טוט אזויפיל אויף, אז עס שטעלט איין א געוויסע ארדענונג אינעם פראצעס, אינעם וויאזוי. עס פארענטפערט אבער נישט די אייגנטליכע יסודותדיגע קשיא: וויאזוי איז עס געשען? וואס האט געפירט דערצו? ווילסט זאגן אז ס'איז נישט געשען פון איין רגע אויף דער אנדערער? פיין. אבער פארט, וויאזוי איז עס געשען? וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן? ווער/וואס האט באשאפן דעם פראצעדור?

מיין פאינט איז, אז דאס אליין, אז די אייביגע פראגן האבן נישט קיין גוטע תירוצים, איז נישט קיין פענאמען דווקא אין אידישקייט, נאר אן אוניווערסאלער פאקט. די סיבה פארוואס מיר האבן אנגענומען די תורה, איז נישט ווייל עס "שטימט". מיר, ווי א פאלק, האט זיך אנגעהויבן מיט דעם: קבלת התורה. ס'איז נישט וויכטיג וואס ס'איז געשען ביי יענעם מעמד. וויכטיג איז דער פאקט וואס דער גאנצער עולם האט, מאיזה סיבה שהיא, אנגענומען דעם דאזיגן "סעט אוו רולס" אלץ זיין קאנסטיטוציע (וואס לאזט זיך טאקע אויסטייטשן אויף אזויפיל אופנים).

די "תירוצים" אויף די קשיות וואס עוואלוציע און ארכעאלאגיע ברענגען אויף זענען טאקע נישט מער ווי דאס: תירוצים. דער עיקר פראבלעם ליגט אין די קשיות. דער איינציגער מהלך וואס ארבעט -- כלפי דער תורה ווי לגבי דער וועלט בכלל -- איז זיך צו צעברייטערן דעם מוח אזוי ווייט, ביזן אנקומען צו א פלאץ וואו קשיות און תירוצים זענען גוט פאר מוח איבונגען און גייסטיגער הנאה. קשיות זענען נישט קיין שטערערס און תירוצים זענען נישט קיין לעזונגען. די וועלט איז סך טיפער ווי די פאקטן וואס שטימען אונז נישט.

די פראבלעם וואס מיר האבן מיט מציאות השם איז דאס, אז די קאנצעפט פון א גאט איז ביי אונז זייער מגושם געווארן. מיר זוכן באווייזן אז "ער עקזיסטירט", אין דער צייט וואס ס'איז נישטא נישט קיין "ער" און נישט קיין "עקזיסטענץ". ביידע זענען באגריפן וואס הייבן זיך אן נאך דעם וואס ס'איז שוין דא א בריאה. די איינציגע זאך אין וואס מען קען פילאסאפירן איז איבער א "סיבה ראשונה". און לגבי דעם פארשטיי איך נישט דעם צד וואס וויל זאגן אז ס'איז נישט געווען. מיר זעען דאך אז יעדער אויסגאנג האט א סיבה, א כוח וואס האט עס געברענגט אדער גורם געווען. צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...

ט"ס: פשיהא. אוי ביסטו גוט! דיין גרעסטע קונץ איז נאך וויאזוי דו ברענגסט אזעלכע רעיונות אזוי שיין ארויס אויף פאפיר. איך וועל עס אין לעבן נישט קענען באווייזן.
כ'על שפעטער שרייבן א לענגערע ענטפער.
יעצט וויבאלד איך יאג מיך, וועל איך בלויז שרייבן א קלייניגקייט, מוסב על סופך.
דיין ראיה אז יעדע תוצאה מוז האבן א סיבה איז דאך אבער אויך נאר פונעם 'נאטורליכן געזעץ'. שוין נאכדעם וואס נאטור (און אונזער מח/באגריף) עקזעסטירט.
ביסטאך שוין ווייטער צוריק צום פריערדיגן. אזוי ווי האסט אפאר שורות פריער געשריבן "אין דער צייט וואס ס'איז נישטא נישט קיין "ער" און נישט קיין "עקזיסטענץ", ביידע זענען באגריפן וואס הייבן זיך אן נאך דעם וואס ס'איז שוין דא א בריאה...
די זעלבע זאג דא. דער באגריף אז א רעזאלץ מוז האבן א סיבה איז בלויז נאכ'ן באשאפן אזא געזעץ.
און ווען דו קוקסט אין סייענס, ביי קוואנטום פיזיקס, זעסטו דאך למשל אז מיטן פליישיגן אויג אליין קענסטו זען ווי די אנגענומענע נאטור-געזעצן, טוישן זיך אפ' שוין נאכ'ן באשאפן דעם 'פאר יארן אומגערירטע געזעץ'. איז כש"כ אז דאס קען מעגליך זיין, איידער בריאת העולם ווען אלץ איז דאך טאקע געווען ביי דעם שטאפל פון פאר סוב-אטאמען.
כ'האף אז איך רעד נישט סתם דברי הבל.

פריינט: שקויעך :)

איך זאג די זעלבע ווי דו, נאר אין אנדערע ווערטער. (עכ"פ אזוי דאכט זיך מיר.) די טבע, ווי זי איז, האט געמוזט באשאפן ווערן. והא ראי', זי אליין פירט זיך אזוי אויף, אז גארנישט אין אירע גרעניצן געשעען פון זיך אליין. אט דער כלל הייבט זיך *טאקע* אן נאך דעם וואס די בריאה איז שוין דא. מחוץ דער בריאה איז נישטא בכלל אזא זאך ווי "סיבה" און לאגיק. דארט איז נישטא - גארנישט. (אפילו "גארנישט" עקזיסטירט נישט דארט!) איינמאל אבער "עפעס" איז בנמצא, האט עס עפעס געמוזט ממציא זיין. און אין דיינע ווערטער: "ביידע זענען באגריפן וואס הייבן זיך אן נאך דעם וואס ס'איז שוין דא א בריאה..." אכן. דער כלל איז א כלל בלויז מצד דער בריאה. מצד דעם בורא -- דהיינו "אינדרויסן" פון דער בריאה ( בריאה איז כולל אלעס, ממש אלעס, וואס מיר קענען זיך נאר פארשטעלן) -- זענען די אלע זאכן בכלל נישט שייך.

קוואנטום פיזיקס האט אונז מגלה געווען אז די געזעצן, דער סדר אין דער טבע, איז אנדערש, גאר גאר אנדערש, ווי מיר האבן ביז יעצט געמיינט. אבער א סדר איז פארט דא! ער איז נאר פון גאר אן אנדערן סוג ווי מיר האבן געמיינט -- און זיך אפילו געקענט אויס'משל'ן. אין קוואנטום פיזיקס הערשט נישט כאאס, תוהו ובוהו. מיר ווייסן בערך וואס געשעט אין דער סובאטאמישער וועלט; מיר ווייסן נאר נישט פארוואס און וויאזוי. א פארטיקל פירט זיך אויף לויט צוויי קעגנגעזעצטע כללים, כוואליע און דבר גוש. דאס איז סותר אונזערע אנגענומענע כללים פון לאגיק און סדר. אבער א סדר איז פארט דא. א מענטש וועט נישט פלוצלונג באשאפן ווערן אויפ'ן קוואנטום לעוועל. א פארטיקל וועט אויך נישט פלוצלינג זיך נעמען רעדן טערקיש. דאס איז טייטש אז אפילו דארט הערשט ארדענונג; מיר פארשטייען נאר נישט וואספארא סארט כללים די דאזיגע ארדענונג פאלגט נאך.

ט"ס: קומט אויס אזוי: וויבאלד דו פארשטייסט אז ס'מוז זיין ערגעץ וואו דער ארדענונג האט זיך אנגעהויבן, און היינט קענען זיי - די סייענטיסטן - נאכנישט באשטימען וואס דאס איז, אויב אזוי לייגט זיך אויפ'ן שכל דאס וואס דיינע עלטערן האבן דיר ביז היינט געלערנט, 'מער' ווי זייערע טעאריעס מיט וואס זיי זענען לעצטנס אויפגעקומען.
ווי אויך פארשטייסטו, אז ברגע אונזער מח קען נישט פארשטיין דעם העכערן מח פון גאט, קענען מיר נישט משיג זיין וויאזוי אונזער עקזיסטענץ איז צושטאנד געקומען.
אם כן וועסטו אויך מודה זיין אז מיין מח מיט דיין מח וועט אויך נישט פארשטיין דעם מח פון א קלוגערן פון אונז. לאו דוקא אויב ער איז א גאט. אפילו אויב איז ער נאר א מענטש..
לאמיך דיר פרעגן אזא שאלה.
ווען עס קומט צו טוישן א גלויבונג אין א געוויסע זאך, וואס א מענטש האט בירושה אדער איז אליין געקומען צום דעם אויספיהר אדורך טראכטן, וואס וועט זיין די שטערקסטע הוכחה פאר אים, די שטערקסטע איבערווייז פאר אים, וואס וועט זיין בכח אים איבערצוצייגן אז ס'איז נישט אזוי ווייט ווי ער האט געגלייבט און עס פארמאגט לעכער, אדער נאך אפ' ווייטער ווי דעם, עס איז שקר מתחילה אן.
תאמר - א טויש אין מציאות, וואס איז נראה לעינינו.
יעצט, ווען איך זע קארן, פליגערס, לעקטער, קאמפיוטערס, ראבאט'ס, און איך קוק צוריק און זעה אז מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק איז דאס אלעס נישט געווען. פארשטיי איך אז די וואס האבן זיי ערצייגט האבן קלאר אן קיין שאלה, געטוישט די מציאות פאר מיינע אויגן, און ס'איז נישט שייך אפצופרעגן זייערע ערפינדונגען. יעצט, איך גיי נישט גיין וועגן דעם, און זאגן אז א קאר פאבריצירער קען מיר אנטיילן וויאזוי צו מחנך זיין מיינע קינדער למשל, ווייל דאס איז נישט זיין תחום, אבער די סייענטיסטן, און קלוגע לייט וואס זענען טאקע יא געמאכט פאר דעם תחום, און זיי אליין האבן אויסגעטראפן אומצאליגע ערפינדונגען וואס האבן ווירקליך געטוישט די מציאות אין די וועלט, זיי וואלט איך יא געזאגט אז מ'קען זיך פארלאזן אויף זיי ווען עס קומט צו די שאלה "פון וואו קומען מיר", ווייל זיי טוען טאקע יא, אינדעם תחום.
איז, איך זע דא א לעקטער, און איך זע נעבן מיר א גמרא! די גמרא זאגט א באנטש זאכן, וואס די לעקטער האט היינט אויפגעוויזן במציאות צו זיין פאלש, (רוב?) פון די וואס האבן געמאכט די גמרא, איז נישט קיין סאך געבליבן כלפי זאכן וואס האבן געטוישט מציאות.. ד.ה. זיי האבן פילאזאפירט, אבער נישט געמאכט סייענטיפישע דורכברוכן.
סתם בדרך אגב, זייט סייענס איז דא, האט מען נאך קיינמאל נישט געהערט אז א סייענטיסט זאל אנערקענען, אין דער אידישע גאט, און זיך מגייר זיין. פארוואס? ווייל זיין שיטה, געמאסטן לפי די פארשריט וואס מ'מאכט אין לויף פון די יארן - מאכט זיכער אסאך מער סענס ווי אונזער שיטה, וואס דו - גרויסער קאפ - טוסט אזוי פארטיידיגן, און איך וואלט געזאגט אז ס'איז מעגליך בלויז, וויבאלד דו האסט דעם שיטה גע'ירשנט, דערפאר מוזטו נוצן פיליזאפיע, און אויב גייען מיר בלויז מיט פיליזאפיע, וועל איך אוודאי מודה זיין אז עס זענען מסתמא דא אסאך פילאזיפירער אפילו וואס האבן געפליכטעט צו אונזער גלויבן.
נחזור אל השורה. ממילא ווען איך זע א גמרא, און א תורה וואס זאגט מיר געוואלדיגע ניסים, אבער וואס מ'קען נישט היינט פרואוון וויבאלד "מיר זענען א שוואכע דור ווי ס'הערשט א געוואלדיגע הסתר פנים" און פון די אנדערע זייט א לעקטער וואס ארבעט פיזיקלי, און א בוך מיט סייענס-עקפערימענטן, וועלכע בויען זיך אין א סטרוקטור אנגעהויבן פון עטליכע הונדערט יאר צוריק, און איך און דו, קענען נאך היינט אויספרובירן די זעלבע עקספערימענט פון גאלילעאו, און ס'וועט נאך "היינט ארבעטן" - זע איך אז גאלילעאו אין זיין צייט איז שוין קלוגער געווען ווי דער בעל שם, און אור החיים.

ווייל ער האט עושה פירות געווען פאר יעדן מענטשליכן אויג, און אז דער בעל שם האט עושה פירות געווען, קען איך נאר לייענען אין די באבע מעשיות פון אמאל. און אפי' את"ל, אז מענטשן אין די צייטן פון בעל שם האבן געזען די מופתים, דאן אויב אזוי פארוואס האבן זיך גוים נישט מגייר געווען?? פארוואס האט נאך דאן נישט פאסירט די וידע כל פעול. און די זעלבע קען איך פרעגן אויף קריעת ים סוף. און ביי מתן תורה, אויב האט שוין דעמאלטס די גאנצע וועלט ג'רעשט דערמיט, פארוואס האבן אלע נישט איינגעזען אינעם איין איינציגן באשעפער?? אויב זענען אפאר ביכעלעך מצליח היינט צוהאלטן אין אזא איינגעצוימטע סיסטעם - טויזנטע טויזנטע מענטשן, דאן פארוואס האט דעמאלטס וועלט אויפציטערנדע נסים נישט מצליח געווען איבערצוצייגן אסאך ווייניגער און אסאך מער גלויביגערע מענטשן ווי היינט. ??

און וואס איז מיט אחר?? און יאשקע, ? קאמאן, עס איז דאך דעמאלטס געווען אזעלכע גרויסע צייטן וואו מופתים און רוה"ק זענען נאך געווען רעגלמעסיגע זאכן, פארוואס האבן זיי עס נישט איינגעזען?
צוריק צו די גמרא און די סייענסבוק. איך זע מעכטיגע סייענטיסטן וואס ווייזן וואונדער, און בבלישע פאנאטיקער, וואס שרייבן געוואלדיגע ליטעראטור. אבער די זעלבע סייענטיסטן זאגן טעאריעס וואס איז זיכער מער אויסגעהאלטן ווי אונזער אנגענומענע קבלה, איי ס'האט לעכער?, אבער אונזער האט אסאך מער לעכער!! סייענס האט צוגעדעקט אסאך מער לעכער וואס איז געשאפן געווארן אדער געבליבן אומפארענטפערט, בלויז צוליב אונזער רעליגיע, און רעליגיע בכלל.
איז אזוי: די גאנצע זאך וואס האט ביז היינט גורם געווען, איך זאל בכלל נישט נייגעריג זיין צו קוקן אויף וואס סייענס זאגט, איז וויבאלד ביי מיר איז קיין ספק נישט געווען אז דער בוך, די תורה וואס ליגט דא איז אהן קיין ספק געגעבן געווארן למשה מסיני. כ'מיין נישט אהן קיין ספק, אבער ס'נישטא קיין סייענס וואס קען עס אפרעגן, אבער ברגע די סייענס וואס טוישט מציאות'ער שוין די לעצטע פאר הונדערט יאר! און איז אייביג געווען פארטרויעליך נישט צו פעלשעווען מציאות'ער וויבאלד אויב יא וואלט קיין לעקטער נישט געווען - קומט מיך זאגן אז זי ווייזט אז די תורה איז א במכוון'דיגע פאבריקאציע פון א רעגירונג, דאן איז דאך מער גארנישט פארבליבן וואס זאל הונטערשטיצן די אלע פיליזאפישע און רעליגעיזע געזעצן וואס זי אליין ברענגט און שטעלט אוועק.

איך מוז מודה זיין אז איך קען נישט זאגן הונדערט פראצענט אז כ'האב פארשטאנען דעם ערשטן שטיקל אין דיין לעצטע אימעיל, ווייל איך האב דיך געפרעגט עפעס, און דו האסט געענטפערט אז דו זאגסט די זעלבע ווי איך נאר אין אנדערע ווערטער, למעשה אבער האב איך נישט פארשטאנען פון דיינע ווערטער וויאזוי ס'ענטפערט מיין תירוץ.
דיינע ווערטער: איך זאג די זעלבע ווי דו, נאר אין אנדערע ווערטער. (עכ"פ אזוי דאכט זיך מיר.) די טבע, ווי זי איז, האט געמוזט באשאפן ווערן. והא ראי', זי אליין פירט זיך אזוי אויף, אז גארנישט אין אירע גרעניצן געשעען פון זיך אליין.
פארוואס? אפשר איז עס א ענדלאזע ענדלאזע סייקל וואס האט נישט קיין ענד קיינמאל........................ מיר מוזן נישט פארשטיין פארוואס, אזוי ווי דער חי' פארשטייט נישט פארוואס. און אזוי ווי דער עיפ פון טויזנטע יארן צוריק האט נישט פארשטאנען פארוואס. קען זיין אז דער נייע סארט מער אנטוויקלטע מענטש פון אפאר מיליאן יאר ארום, וועט יא פארשטיין מער...
און פארוואס איז אלץ 'חובת האדם בעולמו' נישט גענוג דער פאקט אליין, אז מיר ריפראדוסן און 'אנטוויקלען' די וועלט 'מיט אונזער שכל'... וואס דאס איז ווייטער עוועלוציע!...

אט דער כלל הייבט זיך *טאקע* אן נאך דעם וואס די בריאה איז שוין דא. מחוץ דער בריאה איז נישטא בכלל אזא זאך ווי "סיבה" און לאגיק. דארט איז נישטא - גארנישט. (אפילו "גארנישט" עקזיסטירט נישט דארט!) איינמאל אבער "עפעס" איז בנמצא, האט עס עפעס געמוזט ממציא זיין. אבער אויב ווייסן מיר נאכנישט יעצט וואס און ווער, ווייל גאט זיכער נישט, ווייל אויב יא זענען דא אנדערע סתירות דערצו, דאן אויב אזוי, איז דאך פשט, אז דו לעבסט יעצט אויף דעם וועלט איין איינציגע מאל. קיינמאל מער וועט דיין גייסט מער נישט לעבן!!! און דו פארפאסט אזויפיהל זאכן וואס דער וועלט האט דיך צו אפפערן! דיינע טאלאנטן וואלטן דיך ערמעגליכט אסאך אסאך מער! דיין מח וואלט געקענט טראכטן אסאך אסאך ברייטער, און דיינע אף ספרינג וואס דו לאזט איבער אויף די וועלט וואלטן געקענט אסאך אסאך מער נוצן האבן פון דיינע החלטות, און דיך האבן צו פארדאנקען אסאך אסאך מער, גייסטו יעצט פארשווענדען דיין לעבן נאר בלויז ווייל "ס'איז נאכנישט אויפגעוויזן געווארן" אלע לעכער אין אונזער רעליגיע? אדער ווייל נאכנישט אלע לעכער אין סייענס זענען פארדעקט געווארן?

און אין דיינע ווערטער: "ביידע זענען באגריפן וואס הייבן זיך אן נאך דעם וואס ס'איז שוין דא א בריאה..." אכן. דער כלל איז א כלל בלויז מצד דער בריאה. מצד דעם בורא -- דהיינו "אינדרויסן" פון דער בריאה ( בריאה איז כולל אלעס, ממש אלעס, וואס מיר קענען זיך נאר פארשטעלן) -- זענען די אלע זאכן בכלל נישט שייך.
וואס ווילסטו מיט דעם זאגן? אז מיינע ווערטער "ביידע זענען באגריפן וואס הייבן זיך אן נאך דעם וואס ס'איז שוין דא א בריאה..." שטאמט אויך פון דער 'באשאפענער' שכל'דיגע ארגומענט, וואס רופט זיך "סיבה ומסובב"?
אז ס'מוז זיין "עפעס וואס איז ממציא א יצירה"?
נו נו. אקעי! איז דאן טראכט גארנישט!! טראכט בכלל נישט וואס ס'האט עס אנגעפאנגען! ווער ס'האט אונז באשאפן. נישט א גאט! און נישט א ביגבענג!
אקעי, יעצט מיין איך רעד איך שוין שטותים. אדער ווייל איך טייפ שוין צו לאנג און מיין מח גייט בלענק, אדער וויבאלד מיין מח קען פשוט נישט תופס זיין טיפערס.

יעצט נאכן שיקן דיך מיין אימעיל, לייען איך דאס. ס'קוקט אויס אז ער בארירט מיין נושא. כ'האב עס נאר אויבן אויף דורך געבליקט. כ'מוז לויפן, כ'על עס באלד לייענען. אבער ס'קוקט אויס אינטרעסאנט.
m http://blogs.yiddish.forward.com/yiddis ... ph/169451/ m

פריינט: לול פאר דיין אויספיר. דו רעדסט בכלל נישט קיין שטותים. דו טראכסט דווקא גוט און געזונט, און רעדסט בפירוש צו דער זאך.

דער ארטיקל אינעם לינק זאגט טאקע ממש דאס וואס איך האט פרובירט זאגן. ער זאגט עס נאך קלארער און בעסער ווי איך.

