Under maintenance
הויפט זייט » חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
100 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4184
זונטאג יוני 30, 2013 10:33 am#129242
חוצפה פון א בארא פארקער בעקעריי!!
שוין יאהרן לאנג וואס עס קומט מיר אויס צו דארפען גיין קיין בארא פארק פון צייט צו צייט. איך האב מיך אייביג נוהג געוועהן צו גיין אויף אושען פארקוועי ביז עוועניו סי, און אראפגעפארן 15'טע עוועניו. די לעצטע שטיק צייט איז גאנץ 15'טע עוועניו געווארן א גהינום. ממש מ'קען נישט פארן. אסאך מאל איז דא טרעפיק פאר גאנצע גאסן. וואס איז? עס איז דא א בעקעריי בשם "קארן'ס בעקערי", וואס האבן זייערע בעקעריי אינמיטן 15'טע עוועניו, ווי מענטשען וואוינען, און ווי נאך פילע געשעפטען געפינען זיך, און 24 שעה א טאג - במלוא מובן המילה - האבן זיי טראק'ס געפארקט אויף די גאנצע גאס פון די בעקערי, אנצולאדענען זייערע סחורות צו פארקויפען אין די געשעפטן!! און נאך זענען זיי מוסיף צו האבן טראק'ס געפארקט אין די זייטן און ארום, און אויף די דערנעבענדיגע גאסן.

ס'איז יומם ולילה לא ישבותו! מ'קען נישט דורכפארן די גאס, אלע פארקינג פון די גאס נעמען זיי אוועק, און מאכן אהן א טרעפיק פאר א פאר גאסן ארום. ממש א חוצפה פון א מענטש וואס האט ב"ה פרנסה בריווח, און האט א מוצלח'דיגע ביזנעס, זאל זיך נישט רעכענען קיין איין טראפ מיט די איינוואוינער'ס פון זיין שטאט, וואס רוב פון זיי זענען זיינע קאסטומער'ס, און אזוי שטערן יעדעם.

איך בין טאקע נישט קיין בארא פארקער איינוואוינער, אבער איך האב שוין געהערט וועגן די פראבלעם פון אסאך בארא פארקערס, און איך האב געהערט (אבער נישט מברר געוועהן) אז די איינוואוינער פון די גאס האבן זיך שוין שטארק באקלאגט צו דעם בעלעבאס אבער ס'געפאלן אויף טויבע אויערן. איך מעג אויך האבן א דעה אין דעם ווייל א) איך טוה ביזנעס אין בארא פארק, און ב) איך בין א קארן בעקערי קאסטומער, און ג) איך בין א ניו יארקער איינוואוינער, און עס איז א חוצפה פון איין ביזנעס אנצופירן א ווערטשאפט און צושטערן א גאנצע גאס אין ניו יארק 24 שעה א טאג!

א בילד וואס איך האב געכאפט פאריגע וואך
Korn's1.JPG
Korn's1.JPG (44.1 KiB) געזען געווארן 5477 מאל


צוויי בילדער פון גוגל סטריט וויו

Korn's2.JPG
Korn's2.JPG (86.21 KiB) געזען געווארן 5477 מאל

Korn's3.JPG
Korn's3.JPG (93.75 KiB) געזען געווארן 5477 מאל
זונטאג יוני 30, 2013 10:42 am#129245
מיצר שהחזיקו בו רבים וכו'.
זונטאג יוני 30, 2013 10:56 am#129250
יואש וויפיל איך רעג מיך יעדעס מאל איך גיי אדורך די גאס דארט, וויפיל מען מיינט זיין עזות און חוצפה האט שוין דערגרייכט די מאקסימום, טרעפט ער אלץ נייע וועגן פון פרעכהייט! די מצב היינט צו טאגס האלט אז כדי אדורך צו גיין די גאס קוקט עס אויס ווי א שלאכט זאון.

