Under maintenance
הויפט זייט » אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4136
זונטאג יוני 23, 2013 1:31 am#127189
אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט
איתן קאבער האט די וואך געמאכט אן אינטערעסאנטע אבזערוואציע אין זיין וועכענטליכע קאלום אין די ענגלישע משפחה מאגאזין.

די מעשה גייט אזוי. נאכן פארלירן זייערע געריכטליכע פראצעס צו באזייטיגן די עשרת הדברות מאנומענט פון די גארטן פארנט פון א פלארידא געריכט הויז, האבן א גרופע אטעיסטן געמאלדן אז זיי גייען דארט אויפשטעלן א מאנומענט מיט זייערע אייגענע עשרת הדברות.

קאבער זאגט אז דער אקט מצד די אטעיסטן טוט צייגן א פאזיטיווע מעסעדזש. איך וועל ציטירן זיינע ווערטער.

Once in place, the godless gang's slab of stone will silently declare a basic fact of life: "it's every man and his deity". Z


Diety מיינט א העכערע אומנאטירליכע כח.קאבער זאגט אזוי: ביז היינט האבן מיר געמיינט אז נאר רעליגיעזע מענטשן גלייבן אין עפעס העכערס, משא''כ אטעיסטן - כופרים, זיי גלייבן אין גארנישט. יעצט אבער אז מען זעהט אז אפילו אטעיסטן האבן אן אייגענע עשרת הדברות, איז דאך פשט אז זיי גלייבן אין עפעס, זאל עס זיין אז זיי גלייבן אין זייער כפירה, אבער דאך גלייבן זיי. און אזוי קומט ער צו זיין מסקנה אז א יעדע מענטש האט עפעס העכערס וואס ער גלייבט אין דעם.

א שיינע דערהער, נישט שלעכט. אבער דאך וויל איך אים אפפרעגן. קען זיין אז בעצם רעדט מען דא פון א גרופע אגנאסטיקס, מענטשן וואס זענען נישט זיכער, זיי מיינען נאר אז זיי זענען אטעיסטן. און די סיבה פארוואס זיי האבן זיך געשלאגן צו באזייטיגען די עשרת הדברות מאנומענט פון די פאבליק אויסשטעל איז ווייל זיי ווילן נישט נשפע ווערן דערפון, זיי האבן מורא אז זיי וועלן גלייבן דערין אן קיין ראציאנאל. יעצט אז זיי האבן פארלוירן די געריכטליכע פראצעס ווילן זיי ארויסשטעלן די אטעיסט'ישע עשרת הדברות, אבער נישט ווייל זיי גלייבן דערין, נאר כדי אז עס זאל זיין א leveled playing field.




מדי דברי בו, איך האלט אז אטעיסן זענען (אין דער זין) די מערסטע אראגאנט מענטשן אויפן וועלט. מילא רעליגיעזע מענטשן, זיי זאגן כאטש אז זיי גלייבן. אגנאסטיקס זאגן אז זיי ווייסן נישט. אבער אטעיסטן טענה'ן אז עס איז א פאקט אז ס'נישט דא קיין גאט. ס'האט מיר אלץ געבאדערט ווי אזוי עס קען בכלל עקזעסטירן אזא מושג ווי אן אטעיסט. מילא אן אגנאסטיק, ער זאגט אז ער איז נישט זיכער. אבער ווי אזוי קען אן אטעיסט אויף ווייזן אז עס איז זיכער נישט דא א גאט?



למאי נ''מ דאס אלעס? ס'נישט קין נ''מ, נאר סתם א שמועס.
זונטאג יוני 23, 2013 1:45 am#127191
Bill Maher טענה'ט די זעלבע אין זיין דאקיומענטערי Religulous. ער רופט זיך אן אגנאסטיק ווייל ער פילט אז זיך רופן אן אטעיסט איז אראגאנט און נאריש.
זונטאג יוני 23, 2013 1:46 am#127192
און פונקט ער וויל נישט זיין אראגאנטיש? לאל, ער דארף זיך קוקן אין שפיגל מער אפטער
זונטאג יוני 23, 2013 2:12 am#127201
דער געדאנק אז יעדע אתאיסט איז א מאמין, שרייבט הרב נוגרשל אין "והשבות אל לבבך".
זונטאג יוני 23, 2013 2:19 am#127203
@פידלער
כ'האב טאקע געזעהן religulous פון מאהר, איך געדענק אבער נישט קיין סאך דערפון אויסער אז עס האט מיר אויסגעזעהן מער א קאמעדי ווי אן עדזוקעישאנאל דאקומענטרי.