אין דעם אימעיל האסטו צוזאמגעווארפן א סך זאכן, איבער א סך טעמעס. איך וועל דיר ענטפערן צוביסלעך, א שטיקל אויפאמאל...
------------
זונטאג יוני 02, 2013 8:27 pm#120559
פריינט: פאר מיר גייען ווייטער, לאמיר פרובירן צו "פארגעסן" אלעס וואס מען האט אונז געזאגט און געלערנט. לאמיר לויז ווערן פון אלע הנחות קדומות איבער גאט, תורה וכו', און אנהייבן פון אלף: אנקוקן די וועלט ווי גלייך מיר זעען זי יעצט צום ערשטן מאל.

יעצט, לאמיר אנהייבן מיט א הנחה. די בריאה (וואס דאס זאל נאר נישט כולל זיין, אריינגערעכנט א נאכאנאנדער "בורא עולמות ומחריבן" סיסטעם) ארבעט מיט א סיסטעם פון סיבה/מסובב. דאס מיינט, אז ביז וואו אונזערע ידיעות זענען שוין אנגעקומען און ביז וואו אונזער שכל קען טראכטן, האבן מיר זיך נאכנישט באגעגנט מיט אזא זאך ווי עפעס וואס געשעט פון זיך אליין. אונזערע ערפארונגען זענען אזוי, אז אלעס האט עפעס וואס האט עס געברענגט; אונזער שכל, לאגיק, דיקטירט עס אויך.

וואס טוט זיך אבער אויסער די גרעניצן פון דער בריאה -- מחוץ דעם תחום פון אונזער שכל און ערפארונגען? איז דער ענטפער: איך ווייס נישט. נישט איך ווייס, און נישט קיינער אנדערש. ס'איז פשוט נישט מעגליך צו וויסן. אלע ידיעות און השגות וואס מיר מענטשן האבן, קומען פון וואס מיר זעען און פארשטייען. מיר קענען קיינמאל נישט משיג זיין א זאך וואס איז אינדרויסן פון דעם תחום פון די חושים און דעם שכל.

במילא קען מען לפי זה זאגן, אז עפעס וואס איז אינדרויסן פון אונזער באנעם, עקזיסטירט פשוט נישט. ווילסט זאגן אז ס'איז דא א גאט? ווייז מיר אים. אויב קענסטו מיר אים נישט ווייזן, כאטש מאך מיר א לאגישן חשבון וואס איך זאל קענען פארשטיין, וואס זאל מיך איבערצייגן אז דיין הנחה פון גאט'ס עקזיסטענץ איז אמת. היות קיינער קען נישט אהערשטעלן קיינעם פון די צוויי, איז די מסקנא אז גאט עקזיסטירט נישט.

און דאס איז דער אמת: נישטא קיין גאט.

וואס ס'איז יא דא איז א בריאה. אין דער בריאה אליין געשעען זאכן. און יעדע זאך וואס געשעט, האט א סיבה. יעצט, די בריאה איז אדער געשען יש מאין, אדער איז עס אייביג געווען; ס'איז אזא ציקל וואס האט נישט קיין אנהייב און נישט קיין סוף.

אויב איז די בריאה געווארן יש מאין, מוז זיין אז עפעס האט עס געמאכט. ווייל אויב אין דער בריאה זעלבסט איז נישט פאראן אזא מציאות ווי יש מאין, איז אוממעגליך צו זאגן אז די בריאה אליין האט יא זיך אליין געמאכט. ווייל דאס זאגט אין אנדערע ווערטער אז די בריאה האט זיך באשאפן אויף אן אופן וואס איז סותר מיניה וביה זיין עקזיסטענץ. דאס איז א לאגישער אבסורד.

די צווייטע ברירה, אז די בריאה האט אייביג עקזיסטירט און וועט בלייבן אייביג עקזיסטירן, איז טאקע נישט מחייב קיין בורא. אזא סארט "בריאה" - די כלל-כולו בריאה, "עז עי האלל" - איז אין אנדערע ווערטער אן אין סוף, הי' הוה ויהי', אחד יחיד ומיוחד, ראשית ואחרית. בנוסף לזה, איז די בריאה (די "בריאה" אלץ דבר השלם: די גאנצע בריאה, דער קאסמאס) עפעס וואס מען קען מיט'ן שכל נישט משיג זיין. מיר - אונזער שכל און השגה, ווי ווייט, ברייט און טיף זיי זאלן נאר נישט גיין - זענען ווי א פרט אינערהאלב דער "בריאה". מיר זענען ווי "סטאק" דערין. כדי צו קענען משיג זיין א זאך, דארף מען עס קענען מקיף זיין. ביי א פיזישער זאך, דארף מען עס קענען אנקוקן פון "דרויסן". ביי אן אבסטראקטע זאך, א קאנצעפט, דארף דער שכל עס קענען מקיף זיין. "אין סוף" איז אוממעגליך משיג צו זיין. און אויב די בריאה, דאס הייסט דער גאנצער ציקל פון באשאפענע בריאה'ס, איז ווירקליך אין סוף, וועלן מיר די בריאה קיינמאל נישט משיג זיין.

שטימט?

קומט לויט דעם אויס אזוי. אויב ווילן מיר באצייכענען אט אזא בריאה, וועלן מיר בהכרך זיך טרעפן ניצן די זעלבע הגדרות וואס ווערן געניצט צו באצייכענען דעם וועזן וואס מען האט א נאמען געגעבן "גאט" - אין סוף במקום וזמן ואין ניתן להשיגה. אין אנדערע ווערטער: מיר זענען עס מגדיר מיט אן אי-הגדרה; מיר זאגן, אויף אלע אופנים און מיט אלע ווערטער אין אונזער וואקובאלאר, אז די זאך איז למעלה מהשגותינו.

און דאס איז נישט קיין צופאל. די סיבה פארוואס מיר ניצן בהכרח די זעלבע ווערטער איז: ווייל די צוויי - א בריאה אין סוף און גאט - זענען באמת איינס און די זעלבע זאך. גאט איז דאס, וואס מען קען נישט משיג זיין.

דער עיקר פראבלעם מיט גאט ליגט אין דעם וואס דער מושג, דער אי-הגדרה, איז במשך דער צייט געווארן קאנצעפטואליזירט. אפילו דער טערמין "אין סוף" איז באמת טיף אין אונזערע מוחות אזא מין עקזיסטענץ - אזא "ריזיגע זאך", וואס איז אזוי גרויס ווי "אין סוף". דאס איז דאך אבער פאלש, ווי דער עצם טייטש פון די ווערטער זאגט: אין סוף, דהיינו, לא ניתן למוגבל להשיג משמעותו.

ווען מיר רעדן וועגן גאט, באציען מיר זיך צו דעם וואס עקזיסטירט נישט - דהיינו, וועמענס איינציגע הגדרה איז דאס, אז ס'איז מחוץ דעם גבול פון אונזער השגה. "גאט" די קאנצעפט, די "זאך" עקזיסטירט נישט. נישטא אזא זאך.


אזוי טראכט איך. עם איי מעיקינג עני סענס עט אלל? דו האלסט אז די נקודה איז שכל'דיג אויסגעהאלטן?

ט"ס: קודם א קורצע ענטפער אויבן אויף. כ'על עס שפעטער איבערגיין נאך אפאר מאל.
איז דאס נישט "שפינאזעס" גאט?
ווייל לויט ווי ס'בלייבט יעצט, איז אויב אזוי בכלל נישטא קיין רצון פון דער 'גאט' און אויך נישט קיין חובת האדם בעולמו, שכר ועונש, חיים לאחר המות, וכו'. ווייל מ'קען דעם גאט - נישט פארשטיין. מ'קען ניטאמאל מגדיר זיין וואס דער 'גאט' איז.
איים סארי. די ווארט 'ווייל' אנהויב פון די צווייטע פאראגראף מעק אויס. ס'איז נישט קיין נותן טעם, ס'איז א נייע זאך. נאך א תוצאה פון דיין הסבר.
חוץ פון דעם וויל איך וויסן אויב דאס איז שפינאזעס גאט, אדער כאטש ענליך צודעם.
עפעס זאגט ער, אז די טבע איז גאט...(אויב מ'קען עס מגדיר זיין מיט פיהר ווערטער)

פריינט: שפינאזא איז געווען א טיפער מוח. ער איז אבער נישט געווען מער ווי א מענטש, און א מענטש קען דאך נישט באשאפן קיין גאט ... די איינציגע זאך וואס שפינאזא האט געקענט טאן -- בעסער ווי א סך מענטשן - איז טראכטן. נו, דאס טוען מיר דאך אויך. לאמיר טראכטן מיט אונזער שכל.

ט"ס: הערליך הערליך באשריבן.
יעצט אויב איך פארשטיי גוט, איז דער סיכום אזוי:
קוקענדיג אויף אונזער בריאה איז דא צוויי וועגן.
1) די בריאה איז א יש מאין, וואס דאן מוז איך זאגן אז עמיצער האט דאס באשאפן,ווייל אויב נישט איז די בריאה זיך לאגיש סותר מיניה וביה, ער באשאפט זיך אליין, און פונקציאנירט בלויז אויף אן אופן פון סיבה ומסובב
2) ס'איז א ענדלאזע ציקל, און דאס קענען מיר קיינמאל פארשטיין, ווייל ענדלאז איז ענדלאז פשוטו כמשמעו, אבער מיר קליינע מוחות באנעמען נישט דעם באדייט פון ענדלאז. ווייל ביי אונז איז אלץ דא הגדרה משא"כ אינדרויסן פון די בריאה . ממילא איז דאס טאקע די גאט וואס מיר באצייכענען. ווען מיר זאגן גאט, מיינען מיר די (סיבה) צו די ענדלאזע אומפארשטענדליכע בריאה (נאטור)
(כאטש איך פארשטיי נאכנישט פארוואס מ'האט דאס פונקט מגדיר געווען מיטן טערמין "גאט" ווי כאילו מ'איז עס מצמצם אין א געוויסע הויכע פאווער, א גאט וואס מ'קען טאקע נישט מגדיר זיין, אבער פארט א ספעציפישע כח. ספעציפיש איז אפשר נישט די ווארט.
אין קורצע ווערטער: פארוואס האט מען לויט סיבה 2 פשוט נישט געקענט ווייטער אנרופן דעם ענדלאזן בריאה-ציקל . א אומפארשטענדליכע פענאמען. וואס די סיבה דערצו איז נאך דערווייל פארהוילן פון אונז. כהאף דו פארשטייסט וואס איך פרעג.

יעצט אז איך פארשטיי שוין די צוויי מהלכים, קומט די ווייטערדיגע שטאפל: אויב וועלט מען אויס צוזאגן מהלך 1 איז דא א קריעיטאר, אויב קלויבט מען אויס מהלך ב' איז דא עפעס א אומפארשטאנדליכע פאווער למעלה מהשגתינו, אבער ווי קומט אריין דא א גאט, וואס פארלאנגט פון זיינע ברואים עפעס?
נאך מער, אפ' פון מהלך 1 איז נישט מוכרח אז דער וויל עפעס פון אונז
און בכלל, ווילאנג די אלע זאכן זענען נאר טעאריעס, געבוירן מכח אונזער פעלערהאפטיגע פארשטאנד אויף די בריאה, אבער זענען נישט הונטערגעשטיצט פון קאנקרעטע באווייזן, ווער קען קומען ארויסנעמען החלטות, און אייגענע באשטימטע אפשאצונגען, וואס דער קריעיטאר'ס ציהל איז געווען דערמיט?
און נאכאמאל דיינע ווערטער זענען מתוקים מדבש. ווי באלזאם אויל.

פריינט: אט אזוי. איין קליינער שינוי נאר צו וואס כ'האב לכתחילה געשריבן. די צוויי וועגן זענען באמת איינער און דער זעלבער. די מסקנא אין ביידע היכי תמצא'ס איז אז ס'איז דא עפעס וואס איז "שולדיג" אז די בריאה איז דא, און דער "עפעס" לאזט זיך נישט מגדיר/מתאר/ממחיש זיין. דער חילוק פון 1) ביז 2) ליגט דער אין דעם מהלך וואס פירט צו דער מסקנא -- וואס איז אבער אין ביידע פעלער די זעלבע. ווייל ווידעראמאל: איינמאל די "זאך" איז אין סוף, איז דאך שוין נישט שייך צו זאגן "אזוי" צי "אזוי", ווייל ס'איז אלעס און אייביג. אלעס און אייביג קען אין אונזער שכל נאר פארטייטשט ווערן אויף איין אופן: "אין סוף". ס'איז בכלל נישט שייך צוצוגעבן נאך פרטים און באצייכענונגען, ווייל יעדעס ווארט נעמט נאר אראפ פון "אין סוף".

ס'איז נישט קיין נפקא מינא וואספארא נאמען מען גיט פאר דער "זאך". קיין שום נאמען באצייכנט עס דאך נישט, באמת. נאר אויב ווילן מענטשן קענען רעדן און זיך פארשטיין אין דער נושא, מוז מען בהכרח עס געבן עפעס א נאמען -- פשוט לשם פראקטישקייט. ס'איז פונקט ווי סיי וואס אנדערש. א "טיש", למשל, איז באמת א "ליקוט" פון מאטעריאל, שטיקלעך, פארמען, אויסשטעל, סיבה, און צוועקן. ס'וואלט זייער שווער געווען אויב יעדעס מאל וואס מען וויל רעדן דערוועגן זאל מען דארפן קודם געבן א לאנגע הקדמה אז איך וויל יעצט רעדן וועגן א זאך וואס באשטייט פון האלץ, באשטייט פון א פלאכן שטיק וואס שטייט אויבן אין דער לופטן, אנגעלאנט אויף נאך פיר שמאלע, האלצערנער שטיקער, און מען ניצט די זאך געווענליך צו עסן, לייענען, שרייבן, ארבעטן אא"וו. דערפאר האט מען עס א נאמען געגעבן "טיש"; אזוי, דארף איך נאר זאגן דאס איינע ווארט, "טיש", און יעדער פארשטייט באלד פון וואס מען רעדט דא.

"טיש", ובכן, איז באמת א "קאוד" פאר א סך פרטים. איך שמועס זיי נישט אלע אויס, ווייל זיי זענען יעצט נישט נוגע. ווען א פראפעסאר וויל מסביר זיין די עוואלוציע פון דעם מושג "טיש", וועט ער טאקע אריינקריכן אין אלע פרטים, וואס מיר פאר'סך הכל'ן געווענליך אין איין ווארט.

מענטשן וויל רעדן וועגן דער "זאך" וואס איז יעצט אונזער טעמע. אנשטאט זיך מוטשען מסביר זיין וואס דאס איז -- דורך מאכן די אלע חשבונות וואס מיר מאכן יעצט -- האט מען דעם גאנצן בארג אינפארמאציע אריינגעשטעלט אין א ווארט: "גאט". אזוי, אויב ווילן מיר רעדן עפעס בשייכות דער "זאך", דארף מען נישט איבערקייען דאס גאנצע פשטל. מיר קענען אפמאכן צו ניצן "בעזעם" אנשטאט "גאט". ס'איז נישט קיין נפקא מינא וואס דאס ווארט איז -- אזוי לאנג ווי די מיטשמועסערס פארשטייען וואס איך מיין.

דו שרייבסט: יעצט אז איך פארשטיי שוין די צוויי מהלכים, קומט די ווייטערדיגע שטאפל: אויב וועלט מען אויס צוזאגן מהלך 1 איז דא א קריעיטאר, אויב קלויבט מען אויס מהלך ב' איז דא עפעס א אומפארשטאנדליכע פאווער למעלה מהשגתינו, אבער ווי קומט אריין דא א גאט, וואס פארלאנגט פון זיינע ברואים עפעס?
און בכלל, ווילאנג די אלע זאכן זענען נאר טעאריעס, געבוירן מכח אונזער פעלערהאפטיגע פארשטאנד אויף די בריאה, אבער זענען נישט הונטערגעשטיצט פון קאנקרעטע באווייזן, ווער קען קומען ארויסנעמען החלטות, און אייגענע באשטימטע אפשאצונגען, וואס דער קריעיטאר'ס ציהל איז געווען דערמיט?

נו, באמת: מאן יימר אז ער פארלאנגט עפעס?...

איך ווייס נישט צי מען קען די זאכן אנרופן "טעאריעס", ווייל די איינציגע זאך וואס מיר זאגן דא איז אז אונזער השגה איז נישט אין סוף און דערפאר קענען מיר נישט משיג זיין עפעס וואס איז יא אין סוף. דאס איז א פאקט. א טעאריע איז עפעס וואס הייבט זיך אן מיט א שכל'דיגן הסבר, וואס ווערט דערנאך אויסגעפרואווט. א טעאריע זאגט אז אויב דער הסבר וואס איך גיב איז אמת, דעמאלט וואלט דאס און דאס געשען. גייט מען און מען טעסט צי דאס וואס די טעאריע זאגט געשעט טאקע, און אויב יא, דאן ווערט די טעאריע באשטעטיגט.

דאס וואס מיר שמועסן דא איז בתמצית איין ווארט: איך האב נישט קיין השגה און איך קען נישט האבן קיין השגה. זהו. די שאלה איז נאר, וואס מיינט דאס פאר מיר למעשה. אבער דאס איז שוין א צווייטע זאך אינגאנצן...

און דאס ברענגט מיך צוריק צו דיין פריערדיגן אימעיל:

קומט אויס אזוי: וויבאלד דו פארשטייסט אז ס'מוז זיין ערגעץ וואו דער ארדענונג האט זיך אנגעהויבן, און היינט קענען זיי - די סייענטיסטן - נאכנישט באשטימען וואס דאס איז, אויב אזוי לייגט זיך אויפ'ן שכל דאס וואס דיינע עלטערן האבן דיר ביז היינט געלערנט, 'מער' ווי זייערע טעאריעס מיט וואס זיי זענען לעצטנס אויפגעקומען.
ווי אויך פארשטייסטו, אז ברגע אונזער מח קען נישט פארשטיין דעם העכערן מח פון גאט, קענען מיר נישט משיג זיין וויאזוי אונזער עקזיסטענץ איז צושטאנד געקומען.
אם כן וועסטו אויך מודה זיין אז מיין מח מיט דיין מח וועט אויך נישט פארשטיין דעם מח פון א קלוגערן פון אונז. לאו דוקא אויב ער איז א גאט. אפילו אויב איז ער נאר א מענטש.


פאר מיר הייבן אן רעדן וועגן סייענס און סייענסטיסטן, לאמיר פאר א רגע נאר רעדן וועגן דער נקודה וואס דו מאכסט אין דער לעצטער שורה. ס'איז אמת אז איך קען נישט משיג זיין דעם מוח פון עמיצן וואס איז קלוגער ווי איך. אבער ווען דער דאזיגער חכם מאכט א סטעיטמענט, גיי איך עס נישט אפקויפן בלויז דערפאר, ווייל ער איז קלוגער. די איינציגע נפק"מ למעשה צווישן יענעם און מיר איז נאר דאס, אז ער, מיט זיין טיפערן מוח, איז בכוח אויפצוקומען מיט עפעס וואס מיין מוח קען נישט. פיין. אבער בכדי איך זאל עס מקבל זיין, דארף ער עס מיר מסביר זיין. בלינדערהייט אפקויפן א סברה איז נישט שכל'דיג, ווייל מאן יימר ער איז גערעכט: אפשר וועט עמיצער וואס איך נאך טיפער ווי אים אויפקומען מיט א נאך טיפערער סברה וואס וועט אים אפפרעגן לחלוטין? אויב איך פארשטיי עס אבער, קען איך זאגן אז "איך פארשטיי זיין סברה." דאס אלעס. און אויב איך פארשטיי עס נישט, איז עס *פאר מיר* נישט אמת. פאר אים קען עס זיין אמת; אבער נישט פאר מיר -- אזוי לאנג ווי איך פארשטיי עס נישט.

דאס זעלבע איז אמת מיט סייענס און סייענטיסטן. ווען א סייענטיסט קומט אויף מיט א טעאריע, דארף עס זיך מסביר זיין. זיינע קאלעגן סייענטיסטן וועלן איבערגיין זיינע חשבונות און זען צי זיין אויספיר שטימט. סייענטיפישע דערפינדונגען נעמען מיר אן נישט ווייל מיר פארשטייען די פיזיקס אדער מאטעמאטיקס אונטער דעם אויסטרעף, נאר פשוט ווייל עס ארבעט. מיר איז נישט קיין נפקא צי דער וואס האט דערפינדן דעם קאמפיוטער איז גערעכט געווען מיט דער טעאריע אונטער דער חכמה פון קאמפיוטערס. דער קאמפיוטער איז דא, ער ארבעט פיין, ברוך השם. דאס איז מיר גענוג. איך גלייב זיין הסבר, בעיקר, ווייל איך ווייס אז אויב וויל איך זיך נעמען דאס געדולד און צייט דורכצולערנען וואס ער האט געזאגט, וועל איך אליין אויך פארשטיין זיין מסקנא.

קומט אויס אזוי. מיט אבסראקטע זאכן, ווי פילאסאפיע, חקירה און סברות, דארף עס פארשטאנען ווערן. מיר האבן די ברירה צו גלייבן די קלוגערע פון אונז, אז אפילו מיר פארשטייען נישט דעם שכל אונטער וואס זיי זאגן, וועלן מיר פארט אויפקויפן זייערע תורות. אבער דאס איז נישט מער ווי א וואריאנט פון אמונה: איך גלייב יענעם, ווייל איך ווייס אז ער פארשטייט בעסער ווי איך. ס'איז נישט שלעכט; ס'איז אבער אויך נישט די זעלבע ווי "פארשטיין".