היילאוס און פעלעט מאווערס דרייווען אויף די גאס אויף היי ספיד ווי ביים טאטען אין וויינגארטן, שיין פון די רוסקיס אז זיי לאזן פוסגייערס זיך דורכשלענגלען. וירא פרוידנס פיש כי טוב, האט ער געטראכט למה נגרע, לעט מי דזשוין די עקשאן. איך שוין באמת די איינוווינער פון די גאס, פון אין זייט קארן פון די אנדערע זייט פרוינדס און דער לעבן איז א גהינם.

די משתלטים פארלאזן זיך אויף די גוטסקייט פונעם פרומען ציבור, סיי וואו ערגעץ אנדערש וואלט שוין איינער לאנג געמאכט א בורא מאורי האש. איין טאג וועט עס נאך געשעהן.
זונטאג יוני 30, 2013 11:02 am#129252
ס'טאקע א פראבלעם.
דו האסט נעכטען אונטערגעצונדען די פייער דארט נעכטען נאכט?
זונטאג יוני 30, 2013 11:04 am#129255
15עוו. איז א סטיל סטענד 24\6 וועגן קארנס.
פאר ווער ס'ווייסט זענען די איינגעטומער דירעקט נאבעלע און פיינע מענטשן, אבער ס'בארעכטיגט נישט זייער בור ברשות הרבים.
זונטאג יוני 30, 2013 11:07 am#129256
וואו זענען די טיקעט טיילער ווען מען ברויך זיי?
זונטאג יוני 30, 2013 11:08 am#129257
אי אפשר לתבוע את הרבים.
זונטאג יוני 30, 2013 11:08 am#129258
יעדער פרעגט די קשיא ,ס'איז פישי די גאנצע מעשה דארט.

נו לאמיר זעהן צו אונז חרדים קענען אויך הארנעסן די מאכט פון די סאשעל מידיע צו ברענגן א טויש אין די קאראפציע.
זונטאג יוני 30, 2013 12:16 pm#129277
שטערנס קיפעלעך/ראגעלעך זענען די ערגסטע אויפן מארקעט, נישט אין מויל צו נעמען
זונטאג יוני 30, 2013 12:30 pm#129279
דו ביסט גערעכט. פרוינד'ס האצעך לעצטנס צושפרייט מיט זיין סושי ביזנעס. ס'איז ב"ה נתרבה געווארן טראקס און טרעקלעך, וועלכע זיי פארקן אין די גאנצע געגנט ביי די דורכגענג (אינטערסערשאנ'ס) .זיי דיך משער ווי שווער ס'איז אדורכצושטופן א באס מיט קינדער אויפ'ן וועג צום חדר אדער אהיים. כ'האב שוין געטרייט צו רעדן מיט די אנפיהרער פון אלע תרפ"ט ארגאניזאציעס דא אין ב.פ. ס'איז אין קול ואין יונה. זיי האבן מסתמא דעם טרעפיק דעפארטמענט אויכעט אין די קעשענע. ווייל מ'זעיט קיינמאל נישט א קאר פון זיי אדער די פאליס אדורכפאהרן.
זונטאג יוני 30, 2013 12:31 pm#129280
לאמיר עפענען א פעטישאן צום ווייסן הויז אויסצודרוקן אונזער פארדאמונג פאר די 15עוו. סומאטוכע.
זונטאג יוני 30, 2013 12:34 pm#129281
נאך איין זאך פארגעסן: ביי פרוינד'ס האט מען אויכעט א הנאה פונ'ם ריח וואס טראגט זיך אויף אלע זייטן דורכ'ן ווינד.
זונטאג יוני 30, 2013 1:02 pm#129288
איך פארשטיי נישט פארוואס ס'לוינט זיך עם פינאנציעל צו בלייבן אין די רעזידענטשאל עריע, ער קען טרעפן א גרעסערע פלאץ מיט א געהעריגע לאודינג דאק פאר א פערטל פרייז אין רעדהוק, און די באראפארקע פלאץ פארדינגן\פארקויפן פאר גוט געלט, נו וואס שטופט עם אנצומייכענען דוקא ביי אונז אין וויינגארטן?