@קאווע טרינקער
איר קענט ביטע ציטירן אדער נאכשרייבן זיין געדאנק אין דער נושא?
זונטאג יוני 23, 2013 2:31 am#127206
ס'איז טאקע בעיקר געווען א satire. איך מיין אז זיין ציל איז געווען צו ווייזן אז די רעליגיעזע האבן נישט קיין ענטפערס ווען מ'דרוקט זיי צו צום וואנט, נישט צו אויפקומען מיט חידושים איבער רעליגיע אדער אטעיסם.
זונטאג יוני 23, 2013 2:39 am#127209
אגנאסטיק איז נישט אלץ אן אפציע אמאל מיז מען מאכן א באשלוס.
מווארפט דיר אריין און קאלעך אויבן אויב די ביקסט זיך נישט צים צלם וואס טוסטו?

אז איך זאג דיר אז און מיין בעק יארד וואקסט געלט בוים. וואס ענטפערסטו, קען זיין כווייס נישט, וויאזוי קען איך זאגן זיכער אז נישט, אדער די זאגסטו כגלייב דיר נישט?
פארוואס איז די אטעיסט אנדערשט?
זונטאג יוני 23, 2013 2:51 am#127211
נולד מאוחר האט געשריבן:אגנאסטיק איז נישט אלץ אן אפציע אמאל מיז מען מאכן א באשלוס.


איך פארשטיי נישט, ווען מוז מען מאכן א באשלוס?

נולד מאוחר האט געשריבן:אז איך זאג דיר אז און מיין בעק יארד וואקסט געלט בוים. וואס ענטפערסטו, קען זיין כווייס נישט, וויאזוי קען איך זאגן זיכער אז נישט, אדער די זאגסטו כגלייב דיר נישט?
פארוואס איז די אטעיסט אנדערשט?


אויב מיליאנען מענטשן גלייבן אז דו האסט א געלט בוים, און איך בין אין דיין בעק יארד נישט געווען, דאן וואלט איך געזאגט אז איך גלייב אז דו ביסט א ליגנער, אבער כ'בין נישט הונדערט פראצענט זיכער.
זונטאג יוני 23, 2013 2:51 am#127212
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער געדאנק אז יעדע אתאיסט איז א מאמין, שרייבט הרב נוגרשל אין "והשבות אל לבבך".

וקדמו בזה הרה"ג ר' פאול בספרו אגרת אל הרומיים וזלה"ק "the faith God has distributed to each of you"
זונטאג יוני 23, 2013 2:54 am#127214
לעיקוואד האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:דער געדאנק אז יעדע אתאיסט איז א מאמין, שרייבט הרב נוגרשל אין "והשבות אל לבבך".

וקדמו בזה הרה"ג ר' פאול בספרו אגרת אל הרומיים וזלה"ק "the faith God has distributed to each of you"


כ'זעה נישט וואס דו זעהסט אין פאול'ס ווערטער, ביטע ערקלער.
זונטאג יוני 23, 2013 2:57 am#127215
די ספרים הקדושים זענען מסביר און מדייק אז דא שטייט אז יעדער מענטש האט גאט באשאנקען אמונה, נישט קיין חילוק צו ער ווייסט דערפון צו נישט, און נישט אין זיין זכות אדער ווייל ער פארשטייט אזוי, נאר במתנת האל.

