Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
79 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 179 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #409
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:21 pm#5222
האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
היינט פאלט אויס דער יארצייט פון האדמו״ר המפורסם רבי משה טייטלבוים זצ״ל, רב דקהילת קהל יטב לב דסאטמאר משנת תש״מ עד פטירתו כ״ו ניסן תשס״ו.
דער סאטמארער רבי ז״ל איז געווען אן איבערלעבער פון דעם חורבן, האבנדיג פארלוירן זיין ווייב און עטליכע קינדער. אין אמעריקע איז ער באקאנט געווארן פאר זיין כח הפסק, און האט געדינט אלס א דיין חו״מ פאר לאנגע יארן. דורכאויס די יארן פון זיין אדמו״רות איז ער געווען באקאנט מיט זיין אייגנארטיגן עניוות און כח הרבנות.
א מעשה׳לע וואס כאראקטעריזירט זיין עניוות. א חסיד א חתן איז געקומען צום רבי׳ן א טאג פאר זיין חתונה און האט אים געבעטן אויב ער קען ״האבן א בגד פון רבי׳ן״ פאר זיין חופה. עס איז דעם רבי׳ן נישט בייגעפאלן אז דער חתן מיינט דערמיט אים אליין, און ער האט זיך תיכף אויפגעשטעלט זוכן א בגד פון דודו האדמו״ר רבי יואל זצ״ל.
ווער עס האט נאר אמאל גערעדט מיט׳ן רבי׳ן איז איבערגענומען געווארן פון זיין מענטשליכער ליבשאפט, און די גרויס אהבה וואס ער האט ארויסגעוויזן פאר קינדער בכלליות, און בני משפחתו בפרטיות.
ליידער האט ער געליטן גאר א סך. אנגעפאנגען מיט׳ן פארלירן ביידע פון זיינע עלטערן אין א יונגען עלטער. דערנאך דעם ביטערן חורבן, וואס האט אים טייער געקאסט. ווען ער האט שוין לכאורה געדארפט זיין ברום המעלה, זייענדיג בראש פון מלכות סאטמאר, האט זיך ערשט אנגעפאנגען א פעקל צרות מיט פראבלעמען מבית ומבחוץ. אינצווישן האט ער פארלוירן זיינס א באליבטע טאכטער, און דערנאך, בערוב ימיו, די מחלוקה צווישן זיינע קינדער וואס האט אים גורם געווען א סך צער, און האט דירעקט פארמיטן פון א מענטש וועלכער האט פארלוירן זיין משפחה אין דעם חורבן פון שעפן נחת פון זיינע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך.
עס איז כדאי אז מען זאל דא דערמאנען עפיזאדן פון דער גרויסער פערזענליכקייט - א מענטש וועלכער האט געליטן צרות ויסורים מכאובים וועלכע מיר קענען זיך אין דמיון נישט פארשטעלן, און האט פארמאגט גרויסע השגות וועלכע טארן נישט פארגעסן ווערן.
מיטוואך אפריל 18, 2012 1:42 pm#5229
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:36 pm#5519
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
דער ברך משה זי"ע פלעגט נישט מקפיד זיין צו געבן א נאמען נאך מענטשען וואס זענען אוועק יונג אדער זענען אומגעקומען אין קריג. ער האט געהאט מקובל מבית אבותיו אז מ'דארף נישט. אבער דער דברי יואל זי"ע פלעגט יא הייסן צוגעבן.
פאר דער ברך משה איז געווארן רבי פלעגט ער אייביג זאגן פאר מענטשען וואס האבן עם געפרעגט, אז מ'זאל נישט צולייגן קיין נאמען, אבער ווי ער איז געווארן רבי האט ער אנגעהויבן הייסן אז מ'זאל יא צולייגן, אין ער האט מסביר געווען אז די חסידים קומען צו מיר נאר וועגן איך בין ממלא מקום פון דעם פעטער, מוז איך זיי זאגן לויט די שיטות פון דעם פעטער ז"ל.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:39 pm#5520
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
אינטערסאנט פארוואס דער ברך משה האט נישט א נאמען געגעבן קיינעם פון זיינע קינדער חיים צבי נאך זיין טאטן דער עצי חיים זצ"ל.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:07 pm#5529
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
דאס איז צוליב דעם וואס ער האט שוין א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער פאר א קינד וואס איז אים געבארן איידער דער קריג, און מען גיבט נישט צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:07 pm#5530
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:11 pm#5532
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:14 pm#5533
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
אלבערט האט געשריבן:דאס איז צוליב דעם וואס ער האט שוין א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער פאר א קינד וואס איז אים געבארן איידער דער קריג, און מען גיבט נישט צוויי קינדער דעם זעלבן נאמען.

שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

אהא, איך האב נישט געוואוסט דערפון...
פונדעסטוועגן הייסן די אייניקלעך בלויז חיים צבי אן א צונאמען.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 6:31 pm#5540
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
זר זהב האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!

אי משום הא לאו ראיה, ווייל טויזענטע קינדער מיט צוגעגעבענע נעמען זענען אויך נעקד געווארן ביים קריג.
דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:37 pm#5867
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
ערעב זר זהב, דו קענסט די מעשה מיט רבי ר' יונתן אינעם יעב"ץ און די משל פון חד גדיא?

מאכסט שוין א מחלוקת און נעמסט שוין א צד

דאס איז די איינציגסטע זאך וואס דער ברך משה מיטן דברי יואל האבן געהאט חילוקי דעות, און יעדער קען אננעמען ווי וועם ער וויל, שטעק נישט אריין דיין קאפ און ברענגן ראיות ווער ס'איז געווען גערעכט, ווייל ס'איז דא ראיות פארקערט אויך, ומי אנו להכניס ראשינו בין ההרים הגדולים

אגב בנוגע אוועק יונג מיין איך אז דער ברך משה פלעגט יא הייסן צוגעבן, נאר ביי א נאמען נאך אומגעקומענע ביי די קריג האט ער נישט געהייסן צוגעבן, און ווען מען האט געפרעגט צו ס'הייסט נישט איתרע מזליה, האט ער געזאגט די אלע אידן זענען אומגעקומען על קידוש ה' און פונקט ווי מען געט דעם נאמען ר' עקיבא וואס איז געווען מעשרה הרוגי מלכות די זעלבע מיט אלע וואס זענען אומגעקומען על קידוש ה'

פארוואס דער ברך משה האט למעשה פאר זיין קינד און פאר די אייניקלעך יא געלאזט די ארגינעלע נאמען פון זיינע עלטערו איז בודאי געווען טעמו ונימוקו עמו
ואגב האט דערציילט אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אז ווען זיין זון ר' חיים הערש איז געבוירן האט ער גערעדט צום טאטן דערוועגן, און ער האט אים געזאגט אז ער זאל אינזין האבן ביים נאמען חיים נאכן דברי חיים און צבי נאכן חכם צבי, וואס נאך זיי האט דער עצי חיים געהייסן, און אדמו"ר מהר"א האט עס דערציילט פארן רבין דער דברי יואל און דער רבי האט געזאגט, גוט, אבער זאלסט אזוי אינזין האבן.

און יתכן אז דער ברך משה ביי זיין זון האט אויך די זעלבע אינזין געהאט
זונטאג אפריל 22, 2012 2:35 pm#6509
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
זר זהב האט געשריבן:
שרייבער האט געשריבן:ער האט געהאט א קינד חיים צבי וואס איז נעקד געווארן ביי די קריג

משם ראיה אז דער בעל ויואל משה איז גערעכט!

שטותים. כיון שניתן רשות למשחית וכו'
אבער דאס אז די נעקד אין צרפת האט געהייסען נאך גבריאל הולצבערג איז שוין יא א מקום לתלות אז שמא קא גרם
מאנטאג אפריל 23, 2012 4:28 pm#6902
Re: האדמו״ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ״ל
איך ווייס פון א מעשה א איד איז אריין צום דברי יואל בשנת תשל"א אז ער האט געהאט א אינגעל און זיין שווער וויל ער זאל א נאמען געבן נאך זיין טאטן, (נאכ'ן שווער'ס טאטע) אבער ער האט א פראבלעם ווייל ער איז אוועק אינג, און ער קען זיך נישט קריגן מיט זיין שווער, ער האט גלייך געזעהן אז פארן רבי'ן שמעקט עס נישטת האט ער געפרעגט דעם רבי'ן צו ער זאל אינזין האבן בשעת'ן גיבן די נאמען אז ער גיבט נאך וועם זיין שווער'ס טאטע הייסט, האט אים די רבי אנגעשריגן זיי נישט קיין אויבער חכם, האט ער געענטפערט פאר'ן רבי'ן אז ער מאכט נישט קיין אייגענע באשליסן ער פרעגט נאר דעם רבי'ן ווייל זיין שווער וויל דוקא דעם נאמען,

למעשה האט ער געגעבן דעם נאמען און די רך הנולד איז אוועק אין די 30'גער יארן ל"ע,
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:24 pm#61759
ביים מקיים זיין די מנהג פון שפילן "דריידל" אום חנוכה

בילד
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:36 pm#61797
שמואל פארוואס קען איך נישט זען די בילדער וואס די פאוסט?
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:39 pm#61801
פאר די זעלבע סיבה ווי דא
דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 4:22 pm#61817
שמואל הלוי האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה ווי דא

דארט קען איך יא זעהן און דא קען איך נישט
מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:18 pm#62142
ראשעקאל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:פאר די זעלבע סיבה ווי דא

דארט קען איך יא זעהן און דא קען איך נישט

ווייל דארט (אויפן פלאץ ווי יענע בילד איז געהויסטעד) לאזט דיר דיין פילטער יא אריין און דא (ווי דער בילד איז געהויסטעט) נישט, ווערי סימפל.
מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:38 pm#62144
ווי איז עס גע׳האוסט??
מוצ"ש נאוועמבער 17, 2012 8:43 pm#62147
איך ווייס נישט גענוי וועלכע סייט twitpic נוצט, אבער פון דארט קומט די אויבערשטע בילד.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:04 pm#101314
שבת איז די זיביטע יארצייט
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:16 pm#101322
ווער וואלט זיך געגלייבט אז זיבן יאר נאך דעם וואס ער איז נפטר געווארן איז נאך נישט משיח געקומען. ווען ער וואלט דאס ווען געוואוסט וואלט ער עס נישט אויסגעהאלטן.
זיין אור חדש על ציון אוי די געגועים.
יעמוד מורי מורנו משה בן מורי מורנו חיים צבי.
די תפילות הייליגע טעג
דאס ווארעמקייט ביים אויפנעמען קוויטלעך
זיין הייליגע שמייכל ווער ער האט געזעהן א אינגל ביים גוט שבת זאגן
אפילו די וועג ווי אזוי ער פלעגט א גלעט געבן די נאז בענקט מען זיך.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:18 pm#101324
דער ברך משה איז אמאל געזיצן אין מקוה ווען א בחורל קומט אריינצולויפן און טוישט אויף זיין קאפל פאר א נייע.
יעצט האט ער דעם רבי'נס קאפל. גייט נישט דורך א האלבע מינוט און נאך א בחור קומט אריין און טוט דאס זעלביגע...
רופט זיך דער ברך משה אן: דער ערשטער איז גארנישט ווייניגער בהמה ווי דער צווייטער.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:24 pm#101326
יידל האט געשריבן:איבער זיין ליבשאפט צו קינדער: איך האב פון אים באקומען א קניפ אין בעקל אינמיטן א גרויסע "באגלייטען". ס'געווען א מוצאי יו"ט (דוכט זיך פסח) און בשעת'ן באגלייטן בין איך מאיזה סיבה געשטאנען אינעם געיט. ווען ער איז דורך, האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ, און מיר א קניפ געטאן און בעקל (און מסתמא אויך עפעס אנגעווינטשן, אבער דאס געדענק איך נישט). זיין חביבות וואס ער האט מיר דאן ארויסגעוויזן, ליגט מיר אין די ביינער עד היום הזה.

און איך האב אים געזען קניפן דעם זעלבן קינד אכט מאל און א צי, אין אן אפשניט געריקט מיט עטליכע סעקונדען איינס פונעם צווייטן, און יעדעס מאל איבערגעפרעגט וועמענס ביזטו? מיט א פראק פון אונטן ביי דער קעשענע זאגנדיג יעדעס מאל עקסטער "א שאד כ'האב נישט עפעס א גוטע זאך".
דער עולם האט זיך געציפט צווישן זיך.
דאס איז געווען ביי א חופה אדר שנת תשס"א.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:02 pm#101407
מאראנצןזאפט האט געשריבן:

נעבעך נעבעך, עס האט זייער וויי געטוהן צו זעהן אויף דער עלטער ווי שוואך ער איז געווען, עס באלאנגט אבער נישט צו באשרייבן
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 6:04 pm#101409
signout האט געשריבן:

עס איז עקעלדיג צו עס באשרייבען
מיטוואך אפריל 15, 2015 7:38 am#266197
יארצייט היינט
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:09 am#266204
שרייבער האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל אבער עס נעמט נישט אוועק אלע זיינע דרשות של דופי און אלע זיינע אויסדרוקען כאחד הריקים.

דער פראבלעם איז ווייל ער האט גערעדט אויף איינעם וואס דו קוקסט ארויף

ווען דער וואס דו קוקסט ארויף האט גערעדט אויף אים כאחד הריקים האט עס ביי דיר געהייסן 'לקדש שם שמים' און 'מלחמה לה' בעמלק'

דאס איז נישט ממש צום זאך. איך האב נישט קיין מיינונג אין דער גאנצע נושא, נאר אז איינער האלט אז דער ברך משה אט נישט ריכטיג געטוהן, מוז ער רעדען און מעג ער רעדען קעגען איהם. אז דער ברך משה זוכט זיך צו באשיצען, האט ער נישט קיין שום רעכט צו אטאקירען א מענטש צו זיין מאמע. דער ערשטע רעדט קעגען אן עבירה צו אן עוולה, דער צווייטע רעדט נאר פון זיך. ט'ווי קען מען צושטעלען די צוויי זאכען?
איך ווייס נישט פונקט וואס גייט פאר, איך בין נישט קיין סאטמארער חסיד, אבער דער צושטעל איז געזאגט געווארען אין מיין קרייז אויך, אן רעכט.
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:32 am#266208
שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:57 am#266211
Re: האדמו"ר בעל ברך משה מסאטמאר זצ"ל
הערליך!!
מיטוואך אפריל 15, 2015 11:49 am#266243
וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

זיסע מיידלעך, א רחמנות וויזוי זיי קוקען היינט אויס.
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:27 pm#266253
די ליבשאפט צו א יודיש קינד
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:30 pm#266254
יעדער האט ליעב בעיביס
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:34 pm#266257
ב
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:35 pm#266259
ATUB @עזריאל ATUB איך זעה די האלטסט אויך א תהילימל אין האנט
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:44 pm#266260
ATUB @לית דין בר נש ATUB יא אבער איך קוק ארויס, איך זאג נישט קיין יודיש ווארט
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:51 pm#266262
הגאון ראש ישיבת אנטווערפן ז"ל רבי יהודא ארי' טרעגער ז"ל, וועלעכע איז דעם מאנטאג נפטר געווארן, דער ראש ישיבה איז רעכטס פונעם ברך משה בעת א באזוך און ווילרייק ישיבה אין אנטווערפן
מיטוואך אפריל 15, 2015 12:53 pm#266263
ק/פ

א מעשה פונעם ברך משה לכבוד די יארצייט.

א אינגערמאן איז אמאל אריינגעגאנגען צום רבי'ן זי"ע‏ אז ער וויל קויפן א הויז. די רבי האט אים געפרעגט אויב ער האט דאס געלט, דער אינגערמאן האט אים געענטפערט אז ער האט א 15-20 טויזנט דאללער און ער וויל אריינטאנצן דערין און דער אייבערשטער וועט שוין העלפן. די רבי האט אים געענטפערט מיט זיין באוויסטן שמייכל "טאנצן טאנצט מען הקפות, א דירה קויפט מען ווען מ'האט געלט"....
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:31 pm#266442
מרן הברך משה עם רבינו הקדוש
Satmar Rebbi.png
Satmar Rebbi.png (241.96 KiB) געזען געווארן 3280 מאל
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:32 pm#266444
i dont know.png
i dont know.png (375.29 KiB) געזען געווארן 3279 מאל
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:34 pm#266446
forgot.png
forgot.png (352.81 KiB) געזען געווארן 3278 מאל
מיטוואך אפריל 15, 2015 8:35 pm#266447
rabanim.png
rabanim.png (297.35 KiB) געזען געווארן 3319 מאל
מיטוואך אפריל 15, 2015 9:05 pm#266458
ווער איז דער אנדערע ראש ישיבה פון ווילרייק אינ'ם בילד מיט הרב טרעגער זצ''ל און דער ברך משה?
מיטוואך אפריל 15, 2015 9:18 pm#266463
איש עברי האט געשריבן:פורים בחוג המשפחה

אין צענטער ווערט געזעהן ישמעאל הכהן?
מיטוואך אפריל 15, 2015 9:28 pm#266465
די עירפארט רעש'ט
עסקנים דרייען זיך און דרייען אן א מצב
א הו הא!
דער עולם שמוסט מיט עקסייטמענט מען פארט א רייזע!
דער דיין איז שוין יעצט מיד נאך איידער מען פארט ארויס
דער קנאי איז פארנומען צו באהאלטן זיין צורה קעגן די טריפה'נער קעמערע
דער אלטער תמימותדיגער משב"ק וויל מיטהאלטן די טומל אינמיטן תהלימ'ען
דער רב האט געטראפן א שיינע מאמר אין א תורה'דיגע קונטרס
דער ביזנעס מאן אבזווירט די מצב
אבער דער צדיק דער רבי
משה עבד ה' ישמח משה במתנת חלקו
ער הערט נישט ער זעט נישט ער פילט נישט גארנישט
ער זעט איין זאך "די הייליגע תורה"
איבערגעבויגן איבער די גמרא ווי אין בית המדרש אין זענטא
פארגעסן פון די גאנצע וועלט

ווען יעדער זאל זיך יעצט אויפהייבן און גיין ווייטער און אים לאזן דארט וואלט ער ווייטער געזיצן איבערגעבויגן
ער וואלט עס מילא נישט געשפירט

דאס בילד איז העכער ווערטער
עס רעדט מער ווי טויזנטע ווערטער וואס איז דאס א א ערליכער איד!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
מיטוואך אפריל 15, 2015 9:31 pm#266468
מערקט אן אז אפילו איך קען נישט אראפבינדען מיינע אויגן צום תהילים
מיטוואך אפריל 15, 2015 9:37 pm#266474
וויליאמסבורגער האט געשריבן:שפילענדיג דריידל מיט אייניקלעך

א רבי פון טויזנטע חסידים
זיצט אויף א ריזיגן בענקל
פירט אן א וועלט פון תורה און גמילת חסדים
לוחם מלחמת השם ברמה

אבער טרעפט צייט צו זיין דער פשוטע זיידעלע
מיט ווארמקייט צו די קינדערלעך
ליבשאפט גיסט זיך פון זיינע לויטערע אויגן

שוער צו טרעפן אסאך רבי'ס אין די סצענע
רבי'ס זענען צו הויעך אין זייערע אויגן זיך צו קענען אראפ לאזן צו א מיידעלע מיט ווארימקייט

