Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » נחום ראזענבערג

נחום ראזענבערג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
2 נאך געראטעוועטע פאסטס · לייענען די צוגעלייגטע הודעות · קוואלן און אריגינעלע דאטעס
170 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 870 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #401
דינסטאג אפריל 17, 2012 6:37 pm#5049
נחום ראזענבערג
דער נאמען איז פאר יעדעם באקאנט. נישט א חילוק אויב מע הערט אים אדער נישט, האט מען זיכער געזען אדער געהערט פון די שטארקע איסורים און חרמות אויף דעם פערזאן.

עס איז אינטערעסאנט צו הערן די דעת פון חברי השטיבל וועגן דעם מענטש, און אויך צולייגן אויב ער האט א גוטע שטיקל אמאל.

ער האט א שטארקע שפראך, וואס איז איינגענעהם צו הערן, קען שטארק ארויסברענגען א פוינט און עס זייער גוט צופעפערן מיט זיינע ברייטע דמיונות און הערליכע פאנטאזיעס..... אבער און דא קומט א גאר שטארקע אבער, ער האט נישט א פראבלעם פון שקר. ער קען זאגן אויף טאג אז סע איז נאכט אן טראכטן אז מע קען אים אפפרעגען.

דער פראבלעם איז נאך שווערע ווען די שקרים קען אויך מיינען אז ער קען זאגן אויף פיינע מענטשן אז זיי זענען פעדאפיילס, און מיט דעם יענעם אומברענגעם לנצח נצחים. און אלעס ווייל יענער האט געזאגט עםעס קעגו אים.

מיין מיינונג אין קורצן וועגן אים איז אז אפי׳ איך הער אים וואלט איך געשריבן אין די נושא ליין אזוי ״נחום ראזענבערג ימח שמו וזכרו״. איך האב עס נישט געשריבן אזויי ווייל אפשר איז עס קעגן די תקנות , און איך וואלט נישט געטראכט אזוי ביז פאריגע וואך, אביר הערט אים אויס יעצט און זאגט מיר אויב איך בין נישט גערעכט.
דינסטאג אפריל 17, 2012 6:42 pm#5051
Re: נחום ראזענבערג
דינסטאג אפריל 17, 2012 6:46 pm#5056
Re: נחום ראזענבערג
שקר איז פון זיינע קליינע עבירות (פעיק פאוני פראוד), כאטש יעדער ווייסט שוין היינט ווער און וואס ער איז, בין איך נאכאלץ סורפרייזד געווארן פון די מאס רשעות און בלוט דארשטיגקייט ביי זיין לעצטענדע פרשה,
דינסטאג אפריל 17, 2012 8:22 pm#5083
Re: נחום ראזענבערג
יא אסאך הערען אים אינקלודעד איך
פארפאלען מגלייכט שמוץ נאכדערצי אייגענע היימישע

פין זיינע שוואכקייטען אז ער ווייזט ווי שטארק סהאט עם געבאדערט די חרם פין דו רבנים אין עד היום הזה רייסט ער אראפ יעדע רב עקסטער דערפאר
ווען ער פרעגט ווען מיך וואלט איך עם געזאגט ער זאל זיך אויסלאכען פין זיי זיי זענען נישט ווערט ער זאל זיך אזוישטארק עסען וועגען זיי
דינסטאג אפריל 17, 2012 9:43 pm#5101
Re: נחום ראזענבערג
זיין מח קען מען נישט געהעריג דיסקרייבן

איין טאג לויפט עס עקסטרעם ווי א בני יואל מיט אלע נעראו מיינדעד השקפות, א צווייטן טאג לויפט עס ליבעראל וואס ליבעראלער קען נישט זיין

שקר איז איין זאך, אבער היפקראטיע וואס טוט זיך אפ איז דאך אין לשער, איך האב עטליכע דוגמאות, אבער איך בין נישט אינטערעסירט דא צו זיין דער ערשטער בעל דרשן, אז דער עולם וועט ברענגן אביסל דוגמאות וועל איך מוסיף זיין

בלוט דארשטיקייט, אויב רעד גדעון וועגן קליין בין איך מסכים כיהודה ועוד לקרא
דינסטאג אפריל 17, 2012 10:11 pm#5107
Re: נחום ראזענבערג
וואס זאגט עס אויף אונזער געזעלשאפט אז דער איינציגסטער וואס טוט עפעס זאכליך קעגן פעדאפילן איז אזא שקרן און אכזר ווי נחום ראזנבערג?

ראזנבערג טוט אלעס כדי צו פארלירן שטיצע פון יעדן אנשטענדיגן מענטש. נישט נאר דאס, נאר ער גיט אמוניציע אין דער האנט פון די קארופטירטע כלל-טוער וועלכע קענען אנווייזן אויף זיין עקלדיגן כאראקטער ווי א כלומר'שטע ראיה אז די וואס טוען קעגן פעדאפילן זענען שקרנים און אכזרים.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:12 pm#5124
Re: נחום ראזענבערג
.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:19 pm#5125
Re: נחום ראזענבערג
און עתיד ליתן את הדין זענען אויך די אלע מגיבים וואס האבן דא מגיב געווען ביז אהער וועלכע קאלן אריין זיין האטליין און מיט דעם אים מחזק אנצוגיין.