כרגע טרעף איך נישט קלאר דער ערשטער מקור צו דער הסבר, אנסה לחפש עוד.
זונטאג יוני 23, 2013 3:01 am#127217
הוגה, אז די גלייבסט אז איך זאג ליגענט מיט די בוים און מיין בעיקיארד זאגסטו אין אנדערע ווערטער אויף וויפיל סאיז שייך צי וויסען ווייס איך אז סאיז נישט אמת און דאס זאגט דער עיטיעסט. משא''כ דער עגנאסטיק זאגט כווייס נישט סקען זיין.
זונטאג יוני 23, 2013 3:09 am#127218
לעיקוואד האט געשריבן:די ספרים הקדושים זענען מסביר און מדייק אז דא שטייט אז יעדער מענטש האט גאט באשאנקען אמונה, נישט קיין חילוק צו ער ווייסט דערפון צו נישט, און נישט אין זיין זכות אדער ווייל ער פארשטייט אזוי, נאר במתנת האל. כרגע טרעף איך נישט קלאר דער ערשטער מקור צו דער הסבר, אנסה לחפש עוד.


דא האב איך געשריבן דער געדאנק בשם ר' חיים שלום דייטש, בהוספת נופך משלי.

אבער איך מיין אז דא רעדן מיר פון א גאנץ אנדערע געדאנק. דא רעדן מיר אז ביי די אטעיסטן איז די כפירה זייער faith און זייער deity.

@נולד
ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט גערעדט מיט קיין אטעיסטן. זיי האלטן טז ס'זיכער נישטא קיין גאט. ביי זיי איז נישט דא קיין שום צל של ספק. זיי האלטן אז pascal's wager איז שטותים.
זונטאג יוני 23, 2013 3:16 am#127221
אה, ריכטיג, אבער דאן פארשטיי איך נישט וואס הייסט אז די כפירה איז זיין גאט? איז דען כפירה אן ענטיטי? איך האב געמיינט אז ער מיינט צו זאגען אז פון דעם וואס ער הענגט זיך אן אין עפעס א כפירה'דיגע שיטה איז א הוכחה אז בעצם האט ער אין זיך די מידת האמונה נאר ער פארטוישט עס אויף נארישקייטן, סתם צו זאגען אז כפירה=אמונה איז דאך סתם שטותים. נו אוודאי גלייבט ער אז עס איז נישטא, דאס מאכט עם אבער נישט פאר קיין מאמין.
זונטאג יוני 23, 2013 3:28 am#127224
Michael Savage > Quotes > Quotable Quote

“So you’re an atheist and you say, “Well how do you know there’s a God?” So what is there, nothing? So nothing created you? So you believe in nothing? Therefore, you believe in something – but that’s nothing. You believe in nothingness. I believe in God. That’s all. How can you believe in nothingness? How is it possible to believe in nothingness? How can something come from nothing? It’s a violation of all the laws of physics! Something cannot come from nothing. It violates physical science, biological science, and theological science. It violates all the laws of reason! It violates all the laws of nonreason.”

Michael Savage, Train Tracks: Family Stories for the Holidays

m http://www.goodreads.com/quotes/695228- ... ell-how-do m
זונטאג יוני 23, 2013 9:36 am#127234
לגבי זר'ס ציטאט פון מעכל שבת: כ'האב מורא אז זיין מימרא אז עפעס פון גארנישט פארלעצט די געזעצן פון פיזיקס איז נישט אמת וויבאלד היינט ווייסט מען איבער קוואנטום פלאקטשועישאנס וואס מיינט אז קוואנטום פארטיקלס ווערן באשאפן יש מאין און ווערן גלייך דערנאך צוריק אויס. כך שמעתי מפי לאורענס קרויס, ואם קבלה הוא נקבל.
זונטאג יוני 23, 2013 11:06 am#127249
לעיקוואד האט געשריבן:אה, ריכטיג, אבער דאן פארשטיי איך נישט וואס הייסט אז די כפירה איז זיין גאט? איז דען כפירה אן ענטיטי? איך האב געמיינט אז ער מיינט צו זאגען אז פון דעם וואס ער הענגט זיך אן אין עפעס א כפירה'דיגע שיטה איז א הוכחה אז בעצם האט ער אין זיך די מידת האמונה נאר ער פארטוישט עס אויף נארישקייטן, סתם צו זאגען אז כפירה=אמונה איז דאך סתם שטותים. נו אוודאי גלייבט ער אז עס איז נישטא, דאס מאכט עם אבער נישט פאר קיין מאמין.