איינער האט מער פרטים וועגן די נעכטן נאכטיגע פייער?
זונטאג יוני 30, 2013 1:45 pm#129305
ופשוט הוא.
זונטאג יוני 30, 2013 2:23 pm#129319
ס'דאך געווען מוצאי.
זונטאג יוני 30, 2013 2:30 pm#129325
אויב מ'מעג זיך חולק זיין מיט דיך
אז די בילדיג'ס ווערט ליידיג, וועט דאס געכאפט ווערן.
ס'קיין ספק אז די בעלים פונעם בעקעריי וואלטן שוין פון לאנג זיך אריבערגעצויגען צו א פלאץ מער געאייניגט פאר זיי, אבער איבערצופלאנצען זייער equipment איז כמעט אוממעגליך. בפרט אז אויסער חול המועד פסח ארבעטן זיי יעדען טאג אין יאר.
זונטאג יוני 30, 2013 4:36 pm#129391
קאווע טרינקער האט געשריבן:אויב מ'מעג זיך חולק זיין מיט דיך.
אז די בילדיג'ס ווערט ליידיג, וועט דאס געכאפט ווערן.
ס'קיין ספק אז די בעלים פונעם בעקעריי וואלטן שוין פון לאנג זיך אריבערגעצויגען צו א פלאץ מער געאייניגט פאר זיי, אבער איבערצופלאנצען זייער equipment איז כמעט אוממעגליך. בפרט אז אויסער חול המועד פסח ארבעטן זיי יעדען טאג אין יאר.

די (עווענטועלע) נייע בעלנים אויפ'ן בילדינג 'עלן זיך מוזן ספראווען מיט עטוליכע דורות מייז וועלכע האבן קונה שביתה געווען דארט. א פשוט'ע עקסטערמינעיטער אדער קאץ 'עט שוין דארט נישט העלפן. אפשר א סגולה פון א צדיק...
זונטאג יוני 30, 2013 6:23 pm#129414
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דאך געווען מוצאי.

יעצט פארשטיי איך די אויסדרוק - ווען מ׳וויל ארויסברענגן אז מהאט עס אינטערגעצינדן - מהאט געמאכט א בורא מאורי האש, די שריפה איז דאך געווען מוצ"ש...
מאנטאג יולי 01, 2013 12:02 am#129544
For those of you that don’t live in BP, it’s important to know that you should avoid 15th Avenue bet 43 and 44. Also, 46 between 1 and 14 because of Bais Yakov school. I plan my driving route based on avoiding these 2 streets.
מאנטאג יולי 01, 2013 11:24 am#129665
אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.
מאנטאג יולי 01, 2013 11:27 am#129669
Big Boy האט געשריבן:For those of you that don’t live in BP, it’s important to know that you should avoid 15th Avenue bet 43 and 44. Also, 46 between 1 and 14 because of Bais Yakov school. I plan my driving route based on avoiding these 2 streets.

For those of u who dosnt live in willi please avoid driving at all due to full day trefic the best time to get around is 12,30 until 2,45 midday or after 7 at night or bfore 7 am
מאנטאג יולי 01, 2013 11:55 am#129681
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.

חוצפה אז ?
מאנטאג יולי 01, 2013 11:55 am#129682
ס'געווען אין די נייעס. זיי האבן זיך גענומען טיילן טיקעטס אין די וועלט אריין.
מאנטאג יולי 01, 2013 12:07 pm#129688
קאווע טרינקער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.

חוצפה אז ?

זיי בלאקן די גאסן 3 מאל א וואך אין די אינערפרי שעות ווען ס'דא איבער 100 באסעס אויף די בארא פארקע גאסן. ביינאכט טוען זיי בעריזש ווי ס'איז ליידיג אינערפרי. דוב הייקינד האט שוין מיט זיי גערעדט און אפגעמאכט אז פון 8-9 איז נישט דא קיין פיק אפ אויף רב גאסן. ס'האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי די מוצאי יום כיפור'דיגע מעריב.
מאנטאג יולי 01, 2013 12:43 pm#129701
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון בלאקן די גאסן קומט ארויף אויפן מחשבה די אומדערהערטע חוצפה וואס די sanitation טוט דא אין בארא פארק. מ'האט שוין אסאך גשריבן, גערעדט, געדארשנט, געזיצן און הייזעריג געווארן מיט די חברה אבער דער וואנט הערט און פארשטייט בעסער ווי די low lifes.

