לכבוד שבת קודש:איבער דיין בריעף פון מאי 22, 2016 (למספרם) געשריבן דורך די צובראכענע יואליס. כאטש דער בריעף איז שוין אן אלטער, אבער איך האב עס היינט געזעהן צום ערשטן מאל...!
בד"כ ליין איך נישט קיין פיקשן. אבער דאס איז די בעסטע פיקשן וואס איך האב אמאל געליינט . (נאך בעסער פון די מעשה פון גריידיצער צדיק און די שלשה אחים פון מ. שטערן.). זיי, די צובראכענע יואליס, אדער נחום אליינס וואלטן געקענט ווערן גרויסע ענגלישע אדער אמעריקאנער שרייבערס...!
איך האב נאר 2 קשיות אויף די וואונדערליכע מעשה. כאטש מיין הייליגער רבי זאגט אלץ אז ער האט בקבלה פון זיין זיידן דער הייליגער רעבע פון יארמע, דער ערשטער. דער הייליגער דולה ומשקה. אז מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף א מעשה. אזוי ווי ס'איז מרגלא בפומיה און שוגער בפיוו פונ'ם הייליגן רעבי'ן שליט"א..."עטץ ווילטץ פרעגן קשיות, אדער הערן א מעשה"...! אעפ"כ.. דאך . ס'איז מיר שווער. ערשטנס די פאקסוואוד קאסינא, וואו די צובראכענע יואליס זענען געגאנגען יום כיפור ביינאכט מיט די צובראכענע מיידלעך, איז דאך אין קאנעטיקוט. נישט אין אטלאנטיק סיטי...!
די צווייטע קשיא איז, אויב די צובראכענע יואליס זענען געגאנגען קיין פאקסוואוד, מקיים צו זיין דאס וואס ס'שטייט אין שלישי פון די קריאה פון יוכ"פ. צו וואס האבן זיי געדארפט מיטנעמען די צובראכענע מיידלעך...?!