Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
101 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4353
מיטוואך יולי 24, 2013 11:16 pm#136049
שערוריית "תורה מסיני" מבית מדרשם של ישיבת חובבי תורה
עס קאכט זיך לעצטענס א קאנטראווערסיע איבער איינער פון די חשובסטע מוסמכים און תלמידים פון דעם באקאנטן לינקע ישיבה, "ישיבת חובבי תורה". די רעדע איז איבער ר' זאב פארבער, דער איינציגסטער תלמיד פון יח"ת מיט א הוראה פון ידין ידין. פארבער איז גאר פאפולער אין די לינקע-מאדערנע-ארטאדאקסישע קרייזן, בפרט מיט זיינע כתבים איבער פרויען אין הלכה. פארגאנגענע וואך האט פארבער אנגעשריבן אן ארטיקל בנוגע די טעמע פון תורה מסיני, און דער ארטיקל האט אויפגעפלאקערט א קאנטראווערסיע. אבער כדי צו קענען האבן א גרונטליכן פארשטאנד אין דעם קאנטראווערסיע, מוז מען פארשטעלן די הויפט שפילער און געשעענישן אין דעם קאנטראווערסיע. דאס פאלגענדע איז בלויז אן אויבערפלעכליכן איבערזיכט, מער כראנאלאגיע ווי אינהאלט. עס פארשטייט זיך אבער אז - מיטן רשות פון די אדמיניסטראציע און די חבירים דא - דער אשכול קען געניצט ווערן סיי צו שמועסן איבערן "פאליטישן" חלק און סיי איבער די עצם נושא. צום ענין;

דעם פארגאנגענעם ערב חג מתן תורתנו האט זיך אויף דער אינטערנעט באוויזן א נייער סייט "די תורה דאט קאם". דער וועבסייט'ס אנגעגעבענער ציל איז צו פארשטעלן מהלכים וויאזוי צו משלב זיין דעם טראדיציאנאלער הבנה אין תורה מסיני ("משה קיבל תורה מסיני ומסרה ליהושע") מיט דעם מאדערנער "ביבלישער סקאלערשיפ". דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוגיין וואס די זענען סתירות צווישן די צוויי, און וואס זענען די פארשידענע מהלכים זיך צו מטפל זיין דערמיט. דער וועבסייט איז פארפיגט דורך "TABS" וואס איז די אקראנים "תורה און אקאדעמישע לימודי תנ"ך" (Torah and Academic Biblical Scholarship), און די גרינדער פון דעם פראיעקט זענען ר' דוד שטיינבערג, א תלמיד מובהק פון הרב יהודה זאב סג"ל, ראש ישיבת מאנטשעסטער און פראפעסאר צבי ברעטלער, א באקאנטער ארטאדאקסישער ביבלישער אקאדעמיקער. אין די קורצע צייט וואס דער וועבסייט איז אפן, האבן זיי שוין געהאט ארטיקלן פון גאר באקאנטע אקאדעמיקער אין די וועלט פון ביבלשער שטודיעס, א שטייגער ווי פראפעסאר מארטין לאקשין און ברוך שווארץ. ווי אויך קורצערע ארטיקלן אויף ענינים העומדים על הפרק און יומי דפגרא. ווי די סיי לויטעט, זענען די פלענער פון טעבס גאר גראנדיעז, פון צושטעלן חברותות ביז אראנדזשירן שבתונים. אבער אפילו מיט די ארטיקלן גופא האבן זיי שוין באוויזן צו שאפן כוואליעס.

עס פארשטייט זיך אליינס אז אז וועבסייט איז גאר א האקעלער עסק, און די דיעות וואס ווערן דארט אויסגעליפטערט זענען נישט אלץ ראוי צו ווערן באטיטלט "ארטאדאקסיש", דעריבער איז פארשטענדליך וויאזוי ארטיקלן וועלכע ווילן נישט אננעמען דעם פשוטן הבנה אין דעם רמבםס אכטער עיקר טרעפן זיך דאס פלאץ דארט. עס איז נישט געווען קיין גרויסער חידוש, ווען דער אויבנדערמאנטער ר' זאב פארבער האט ארויפגעשטעלט לכבוד פרשת דברים אן ארטיקל אין וועלכער ער האט אדרעסירט די סתירות צווישן ספר דברים און ספרי שמות און במדבר. למען האמת, דאס איבערוויגענדע רוב פון די סתירות זענען נישט קיין אקאדעמישע חידושים, נאר זענען שוין בארירט געווארן דורך טראדציאנאלע מפרשי התנ"ך במשך די דורות. פארבער'ס מסקנא איז געווען, אז די "פשוט'סטע" מהלך איז אנצונעמען דעם אקאדעמישן מסקנא בנוגע די ספרי התורה.

דאס איז נישט דאס ערשטע שטיקל "כפירה" (עכ"פ לויט חרדישע באגריפן) וואס דער סייט שטעלט ארויס. פילע פון די מהלכים וואס די סייט פרעזענטירט אלץ הצעות משלב צו זיין די מסורה און אקאדעמיע איז כפירה, לויטן חרדישער מעסטער - און אפילו גאר לויטן ארטאדאקסישער. פארבער'ס ארטיקל איז אבער אייגענארטיג מיט דעם וואס דער שרייבער איז נישט בלויז אן אקאדעמיקער, נאר אויך א חשובער דיין און תלמיד חכם, און זאגאר דער חשובסטער תלמיד פון ישיבת חובבי תורה. דאס אז אזא פערזענליכקייט זאל קענען שרייבן דברי כפירה, האט נישט געקענט פארשוויגן ווערן. דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (פרשת ואתחנן) איז אויף דער חרדישער וועבסייט וועלכער איז לויז אפיליאירט מיטן ישיבישער אגודת ישראל "קראס-קארענטס", ערשינען אן ארטיקל פון ר' אברהם גארדימער, א חבר אין די עקזעקוטיוו קאמיטע פון די RCA (די מאדערנע-ארטאדאקסישע רבנישער פאראיין), וואו ער האט באשולדיגט ישיבת חובבי תורה און פארבער אין כפירה. עס איז בעצם נישט קיין גרויסער חידוש, ווייל לויט נארמאטיווע ארטאדאקסישע סטאנדארטן איז דער אקאדעמישער צוגאנג טאקע כפירה. עס איז פשוט געווען א געלעגנהייט צו ווידער ווייזן ווי ווייט אפגעריסן ישיבת חובבי תורה און זייערע אפיליאירטע זענען פון נארמאטיווע תורה אידישקייט.

געוויסע האבן פרובירט צו פארענטפערן פארבער אז ער האט נישט געמיינט צו זאגן אז דער אקאדעמישע צוגאנג איז די ריכטיגע צוגאנג, נאר אז עס איז די פשוט'סטער. אנדערע האבן אנגעוויזן אויף א שטיקל איראניע, אז בלויז איין ארטיקל בעפאר גארדימער'ס, איז א תשעה-באב ארטיקל פון דעם חרדישן שריפטשטעלער ר' יצחק אדלערשטיין , וואו ער האט נאכגעברענגט פון דעם נצי"ב (אין זיין הקדמה צו בראשית) אז א דור פון צדיקים וחסידים איז נישט געווען מרוצה פארן אייבערשטען וויבאלד זיי האבן באשולדיגט יעדן וואס האט נישט געהאלטן פון זיי אין כפירה. אזוי צו אזוי, עס איז פארשטענדליך אז פארבער'ס ארטיקל און גארדימער'ס ענטפער האבן אנגעהויבן א שערוריה.

פרייטאג איז פארבער געגאנגען א טריט ווייטער און האט ארויפגעשטעלט א לענגערן ארטיקל אין 8 טיילן וועלכער נעמט ארום די נושא פון אלע זייטן, און קומט צום ראדיקאלן מסקנא אז די אקאדעמישער צוגאנג איז נישט בלויז ריכטיג נאר גאר מוכרח, און פארבער בויעט אויף אן אייגענעם מהלך צו שמירת התורה ודקדוק המצוות. דער ארטיקל קומט מיט א ווארעמע הקדמה פון ר' דוד שטיינבערג, וואו ער שרייבט בין השאר אז אין די קנאפע צוויי חדשים וואס דער וועבסייט איז אפן האט עס שוין באקומען טויזענטע וויזיטס, און אז ער הערט נישט אויף צו באקומען אימעילס פון מענטשן איבער דעם גאנצן ארטאדאקסישן ספעקטרום וואס דרוקן אויס שטארקע אינטערעסע אין דעם פראיעקט.

זונטאג איז אויף דער בלאג וועלכער איז אפליאירט מיט ישיבת חובבי תורה, "מערטעדאקסיע", ארויפגעלייגט געווארן א לענגערן ארטיקל, פיל מיט מקורות, איבער דעם נושא פון תורה מסיני און דעם רמבםס אכטער עיקר פון ר' נתי העלפגאט, אויך א חשובער יח"ת רב. דער ארטיקל האט געזאלט דינען אלץ אפענטפער צו גארדימער פארוואס ישיבת חובבי תורה זעט נישט פאר וויכטיג צו פארדאמען פארבער, אדער פארשרייען זיינע פאזיציעס אלץ כפירה. גארדימער האט זיך נישט געפוילט, און נאך יענעם טאג געשריבן אן אפענטפער אויף קראס-קארענטס. בתוך הדברים האט גארדימער סיי אפגעווארפן העלפגאט'ס טענות און סיי באשולדיגט ישיבת חובבי תורה אז "מדשתקי, שמע מנה דניחא ליה", און דאס הייסט אז זיי שטימען מיט מיט די כפירה שיצא מבית מדרשם. נאך אן ארטיקל, מער מעסיגער ווי גארדימער'ס, אבער אויך גאנץ שארף, האט ר' יצחק אדלערשטיין געשריבן נעכטן, מיטן פראוואקאטיווען קעפל "איז כפירה געפערליך?".

א סארקאסטישע באמערקונג האט איינער געמאכט, אז עס מוז זיין ימות המשיח אז קראס-קארענטס זאל זיך טענהן מיט מערטאדאקסיע איבער דעם עיקר פון תורה מסיני... בינתיים האבן אנדערע בלאגער אויך נישט טומן געווען זייערע הענט אין טעלער. דער באקאנטער פראוואצירנדער בלאגער "דוב-בער", האט אפגעשריבן א סעריע פאוסטס איבער דעם שערוריה, פארשטייט זיך זיך אננעמענדיג פאר פארבער און חובבי תורה, ווי אויך צוויי געסט-פאוסט פון מארק פעלטא און י. בלאך. אויך דער פאפולערער "פעיסבוק ראביי", ר' אליהו פינק, האט אפגעשריבן אן ארטיקל ווי ער נעמט זיך נישט אן פאר פארבער, אבער ער בעט אז אנשטאט בלויז פארדאמען זאלן רבנים דיסקוסירן די נושא, און אדרעסירן די פונקטן וואס פארבער - און דער אקאדעמישער מהלך בככליות - האבן ארויפגעברענגט.

די הנהלה פון ישיבת חובבי תורה, זעענדיג כי כלתה אליהם הרעה, האבן פארבעטן ר' יששכר כ"ץ (א געוועזענער חסיד) צו אנשרייבן א לענגערן ארטיקל און מסביר זיין יח"ת'ס שטעלונג. דער עצם ארטיקל איז א חידוש וויבאלד ביז היינט האט יח"ת כמעט נישט אדרעסירט די קריטיק וועלכע זענען געברענגט געווארן קעגן זיי, עס איז אלזא נייעס וויבאלד דאס איז לכאורה דאס ערשטער מאל וואס חובבי תורה אדרעסירט אפיציעל קריטיק. דער תוכן איז אבער נישט שטארק מחודש, וויבאלד כ"ץ שרייבט ענליך צו פינק און העלפגאט. דער עיקר "פאליטישער" נקודה זיינער איז אז ישיבת חובבי תורה אקצעפטירט די עיקר פון תורה מסיני ווי טראדיציאנאל פארשטאנען, אבער דאך וועלן זיי נישט פארדאמען פארבער אלץ כופר.