אט דאס איז דער ברך משה זצ"ל געווען
ער האט געלעבט א לעבן פון פשטות און מידת ההשתוות
ואידך פירושא זיל גמור
מיטוואך אפריל 15, 2015 10:24 pm#266495
געהערט אן עובדה אויפן בעל הילולה. א איד איז אמאל אריין צו אום און זיך באקלאגט אז ער נויטיגט זיך און פיפציג אלפים , דער רעבי האבענדיג רחמנות אויף אום האט ער געלאזט רופן זיינס א בעלבתישע אידל און אום געפרעגט צו ער וויל פארלייען פאר דעם נצרך , דער איד האט געזאגט מיט איין תנאי - אז דער רעבי חתמ'עט ערבות ,
דער ברך האט תיכף אינטערגעשריבן : משה בן חיים צבי עד ,
נאך דער זמן הפרעון איז אנגעקומען און פארשטייט זיך דער נצרך האט נישט באצאלט. איז דער עושר געקומען צום ברך משה מאנען דאס געלט , זאגט אום דער ברך איך האב קיינמאל נישט גע'חתמ'ט ערבות ! דער איד שלעפט ארויס דעם שטר.. און ליינט איבער משה בן חיים צבי "עד" ...(כך שמעתי. אויב איינער ווייסט פון אזא מעשה/אדער עס שטימט בכלל ביטע איבערגעבן )
דאנערשטאג אפריל 16, 2015 12:54 pm#266654
טאביק האט געשריבן:די עירפארט רעש'ט
עסקנים דרייען זיך און דרייען אן א מצב
א הו הא!
דער עולם שמוסט מיט עקסייטמענט מען פארט א רייזע!
דער דיין איז שוין יעצט מיד נאך איידער מען פארט ארויס
דער קנאי איז פארנומען צו באהאלטן זיין צורה קעגן די טריפה'נער קעמערע
דער אלטער תמימותדיגער משב"ק וויל מיטהאלטן די טומל אינמיטן תהלימ'ען
דער רב האט געטראפן א שיינע מאמר אין א תורה'דיגע קונטרס
דער ביזנעס מאן אבזווירט די מצב
אבער דער צדיק דער רבי
משה עבד ה' ישמח משה במתנת חלקו
ער הערט נישט ער זעט נישט ער פילט נישט גארנישט
ער זעט איין זאך "די הייליגע תורה"
איבערגעבויגן איבער די גמרא ווי אין בית המדרש אין זענטא
פארגעסן פון די גאנצע וועלט

ווען יעדער זאל זיך יעצט אויפהייבן און גיין ווייטער און אים לאזן דארט וואלט ער ווייטער געזיצן איבערגעבויגן
ער וואלט עס מילא נישט געשפירט

דאס בילד איז העכער ווערטער
עס רעדט מער ווי טויזנטע ווערטער וואס איז דאס א א ערליכער איד!
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

על כגון דא נאמר "יעדער זיעט וואס ער וויל זיען"
מאנטאג אפריל 20, 2015 12:53 pm#267770
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געהערט אן עובדה אויפן בעל הילולה. א איד איז אמאל אריין צו אום און זיך באקלאגט אז ער נויטיגט זיך און פיפציג אלפים , דער רעבי האבענדיג רחמנות אויף אום האט ער געלאזט רופן זיינס א בעלבתישע אידל און אום געפרעגט צו ער וויל פארלייען פאר דעם נצרך , דער איד האט געזאגט מיט איין תנאי - אז דער רעבי חתמ'עט ערבות ,
דער ברך האט תיכף אינטערגעשריבן : משה בן חיים צבי עד ,
נאך דער זמן הפרעון איז אנגעקומען און פארשטייט זיך דער נצרך האט נישט באצאלט. איז דער עושר געקומען צום ברך משה מאנען דאס געלט , זאגט אום דער ברך איך האב קיינמאל נישט גע'חתמ'ט ערבות ! דער איד שלעפט ארויס דעם שטר.. און ליינט איבער משה בן חיים צבי "עד" ...(כך שמעתי. אויב איינער ווייסט פון אזא מעשה/אדער עס שטימט בכלל ביטע איבערגעבן )

זיינע שונאים וועלן שווערן אז ס'איז אמת און זיינע חסידים וועלן שווערן אז ס'איז שקר מוחלט

איך אלס דרויסענדיגער האלט איך נישט אז ס'איז אמת ווייל לויט ווי זוי איך האב מיט געהאלטן.
מאנטאג אפריל 20, 2015 2:21 pm#267791
.