מיט סייענס ווידער, איז נישט דאס ווארט אזוי ווייט אז איך גלייב *אים*. די עצם דערפינדונג איז דא; דער הסבר איז עוועילעבל, און אויב כ'האב געדולד (וואס כ'האב ליידער נישט), קען איך אליין דורכלייענען די סוגיא און אליין פארשטיין פארוואס דער דאזיגער קלוגערער ווי איך זאגט וואס ער זאגט.

ווען מען רעדט פון נישט פארשטיין גאט (וואס מיינט באמת דאס "נישט פארשטאנענע"), איז דער נישט-פארשטיין פון גאר א צווייטן סוג. דארט רעדן מיר פון עפעס וואס שטייט אינדרויסן פון "השגה" בכלל. דאס איינציגע שייכות וואס מיר האבן מיט דעם דאזיגן אי-השגה איז דאס זיך כאפן אז אונזער השגה ענדיגט זיך פריער ווי דעם מושג "מושג". "אין סוף" איז א מושג, אבער ער הייבט זיך אן דארט וואו אונזער השגה ענדיגט זיך.

במילא איז דאס נישט עפעס וואס איך פארשטיי נישט, נאר עפעס וואס קען, "ביי דעפינישאן", נישט פארשטאנען ווערן.

ט"ס: אקעי, סאו פארשטיי איך פארוואס מ'רופט עס אזוי. - גאט.
יעצט, סך הכול בלייבט: לויט ביידע מהלכים שטייט ביהיינד דאס אלץ עפעס א כח וואס איז אין סוף למעלה מהשגתינו, מיר ווייסן נאכאלס נישט וואס דאס קומט אונז זאגן. און דער סייענטיסט ווען ער זאגט אז ער זעט נישט פארוואס גאט מוז אריינקומען אין בילד, האט ער גארנישט מער מחדש געווען, וואס צוליב דעם דארף איך אים טראסטן אז ער ווייסט וואס ער רעדט, וויבאלד לויט אונזער מסקנא (וואס איז אייגענטליך נישט בלויז א טעאריע נאר א פאקט) קען מען דעם אין סוף נישט פארשטיין אפ' מיטן בעסטן סייענטיפישן מח.
נאר א קלייניגקייט, וואס איך האב נישט טאטאל פארשטאנען

אין דיינע ווערטער: און אויב איך פארשטיי עס נישט, איז עס *פאר מיר* נישט אמת. פאר אים קען עס זיין אמת; אבער נישט פאר מיר -- אזוי לאנג ווי איך פארשטיי עס נישט. דאס איז אלעס פיין און וואויל ווען מ'רעדט לאמיר זאגן פון הרגשים, טעאריעס, און סברות, און דיין מיינונג דערין, מאכט א חילוק וויאזוי געוויסע פירונגען זאלן אפלייען לגבי דיר אליין. אבער ווען די טענה איז איבער א מציאות! א פאקט. קען נאר איין וועג זיין אמת! ס'נישטא ביי דעם קיין אלו ואלו דברי אלוקים חיים.. אדער - אדער. איז אויב ביסטו מודה אז מיט זיין טיפערע מח קען ער אויפקומען מיט עפעס וואס דו נישט, און דאס רעזאלטירט אויף א טויש אין א מציאות, וואס וויפיל ער זאל דיר פרובירן עס מסביר זיין, וועט עס דיין מח נאכאלס נישט תופס זיין, דאן וואו קענסטו זאגן "פאר דיר איז עס נישט אמת"? נו איז גיי שטעק אריין די קאפ אין זאמד, און זאג אז ביסט בלינד! ער פארשטייט דאך בעסער, אויב אזוי אפשר ווייסט ער וואס ער רעדט!

ווען דו קומסט מיר זאגן, אז זיי האבן אלע נגיעות אויפצוווייזן אז גאט פעהלט נישט אויס צום בילד, פארשטיי איך בעסער! אויך נאר אויב דו ווייזט מיר עס אויף מיט הוכחות ברורות.
אבער ווען איך קוק אויף א כמעט גענצליך פארלאזירטן סטעפאן האקינג, וואונדער איך מיר וואספארא נגיעות ער קען האבן.. אים איז נישט פארבליבן צופיהל ברירות ווי צו זונדיגן, סיידן האבן אביסל מחשבות זרות...

יעצט, די חילוק פון טעאריקער/פיליזאפן, און סייענטיסטן האסטו מיר שיין ערקלערט.
און די חילוק פון טעאריע און סייענטיפיק געזעץ האסטו אויך שיין צעלייגט. עס הויבט זיך אן מיט א אבזערוואציע, גייט צו א טעאריע, און ווערט נאכדעם אויספרובירט.
איך האב נאך א שאלה: לויט 2) אז ס'איז א ציקל אבער האט זיך סוכ"ס (מתחילה אן...) קוק א היכי תמצא פון א אויסדרוק וואס באדייט דאס פונקט פארקערטע ווי דער פשוטע טייטש אנגעפאנגען דורכן כח פון א אומבאגרייפליכע אין סוף, - ווער זאגט דיר דאן אז דאס איז געווען א כח מיט א דעת, אפשר איז דאס געווען א טעכנישע פראצעדור. א סיסטעמאטישע מעכאנאציע וואס האט אנגעפאנגען דעם ציקל אהן א אייגענע דעטערמינאציע. נאר בלויז פון א טעות, אדער פון א צופאל.

נאך צוויי פראגן, וואס איז מיר געלעגן דעם שבת אין מח. סארי איך מיש אריין אנדערע זאכן, כ'וויל עס אבער ארויסשפייען. קען זיין איין זאך האב איך דיר שוין געפרעגט:
1) די עיפ'ס אדער ערשטע יומען ספישיס, האבן דאך אויך נאכנישט געוואוסט אפילו נישט פון א גאט, אדער א חובת האדם.. און קוק, ס'איז אדורך א איינס און אהאלב טויזנט יאר (?) און גאט האט געגעבן מתן תורה. (עכ"פ לויט די לעגענדע וואס מיר דעבאטירן יעצט אויב ס'איז וואר אדער נישט) אלזא, אפשר זענען מיר נאכאלס אומוויסנד מיט די אמת, נאר אזוי ווי די ערשטע האבן געדינט די כוכבים ומזלות, אזוי דינען מיר אן אנדער סארט באבע מעשה, און געב עס אפאר טויזנט יאר, וועט מען דאן אויסגעפונען, דער אמת'ער גאט. אפשר גאר א 'סייענטיפיק גאט'. (אזוי ווי סייענטיפיק אדם און חוה)

2) אולי, טראכט איך, איז טאקע בעצם אלעס אמת ויציב. א תורה! א עם הנבחר! א אידישע היסטאריע! אבער פאר גאט גייט באמת נישט אן, אויב מיר דינען אים אדער נישט, מיר זענען באמת נישט זיין עם הנבחר, ער געט נישט קיין שכר ועונש. ס'איז נאר א סארט שפיהל, ווי ער אינדזשויט זיך צוזען ווי רעליגיעס, און ראסן הרגנ'ען ארום צווישן זיך, וועגן זיין תורה וואס ער האט געגעבן. און יעדער סטראגלט, צו וויסן ביי וועם די אמת ליגט!...?

אבער דאס שטערט נישט מיר זאלן ווייטער פארזעצן פון וואו דו האלטסט.

פריינט: א מציאות איז א מציאות. א סברה איז אבער קיינמאל נישט הונדערט פראצענט מוכרח. מען קען אייביג, אין יעדער סברה, זאגן הסברים לכאן ולכאן. דאס נאענסטע וואס א סברה קען קומען צו זיין "זיכער", איז נאר אז ס'איז "מער מסתבר". במילא, ווען עמיצער זאגט א סברה, איז עס נישט קיין אמת, נאר א שפעקולאציע. און היות שפעקולירן קען מען אייביג אויף אהער און אויף אהין, דארף ער מסביר זיין פארוואס זיין סברה איז בעסער ווי מיינער -- אפילו ער איז קלוגער ווי איך. זיין חכמה איז אויף אזויפיל גוט, אז ער איז בכוח צו טראכטן טיפער און אויפקומען מיט גוטע געדאנקען. איך האב די ברירה אים צו געטרויען. איך האב די ברירה אפצומאכן אז כ'האב נישט קיין געדולד זיך קאנצענטרירן; מיר איז גענוג אז דער זאגער איז קלוגער, און פארטיג. מסתמא ווייסט ער וואס ער רעדט.

דאס איז אוקעי. אבער דעמאלט דארפסטו אויפקומען מיט א סיבה -- פאר זיך אליין -- פארוואס דו זאלסט באשליסן צו גלייבן פונקט דעם חכם, איבער אנדערע חכמים וואס זאגן אנדערש ווי אים. און דער פאקט איז דאך אז אייביג אן זענען איבעראל געווען קלוגע מענטשן וואס זענען אויפגעקומען מיט קעגנגעזעצטע מיינונגען. כ'גלייב נישט אז ס'איז פאראן אין דער היסטאריע איין סברה, צו וואס יעדער אויף דער וועלט האט מסכים געווען. עס זענען צווישו די חכמים זעלבסט אייביג געווען צדדים לכאן ולכאן.

א סייענטיסט פארשטייט בעסער ווי איך און דו -- אבער נאר דארט וואו זיין עקספערטיז ליגט. דער ארטיקל איבער "האקינג" וואס דו האסט מיר געשיקט פאריגע וואך ברענגט עס גוט ארויס. א סייענטיסט קען גוט סייענס. אבער לגבי אנדערע טעמעס איז זיין מיינונג מיט גארנישט מער מאסגעבנד ווי דיינס, פשוט ווייל ער איז דארט נישט מער עקספערט ווי דו. א פיזיציסט, למשל, איז א גרויסער בקי (האקינג איז אייגנטליך א בקי און א חריף אויך) אין פיזיקס. וואלסט גענומען האקינג פאר א "פערסאנעל טרעינער" אין עקסערסייז? דאס מינימיזירט נישט זיין חכמה אויף קיין האר. עקסערסייז איז נאר נישט זיין זאך.

פיזיקס איז א פעלד וואס שטודירט און ערקלערט וויאזוי זאכן ארבעטן. פיזיקס גיט זיך אפ מיט זאכן וואס זענען שוין דא, אדער וואס קענען טעארעטיש באשאפן ווערן. פיזיקס איז אייגנטליך א שם הכולל פאר אלעס מיט וואס מענטשן וואס געבן זיך אפ מיט דעם פעלד זענען במשך די יארן אויפגעקומען אדער וועלן אין דער צוקונפט מעגליך אויפקומען. פיזיקס קען בשום אופן נישט "טראכטן" מחוץ דעם גדר פון די פיזישע געזעצן, פון דער נאטור. א פיזיציסט קען שפעקולירן און זאגן מיינונגען איבער גאט; אבער דאס גיט נישט זיינע שפעקולאציעס מער שוויות ווי ווען מיר ביידע שפעקולירן אין דער זעלבער פראגע, פשוט ווייל ער איז דארט דער זעלבער מיוחס ווי דו און איך. א פיזיציסט קען זאגן א מיינונג אין פאליטישע אנגעלעגנהייטן; אבער איך בין פונקט אזוי קוואליפיצירט צו זאגן פארקערט. ער קען זיין גערעכט, אבער ער וועט דארפן מסביר זיין פארוואס זיין מיינונג איז בעסער ווי מיינע כדי איך זאל אנערקענען אז ער איז גערעכט.

א נאענטער משל (הגם נישט ממש דאס) וואלט געווען ווען עס האנדלט זיך אין געשמאק. איך האב ליב נאטור. ווען א מענטש, זאל זיין דער גרעסטער חכם, זאל מיר זאגן אז א זשונגל מיט ווילדע חיות איז עקלדיג, וועל איך נישט אפקויפן וואס ער זאגט. דער מענטש קען מצידי זיין א זאאלאגיסט (אדער סיי וואספארא אנדערע סארט עקספערט איבער ערד, שטח, נאטור אד"ג), בעת איך ווייס וועגן דער טעמע גארנישט. מיין געשמאק זאגט אז דאס איז שיין. דער פאקט וואס יענער ווייסט וועגן נאטור מער ווי איך מאכט נישט זיין געשמאק מער לעגיטים ווי מיינעם.

לאמיר זאגן אויב האקינג זאל מאכן א סטעיטמענט אין א נושא וואס מיר ווייסן קלאר אז ער קען נישט. לאמיר אננעמען אז ער קען נישט קיין נוראלאגיע, בכלל. דו האסט א געוואלד צוזאמגעלייענט איבער דער טעמע. דו לייענסט איין טאג אז האקינג האט געזאגט כזה וכזאת. און דו ווייסט קלאר אז ס'איז נישט אמת. דו ווייסט אויך, נאך פון פריער, אז האקינג איז פרעמד אין דער סוגיא. וואלסטו דעמאלט אפגעקויפט וואס ער זאגט? בלינדערהייט זיכער נישט. יתכן אז דו וואלסט געגאנגען מברר זיין, זיכער מאכן אז ער דאס וואס דו ווייסט איז טאקע דעם אמת. אבער דאס האט שוין מער צוטאן מיט אונזער מענטשליכער נטי' צו אויסהערן וואס א חכם זאגט, פונקט ווי דער המון עם רעכנט זיך מיט דער מיינונג פון האליוואוד סעלעבריטיס, הגם יענע ווייסן לאו דווקא בעסער. א נוראלאגיסט, ספעציעל איינער וואס האט קיינמאל פריער נישט געהערט פון האקינג, וועט זיכער נישט כאפן קיין התפעלות, און אויב רעדט האקינג נישט צום דבר וועט ער זיינע ווערטער איבער נוראלאגיע נישט אפקויפן.

אונזער נושא שטייט איין אויף סך א העכערער מדריגה נישט נאר ווי פיזיקס, נאר ווי גאנץ סייענס. מיר טראכטן יעצט וועגן דער סיבה וואס זאל האבן געפירט צו דער בריאה -- וואס איז כולל אלעס וואס איז נאר בנמצא, אריינגערעכנט הרגשים און אפילו נגיעות! די אלע זאכן הייבן זיך אן נאך דעם וואס די זאכן זענען בכלל באשאפן געווארן. האקינג איז קוואליפיצירט צו זאגן א מיינונג אין דעם, אבער נאר בתורת מענטש, זאל אפילו זיין קלוגער מענטש. אבער בתורת פיזיציסט איז דאס נישט זיין זאך, ווייל דאס האט גארנישט מיט פיזיקס -- וואס הייבט זיך אן הערשט נאך דעם וואס בריאה איז בכלל דא. פיזיקס דעקט דאך ניטאמאל אלעס וואס איז דא פון בריאה און ווייטער.

איך זאג נישט אז ער אדער סיי וועלכער אנדערער סייענטיסט האט דווקא נגיעות צו זאגן ליגנט. איך בין גאנץ זיכער אז האקינג (און אנדערע) גלייבן באמת ובאמונה אין וואס זיי זאגן. איך זע אבער נישט פארוואס זייער מיינונג -- זאל זיין בלי שום נגיעות -- זאל זיין מאסגעבנד מער ווי זייער מיינונג אין סיי וועלכן אנדערן תחום מחוץ דעם פעלד פון זייער עקספערטיז. (אגב: כ'האב געזען א דאקומענטערי וועגן סאפיסטיקירטע טעארעטישע פיזיקס. איינער פון די פראפעסארן דארט איז מיט א צייט צוריק אויפגעקומען מיט א הנחה וואס הייסט "סופער גראוויטי". קיינער אין דער סייענטיפישער וועלט האט עס נישט אפגעקויפט, הגם קיינער האט נישט באוויזן אפצופרעגן זיין יסוד, וואס האט פארענטפערט רוב ברענענדיגע קשיות אין פיזיקס בעסער ווי סיי וועלכע אנדערע פאפולערע טעאריע. ער אליין זאגט אז ער האט זיך דערפון טיילווייז אפגעלאזט, ווייל היות דער סייענטיפישער עסטאבלישמענט האט נישט געוואלט אנערקענען אין זיין אויפטו, האט ער עס אויך נישט געקענט לערנען מיט זיינע תלמידים. בקיצור, כי ארכו הימים האט סייענס אנגעהויבן שענקען אויפמערקזאמקייט צו זיין אויפטו, מכוח אנדערע סיבות. זאגט דער פראפעסאר דארט פארן אינטערוויוער: איך האב אייביג געוואוסט אז איך בין גערעכט, נאר אין דער סייענטיפישער וועלט גייט עס פונקט ווי אין דער וועלט בכלל: עס זענען דא די אנגענומענע חכמים און חכמות, און אויב גייסטו קעגן שטראם ביזטו אפגעפרעגט, אפגעזען צי דו ביזט גערעכט אדער נישט.)

דו שרייבסט: איך האב נאך א שאלה: לויט 2) אז ס'איז א ציקל אבער האט זיך סוכ"ס (מתחילה אן...) קוק א היכי תמצא פון א אויסדרוק וואס באדייט דאס פונקט פארקערטע ווי דער פשוטע טייטש אנגעפאנגען דורכן כח פון א אומבאגרייפליכע אין סוף, - ווער זאגט דיר דאן אז דאס איז געווען א כח מיט א דעת, אפשר איז דאס געווען א טעכנישע פראצעדור. א סיסטעמאטישע מעכאנאציע וואס האט אנגעפאנגען דעם ציקל אהן א אייגענע דעטערמינאציע. נאר בלויז פון א טעות, אדער פון א צופאל.

זאל זיין א טעכנישער פראצעדור, וואס האט זיך אנגעהויבן פון א טעות אדער צופאל. איז די סיבה דעמאלט "טעות" אדער "צופאל". מיר האבן דאך שוין מסכים געווען אז "גאט" איז נישט מער ווי א טעכנישער טערמין צו עפעס וואס איז מחוץ להשגה. איז אויב מיר זאלן אננעמען אז די התחלה איז געווען "טעות", וועלן מיר דעם בלתי-מושג געמויזאכטס א נאמען געבן "טעות". (און דאס וועט פון יעצט און ווייטער זיין דער שם ד' אותיות ...)

אבער ערנסט גערעדט: "טעות" מיינט דאך אז עמיצער אדער עפעס האט זיך טועה געווען. א "צופאל" קען נאר געשען נאך דעם וואס עס איז פאראן אזא זאך ווי "לאגישער סדר הדברים" -- וועמענס היפך איז צופאל. די אלע זאכן זענען דאך נישט געווען פאר זיי זענען געווארן. (אויב דו ביזט נישט מסכים מיט מיר איבער דעם, זאג מיר פארוואס.)

יעצט, וועגן דיינע צוויי פראגן.

די עיפ'ס אדער ערשטע יומען ספישיס, האבן דאך אויך נאכנישט געוואוסט אפילו נישט פון א גאט, אדער א חובת האדם.. און קוק, ס'איז אדורך א איינס און אהאלב טויזנט יאר (?) און גאט האט געגעבן מתן תורה. (עכ"פ לויט די לעגענדע וואס מיר דעבאטירן יעצט אויב ס'איז וואר אדער נישט) אלזא, אפשר זענען מיר נאכאלס אומוויסנד מיט די אמת, נאר אזוי ווי די ערשטע האבן געדינט די כוכבים ומזלות, אזוי דינען מיר אן אנדער סארט באבע מעשה, און געב עס אפאר טויזנט יאר, וועט מען דאן אויסגעפונען, דער אמת'ער גאט. אפשר גאר א 'סייענטיפיק גאט'. (אזוי ווי סייענטיפיק אדם און חוה)

הונדערט פראצענט אזוי ווי דו זאגסט. מיר זענען נאך אלץ אומוויסנד. און דאס איז אונזער "גאט": דער אי-השגה. דאס וואס לאזט זיך משיג זיין, איז דאך שוין עפעס וואס עקזיסטירט פון גאט און ווייטער. דאס וואס מיר קענען משיג זיין, געפינט זיך דאך בתוך דער גרעניץ פון אונזער השגה.

דעם "אמת'ן גאט" קען מען נישט טרעפן, ווייל ער איז נישטא. אזוי לאנג ווי גאט איז עפעס, וועט ער פריער צי שפעטער "שטארבן", צוליב די זעלבע סיבות וואס די געטער פון די מענטשן אמאל זענען אויסגעשטארבן. דעמאלט איז גאט געווען די זון, ערד, ים, אדער עפעס אזא מין באשעפעניש וואס איז בכלל נישט בנמצא. דער צד השוה פון זיי אלע איז אז זיי זענען געווען אדער עקזיסטירנדע זאכן וועמען מען האט אנגעטאן דעם געטליכן קרוין, אדער א מושג וואס מיר מענטשן האבן באשאפן און אים ארויפגעזעצט אויפן כסא הכבוד. דער איינציגער "אמת'ער גאט"(!) איז דאס וואס מען קען נישט משיג זיין. דאס מיינט נישט אז ער איז נישט די זאכן וואס מיר קענען יא משיג זיין; אבער נישט דאס באצייכנט "גאט". דער נאענסטער וואס די אלע זאכן קומען צו גאט איז דאס, אז זיי זענען מאניפעסטאציעס פון געטליכקייט. דאס קען מען זאגן, אויב מען וויל דווקא. אבער גאט איז דאך נישט דאס. אזעלכע "געטער" זענען טאקע פריוואזאריש, ווייל פריער צי שפעטער אנערקענען מיר אז די בריאה גייט ווייטער און טיפער פון דעם "גאט" -- וועלכער פאלט דעמאלט אויטאמאטיש צוריק אריין אין דעם גאנצן כלל הבריאה.

דער חילוק צווישן אונז און די אור-מענטשן איז נישט דאס, אז אונזער גאט איז מער סאפיסטיקירט ווי זייער, נאר די הכרה אז "גאט" איז נאר עפעס וואס קען צום בעסטן באצייכנט ווערן דורך -- נישט באצייכנט ווערן: נישט מיט'ן מויל, נישט מיט דער מחשבה, נישט מיט'ן דמיון, און נישט מיט'ן הארץ.