חוצפה אז ?

זיי בלאקן די גאסן 3 מאל א וואך אין די אינערפרי שעות ווען ס'דא איבער 100 באסעס אויף די בארא פארקע גאסן. ביינאכט טוען זיי בעריזש ווי ס'איז ליידיג אינערפרי. דוב הייקינד האט שוין מיט זיי גערעדט און אפגעמאכט אז פון 8-9 איז נישט דא קיין פיק אפ אויף רב גאסן. ס'האט אנגעהאלטן אזוי לאנג ווי די מוצאי יום כיפור'דיגע מעריב.

איינער האט מסביר געווען (אדער געגעבן א תירוץ) פארוואס די סאניטעישן טראק דרייווערס פייפן זיך אריין אין אונזערע פאליטישנס און עסקנים. זייערע סקעדזשול'ס ווערן געמאכט און קאנטראלירט דורך די יוניאן, און זיי טוען וואס ס'איז באקוועם פאר זיי און זיי אינטרעסירט נישט וואספארא הסכם אונזערע פאליטישנס מאכן אפ מיט די באססעס פון סאניטעישן דעפט. זיי זענען בכלל נישט משועבד צו די אינטערעסן פון די איינוואווינערס אין די אידישע געגנטן.
מיטוואך יולי 24, 2013 2:24 pm#135919
נעכטען איינס אזייגער ביינאכט
מיטוואך יולי 24, 2013 3:08 pm#135927
איינס ביינאכט זאלן זיי טוהן וואס זיי ווילן (אהן נויז פארשטייט זיך) פון7 ביז 12 מעגן מיר אויך האבן עקסעס צו די גאסן
מיטוואך יולי 24, 2013 3:08 pm#135928
נאך א סיבה צו לופען וואנען קיין סטעדין עיילינד
דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:15 pm#136200
בעל הבית האט געשריבן:נאך א סיבה צו לופען וואנען קיין סטעדין עיילינד


ווי איז דאס?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:24 pm#136203
וואס פשט אין דיין שאלה.


דאכצאך לויט ווי גוגל מעפס קומט אויס, צווישען דתן אין ארם נהרים ,נהרדא דריוו 12811
דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:34 pm#136208
למדן האט געשריבן:איינס ביינאכט זאלן זיי טוהן וואס זיי ווילן (אהן נויז פארשטייט זיך) פון7 ביז 12 מעגן מיר אויך האבן עקסעס צו די גאסן

אין אמת באלאנגען זיי נישט דארט. זיי זענען אן אינדוסטריאל ענטיטי. זיי באלאנגען אין אן אינדוסטריאל זאון. פאר די בעיקעריס וועלכע זיי סערוון איז נישט קיין חילוק וואו די ברויט אדער קעיק איז געבאקן.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:05 pm#147095
איך זוך שותפים לדבר מצווה צו אפטוען א גוט שטיקל אויף די עקלדיגע מענטשן פון קארן'ס בעקעריי. מיין פלאן איז אז מען זאל פארקירן צען מיניווענס אויף 15 עוו. פארנט פון זייער געשעפט, אבער נישט סתם פארקירן, נאר זיכער מאכן אז ס'זאל נישט זיין קיין איין אינטש צווישן איין באמפער אונעם צווייטן, אזוי אז ווען זיי ווילן אנלאדענען טראקס זאלן זיי מוזן גיין ביזן קארנער.
איך זוך וואלונטירס וואס זענען גרייט צו לאזן זייער קארס אזוי פאר דריי טעג.
האפענטליך אז ס'וועט געשען גענוג מאל, וועט עס זיי לערנען א לעקציע, און זיי העלן אפפיצען פון דאנעט.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:10 pm#147099
אליצפן האט געשריבן:איך זוך שותפים לדבר מצווה צו אפטוען א גוט שטיקל אויף די עקלדיגע מענטשן פון קארן'ס בעקעריי. מיין פלאן איז אז מען זאל פארקירן צען מיניווענס אויף 15 עוו. פארנט פון זייער געשעפט, אבער נישט סתם פארקירן, נאר זיכער מאכן אז ס'זאל נישט זיין קיין איין אינטש צווישן איין באמפער אונעם צווייטן, אזוי אז ווען זיי ווילן אנלאדענען טראקס זאלן זיי מוזן גיין ביזן קארנער.