איך האב שוין אפאר מאל געהערט די אויסדרוק אז ביי אטעיסטן איז זייער אטעיסם זייער גאט. ווי איך האב עס פארשטאנען, האט דאס געמיינט אן אפגאט, אן idol, (א metaphorical גאט), עפעס אויף וואס זיי קריגן זיך און ווערן הייס פונקט ווי די רעליגיעזע ווערן איבער די טעמע פון רעליגיע אדער גאט. זיי זענען וויליג אויסצוגעבן געלט צו פארשפרייטן זייער מעסעדזש פונקט ווי די קריסטן אדער ליובאוויטשער צוב"ש. און זיי וועלן זיך צושלאגן מיט חברים און משפחה אזוי ווי, צוב"ש, די וואס האבן געמאכט ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב זייערער אפגעטער.
זונטאג יוני 23, 2013 12:15 pm#127266
אגב, דער עיקר וואס איך האב דא צוגעברענגט ר' פאול'ן איז ווייל עס איז מיר געווען א חידוש אז איך האב זיך באגעגנט מיט דעם וואס אין קריסטנטום איז אנגענומען צו טייטשען דער פסוק אז ער רעדט וועגן דער 'פינטעלע אמונה' וואס איז דא אין יעדער איינער, בשעת וואס אין יידושקייט איז דאס לכאורה מער א שפעטער'דיגע געדאנק, איך האב אבער נישט מצליח געווען קלאר נאכצוגיין די מקורות פון דער געדאנק ווייל בעו"ה קען איך זיך גאר ווייניג אויס בתורת ישו הנוצרי ותלמידיו וממשיכיו, אפשר קען איינער פון אונזערע ידענים גאונים אלץ-ווייסערס און גוגל-עקספערטן מיר ארויסהעלפן מיט מיין שאלה?
זונטאג יוני 23, 2013 12:45 pm#127274
יידל האט געשריבן:לגבי זר'ס ציטאט פון מעכל שבת: כ'האב מורא אז זיין מימרא אז עפעס פון גארנישט פארלעצט די געזעצן פון פיזיקס איז נישט אמת וויבאלד היינט ווייסט מען איבער קוואנטום פלאקטשועישאנס וואס מיינט אז קוואנטום פארטיקלס ווערן באשאפן יש מאין און ווערן גלייך דערנאך צוריק אויס. כך שמעתי מפי לאורענס קרויס, ואם קבלה הוא נקבל.

m http://www.youtube.com/watch?v=-BTT62YJCI8 m
זונטאג יוני 23, 2013 2:18 pm#127293
@לעיקוואד,
פידלער האט שיין ארויסגעברענגט וואס קאבער (און איך זעלבסט) האט געמיינט מיט דעם אז אטעיזם איז א גלויבונג.

ווען איינער איז פארגלייבט אין עפעס אדער איינעם וועט ער שוין טרעפן הסברים און תירוצים צו פארענטפערן אלעם און אלעס כדי אז זיין גלויבונג סיסטעם זאל בלייבן שטיין. משא''כ אויב גלייבן איז נישט קיין ארטיקל אקעגן פאקטן דאן דארף מען דאך גארנישט פארענטפערן. אויב איינער ווייזט מיר אויף אז מאטאמאטיש בין איך א דומם אדער א צומח דארף איך עס נישט פארענטפערן ווייל איך ווייס אז איך בין א מדבר. משא''כ אויב איינער ווייזט אויף אז מאטאמאטיש קען א גאט נישט זיין, דאן קען איך אדער אויפווייזן און פארענטפערן זיין קושיא, אדער קען איך זאגן אז איך גלייב נאך אלץ.

די זעלבע איז מיט די פאקט אז א גלויבונג סיסטעם מוז לייגן גדרים אין פלאץ צו באשוצן די גלויבונג. פאר דעם איז דא א תורה, א סאסייעטי וכדומה. אטעיזם פארמאגט די זעלבע קארעקטיריסטיקס. די חילוק צווישן גלויבערס און אטעיסטן איז אז אטעיסטן זענען נישט גרייט צו זאגן אז זיי גלייבן, נאר אז עס איז א פאקט, און אויף דעם ארויף קומט זיי די טיטל אראגאנט.

זר'ס קליפ ברענגט אויך - בין השורות - ארויס די נקודה.