אולי, טראכט איך, איז טאקע בעצם אלעס אמת ויציב. א תורה! א עם הנבחר! א אידישע היסטאריע! אבער פאר גאט גייט באמת נישט אן, אויב מיר דינען אים אדער נישט, מיר זענען באמת נישט זיין עם הנבחר, ער געט נישט קיין שכר ועונש. ס'איז נאר א סארט שפיהל, ווי ער אינדזשויט זיך צוזען ווי רעליגיעס, און ראסן הרגנ'ען ארום צווישן זיך, וועגן זיין תורה וואס ער האט געגעבן. און יעדער סטראגלט, צו וויסן ביי וועם די אמת ליגט!...?

די שאלה איז באמת א סוגיא פאר זיך, ווייל דאס גייט שוין אריין אין אנדערער נושא. דאס איז שוין, נאך דעם וואס ס'איז דא א גאט און ס'איז קלאר אז ער וויל עפעס בכלל, מאן יימר אז מיר זענען די, וואס האבן געכאפט וואס ער וויל באמת?

דער זייער תמציתדיגער ענטפער איז, אז דער אמת ליגט ביי יעדן און קיינעם. יעדער האט א שטיקל פון איין ריזיגן "אמת", צו וואס ס'איז אוממעגליך צוצוקומען. עכ"פ דא זיכער נישט. "שכר ועונש" מיינט זיכער נישט "האסטו א פראסק פארן נישט פאלגן" און "נאדיר א טייך אפרסמון פארן זיין וואויל". ס'איז אין א געוויסן זינען א המשך פון דעם לעבן דא, נאר אין אן אנדערער פארעם פון עקזיסטענץ, וואס פירט זיך, כלומר, מיט אנדערע "חוקי הטבע". מען קען עס אנקוקן עפעס ווי סייענס זעט היינט די טעאריע פון "פאראלעלע אוניווערסן": עס איז פאראן א בריאה, מיט כללים און געזעצן -- וואס קומט כמו המשך פון אונזער עקזיסטענץ דאהי.

עפעס אזוי...
זונטאג יוני 02, 2013 8:27 pm#120560
ט"ס: אקעי, כ'וועל זיין מיט דיר גאר ערנסט. דיין לעצטע שטיקל :
דער זייער תמציתדיגער ענטפער איז, אז דער אמת ליגט ביי יעדן און קיינעם. יעדער האט א שטיקל פון איין ריזיגן "אמת", צו וואס ס'איז אוממעגליך צוצוקומען. עכ"פ דא זיכער נישט. "שכר ועונש" מיינט זיכער נישט "האסטו א פראסק פארן נישט פאלגן" און "נאדיר א טייך אפרסמון פארן זיין וואויל". ס'איז אין א געוויסן זינען א המשך פון דעם לעבן דא, נאר אין אן אנדערער פארעם פון עקזיסטענץ, וואס פירט זיך, כלומר, מיט אנדערע "חוקי הטבע". מען קען עס אנקוקן עפעס ווי סייענס זעט היינט די טעאריע פון "פאראלעלע אוניווערסן": עס איז פאראן א בריאה, מיט כללים און געזעצן -- וואס קומט כמו המשך פון אונזער עקזיסטענץ דאהי.

האב איך נישט גוט פארשטאנען. ערשטנס, ווייל איך פארשטיי נישט וואס הייסט דאס, יעדער האט א שטיקן פון איין ריזיגן אמת. ? און וויאזוי דען טייטשטו אפ שכר ועונש? אויב איז עס א המשך פון דעם לעבן דא, איז אפשר איז שוין דאס דער המשך (די עקשועל שכר ועונש) פאר א לעבן בעפאר? און וויפיל איך האב שוין געזען און געלייענט פון פאראלעלע אוניווערסן, האב איך נאכאלץ נישט פארשטאנען דעם טעאריע, אויב מעגליך, ביטע ערקלער מיר דאס.

לענינינו, יעצט אז מיר האלטן שוין ביי דעם אז קיינער אפ' דער סייענטיסט מיט זיין בעסערע קאפ איז נישט קאוואליפיצירט צו זאגן א מיינונג איבער די נושא פון דער בלתי מובן'דיגע "גאט, בעפאר די בריאה" אויך אן קיין שום נגיעה - מער ווי איך אין דיר, קען מען גיין ווייטער פון וואו מיר האבן געהאלטן.
ס'איז דא גאט - עפעס א הימלישע קראפט וואס מיר קענען נישט פארשטיין. אבער עס איז קלאר אז צוליב עפעס א סיבה (וואס איך ווייס נאכנישט) זענען געוויסע מענטשן געקומען אין לויף פון די דורות און געזאגט אז זיי ווייסן וואס דער גאט וויל פון אונז, און געברענגט א טעקסט וואס איז אנגעבליך איבערגעגעבן געווארן פון אים צו משה אויפ'ן בארג סיני.
און צו דער זעלבע צייט דארף מען אויך געדענקען, אז ס'איז דא אויך אנדערע רעליגעיס, סיי אזעלכע וואס זענען צעשפליטערט געווארן פון אונזער רעליגיע און האלטן אויך פון א מאנטיאיסטיק גאט.
און אויך אזעלכע וואס האבן נאך עקזעסטירט בעפאר אונזער רעליגיע, און געהאט אנדערע אפגעטער מיט אנדערע הלכות אויף וואס זייער "הויכע פאווער, פארלאנגט פון די מענטשן אויף אונזער וועלט. אנדערע הסברים פארוואס מיר זענען אנדערש פונעם חי' אז מיר האבן שכל אין קאפ, און אויך א אנדערע ציהל אין לעבן, צו פארשטיין געבן דעם חובת האדם בעולמו.

וויל איך וויסן, וויאזוי ברענגט אונז דאס איינזען שוין אז ס'איז דא א הויכע פאווער וואס האט אונז באשאפן, צו אנערקענען אז ער וויל דאס און דאס פון אונז.....?
קען זיין איך לאז אויס א שטאפל אינעם בילד, א טייל אינעם פאזל, א קאפיטל אינעם פארזעצונג.
אויב יא ביטע ברענג מיר צוריק אראפ.
--------------------------
כ'האב אויך געטראכט, ווען כ'האב עס געלייענט (קען זיין דאס טאקע האסטו געמיינט) אז ביי די סוב אטאמען, די אנהויב, די יסוד פון די בריאה, לאזט זיך א פארטיקל נישט אפמעסטן, אויסרעכענען, איינשפארן, מצמצם זיין. ער קען נישט ווערן איינס... ניטאמאל קענסטו אים אנקוקן, לויט וויאזוי ער מאכט די מערסטע רושם צו אויסזען פאר'ן מענטש.
די זעלבע דער מושג גאט, סתם פארן פשוטן מענטש טאג טעגליך, מאכט ער א רושם, ווי ער וואלט געברויכט זיין כביכול איינס, א זאך וואס מ'וואלט געדארפט קענען מגדיר, זיין, אדער פארשטיין זיין רצון, וועזן, און וועג פון ארבעטן. אבער ווי מער מ'קריכט אריין, ווי מער מ'טראכט, ווי מער מ'פרובירט אים צו קארנערן. זעט מען אז מ'איז אים נישט משיג, ער איז אייביג, איבעראל, און אלעמאל. אזש ס'דאכט זיך אפ' אז ער עקזעסטירט פשוט נישט... אזוי רוחני אז מ'איז אים נישט משיג. כעין ווי לופט וואס פאר'ן פשוטן אויג איז ער נישט זעהבאר אינערגעץ..
אקעי, דא בין איך שוין פארפארן... חחח

פריינט: זאגסט זייער גוט. איך האב גראדע געטראכט אז אונזער קאסמאס איז אפשר אזא פארטיקל אין עפעס א קאלאסאלן קאסמאס, וואו אוניווערסן זענען פארטיקלס. אין דעם ריזיגן אבי אבות האוניווערסן, פירן זיך די "פיצי" אוניווערס-פארטיקלען אויף לויט די געזעצן פון קוואנטום פיזיקס, און דערפאר, "שפרינגט עס אוועק" ווען מען פרובירט עס צו "כאפן".

אויף דיין פריערדיגן אימעיל האף איך צו ענטפערן מארגן מערצעשעם.

ט"ס: די לעצטע ווערטער "ווען מען פרובירט עס צו 'כאפן' " איז א מליצה'לע? תופס זיין במחשבה? (דהיינו - גאט) אדער כאפן - כאפן; תופס זיין בידיים, וואס דאן פארשטיי איך נישט אויף וואס דו באציהסט זיך, (מיטן לעצטן שורה) אויף א פארטיקל? אדער אויף די וועלט... נעמליך, אויף וואס איז עס א נותן טעם?

פריינט: כאפן מיין איך ווי מען רעדט דערפון אין קוואנטום פיזיקס. אויף ק״ש איז דא עפעס אן אשכול וואו מען רעדט דערפון. האסט עס אמאל געזען?

ט"ס: יא יא. מיינסט דאס אז א סוב אטאמיק פארטיקל קען מען נישט איינשפארן און כאפן, כדי אפצומעסטן וויבאלד ער כאפט זיך אייביג ארויס. ער פארט דורך ווענט, ער ווערט פארשוואונדן, וכו'.

פריינט: עקזעקטלי. אגב, כזע אז ביי יענעם אשכול האסטו אויך געפרעגט וועגן פאראלעל אוניווערסן. דארפסט איין זאך געדענקען אז קיינער ווייסט נישט באמת וויאזוי דאס ארבעט. סאיז נאר דאס אז ספעלט אויס כדי סטרינג טעאריע זאל שטימען, און מאטעמאטיש שטימט עס אויך. במציאות וואס ווער ווי ווען איז מסתמא נישט מעגליך צו וויסן. דער נאענסטער משל, איראניש, איז מסתמא דער אופן ווי די חסידישע ספרים רעדן וועגן עולמות - אז יעדער ריר און מחשבה טוט עפעס א פעולה אין די ״עולמות עליונים״, פון וואס עס איז דא א מספר ״עד אין קץ״.

ט"ס: וואהה. ווי מער איך הער די סארט צאמשטעלן, און עפעס הייבט מיר אן טאטשן אז די ספרי חסידים רעדן נישט 'אזעלכע' דמיונות 'נאך אלעם' כאפט מיר א ציטער.

פריינט: סאיז דא א וועלט מיט השגות וואס הייבט זיך אן דארט וואו אונזערע חשבונות מיט שכל און לאגיק ענדיגט זיך... נישט אז איך בין יא דארט. כקען אבער אזעלכע וואס זענען יא דארט

ט"ס: ווען דו זאגסט 'דארט'. וואו אהין מיינסטו? אין עולם המחשבה אין א גייסטיגע בחינה? אדער א ערדישע בחינה-שאול תחתית. לול. כ'מיין, איך טראכט אסאך מאל וועלכע וועלט געט מער א באפרידיגונג פאר די תאווה פון נוצן די קאפ אויף צו טראכטן און זיך דערקוויקן דערמיט. די חסידישע ספרים, און ספרי אמונה ודעות פון די ראשונים? אדער די פיליזאפיע און סייענס וועלט פון די גוים? די חכמה בגוים תאמין, פון אונזער פארגעשריטענע וועלט. (לאז אויס די רוחניות דערפון און די שכר דערויף)

פריינט: ״דארט״ איז דאס פלאץ וואו מען איז פריי, וואס איז העכער ווערטער. סקען זיין שכל אדער הרגש. די באפרידיגונג אויף דער טראכטן תאווה איז פאר יעדן אנדערש. די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס זענען בעצם נישט קיין סתירה איינע צו דער אנדערער. עס ווענדט זיך אין דיר, דיין געשמאק, דיין מהות. מען פרובירט דאס און יענץ, ביז מען טרעפט וואס ארבעט. רוחניות און שכר? נע, מ׳רעדט דאך נישט פון שעם יעצט. איך שטיי געווענליך נישט איין צו לאנג אויפן זעלבן פלאץ.
------------------------------
"תורה מסיני" און "וואס (אויב בכלל עפעס) וויל גאט" זענען באמת צוויי באזונדערע נושאים. ווייל אפילו נאך דעם וואס מיר וועלן מסכים זיין איבער מעמד הר סיני, ווייסן מיר נאך אלץ נישט וואס ער וויל. פון דער תורה גראד ארויס איז זייער שווער צו פארשטיין וואס דער מחבר וויל למעשה. כמעט יעדע הלכה הייבט זיך אן מיט א מחלוקת. ביז וואו ווייט צוריק מיר קענען נאר גיין, זענען געווען מחלוקת און צדדים. קוק נאר ווי ריזיג גרויס די תורה'דיגע ליטעראטור איז. יעדעס נייע מציאות און היכי תמצא וואס קומט אויף, האט באלד פינף שיטות להלכה למעשה. און דאס שענסטע פון אלעם איז, אז אלע בעלי פלוגתא אין אלע דורות האבן מסכים געווען צום כלל פון "אילו ואילו". אינגאנצן משוגע זענען זיי אלע דאך נישט געווען.

מעמד הר סיני איז נישט קיין פאקט ווי אז די זון שיינט יעצט, ווייל די זון זע איך, און מעמד הר סיני - נישט. ס'איז אבער זייער מסתבר אז ס'איז געשען. ווען מיר האבן א ספק, גייט מען לויט וואס לייגט זיך צום מערסטנס אויפ'ן שכל. ווען מיר האבן א מסורה אז טויזנטער מענטשן האבן אויפאמאל געהאט די זעלבע איבערלעבעניש, איז מורא'דיג שווער עס אוועקצומאכן. ווייל ווען זאל דער ליגנט האבן פאבריצירט געווארן? וואו ווייט צוריק מיר זאלן נאר גיין, זינגט מען דעם זעלבן ניגון, וועגן א מסורה וואס הייבט זיך אן מיט עפעס וואס איז "געזען געווארן", דאס הייסט, אליין איבערגעלעבט געווארן, דורך טויזנטער מענטשן. דער בראשית פון דער מסורה הייבט זיך אן מיט טויזנטער מענטשן. ווער און ווען האט די מעשה אויסגעטראפן?

די גרעסטע פראבלעם, באמת, מיט מתן תורה איז דער אופן ווי די געשיכטע ווערט געשילדערט - אז עס איז געשען אויף אן איבערנאטירליכן אופן. נו, מיר זעען דאך נישט אז אזעלכע זאכן זאלן געשען היינט. במילא, אדער ווייזטו מיר איבער מיט ראיות ברורות אז ס'איז געשען, אדער איז עס א שיינע פאלקלאריסטישע מעשה. אבער פון דער אנדערער זייט, געפינען מיר אין דער היסטאריע נישט נאך א פאל אז א רעליגיע זאל זיך אנהייבן מיט דער עדות'שאפט פון טויזנטער מענטשן. יעדע אנדערע מסורה הייבט זיך מיט איינעם, אדער א פאר מענטשן, וואס האבן געזאגט אז זיי האבן געזען אדער געהערט. אויב די מענטשן זענען געווען גענוג כאריזמאטיש, אדער האבן באוויזן מופתים, האבן מענטשן געגלייבט און זייערע תורות זענען אנגענומען געווארן. דא איז אבער נישט די זאך אז די אידן האבן געהערט פון משה, נאר אז זיי האבן אלע געהערט. היות מעמד הר סיני איז דער איינציגער אזא פאל -- דער איינציגער פאל וואס טענה'ט איז אליין עקספיריענסד געווארן דורך אלע וואס זענען אנוועזנד געווען -- איז מורא'דיג רחוק צו זאגן אז ס'איז א באבע מעשה. איי, די ניסים (און אנדערע קשיות)? איז עס א גוטע קשיא... אבער אויב וויל מען אויסקלויבן צווישן די צדדים, איז מער מסתבר אז ס'איז יא געשען, ווי אז נישט. ס'איז ענליך צו א קאנספיראציע טעאריע, וואס שטעלט רוב מאל אוועק זייער גוטע קשיות. אבער למעשה איז זייער הסבר נאך ווייניגער מסתבר ווי דעם וועלכן זיי פרובירן אפפרעגן -- שוין מיט די גוטע קשיות.

די שאלה איז נאר וואס איז דארט געשען. און דאס ווייס איך נישט. איך גלייב אז ס'איז געווען אזא מין השראה, אן עקספיריענס, וואס האט באפאלן דעם גאנצן עולם דארט. ס'איז נישט פאראן אויף דער וועלט א זאך וואס איז פאר א מענטש מער איבערצייגעוודיג ווי א "דיירעקט עקספיריענס" (כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו פארטייטשן אויף אידיש.) א מצב אדער סיטואציע קען זיין פרייליך. אבער גארנישט קומט נישט צו דיין אייגענער איבערלעבעניש פון פרייד. דו קענסט מסכים זיין אז א מצב כזה וכזאת איז א פרייליכער מצב. ס'וועט אבער קיינמאל נישט צוקומען צו דער זיכערקייט, אמת, קלארקייט און איבערצייגונג פון דיין פשוט פילן, איבערלעבן, שמחה.

איינע פון די "אלטערנאטיווע" הסברים וואס ווערן געגעבן צו מעמד הר סיני איז אז כל הקהל הקודש האט געגעסן "מאשרומס" און אוועקגעפלויגן אויף א טריפ. אלעס פיין און וואויל. אבער אויף אזא טריפ האט יעדער מענטש אן אנדערע עקספיריענס. צו זאגן אז *יעדער* דארט האט געזען די זעלבע זאך איז סתם אן אומזין. דאס מציאות ווייזט אנדערש.

אבער, ווידעראמאל, דאס אלעס רעדט נאר פון מעמד הר סיני, וואס אפילו מיר נעמען אן אז ס'איז זיכער געשען, נישט נאר אז ס'איז "מסתבר" (לאמיר זאגן אז סייענס קומט אויף מיט א טעכנאלאגיע צוריקצוברענגען ווערטער וואס זענען געזאגט געווארן פאר דריי טויזנט יאר צוריק), פארשטייט מען נאך אלץ נישט וואס דאס מיינט פאר אונז למעשה. דו רעדסט וועגן אנדערע רעליגיעס און פילאסאפישע שיטות. אבער די קשיא הייבט זיך אן נאך פריער. ווייל אין יהדות גופא האבן מיר שיטות, און אין יעדער שיטה פאר זיך זענען ווייטער דא מערערע וועגן. יעדע שיטה און אפצייג פון שיטה טענה'ט אז דאס מיינט דער פסוק. און נישט נאר יעדע שיטה, נאר יעדע פון די דריי מאנאטעאיסטישע רעליגיעס טענה'ן אז דאס זאגט די תורה.

און דער תירוץ איז, אז זיי זענען אלע גערעכט. די תורה זאגט טאקע סיי דאס, סיי יענץ -- און ביידע היפכים אויפאמאל אין דער זעלבער צייט (ויקרא שמה בישראל "קוואנטום תורה"). דאס אלעס האט ווייניג שייכות מיט דעם וואס דער אויבערשטער "וויל". "הסתכל באורייתא וברא עלמא" מיינט גענוי דאס: די תורה האט זיך אנגעהויבן מיט א קאמפאקטער, אומבאגרייפליך קליינעם "קערנדל" וואס האלט אין איין זיך אנטוויקלען. עס צעבלאזט זיך און עקספאנסירט, עפעס כעין דעם סיסטעם פונעם "ביג בענג".

ס'איז אבער דא איין כלל וואס איז א יסוד אין דער בריאה, און דאס איז: סדר, א סיסטעם, ארדענונג. די בריאה און איבעראל אינערהאלב דער בריאה, אויף יעדן שטאפל פון עקזיסטענץ, איז דא א "סדר". דאס איז אמת פאר חיות, און אפילו ביים אטאמישן שטאפל פון עקזיסטענץ. יעדער און אלעס פירט זיך מיט סיסטעם פון זייערע אייגענע כללים און געזעצן. איבעראל זענען פאראן אנדערע סיסטעמס מיט אנדערע כללים. א סיסטעם איז אבער איבעראל פאראן. אפילו אנארכיזם איז אין תוך גענומען נישט דאס זעלבע ווי כאאס, ווייל אנארכיזם האט דאך אויך כללים און געזעצן. "אנארכיזם" איז בעצם א "לעיבל" פאר א סיסטעם וואס איז פונקט פארקערט ווי דיינס. אבער א סיסטעם, יעדנפאלס, איז ער.

במילא איז זייער שכל'דיג צו זאגן אז א מענטש זאל מיטגיין מיט דעם -- מיט דעם עצם סיסטעם-קאנצעפציע. דער פאקט איז דאך אז די בריאה איז אויף דעם מיוסד (צי ווייל גאט דער בוגימען האט אזוי געוואלט, צי ווייל עוואלוציע האט אזוי געפירט -- איין נפקא מינא.)

מען קען נישט זאגן אז איין סיסטעם איז בעסער ווי דעם צווייטן. יעדער סיסטעם איז גוט פאר וואס ער איז גוט. יעדער סיסטעם פון געזעצן האט גוטע לאגישע הסברים פארוואס און מיט וואס ער איז גוט, און מיט וואס ער איז נישט גוט. במילא קען מען קיינמאל נישט באשטימען: דער סיסטעם און גוט, און יענער איז שלעכט. די איינציגע לעגיטימע פראגע איז נאר: וואס איז גוט פאר *מיר*? וואס ארבעט פאר מיר? היות מיר זעען אז די עצם טבע פירט זיך מיט א סדר -- אז אלעס האט א סיבה -- איז נישט מסתבר אז עס געשעען דא טעותים און צופאלן. אויב איך בין געבוירן געווארן אין דעם חסידישן סיסטעם, איז עס לכאורה א תוצאה פון דער סיבה וואס האט מיך דא אראפגעטריבן אין דע פוירסט פלעיס. (איך רעד יעצט נישט פון צופרידנקייט, סיפוק, און די זאכן. ס'איז א נושא פאר זיך. יעצט רעד איך פון דער לאגיק שבו.)