קארן'ס בעקעריי האט 2 ספעצילע ליידיגע גאר לאנגע טראקס וואס ער שטעלט אוועק אויף די גאס - ווען אנדערע טראקס פארן אוועק - כדי קיינער זאל נישט קענען פארקן.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:27 pm#147106
קאווע טרינקער האט געשריבן:
קארן'ס בעקעריי האט 2 ספעצילע ליידיגע גאר לאנגע טראקס וואס ער שטעלט אוועק אויף די גאס - ווען אנדערע טראקס פארן אוועק - כדי קיינער זאל נישט קענען פארקן.

איך האב נאך קיינמאל באמערקט די טראקס וואס דו רעדסט וועגן, מ'קען דארט אסאך מאל יא פארקן, מ'דארף נאר זעהן צו כאפן אלע ספאטס איינס אויף א מאל ווען ס'ווערט ליידיג.
אוי דער מינע אויף זייער געזיכט ווען זיי וועלן כאפן וואס ס'גייט פאר, וועט ווערט זיין כל הון דעלמא.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:52 pm#147122
אליפצפן צו וואס משקר זיין בדבר הידוע לכול? עס איז נישט קיין מציאות בעולם דארט צו פארקען ,קוים וואס ער טוהט א טובה אז ער לאזט דיר דורכגיין אויפן סיידוואלק אבער פארקען מאן דכר שמיה.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:58 pm#147129
וואס הייסט משקר זיין? איך אליין האב שוין דארט אסאך מאל געפארקט אין פראנט פון נאשערס דילייט, און אין פראנט פונעם גראסערי און צומאל אויך פאראנט פונעם בעקעריי. אין פראנט פונעם בעקעריי איז טאקע שווערער, אבער עס מאכט זי אסאך אז ס׳איז דא א ליידיגע ספאט פאר א פאר מינוט און מ׳דארף זיך געבן א ריק אריין. און וואס וויאזןי פונטקליך וועלן זיי דיך נישט לאזן?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:49 pm#147163
איך בין גרייט, איך האב א מיני ווען, אבער וואס וועט זיין מיט גילוי?
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 7:57 pm#147166
וואס איט מיט 311? מען דארף מאכן א קאמפיין אריינצוקאלן טאג נאך טאג, בלומבערג וועט עס שוין מסדר זיין.
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:29 pm#147180
מיסטער קארן בעקערי טענה'ט אז ער איז געוועהן אויף די זעלבע פלאץ נאך פאר בארא פארק איז געוועהן אזוי באוואוינט ווי היינט , און ממילא האט מען נישט קיין רעכט צו האבן טענות אויף אים.
די אמת איז אבער אז די חורבן וואס ער מאכט אהן אוף יענע גאסן איז נאר ווייל ער פארקויפט אזוי פיל סחורה ווייל בארא פארק האט זיך אזויפיל צושפרייט און עס איז דא אזוי פיל מער היימישע אידען , אן אמאל פעלגט ער טאקע נישט חרוב מאכן די גאס ווייל ער האט פראדעציט ווייניגער. קארן וויל נאר האבן די בענעפיט פון דאס אז היימישע אידן זענען געווארען אסאך מער , און רייך ווערן אויף דעם חשבון , אבער זיך צו רעכענען מיט די היימישע עולם וואס ווערן דערשטיקט פון זיין צע'הרג'ענען 15 עוו. פון דעם וויל ער נישט הערן
שעים אן הים!!!
זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:32 pm#147181
ווען מען גייט אדורך דארט, און די חלות ליגען אינדערויסען דארט, גיי צו, און הייב אהן טאפען מיט די הענט, עס ליגט דאך אין רשות הרבים, די גוים ווערען נערוועז, באט הא קערס.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 7:59 pm#147485
איינער:
קאלען 311 איז רעכט מסירה, קען זיין אז דו קענסט טרעפען א רב זאל דיר דאס מתיר זיין, אבער פרעגען עכ"פ א שאלה מיזסטו נאך אלץ.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:08 pm#147488
זיי טעה'נען אז זיי וואלטן שוין לאנג געמופט.
נאר מופען דער שווערע מאשינעריי גייט אריין און דו מיליאנען.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:14 pm#147491
אפילו גוגל מאפעס האט נאר זוכה געווען צו זען די ווייסע פארקינג לאט אבער נישט די בנינים.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:30 pm#147496
איך האב צוויי שאלות:

1) טוט ער עפעס קעגן די געזעץ?

2} איז דא א לעזונג פאר דעם פראבלעם?
יעדער ווייסט אז אויב ער וויל מופען גייט אים עס קאסטן אין די מיליאנען און עס קען אים אינטערהינקען זיין ביזנעס בשעת די קאמפיטישען איז אזוי גרויס, איך זאג נישט אז ער איז גערעכט.. אבער קיינער פון די שרייבער דא אלמלא זיי וואלטען זיך דערזען אין אזא שווערע פראבלעם וואלטן נישט אפגעשפארט די ביזנעס ארויסציהעלפן די בארא פארק טרעפיק וואס סיי ווי א דיזעסטער.. דערפאר איז די שאלה וואס קען ער טיען גרינגער צי מאכען און ער טוט עס נישט? {חוץ אויסגעבן עטליכע מיליאן דאלער.. און עס איז א שטארקע ספק אויב עס איז אויסגעהאלטען מיט די היינטיגע קאמפיטישען אין די בעקעריי ביזנעס }

איך רעדט נישט לגבי מענטשליכקייט... ווייל איך קען נישט די קהלה/ביזנעס/חסידו אדער אינסטעטושען וואס איז 100% מענטשליך אויסגעהאלטן, פארפאלען אין ניו יארק מוז מען טייל מאל שטיפען מיט די עלבאו און טיען זאכען נישט מענטשליך, אנדערע זענען נישט מענטשליך אפילו ווען זיי מיזען נישט.. נאר ברצון כדי צו מאכען נאך אפאר דאלער,

בעפאר מען איז דן א איד לאמיר זען צו די פראבלעם האט בכלל א גרינגע אדער אפילו א שווערע לעזונג, ער האט זיך דאך נישט געבויעט מיט חשבון צו זיין א חיה, ער האט אנגעהויבן קליין און אין א ליידיגע פלאטץ, וואס זאל ער טיען? און וואס וואלט איר געטיען און זיין פלאטץ?!
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:36 pm#147497
בדחן די דרייסט א קאפ
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 8:41 pm#147501
בעל הבית האט געשריבן:בדחן די דרייסט א קאפ


לאז זיך נישט.. האלט זיך פעסט, און זאלט ח"ו ניטאמאל דורוכפאלען מיט פראבירען דן צו זיין לכף זכות א צווייטען איד, און זיכער זאלסטע נישט דורוכפאלן מיט הערן א צווייטע מיינוג פארקערט ווי די האסט געטראכט.

בהצלחה, און א כח"ט.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:02 pm#147504
ביסט א איפכא מסתברה אויף יעדע נושא די ביסט בכלל נישט אין דן לכף זכות ביזנעס, נאר סתם פערקערקט
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:06 pm#147505
רבוי עוברים ושבים.
מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 9:10 pm#147507
קודם לאמיר גיין רעדן מיט אברהם אהרן ער האט דאך די ערשטע בנין אופ'ן בלאק,