נישט פארגעסן, לאו עכברא גנב...
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:27 pm#5126
Re: נחום ראזענבערג
איינער געדענקט וואו שנעל ער האט אויסגעדרייט דעם דאשיק בנוגע ר' יונה פילאפ ?
קודם איז ער געקומען מיט א מעשה בוידעם אז ער האט געשיקט זיין זיהן מאיר וואס איז א דאקטאר צו זיין מיט איהם גאנץ פסח ווען ער איז געווען מוטל על ארש דוי צוליב דעם וואס ר' יונה איז געווען פון די חשובסטע יודען וואס סאטמאר האט נאר אמאהל פארמאגט, אין א קורצע צייט שפעטער ווען ער האט געהאט עפעס א קאנפליקט מיט זיין זוהן הגרז"ל, איז ער ארויס געקומען מיט די שארפסטע באשולדינגען אז ר' יונה איז געווען זיין מלמד, אין ער האט איהם אויסגעפראקט אזוי וואו ער פראקט אויס אלע אנדערע מלמדים וואס ער ברענגט ארויף אויפען ליין...
צו מיט הרה"ג ר' מאיר בראנדסדאפער ע"ה, ווען ער איז קראנק געווארען האט ער געהאקט אין קאפ אריין אז אלעס איז נאר צוליבען מאכל זיין נו"ט אין צוליבען זופניק שוויץ, אין וואו נאר ר' מאיר איז נסתלק געווארען האט ער ארויף געלייגט א הספד אויף איהם בדמעות שליש, וואו נאנט ער איז געווען מיט ר' מאיר, אין אז ר' מאיר איז געווען דער איינציגסטער פון די בד"ץ וואס האט זיך נישט געלאזט אינטערקויפען, אין אז הלכה כר' מאיר בכל מקום ועוד....
קאם אן! די וועלט זאגט אז א ליגענער דארף האבען זייער א גוטער זכרון, אבער דו דארפסט דאך דאס אויך נישט האבען דו האסט דאך אלעס אפגעטעיפט הער סך הכל איבער דיינע אלטע שקרים פאר דו קומסט באקען פרישע!!!
איך שרייב דא דאס, הגם עס איז שוין זעכער דא אסאך פרישערע סחורה (מסתמא אויך געבאקען נאך פסח תשע"ב...), ווייל די צוויי עפיזאדען האט מיר ממש פארעקעלט אין זייט דעמאלטס האב איך איהם שוין נישט אויסגעהערט, אין איך ראט פאר אנדערע דאס זעלבע, אויב ווילט איר שטארק וויסען געבאקענע געשיכטעס נעמטס ארויס אלטע ביכלעך פון מנחם מענדל'ן, אין אויב וואולט איר דווקא לשה"ר הערטס אויס אלטר משה'ן אדער ראביי שיין...
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:30 pm#5127
Re: נחום ראזענבערג
אין די דאקטערישע טערמינאלדזשי וערט ער באצייכענט אלץ א pathological liar
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:34 pm#5129
Re: נחום ראזענבערג
איינער בא'שגץ'ט נחום'ן

m http://www.youtube.com/watch?v=z9udqAUPm7M m
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm#5131
Re: נחום ראזענבערג
זר

יעצט בין איך שוין שילדיג?

מיין אשכול האט גארנישט צו טוהן מיט דעם וואס מענטשן קאלן אים אריין.

פארקערט, ווען נחום וועט זעהן דע אשכול אז מענטשן וואס הערן אים האבן אזעלעכע שטארקע טענות, קען זיין אז זיין פארשאלטענע מח וועט זיך אפשטעלן מיט זיין בלוט דורשט. פארשטייט זיך נאר אויב ער האט נאך עפעס א טראפקעלע פון די מין אנושי אין זיך.

מען קען גרנישט אויסרעכענעו מיט אים און ער קען נאך אריינגיין אין א רעמפעיזש ה״י.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:39 pm#5132
Re: נחום ראזענבערג
זר זהב האט געשריבן:און עתיד ליתן את הדין זענען אויך די אלע מגיבים וואס האבן דא מגיב געווען ביז אהער וועלכע קאלן אריין זיין האטליין און מיט דעם אים מחזק אנצוגיין.

נישט פארגעסן, לאו עכברא גנב...

לאמיך קודם קלאר מאכן איך אז רוף קיינמאל נישט זיין האטליין, ווי אויך, ווי איך האב שוין פריער געשריבן, האלט איך אז דער מענטש איז א רשע און א צורר. אויב וואלט אבער געווען בידי אים אפצושטעלן פון אלעם וואס ער טוט, וואלט איך אים נישט אפגעשטעלט.
אמת, ער טוט שרעקליכע עוולות, דער מענטש איז א כראנישער שקרן, און הלוואי - אוי הלוואי - וואלט מען אים געקענט אפשטעלן. אבער דער ביטערער מצב אין וועלכן מיר געפינען זיך, דער פאקט אז ביז דער רשע האט זיך נישט גענומען צו די פעדאפילן האבן זיי זיך געדרייט פראנק און פריי, מאכט אז מיר מוזן ליידער צוקומען צו זיין סערוויס, און איך וואלט אים נישט אפגעשטעלט איידער מיר האבן אן אלטערנאטיווע.
דער שקרן ואכזר האט שוין מיט זיין עסקנות געראטעוועט פיל מער קינדער און בחורים פון פארפאלן ווערן, ווי וויפיל אומשולדיגע מענטשן ער האט שוין אין דער ערד געלייגט. אבער ליידער איז א פאקט אז ער בארעדט אומשולדיגע מענטשן, און נאך ביטערער איז, אז עס איז נישטא קיין נארמאלערער מענטש וואס זאל זיך נעמען צו די מנוולים במחנינו.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:46 pm#5134
Re: נחום ראזענבערג
יאנקל :like

שפתים ישק. גוט ארויסגעברענגט.