וואס טוט מען אויב "מיין" סיסטעם ארבעט נישט פאר מיר? זעצט מען זיך אוועק מאכן דעם חשבון *וואס* ארבעט דא נישט -- וואס באדערט מיך, וואס שטייט מיר אין וועג. איינמאל דאס ווערט קלאר (אדער קלארער), נעמט מען שריט אין יענער ריכטונג. די נקודה איז נישט צו גיין לכבוד דעם איבערקערן די וועלט (מאכן א שטורעם אינעם סיסטעם) און וויי טאן מענטשן -- אריינגערעכנט זיך אליין. סוף כל סוף, טוט מען וואס יעדער מוז בהכרח במילא טאן: אביסל טוישט מען, און מיט'ן איבעריגן איז מען משלים. דאס איז אן אייביגער כלל איבעראל. מען פרובירט בעסער מאכן, און וואס עס גייט נישט, לאזט מען לויפן -- אויף דערווייל. (טוישן סיסטעם איז א מהלך, אבער נישט ווי א כלל, נאר בפירוש ווי א יוצא מן הכלל. עס זענען פאראן פעלער וואס זענען יוצאים מן הכלל. אבער מיר רעדן דאך יעצט פון די זאך בעצם, נישט פון עפעס פראקטיש.)

מעיקס סענס?



נאר די תורה איז טאקע דאס אלעס. די תורה, אינעם ברייטן זינען פונעם ווארט, איז נישט קיין טרוקענער טעקסט, נאר א דינאמישער פראצעדור וואס האלט אין איין זיך אויסברייטערן און אנטוויקלען. "הסתכל באורייתא וברא עלמא" באצייכנט דעם זעלבן פרעצעדור ווי "ביג בענג". דער ביג בענג האט זיך אנגעהויבן מיט א נקודה וואס האט אנטהאלטן אלעס וואס איז שפעטער נאכגעקומען (און וועט נאך נאכקומען אין עתיד). דער ביג בענג באצייכנט דעם אנהייב פון דעם אנטוויקלונגס פראצעס, וואס האלט נאך היינט אן. איך ווייס נישט צי יענער מדרש רעדט פונעם זעלבן ביג בענג ווי פיזיקס היינט. איך ניץ דעם ביג בענג נאר אלץ משל. די תורה, לפי זה, איז אלעס וואס געשעט און וועט געשען -- אלעס, אלעס.
----------------------
נעווער מיינד דעם לעצטן שטיקל. ער האט זיך אריינגע'גנב'ט בטעות

ט"ס: געוואלדיג. איך גיי עס נאך אפאר מאל אדורך לייענען. דיינע ווערטער זענען מתוקים לחיך.
פלוס - די לעצטע איינגעריגלטע איידער 'די תורה פאראגראף' פארשטיי איך נאכנישט אזוי גוט, לאמיך עס איבערזאגן און זאג אויב כ'האב עס געכאפט:
האסט געזאגט, אז יעדע סיסטעם האט חלקים אמת און חלקים נישט אמת, אויב זע איך אז איך בין געבוירן געווארן למשל ביי חסידים, איז עס פאר די זעלבע תוצאה פון די ריזן פארוואס איך בין בכלל באשאפן געווארן. אויב זע איך אז איך געפין מיך נישט דאס פלאץ, איז מסתמא פשט אז איך ברויך מאכן א חשבון וואס זענען די זאכן וואס באדערן מיר, און טאקע עס פאררעכטן, וויפיהל מעגליך. (אפ' אויב דאס מיינט אז איך דארף אינגאנצן איבערלאזן דעם סיסטעם (?) אויב איז נאר דאס די אופן וויאזוי איך וועל צופרידן ווערן)

איי, אפשר איז די וועג, גענצליך איבערצוטוישן אונזער סיסטעם, אויב האט עס אזויפיהל לעכער, (ווי דו רופסט עס אן "טוישן דעם סיסטעם" אויף דעם זאגסטו אין די איינגעריגלטע, אז דאס שוין נישט! ווייל מ'קען נישט טוישן א כלל (לכאורה, וויבאלד אויב האט זיך עס אזוי אויסגעשטעלט, אלס תוצאה פון דעם סיבה וואס האט אונז אלע - די גאנצע וועלט - באשאפן, דארף עס אזוי אויסצוזען אלס א כלל. ממילא איז די איינציגע וועג אליין אוועקצוגיין, נעמליך - אלס יוצא מן הכלל..

אבער פירסטו אויס, נאכאלץ זענען פארהאן פעלער וואס זענען א יוצא מן הכלל, וואס דאן דארף מען יא טוישן דעם גאנצן כלל (דיקטאטורשאפט, נאציזם, קאמיוניזם, פאשיזם וכו' ?) אבער.... "אבער מיר רעדן דאך יעצט פון די זאך בעצם, נישט פון עפעס פראקטיש" דא האב איך עס שוין פארלוירן. דא דארף איך אביסל הסבר.. מעגליך איך האב עס שוין פריער פארלוירן. זאג דו מיר!

איבעריגס וועט נאכפאלגן. מיט עהרע.
-------------------------
סתם אזוי אינמיטן ארבעט פאלט מיר ביי א קלייניגקייט.
געדענקסט איינע פון מיינע ספיקות, איז געווען, מעגליך אז דא איז די גיהנום פון א אנדערע/פריערדיגע פלאנעט/גלגול.
‫ס'איז מיר אבער נישט אזוי קלאר‬
‫ווייל אין גיהנום איז דאך לויט רוב ספרים א שטראף ארט, וואו מען ווייסט אז מען ווערט געשטראפט‬
‫און קאמען סענס זאגט אויך אזוי‬
‫ווייל אנדערש טוט מען דאך גארנישט אויף מיטן עונש‬
‫אויב ווייס איך נישט אז ס'קומט פאר מיינע עבירות אין א פריערדיגע פלאנעט‬
‫אנדערע*‬
‫נאך מער, אויב זענען די חברה אויף די וועלט - מיט אלפים, און מיידלעך, די צדיקים פונעם אנדערען פלאנעט, דאן זענען דאך די אראבער גערעכט אז מ'באקומט מיידלעך אלס שכר אין גן עדן.

פריינט: נישט דאס געמיינט... מיט "טוישן סיסטעם" רעד איך וועגן דעם צי א מענטש זאל זיך אריבערציען צו אן אנדערן סיסטעם. דאס איז א מעגליכקייט, אבער א גרויסער יוצא מן הכלל. טוישן א סיסטעם דורך א רעוואלוציע און זיין סוקסעספול איז כמעט אוממעגליך. עס ענדיגט זיך נישט גוט פאר קיינעם, און די וואס ווילן טוישן וועלן נישט עררייכן דעם ציל. קאמוניזם האט געהאט א שיינע צאל דערהאבענע אידייען, אבער קוק וואוהין די וואס האבן פרובירט טוישן יענעם (באמת שלעכטן) צארישן סיסטעם זענען אנגעקומען: צענדליגער מיליאנען מענטשן זענען גע'הרג'עט געווארן און דאס לאנד איז עווענטועל געגאנגען חרוב. א סיסטעם טוישט זיך במילא; מען דארף דערלויבן עוואלוציע צו טאן דאס איריגע... קוק ווי אנדערש מיר, די חסידישע געזעלשאפט, איז היינט לגבי 20-30 יאר צוריק. און מיטן פארשריט פונעם אינטערנעט וועלן מיר ביז 5 יאר זיכער אויסזען גאר אנדערש ווי היינט. דוחה זיין דעם קץ קען זיין א סכנה...

"מאכן א חשבון" מיינט נישט דווקא דאס זעלבע ווי "חשבון הנפש" און "פאררעכטן זיך". ס'איז טראכטן אויפריכטיג פינקטליך וואס שטערט מיך יעצט דא -- אן אפילו זוכן די לעזונגען צו די פראבלעמען.
-----------------------------
איך ווייס נישט, און ס'איז זיכער מעגליך אז יא.

לאמיר צוריקקומען צו דעם ביי א שפעטערדיגן שמועס וועגן שכר-ועונש בכלל. מסכים?
זונטאג יוני 02, 2013 9:08 pm#120580
איך בין פארלוירען
זונטאג יוני 02, 2013 9:44 pm#120587
קינות גירושין האט געשריבן:איך בין פארלוירען

גם כי אלך בגיא טמבול לא אירא רע כי הויה עמדי
זונטאג יוני 02, 2013 11:11 pm#120607
אן אמת'ער פריינט? מח שליט?
מאנטאג יוני 03, 2013 12:03 am#120624
כהאב געליינט די ערשטע תגובה סאיז א הערליכער שמועס!
פריינט :like ט''ס :like
מאנטאג יוני 03, 2013 4:52 pm#120819
קינות גירושין האט געשריבן:איך בין פארלוירען

שווער צו גלייבן אז טאמבי האלט נאך יא חשבון ,אבער אפשר פארלאזט ער זיך אז קיינער וועט נישט עכט ליינען ביז צום סוף..
מאנטאג יוני 03, 2013 5:51 pm#120833
אהא.
מאנטאג יוני 03, 2013 6:10 pm#120844
ווער איז ט"ס?
מאנטאג יוני 03, 2013 6:38 pm#120856
איך אויך האט געשריבן:ווער איז ט"ס?


מאנטאג יוני 03, 2013 7:12 pm#120870
כ'מיין אז זייט דו האסט איינגעהאנדלט דעם ניייעם ג"פ פרעס טראק איז די בעטעריס נישט זוי איי אי ייא ,גיי טשעק עס אויס ביי א מעכאניק.
מאנטאג יוני 03, 2013 8:25 pm#120885
די אשכול ווייזט אביסעל די נאטור וויאזוי אונזערע חבירים באנוצען זיך אונעם שטיבעל.
דא אקערט מען אדער עט ליעסט ליפטערט מען דורך יסודתדיגע נושאים רעכטס און לינקס. ווי זענען די חכמים פרעג אפ בוי אויף עפעס.
נאר וואדען קיינער האט נישט קיין צייט אויף לאנגע נושאים. א ליין דא א ליין דארט א תגובה דא דארט. דעטס איט.
מאנטאג יוני 03, 2013 8:57 pm#120893
איך האב געליינט א חלק פון דעם שמועס, איך בין באמת נתפעל פון די כשרונות פון די צוויי געלונגענע דעבאטירער, ט"ס און .... (מ'מעג אויסזאגן, טאמבל סאס?). אבער דאס רירט אן צענדליגער נושאים וואס יעדער פאר זיך פאדערט א באזונדערער אשכול, און טייל דערפון קענען נישט ווערן אויסגעשמועסט ברבים. בכל אופן, א גרויסער ייש"כ פאר ביידע חברים פון וועמען מיר זענען כסדר נהנה.
מאנטאג יוני 03, 2013 8:58 pm#120894
טאמבל סאס, ווער איז דער פריינט? מוח שליט? געב ארויס ווייל אז נישט באקומסט נישט קיין לייק.
מאנטאג יוני 03, 2013 9:05 pm#120898
איך מיין אז סאיז ער אליינס
עניווע וואס בלייבט איז דא א גאט, און וואס זענען זיינע ריספאנסעבילעטיס? און וויפיל קערט ער אויף אונז ? און וויאזוי נעמט מען אן לגבי שיעורים ווי ר חיים נאה אדער חזו״א?
מאנטאג יוני 03, 2013 9:10 pm#120900
האמת ניתן להיאמר, אחר שובי ניחמתו, מזה בן מזה אז כ'וועל ברעכן דעם סוד.

דער ''פריינט'' דאס ביניך יורס טרולי.

און זעצט אייך, פאל נישט אום. זיין הפעלות מיט מיר איז איבער מיינע צימעס ווערק מער ווייניגער.

ט''ס, כאף ביזט מיר מוחל
מאנטאג יוני 03, 2013 9:12 pm#120901
יידל האט געשריבן:טאמבל סאס, ווער איז דער פריינט? מוח שליט? געב ארויס ווייל אז נישט באקומסט נישט קיין לייק.

ער פרעפערירט צו בלייבן אנאנים. דעריבער וויל איך היטן אויף זיין אידענטיטעט.
לייק יא, לייק נישט. דער עיקר אז דו רעדסט פון מיך. נישט אזוי ידען?
אבער אז דו לייקסט שוין יא, זע צו טוישן דיין חתימה צו מיינע.
מאנטאג יוני 03, 2013 9:14 pm#120902
בנימין פרנקלין?

ט"ס האקט, אקעי גארנישט געפרעגט.
מאנטאג יוני 03, 2013 9:14 pm#120904
און ווען יידל פרעגט ווען נישט וואלט ער געווען א קאנדידאט פאר יעדנ'ס פאנטאזיע. סוי ס'בעסער נישט צו פרעגן ווער דער יעניגער איז...
מאנטאג יוני 03, 2013 9:17 pm#120906
זר זהב האט געשריבן:און ווען יידל פרעגט ווען נישט וואלט ער געווען א קאנדידאט פאר יעדנ'ס פאנטאזיע.

ס'איז א פארט פון די שפיל, כאפסט נישט? :)
מאנטאג יוני 03, 2013 9:19 pm#120907
אה נישט געטראכט דערפון, אזוי שטארק נישט צו וועלן דעם כבוד...
מאנטאג יוני 03, 2013 9:38 pm#120912
געציילטע הערות שנרשמו בדרך אגב בעת קוראי בחפזון.

טאמבל סאס האט געשריבן:ט"ס: ‫וואס איך וויל פארשטיין. וויאזוי לעבן אזעלכע מענטשן ווי דיר. וויאזוי קען אזא איינער וואס האט אזא טיפע מח, און האט די קעפיביליטי צו פארשטיין. אפמאכן ביי זיך. "ניין! איך קען נישט און איך דארף נישט אלץ פארשטיין"‬

‫מילא זאכן וואס קיינער פארשטייט נישט! אקעי! אבער זאכן וואס דו פארשטייסט נישט, בלויז ווייל דיינע עלטערן האבן געזאגט אז דו קענסט נישט פארשטיין. מאן יימר זיי זענען גערעכט.‬


פריינט : ‫"נישט פארשטיין" - נישט ווייל מיין טאטע האט מיר אזוי געזאגט. איך בין אליין געקומען צו דער הכרה‬
‫מען לייענט און טראכט גענוג ביז מען אנערקענט אז ס'איז פשוט נישט מעגליך צו פארשטיין ביזן סוף‬

איך אנערקען אז עס איז פשוט נישט מעגליך צו פארשטיין ביזן סוף, אבער דאס איז זיכער אז עפעס איז מעגליך צו פארשטיין. לדעתי, איינער וואס טראכט טיפער און טיפער ביז ער קומט צו צו א נקודה ווי עס איז אוממעגליך צו פארשטיין און דערפאר דרייט ער זיך ארום און זאגט אז אויך אלעס וואס ער האט געטראכט ביז יעצט איז אונטער א פראגע צייכן, האט א פנים וואו איינער וואס האלט אז רעלאטיוויטי איז נישט אמת וויבאלד אויפן קוואנטום לעוועל שטימט עס נישט.
טאמבל סאס האט געשריבן:ט"ס: ‫פאר א מח וואס קען אזויפיהל ארייננעמען און פארשטיין, איז די ערגסטע לעבן, א לעבן ווי די מח איז אין א תפיסה‬

פריינט: נע! ווילאנג מען פילט זיך נאך אין תפיסה ווייסט מען אז מען איז נאכנישט דערגאנגען ביזן סוף‬
‫עס קומט א פאינט ווען מען אנערקענט אז דער אמת איז נישט דא און נישט דארט, און אין דער זעלבער צייט סיי דא און סיי דארט‬
במילא, דעם "אמת" וועט מען נישט טרעפן "דארט"‬
איז א שאד צו גיין וואנדערן...‬

דאס הערט זיך, במח"כ הרב החבר, זייער ניו-עידזשי. כ'טראג דאך יעצט דעם אוואטאר פון דזשעימס רענדי וועל איך נאכזאגן א ווארט וואס כ'האב אמאל געהערט בשמו: "קיינער קען נישט האבן קיין 100 פראצענטיגע קאנטראל אויף ריאליטעט. אבער איך וויל האבן דאס מערסטע קאנטראל וואס שייך און דערפאר וועל איך נאכגיין ריאליטעט דאס מערסטע וואס שייך". צו זאגן אז דער אמת ליגט נישט אין ערגעץ און דערפאר קען מען בלייבן משוקע אין ליגנט מכף רגל ועד הראש האט נישט קיין פשט, נאר אז מען איז אן עקסטרעמער ניהיליסט.

ט"ס: קיינער וועט נישט מחולק זיין און זאגן אז די מעלות פון אונזער סאסייעטי שטייגן איבער די חסרונות וואס ס'ברענגט, אנטקעגן די מעלות וואס די אנדערע סאסייעטיס האבן צו אפפערן.‬

קיינער? איך מיין אז אסאך וועלן זיך מחלק זיין. (וואו איז יאנקל ווען מ'דארף אים ;) ) אמייסטענס קענסטו זאגן אז דו פערזענליך האלטסט אזוי.
פריינט: ‫אבער דו דארפסט געדענקען נאך עפעס. רוב מענטשן טראכטן נישט. במילא, רוב מענטשן וואס זענען נישט צופרידן, איז די סיבה נישט מוח, נאר ווייל עפעס פעלט אים אין לעבן‬
‫נאו פראבלעם. סעים היער‬
איך מיין אז רוב מענטשן וואס זענען נישט צופרידן, ליגט די פראבלעם נישט אין פילאסאפיע נאר עפעס אין לעבן‬
‫און די זעלבע פראבלעמען זענען דא איבעראל, הגם אין גאר אנדערע לבושים‬
‫(איך ווייס אז עס סאונד פאנאטיש עס צו זאגן, אבער איך בין איבערצייגט דערין)‬

נישט נאר עס סאונדט פאנאטיש נאר עס *איז* פאנאטיש זיך איינצורעדן אז די *זעלבע* פראבלעמען זענען דא איבעראל. אודאי זענען דא איבעראל פראבלעמען, אויף דעם בין איך (קיינער?) נישט מחולק. אבער די זעלבע פראבלעמען? אודאי נישט. איי אז עס זענען דא פראבלעמען איבעראל, צו וואס זיך זיכען בעסערע גליקן ערגעץ אנדערש? די תירוץ איז ווייל יעדער אינדיווידואל האט אנדערע פרעפערענצן, און וואס זענען ביי דיר נישט געפערליך קען פאר א צווייטן ברענען די הויט, און ווייס-ווערסע.

ט"ס: ‫אבער צופרידנקייט ווענד זיך דאך אויך, אין ווי שטארק דיין מח פארשטייט.. ד.ה. אפילו אונזער סאסייעטי זאל אפפערן דאס בעסטע צופרידנצושטעלן א מענטש (לפי אירע היינטיגע געזעצן) וועט דער גוטער מח, קיינמאל נישט זיין צופרידן, פשוט ווייל זיין מח כאפט אויף אז עפעס פעהלט דא! עפעס א פארברעכן ווערט געטאן צו אים! הא?‬

פריינט: ‫אויף וויפיל פילאסאפישע קשיות באדערן באמת (און גלייב מיר: מיך פלעגט עס שטארק באדערן) איז די פראבלעם נאר אין קאפ. נו, אין מיין קאפ בין איך דאך פולשטענדיג בה"ב‬


וואס הייסט דו ביזט פולשטענדיג בעל הבית? דו קענסט אנצינדן און אויסליעשן מיינונגען און קושיות ווי זיי וואלטן געווען לייט-סוויטשעס?
פריינט: אבער די מענטשן וואס איך קען ווייס איך דאך יא‬
‫קוק אהער: די קשיות גריזשען נאר דעם מוח. אינעם מוח קענסטו טאן וואס דו ווילסט‬
‫רוב מענטשן טראכטן נישט - אין עני סאסייעטי. א מוח וואס טראכט ליידט בהכרח - איבעראל.‬

מ'קען זיין מחלק אויף דעם הנחה אבער עס זענען דא צוויי סארטן מוח-ליידעניש. איינס איז אויף א צווייטנס מעשים און איינס איז אויף די אייגענע. עס איז א וועלט פון א חילוק צווישן א סאסייעטי וואס דער טראכטענדער מוח איז אין אנגסט פון זיינע אייגענע מעשים הסותרים את מחשבותיו און א סאסייעטי אין וועלכער דער טראכטענדער מוח ליידט פון די ארומיגע'ס מעשים. יחי ההבדל הקטן.

