מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:39 pm#345746
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
ונבנתה העיר האט געשריבן:מאטעמאטיש מוז זיין אז יעדער וועלכער האט א קאלד שטעקט אהן נאך איין מענטש אין עוורידזש:
אויב זאל עס זיין ווייניגער ווי איינעם וואלט די ווירוס צוביסלעך אויסגעשטארבן, אויב וואלט עס געווען מער פון איינעם וואלט סוף כל סוף יעדער איינער געווען פארקיהלט אגאנץ לעבן.
וואס איך פארשטיי נישט איז אז לפי"ז וואלט יעדע ווירוס (נישט נאר קאלדס) געדארפט זיין די זעלבע שכיח.
נישט די זעלבע שכיח, נאר אייביג בלייבן מיט א סטעבל קאנסטענט נאמבער. למשל די פלו קען זיין האלט אייביג אנגעשטעקט איין פראצענט פון די באפעלקערונג, און אי קאליי נאר א צענטל פון א פראצענט. דער עיקר איז אז די מאס אנגעשטעקטע טאר זיך נישט טוישן, און ווען יא איז צרות, און עס פאסירט א מאסן מגיפה, וואס נישט נאר די מענטשן נאר אויך די נייע שעדליכע באקטיריע וועט אפשטארבן, והדרא סדר העולם לדוכתיה.
און די זעלבע מעשה איז נישט נאר ביי באקטיריע, נאר יעדע באשעפעניש און געוואוקס וועט זיין אין א עקוויליבריום פון זיך נישט פארמערן אדער פארמינערן פאר טויזענטער יארן. נאר זיך אייביג האלטן אויף די זעלבע ראטע. און ווען א אויסנאם געשעהט, פארדרייט עס די גאנצע עקאלאגישע סיסטעם.
די גרעסטע משל אין די היגע וועלט זענען מענטשן. זייט די מענטשן האבן באקומען פאוער איבער אנדערע באשעפענישן דורכן נוצן זייער שכל, האבן זיי זיך אנגעהויבן צו פארמערן, און א דאנק דעם זענען טויזענטער ספישיס פון בעלי חיים און געוואוקסן אפגעמעקט געווארן.
Sent from my SM-G935T using Tapatalk