מי יתן און ער וואלט ווייניגער שקרים און רשעות געלייגט אויף זיין האטליין און ער וואלט געדענקט געווארן אלץ א א צדיק וואס האט געראטעוןעט דורות אבער היינט וועט ער פארשריבן ווערן מיט בלוט לחרפון ולדראון.

נעבעך אויף אים און וויי צו זיינע דורות.
דינסטאג אפריל 17, 2012 11:49 pm#5135
Re: נחום ראזענבערג
זר זהב האט געשריבן:און עתיד ליתן את הדין זענען אויך די אלע מגיבים וואס האבן דא מגיב געווען ביז אהער וועלכע קאלן אריין זיין האטליין און מיט דעם אים מחזק אנצוגיין.

נישט פארגעסן, לאו עכברא גנב...


שטותים,
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:10 am#5142
Re: נחום ראזענבערג
איך האב נישט געוויסט אז סאיז נאך דא מענטשן וואס הערן נאך אויס דער האטליין זיינע..

און אז מ'רעדט שוין פון זייינע שקרים, איין וואך האט ער געהאט א גאנצע דרשה ווי ער האט געפרעדיגט קעגן א געוויסע רב מיט וועם איך בין נאנט, נחום האט פארציילט א לענגס און א ברייטס וויאזוי ער האט זיך געטראפן מיט דעם רב איין מאל און צוויי מאל און גערעדט מיט אים פאר איבער א שעה וכו' וכו'.
שטעלט זיך ארויס אז נחום האט זיך מיט דעם מענטש קיינמאהל נישט אפילו באגעגנט, ניטאמאהל האט ער געוויסט וועלעכע קאליר דאס בארד זיינער איז, אבער אויפן רב האט ער שוין געהאט טענות פארוואס ווארפט ער נישט ארויס א מענטש פון זיין שול, און מסתם טאטשט ער -דער רב- אויך קינדער..

פון דער אנדערע זייט, אויב האט דער שקרן באוויזן צו ראטעווען איין קינד אפשר לוינט שוין די גאנצע מעשה, איך שטעל זיך פאר אז כאטש עטליכע דא זענען וויקטעמס פון מאלעסטעישאן און פארשטייען ווי פיינפול דאס איז, עפעס האט געמוזט געטון ווערן,

דער אמת איז אז ביפאר נחום זענען אויך געווען אידן וואס האבן געארבייט און ארבייטן נאכאלץ ארויסצורוימען די וואגאבונדען פון די בתי מדרשים וכדומה, אבער צו געבן העלפ פאר די וויקטעמס דאס איז נאך נישט דא און דאס איז עפעס וואס נחום טוט אויך נישט,

איך האב אבער הנאה אז עטליכע חברים דא וואס האלטן יא פון עפענען די אויגן פון די קינדער אין וועלטליכע טעמעס ווייסן אויך ווי שעדליך נחום איז,
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:11 am#5143
Re: נחום ראזענבערג
אז דו לאזט אריין א קאץ אין דיין הויז ער זאל אויפעסן די מייזלעך דארפסטו אויך זיין גרייט נאכצורוימען דאס קעצעל'ס שמוץ, ס'נישטא א פערפעקט זאך. יעצט איז דיין טשויס, ווילסט נחום דער מנוול זאל טון דיין שמוציגן ארבעט זיי גרייט אויף זאכן וואס וועלן דיר נישט געפעלן.
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:14 am#5144
Re: נחום ראזענבערג
זר זהב האט געשריבן:אז דו לאזט אריין א קאץ אין דיין הויז ער זאל אויפעסן די מייזלעך דארפסטו אויך זיין גרייט נאכצורוימען דאס קעצעל'ס שמוץ, ס'נישטא א פערפעקט זאך. יעצט איז דיין טשויס, ווילסט נחום דער מנוול זאל טון דיין שמוציגן ארבעט זיי גרייט אויף זאכן וואס וועלן דיר נישט געפעלן.

ריכטיג. דאס איז דער פראבלעם. צום באדויערן דארפן מיר האבן וואס נחום טוט, און מיר ליידן די קאנסעקווענצן פון זיין מיאוס'ן כאראקטער. קיין אנדערע ברירה איז אבער ליידער נישטא.
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:19 am#5145
Re: נחום ראזענבערג
מיין שיטה איז פונקט פארקערט - ענדערש זאלן די שולדיגע אפקומען מיט גארנישט (און לאזן דעם בעל הכרם טון דאס זייניגע ויכלה את קוציו) ווי איידער איין אומשולדיגער זאל ליידן פאר גארנישט!!!