רוב אמת'דיג גוטע קשיות, האבן נישט קיין אמת'ע, ענדגילטיגע תירוצים. דאס איז נישט דווקא לגבי קשיות און סתירות אויף דער תורה, נאר אפילו די סייענטיפישע קשיות -- די זעלבע וואס ווערן פארענטפערט מיט טעאריעס וואס ברענגען אויף סתירות מיט דער תורה -- האבן אויך נישט קיין ענדגילטיגע תירוצים. "עוואלוציע" איז א גוטער ביישפיל. דער ציל מיט דער טעאריע (אינעם ברייטסטן זין) איז צו מסביר זיין וויאזוי די בריאה איז געשען. (דארווין האט טאקע נישט דאס געמיינט ווען ער איז אויפגעקומען מיט דער טעאריע; אבער דאס איז דער ציל פון עוואלוציע היינט.) אבער למעשה, די קשיא ווערט גארנישט גרינגער נאך עוואלוציע. די טעאריע טוט אזויפיל אויף, אז עס שטעלט איין א געוויסע ארדענונג אינעם פראצעס, אינעם וויאזוי. עס פארענטפערט אבער נישט די אייגנטליכע יסודותדיגע קשיא: וויאזוי איז עס געשען? וואס האט געפירט דערצו? ווילסט זאגן אז ס'איז נישט געשען פון איין רגע אויף דער אנדערער? פיין. אבער פארט, וויאזוי איז עס געשען? וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן? ווער/וואס האט באשאפן דעם פראצעדור?

פרעגסט גוטע קושיות, אבער ביזט נישט גערעכט. ערשטנס, עוואלוציע געבט זיך בכלל נישט מיט אביאגענעסיס נאר מיט די רגע דערנאך און דאס איז נישט די ציל פון עוואלוציע, כאטש עס איז יא די ציל פון די סייענס פון ביאלאגיע. אבער די סיבה פארוואס עס איז די ציל פון בילאגיע איז וויבאלד - און דאס איז א נקודה וואס לדעתי האסטו פארפעלט - וויבאלד ביז דארט האבן מיר שוין ענדגילטיגע ענטפערס! מיר פארשטייען שוין אזוי גוט אז די צייט איז רייף זיך צו נעמען צו די סאמע שווערסטע שאלות! און דאס ברענגט מיך צו מיין צווייטע נקודה, טראכט נאר א רגע וויאזוי דער טראכטער וועלכער האט געלעבט בעפאר דארווין האט זיך געפלאגט מיט דאפלט די קושיות וואס דו האסט אויסגערעכנט. און דער הרב פריינד פון די 19'טע יאר הונדערט האט מסתמא געזאגט די זעלבע זאך "רוב גוטע קושיות האבן נישט קיין אמת'ע ענדגילטיגע תירוצים", און אינעם חשבון אריינגערעכנט די דיווערסיפיקעשאן אף ספישיס וכו'. קנאפע צוויי הונדערט יאר שפעטער, און די וועלט האט שוין אראפגעשניטן מיט אן ענדגילטיגקייט האלב פון די קושיות. האלט אויס רואיג, און you might get surprised. אז נישט דו, דאן דיינע אייניקלעך.
מיין פאינט איז, אז דאס אליין, אז די אייביגע פראגן האבן נישט קיין גוטע תירוצים, איז נישט קיין פענאמען דווקא אין אידישקייט, נאר אן אוניווערסאלער פאקט. די סיבה פארוואס מיר האבן אנגענומען די תורה, איז נישט ווייל עס "שטימט". מיר, ווי א פאלק, האט זיך אנגעהויבן מיט דעם: קבלת התורה. ס'איז נישט וויכטיג וואס ס'איז געשען ביי יענעם מעמד. וויכטיג איז דער פאקט וואס דער גאנצער עולם האט, מאיזה סיבה שהיא, אנגענומען דעם דאזיגן "סעט אוו רולס" אלץ זיין קאנסטיטוציע (וואס לאזט זיך טאקע אויסטייטשן אויף אזויפיל אופנים).

דאס איז אבער א נייער רעליגיע. דאס איז נישט ארטאדאקסיע. דיין נייע רעליגיע נעמט אריין שמירת תורה ומצוות, אבער מיט ארטאדאקסיע האט עס גארנישט איינגעלייגט, ווייל ארטאדאקסיע לייגט א גרויס דגוש אויף וואס האט דאן פאסירט.
די "תירוצים" אויף די קשיות וואס עוואלוציע און ארכעאלאגיע ברענגען אויף זענען טאקע נישט מער ווי דאס: תירוצים. דער עיקר פראבלעם ליגט אין די קשיות. דער איינציגער מהלך וואס ארבעט -- כלפי דער תורה ווי לגבי דער וועלט בכלל -- איז זיך צו צעברייטערן דעם מוח אזוי ווייט, ביזן אנקומען צו א פלאץ וואו קשיות און תירוצים זענען גוט פאר מוח איבונגען און גייסטיגער הנאה. קשיות זענען נישט קיין שטערערס און תירוצים זענען נישט קיין לעזונגען. די וועלט איז סך טיפער ווי די פאקטן וואס שטימען אונז נישט.

ווידער מיט די ניו-עידזש מעשיות. ניו,עידזש ארבעט ביים קוואנטום לעוול. עיין לעיל. נישט חלילה אז איך ערלויב דיר נישט צו האלטן אזוי, אבער כ'שפיר (נישט כ'טראכט, דייקא "כ'שפיר") אז עס קומט פון דיין הרגש, נישט פון דיין מוח.
די פראבלעם וואס מיר האבן מיט מציאות השם איז דאס, אז די קאנצעפט פון א גאט איז ביי אונז זייער מגושם געווארן. מיר זוכן באווייזן אז "ער עקזיסטירט", אין דער צייט וואס ס'איז נישטא נישט קיין "ער" און נישט קיין "עקזיסטענץ". ביידע זענען באגריפן וואס הייבן זיך אן נאך דעם וואס ס'איז שוין דא א בריאה. די איינציגע זאך אין וואס מען קען פילאסאפירן איז איבער א "סיבה ראשונה". און לגבי דעם פארשטיי איך נישט דעם צד וואס וויל זאגן אז ס'איז נישט געווען. מיר זעען דאך אז יעדער אויסגאנג האט א סיבה, א כוח וואס האט עס געברענגט אדער גורם געווען. צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...

:like

פון דא און ווייטער האב איך נישט פונטקליך געכאפט וואס זאגט ט"ס און וואס זאגט הרב פריינד, אויב קענסטו ר' ט"ס עס קלארער מאכן וואלט געווען א גרויסער ענין.
מאנטאג יוני 03, 2013 9:43 pm#120914
פאר די רעקארד: מיינע הערות ביז דא זענען נאר אויפן ערשטן תגובה. הערות אויף די קומענדיגע תגובות וועלן נאכפאלגן אי"ה בל"נ.
מאנטאג יוני 03, 2013 9:49 pm#120917
צו גיין זאגן אז דער אייגנטליכער יסוד, די ערשטע נאטור געזעץ, זאל האבן געשען אויף אן אופן וואס איז סותר דעם אופן וויאזוי נאטור געזעצן פונקציאנירן, איז ממש אבסורד. ס'איז ווייניגער ראציאנאל ווי גלייבן אין מעמד הר סיני...

איך כאפ נישט פארוואס ווען דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה איז 'גאט' דאן האסטו נישט קיין פראבלעם אז עס/ער האט אייביג עקזיסטירט און עס/ער איז סותר די טבע, ווייל ער איז דאך העכער ווי די טבע אליין, אבער אויב דער סאמע ערשטער סיבה ראשונה זענען די חוקי הטבע, נאר דעמאלט ווערט אבסורד צו זאגן אז די חוקי הטבע האבן אייביג עקזיסטירט. הצד השוה שבהן, מיר ווייסן נישט וואס גאט מיינט, מיר ווייסן אויך נישט וואס חוקי הטבע מיינט. ביידע האבן אייביג געקענט עקזיסטירן, אזוי לאנג ווי מיר האבן נישט קיין פרוף אויף פארקערט.
פרייטאג יוני 07, 2013 2:45 am#122720
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה.

אה, ענדליך! עפעס הייבן מיר שוין אן זיך צו פארשטיין. אלזא, דו פארשטייסט אז די מאלפע טעאראם איז אזא בדיעבד תירוץ, ווען מ'האט נישט קיין אנדערע אויסוועג. נאר אין א פאל וואס מ'טרעפט דעזיין אויף א פלאנעט וואו מען איז זיכער (כלשונך) אז עס איז נישטא קיין דעזיינער, אין דעם פאל פון מיין משל איז עס מענטשן, נאר אין אזא פאל נעמען מיר אן בלית ברירה דעם מאלפע טעאראם. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב ווען מיר זעען דעזיין איז אונזער ערשטע החלטה אז עס איז געווארן דעזיינט, און נאר נאכדעם וואס די דעזיין הייפאטעטיס שטימט נישט וועלן מיר גיין צום מאלפע טעאראם, לאמיר ארייננעמען די חוקי הטבע אין בילד. די חוקי הטבע זעען אויס דעזיינט, און דער טעאיסט נעמט אן אז עס איז טאקע דעזיינט און עס האט א דעזיינער, יעצט דארף דער אטעאיסט מוכיח זיין אז דער דעזיינער היפאטעטיס שטימט זיכער נישט און ערשט נאכדעם קען ער בלית ברירה אננעמען די מאלפע טעאראם! אלזא, ווי לאנג דער אטעאיסט ווייסט נישט אויף זיכער אז גאט עקזיסטירט נישט, (און כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין הוכחה דערצו) פארוואס גייט ער צום מאלפע טעאראם? ווער זאגט אז גאט איז נישט קיין גוטע הסבר פאר די דעזיין וואס מיר זעען?
יאיר, דו זאגסט ווידער גוט! אבער, פארשטייט זיך ס'דארף אלעמאל זיין א אבער, שתי תשובות בדבר, איינס מ'קען מחלק זיין ציווען א דיזיינער טבעי און א דיזיינער אל טבעי, און אין אקקאמס ראזאר, קומט לדעתי קודם א מענטשליכע נאטורליכע דיזיינער, דערנאך עניטינג וואס קען געשעהן ביי טשאנס, און ערשט דערנאך עניטינג למעלה מדרך הטבע. צוויי, איך מיין אז מאטעמאטיש גערעדט אפילו טרילאנען יאר בויעט זיך נישט קיין הויז מיט שטיינער, צעמענט, געפלאסטערטע ווענט, דאס געשעהט נישט ביי טשענס, נישט קיין חילוק וויפיל צייט און מאל דו טרייעסט, משא"כ אז מיר ווייסן אז א ביג בענג האט פאטענציאל ארויסצוגעבן חוקים, נאר ס'געשעט איין מאל אין כפליים כיוצאי מצריים אז ס'שטעלט זיך אויס אויף א קאמפריהענסיוו וועג, און אפשר איז דאס מער מעגליך ס'זאל געשעהן.
יאיר האט געשריבן:וועגן דיינע איבריגע נקודות. יא די חוקי הטבע רוף איך דעזיין מיט דעם אז זיי ארבעטן אויף א סדר און מיט הארמאניע. אבער איך האב א גאנצע צייט פארשטאנען אז מיר זענען פאראייניגט אויף דעם פרט, די איינציגע שאלה איז נאר צו ווייל עס זעט אויס דעזיינט איז עס טאקע דעזיינט אדער אפשר איז די דעזיין נאר אן אילוזיע און באמת איז עס די תוצאה פון מיליאנען קלאפערייען פון מאלפעס.
וועגן צודעזיין איז מוכיח א דעזיינער וועל איך נישט יעצט אריינגיין. סיי ווייל איך וויל איך האלט אז סוף כל סוף זאגט אינטואיציע אז ס'איז יא דא א דעזיינער אפילו לאגיש קען איך עס נישט מוכיח זיין
יא יא, אבער נישט דאס איז די מדובר דא.
יאיר האט געשריבן: און סיי וועל איך וויל נישט דו זאלסט זאגן אז א פלעשל טינט האט זיך אויסגעגאסן און האט געשריבן דעם תגובה. :)
ווער ביסטו בכלל, נישט מער ווי א מאניפעסטאציע פון מיין דמיון...
פרייטאג יוני 07, 2013 2:47 am#122721
אזוי שפעט אין דער נאכט אריין שרייבט מען אזאנע טיפלבנה'דיגע תגובות!!

מי כעמך ישראל, עם חכם ונבון!
פרייטאג יוני 07, 2013 2:52 am#122722
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:דאס וואס דו זאגסט איז עפעס אנדערש, אז פארוואס זעט אויס אונזער וועלט וואונדערבאר פאר אונז, ווייל מיר געפונען זיך אין איר, מ'קען טאקע אזוי זאגן, אבער פון די אנדערע זייט קען א ביג בענג גיין אלע וועגן, וואס באשאפן נישט גארנישט, נישט נאר אז זי באשאפט נישט א וועלט וואס מיר קענען פארשטיין, נאר בכלל, די קעיק געלונגט נישט און ס'איז ווייטער תוהו ובוהו, איי האופ איי מעיק סענס העיר.

לויט ווי איך פארשטיי מיינט נישט קול דודי די אנטראפיק פרינציפל, נאר ער וויל עפעס זאגן אז די טבע אליין עקזיסטירט, און עס איז נישט שייך צו פרעגן אויב דאס איז דעזיין אדער נישט דעזיין, חכמה אדער טפשות. אזוי איז עס און אזוי וועט עס זיין. (האב איך גוט מסביר געווען דיין שטעלונג, קול דודי?)

איך האב פארשטאנען אז מיט די פאדעל מיינט ער צו זאגן אז ס'גארנישט דא קיין חכמה אינעם יוניווערס, דאס וואס מיר פריסיווען אלס חכמה איז נישט מער ווי די פאדל, וואס זעט אונז אויס ווי חכמה ווייל מיר געפינען זיך אין דעם, און בעצם יעדע אוטקאם פון יעדע ביג בענג (אויב\ווען ס'זאל געשעהן) איז בורא א וועלט וואו די איינוואינער פון יענע וועלט רעדן זיך איין אז ס'איז חכמה. אויף דעם האב איך געזאגט אז נישט יעדע טערעטישע ביג בענג באשאפט א וועלט מיט פיזיקס וואס האט א קיום.
פרייטאג יוני 07, 2013 2:53 am#122723
זר זהב האט געשריבן:אזוי שפעט אין דער נאכט אריין שרייבט מען אזאנע טיפלבנה'דיגע תגובות!!

מי כעמך ישראל, עם חכם ונבון!

דער נאכט פויגל זעט בעסער ביינאכט.
פרייטאג יוני 07, 2013 11:33 am#122775
געפילטע פיש האט געשריבן: אויף דעם האב איך געזאגט אז נישט יעדע טערעטישע ביג בענג באשאפט א וועלט מיט פיזיקס וואס האט א קיום.


איך זאג אינגאנצן להיפך. דער ביג בענג האט נישט באשאפן די טבע ("פיזיקס"); די פאדל האט נישט אויסגעפארעמט די לאך! די לאך איז געווען דארט אייביג, אין די פאדל האט זיך בהכרח אויסגעפארעמט ווי די לאך.
פרייטאג יוני 07, 2013 11:44 am#122777
יאיר האט געשריבן:יעצט פארשטיי איך בעסער וואס דו זאגסט. יעצט לאמיר דיר פרעגן, איז לויט דיר בכלל דא אזא זאך ווי חכמה אויף דער וועלט? אויב יא, ווי אזוי איז פלוצלינג אריינגעטאנצן חכמה אין א וועלט וואס האט גארנישט מיט חכמה


נישט זיכער אז איך פארשטיי די קשיא. וואס מיר רופן אן סדר, חכמה, כאאס, נארישקייט אין אלעס אנדערש זענען אייניגשאפטן פונם *פאדל* וואס איז אויסגעפארעמט לויט דער לאך. וואלט דער לאך געווען אנדערש וואלט "סדר, חכמה, כאאס, נארישקייט אין אלעס אנדערש" געמיינט עפעס גאר אנדערש אויך.
פרייטאג יוני 07, 2013 12:01 pm#122781
קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?
פרייטאג יוני 07, 2013 1:44 pm#122804
צו ערגעץ ציהלט ער, איך ווייס נאכנישט וואו....
פרייטאג יוני 07, 2013 3:16 pm#122850
יאיר האט געשריבן:קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?


גענוי אזוי! יישר כח פארן שיין ארויסברענגען.

די אייגנשאפט וואס מיר ריפן אן "חכמה" איז מיינונגסלאז אהן דעם אור המקיף ("לאך", "טבע") וואס איז אונז באקאנט.
פרייטאג יוני 07, 2013 5:17 pm#122889
קול דודי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?


גענוי אזוי! יישר כח פארן שיין ארויסברענגען.

די אייגנשאפט וואס מיר ריפן אן "חכמה" איז מיינונגסלאז אהן דעם אור המקיף ("לאך", "טבע") וואס איז אונז באקאנט.

מיר איז אויך משמע אז חכמה איז נישט מער ווי אויסרעכענען די מציאות/טבע אדער וואטעווער. עס קען דעריבער נישט זיין חשובער ווי די זאך וואס עס רעכענט אויס.
בהרחבת ביאור. חכמה איז ווי מען קלאסיפירט אין דעפינירט אלע פונקטליכע הגדרות פון עקזיסטענץ. פארשטייט זיך אז א חלק פון די הגדרה פון יעדע זאך איז וויאזוי עס פירט זיך אויף און אלע סארטען אומשטענדן. וואס געשעהט ווען עס איז אין א קאלטע פלאץ וכו', וואס געשעהט ווען די מציאות פון די בריאה איז נשתנה געווארן באופן וואס מיר רופען שנוי זמן. חכמה איז דאס אוועקשטעלן די פונקטליכע מציאות וויאזוי דאס איז דא- דארט, היינט- מארגן. מיר זענען צוגעוואוינט צו זאגן אז חכמה זאגט predictions. באמת איז דאס פשוט אפגעטייטש די הגדרות פון די זאך אויף אלע אופנים און אלע circumstances. ווען איך זאג אז אייז לאזט זיך אויף ביי א געוויסע טעמפרוטאר, איז עס פשוט אפגעטייטשט די הגדרה פון די כעמישע באשטאנדטיילן פון אייז. דהיינו אז די באשטאנדטיילען האבען אזא און אזא לעוועל פון ענערגיע, און דערפאר ווען עס קומט אן אנדער ענערגיע וואס איז שטערקער פון דעם לעוועל, לאזן זיך די עלעמענטן אפ איינער פון אנדערן. עס איז אייביג נישט מער ווי א גיטער פונקטליכער אפטייטש פון די מציאות. וה"ה ווען מען זאגט predictions. מען פארטייטשט גענוג גוט אפ די לעוועל און אויסשטעל פון די ענערגיע דערפון, וועט מען פארשטייט זיך וויסן ווען און וויפיל אנדער ענערגישע כוחות טוישען איר. זמן איז דא נישט מער ווי א געוויסע set פון circumstances.
קומט אויס אז דער פאקט איז קעניג.
די גאנצע ארבעט פון חכמה איז אוועקצונעמן די טעותים וואס האבן זיך אריינגעווארצעלט אין מיין קאפ. איך בין פשוט מסדר ריכטיג וואס איך זעה באמת. די פראסעס אף עלימינעישאן איז אוועקנעמען די נישט ריכטיגע דעפינישען'ס פון זאכן. נאכ'ן עלימינרען די טעותים בלייב איך פשוט איבער מיט'ן פשוט'ן פאקט/טבע/מציאות. וואס איז שוין די גדולה מיט דעם. עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביידע רעדט מען סך הכל פון אן עלעפאנט.
עפעס איז דא א מימרא פון ישיע' לייבאוויץ אויף גרשום שלום'ס חקירות אויף קבלה כעין זה.
זונטאג יוני 09, 2013 5:00 am#123040
קול דודי האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:קול דודי, לויט דיר איז חכמה א געוויסע טעכנישע טערמין, אזוי ווי א לאקשן קוגל אדער א ביגל ברעט? איך פארשטיי אז לויט דעם איז נישטא קיין אביעקטיווע חשיבות פאר חכמה מער ווי פאר טפשות. די חשיבות וואס טייל מענטשן געבן פאר חכמה איז א חלק פון א וועג ווי אזוי זייער מוח איז הארד ווייערד צו באטראכטן זאכן. נאכמער, חכמה בעצם האט נישט קיין שום אביעקטיווע באדייט, דאס הייסט, אן די פיזישע אוניווערס איז נישטא אזא זאך ווי חכמה, ריכטיג?


גענוי אזוי! יישר כח פארן שיין ארויסברענגען.

די אייגנשאפט וואס מיר ריפן אן "חכמה" איז מיינונגסלאז אהן דעם אור המקיף ("לאך", "טבע") וואס איז אונז באקאנט.

דיין וועלט אויסקוק איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן. איך וויל פארשטיין, צו איז בכלל דא עפעס וואס האט אן אמת'ע וועליו אין דיינע אויגן? דער ווארט 'חשיבות' עקזיסטירט אין דיין דיקשאנערי? אויב יא, וואס איז אן עקזעמפל פון א חשוב'ע זאך, און פארוואס איז עס חשוב?
זונטאג יוני 09, 2013 5:10 am#123042
מוח שליט האט געשריבן:עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביידע רעדט מען סך הכל פון אן עלעפאנט.

ווער זאגט אז עס ליגט נישט קיין חכמה און חשיבות אין די פעולה פון זען אן עלעפאנט און פארשטיין וואס מען זעט? אויב חכמה האט א חשיבות, רעכנט עס אריין אויך די עקוועישאן פון 2+2=4. פארשטייט זיך אז וואס מער א מענטש פארשטייט אלס מער חכמה ליגט אין אים, און אלס מער חשיבות האט ער - אין מיינע אויגן.
זונטאג יוני 09, 2013 3:06 pm#123163
יאיר האט געשריבן:דיין וועלט אויסקוק איז מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן. איך וויל פארשטיין, צו איז בכלל דא עפעס וואס האט אן אמת'ע וועליו אין דיינע אויגן? דער ווארט 'חשיבות' עקזיסטירט אין דיין דיקשאנערי? אויב יא, וואס איז אן עקזעמפל פון א חשוב'ע זאך, און פארוואס איז עס חשוב?