עס איז זיכער אז דער שערוריה בלייבט נישט שטיין דא. פארבער איז דער יו"ר פון דער וועד לעניני גיור פון די IRF א לינקע-מאדערנע-ארטאדאקסישער רבנים פאראיין (וועלכע איז אויף מעסערשטעך מיט די אויבנדערמאנטע RCA). אויב וועט די RCA דערקלערן פארבער אלץ כופר דאן וועלן צענדליגע גיורים געפסלט ווערן, און אזוי אויך צענדליגע גיטין איבער וועלכע פארבער האט פארפיגט. דער שערוריה איז אויך אינטערעסאנט וויבאלד דאס איז ווארשיינליך דאס ערשטע מאל אין די היסטאריע זינט ברוך שפינאזא וואס דער המון עם באקענט זיך מיט דער מאדערנער אקאדעמישע צוגאנג צו די תורה אויף א גרויסן פארנעם, און דאס ברענגט אז מער און מער רבנים זוכן וויאזוי צו משלב זיין צווישן דאס אויבנדערמאנטע און די מסורה.
מיטוואך יולי 24, 2013 11:33 pm#136055
ייש"כ.
זייער שיין געשריבן און אינפארמאטיוו.
הרב כץ'ס ארטיקל איז פרום און ערליך!
דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:44 am#136086
הערליך באשריבן, הרב הציץ. איך בין גראדע אביסל אנטוישט פון הרב כ"ץ'ס ארטיקל. איז ער דער עלעקוואנטסטער שרייבער וואס חובבי תורה קען צושטעלן?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 12:58 am#136094
ה"ט דביקורת המקרא, וה"ט דסמיכת נשים. א משוגע'נער פסיכאלאגישער דראנג צו מבטל זיין אלעס וואס מיר האבן און ווייסן פאר א שטות היוצא מפי דמתקריא אקאדעמיקער. ווער עס איז קראנק אויף התאמה לרוח הזמן (וואס כמובן די רוח הזמן טוישט זיך כסדר, ברויך מען דערפאר אין יעדן דור פריש פארדרייען די תורה עס זאל שטימען מיטן דעמאלסדיגן מצב), שטעלט זיך נישט אפ ביי מנהגים און סעמי הלכות, נאר ער רירט צו גופי תורה, עיקרי אמונה ממש. ורוה"ק צווחת ואומרת: "ולא תהא תורה שלימה שלנו כשיחה בטילה שלהם"?

(איך האף נאר אז מען זאל נישט איצט זיך נעמען דא דעבאטירן ביקורת המקרא, כידוע האט מרן הרב (קוק) זצ"ל שטארק געבלוטיגט אז מען זאל דעם עסק נישט טאטשן אפילו אין פרייע אוניווערזיטעטן).
דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:49 am#136117
זאג נאר, ר' דעת תורה, האסט אמאל געליינט עפעס לענגער ווי דרייסיג אותיות וועגן די נושא בכלל אז דו ביסט אזוי זיכער אז אלעס איז סתם א פסיכאלאגישער דראנג? פאלט דיר נישט איין אפשר האט איינער עס ערסנט דורכגעטוהן בלא משוא פנים און געקומען צו די מסקנא אז מ'דאאף עס נעמען ערנסט און לפחות אויפקומען מיט עפעס א מהלך וויאזוי משלב צו זיין וכו'.

עס איז צו שטוינען יעדעס מאל פון פריש ווי מענטשען וואס האבען נישט קיין אהנונג פון די נושא זענען אזוי זיכער פונקט וואס איז די ריכטיג און ווערן אפיציעל ממונה פאר בוחני כליות ולב צו וויסען וואס יעדער איינער'ס מטרה איז. עס זעהט אויס אז דאס איז גאר די "תורה שלמה שלנו" איז געבויט אויף אוועקצומאכען יעדער איינער אן קיין שום פראבלעם אן וויסען אן דורכטוהן די נושא אן בכלל זיך וויסענדיג מאכען, ושכל פשוט צועק, וכי כל התורה כולה גם היא שיחה בטלה כזאת ח"ו?

עס איז זייער זיס צו ברענגען הרב קוק אז עס האט עם געשטערט, נו און ממילא וואס? עס איז דען דא אפילו איין שאלה וואס זיי פרעגן וואס ווערט דען פארענטעפערט מיט הרב קוק'ס מחאה? הר"ק אליינס האט אגב אין פארשידענע מקומות זיך מתייחס געווען צו די טענות זייערע און פראבירט מיישב זיין וכו', ער האט נישט סתם געשריגען. און פלוצלינג איז הרב קוק געווארען פוסק אחרון? אחוץ הרב קוק זענען דא נאך רבנים וואס האבען געזאגט מיינונגען איבער די נושא, ווי הרב מרדכי ברויאר ז"ל, וואס האט אנגענומען א חלק פון אירע מסקנות און געבויט א מהלך וואס רופט זיך "תורת הבחינות", און נאך.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 4:10 am#136118
קאווע טרינקער האט געשריבן:הרב כץ'ס ארטיקל איז פרום און ערליך!

ווי די קאמענטירער דארט האבען שוין ארויסגעברענגט, האט ער למעשה זיך ארויסגעדרייט פון זאגען עפעס גענוג קלאר לגופו של ענין. אחוץ א סתמ'דיגע הכרזה אינמיטען אז "מיר גלייבען אין תומה"ש ווי טראדיצינאל אנגענומען", און דערנאך גייט ער אריין אין א דרשה וועגן די צורך צו קאנפראנטירען די טשעלענדזשעס פון אמונה וואס זענען דא בימינו און נישט אוועקלויפען פון זיי און סתם מאכען מחאות. דאס הייסט אז למעשה שטיצט ער אינגאנצן הרב פארבער'ס פראוו צו פארענטפערן זיין אמונה מיט בקורת המקרא, אפילו ער וויל נישט זאגען אז דאס איז די שטעלונג פון די ישיבה אדער בכלל אז דאס איז א ריכטיגע אמונה.

אין דעם איז ער גאר גערעכט, איך מיין עס איז אביסעל נאריש צו קובע זיין דוגמות וואס זאלן מחייב זיין יעדער איינער, בשעת מיר לעבן אין א וועלט ווי די אינפארמאציע טוישט זיך כסדר, און ווי ערליכע יודען האבען למעשה נאכנישט מצליח געווען אויפצוקומען מיט איין ריכטיגע מהלך וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די טשעלענדזשעס און מהלכים וואס מאדערנע סייענס סקאלערשיפ און בכלל קולטור שטעלט פאר אונז. (ניין, זיך צומאכען די אויגען און די אויערן און שרייען שייגעץ ארויס בכל כוחו ובכל כוונתו איז נישט קיין ענטפער). ממילא איז די איינציגסטע זאך וואס מיר קענען טוהן פאר זיכער איז מעודד זיין אז רבנים און תלמידי חכמים זאלן זיך מתמודד זיין כפי כוחם ויכולתם מיט די אלע פראבלעמען, און האבען אן אפענער דיאלוג ארום דער נושא. איינער וועט מציע זיין אזוי, א צווייטער וועט מסביר זיין אז דאס איז נישט קיין גוטע תירוץ, וכו' וכו', ביז עס וועט נולד ווערן פארשידענע מהלכים און אופנים וויאזוי יידישקייט קען לעבן אין דער היינטיגער טאג אן זיך דארפן אריינשטעקן די קאפ אין די זאמד. דערווייל וואס מיר האבען נישט קיין מוסכמ'דיג מהלך, איז נאריש רשעות'דיג און אפיקורסיש צו באשרייען יעדער איינער וואס פראבירט עפעס צו זאגען א מהלך און עם נישט לאזען בכלל קומען צו'ם ווארט, אזוי וועט מען זיכער נישט אנקומען צו גארנישט אויזער די מסקנה אז יידישקייט קען נישט לעבן מיט אפענע אויגען.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:49 am#136121
וואס איז ביקורת המקרא? אביסעל האב איך געהערט וועגען עס. מן הסתם שרייבט מען שוין וועגען דעם דא אין קאווע שטיבל.

וואס איז תורת הבחינות?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:49 am#136127
יעצט גע'ענדיגט שחרית, כ'האב נאך אן דעם גארטל, מיין גייסט איז נאך הייליג.

ATUB @לעיקוואד ATUB איר זענט גערעכט אז מ'דארף לאזן מענטשען זיך אויסרעדן זייערע צפונות, און דער רבי/משפיע דארף הארכן און מסביר זיין עד שיתיישבו הדברים על לב השואל והמשתוקק לדעת. א בחור'ל דארף האבן די געלעגנהייט זיך צו עפענען פאר זיין משפיע און פרעגן "פארוואס דארף איך א גאנצען טאג לערנען?" און "פארוואס טאר מען נישט לייגן די הענט וואו מ'טאר נישט?" - אויב איז דא תירוצים, אדברה, וועט דאך דער שואל שאלת חכם נאר שטייגן בשלבי החכמה ואהבת תורה ויהדות. אויב איז נישטא קיין תירוצים, דאן אפשר איז די קשיא גאר א מיספארשטענדעניש. און מיט א טריט ווייטער, אויב די שאלות זענען פאפולער, איז אפשר כדאי זיי צו אדרעסירן ברבים על שם העתיד. און נישט ווארטן ביז יעדער יחיד נעמט דעם courage זיי צו פרעגן.
דאס וואלט געווען פיין ווען די שאלות וואס ווערן געפרעגט קומען פון זעך אליין, דהיינו אז דער בחור'ל/אינגערמאן'ס מוח טראכט פון קלערט, דארף ער האבן די יכולות דאס דורכצורעדן מיט זיין מורה דרך. אבער ווען די קשיות קומען פון אינפורמאציע וואס איז פון די פרעמד, דהיינו, ער האט געליינט נישט-אידישע ביכער; צופיל גערעדט מיט כופרים וכדומה. קשיות וואס וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר א חרדישע איד, אין אזלעכע פעלער, בין איך נישט זיכער צו מ'קען נעמען דעם צווייטע טריט. יא, אוודאי, איינמאל ער פרעגט דארף מען אים ענטפערען, אבער צו רעדן פון די שאלות און דיסקאסירן, נאך איידער זיי קומען אפשר ארויף? אולי איז בעסער צו מעורר זיין נישט צו ליינען בלאגס און זייטלעך וואס נישט-מאמינים שרייבן? מ'האנדלט דאך פון א ציבור, און אין דעם ציבור איז דא מענטשען וואס וועלן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים, איז וואס פעלט אויס פאר יעדע יחיד צו וויסן אז ס'דא אזא מושג אז תורה איז מעשי ידי אדם, חלילה?
מטעם "השכלה", זיין אפען און אויפגעקלערט, און מאכן פלאץ פאר יעדע רעיון און קלער פון יעדען חכם און פון יעדען טיפש (טיפש? חלילה, ער האט א רעכט צו האלטן אזוי!), איז אפשר דא א מקום צו גיסן אינפורמאציע וויפיל ס'שייך. אבער איך פרעג מצד דעם דרך התורה. אונזער מסורה זאגט דאך אז ס'דא זאכן וואס מ'טאר נישט דיסקאסירן! עכ"פ מ'זעהט אזא מושג.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:02 am#136129
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט גע'ענדיגט שחרית, כ'האב נאך אן דעם גארטל, מיין גייסט איז נאך הייליג.