אונז קענען נישט מתקן זיין די וועלט. אויב קען מען נישט טון די ארבעט אן סייד עפעקטס, זאל מען ליבערשט נישט טון. גענוי ווי דער איד וואס איז געלאפן פארטאגס צו סליחות און לויפענדיג האט ער אומגעווארפן עטליכע אלטע אידן אויפן וועג... און הרה"צ ר' ישראל סאלאנטער האט געזאגט אז זיין סליחות איז גארנישט ווערד.

נחום שגץ, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אומשולדיגע ערליכע אידן.
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:22 am#5146
Re: נחום ראזענבערג
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין שיטה איז פונקט פארקערט - ענדערש זאלן די שולדיגע אפקומען מיט גארנישט (און לאזן דעם בעל הכרם טון דאס זייניגע ויכלה את קוציו) ווי איידער איין אומשולדיגער זאל ליידן פאר גארנישט!!!

אונז קענען נישט מתקן זיין די וועלט. אויב קען מען נישט טון די ארבעט אן סייד עפעקטס, זאל מען ליבערשט נישט טון. גענוי ווי דער איד וואס איז געלאפן פארטאגס צו סליחות און לויפנדעיג האט ער אומגעווארפן עטליכע אלטע אידן אויפן וועג... און הרה"צ ר' ישראל סאלאנטער האט געזאגט אז זיין סליחות איז גארנישט ווערד.

נחום שגץ, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אומשולדיגע ערליכע אידן.

לאמיר נישט פארגעסן אז דער יעצטיגער אויפברויז איז נישט אויף דעם רשעות וואס ער האט געטון צו אן אומשולדיגן מענטש, נאר פאר א שולדיגן - די אוממענטשליכע אכזריות מיט וועלכער ער איז זיך באגאנגען מיט אן אויסגערופענעם פעדאפיל.
מיטוואך אפריל 18, 2012 12:26 am#5148
Re: נחום ראזענבערג
נו יאנקעל מאכסט נאר שטערקער שמעקעדיגס פוינט! אז אפילו מיט א שולדיגן זענען שוין מענטשן נישט צופרידען וואזוי נחום ביהעיווט. עאכוכ"מ מיט אומשולדיגע!
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:33 am#5154
Re: נחום ראזענבערג
אפשר וויל איינער מסביר'ן פאר'ן עולם פון וואס פאר א פרשה מ'רעדט דא? איך האב נישט קיין נערווען צו הערן זיינע גרעפצערייען, און ביז ער קומט צום פוינט נעמט אויך יארן, סא פליז ענלייטען מי.
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:37 am#5156
Re: נחום ראזענבערג
געפילטע פיש האט געשריבן:אפשר וויל איינער מסביר'ן פאר'ן עולם פון וואס פאר א פרשה מ'רעדט דא? איך האב נישט קיין נערווען צו הערן זיינע גרעפצערייען, און ביז ער קומט צום פוינט נעמט אויך יארן, סא פליז ענלייטען מי.

נישט אריינגיין אין דעטאלן ברבים. אין אישית - גערן.

אגב, מיאוס׳ע קללות האב איך ארויסגענומען פון געוויסע הודעות אין דער נושא.
מיטוואך אפריל 18, 2012 3:09 am#5163
Re: נחום ראזענבערג
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין שיטה איז פונקט פארקערט - ענדערש זאלן די שולדיגע אפקומען מיט גארנישט (און לאזן דעם בעל הכרם טון דאס זייניגע ויכלה את קוציו) ווי איידער איין אומשולדיגער זאל ליידן פאר גארנישט!!!

אונז קענען נישט מתקן זיין די וועלט. אויב קען מען נישט טון די ארבעט אן סייד עפעקטס, זאל מען ליבערשט נישט טון. גענוי ווי דער איד וואס איז געלאפן פארטאגס צו סליחות און לויפנדעיג האט ער אומגעווארפן עטליכע אלטע אידן אויפן וועג... און הרה"צ ר' ישראל סאלאנטער האט געזאגט אז זיין סליחות איז גארנישט ווערד.

נחום שגץ, נעם אראפ דיינע לאפעס פון אומשולדיגע ערליכע אידן.


איך בין דא אינגאנצן מיט שמעקעדיג.

נחום איז א רשע ערוץ, שקרן וכזבן, שוידערליכער נידריגער מסור, און צו דעם אלעם, איז ער אינגאנצן נישט קיין ישועה אין דעם נושא פון פעדאפיליע. איך האב ב"ה קיינמאל זיין האטליין נישט געהערט (ס'פעלט מיר נישט אויס, איך קען זיין מיאוס'ן פיסק שוין פאר צענדליגער יארן פערזענליך), און אויך דעם בלאג זיינעם האב איך יעצט דאס ערשטע מאל געזעהן, נאכן קליקן דעם לינק דא אויבן.

און קודם לאמיך אייך פארציילן, ער האט דארט עפעס נייעס וועגן מ.ט. פון מאנסי, און איך האב נישט געליינט, סאו ווייס איך נישט צו ער נעמט קרעדיט פאר דעם צו נישט, אבער להוי ידוע אז ער האט גארנישט צו טוהן געהאט מיט די מעשה, א צווייטער (א אמת'ער עסקן און טוער קעגן פעדאפיליע) האט אים מסדר געווען. נחום האט איין אגענדע, באקומען אטענשאן. און דאס וועט ער אויספירן אויף סיי וועלכן אופן, און סיי וואס עס וועט אויספעלן צו טוען דאס צו באקומען וועט ער טוען, נישט קיין חילוק צו מען דארף פאר דעם הרג'ענען אומשולדיגע מענטשן, אפילו פרויען און קינדער.

און נאכאמאל, איך ווייס גראדע פון מערערע מענטשן און עסקנים וועלכע ווילן מער נישט טוען אין דעם נושא טאקע דערפאר ווייל זיי האבן מורא צו האבן דאס מינדעסטע שייכות מיט דעם רשע ארור, און זיי ווילן נישט ווערן אידענטיפיצירט מיט אים. וואלט ער נישט געוועהן דא וואלט מען שוין געקענט אסאך מער אויפטיען. און פערצופאל ווייס איך פון אסאך מאלעסטעד מענטשן וועלכע שרייען דאס זעלבע, און זיי ווילן דעם רשע באגראבן לעבעדיגערהייט. זיי שרייען אויך אז ער טוט נאר שעדיגן די עסקנות קעגן די מענטשן.

וואס טוט ער יא, ער טרייט איינצוזעצן מענטשן אין תפיסה, נישט קיין חילוק פארוואס, אבי ער זאל זיך גוט שפירן. און איך ווייס פון צוויי פעלער ווי ער האט איינגעזעצט בחורים, איינעם פון פערצן יאר!!! און איינעם פון פופצן יאר!!! אין דשואווענייל תפיסות, פארן מאלעסטן קינדער. געוואלד, וואס וועט דא זיין. ער איז א טייל פון דעם חורבן, נישט א טייל פון דעם תיקון.

איינמאל האט זיך געמאכט איינער וועלכער האט אנגעהויבן א בלאג קעגן אים, און יענער האט געמאכט גוטע פארשריט, אבער דאן האט ער זיך געלייגט שלאפן און פערטיג, דער נחש גייט ווייטער אן מיטן פולן קראפט.

זאל דער פון אויבן באהיטן. יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו.
מיטוואך אפריל 18, 2012 7:40 am#5168
Re: נחום ראזענבערג
לאמיר קלאר שטעלען דו זאך
דע פראבלעם איז דא - אבער נחום איז נישט די מענטש דערפאר

האמער א צווייטען אלטערנאטיו?
כאפטס א שמיס מיט סאשעל ווארקערס אין טערעפיסטען וועט עטס הערען ווי שטארק דו פראבלעם אוז דא, נאך היינט ציטאגעס מאלעסטן מלמדים אין באס רביס קליינע קינדער ואין פוצה פה ומצפצף, דעס איז נישט נחומס מעשיות, א סאשעל ווארקער האט מיר פאציילט שרעקליכע מעשיות אין די שענטסטע תלמוד תורוס אין שטאט (זיין נאמען קען אוך געבען אין אישי), פרעג אוך עם איז דאך נחום ר"זב גערעכט?, מאכט ער אוועק מיט די הענט ער אוז דאך א משוגענער

לאמיר פרעגען אזוי, וויפיל פין אינז דא זענען מאלעסטעד געווארען אלס קינד?
עס מיינט טאקע נישט אז יעדע מאלעסטעד קינד ווערט משיגא און אויך א מאלעסטער אבער א טייל ווערען יא געשעדיגט אין ""איינער"" מיז קעיר נעמען פין דעים
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:06 pm#143646
Division ave in willi
דינסטאג אוגוסט 20, 2013 11:18 pm#143654
גראדע קוקט מיר דאס ווי נחום׳ס טאכטער מרת. ק.
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:22 am#143712
שוין אמאהל געוועהן דא א שמועס ווי איך האב געטענה'ט אז נחום האט נאך קיין איין אומשולדיגער נישט בארעדט. קיין איינס!!!!!

און די געוועהנליכע אהננעמערס האבען געקריצט מיט די ציין, וואס הייסט!! מען קען דיר ברענגען גאנצער ליסטעס םין "אומשולדיגע" וואס ער בארעדט אויף זיין האטליין.

די נקודה איז, די אלע וואס ער רופט מאלעסטערערס און שקצים, אויב זענען זיי נישט אליין, פארטיידיקען זיי אנדערע, און עס איז לא עלינו די זעלבע זאך, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאו.

איין נאמען האט מען יא געטראפען דארט וואס מען קען זאגען אז ער האט נישט קייו שום שייכות, ר' יונה פיליפ. און פאר איין נאמען ווערט נאך נחום נישט קיין רשע מרושע צודרייטע גיהנם גייער.
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 12:58 pm#143747
שמעקעדיג האט געשריבן:זעהסטו חזקיהו, איך האלט נישט אזוי. איך וועל איבערשרייבן וואס כ'האב געשריבן - קרוב צו אנדערטהאלבן יאר צוריק - אינעם ערשטן בלאט פון דעם אשכול:

שמעקעדיג האט געשריבן:מיין שיטה איז פונקט פארקערט - ענדערש זאלן די שולדיגע אפקומען מיט גארנישט (און לאזן דעם בעל הכרם טון דאס זייניגע ויכלה את קוציו) ווי איידער איין אומשולדיגער זאל ליידן פאר גארנישט!!!

אונז קענען נישט מתקן זיין די וועלט. אויב קען מען נישט טון די ארבעט אן סייד עפעקטס, זאל מען ליבערשט נישט טון. גענוי ווי דער איד וואס איז געלאפן פארטאגס צו סליחות און לויפענדיג האט ער אומגעווארפן עטליכע אלטע אידן אויפן וועג... און הרה"צ ר' ישראל סאלאנטער האט געזאגט אז זיין סליחות איז גארנישט ווערד.



איך בין גאר שטארק סאפרייזד אויף דעם הנחה אז בעסער זאלען אלע קינדער מאלעסטעט ווערען ווי איידער אין אומשולדיגער זאל אנגערופען ווערען א מאלעסטער. טאקע אזוי?

ווען די קענסט ראטעווען א קינד פין מאלעסטעט ווערען דורך הייסען א מאלעסטער וואלסט די עס נישט געוועהן געטוהן?

און חוץ פין דעם, כ'זעה נאך נישט אז די זאלסט ראטעווען קינדער פין ווערען מאלעסטעט דורך ארויסגעבען און באשמוצען אמת'דיגע שקצים, אלעס וואס מען הערט איז בלויז תירוצים פארוואס נישט.

דער אמת'דיגע תירוץ איז ווייל מען קען ביישטיין מקריב זיין אונזערע קינדער צו ווערען מאלעסטעט אבי מען זאל נישט באשמוצט ווערען.

וכדאי בזיון וקצף
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 1:05 pm#143753
ביסט בשיטה זייער עקסטרעם מחמיר, ואגב חורפא האסטו נישט פארשטאנען מיין כוונה,

איך זאג אזוי, לו יהא דא שטייט פאר מיר א מענטש געציל וואס כו"ע מודי ער איז א מאלעסטאר, און אויך שטייט א איד גימפל וואס גאט איז עדות ער איז נישט קיין מאלעסטאר נאר גענצליך ריין דערפון, אבער עס איז פאראן א חשד אדער א קול.
יעצט דו האסט 2 סינעריאוס, איינס אז מען זאל ביידע באשטראפן, סיי דעם שולדיגן און סיי דעם אומשולדיגן; אדער ביידע לאזן פריי, און דער מאלעסטאר וועט זיך ליידער דרייען אין די גאסן.
ווען מע פרעגט מיר, וואלט איך אויסגעקליבן דעם צווייטן אפציע. איך ווייס אז עס איז געפערליך אז אזא שגץ דרייעט זיך ארום, אבער ביי מיר איז ערגער אז א אומשולדיגער שמאכטעט אין טורמע.
קען זיין דו האלטסט פארקערט, (און ביסט בארעכטיגט דערצו), אבער זאג נישט נאך זאכן אין מיין נאמען אז איך האלט "בעסער זאלען אלע קינדער מאלעסטעט ווערען ווי איידער אין אומשולדיגער זאל אנגערופען ווערען א מאלעסטער". כ'האב דאס קיינמאל נישט געזאגט.
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 3:44 pm#143842
איחוד פעלד האט געשריבן:שוין אמאהל געוועהן דא א שמועס ווי איך האב געטענה'ט אז נחום האט נאך קיין איין אומשולדיגער נישט בארעדט. קיין איינס!!!!!

און די געוועהנליכע אהננעמערס האבען געקריצט מיט די ציין, וואס הייסט!! מען קען דיר ברענגען גאנצער ליסטעס םין "אומשולדיגע" וואס ער בארעדט אויף זיין האטליין.

די נקודה איז, די אלע וואס ער רופט מאלעסטערערס און שקצים, אויב זענען זיי נישט אליין, פארטיידיקען זיי אנדערע, און עס איז לא עלינו די זעלבע זאך, מעלה עליו הכתוב כאילו עשאו.

איין נאמען האט מען יא געטראפען דארט וואס מען קען זאגען אז ער האט נישט קייו שום שייכות, ר' יונה פיליפ. און פאר איין נאמען ווערט נאך נחום נישט קיין רשע מרושע צודרייטע גיהנם גייער.


לויט נחום איז יעדער וואס האלט נישט % 100ווי אים, א מסייע צו מאלעסטעישאן.

קומט אויס לויט דיין "מעלה עליו הכתוב כאילו" אז וועם ער בארעדט נאר איז שולדיג.

קאםם אןן!!!!
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 5:07 pm#143892
ולזכות אלף חוטאים יותר טוב ונכסף מהרוג זכאי אחד יום אחד (ספר המצוות להרמב"ם, ל"ת רצ).
מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:41 pm#143922
שליח האט געשריבן:ולזכות אלף חוטאים יותר טוב ונכסף מהרוג זכאי אחד יום אחד (ספר המצוות להרמב"ם, ל"ת רצ).

ברוך שכיוונתי!
יו מעיד מיי דעי! :like :like :like
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:05 pm#155670
נחום היינט אין G&G
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:00 am#155734
סא ער גייט ווערען גהעריג רבי, ווי פירט ער טיש די וואך?
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 1:29 am#155739
זעליג האט מורא צו פארמאכן נחום'ס דריטע קנעפל, ער האט מורא נחום וועט זאגן אויפן האטליין ער איז א חזיר.
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 3:32 am#155748
רויטע וואנצעס האט געשריבן:זעליג האט מורא צו פארמאכן נחום'ס דריטע קנעפל, ער האט מורא נחום וועט זאגן אויפן האטליין ער איז א חזיר.