ס׳ארא שאלה? אוודאי! חכמה, בינה, שירה, אהבה וכו׳ וכו׳ האבן אן ״אמת׳ע״ חשיבות אין מיינע אויגן. אבל דא עקא אז מיין גאווה איז נישט גענוג גרויס מיך אייצורעדן אז דאס וואס האט אמת׳ע חשיבות אין מיינע אויגן וואלט אויך געהאט אמת׳ע חשיבות און מיינע אויגן און אן אנדערע יוניווערס. ס׳איז ביי מיר א דבר פשוט אז נישט. איך וואלט ניטאמאל געהאט אונזער מושג פון ״חשיבות״ כדאי צו קענען שאצן צי עס האט די זעלבע ״חשיבות״ אדער נישט.

באמת, ברויך מען אפילו נישט אנקומען צי אן אנדערע יוניווערס אדער אפילו אן אנדערע וועלט. וואלט איך באלאנגט צו די משפחה פון די מערסטע סוקסעספול בעלי חיים אויף דער וועלט, די וואס זענען די מערסטע אין נאמבערס אין נוצן אויס אלע אנדערע בעלי חיים בכל מיני אופנים אויף צום לעבן (דאס זענען די באקטעריע) וואלט איך געהאט אינגאנצן אן אנדערע מושג פון ״אמת׳ע״ חשיבות אויך. וועסטו געבן וואס די רופסט אן חכמה אדער אהבה פאר א באקטעריע וועט זי נישט וויסן וואס צו טאן דערמיט, און וועסטו איר מסביר זיין וואס צו טאן דערמיט וועט זי מסתם נישט האלטן אז דאס איז ״באמת״ חשוב. (ווייל איר לעבן וועט יעצט זיין מער ווי א מענטשנ׳ס, וואס איז שווערער און ווייניגער סוקסעספול פון א באקטעריע׳ס.)
זונטאג יוני 09, 2013 9:38 pm#123373
קול דודי, מיט דיין ערשטע נקודה בין איך האלבוועגס מודה, ווייל חשוב איז רעלאטיוו, און קודם דארפן מיר וויסן פון וואס די אנדערע יוניווערס באשטייט, נאכדעם קען מען וויסן וואס דארטן איז א חשוב'ע זאך. אבער דיין צווייטע נקודה, וואס איך געדענק עס הערן פון סטיווען דזשעי גאלד, גייט מיר שווער אריין אין קאפ. וואס איז מיר א חילוק ווי אזוי די באקטעריע וואלט אנגעקוקט חשיבות? למעשה זענען מיר קלוגער ווי די באקטעריע, און אויב מיר פארשטייען אז חכמה איז חשוב, מסתם ווייסן מיר בעסער ווי איר. משל למה הדבר דומה, אויב דו זאלסט פרעגן דעם באקטעריע וויפיל איז צוויי מאל צוויי, וועט זי מעגליך ענטפערן זיבן און אכציג. נו, צו מיינט דאס אז זי איז מעגליך גערעכט? אודאי נישט, מיר זענען קלוגער און מיר פארשטייען בעסער. הוא הדין ווען עס קומט צו סאביעקטיווע שאלות פון וועליו און מאראל.
באמת לאמיתו איז דאס אליין אויך שווער, בפרט לויט מאטעריאליזם, ווי אזוי קען דער מענטש וויסן אז זיין מאטעמאטיק איז מער אמת ווי דעם באקטעריע'ס. דאכט זיך מיר אז סטיווען האוקינג דערמאנט די שאלה אין זיין 'קורצע היסטאריע פון צייט', און ער דרייט זיך ארויס אז עס איז מסתבר אז מיר האבן די ריכטיגע מהלך ווי אזוי צו באטראכטן זאכן וויבאלד מיר האבן איבערגעלעבט און צוליב סורווייוועל אוו די פיטעסט איז מסתבר אז אונזער געדאנקענגאנג שטימט די בעסטע. פארשטיי איך נישט קודם, די גאנצע סורווייוועל אוו די פיטעסט איז דאך געבויט אויף היומען ריזאנינג, איז דאך דאס א צירקולער ארגומענט. צווייטנס, מאן יימר אז ווייל מיר האבן איבערגעלעבט זענען אונזערע טעאריעס די מערסטע אמת, אפשר זענען אונזערע מאלפע קוזינעס מער נענטער צום אמת וויבאלד זיי האבן אויך איבערגעלעבט?
זונטאג יוני 09, 2013 9:49 pm#123381
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:פרעגסט גוט, איך טראכט אז מ'סתם וועט מען נוצן אקקאמ'ס ראזאר, אז מיר האבן א בעסערע הסבר ווי אזוי די הויז האט זיך געבויעט, דורך מענטשען. אבער אויב טרעפסטו טאקע א הויז אויף א פלאנעט וואו ביזט זיכער אז קיין לייף איז דארט נישט דא וועסטו מוזן אויפקומען מיט א נייע טעאריע, ודיה לצרה בשעתה.

אה, ענדליך! עפעס הייבן מיר שוין אן זיך צו פארשטיין. אלזא, דו פארשטייסט אז די מאלפע טעאראם איז אזא בדיעבד תירוץ, ווען מ'האט נישט קיין אנדערע אויסוועג. נאר אין א פאל וואס מ'טרעפט דעזיין אויף א פלאנעט וואו מען איז זיכער (כלשונך) אז עס איז נישטא קיין דעזיינער, אין דעם פאל פון מיין משל איז עס מענטשן, נאר אין אזא פאל נעמען מיר אן בלית ברירה דעם מאלפע טעאראם. יעצט וויל איך פארשטיין, אויב ווען מיר זעען דעזיין איז אונזער ערשטע החלטה אז עס איז געווארן דעזיינט, און נאר נאכדעם וואס די דעזיין הייפאטעטיס שטימט נישט וועלן מיר גיין צום מאלפע טעאראם, לאמיר ארייננעמען די חוקי הטבע אין בילד. די חוקי הטבע זעען אויס דעזיינט, און דער טעאיסט נעמט אן אז עס איז טאקע דעזיינט און עס האט א דעזיינער, יעצט דארף דער אטעאיסט מוכיח זיין אז דער דעזיינער היפאטעטיס שטימט זיכער נישט און ערשט נאכדעם קען ער בלית ברירה אננעמען די מאלפע טעאראם! אלזא, ווי לאנג דער אטעאיסט ווייסט נישט אויף זיכער אז גאט עקזיסטירט נישט, (און כפי מיטב ידיעתי איז נישטא קיין הוכחה דערצו) פארוואס גייט ער צום מאלפע טעאראם? ווער זאגט אז גאט איז נישט קיין גוטע הסבר פאר די דעזיין וואס מיר זעען?
יאיר, דו זאגסט ווידער גוט! אבער, פארשטייט זיך ס'דארף אלעמאל זיין א אבער, שתי תשובות בדבר, איינס מ'קען מחלק זיין ציווען א דיזיינער טבעי און א דיזיינער אל טבעי, און אין אקקאמס ראזאר, קומט לדעתי קודם א מענטשליכע נאטורליכע דיזיינער, דערנאך עניטינג וואס קען געשעהן ביי טשאנס, און ערשט דערנאך עניטינג למעלה מדרך הטבע. צוויי, איך מיין אז מאטעמאטיש גערעדט אפילו טרילאנען יאר בויעט זיך נישט קיין הויז מיט שטיינער, צעמענט, געפלאסטערטע ווענט, דאס געשעהט נישט ביי טשענס, נישט קיין חילוק וויפיל צייט און מאל דו טרייעסט, משא"כ אז מיר ווייסן אז א ביג בענג האט פאטענציאל ארויסצוגעבן חוקים, נאר ס'געשעט איין מאל אין כפליים כיוצאי מצריים אז ס'שטעלט זיך אויס אויף א קאמפריהענסיוו וועג, און אפשר איז דאס מער מעגליך ס'זאל געשעהן.

איך וועל דיר ענטפערן שתים שהן ארבע. אויף די ערשטע שאלה, א) אין הכי נמי, אויב איינער האלט אז מאיזה סיבה איז נישט מסתבר צו אינווענטן א כוח למעלה מטבע, קען איך אים אפשר נישט פראוון אז עס עקזיסטירט, אבער אויב א איד וואס האט נישט קיין פראבלעם מיט'ן גלייבן אין גאט, מער ווי אין די חוקי הטבע, ער זוכט נאר א סיבה פארוואס ער זאל גלייבן, קען איך אים רואיג געבן די ארגומענט פון דעזיין. ב) ס'איז אמת אז ווען מ'וויל ארויסקריכן פון טבע גייט מען א טריט ווייטער, אבער די גאנצע סיבה פארוואס דאס איז א נעקסטע סטעפ איז וויבאלד דאס איז א חידוש צו וואס מיר האבן נישט קיין ענליכע צושטעל אין אונזער וועלט. אבער אויב די איינציגסטע אויסוואל איז די מאלפע טעאראם, זע איך נישט מיט וואס די גאט היפאטעטיס איז ווייניגער מחודש'דיג ווי טריליאנען מאלפעס וואס זיצן אויף קיבאורדס.
אויף דיין צווייטע שאלה, א) איך בין נישט אזוי זיכער. ווי אסטראנאמער ווייסן פליט כסדר אריין אין די פלאנעטן מעטארייטס, נו פארוואס קען נישט זיין אז ס'איז אויף איינמאל אריינגעפלויגן עטליכע מעטארייטס אויף איין פלאץ און האבן צאמגעווארפן עטליכע שטיינער, דערנאך איז געקומען נאך א מעטאארייט און האט אריינגעקראכט דערנעבן, און פון די קראפט איז די זאמד ארויפגעפלויגן בשעת א פערטע מעטאארייט איז געקומען צו פליען און האט עס צוגעפרעסט. וכו' וכו'. ס'איז א פאני מעשה? איך ווייס. אבער די מאלפע טעאראם זאגט דאך אז אפילו די ווייטסטע געשעענישן קענען פאסירן. און גלייב מיר, איין איינציגע צעל פון דיינע טריליאנען צעלן אין דיין קערפער זענען פיל מער קאמפליצירט ווי א הויז פון שטיינער און ציגל. ב) ואם תמצי לומר, לאמיר עס מוקים זיין ביי א לאטעריע וואס איינער געווינט צען מאל אין א ציה. וועסטו אודאי זאגן אז ער איז א שווינדלער, און נישט אז אין איינע פון די טריליאנען אוניווערסן ווי מ'האלט אין איין שפילן לאטערי האט זיך פונקט געמאכט אזא צופאל.
מאנטאג יוני 10, 2013 12:36 am#123470
יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:עס וואלט געקענט זיין אז איך זאל דארפן ניצען די פראסעס אף עלימינעישן לאנג און שווער, פשוט געוואר צו ווערן וואס דער עלעפאנט איז, אויב וואלט איך געווען בלינד. נו, נאך לאנגע יגיעה ווייס איך אז דאס איז אן עלעפאנט, מוראדיג. דער זעהעדיגער מענטש האט די הגדרות פון דעם עלעפאנט דורך דיירעקט פערסעפשאן. פון ביידע רעדט מען סך הכל פון אן עלעפאנט.

ווער זאגט אז עס ליגט נישט קיין חכמה און חשיבות אין די פעולה פון זען אן עלעפאנט און פארשטיין וואס מען זעט? אויב חכמה האט א חשיבות, רעכנט עס אריין אויך די עקוועישאן פון 2+2=4. פארשטייט זיך אז וואס מער א מענטש פארשטייט אלס מער חכמה ליגט אין אים, און אלס מער חשיבות האט ער - אין מיינע אויגן.

א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אויסצושניצען, לדוגמא, אן עלעפאנט, קען עס האבן מער חשיבות ווי די אויסגעשניצטע עלעפאנט זעלבסט?
א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אוועקצושטעלן מיט א קלארקייט אלע מציאות'ן/פאקטן פון די וועלט, קען עס זיין מער חשוב ווי די מציאות'ן און פאקטן?

נאך א שאלה האב איך צו דיר.
וואס מיינט "חשיבות"?
דינסטאג יוני 11, 2013 1:08 am#123851
מוח שליט האט געשריבן:א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אויסצושניצען, לדוגמא, אן עלעפאנט, קען עס האבן מער חשיבות ווי די אויסגעשניצטע עלעפאנט זעלבסט?
א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אוועקצושטעלן מיט א קלארקייט אלע מציאות'ן/פאקטן פון די וועלט, קען עס זיין מער חשוב ווי די מציאות'ן און פאקטן?

יא, הונדערט פראצענט. דאס הייסט, איך בין מחשיב די כוחות מיט וואס דער סקולפטור האט אויסגעשניצט דעם עלעפאנט, פיל מער ווי איך בין מחשיב דעם עלעפאנט אליין. נאכמער, די גאנצע חשיבות וואס מיר געבן פאר דעם אויסגעשניצטען עלעפאנט איז נאר ווייל עס ליגט א קונץ און א חכמה אין די כוחות פון דעם סקולפטור. והא ראיה, ווען עס וואלטן געוואקסן אויסגעשניצטע עלעפאנטן אויפ'ן בוים וואלט דאס בכלל נישט געווען אינטערעסאנט. עס איז גלייך צו א הערליכע פעינטינג פון א ווינטער נאכט וואס מיר קוקן אן און באוואודנערן און מיר זענען עס מחשיב אסאך מער ווי די ווינטער נאכט אליין.
בנוגע דיין צווייטע שאלה, איז מיר אביסל שוער צו ענטפערן, וויבאלד חשיבות איז א סאביעקטיווע עקספיריענס, נישט עפעס וואס מען קען מגדיר זיין מיט גשמיות'דיגע הגדרות, און נישט עפעס וואס מען קען צונעמען און צוטיילן, ווי דער חכם מכל האדם, אלבערט איינשטיין, האט זיך אויסגעדרוקט:
Not everything that counts can be counted, and not everything that can be counted counts.
אויב דו האסט א וועג ווי אזוי צו מגדיר זיין חשיבות, לאמיר הערן.
דינסטאג יוני 11, 2013 4:52 am#123872
יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אויסצושניצען, לדוגמא, אן עלעפאנט, קען עס האבן מער חשיבות ווי די אויסגעשניצטע עלעפאנט זעלבסט?
א tool וואס איר סאמע איינציגסטע פונקציע איז אוועקצושטעלן מיט א קלארקייט אלע מציאות'ן/פאקטן פון די וועלט, קען עס זיין מער חשוב ווי די מציאות'ן און פאקטן?

יא, הונדערט פראצענט. דאס הייסט, איך בין מחשיב די כוחות מיט וואס דער סקולפטור האט אויסגעשניצט דעם עלעפאנט, פיל מער ווי איך בין מחשיב דעם עלעפאנט אליין. נאכמער, די גאנצע חשיבות וואס מיר געבן פאר דעם אויסגעשניצטען עלעפאנט איז נאר ווייל עס ליגט א קונץ און א חכמה אין די כוחות פון דעם סקולפטור. והא ראיה, ווען עס וואלטן געוואקסן אויסגעשניצטע עלעפאנטן אויפ'ן בוים וואלט דאס בכלל נישט געווען אינטערעסאנט. עס איז גלייך צו א הערליכע פעינטינג פון א ווינטער נאכט וואס מיר קוקן אן און באוואודנערן און מיר זענען עס מחשיב אסאך מער ווי די ווינטער נאכט אליין.
בנוגע דיין צווייטע שאלה, איז מיר אביסל שוער צו ענטפערן, וויבאלד חשיבות איז א סאביעקטיווע עקספיריענס, נישט עפעס וואס מען קען מגדיר זיין מיט גשמיות'דיגע הגדרות, און נישט עפעס וואס מען קען צונעמען און צוטיילן, ווי דער חכם מכל האדם, אלבערט איינשטיין, האט זיך אויסגעדרוקט:
Not everything that counts can be counted, and not everything that can be counted counts.
אויב דו האסט א וועג ווי אזוי צו מגדיר זיין חשיבות, לאמיר הערן.

איז דאס נישט קיין לאגישער סתירה? מיר רעדן דא אז די סאמע איינציגסטע מציאות פון דעם tool שלפנינו איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט. דאס איז אלעס וואס עס איז, אן אמצעי פאר דעם איינעם סקולפטור. עס האט נישט קיין שום אנדערע נוצען בעולם. דאס מיינט אז עס האט נישט קיין שום ווערט אויסער פאר דעי ספעציפישן צוועק. טו וויאזוי קען עס האבן מער ערך ווי די מטרה פון דעם אמצעי?
דיין משל פון די ווינטער נאכט וכדו' איז לכאורה אינו דומה לנמשל. די חכמה פון פעינטן ווינטער נעכט איז סאך מער ווי א tool פאר דעם ספעציפישן פעינטינג. עס ברענגט ארויס א tool פאר פעינטן בכלליות. פארשטייט זיך אז א פאך פון פעינטן בכלליות איז סאך מער ווערט ווי איין ספעציפישער פעינטינג. דעריבער איז די חכמה פון פעינטן א ווינטער נאכט מער ווערט.
איך האב דוקא גשריבען מיין שאלה אז "די סאמע איינציגסטע פונקציע" איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט.

חכמה בכלליות איז טאקע א tool פאר סאך מער ווי איין ספעציפישען פעינטינג. עס איז א tool צו פארטייטשען כל המציאות כולה. מיט דעם אלעם איז דיו לבא מן הדין. אויב איר סאמע איינצגיסטע פונקציע איז אלס א אמצעי פון קלאר וויסן די פאקטן פון די בריאה, קען אט די אמצעי קיינמאל נישט זיין חשובער ווי די מטרה. [דעמאלט ווען דאס איז די אמצעי'ס איינציגסטע פונקציע וואס זי פארמאגט]. עס איז נישט חשובער ווי די פשוטע פאקטן.
מיין כוונה איז אראפצשיילן די 'העכערע' חשיבות וואס מאנכע געבן פאר חכמה. איך זאג אז עס איז פשוט א גוטער כוח פון אפטייטשען פאטעיטאס מיט העלצער.

טיפער גערעדט אבער, דארף מען טאקע ענדערש מגדיר זיין וואס מיינט חשיבות
דער עצכ"חער רבי פלעגט טייטשן אז חשב מיינט מלשון חש. די שפירונג פון די זאך. [די כוונה פון די ב' איז "ב"הדבר. ער איז חש "ב"איזושהו דבר]. ס'איז נישט קיין חילוק צו ער איז גערעכט מיט די טייטש. די נקודה אז לענ"ד אמת. חשיבות מיינט וויפל דער ענין נעמט אויף מיין מוח, דהיינו מיין תחושה, מיין awareness אדער מיין consciousness. א גרעסערע זאך, אדער א זאך וואס איז מער כלליותדיג, פארנעמט מער פלאץ און מיין תחושה. אמאל איז דא א סאביעקטיווער חשיבות, ווען עפעס פארנעמט מיין סאביעקטיווער מוח. אדער רעדט פון אן אביעקטיווע חשיבות, דהיינו א קליינע זאך נעמט אביעקטיוו אויף ווייניגער פלאץ ווי א גרויסע זאך. מען איז אביעקטיוו ווייניגער חש בה.
חשיבות איז נישט קיין מיסטישער זאך. עס מיינט פשוט מער תחושה. אלע אבסטראקטע מיסטיש אויסקוקענדע ווערטער זענען בעצם זייער פשוט פיזיש. די חילוק פון פיזיש ביז אבסטראקט איז אז אבסטראקט איז מער כלליותדיג.
א גרעסערע זאך פארנעמט בהכרח אויף מער פלאץ און מיין תחושה. א כלליותדיגע זאך איז [כשמו כן הוא] כולל מער זאכן, דעריבער פארנעמט עס מער מקום ביי מיר.

knowledge און חכמה איז אן אבסטראקטער ווארט וואס איז כולל די גאנצע בריאה. דאס איז דאך די טייטש פון דאס ווארט חכמה: די קלארע דעפיניציע פון כל דבר ודבר בהבריאה כולה. וויבאלד עס איז א כלליותדיגער זאך, איז עס מער און גרעסער ווי יעדע פרט ופרט פון די בריאה באזונדער. אבער עס איז נישט מער און גרעסער ווי אלע פרטים צוזאמען [שטייטסעך].
מיין וויכוח איבער די חשיבות פון חכמה איז נאר ווען דו געבסט פאר חכמה עפעס א העכערע מיסטישע מין ערך. [אגב ערך איז מלשון "ער". וואך. די זעלבע ווי חש] אויף דעם זאג איך אז עס איז נישט מער ווי די פשוטע יעדען טאגיקע פאקטן פון די וועלט. גארנישט מער.
דינסטאג יוני 11, 2013 11:30 pm#124184
מוח שליט האט געשריבן:איז דאס נישט קיין לאגישער סתירה? מיר רעדן דא אז די סאמע איינציגסטע מציאות פון דעם tool שלפנינו איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט. דאס איז אלעס וואס עס איז, אן אמצעי פאר דעם איינעם סקולפטור. עס האט נישט קיין שום אנדערע נוצען בעולם. דאס מיינט אז עס האט נישט קיין שום ווערט אויסער פאר דעי ספעציפישן צוועק. טו וויאזוי קען עס האבן מער ערך ווי די מטרה פון דעם אמצעי?
דיין משל פון די ווינטער נאכט וכדו' איז לכאורה אינו דומה לנמשל. די חכמה פון פעינטן ווינטער נעכט איז סאך מער ווי א tool פאר דעם ספעציפישן פעינטינג. עס ברענגט ארויס א tool פאר פעינטן בכלליות. פארשטייט זיך אז א פאך פון פעינטן בכלליות איז סאך מער ווערט ווי איין ספעציפישער פעינטינג. דעריבער איז די חכמה פון פעינטן א ווינטער נאכט מער ווערט.
איך האב דוקא גשריבען מיין שאלה אז "די סאמע איינציגסטע פונקציע" איז אויסצושניצען דעם ספעציפישען עלעפאנט.