@לעיקוואד איר זענט גערעכט אז מ'דארף לאזן מענטשען זיך אויסרעדן זייערע צפונות, און דער רבי/משפיע דארף הארכן און מסביר זיין עד שיתיישבו הדברים על לב השואל והמשתוקק לדעת. א בחור'ל דארף האבן די געלעגנהייט זיך צו עפענען פאר זיין משפיע און פרעגן "פארוואס דארף איך א גאנצען טאג לערנען?" און "פארוואס טאר מען נישט לייגן די הענט וואו מ'טאר נישט?" - אויב איז דא תירוצים, אדברה, וועט דאך דער שואל שאלת חכם נאר שטייגן בשלבי החכמה ואהבת תורה ויהדות. אויב איז נישטא קיין תירוצים, דאן אפשר איז די קשיא גאר א מיספארשטענדעניש. און מיט א טריט ווייטער, אויב די שאלות זענען פאפולער, איז אפשר כדאי זיי צו אדרעסירן ברבים על שם העתיד. און נישט ווארטן ביז יעדער יחיד נעמט דעם courage זיי צו פרעגן.
דאס וואלט געווען פיין ווען די שאלות וואס ווערן געפרעגט קומען פון זעך אליין, דהיינו אז דער בחור'ל/אינגערמאן'ס מוח טראכט פון קלערט, דארף ער האבן די יכולות דאס דורכצורעדן מיט זיין מורה דרך. אבער ווען די קשיות קומען פון אינפורמאציע וואס איז פון די פרעמד, דהיינו, ער האט געליינט נישט-אידישע ביכער; צופיל גערעדט מיט כופרים וכדומה. קשיות וואס וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר א חרדישע איד, אין אזלעכע פעלער, בין איך נישט זיכער צו מ'קען נעמען דעם צווייטע טריט. יא, אוודאי, איינמאל ער פרעגט דארף מען אים ענטפערען, אבער צו רעדן פון די שאלות און דיסקאסירן, נאך איידער זיי קומען אפשר ארויף? אולי איז בעסער צו מעורר זיין נישט צו ליינען בלאגס און זייטלעך וואס נישט-מאמינים שרייבן? מ'האנדלט דאך פון א ציבור, און אין דעם ציבור איז דא מענטשען וואס וועלן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים, איז וואס פעלט אויס פאר יעדע יחיד צו וויסן אז ס'דא אזא מושג אז תורה איז מעשי ידי אדם, חלילה?
מטעם "השכלה", זיין אפען און אויפגעקלערט, און מאכן פלאץ פאר יעדע רעיון און קלער פון יעדען חכם און פון יעדען טיפש (טיפש? חלילה, ער האט א רעכט צו האלטן אזוי!), איז אפשר דא א מקום צו גיסן אינפורמאציע וויפיל ס'שייך. אבער איך פרעג מצד דעם דרך התורה. אונזער מסורה זאגט דאך אז ס'דא זאכן וואס מ'טאר נישט דיסקאסירן! עכ"פ מ'זעהט אזא מושג.


מר. קאווע שטיבעל ביטע נישט דיסקוסירען נושאים וואס רירען אהן צו די עיקרי הדת וואס קען נעבעך אוועקפירען פילע אומשולדיג נשמות וואס וואלטען קיינמאל נישט ארייהגעקראכען און די נושאים נאר א דאנק עטליכע שפיציג קליגע חכמים דא אין ק''ש טיען זיי זיך צוגרינד לייגען דאס לעבן לעולמי עד נישט קענעדיג ארויסקריכען פין זייערע ספיקות און צומישקייט
ווי ס'זעהט זיך אהן היבש פון דיינע תגובות אז ביסט נעבעך זייער צומישט אין פילע עיקרי הדת
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:06 am#136130
קאווע טרינקער
ווי האב איך גערעדט דא בכלל פון די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס? בכל אופן, די שאלות זענען קיים, און פאדערן בעצמם אז מ'זאל זיך ספראווען מיט זיי און זעהן וואס מ'קען טוהן וועגן זיי. אז מ'זאל זיי פארהוילען פון מענטשען מיינט נישט אז זיי גיין אוועק, און עס איז נישט ריכטיג צו זיך מתעלם זיין, דהיינו די נושאים פאר זיך פאדערן מ'זאל זיי אהאנדלען. פון דיין תגובה קוקט אויס אז דו קוקסט עס אן כאילו עס איז סתם אזא פראבלעם אז אמאל בחורים צו ינגעלייט טרעפן זיך אן מיט געוויסע שאלות און דו ביסט מסכים אז מדארף עס זיי פארענטפערן און נישט נאר אנשרייען. אבער דאס איז נישט נאר עפעס א פראבלעם כביכול פון דער משגיח אין ישיבה וואס צו טוהן מיט די שאלות, נאר עס זענען טאקע בעצם פראבלעמען וואס ביז די יהדות וועט נישט זיך אן עצה געבן מיט זיי איז זי בעצם אויסגעשפילט און געלעבט אין עולם הדמיון. כלומר די פראבלעם הייבט זיך נישט אן מיט די מענטשען, עס הייבט זיך אן ביי די עצם געדאנקען.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:12 am#136131
[quote="לעיקוואד"]קאווע טרינקער
ווי האב איך גערעדט דא בכלל פון די נקודות וואס דו ברענגסט ארויס? בכל אופן, די שאלות זענען קיים, און פאדערן בעצמם אז מ'זאל זיך ספראווען מיט זיי און זעהן וואס מ'קען טוהן וועגן זיי. אז מ'זאל זיי פארהוילען פון מענטשען מיינט נישט אז זיי גיין אוועק, און עס איז נישט ריכטיג צו זיך מתעלם זיין, דהיינו די נושאים פאר זיך פאדערן מ'זאל זיי אהאנדלען. פון דיין תגובה קוקט אויס אז דו קוקסט עס אן כאילו עס איז סתם אזא פראבלעם אז אמאל בחורים צו ינגעלייט טרעפן זיך אן מיט געוויסע שאלות און דו ביסט מסכים אז מדארף עס זיי פארענטפערן און נישט נאר אנשרייען. אבער דאס איז נישט נאר עפעס א פראבלעם כביכול פון דער משגיח אין ישיבה וואס צו טוהן מיט די שאלות, נאר עס זענען טאקע בעצם פראבלעמען וואס ביז די יהדות וועט נישט זיך אן עצה געבן מיט זיי איז זי בעצם אויסגעשפילט און געלעבט אין עולם הדמיון.[/quote]

לעיקוואד טייערער מאז היתה ישראל לגוי זענען אויפגעשטאנען יודישע יודען אחינו בשרינו מיט דיינע סארט הויך געשפיצטע שאלות און כלל ישראל איז וויטער אנגעגאנגען אהן זיך באפאסען מיט די עטליכע חכמים גדולים
אז די וועסט באטראכטען די היינטיגע רעפארמע גרופעס און מזרחיסטישע קרייזען וועסטו זעהן זעהן וואס ס'האט זיך אויסגעלאזט פין די אלע קליגע קשיות
ס'זעהט נישט אויס אז די דורות פין דיינע איבערגעשפיצטע קשיות זאלען אויסזעהן אביסעל בעסער ווי די דערמאנטע גרופעס סא די חכמי ישראל און גדולי הדור קענען רואיגערהייט ממשיך זיין ווייטער מיטען מהלך וויאזוי מען איז צוגעגאנגען אין אלע דורות צו די כיתות שונות
עם ישראל חי!!!!!!!!
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:17 am#136132
הציץ ונפגע,
א דאנק פאר'ן באריכטן אזוי בא'טעמ'ט דעם גאנצן שערוריה. ויה"ר שיקויים בנו דברת הנביא ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
דעת תורה האט געשריבן:(איך האף נאר אז מען זאל נישט איצט זיך נעמען דא דעבאטירן ביקורת המקרא, כידוע האט מרן הרב (קוק) זצ"ל שטארק געבלוטיגט אז מען זאל דעם עסק נישט טאטשן אפילו אין פרייע אוניווערזיטעטן).

וועסט נישט גלייבן וואס איך וועל דיר זאגן, אבער פאקטיש איז ביקורת המקרא געווען אן אינטעגראלער חלק אין די אידישע וועלט מיום הוסדה, די תנאים ואמוראים, ראשונים ואחרונים מפרשי תורתינו הק' האבן אלע עוסק געווען אין ביקורת המקרא.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:18 am#136133
1. לערן שנעל איבער דיין היסטארי ר' נאר,,פריילעך. דו פארציילסט א מעשה שלא היה. 2. א שיינע תירוץ, לעצטע מאל איך האב געטשעקט מיין לאגיק טעקסטבוק שטייט דארט אז רופען נעמען פארענטפערט נישט קיין קשיות אדער טענות. ווי אויך האב איך נישט מצליח געווען צו טרעפן דארט וויאזוי מ'רופט די סארט טענה וואס הייסט "שרייב אין באלד מיט אנדערליין עפעס א סענטענס וואס האט נישט קיין קשר. 3. עניוועיס, דער וויכוח איז שוין א בראקען רעקארד דא. אנן בדידן ואינהו בדידהו האטס מיך און זייטס מיך.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:25 am#136134
די נקודות גופא ברענגסטו נישט ארויף, איך באצי זיך אויף דעם רעיון צו זיין אפען און פירען א דיאלוג.

איך ווייס נישט צו איר זענט גערעכט מיט דעם לעצטען נקודה. דער מציאות ווייזט אז יעדע סארט חולי נפש וואס ווערט באקאנט פארן ברייטען ציבור, באקומט מער מעמבערס. ווען מענטשן הערן איבער אזא סארט פראבלעם, לויפט א דורך אזא מחשבה, העי, אפשר ליידט איך אויך אויף דעם? און צומאל איז דער מענטש טאקע מחליט אז יא, ער איז אויך פון די מענטשן וואס ליידן אויף דעם.
בקיצור, אפילו ס'איז באמת פארהאנען אזא מושג, מיינט נישט אז ס'איז א תועלת צו מאכן די משוגעת פאבליק.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:28 am#136135
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען די קשיות קומען פון אינפורמאציע וואס איז פון די פרעמד, דהיינו, ער האט געליינט נישט-אידישע ביכער; צופיל גערעדט מיט כופרים וכדומה. קשיות וואס וואלט קיינמאל נישט איינגעפאלן פאר א חרדישע איד, אין אזלעכע פעלער, בין איך נישט זיכער צו מ'קען נעמען דעם צווייטע טריט. יא, אוודאי, איינמאל ער פרעגט דארף מען אים ענטפערען, אבער צו רעדן פון די שאלות און דיסקאסירן, נאך איידער זיי קומען אפשר ארויף? אולי איז בעסער צו מעורר זיין נישט צו ליינען בלאגס און זייטלעך וואס נישט-מאמינים שרייבן? מ'האנדלט דאך פון א ציבור, און אין דעם ציבור איז דא מענטשען וואס וועלן בעסער פארשטיין די קשיות ווי די תירוצים, איז וואס פעלט אויס פאר יעדע יחיד צו וויסן אז ס'דא אזא מושג אז תורה איז מעשי ידי אדם, חלילה?


במושכל ראשון, אן זיך מתעמק זיין פיל בשאלתך. דו ביסט גערעכט אז ס'נישט די חוב פונעם משפיע/מלמד אויפצומאכן די קאפ פונעם נשפע/תלמיד צו זאכן וואס ע"פ רוב וועט אים אליין בייפאלן, אויסער אויב ס'דא דערביי א הכרח מצד אחר.

ממילא איז דיין טענה גערעכט אבער נאר פאר אמאליגע צייטן. היינט לעבן מיר אין די אינטערנעט/אינפארמאציע עידזש. מיר דארפן אננעמען אז א יעדע טענה וקושיא וועט שווער זיין פאר רוב מענטשן סאם טיים דאון דע ליין. אשא"כ איז די קלוגע זאך צו אדרעסירן די נושא מתחלה.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:32 am#136136
@קאווע טרינקער
צושטעלן ערנסטע שאלות וואס זענען דא אויף אמונה ומסורה צו 'חולי נפש' איז אליינס א שטיקל חולי נפש. דאס איז בדיוק וואס איך האב פראבירט ארויסצוברענגען אויוון. דו קוסט עס אן כאילו אמונה ספקות און שאלות זענען עפעס א 'פראבלעם' וואס געשעהט צו געוויסע מענטשען, לויט די הסתכלות ביסטו גערעכט אז ווער הייסט אונז עס ווייזען פאר נאך מענטשען זאלן זיי אפשר אויך ליידען פון א פראבלעם וואס זיי האבען נישט געהאט לכתחילה. איך קוק אן די שאלות אמת'ע פילאספישע תורה'דיגע שאלות וואס פאדערן א התייחסות און מ'זאל קומען פון זיי צו מסקנות, אויך אויב די מסקנות שטימען אפשר נישט מיט וואס מ'האט געלערנט אין קינדערגארטן. לפי דער קוק איז נאריש צו שרייען אז מ'זאל זעהן מענטשען זאלן נישט וויסען פון פראבלעמען וואס זיי וואלטן אליינס נישט געהאט. וויבאלד דער פראבלעם איז בעצם און פאדערט א דיאלוג בעצם, און אדרבה צו פארמאכען מענשטען זיי זאלן נישט וויסען דאס איז א עוולה וואס מ'נארט זיי אריין צו לעבן אין אן עולם הדמיון וואס איז נישט קיים.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:36 am#136138
לעיקוואד, כ'האב געליינט איבער די נושא מער ווי דרייסיג אותיות. די פראבלעמען מיט וואס די אקאדעמיקער פארנעמען זיך, איז נישט געבוירן אין אכצנטן יאר הונדערט. (כאפ מיך נישט ביים ווארט אויב דער נושא איז צום ערשטן מאל אויפגעקומען אין זיבעצנטן יאר הונדערט. מיר ליגט אין קאפ אכצנטן). זינט די תורה איז נישט געווארן אפדעיטעד מאז נתינתה, האבן חכמינו ז"ל במשך טויזענטער יאר געספראוועט מיט די רמזים און שינויים, זה בכה וזה בכה, איינער מיט דרש - וואס גאנצע גופי הלכות לערנט מען צומאל ארויס פון די שינויים - און די שפעטערדיגע מפרשי המקרא מער על דרך פשט.

אבער זיי אלע זענען דאך געווען אידן מאמינים בני מאמינים, נענטער צום מעמד הר סיני, דער הסתר פנים איז נאכנישט געווען אזוי גרויס, למשל בזמן בית שני האט מען נאך אין בית המקדש געזען אפענע ניסים תמידיים אזוי אז אמונה אין אלקות איז בכלל נישט געווען קיין נסיון, רעלאטיוו צו היינט. און פאר קיינעם איז נישט בייגעפאלן אזאלכע לעכערליכע געדאנקען. יעדער האט געוויסט אז די תורה איז בלי ספק כל כולה מן השמים (אן אריין גיין אין די א.ג. "תיקוני סופרים", וואס די משמעות אין חז"ל (מדרש תנחומא) איז פשטות אזוי ווי ר' יהודה החסיד ועוד. כמובן איז דאס נוגע נאר ממש צו געציילטע ווערטער אדער פסוקים, קיינעם איז אבער נישט בייגעפאלן צו פארענטפערן זכור - שמור אדער לא תחמוד - תתאוה מיט אזא מהלך. בקיצור נישט פון די פולמוס איבער תיקוני סופרים רעדט מען דא). און יעדער איינער אויף זיין וועג האט זיך דערמיט געספראוועט.

ווילאנג עס זענען אויפגעקומען אקאדעמיקער, וואס כפירה איז ביי זיי געווען א שטאלץ, אמונה א בושה אין זייערע אויגן רח"ל. און זיי האבן באשלאסן צו נעמען די איזי וועי אוט פון אלע פראבלעמען, זענען זיי אויפגעקומען מיט א טעאריע וואס קען נאר זיין געבויט אויף דעם אז חלילה נישט דער באשעפער האט אליינס דיקטירט פאר משה רבינו יעדעס ווארט, כמובן די טעאריע אליינס אויב לייגט מען זיך אריין דערין זעט מען עס איז מצד עצמו מעורר גיחוך עד אין קץ, עס איז פעילינג אן היס מעריטס. ווען עס איז ווען דא א עקסטערע פארום וואלט איך אפשר מער מאריך געווען אין די נקודה, כעת פעלט נישט אויס אפילו נאכצוברענגען זייערע בעבלערייען אפילו נאר עס אפצופרעגן.

די טעאריע ברענגט נישט אויף קיין שום טשעלענזשעס פאר א איד מער ווי בעפאר, עס איז די זעלבע תורה די זעלבע דיוקים און די זעלבכ קשיות פון דריי א האלב טויזנט יאר צוריק.די סיבה פארוואס קיינער פון אונזער חכמים איז נישט נזקק געווארן צו אזא מהלך איז פשוט, כפירה איז נישט קיין אפציע ביי אונז.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז אויב גלייבט מען אין תורה מן השמים איז די גאנצע צוגאנג, די הבחנה וואס זיי מאכן מופרך. גאט'ס ווערטער קען מען נישט משיג זיין אויפן זעלבן אופן וואס מען איז משיג א פשוט'ן מענטשן'ס שפראך, א בשר ודגים. ווען אונזער אמונה זאל ווען זיין אז משה רבינו האט מדעת עצמו אלעס אפגעשריבן, וואלט ביקורת המקרא אפשר געווען א טענה, א ראיה אז עס קען נישט זיין. אבער אז אונז ווייס מיר אז יעדער אות, יעדער קוץ ותג איז בלי ספק מן השמים ווארט פאר ווארט מפי ממ"ה הקב"ה אליינס, איז בכלל נישטא קיין מקום פאר דעם.

עס איז זייער קלאר וואס עס טרייבט אזאלכע מענטשן ווי פארבער דוקא אנצונעמען די אקאדעמישע מהלך. די "פסיכאלאגישע דראנג" וואס מיר האבן פריערט גערעדט. ער וויל זיין א גבר בגוברין, זיין א נאור, א הולך קדימה, נישט קיין פאנאטיקער, קיין כסיל בחושך הולך. והיינו טעמא דסמיכת נשים. און אויף דעם, רוה"ק צווחת ואומרת: "ולא תהא תורה שלימה שלנו כשיחה בטילה שלהם"?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:37 am#136139
יאיר, א פיין ווערטעל, רב קורמאן שרייבט אזוי.

הוגה, האסט א נקודה.

סאו וואו הייבט מען אן? קוק, אפילו פון נאר דערמאנען דעם מושג ביקורת המקרא ווערט דער ניק נער-פרייליך ווילד, שטעל דיך פאר ווען די ענינים ווערן גערעדט אין פאבליק.

לעיקוואוד האקט, ס'אמת איך בין א חולי נפש, ס'נישט דאס ערשטע מאל איך הער דאס פון מענטשען. אבער איר דארפט פארשטיין, און פנים'ען דעם אמת אז איר זענט זייער יוניק, מיט אייער מהלך מחשבה. - חלילה, איך מיין נישט לרע.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:44 am#136140
(@קאווע טרינקער, די ווארט חולי נפש האב איך סתם געשריבען ווייל ס'האט געגראמט, איך מיין נישט ערנסט ח"ו. )
@דעת תורה, דו ווילסט טאקע איך זאל דיר אנהייבען צונעמן דיין לאנגע תגובה טריט ביי טריט און ווייזען ווי דו ביסט נישט גערעכט. כ'האב נישט קיין נערוון דערצו און דאס וועט דאך מוזען טאקע זיין א ריכטיגע דיון אין בקורת המקרא וואס דו ווילסט נישט. בקיצור נמרץ איז די גאנצע מעשה וואס דו פארציילסט נישט ריכטיג מתחילתו ועד סופו, נישט די מאטיוו פון די ערשטע אפיקורסי חוקרי המקרא איז בכלל נאנט צו עפעס וואס דו מאכסט עס און נישט די מאטיוו פון היינטיגע איז ווי דו פארציילסט און עס איז נישט ריכטיג אז דאס זענען די זעלבע שאלות פון דריי טויזנט יאר און עס איז נישט ריכטיג אז אמאל האט קיינער געהאט א ספק אין דאס אלעס. איך האב נישט גערעדט וועגן ליינען אפאר ארטיקלעך פון אש התורה ודומיהם וואס פארציילען ענליכע מעשיות ווי דיר, נאר פון ערנסט לערנען איבער די נושא און זיין אפען צו הערן די צדדים.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:55 am#136143
יאנקל האט געשריבן:הערליך באשריבן, הרב הציץ. איך בין גראדע אביסל אנטוישט פון הרב כ"ץ'ס ארטיקל. איז ער דער עלעקוואנטסטער שרייבער וואס חובבי תורה קען צושטעלן?


נישט זיין עלעקוואנס איז די פראבלעם, אין מיין אפיניען. ס'איז אז ער הייבט נישט אן צו פארענטפערן ר' פארבער'ס ספעציפישע ווערטער. זיין שטעלונג אז ישיבת חובבי encourages grappling זאגט אונז גאר ווייניג איבער די ספעציפיש נושא פון די יעצטיגע קאנטראווערסיע.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:03 am#136148
לעיקוואד, איך קום נישט פון אש התורה... און איך שטיי ביי מיינע ווערטער, פולי.

אבער היות איך וואלט זייער נישט געוואלט עס דיסקוסירן דא, וועל מיר עס לאזן ביי דעם.

לגבי דער מאטיוו פון די היינטיגע כלומר'שטע ארטאדאקסישע אידן וואס פילן געצווינגען צו אדאפטירן אפיקורסות, צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין. מען זעט זייער גאנצע מהלך המחשבה זייערע אנדערע פעולות און אויפטוען זעט מען אז דאס איז וואס קוועטשט זיי. אפשר איז עס טאקע נאר א צופאל אז פונקט פון יח"ת איז ארויס געקומען אזא פארבער?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:12 am#136151
אוי ווי זיס איז עס צו קענען אנשרייבען א גאנצע מגילה פון האלב אמת'ע טענות , פול מיט פרעדזשוס און זלזול אין יעדער וואס טראכט אנדערש, און דערנאך זיך אנטזאגען פון דן זיין צו עס איז אזוי ווייל "מ'טאר נישט דן זיין אין ביקורת המקרא".

ווער זאגט עס איז א צופאל?עס איז א תוצאה פון זייער דרייסטקייט אמת'קייט און אפענקייט צו זיין גרייט צו קאנפראנטירען פראבלעמען head on און נישט אלעס אריינשטיפען אינטער די קארפעט כמנהג אנ"ש. אבער דער זלזול דיינער און טענה'ן אז עס איז סתם א פסיכאלאגיער דראנג האט נישט קיין הענט און קיין פוס. זיי האלטן אז דאס איז וואס איז ריכטיג צו טוהן, צו מצד תורה צו מצד חכמה צו מצד וואס עס זאל נאר זיין. און איך קלער עס איז גאנץ קלאר אז דאס איז סתם א פסיכאלאגישער דראנג דיינער צו מזלזל זיין אין אזעלכע וואס פראבירען צו בויען א יידישקייט וואס מוז נישט לעבן אין א באבל פון דמיון און אני ואפסי עוד און זענען נישט קיין פונדאמענטעליסטן.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:24 am#136159
דעת תורה האט געשריבן: אפשר איז עס טאקע נאר א צופאל אז פונקט פון יח"ת איז ארויס געקומען אזא פארבער?

אודאי איז עס נישט קיין צופאל. חובבי תורה איז די איינציגסטע פלאץ וואו אן ערליכער איד קען איסדרוקן זיינע מיינונגען אין די נושא און ארויסגיין א לעבעדיגער. להוי ידוע אז איך קען עטליכע חסידישע אידן, ערליכע יר"ש, מסלתה ומשמנה פון דעם "היימישן עולם" וואס שעירן די זעלבע מיינונגען ווי הרב פארבער, נאר זיי מוזן עס באהאלטן אונטער'ן טיש.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:27 am#136161
א דאנק הציץ פארן ברענגן די טעמע צו אונזער אטענשאן. פונקט די וואך האט מיר א חבר גאראנטירט אז אין חובבי תורה איז ביבליקעל קריטיזיזם (הויך) נישט פראקטיצירט.

ס'איז מיר אויך א חידוש אז הרב קוק האט געהאט א שיטה פון איגנארירן די נושא. כ'ווייס פון א חשוב'ע היימישע רב וואס ערלויבט זיך צו דיסוקירן מיט אינגעלייט אלע מעטעפיזישע נושאים און אלע עיקרים, אבער ביי ביקורת המקרא ווערט ער שטיל ווי א פיש און פארדרייט די נושא. דער רב נאשט אסך פון הרב קוק און דאס קען זיין טעמו.

איך מיז מודה זיין צו "נאר פרייליך." אויב קען מען אויף עפעס זאגן כל באיה לא ישובון איז עס אויף ביקורת המקרא.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:34 am#136172
דעת תורה האט געשריבן:כמובן איז דאס נוגע נאר ממש צו געציילטע ווערטער אדער פסוקים, קיינעם איז אבער נישט בייגעפאלן צו פארענטפערן זכור - שמור אדער לא תחמוד - תתאוה מיט אזא מהלך.

דעת תורה, עס איז נישט כדאי צו ווארפן אזעלכע זיכערע סטעיטמענטס אן גרונטליך דורכטון דעם ענין. קוק נאר אריין אין אבן עזרא (שמות כ א) וועסטו זען ווי ער פארענטפערט טאקע זכור ושמור און נאך צענדליגער אזעלכע פסוקים מיט אזא מהלך. ועל כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, חכמים הזהרו בדבריכם.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:38 am#136175
איך פארשטיי נישט דעם אופן ווי אזוי די גאנצע שערוריה גייט צו. מיר זענען עפעס חדר יונגלעך? איך בין נישט אזוי באקאנט אין די נושא, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז דאך דער עיקר נישט דא צו דערגיין וואס איז כפירה, דער עיקר איז דאך צו דערגיין וואס איז דער אמת. זאלן זיך די קראס קארענטס חברה - וועלכע באשולדיגן כסדר די חרדים אז זיי גייען מיט'ן קאפ אין די וואנט און זענען נישט אפן צו קריטיק - זיך ארויפקאטשען די ארבעל און פארשטעלן זייער מהלך אין די נושא, וירא הקהל וישפוט. וואספארא קונץ איז דאס ארויסנעמען די קאפ פון זאמד בליז צו שרייען כפירה און צוריק אריינשטעקן?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 1:23 pm#136217
מה שהיה הוא שיהיה ואין כל חדש תחת השמש. דער אבן עזרא איז פון די ראשוני מבקרי המקרא, אבער ער אליין האט שוין מורא געהאט פון נאר פרייליך און ער איז שטענדיג מכסה טפחיים און ווארפט אריין וד"לס מיט רמזים.
איך וויל נאר זעהן א הונדערט יאר ארום ווי אדמו"ר מקאצק-פאפא איידעהאו זאל זאגן "לערנען די חיבורים פונעם שפערבער הקדוש איז א סגולה ליראת שמים, נאר שער הביקורת זאל מען אויסלאזן ווייל אויב מען לערנט עס כפשוטו קען מען מקצץ זיין בנטיעות".
דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:02 pm#136229
און מ'וועט שטארק חזר'ן די דריי עקרים וואס איינער פון די גרעסטע תחתונים די שפערבער, האט אוועקגעשטעלט אלס יסוד אין אמונה. ווי אויך האט דער שפערבער גאון שטארק געהאלטן פון גיין דריי יארן אינעם געטליכן ארמעי, און געהאלטן אז ס'איז זייער געזונט צו מאכן התעמלות הגוף, וואס גייט אגב אויך אריין אינעם בכל דרכיך דעהו. און אייגענטליך איז דער שפערבער אויך שטארק חשוב געווען ביי דער קעניג שמעון המלך, וואס איז ווי דערמאנט געווען טוב וישר בעיני ה'.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:06 pm#136230
ליצנות אין דער זייט, איז כדאי צו ליינען די לענגערע ארטיקל וואס ער האט געשריבען וועגן אמונה אין די שינויים אירע. m http://thetorah.com/torah-history-judaism-introduction/ m עס איז מער אינטרעסאנט און אינפארמאטיב וחי די אלע נארישע מחאות און קאונטער -מחאות.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:44 pm#136253
ס'האט מיר איינערפון די חבירים הרוצה בעילום שמו אנגעמערקט אין אישית אז פון אלע לינקס און סייטס האב איך פארגעסן ארויפצושטעלן א לינק צו דער איינציגסטער קריטיקירער פון פארבער וועלכער האט יא זיך געשטעלט אויף די נקודות וואס ר' פארבער האט ארויסגעברענגט אין זיין אריגינעלעם "דברים" ארטיקל. דאס איז ר' יהושע וואקסמאן וועלכע שרייבט די פאפולערער "פרשה" בלאג. ר' וואקסמאן האט אפגעשריבן א בלאג פאוסט וואו ער דינגט זיך אויף פארבער'ס הנחה אז דער אקאדעמישער מהלך איז די "פשוט'סטער" און ער צייגט אן א מהלך וועלכע איז לדעתו פיל מער מאסגעבנד און מתקבל על הדעת ווי דער אקאדעמישער מהלך.

ווי כ'האב נעכטן געשריבן איז קלאר אז דער נושא וועט נישט פארשטילט ווערן. נעכטן נאכט האט ר' פארבער (נישט פארמישן מיט ד"ר דניאל שפערבער) ארויפגעשטעלט א לענגערן ארטיקל אויף מערטאדאקסיע וואו ער איז מסביר אז זיין ציל מיט די תורה מסיני ארטיקל איז נישט קובע צו זיין מסמרות, נאר צו אנהייבן א שמועס דערוועגן, און ער ליידנט איין די גדולים וטובים הימנו צו קומען זיך משתתף זיין אין דעם דיסקוסיע, און צוזאמען מטכס זיין א מהלך.

היינט אינדערפרי זענען אויף מערטאדאקסיע ארויפגעשטעלט געווארן צוויי הערליכע לענגערע ארטיקלן וועלכע נעמען זיך שטארק אן מיט דעם טראדיציאנאלעם מהלך, און טוען זיך ספראווען אביסל מיט די נושא. איין ארטיקל איז פון דעם אויבנדערמאנטעם ר' נתי העלפגאט. נאכן שרייבן איבער די נושא, שרייבט העלפגאט דירעקט צו פארבער די פאלגענדע נקודות. קודם כל, די נושא איז גאר האקעל און רירט צו צו די סאמע יסודות הדת שכל בית ישראל נשען עליו און איז פון די דברים העומדים ברומו של עולם. צוליב די היינטיגע אינפארמאציע עפאכע - טענהט העלפגאט - איז נישט מעגליך צו איגנארירן דעם שמועס אדער עס פארווישן מיט לויזע תירוצים. דאך אבער, בעט העלפגאט אז מען זאל צוגיין צו די שמעוסן מיט די סאמע גרעסטע יראה וואס איז שייך. אזוי אויך זאגט הרב העלפגאט איז נישט כדאי צו קומען צום טיש מיט פערטיגע מסקנות וועלכע ווערן געזאגט מיט א גאוה אן קיין ווילן צו לאזן די נושא מיט א צריך עיון. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו שרייבן, זאגט העלפגאט, זאל געדענקן דעם כשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה. צווייטנס, זאגט ער, איז זייער וויכטיג זיך אפצוהיטען פון דאס באנוץ מיטן טיטל "איפקורס" אדער "כופר". ער טענהט אז סיי הרב קוק און סיי דער חזון איש, האבן געטענהט אז היינט זענען רוב מענטשן תינוקים שנשבו וויבאלד היינט איז דא א גרויסער הסתר פנים.

דער צווייטער ארטיקל היינט אויף מערטאדאקסיע איז א גאסט פאוסט פון ר' משה שושן, אין וועלכער ער טענהט אז פארבער'ס מהלך וויאזוי צו משלב זיין די צוויי איז כלל וכלל נישט גילטיג, און כאטש ער איז מודה אז עס איז עפעס וואס מען דארף אדרעסירן, אייסערט ער זיך אז פארבער טוט דאס נישט ריכטיג און ער איז דערביי מציע ריכטונגען אין וועלכע מ'קען ציען דעם שמועס.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 3:07 pm#136268
יאיר האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:כמובן איז דאס נוגע נאר ממש צו געציילטע ווערטער אדער פסוקים, קיינעם איז אבער נישט בייגעפאלן צו פארענטפערן זכור - שמור אדער לא תחמוד - תתאוה מיט אזא מהלך.

דעת תורה, עס איז נישט כדאי צו ווארפן אזעלכע זיכערע סטעיטמענטס אן גרונטליך דורכטון דעם ענין. קוק נאר אריין אין אבן עזרא (שמות כ א) וועסטו זען ווי ער פארענטפערט טאקע זכור ושמור און נאך צענדליגער אזעלכע פסוקים מיט אזא מהלך. ועל כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, חכמים הזהרו בדבריכם.


עס קומט דא נישט אריין. ווייל, לאמיתו של דבר, ווען פארבער זאל ווען זאגן אז דברים איז משה רבינו'ס פוינט אוו וויו, און דער אויבערשטער האט אים נאכער דיקטירט עס אזוי אראפצושרייבן וויאזוי ער האט עס געזען, (אזוי ווי איך מיין אז אפילו לויט דיר איז דאס דעם אבן עזרא'ס כוונה), הייבט זיך דאך נישט אן די גאנצע שערוריה. דער פראבלעם איז דאך נישט מיט די הסבר, נאר מיט דעם וואס ער גייט אז ס'איז נישט מן השמים עפ"ל.

(איך האב גערעדט פון מינדערוויכטיגע תיקוני סופרים, וועלכע איז לויט טייל א הוספה נישט משה מפי הגבורה)
דאנערשטאג יולי 25, 2013 5:49 pm#136360
יישר כוח, הציץ, פאר'ן ברענגען די נייעס און עס אזוי שיין מסדר זיין.

עמיצער האט מיר נישט לאנג צוריק נאכגעזאגט פון א קדמון, אז יו"ט של גליות האבן אידן באקומען אלס עונש פאר'ן נישט געהעריג היטן די ימים טובים. מיר איז איינגעפאלן צו נעמען דעם זאג, און מאכן דערמיט אן עקספערימענט. איך האב עס איבערגעזאגט פאר עטליכע מענטשן, נאר אן אנגעבן דעם מקור און אויך יעדעס מאל מיט אן אנדערן ניגון. איינעם האב איך עס געזאגט מיט אן ערנסט פנים און מיט'ן ניגון פון א מלוה-מלכה מעשה, מיט א צוגאב פון א דריי מיט'ן אגודל ביים אויספיר. דעם צווייטן האב איך עס געזאגט מיט א חוזק-טאן און א בייסיגן שמייכל. ביידע פון זיי זענען געווען ערנסטע מענטשן, וועמענס ווייטסטע השגה פון כפירה איז לערנען שער היחוד אין חובת הלבבות. דער ערשטער האט הנאה געהאט און געוואלט וויסן דעם מקור; דער צווייטער האט מיר געגעבן א פנים זועפות וואס האט ווי געזאגט: דו שיייייגאץ איינער.

לענינינו: רוב קשיות און קריטיק אין ביקורת המקרא ווערן געפרעגט און באהאנדלט דורך די מפורשי התורה, אנגעהויבן ביי חז"ל, און ווי ATUB @יאיר ATUB האט אנגעוויזן. אלא מאי, די ביבל-קריטיקירערס פרעגן די קשיות מיט'ן ניגון פון א קריטיקער וואס שטייט "אינדרויסן" און איז אפשר נאך העכער ווי די תורה. די תורה איז אזא שטיק ליטעראטור, און ער איז דאך א מבין (א קריטיק גאר) אויף ליטעראטור. די פראבלעם ליגט נישט אזוי ווייט אין די קשיות און אנאליזן, ווי אינעם טאן און האלטונג. דער דבר השם און די דברי הנביאים ווערן פארביליגט און פאר'חוזק'ט אין מויל פונעם ביבל-קריטיקער. די פראבלעם מיט "ביקורת" האט מער מיט דעם טיטל און ווער עס רעדט געווענליך. דער זעלבער וואס פארלירט די באלאנץ נאכ'ן יא לייענען דרייסיג ווערטער אין דער נושא, וועט געווענליך נישט אונטערטאנצן מיט התפעלות פונעם רמב"ן אויב ער זאל דארט זען די זעלבע קשיא -- אפילו אויב ער וועט דעם רמב"ן זען נאכ'ן באגעגענען די קשיא אין דער ביקורת המקרא ליטעראטור.

ATUB @דעת תורה ATUB , איך מיין אז דיין ברענגען הרב קוק'ס מיינונג איז שטארק אין פלאץ, ווייל ער איז געווען עמיצער וואס האט כמעט נישט געהאט קיין שלעכט אדער נעגאטיוו ווארט אויף קיינעם און גארנישט. אין זיינע כתבים רימט ער די מאדערנע וויסנשאפט, פאעזיע, און אפילו די טרייסלונגען וואס אידישקייט איז דעמאלט דורכגעגאנגען. ווען א מענטש וואס איז געווען דבוק בה', במהות ובמעשה כולו פאזיטיוו, געלייענט און געקענט אלעס, א מוח ברייטער ווי די וועלט, א נשמה מלא רגש -- ווען ער קריטיקירט עפעס, איז כדאי אויסצוהערן.

און דער אמת איז אז ביי אונז לערנט מען נישט די יסודות; מען לערנט דאך אפילו נישט קיין תנ"ך געהעריג. די תורה (תורה כלל-כולה) ווערט אונז איבערגעגעבן ווי עפעס א ווייטע, אבסראקטע קאנצעפט, וואס איז ערגעץ זייער הויך "אויבן" אדער "ווייט" אוועק. דאס עצם פרעגן און ענטפערן ווען עס קומט מיט'ן טאן פון קריטיק איז שעדליך. ביים עמך-יונגערמאן איז די פראבלעם מיט ביקורת המקרא דאס אליין, דער טיטל וואס פרעגט די קשיות. ביי די וואס האבן יא געלייענט און זענען אנידערגעפאלן, יענע האבן אפטמאל א חולשה צו סיי וואס שמעקט מיט אקאדעמיע (אריינגערעכנט פילאסאפישע תורה'ס וואס זענען שוין לאנג אפגעווארפן). זיי זענען די וואס לייגן מער אכט אויף ווער עס רעדט ווי איידער וואס יענער זאגט. זאלן צוויי מענטשן זאגן די זעלבע זאך, איינער מיט אן אומפארקעמטער בארד און א פארמאכט רעקל ביי א זונטאג-שיעור און דער צווייטער מיט שיטערע ווייסע האר אין פראנט פון א בלעקבאורד -- וועט ער דעם ערשטן אויסלאכן און צום צווייטן וועט ער צושאקלען מלא התפעלות.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:06 pm#136365
פשוט קאמפליצירט האט געשריבן:לענינינו: רוב קשיות און קריטיק אין ביקורת המקרא ווערן געפרעגט און באהאנדלט דורך די מפורשי התורה, אנגעהויבן ביי חז"ל, און ווי @יאיר האט אנגעוויזן. אלא מאי, די ביבל-קריטיקירערס פרעגן די קשיות מיט'ן ניגון פון א קריטיקער וואס שטייט "אינדרויסן" און איז אפשר נאך העכער ווי די תורה. די תורה איז אזא שטיק ליטעראטור, און ער איז דאך א מבין (א קריטיק גאר) אויף ליטעראטור. די פראבלעם ליגט נישט אזוי ווייט אין די קשיות און אנאליזן, ווי אינעם טאן און האלטונג. דער דבר השם און די דברי הנביאים ווערן פארביליגט און פאר'חוזק'ט אין מויל פונעם ביבל-קריטיקער. די פראבלעם מיט "ביקורת" האט מער מיט דעם טיטל און ווער עס רעדט געווענליך. דער זעלבער וואס פארלירט די באלאנץ נאכ'ן יא לייענען דרייסיג ווערטער אין דער נושא, וועט געווענליך נישט אונטערטאנצן מיט התפעלות פונעם רמב"ן אויב ער זאל דארט זען די זעלבע קשיא -- אפילו אויב ער וועט דעם רמב"ן זען נאכ'ן באגעגענען די קשיא אין דער ביקורת המקרא ליטעראטור.

דו מאכסט עס אסאך מער קאמפליצירט ווי פשוט :). דער חילוק איז נישט אין די קשיות, דער חילוק איז אין די תירוצים.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:11 pm#136367
דעת תורה האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:כמובן איז דאס נוגע נאר ממש צו געציילטע ווערטער אדער פסוקים, קיינעם איז אבער נישט בייגעפאלן צו פארענטפערן זכור - שמור אדער לא תחמוד - תתאוה מיט אזא מהלך.

דעת תורה, עס איז נישט כדאי צו ווארפן אזעלכע זיכערע סטעיטמענטס אן גרונטליך דורכטון דעם ענין. קוק נאר אריין אין אבן עזרא (שמות כ א) וועסטו זען ווי ער פארענטפערט טאקע זכור ושמור און נאך צענדליגער אזעלכע פסוקים מיט אזא מהלך. ועל כגון דא אמרו חכמינו ז"ל, חכמים הזהרו בדבריכם.


עס קומט דא נישט אריין. ווייל, לאמיתו של דבר, ווען פארבער זאל ווען זאגן אז דברים איז משה רבינו'ס פוינט אוו וויו, און דער אויבערשטער האט אים נאכער דיקטירט עס אזוי אראפצושרייבן וויאזוי ער האט עס געזען, (אזוי ווי איך מיין אז אפילו לויט דיר איז דאס דעם אבן עזרא'ס כוונה), הייבט זיך דאך נישט אן די גאנצע שערוריה. דער פראבלעם איז דאך נישט מיט די הסבר, נאר מיט דעם וואס ער גייט אז ס'איז נישט מן השמים עפ"ל.

פארבער שרייבט קלאר און דייטליך אז די גאנצע תורה, יעדעס איינציגע ווארט, פון "ותמנע היתה פילגש לאליפז" ביז "אני ה' אלוקיכם" איז דעם באשעפער'ס ווארט. דער חילוק צווישן אבן עזרא און ראביי פארבער איז אין כמות, נישט אין איכות (כאטש דער חילוק איז, ווי פארשטענדליך, ריזיג גרויס).
אט איז אן אויסצוג פון ראביי פארבער'ס סך הכל:
I believe in Torah Min Ha-Shamayim, that the Torah is from heaven, and that the entirety of the book is nevua (prophecy) and represents the encounter between God and the people of Israel.
I believe that the Torah is meant to be as it is today and that all of its verses, from “Timnah was a concubine” (Gen. 36:12) to “I am the Lord your God,” are holy.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:05 pm#136384
הציץ ונפגע האט געשריבן:צוליב די היינטיגע אינפארמאציע עפאכע - טענהט העלפגאט - איז נישט מעגליך צו איגנארירן דעם שמועס אדער עס פארווישן מיט לויזע תירוצים. דאך אבער, בעט העלפגאט אז מען זאל צוגיין צו די שמעוסן מיט די סאמע גרעסטע יראה וואס איז שייך. אזוי אויך זאגט הרב העלפגאט איז נישט כדאי צו קומען צום טיש מיט פערטיגע מסקנות וועלכע ווערן געזאגט מיט א גאוה אן קיין ווילן צו לאזן די נושא מיט א צריך עיון. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו שרייבן, זאגט העלפגאט, זאל געדענקן דעם כשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.

דאס איז לדעתי גאר א שטארקע טענה אויף ראביי פארבער. ער האט געמאכט גאר א שוואכע ארבעט סיי אין פארשטעלן די קשיות און אודאי ביים פארשטעלן די מסקנות און די תירוצים, זיין זיכערע שפראך און זיינע האלבע זאצן זענען לכאורה א שטארקער גורם צו די אויסברוך. ער הערט זיך ווי א סאטמארער יונגערמאן מיט א פיין קעפל וואס האט נארוואס אויסגעפינען אז די וועלט איז פערצן ביליאן יאר אלט.
פרייטאג יולי 26, 2013 10:27 am#136490
אגב, לגבי די שאלה פון די מאטיווען, פארבער שרייבט נאכאמאל און נאכאמאל די זאך פון זיין פרעזנענליכע פערספעקטייו, נעמליך אז ער האט יארען געלערנט תורה באופן המקובל, און ער איז מקושר צו דעם, ווי אויך האט ער געלערנט די אקעדעמישע מהלכים, וואס האט עם געוויזען דער צד, און ער איז אלץ געווען נבוך צווישן די צוויי, און פארדעם זוכט ער אן אופן וויאזוי מ'קען לעבן מיט ביידע בשלום. מען קען זיך טענה'ן אויב די התפעלות זיינע פון די אקעדעמישע מהלך וואס ער נעמט אן באופן כללי פאר א ריכטיגע מהלך, איז אויסגעהאלטען בכלל, דאס איז א לעגיטימישע וויכוח און כדרכה של תורה אין בה מופת חותך עס איז גאר שווער צו טרעפן א אביעקטיבישער וועג וויאזוי מחליט זיין אזוינע שאלות, און מיר פרעזענליך זעהט פארבער מיר נישט אויס צו זיין דער גרעסטער תלמיד חכם אדער בייבל שטודירער אז זיינע מסקנות זאלן טראגען מער געוויכט ווי אנדערע דא אין דער נושא, בסך הכל ברענגט ער א פרעזענליכע פרעספעקטיוו פון איינער וואס נעמט אן אז ביידע מהלכים האבען אן אמת צו זיי און ער זוכט זיי משלב צו זיין, בערך ווי דער רמב"ם שטעלט פאר דער נבוך אין הקדמה צו מורה נבוכים עיי"ש. בכל אופן עס האט גארנישט צוטוהן מיט רצונות צו הייסען אויפגעקלערט אדער עפעס ווי אנדערע זענען דא חושד, ער מאכט זיינע מאטיווען זייער אפען און קלאר.

אגב, מ'דארף גאר קלאר מאכען דא א נקודה, איך וועל מאכען בקיצרו נמרץ, די אקעדעמישע מהלך קען נישט בשום אופן זאגען גארנישט לגבי די שאלה פון תורה מן השמיים. עס איז נישטא קיין שום סייענטיפישע וועג וואס איך ווייס ווי מ'זאל קענען אפמאכען אויף עפעס א טעקסט צו עס איז מן השמים אדער נישט. דאס בלייבט אלץ א שאלה פון אמונה ומסורת. די איינציגסטע חלק וואס די חקירות זענען מערער איז אויף זייטיגע נקודות פון די מסורה ווי ווער און ווען עס זענע געשריבען געווארען פארשידענע חלקים פון תנ"ך, עס קען אבער נאכאלץ זיין מיר זאלען מקבל זיין די גאנצע טעאריע זייערע און נאכאלץ גלייבען אז אלעס איז בנבואה מן השמיים, און עס לאזט זיך דן זיין אויב דער חלק פון די אמונה לגבי ווער און ווען וכו' איז בכלל קריטיש צו יידישקייט.
פרייטאג יולי 26, 2013 10:36 am#136496
יאיר האט געשריבן:
הציץ ונפגע האט געשריבן:צוליב די היינטיגע אינפארמאציע עפאכע - טענהט העלפגאט - איז נישט מעגליך צו איגנארירן דעם שמועס אדער עס פארווישן מיט לויזע תירוצים. דאך אבער, בעט העלפגאט אז מען זאל צוגיין צו די שמעוסן מיט די סאמע גרעסטע יראה וואס איז שייך. אזוי אויך זאגט הרב העלפגאט איז נישט כדאי צו קומען צום טיש מיט פערטיגע מסקנות וועלכע ווערן געזאגט מיט א גאוה אן קיין ווילן צו לאזן די נושא מיט א צריך עיון. איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי צו שרייבן, זאגט העלפגאט, זאל געדענקן דעם כשם שמקבלים שכר על הדרישה כך מקבלים שכר על הפרישה.

דאס איז לדעתי גאר א שטארקע טענה אויף ראביי פארבער. ער האט געמאכט גאר א שוואכע ארבעט סיי אין פארשטעלן די קשיות און אודאי ביים פארשטעלן די מסקנות און די תירוצים, זיין זיכערע שפראך און זיינע האלבע זאצן זענען לכאורה א שטארקער גורם צו די אויסברוך. ער הערט זיך ווי א סאטמארער יונגערמאן מיט א פיין קעפל וואס האט נארוואס אויסגעפינען אז די וועלט איז פערצן ביליאן יאר אלט.

איני מסכים לטענה זו בכלל. דאס איז שוין אן אלטער טאקטיק אין די סארט וויכוחים אז ווען מ'האט שוין נישט ווס צו ענטפערן לגבי דער עצם ענין און מ'אזי אפילו מער וייניגער מסכים, הייבט מעם אן שרייען אויף די "נוסח", און אויף די "טאן", און אז מדארף מער ערנסטקייט, וכו' וכו'. כאשר גילה לנו מוהרנ"ת סליפקין שיחי' במקומו.

לו יהא ער איז א סאטעמרע יונגערמאן וואס האט געהערט אפאר נייע זאכען, ער איז דאך מודה אז ס'איז אזוי און אז ער קומט נישט דא מיט קיין גרויסע יומרות נאר סתם דורכשמועסען דער ענין ברבים, ואדרבה כך יאה וכך נאה מען זאל דורכשמועסען די ענינים מיט ענווה און פשיטות אן מאכען פון יעדער זאך א גאנצע בער. כאמור איז ער אוודאי נישט דער גרעסטער מומחה לתנ"ך אדער אפילו דער בעסטער מבוא לבקורת המקרא, ווי איך פארשטיי נעמט ער בעצם אן אז דער עולם קען שוין די נושאים און בעיקר פראבירט ער צו לופטערען איידיעס וויאזוי מ'קען שלום מאכען אביסעל.
פרייטאג יולי 26, 2013 4:48 pm#136570
לעיקוואוד האט געשריבן:לו יהא ער איז א סאטעמרע יונגערמאן וואס האט געהערט אפאר נייע זאכען, ער איז דאך מודה אז ס'איז אזוי און אז ער קומט נישט דא מיט קיין גרויסע יומרות נאר סתם דורכשמועסען דער ענין ברבים, ואדרבה כך יאה וכך נאה מען זאל דורכשמועסען די ענינים מיט ענווה און פשיטות אן מאכען פון יעדער זאך א גאנצע בער. כאמור איז ער אוודאי נישט דער גרעסטער מומחה לתנ"ך אדער אפילו דער בעסטער מבוא לבקורת המקרא, ווי איך פארשטיי נעמט ער בעצם אן אז דער עולם קען שוין די נושאים און בעיקר פראבירט ער צו לופטערען איידיעס וויאזוי מ'קען שלום מאכען אביסעל.

מיין פוינט איז אז ער מאכט נישט בכלל אזא סארט רושם. ער קומט מיט פערטיגע החלטות, קיין איין מהלך איז לשיטותו נישט גוט, אויסער זיין (מאדנע און אומפארשטענדליכע) מהלך. ווער רעדט נאך ווען ער האט נישט געהעריג אויסגעשמועסט די קשיות, נאר אריינגעווארפן א טוץ הערות וואס יעדער וואס האט געליינט צוויי פאפולער ביכער איבער די נושא קען זאגן, ווי אויך מישט ער אריין אזוי נישט מיר נישט דיר אזעלכע באמבאסטישע זאצן ווי אז אברהם אבינו האט נישט עקזיסטירט אדער אז הלכה למשה מסיני איז א שיינע ערפינדונג. בנוסף לזה שטעלט ער זיך אהער ווי אן אויטאריטעט וואס האט גרונטליך שטודירט דעם ענין (און אנגעבליך געלערנט אריגינעלע אוגארית און אנדערע כנעני'שע שפראכן). דאס איז נישט קיין וועג ווי אזוי אנצוהייבן א דעבאטע איבער אזא האקעלע נושא און פרובירן מאכן שלום אביסל. לבי אומר לי אז ער האט חרטה דערפאר, אזוי איז משמע פון זיין צווייטע פאוסט.
זונטאג יולי 28, 2013 10:29 pm#136892
איך האב שוין לאנג נישט געשריבען דא.
איך וויל שרייבען פאר דער אשר עוד נשמתו באפו,און ווערט נתפעל פון די דיסקוסיע דא.
תורתינו הק׳ אשר ניתנה מסיני למשה וכו, איז נישט קיין אקאדאמישע שטודיע חז״ל זאגען אונז פארשידענע סארט מעטאדען וויאזוי צו קונה זיין תורה די מעטאדען זענען אינגאנצען נישט די זעלבע מעטאדען וואס סברויך זיך צו קונה זיין אנדערע חכמות,און די סיבה דערפון איז ווייל חכמת התורה איז נשתלשל פון מדריגת שלמעלה מעולם הזה, און ממילא מוז מען זיך אויסארבעטען מיט מ״ח קנייני תורה אנצוקומען צו השגות התורה,און אלע גדולי עולם וואס האבען משיג געווען חכמת התורה איז עס געקומען מיט האראוואניע און זיכוך המידות,ממילא אז סקומען קאלעידזש קעיפ און ווילען אנאלאזירען תורה,האט דאס נישט מיט קיין תורהדיגע יוד צוטוהון.

פאראינטרסאנטקייט וואלט איך געווען נייגעריג
אויב לעיקוואד הציץ. וואלט ווען געקענט צוברענגען א מקרא און דעבאטירען די נושא פון אינעוויניג
די גאנצע אשכול איז געפארען מער פון אינדרויסען,אלס א יונגערמאן וואס איך האראווע אויף נ״ך וואלט איך געקענט באשטיין צו הערען מער דיטעילס פון וואס די נושא איז
זונטאג יולי 28, 2013 10:49 pm#136895
איינגעמיירעט, לעיקוואד דארף קודם וויסן וויפיל דיינע מידות זענען אויסגעארבעט.
זונטאג יולי 28, 2013 11:20 pm#136917
אויך די אבן עזרא'ס
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:43 pm#139388
דער יתד נאמן ליארמעט אויפן אשר קרך מיט וועלכע די אנשי חובבי תורה באגייען זיך צו כפירה אין זייערע רייען
m http://matzav.com/yeshivat-chovevei-tor ... as-charged m
מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 9:45 pm#140308
יידל האט געשריבן:דער יתד נאמן ליארמעט אויפן אשר קרך מיט וועלכע די אנשי חובבי תורה באגייען זיך צו כפירה אין זייערע רייען
http://matzav.com/yeshivat-chovevei-tor ... as-charged


@יידל, יישר כח פארן צוצייכענען דער העכסט - נישט - אינטערעסאנטע ארטיקל.....

דאס איז א טיפיקעל יתד ארטיקל. אנשטאט צו שרייבן עפעס אינטעלעקטואל אפצופרעגן די פאזיציע פון פארבער, אדער אויפצואווייזן אז יח"ת איז נישט גערעכט מיטן האלטן פארבער אויף זייער פעקולטי, האט די שרייבער מחליט געווען צו גיין מיט די ליצנות route. אויב קען די שרייבער גענוג חוזק מאכן פון חובבי תורה, אויב וועט ער קענען גוט ארונטער רייסן די געוועזענע חסיד ר' ישכר כץ, דאן וועט זיין גענוג זאמד אין די אויגן פון די קיען, אזש די קעלבעלעך וועלן טאנצן משה אמת ותורתו אמת ואנחנו בדאים. די כבוד התורא פונעם יתד ומנהיגיו וועט געהויבן ווערן צוזאמען מיט די געהאלט פונעם שרייבער, ויניחו בשלום על משכבם ונאמר אמן.

איך בין נישט גענוג באקאנט צו קענען אריין רעדן אינעם עצם נושא פון ביקורת המקרא און ווער עס האט געשריבן די תורה. אבער איך וויל יא אביסל צונעמען די ארטיקל און צייגן ווי מען שטאפט די פשוטי המון עם מיט אזעלכע און ענליכע אקסן אפפאל, און דאס וועט אויך אין איינוועגס פארענטפערן פארוואס און ווי אזוי יח"ת קען האבן א שטארקע מאמענטאם, און די וויכטיגקייט פון אזא מאוומענט.

לאמיר גיין שטייטליך און שטיקל ביי שטיקל צונעמען די יתד ארטיקל.

קודם הייבן זיי אן מיטן פארציילן אז זיי זענען שוין פון לאנג א שטארקע קריטעקירער פון יח"ת, זיי זענען די 'איינציגסטע', קלוגסטע, ערליכסטע, אמת'דיגסטע וואס האבן געטון די געוואגטע שריט און באהאקט יח"ת, בשעת ווען 'קיינער' האט עס נישט געטון. און יעצט זעהן טאקע 'אלע' איין ווי גערעכט די יתד איז געווען, און אלע קוקן ארויף אויפן יתד ווי די איינציגסטע שופר וואס טראמפייטערט די דבר השם. שוין, איר זענט גענוג אימפרעסד? יעצט לאמיר זעהן וואס זיי האבן צו שרייבן אויפן עצם ענין.

ווייטער שרייבט די יתד אזוי:

The next move occurred on July 24, when Morethodoxy featured an article by YCT’s Talmud Department head, Rabbi Ysoscher Katz, who describes himself as a former Satmar chossid and talmid of Brisk. Rabbi Katz does not condemn Farber. Instead, he explains that YCT purposefully exposes its students to all types of fringe ideas and guides and challenges them, with the expectation that these students will find their way and use their familiarity with these ideas in the rabbinate to deal with others who likewise are grappling with beliefs. (Why it is okay to expose yeshiva students to ideas that are antithetical to Torah, and not at least totally disprove the ideas to the students, but instead expect that the students, on their own, with whatever guidance may be provided, will wade through these terrible ideas is itself terrible.)


הרב כץ האט א טענה אז היות מען קען נישט וויסן וואס פארע קשיות און טענות א צוקונפטער רב וועט זיך דארפן ספראווען מיט, אשר על כן האבן זיי (יח"ת, וואס איז א ישיבה לרבנות) אן אפענע פאליסי, אז אלעס איז אפען פאר דיסקאשען. ווייל אויב וועסטו שטעלן א גדר און זאגן עד כאן, דער נושא איז צו האקל, מען טאר עס נישט אדורך טון, וואס וועסטו טון ווען אלץ רב וועט איינער פון דיינע constituents דיך זאגן אז דייקא דער נושא באדערט אים, און די רב וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן? לדוגמה, די שאלה פון תורה מסיני, אויב טרעף איך מיר אן מיט א ספר וואס ווייזט אויף אז תורה איז נישט מפי הגבורה, און עס שאקלט אויף מיין גאנצע אמונה סיסטעם, וואלט איך קיינמאל נישט געגאנגן צו מיין רב מיט מיינע קשיות, ווייל איך ווייס אז ער וועט ניטאמאל וויסן וואס איך רעד. משא"כ אויב איז מיין רב א יח"ת תלמיד, וואלט איך פארשטאנען אז ער האט שוין מן הסתם אמאל געהערט פון דער שיטה.

אבער דער יתד שרייבער איז אזוי אומ-קלוג אז ער זעהט ניטאמאל א צד אז מעגליך קען זיין א מעלה צו עקספאוזען צוקונפטער רבנים צו קעגנזייטיגע שיטות ומהלכים. און אנשטאט עס פארענטפערן נעמט ער זיך ענדערש צום פאקט אז כץ איז א געוועזענע סאטמאר/בריסקער, כאילו עס קומט דא בכלל אריין.

צווייטענס דער שרייבער איז א גרויסע היפאקריט! דא האקט ער אז מען מוז באהאלטן געוויסע מושגים פונעם עולם גולם כדי עס זאל ח"ו נישט אויפשאקלען זייער אמונה סיסטעם. ובחדא מחתא אין דער ארטיקל טוט ער אליינס עקספאוזען געוויסע "סודות" פאר טויזנטע אומוויסנדע ליינער וואס האבן לכאורה קיינמאל נישט געהערט און געוויסט דערפון ווען נישט אים. אזעלכע מושגים ווי, ביקורת המקרא, ישכר כץ, חובבי תורה, מהר"ת, cross current, פארטנערשיפ מנינים, morethodoxy, וכו'. אלץ וואס די ליינער דארף יעצט טון איז אנפרעגן ביי גוגל און ער איז אלל די וועי אין. איי געס אז איך דארף מלמד זכות זיין, אז די שרייבער האט זיך פארלאזט אז אלע יתד ליינער פאלגן די פסק פון גדולי ישראל און האבן נישט קיין אינטערנעט...

די יתד איז ממשיך:

Rabbi Katz then states in a matter-of-fact way that there will be casualties (”scars”) as a result of this approach, but that all talmidim will ultimately find their way to Torah belief: “In this endeavor, we recognize the possibility that, on occasion, a graduate might entertain a non-conventional answer, not in keeping with our shared Orthodox beliefs. We believe that ultimately they will end up in the right place, embracing a modernity that is deeply steeped in the Tradition.”.........

........ That someone who claims to be trained by Satmar and Brisk can basically overlook kefirah by one of his star talmidim is beyond logical comprehension. This is a glaring sign of the complacency of someone who is not really so bothered by kefirah. For shame!


קודם כל, ווי קומט שוין ווידער אריין סאטמאר און בריסק? איז דאס אפשר נאך א געלונגענע שטאך ווען מען האט נישט עפעס בעסער וואס צו זאגן? ועוד, הרב כץ האט גוט מסביר געווען די שיטה פון יח"ת, אפגעזעהן צו איך בין מסכים מיט זיי אדער נישט, עכ"פ קען איך אבער גוט פארשטיין זייער צד פארוואס זיי לאזן אזעלכע דיסקוסיעס פארקומען בין כותלי בית מדרשם, זיי זאגן א גוטע סברא. צו דעם קומט צו די פאקט אז יח"ת איז honest און זיי ווייסן אז דער מהלך האט אויך קאנצעקווענצן, און זיי זענען עס מודה, קליפ און קלאר. דאך זענען זיי אזוי זיכער מיט זייער גאט און זייער תורה, אז עס איז די איינציגסטע אמת, אז סוכ"ס וועלן די וואס זוכן דעם אמת בע"כ מוזן צוריק קומען צום דרך, זיי זענען נישט מסופק דערין בכלל.

מצד שני קומט די יתד און נוצט דאס אויס אקעגן יח"ת. איר זעהט? זיי זענען אליינס מודה אז זייער דרך האט קאנצעקווענצן, און דאך גייען זיי ווייטער מיט זייער דרך! איר זעהט ווי קאלט זיי זענען? עס גייט זיי נישט אן.

מיסטער יתד, במחילת כבוד שטינקתך, אבער ווייל איר זענט נישט מודה אז אייער הייליגע מסורה דרך האט קאנצעקווענצן מיינט נישט אז ס'נישט דא! קוקט אייך אביסל אין שפיגל און זעהט ווי עס פאלט שטיקער פון אייך, זעהט ווי אייערע קינדער, ברודער און שוועסטער זענען נישט צופרידן פון די טעפל ב"ש וואס מען פארקויפט זיי, און בעצם ווען נישט אייער שיינע געהאלט וואס איר באקומט וואלט איר אויך געווען פון די נישט צופרידענער. (והא ראי', איר דרייט זיך ביי קראס קארענט, יח"ת, morethodoxy וכדומה. די מענטשן וואס זענען צופרידן פונעם סיסטעם דרייען זיך נישט אין אזעלכע פלעצער געווענטליך.)

זעהט אויס אז ביידע דרכים האבן קאנצעקווענצן, עס איז נאר דא צוויי חילוקים צווישן יח"ת און יתד. איינס, אז יח"ת איז honest מיט זיך און מיט די וועלט. צווייטענס, יח"ת איז אזוי זיכער אין די אמיתיות השם ותורתו אז זיי זענען זיכער אז סוכ"ס וועלן אלע זיין מאמינים, משא"כ איר זעהט עפעס אויס צו זיין נישט אזוי זיכער, פאר דעם זענט איר בוחר ענדערש צו לאזן די skeletons באהאלטן אין שאנק.

די יתד שרייבער גייט ווייטער אינעם ארטיקל און רייסט ארונטער הבית היהודי, מאדערן ארטעדאקסיע, און ר' דוד סתיו. איך כאפ נישט פונקטלעך וואו דאס קומט דא אריין.

איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן, איך אליינס בין נאך נישט קלאר אין דער ספעציפישע פרשה, איך האלט עס נאך אין מיטן אדורך טון פון אלע צדדים, און איך ווייס נישט קלאר אויב איין צד איז מער גערעכט ווי די אנדערע. ס"ה וואס האט מיר געבאדערט איז די וועג ווי אזוי די יתד האט גענומען אן ערענסטע נושא און אנשטאט עס אדורך טון בכובד ראש מיט אן ערענסקייט האבן זיי געטון וואס מען זעהט ליידער צו פיל אין די חרדי'שע אויסגאבעס, סתם געהאקט ליצנות, זאמד אין די אויגן. אין מיינע אויגן הייסט דאס דיסריספעקטעד אן אינטעליגענטע רידערשיפ! אדער אפשר איז זייער רידערשיפ נישט אזוי אינטעליגענט after all?

די יתד שרייבער ענדיגט צו:

Let us learn a lesson from the current YCT saga and take a stand for what is right. Let us be active and never passive in bolstering our commitment to Torah and mitzvos. Let us remember that complacency enables heresy and the abandonment of mitzvah observance.


איך וואלט שטארק הנאה געהאט פון דער לעצטע קאמענט ווען נישט די געוואלדיגע irony אז אזעלכע ווערטער קומען פונעם צד וואס האט געמאכט די ווייניגסטע innovation אין א וועלט וואס איוואלווד היינט מער ווי ווען אימער, סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. Talk about complacency!




.
מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 11:28 pm#140326
ATUB @הוגה ATUB , זייער שיין.

זאג, איר הייבט יעצט אן דורך צו טוהן דעם נושא? כ'האפ אז רב כ"ץ איז גערעכט, און איר וועט זיכער צוריקגעקומען...
מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 11:31 pm#140327
קאווע טרינקער האט געשריבן:@הוגה, זייער שיין.

זאג, איר הייבט יעצט אן דורך צו טוהן דעם נושא? כ'האפ אז רב כ"ץ איז גערעכט, און איר וועט זיכער צוריקגעקומען...


עמיר זעהן צו ער איז גערעכט.... :o, עה, איך האלט שוין טיף אינדערמיט, דערווייל בין איך נאך דא.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:45 am#140436
הוגה, דברים כדרבונות. די ארטיקל אין יתד איז א קלאסישע זאמד געווארפעכץ, עס איז זייער אנגענומען ביי אונז אזוי, ווייל חקירה איז דאך אסור, מוז דאך אלזא זיין אז "ודע מה שתשוב לאפיקורס" מיינט הומאר, ממילא ענטפערט מען אזעלכע שוויגער סטייל וויצן אלס ענטפער אויף אלע סארטן שאלות.
בערך אזוי ווי אמנון יצחק'ס גאונישע ענטפער אויף די קושיא וואס איינער פרעגט אים "פארוואס טאר מען נישט נוצן א עלעקטערישע טאפ אום שבת, עס איז נישט קיין לא תבערו אש" און דער חכם הרזים ענטפערט "אה, עס איז נישט פייער, זעץ דיר ארויף דערויף...." דער חכם האט געזיגט און דער עם הדומה לחמור קלאטשט העפטיג. בהמות.........! ער האט עפעס געפרעגט!

ביקורת המקרא איז א עכטע זאך, עס איז נישט די אייזקרים טראק, עס איז א ערנסטע טשאלענדזש וואס מען קען אויסשמועסן און מחליט זיין וויאזוי זיך צו באציען דערצו, ווי דער אבן עזרא אדער ווי דער טבא דשמואל, אבער סתם אראפרייסן האלב ציניש אן קיין עומק איז סתם ממשיך געווען די מסורה פון געבן שטרוי פאר די פערדן עד שיצא מאפם.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:53 pm#140456
א צייטונג איז נישט אן אקעדעמישער פאפיר
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:03 pm#140470
נולד מאוחר האט געשריבן:א צייטונג איז נישט אן אקעדעמישער פאפיר


גערעכט! די דעפינישאן פון 'צייטונג' אין די חרדי'שע דיקשאנערי איז :
1) פאשקעוויל.
2) פראפאגאנדא מאשין פארן פארטיי און אירע מנהיגים.
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 11:56 pm#152808
אין 'טאבלעט' מאגאזין איז דערשינען א הערליכער איבערבליק אויף הויכער ביבלישער קריטיק, און דער איצטיקער קולמינאציע אין דעם ארטאדאקסישן thetorah.com וועבזייטל:
m http://www.tabletmag.com/jewish-life-an ... -criticism m
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 2:21 am#152862
היינט געווען אין די נייעס אז די אגודה (פאר ווער עס ווייסט נישט, אגודת ישראל האט אויך אפיסעס און פרעזידענטן, עקזעקוטיוון דא אין אמעריקע) האט פארדאמט די ישיבה, נישט וועגן די שערוריה, איך בין נאך נישט אנגעקומען צו ליינען פארוואס יא.