הא הא וואס מיינסטו נחום'ס הענט איז ארויף ער שרייט אויף זעליג נעם אראפ די הענט פון דארט דו חזיר מע גייט דיך אויפפיקן.... :lol:
זונטאג אקטאבער 13, 2013 12:59 am#155928
מאנטאג אקטאבער 14, 2013 3:32 pm#156300
אזוי וויא עהר קען דאך נישט זיין אין דער היים שבתים וימים טובים וימים נוראים כידוע [ וואס דא איז נישט דער פלאץ צו שרייבען דעם טעם דערפון ] נאר עהר געפינט זיך אין איין נארסינג האום .וועט עהר מיט דעם מלבוש אויסזעהן אזוי וויא אלע נארסעס קראנקען שוועסטערס .מצא מין את מינו
דינסטאג אקטאבער 22, 2013 6:37 am#157890
א נייע קעפ....
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:16 pm#159056
איחוד נחום נוצט זיין האטליין אלס א פריוואטע עקסטארשען טאלל צו ערייכן סיי וואס ער וויל (נישט דווקא עפעס וואס האט צו טאן מיטן אונטער הויזן) סיי ווער עס נוצט אים נישט פאר א מקווה ווערט א חזר סיי ווער עס האט אים אמאל נישט גענוג מקרב געווען ווערט א חזר, דער בהמה כאפט נישט אז נישט יעדער וואס קערט זיך אוועק פון אים איז עס וועגן די חרם פון די רבנים, רוב עולם טוט דאס פשוט ווייל ער זעהט אויס ווי א חזר וואס טובל׳ט זיך און אשפה אנגעטאהן מיט זיין ראציגע חאלאטל און מיט זיין זושקא אויפן קאפ, לויט זיין קליידונג גייט ער לכאורה נישט און שויער מיובל ליובל און ער שטיננננקקקטכט עס האט מיט קיין חרם גארנישט.

און ביי דעי וועי ער האט געטשעפעט מיידעלעך און א מוסד און אוקריינא ווי ער האט געבויעט א מקווה נישט אומזיסט פארט ער שוין נישט אויף אוקריינא קיינמאל.

עס איז דא א מעסיוו פראבלעם מיט אביוז און אונזער קאמיונעטי ליידער אבער דער חזר איז נישט די מענטש דאס צו פארעכטן.
פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 12:26 am#160024
איש צדיק תמים האט געשריבן:איחוד נחום נוצט זיין האטליין אלס א פריוואטע עקסטארשען טאלל צו ערייכן סיי וואס ער וויל (נישט דווקא עפעס וואס האט צו טאן מיטן אונטער הויזן) סיי ווער עס נוצט אים נישט פאר א מקווה ווערט א חזר סיי ווער עס האט אים אמאל נישט גענוג מקרב געווען ווערט א חזר, דער בהמה כאפט נישט אז נישט יעדער וואס קערט זיך אוועק פון אים איז עס וועגן די חרם פון די רבנים, רוב עולם טוט דאס פשוט ווייל ער זעהט אויס ווי א חזר וואס טובל׳ט זיך און אשפה אנגעטאהן מיט זיין ראציגע חאלאטל און מיט זיין זושקא אויפן קאפ, לויט זיין קליידונג גייט ער לכאורה נישט און שויער מיובל ליובל און ער שטיננננקקקטכט עס האט מיט קיין חרם גארנישט.

און ביי דעי וועי ער האט געטשעפעט מיידעלעך און א מוסד און אוקריינא ווי ער האט געבויעט א מקווה נישט אומזיסט פארט ער שוין נישט אויף אוקריינא קיינמאל.

עס איז דא א מעסיוו פראבלעם מיט אביוז און אונזער קאמיונעטי ליידער אבער דער חזר איז נישט די מענטש דאס צו פארעכטן.


אפשר קענט איר ביטע זאגען אביסעל מער פרטים אויף ווואס איר זאגט איז פארגעקומען אין אוקריינא??
איך האב געהערט אסאך גוטע מעשיות אויף דער שיכור קינד אבער די מעשה האב איך קיינמאל נישט געהערט
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 10:33 am#160871
דערציילונגען פון צדיקים

"נחום איש חרם"