חכמה בכלליות איז טאקע א tool פאר סאך מער ווי איין ספעציפישען פעינטינג. עס איז א tool צו פארטייטשען כל המציאות כולה. מיט דעם אלעם איז דיו לבא מן הדין. אויב איר סאמע איינצגיסטע פונקציע איז אלס א אמצעי פון קלאר וויסן די פאקטן פון די בריאה, קען אט די אמצעי קיינמאל נישט זיין חשובער ווי די מטרה. [דעמאלט ווען דאס איז די אמצעי'ס איינציגסטע פונקציע וואס זי פארמאגט]. עס איז נישט חשובער ווי די פשוטע פאקטן.
מיין כוונה איז אראפצשיילן די 'העכערע' חשיבות וואס מאנכע געבן פאר חכמה. איך זאג אז עס איז פשוט א גוטער כוח פון אפטייטשען פאטעיטאס מיט העלצער.

דו האסט געמאכט א הנחה אז דער איינציגער ציל פון חכמה איז אן אמצעי פאר די בריאה, ממילא האסטו א לאגישע סתירה. איך בין נישט מודה, איך האלט אז חכמה און מחשבה מצד עצמה האבן אן אייגענע חשיבות. הגע בעצמך, אויב יעדע זאך האט נאר א חשיבות וויבאלד עס איז אן אמצעי פאר עפעס אנדערש, האט דאך קיין איין זאך נישט קיין חשיבות, ערגעץ מוז זיך עס אנהייבן. נו, אפשר הייבט זיך עס אן ביי די סאביעקטיווע עקספיריענס פון חכמה? אפשר איז גאר די גאנצע בריאה אן אמצעי פאר די חכמה, כדי די חכמה זאל האבן אויף וואס צו חל זיין?
נאכמער, לויט דיין הבנה דארף אויסקומען אז חכמה האט בכלל נישט קיין חשיבות. ווייל בשלמא א האמער איז כאטש די געצייג אין וואס דער אויסגעשניצטער עלעפאנט איז אנגעוואנדן, ממילא איז עס אן אמצעי פאר'ן עלעפאנט, אבער די בריאה איז נישט תלוי אין די חכמה, פאר די סייענטיפיק רעוואלוציע האט די בריאה אויך עקזיסטירט, ממילא מוזטו על כרחך צוקומען אז חכמה האט אן אייגענע חשיבות, נישט ווייל ס'איז אן אמצעי פאר עפעס אנדערש, ווייל באמת איז עס נישט קיין אמצעי פאר גארנישט (אויסער אויב מיר נעמען אין באטראכט די פראדוקטן וואס דער מענטש איז ממציא דורך סייענס, אבער לויט ווי איך פארשטיי רעדסטו נישט פון דעם).
וועגן די פעינטינג, אויב דער פעינטער קען נאר מאלן ווינטער נעכט, אדער אויב אלע פעינטערס אין די גאנצע וועלט קענען נאר מאלן ווינטער נעכט, צו האט זיין פעינטינג א קלענערע חשיבות? צו וועט מען כאפן ווייניגער התפעלות דערפון?
וועגן דעם שורש פון חשיבות, ס'איז ברור בעיני אז דער שורש איז מחשבה, חשבון, וואס מיינט רעכענען און באטראכטן. א חשוב'ע זאך ווערט גערעכנט און באטראכט אלס מער ווי א נישט חשוב'ע זאך.
איך זע נישט וואו איך געב פאר חכמה עפעס א מיסטישע העכערע מין וועליו. די חשיבות איז טאקע אויף א הויכע דרגה, אבער אין תוכן איז עס גארנישט מער מיסטיש ווי די חשיבות וואס איך גיב פאר א מענטש, א פייגל, אדער אן אטאם.
זונטאג פעברואר 23, 2014 12:13 pm#185621
איך האב געלייענט א גרויסע חלק פון די שמועס, פון טאמבל-סאס און זיין פריינד, איך האב ארויסגענומען פון די גאנצע שמועס, אז דער פריינד, האט א פראבלעם, ער איז בטבע צו אינטעלגענט אויף צו טראכטן פאנאטיש, און ער וויל נישט אז דער נישט טראכטן פאנאטיש זאל האבן קאנסעקווענצן אויף זיין לעבן.
אלזא, איז ער אויפגעקומען מיט א גאונות׳דיגע געדאנק: לאמיר זיין מער סקעפטיש ווי די סקעפטישע.
דאס הייסט, לאמיר זיך ארויסברענגען טיפער ווי סתם א פאנאטישער, און אפילו ווי סתם א נארישער אטעאיסט, וואס רעדט זיך איין ער פארשטייט אלעס…
ער ערלויבט זיך צו זיין די מאקסימום אויפגעקלערט און דער מינימום קאנסעקווענצן. (ער דערמאנט מיר אביסל ישעיהו ליבוביץ׳, אויף ביידע וואלט איך געזאגט, אז לבי אומר לי, ווען זיי וואלטן געבוירן געווארן נישט-אידן, וואלטן זיי עס אויך נישט געזאגט, כלומר, זיי וואלטן דיר נישט געזאגט אז מ׳דארף מיטגיין מיטן סיסטעם).

טאמבל סאס, איך פערזענליך, האב געזעהן א ביסל אין די שמועס, עטליכע מאל, א ״טענו בחטים והודה לו בשעורים״, ס׳קען זיין אז דו וואלסט איהם געדארפט צודריקן צום וואנט, אז ער זאל דיר פארענטפערן דיינע פראבלעמען, אבער משום איזה סיבה שהוא, האסטו עס נישט געטוהן.
כאטש דא און דארט האט ער גערעדט קלוגע רייד, אבער די גאנצע בילד צוזאמען האט ער - לדעתי - נישט קיין ריכטיגע.
ווייל, ער מישט אויס צוויי עניינים, פילאזאפיע און מציאות.
אין פילאזאפיע, קען יעדע זאך ווערן דעבאטירט צו עס עקזיסטירט, צו נישט, און ווי איך האב אמאל געלייענט, אז חוץ פונעם פאקט אז איך לעב, קען גארנישט ווערן אויפגעוויזן, (ס׳קען דאך זיין אז אלעס איז א דמיון און א חלום).
אבער, נאך אלעם, קען מען נישט לעבן טאג טעגליך מיט פילאסאפישע מסקנות, ס׳איז זייער גוט פאר אינטערטעימענט, פאר די וועלכע גלייכן עס, (נישט מיר אריינגערעכנט, סארי…).

אבער, לאמיר דיר פרעגן, ווען עס קומט צו לעבנס פראגעס, ווי למשל צו מ׳זאל זיך לאזן אפערירן אדער נישט, גייסטו אנפאנגען צו פילאזאפירן, אפשר, איז די גאנצע זאך א דמיון, ס׳איז דאך נישטא קיין אבסולוטע אמת, וכו׳ וכו׳. אדער דו גייסט טוהן צו דער זאך??
די זעלבע איז בנוגע לענייננו, לאמיר אפלאזן די אלע פילאסאפישע טענות צו עס עקזיסטירט א גאט צו נישט, און לאמיר זיך אריינטוהן אין אן אנדערע נושא, וואס דאס איז, צו די קריסטליכע רעליגיע למשל, איז אמת, לאמיר עס אנקוקן מיט אונזערע פליישיגע אויגן, און קוקן די היסטאריע, וואס האט מען אמאל געגלויבט, און וואס מען גלויבט היינט.

ווען מיסטער פריינד פראבירט דיר צי מאכן דעם חסידישע ספר ווי א פילאסאפישע, דערמאנט ער מיר ווי די וועלכע וועלן אריינטייטשן אינעם פסוק ״ויהי אור״ די ביג-בענג. איך לאך פון די אלע זאכן, און עס רעדט נישט צו מיר, ווייל זיך ארום שפילן מיט טעקסט איז די גרינגסטע זאך (ווער נאך ווי אונז אידן וויסן דאס…), אבער מען דארף אייביג געדאנקען אז ס׳איז דא א פשוט פשט, וואס דער שרייבער פונעם טעקסט, האט אין זיינע צייטן, מיט זיינע ידיעות, און גלויבונגען, אינזין געהאט. און די איבעריגע טייטשן זענען גוט פאר שלש-סעודות תורה.

בדרך אגב, די שאלה צו די וועלט איז א קדמון, איז דא דערצו א פיזישע ראי׳ה אז נישט, דער פאקט אז די הימל איז טונקל ביינאכט.
פרייטאג יוני 06, 2014 2:48 pm#204593
קען מיר עמיצער ערקלערן די שיטה פון די סייענטיסטן לגבי די ביג בענג? זיי ווייסן דאך אויך נאכנישט וואס די סיבה ראשונה פאר די ביג בענג איז געווען. און ווען איך זאג אז דאס מוז זיין גאט קומען זיי און טענה'ן אז גאט האט דאך אויך געמוזט האבן א סיבה ראשונה.
אבער לשיטתם אז די ביג בענג האט געקענט פון זיך אליין געשאפן ווערן - אהן א סיבה ראשונה - פארוואס פארשטייען זיי נישט אז גאט דארף אויך נישט האבן קיין סיבה ראשונה? (און קען געשאפן ווערן פון זיך אליינס?)

און אם תמצא לומר אז לויט די געזעצן פון פיזיקס (שוין נאכ'ן געשעהעניש/פאקט) - בלי מקום ובלי זמן - מוז א וועלט ערגעצוואו איינמאל געבוירן ווערן אינטָא עקזיסטענץ, ווידעראום א גאט ווערט נישט ערקלערט לויט די געזעצן פון פיזיקס, וואו אבער קען מען ערווארטן אמאל צו וויסן וואס ס'איז געווען בעפאר די ביג בענג אויב יענע פיזיקאלע קאנדישנס פון די וועלט זענען פונדעמאנטעל אנדערש געווען און וועלן שוין קיינמאל נישט מעגליך זיין צו טעסטן? וואס גייט זיי אן אז מענטשן פרייען זיך אז זיי האבן כאטש א נחמה אויף א זאך וואס איז הויעך אנ-לייקלי אז מ'וועט במילא קיינמאל נישט וויסן דעם אמת אזוי צו אזוי?

די וואס זענען צופרידן אנצוגיין אין לעבן נאר מיט'ן גלייבן זאכן וואס זיי אבזערווירן דארפן סיי ווי נישט צוקומען צו טרייסטנדע השערות. און די וואס קענען נישט אנגיין אהן גלייבן אין עקזיסטענצן וואס גיבן זיי א סיבה אין לעבן זענען במילא נישט ביכולת אויסצופארשן פאקטן אין לעבן ע"פ די סייענטיפישע רולס? (ד.ה אז מ'דארף נישט מורא האבן שמא יתרחש אז עמיצער וועט זאגן, איך ווייס שוין אז עס איז גאט וואס האט געמאכט די ביג בענג און איז די סיבת כל הסיבות ובכן דארף איך מער נישט לערנען).
פרייטאג יוני 06, 2014 6:42 pm#204618
טאמבל סאס האט געשריבן:אבער לשיטתם אז די ביג בענג האט געקענט פון זיך אליין געשאפן ווערן - אהן א סיבה ראשונה - פארוואס פארשטייען זיי נישט אז גאט דארף אויך נישט האבן קיין סיבה ראשונה? (און קען געשאפן ווערן פון זיך אליינס?)

איך בין נישט אזוי באקאנט, אבער איך מיין אז זיי זאגן טאקע אז דערווייל ווייסט מען נישט וואס עס איז געשעהן אין די רגע פונעם ביג בענג.

------------

דר"א, יו"ט האב איך געזעהן אין ספר החקירה פונעם צמח צדק צוויי געשמאקע טענות קעגן די מאמיני הקדמות [אז עולם כמנהגו נוהג פון אלעמאהל און עס איז קיינמאהל נישט באשאפן געווארן - דאכציך אז קיינער האלט שוין היינט נישט אזוי].

יעדע זכר ונקבה האבן - אין עוורידש - מער ווי צוויי קינדער, קומט אויס אז יעדע דור איז גרעסער פונעם פריער'דיגן, אויב אזוי אז מען וועט ארויפקריכן די דורות אויף צוריק וועט מען דארפן אנקומען צו איין מענטש, איז ווער האט איהם באשאפן?

ועוד, אויב יעדע דור ווערט גרעסער און די וועלט שטייט שוין בלי גבול צייט, איז אפי' נאך אלע מלחמות ומגפות וכו', וואלט געדארפט זיין אין סוף מענטשן אויף די וועלט, נישט איין ביליאן [בימיו]?
זונטאג יוני 08, 2014 1:50 am#204662
אויב מהאלט קדמות מיינט נישט אז מענטשעהייט איז אלץ געווען.
זונטאג יוני 08, 2014 2:57 pm#204779
כנולד ונבנתה עוד, די (און פיל אנדערע) הוכחות אנטקעגן "קדמות העולם" זענען נאר הוכחות קעגן דער אריסטאטעלישער (קהלת?) מושג פון קדמות וואס האט געהאלטען אז די וועלט פונקט ווי עס איז היינט האט זיך אזוי געפירט אויף איייביג. היינט האלט קיינער נישט דער שיטה (עכ"פ קיין סייענטיסט), נאר אפילו למ"ד קדמות הייסט דאס אז עפעס א חומר האט עקזעסטירט אבער עס איז קלאר אז די סדר הטבע ווי עס איז היינט איז אריבער שינויים און עוואלאציע וכו'. וכבר כתב הראי"ה קוק בספרו לנבוכי הדור שלפי דרך זו אין את עיקר הניגוד שדברו בה הראשונים בין שיטת הקדמות לאמונה, וכבר כתבו כן בעצם במו"נ ובכוזרי לגבי השיטה המיוחסת על ידם לאפלטון.
זונטאג יוני 08, 2014 3:14 pm#204783
ונבנתה העיר האט געשריבן:דר"א, יו"ט האב איך געזעהן אין ספר החקירה פונעם צמח צדק צוויי געשמאקע טענות קעגן די מאמיני הקדמות [אז עולם כמנהגו נוהג פון אלעמאהל און עס איז קיינמאהל נישט באשאפן געווארן - דאכציך אז קיינער האלט שוין היינט נישט אזוי].

יעדע זכר ונקבה האבן - אין עוורידש - מער ווי צוויי קינדער, קומט אויס אז יעדע דור איז גרעסער פונעם פריער'דיגן, אויב אזוי אז מען וועט ארויפקריכן די דורות אויף צוריק וועט מען דארפן אנקומען צו איין מענטש, איז ווער האט איהם באשאפן?

ועוד, אויב יעדע דור ווערט גרעסער און די וועלט שטייט שוין בלי גבול צייט, איז אפי' נאך אלע מלחמות ומגפות וכו', וואלט געדארפט זיין אין סוף מענטשן אויף די וועלט, נישט איין ביליאן [בימיו]?

חיי מוהר"ן אות תט"ז

    פַּעַם אַחַת דִּבַּרְנוּ עִמּוֹ וְגִלָּה לָנוּ שֶׁיֵּשׁ מוֹפֵת עַל חִדּוּשׁ הָעוֹלָם, כִּי אִם לא כֵן חַס וְשָׁלוֹם הֵיכָן הָיָה מָקוֹם לְהַחֲזִיק אֶת כָּל בָּאֵי עוֹלָם. כִּי זֶה רוֹאִין בְּחוּשׁ שֶׁבְּכָל פַּעַם נִתְרַבִּין בְּנֵי אָדָם, כִּי מֵאָדָם אֶחָד יוֹצְאִין דּוֹרֵי דּוֹרוֹת אֲלָפִים וְרִבְבוֹת נְפָשׁוֹת, וְכֵן מִכָּל אֶחָד וְאֶחָד. וְאִם כֵּן [רְצוֹנוֹ לוֹמַר אִם הָעוֹלָם קַדְמוֹן וּבְלִי גְּבוּל וּזְמַן חַס וְשָׁלוֹם, כְּדַעַת הַכּוֹפְרִים יִמַּח שְׁמָם] כְּבָר הָיָה רָאוּי שֶׁיִּתְמַלֵּא כָּל הָעוֹלָם וְלא הָיָה מָקוֹם הָעוֹלָם שֶׁהוּא בְּמִדָּה וּגְבוּל יָכוֹל לְהַחֲזִיק מֵאַחַר שֶׁמִּתְרַבִּין בְּכָל פַּעַם מְאד.
    שׁוּב פַּעַם אַחַת גִּלָּה מוֹפֵת שֵׁנִי מִן הַמֵּתִים, כִּי כְּשֶׁאֶחָד מֵת וְקוֹבְרִין אוֹתוֹ בָּאָרֶץ, וְנִתְרַבֶּה עַל כָּל פָּנִים מַשֶּׁהוּ עַל הָאָרֶץ. וַאֲפִילּוּ אַחַר שֶׁנִּרְקָב וְנַעֲשֶׂה מִמֶּנּוּ תַּרְוַד רָקָב, עַל כָּל פָּנִים נִתּוֹסֵף מְעַט עַל הָאָרֶץ וְעַל הֶעָפָר, וְאִם כֵּן [רְצוֹנוֹ לוֹמַר גַּם כֵּן כַּנַּ"ל] כְּבָר הָיָה רָאוּי שֶׁתִּתְגַּדֵּל הָאָרֶץ עַד לָרָקִיעַ וְיוֹתֵר וְיוֹתֵר לְפִי דַּעְתָּם הַסְּכָלָה וְהַמְשֻׁבֶּשֶׁת שֶׁל הַכּוֹפְרִים, אִם כֵּן אֵיךְ הָיָה מָקוֹם בָּעוֹלָם שֶׁתַּחֲזִיק מַה שֶּׁנִּתּוֹסֵף בְּכָל פַּעַם בְּלִי שִׁעוּר וּמִסְפָּר לְפִי דַּעְתָּם, כִּי עַל כָּל פָּנִים מַשֶּׁהוּ נִתּוֹסֵף, וְהַמֵּתִים הֵם בְּלִי שִׁעוּר וּמִסְפָּר לְפִי דַּעְתָּם הַסְּכָלָה [שֶׁאֵין זְמַן לִבְרִיאַת הָעוֹלָם], אִם כֵּן אֵין מָקוֹם שֶׁתַּחֲזִיק אוֹתָם. וְהָבֵן, כִּי הֵם מוֹפְתִים בְּרוּרִים לְמִי שֶׁרוֹצֶה לְהוֹדוֹת עַל הָאֱמֶת וְאֵינוֹ מִתְעַקֵּשׁ לְהַכְחִישׁ וּלְהַכְעִיס חַס וְשָׁלוֹם. הָרִאשׁוֹן מִן הַחַיִּים וְהַשֵּׁנִי מִן הַמֵּתִים.
    אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין אָנוּ צְרִיכִין לִכְנס כְּלָל בַּחֲקִירוֹת וּמוֹפְתִים, רַק אָנוּ מַאֲמִינִים בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁבָּרָא אֶת הָעוֹלָם בְּשֵׁשֶׁת יְמֵי בְרֵאשִׁית בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת כְּלָל, כְּמוֹ שֶׁכָּתוּב בְּרֵאשִׁית בָּרָא אֱלהִים אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ. וְלא רָשַׁמְתִּי זאת רַק הוֹאִיל וְיָצָא הַדָּבָר מִפִּי רַבֵּנוּ הַקָּדוֹשׁ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, כִּי אֵין רָאוּי שֶׁיּאבַד דִּבּוּר אֶחָד מִדִּבּוּרָיו הַקְּדוֹשִׁים, עַל כֵּן לא יָכלְתִּי לְהִתְאַפֵּק וְרָשַׁמְתִּי זאת כְּדֵי לְנַקֵּר עֵינֵי הַכּוֹפְרִים לְהַרְאוֹת לָהֶם כְּסִילוּתָם וְטָעוּתָם. כִּי אִם יִרְצוּ לָשׂוּם עַיִן בֶּאֱמֶת עַל שְׁנֵי מוֹפְתִים אֵלּוּ יִרְאוּ וְיָבִינוּ שֶׁאִי אֶפְשָׁר לְסָתְרָם, אוּלַי יִרְאוּ וְיָשׁוּבוּ אֶל הָאֱמֶת.
    אֲבָל אֲנַחְנוּ אֵין אָנוּ צְרִיכִים לָזֶה לְשׁוּם מוֹפֵת שֶׁבָּעוֹלָם, אֲפִילּוּ לַמּוֹפְתִים הַנַּ"ל, כִּי אֲנַחְנוּ מַאֲמִינִים בְּנֵי מַאֲמִינִים זֶרַע אַבְרָהָם יִצְחָק וְיַעֲקב, וְאָנוּ מַאֲמִינִים בְּהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְתוֹרָתוֹ הַקְּדוֹשָׁה בְּלִי שׁוּם חֲקִירוֹת, רַק בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה לְבַד. וְזֶה יְסוֹד כָּל הַתּוֹרָה כְּמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'בָּא חֲבַקּוּק וְהֶעֱמִידָן עַל אַחַת, וְצַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה'