קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'מיין אז די הויז אויף 44 'סטע זייט געהערט פאר ר' חיים לייב כ"ץ.
נאך אן עצה, ער זאל שטעלן צוויי גוים צו קאנטרעלירען דעם פארקער.
אדער, ערלעדיגן מ'זאל נישט מעגן פארקען אויף 15 די אנדערע זייט, פרוכט געשעפט און פריינד'ס פיש, אין די שעות וואס קינדער גייען און קומען פון ישיבה.
איז דא אזא זאך אז מען זאל קענענן אריינשניידען אין א סיידוואלק?
אויב יא האסטע געשריבען צוויי פראקטישע עצות, לאמיר האפן אז עס זאל זיין נכנסין אל הלב.
ATUB @קאווע טרינקער ATUB הגם אז דיין עצה איבער פארקינג וואלט מעגליך געלזייט די פראבלעם דאך וואלט איך נישט געוואלט מען זאל רעסטריקטען פארקיניג, עס איז אזוי אויך גענוג אנגעשטרענגט מיט פארקינג, און די אנדערע געשעפטן מיזען נישט ליידען צילוב ווייניג פארקינג, בנוגע שטעלן צוויי גוים איז עס ווי א לאטע אויף אויף א לאטע, עס וועט נישט סאלווען די פראבלעם.
אליצפן האט געשריבן:פארוואס מוזטו ביי יעדע זאך זיין אזוי איפכא מסתברה'דיג?? דו ווייסט וואספארא דיזעסטער ער שאפט דארט פארן גאנצן געגענט? הא?
אזא פלאץ איז א מצווה צו מסר'ן, עס איז א חוצפה ועוולה נוראה אז ער קען אזוי טון וואס ער וויל ואין פוצה פה ומצפצף.
אז דו ואלסט געוואוינט אין יענעם חלק בארא פארק וואלסטו נישט אזוי שיין גערעדט.
ATUB @אליצפן ATUB אנטשולדיגט פאר די עגמ"נ, איך האב גארנישט געמיינט נאר אויסצישמיעסן אויב עס איז דא א שכל'דיגע וועג ארויס פינעם פראבלעם אן אפשפארען די ביזנעס,
און אגב, די רעדסט פון מסר'ן, איך האב פריער געפרעגט
"אויב ער טוט עפעס קעגן די געזעץ" וואס איז שייך מסר'ן אויב ער איז ליגאל?!