בנוגע די מקור איבער די נקודת האמונה, ס'קען זיין אז פאול איז טאקע די ערשטע געשריבענע מקור, אבער קיין חידוש איז עס נישט. עס איז איינס פון די טבעיות'דיגע פאקטן וואס א יעדע בר דעת ווייסט
זונטאג יוני 23, 2013 2:38 pm#127306
נו, יש ויש.
עס זענען דא אראגענט גלויביגער פונקט ווי עס זענען דא אראגענט אטעאיסטען. און עס זענען דא מאמינים ענווים וישרים פונקט ווי עס זענען דא אטעאיסטען אזעלכע. די עצם מושג אטעאיזם איז נישט מער אראגענט אדער גלויבונג ווי דער מושג גלייבן.

נישט יעדער זאך וואס "יעדער בר דעת ווייסט" איז מוכרח אז אלעמאל האט מען אזוי "געוואוסט", און עכ"פ איז אינטרעסאנט צו פארשען די השלשלות פון דער געדאנק. נישט אז עס פרעגט עפעס אפ אדער איז מוכיח עפעס, סתם אלץ היסטאריע איז עס אינטרעסאנט.
זונטאג יוני 23, 2013 2:41 pm#127308
די קלוגע אטעאיסטן זאגן נישט אז זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין גאט, נאר אז זיי האבן נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אין גאט, ממילא היות א ראציאנעלער מענטש איז בהכרח א סקעפטיק, גלייבן זיי נישט אין גאט. אזוי ווי דו גלייבסט (האפנטליך) אז דער ספעגעטי מאנסטער האט נישט באשאפן די וועלט, אזוי גלייבן זיי אז גאט האט נישט באשאפן די וועלט.
זונטאג יוני 23, 2013 2:52 pm#127312
זר זהב האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:לגבי זר'ס ציטאט פון מעכל שבת: כ'האב מורא אז זיין מימרא אז עפעס פון גארנישט פארלעצט די געזעצן פון פיזיקס איז נישט אמת וויבאלד היינט ווייסט מען איבער קוואנטום פלאקטשועישאנס וואס מיינט אז קוואנטום פארטיקלס ווערן באשאפן יש מאין און ווערן גלייך דערנאך צוריק אויס. כך שמעתי מפי לאורענס קרויס, ואם קבלה הוא נקבל.

http://www.youtube.com/watch?v=-BTT62YJCI8

ברענגסט מיר פון א פילאזאף און א קריסטליכער אפאלאגיסט (וועלכער האלט צווישן אנדערע אז ישו איז אויפגעשטאנען תחיית המתים) איבער וואס קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען? לגבי קוואנטום פיזיקס, וואס איז ער מער ווי איך און דו?
(אגב אויף יוטוב קענסטו זען די צוויי חברה זיך טענה'ן איבער רעליגיע).
זונטאג יוני 23, 2013 2:55 pm#127314
יאיר האט געשריבן:די קלוגע אטעאיסטן זאגן נישט אז זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין גאט, נאר אז זיי האבן נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אין גאט, ממילא היות א ראציאנעלער מענטש איז בהכרח א סקעפטיק, גלייבן זיי נישט אין גאט. אזוי ווי דו גלייבסט (האפנטליך) אז דער ספעגעטי מאנסטער האט נישט באשאפן די וועלט, אזוי גלייבן זיי אז גאט האט נישט באשאפן די וועלט.


אזוי רעדט געווענטליך אן אגנאסטיק. היטשענס און האוקיגנ זענען קאנווינסד אז עס איז נישטא קיין גאט. זיי האלטן אז די יונעווירס איז proof אז עס איז נישט דא קיין גאט.

בנוגע דיין טענה אויף זר'ס קליפ. וואס גייט מיר אן ווער ער איז און וואס ער גלייבט? ער האט א point. פארענטפער אדער פרעג עס אפ.

@לעיקוואד, איר זענט גערעכט מיט ביידע פונקטן.
זונטאג יוני 23, 2013 3:00 pm#127315
הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.
זונטאג יוני 23, 2013 4:26 pm#127329
יידל האט געשריבן:הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.


איך בין מסכים אז א ווארט פון פיזיקס ספעציאליסט האט מער רעכט ווי די פון א רעליגיע ספעציאליסט. אבער דא פרעגט ער דאך א סימפעל (נער'ישע?) לאגישע קשיא. ער טענה'ט אז נאטינגנעס/ספעיס וכדומה איז אויך א בריאה. און אויב קומען ווירטואלע מאלעקיולס פון דעם איז עס דאך נישט קיין יש מאין. וואס איז די ענטפער אויף די קשיא?
זונטאג יוני 23, 2013 7:31 pm#127364
יידל האט געשריבן:הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.

פונקט פארקערט. קראוס איז א פיזיקער און ער מישט זיך אין פילאזאפישע שאלות פון why there is something rather than nothin. צו ענטפערן די שאלה מוז מען בהכרח ארויסגיין פון פיזיקס צו מעטאפיזיקס. קראוס כאפט נישט אז זיין גרויסע המצאה איז גארנישט אנדערש ווי קדמות העולם. בסך הכל פארענטפערט ער ווי אזוי קדמות העולם קען שטימען אפילו אויב מען גלייבט אין די ביג בענג. וואס אויף דעם איז מיר גענוג סטיווען האוקינג'ס טעאריע.
זונטאג יוני 23, 2013 7:38 pm#127367
הוגה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:די קלוגע אטעאיסטן זאגן נישט אז זיי ווייסן אז ס'איז נישטא קיין גאט, נאר אז זיי האבן נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אין גאט, ממילא היות א ראציאנעלער מענטש איז בהכרח א סקעפטיק, גלייבן זיי נישט אין גאט. אזוי ווי דו גלייבסט (האפנטליך) אז דער ספעגעטי מאנסטער האט נישט באשאפן די וועלט, אזוי גלייבן זיי אז גאט האט נישט באשאפן די וועלט.


אזוי רעדט געווענטליך אן אגנאסטיק. היטשענס און דאוקינס זענען קאנווינסד אז עס איז נישטא קיין גאט. זיי האלטן אז די יונעווירס איז proof אז עס איז נישט דא קיין גאט.

זיי זענען קאנווינסד אז ס'איז נישטא קיין גאט אזוי ווי דו ביסט קאנווינסד אז די ספעגעטי מאנסטער עקזיסטירט נישט. וואו האסטו געזען אטעאיסטן זאגן אז די אוניווערס איז פרוף אז גאט עקזיסטירט נישט? ווי אזוי איז עס א פרוף?
זונטאג יוני 23, 2013 8:37 pm#127376
יאיר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.

פונקט פארקערט. קראוס איז א פיזיקער און ער מישט זיך אין פילאזאפישע שאלות פון why there is something rather than nothin. צו ענטפערן די שאלה מוז מען בהכרח ארויסגיין פון פיזיקס צו מעטאפיזיקס. קראוס כאפט נישט אז זיין גרויסע המצאה איז גארנישט אנדערש ווי קדמות העולם. בסך הכל פארענטפערט ער ווי אזוי קדמות העולם קען שטימען אפילו אויב מען גלייבט אין די ביג בענג. וואס אויף דעם איז מיר גענוג סטיווען האוקינג'ס טעאריע.

יאיר, במח"כ מיין איך איך אז דו רעדסט האסט נישט געכאפט איבער וואס מיין מדובר איז. איבער דעם עצם ענין פון a universe rather than nothing ביסטו גערעכט אז דאס איז א טעאלאגישע/פילאזאפישע שאלה און איז דערפאר אינדרויסן פון קרויס' פעלד (כאטש לענ"ד קען יעדער זיין א פילאזאף אבער נישט יעדער קען זיין א פיזיקער, כמאמרו של אדמו"ר מסאטמאר הראשון זי"ע "א קנאי קען מען ווערן איבער נאכט, אבער צו זיין א ת"ח מוז מען הארווען," ודפח"ח). איך בין זיך נאר מתייחס צו קרויס' ראיה פון קוואנטום פלאקטשועישאנס וואו מיר זעען בחוש אז something is created out of nothing. אויף די ראיה קומט דער אפאלגיסט און פיאלאזאף מיך פארציילן אז דאס איז פסוועדא-סייענס און עס איז יא א יש מיש. נו, אז ס'דא א מחלוקת בעניני פיזיקס צווישן דעם פילאזאף און דעם פיזיקער, וועל איך ענדערש אננעמען דעם פיזיקער'ס דעה. ווידעראום איבער די שאלה צו די אוניווערס איז טאקע א יש מאין, טאקע פון אזא סארט קוואנטום פלאקטשועישאן, דאס וועל איך איבערלאזן פארן פילאזאף און פארן טעאלאג.
זונטאג יוני 23, 2013 8:38 pm#127377
הוגה האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:הוגה, די פוינט איז, ער פארשטייט נישט די פיזיקס און דערפאר קען ער חוזק מאכן פון די געדאנק אז קוואנטום פלאקטשועישאנס זענען יש מאין. קרויס פארשטייט יא די פיזיקס און איז דערפאר מער אויטאריטעט אויף דעם ענין.


איך בין מסכים אז א ווארט פון פיזיקס ספעציאליסט האט מער רעכט ווי די פון א רעליגיע ספעציאליסט. אבער דא פרעגט ער דאך א סימפעל (נער'ישע?) לאגישע קשיא. ער טענה'ט אז נאטינגנעס/ספעיס וכדומה איז אויך א בריאה. און אויב קומען ווירטואלע מאלעקיולס פון דעם איז עס דאך נישט קיין יש מאין. וואס איז די ענטפער אויף די קשיא?

נו, קרויס טענה'ט דאך אז די ווירטואלע מעלקיולס קומען נישט פון ספעיס, נאר זענען ממש יש מאין כפשוטו ודלא כדברי הפילאזאף. גיי פארשטיי.
דינסטאג יוני 25, 2013 5:49 pm#127908
נו? גיב טאקע צו פארשטיין?

אגב, כ'בין בכלל נישט מלומד אין די ענינים, פונקט ווי דער פילאזאף (לכאורה), און ממילא פרעג איך (און ער) תמימות'דיגע שאלות און קושיות. א תמימות'דיגע שאלה איז נישט די זעלבע ווי אפפרעגן א מומחה אראגאנטלי, און עס פארלאנגט אן אינטעליגענטע תשובה.
דינסטאג יוני 25, 2013 5:55 pm#127909
יאיר האט געשריבן:וואו האסטו געזען אטעאיסטן זאגן אז די אוניווערס איז פרוף אז גאט עקזיסטירט נישט? ווי אזוי איז עס א פרוף?


כ'האב נישט קיין מקור דערויף, סתם פון פערזענליכע אינטעראקציעס און פון ליינען דא און דארט. אגב, אויב האבן זיי נישט קיין קראנטע proof, דאן מיט וואס זענען זיי אנדערש פון אגנאסטיקס? איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז זיכער נישט דא א ספאגעטי מאנסטער וואס פירט די וועלט, קען זיין עס איז יא דא, און אויב יא איז ער 'גאט'.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:23 pm#138483
אויף די קשיא וואס איז די חילוק פון אן אגנאסטיק ביז אן אטעאיסט, באמת אין מסקנה להלכה למעשה איז נישטא קיין גרויסע נפקא מינה. אז איינער 'ווייסט נישט' אז ס'איז דא א גאט, איז אים גאט פונקט אזוי מחייב ווי איינער וואס 'ווייסט אז נישט'. געזאגט האט דאס בערטראנד ראססעל ז"ל אין אן אויספיר צו זיין "הימלישען טיי-קעסל" אנאלוגיע בזה"ל 
"I ought to call myself an agnostic; but, for all practical purposes, I am an atheist......nobody can prove that there is not between the Earth and Mars a china teapot revolving in an elliptical orbit, but nobody thinks this sufficiently likely to be taken into account in practice."
דער נפק"מ איז נאר אן הילכתא למשיחא'דיגן. ד"ה, למשל אז מארגן געשעט עפעס אין דער וועלט וואס ווייזט אן לאגיש, מעבר לכל ספק א לעבעדיגע גאט, דער אגנאסטיג האט שוין זיין ענפער אויפן פלאץ, ער זעהט א גאט און זהו. דער אטעאיסט ווידער, וואס זיין צוגאנג צום ספק אין מציאת הבורא איז נישט דווקא מחמת חוסר ראיות, נאר צוליב קשיות אין די מעגליכקייט פון א כל יכול'דיגע בורא, וועט נאך אין יענעם מארגן האבן זייער א לאנגע וועג צו גיין ביז זאכן וועלן זיך שטעלן און פלאץ. ער דארף נאך א הסבר איבער infinite regress, א לעזונג צום כל-יכול פאראדאקס, אן ענפער אויף דאוקינס' Ultimate Boeing 747 הנחה, א צופרידענשטעלנדן מהלך אין דער ידיעה ובחירה פראבלעם, און אזוי ווייטער און ווייטער נאך אסאך ווייטער.

ווידער צו זאגן אז אטעאיזם איז א רעליגיע ווי אלע רעליגיעס, איז פונקט ווי צו טענה'ן אז רוזא פארקס ע"ה האט זיך נישט געוואלט גיין זעצן הינטן פונעם באס 'ווייל זי האט פיינט געהאט ווייסע'...

אבער אלעס קומט צוריק צום סיום פון דברי 'הוגה'...
"למאי נ''מ דאס אלעס? ס'נישט קין נ''מ, נאר סתם א שמועס"
מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:27 pm#434837
אטעיסטן, אגנאסטיקס און גאטהייט
אז מ׳האט דערמאנט דעם ספאגעטי מאנסטער איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז זיי [די באוועגונג] האבן א קירכע און רופן זיך א ״רעליגיע״ [פאסטאפאריעניזם]. און הגם דאס איז בעיקר צו סאטיריזירן אלגעמיינע רעליגיע, טוט דאס אנווייזן אז יש מקום לומר אז אטיאיזם קען באצייכענט ווערן אלס א רעליגיע (הגם ל״ד א גלויבונג).

(אגב איז אינטרעסאנט אויך אנצומערקן אז די קאנסערוואטיווע שרייבערין ען קולטור, אין איר בוך Godless, טענה׳ט ענליך בנוגע ליבעראליזם; אז עס איז א רעליגיע.)
מיטוואך אוגוסט 14, 2019 10:50 pm#434839
בילד
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:17 pm#434988
ווער זאגט די boxs האט בכלל אן inside?!?
אפשר איז דאס א box וואס האט בכלל נישט קיין אינסייד
האסט געזען?!? גלייב נאר וואס דו זעסט מיט דיין אויגן!!!
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:20 pm#434989
הקטן האט געשריבן:ווער זאגט די boxs האט בכלל אן inside?!?
אפשר איז דאס א box וואס האט בכלל נישט קיין אינסייד
האסט געזען?!? גלייב נאר וואס דו זעסט מיט דיין אויגן!!!

דאס איז דאך וואס די אגנאסטיק עיטיאיסט זאגט
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:24 pm#434990
ער פרעגט אויב ס'איז דא עפעס אין די אינסייד
אינזער חכם פרעגט ווער זאגט ס'איז בכלל דא אן inside
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:25 pm#434991
אין וועלכע קאטעגאריע גייט דאס אריין?
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:27 pm#434992
הקטן האט געשריבן:ער פרעגט אויב ס'איז דא עפעס אין די אינסייד
אינזער חכם פרעגט ווער זאגט ס'איז בכלל דא אן inside
ער פרעגט נישט. דער שואל איז די מענטשעלע אויף די לינקע זייט
די אגנאסטיק זאגט מיר קענען נישט מאכען קיין שום פאזיטיווע סטעיטמענט. וואס איז כולל אויך די פראגע צו סאיז בכלל דא א אינסייד
אפשר איז עס אנגעפילט? ווער ווייסט.
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:35 pm#434994
אפשר אנגעפילט אפשר ליידיג, אבער הכול מודים אז דער Box האט אן inside
אינזער חכם גייט א טריט ווייטער, און פרעגט/זאגט אויב מיר קענען נישט מאכן קיין שום פאזיטיווע סטעיטמענט געבויט אויף שכל הישר, איז ווער זאגט ס'איז בכלל דא אן inside?!?
ער פירט אויס מיט פאטאס "מיר גייען נישט זאגן די box האט אן inside"!!!

גדליה האט טאקע אזוי פארשטאנען פין די געט-גא, גוט פאר אים
זונטאג אוגוסט 18, 2019 11:54 pm#434995
הקיצור איר זענט מער נוטה צום גנאסטיק עיטיאיסט...