עס איז אמאל געווען א מעשה מיט א מענטש וואס מען פלעגט אים רופן "נחום איש חרם" צוליב דעם וואס די ערליכע רבנים פונעם דור האבן אים ארינגעלייגט אין חרם. דארטן אין חרם האט ער זיך געשפירט זייער דערשלאגן און איינזאם זייענדיג פון די איינציגסטע יודן במשך אלע דורות וואס האבן זיך דערזעהן אזוי פארלוירען מיט זייער עולם הזה און עוה"ב. האט ער דארטן אנגעמאכט היבש אסאך צרות פאר די יודן אין יענע צייט. דער מענטש פלעגט אלעמאל א יעדע צייט צו זאגן אז מען דארף איינשפארן יעדען איינעם אין תפיסה רח"ל און מען גייט אונז אלע איינמאל אויפיקן מיט די פאליציי און אז איין טאג גייט מען אונז פארטרייבן פון אונזער מדינה. דער מענטש פלעגט זייער ליב האבן צו רעדען גראפיקלי חזריש איבער פעדיפילי און פון די מקומות המכוסים אז מען האט זיך ליידער געקענט באלעקען די פינגער. בעיקר פלעגט ער שרייען דעם מאי אהני ליה רבנן אז זיי זענעו די ארגסטע, און קיינער קימערט זיך מיט זיי מער נישט, עכ"ז וואס אין זיינע צייט איז פארגעקומען די היסטארישע אסיפת האינטערנעט און די היסטארישע מוחאה קעגן גיוס בני ישיבות וואס יעדע פון זיי האט מאחד געווען צענדליגער טויזענטער יודן און אלע זענען געקומען בלויז ווייל אפאר רבנים (די זעלבע אויסגעשפילטע גרעסטע נואפים עפ"ל) האבן אינטערגעשריבן א קול קורא. ער האט פארמאגט זייער א רייכע שפראך און פאר קיין מיליאן דאלער האסטו נישט געקענט וויסן ווען ער זאגט אמת און ווען ער באקט אויף א מעשה. ער פלעגט חוזק מאכן פון יעדע הלכה און מצוה למשל אז מען דארף נישט פאסטן קיין תעניתים אדער בכלל היטן די תרי"ג מצות צוליב דעם ווייל מען איז שוואך אין די איינע מדה ממילא איז שוין גארנישט מער דא. ער פלעגט ליידער אסאך מ'סרן יודן. האט ער זיך דערוואגט אראפצורייסן און מבזה זיין לעיני כל העולם כולו דעם גרויסן סאטמארען רבי'ן זי"ע מיט אלע זיינע חסידים און סימפאטיקער אלעס ווייל מען האט אים אמאל פארשיקט פון סאטמער ישיבה און ער האט געלאנדעט קיין וויזניץ, ער פלעגט רעדן איבער יעדען און אלעם אבער ווער ס'האט אים בארירט אדער וועמען ער האט בארירט האט ער געהאלטן פאר די גרעסטע סוד, ער איז געווען א פלאם פייערדיגער ציוני און זייער ליב געהאט דעם פרייען צוגאנג צו יעדע זאך. בכלל האט ער ליב געהאט יעדן פרייען מענטש און יעדען גוי נאר זיינע געוועזענע ברידער האט ער זייער געהאסט. צום סוף איז ער געווארן א אפענער משומד רח"ל און האט זיך ארויסגעשטעלט אקעגן מצות מילה. אקעגן שחיטה אקעגן לערנן תורת משה מיט קינדער ע"פ המסורה כמו שהורה לנו אבותינו. עכ"פ ס'איז נישט קלאר ווען און פארוואס די רבנים האבן אים אריינגעשליידערט אין חרם אבער דאס איז א מוסר השכל טייערע קינדערלעך נישט צו פרובירן צו זיין קלוגער ווייל דאן פארקריכט מען און נישט נאר וואס די וועסט נישט קענען מתקן זיין וואס ס'דריקט דיר וועסטו נאך ליידער מקלקל זיין דיך מיט אנדערע, און ווען די זעהסט א עוולה זאלסטו שרייען און קומען אויסזאגן אבער פונקט ווי די רבי האט אונז געלערענט אז די טארסט נישט נעמן די גאולה פאר די צייט אזוי טארסטו נישט טאן מער וויפיל די מעגסט ע"פ תורה אין קיין שום ענין. דאס איז די מעשה מיט "נחום איש חרם"
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 2:49 pm#160962
זייער שיין אבער זייער א קורצע ביאגריפי אויף דעם גרעסטן חזיר פון כלל ישראל שוין געווען אסאך חזירים ביי כלל ישראל אבער אזוי אין פאבליק רעדן חזיריי אזוי שמאלציג און דזשעלידיג איז נאכנישט געווען און בעיקר מיט זיינע פאדרייטע שיטות אויף כל הקודש לנו כנ"ל פוי
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 3:09 pm#160964
יעצט דארף מען נאר ה.הכטקופף זאל אים אפמאלן מיט די שווארצ'טע פארבן כראוי און מחניים איז גרייט עס ארויסצוגעבן..
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 6:35 pm#161028
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט דארף מען נאר ה.הכטקופף זאל אים אפמאלן מיט די שווארצ'טע פארבן כראוי און מחניים איז גרייט עס ארויסצוגעבן..

לידיעה בעלמא, דעם מאלערס נאמען איז 'הענרי העכטקאפ'. א רוסישער גאר געלונגענער מעלער. ווי איז ער נעלם געווארן?
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 6:39 pm#161032
דינסטאג נאוועמבער 05, 2013 9:37 pm#161087
שוין דא אויך א שיינע וויקי בלאט אויף עם.
m http://en.wikipedia.org/wiki/Henryk_Hechtkopf m
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 11:15 am#161176
נישט צו גלייבען אז ער האט געמאכט אזעלעכע אויטענטישע בילדער.
מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:56 pm#161270
קוק ביי 7:35 העפי ווי א בעבי. (אין א קלאב אוי וויי...)