Under maintenance
הויפט זייט » רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]

רבי פישעלע הערשקאוויטש לעבט נאך עמו"ש [ז"ל]

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
111 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3975
דאנערשטאג יוני 06, 2013 10:54 am#122275
קרוב לזה.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:07 pm#122301
קאווע טרינקער האט געשריבן:בד"וו, דער ראש המשגיחים פון די אזוי גערופענע עירוב פון די אזוי גערופענע בארא פארק, הרב אונסדארפער, האט די וואך שבת גע'עפנט א נייע שוהל אין בארא פארק, מיטן נאמען זאלאשיץ.

וואסידאס? א שטייגער ווי דער אזוי גערופענע קאווע טרינקער פון אזוי גערופענע קאווע שטיבל?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:41 pm#122314
ניין.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:45 pm#122317
האט ער שוין קאמפעטישן וואס איז כידוע גוט פאר די קאנסומערס.
זונטאג יוני 09, 2013 2:05 am#123015
יא, צוריק צום ענין פון דעם אשכול, יא, ר' פישל'ע לעבט נאך, און ווער עס קען זאל טאקע אריינכאפן. דאכצעך מיר אז ר' פישל'ע איז דער איינציגסטער גדול אין די לעצטערע יארן, וועלכער איז געווארן אנערקעט ביי די גאנצע תורה וועלט אלס גאר אן ערנסטער תורה אויטאריטעט, און דאס אלעס אן א פארטיי און פאליטיק וועלכע זאל אים שטופן און בעקן און בויען. ער האט דאס ערווארבן בלויז דורך זיין לימוד התורה בהתמדה אינאיינעם מיט זיין יראת שמים און גאלדענע מידות.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 6:17 pm#362218
פונקט געהערט א שיין מעשה אויף רבי פישעלע זז"ג, ביי א סעודה צוזאמען מיט זיינע אייניקלעך האט מען צום סוף אריינגעברענגט אייז קרים כנהוג, האט ער געזאגט אז מ'זאל אים נישט געבן ווייל ער עסט נישט קיין אייז קרים. האט אים זיין אייניקל געפרעגט, זיידי כ'האב דיך הערשט לעצטנס געזען עסן אייז קרים ביי א חתונה.

האט רבי פישעלע געענטפערט, לעולם עס איך טאקע נישט קיין אייז קרים, נאר דא איז אזוי געווען די מעשה. זיצנדיג אויבן-אן האט מען דאך נישט וואס צו טון איז בשעת'ן טיילן די אייז קרים האב איך מיך געשפילט מיט'ן לעפל, ווי נאר איך האב אויפגעהויבן מיין לעפל זעה איך פלוצלינג ווי אלע רבנים אויפן אויבן-אן הייבן אויך אויף זייערע לעפלעך. אזוי שפילנדיג דערמיט האב איך עס אריינגעשטעקט אין מיין אייז קרים, זעה איך ווי זיי אלע שטעקן אויך אריין זייערע לעפלעך אינ'ם אייז קרים.
זעענדיג ווי זיי אלע ווארטן אז איך זאל זיין דער ערשטער, האב איך מחליט געווען אז איך קען מער נישט צוקוקן זייער צער האב איך גענומען א לעפל אייז קרים אין מויל, ווי נאר זיי האבן באמערקט, האבן אלע רבנים אויך אנגעהויבן עסן.... אבער סתם אזוי עס איך נישט אייז קרים.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 9:46 pm#362238
מאכט נישט אזויפיל סענס.

אבער א שיינע מוסר השכל, מען דארף עסען אייס קרים פאר יענעם.
דינסטאג פעברואר 07, 2017 11:12 pm#362251
ס'איז דא א באקאנטע מעשה. (איך מיין אז איך האב עס שוין איינמאל געברענגט.).. :lol:

מ'האט אמאל געזעהן א איד א תלמיד חכם און א ניש מכובד עסן פלייש אין די ניין טעג. ווען מ'האט איהם געפרעגט. היתכן, איהר עסט פלייש אין די 9 טעג. און איהר האט אפילו נישט געמאכט קיין סיום...? האט ער געענטפערט לאמור. אזוי צו זאגן...עטץ ווייסט דאך אלע אז איך בין בטבע זייער א קארגער. און א יעדעס שטיקל פון דעם סטעיק איז ביי מיר א סיגוף...!

האבן אים די מענטשן געפרעגט...אויב אזוי, טורינקט שוין צו א גלעזל וויין אויך...! אויף דעם האט ער געענטפערט..."אינגאנצן הרג'נען מיך ביניך נישט מחויב... :roll: ...!

נ.ב.: כבודו של הגה"צ ר' פיש'לע הערשקאוויטש במקומו מונח...!
מוצ"ש מאי 27, 2017 10:04 pm#372519
בד''ה
:cry:
מוצ"ש מאי 27, 2017 10:13 pm#372522
שר התורה עלה למרום!
מוצ"ש מאי 27, 2017 11:21 pm#372531
מיר האבן געהאט די זכי' עם משמש צו זיין