Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » ידיעות שונות בעניני חולין

ידיעות שונות בעניני חולין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #439
מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:34 pm#6154
ידיעות שונות בעניני חולין
די שתן (urine) פון א ביעווער איז אן אפיציעלער food additive (דאס הייסט אז עס איז באשטעטיגט ביי די עסן און דראג אדמינאסטראציע, די FDA, אז מען מעג עס נוצן אין עסן), און לעגאל קען דאס ווערן באצייכנט אויפן פלעשל אלס "natural flavoring". עס ווערט אין גרויסן גענוצט אלס "נאטורליכער" פלעיווארינג אין טרונקען. (איז עס כשר? איך האף אז נישט...). אה, און מען נוצט עס אויך צו פלעיווארען ציגארעטלאך. (מקור: וויקיפעדיע)
מוצ"ש אפריל 21, 2012 11:39 pm#6159
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
והלא מי רגלים יפין לה...
זונטאג אפריל 22, 2012 12:03 am#6177
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
שמואל הלוי האט געשריבן:והלא מי רגלים יפין לה...

נישט צום עסן...
זונטאג אפריל 22, 2012 12:19 pm#6478
Re: ידיעות שונות בעניני חולין
מענין לבנין באותה ענין....

געטראפן די 2 זאכן אין אייוועלט:

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 09#p557509 m

m http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 81#p519081 m
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:15 pm#35667
אינטערעסאנטע פאקטן
פרויען אין רייכערע לענדער וויינען מער ווי פרויען פון ארעמערע לענדער (וואל סט זשורנעל)


וואל קען נישט ברענען אויסער אויב סע איז אין א שטארקע פייער. נעם עס אוועק און סע וועט זיך אליינס אויסלעשען, ווייל עס ליגט א נאסקייט אין עס.


אויב נעמסט א קאר רייד צו די זון וועט עס נעמען 176 יאר אנצוקומען אויב פארסט 60 מייל א שעה נאן סטאפ.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:17 pm#35670
אין קאלאראדא איז דא די ווייניגסטע איבערוואגיגע איינוואוינער.
אין מיססיססיפפי די מערסטע.
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:20 pm#35672
מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:45 pm#35682
לאדיך אפ האט געשריבן:http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=19&t=439

טאקע די זעלבע איידיע.

ישר כח. מען וועט צוזאמשטעלען.
מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:39 pm#80446
עס זענען דא מער שטערן אין די אוניווערס ווי ברעקלעך זאמד אויף אונזער וועלטל.
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:02 am#80447
WOW
מקור?
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 12:09 am#80448
יידל האט געשריבן:די שתן (urine) פון א ביעווער איז אן אפיציעלער food additive (דאס הייסט אז עס איז באשטעטיגט ביי די עסן און דראג אדמינאסטראציע, די FDA, אז מען מעג עס נוצן אין עסן), און לעגאל קען דאס ווערן באצייכנט אויפן פלעשל אלס "natural flavoring". עס ווערט אין גרויסן גענוצט אלס "נאטורליכער" פלעיווארינג אין טרונקען. (איז עס כשר? איך האף אז נישט...). אה, און מען נוצט עס אויך צו פלעיווארען ציגארעטלאך. (מקור: וויקיפעדיע)



עיין מס. בכורות (פרק ראשון ליידער געדענק איך נישט די דף) די גמ איז מחלק בין שתן לשתן
דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:02 am#80488
ידען האט געשריבן:פרויען אין רייכערע לענדער וויינען מער ווי פרויען פון ארעמערע לענדער (וואל סט זשורנעל)

ס'איז דא עפעס א הסבר אויף דעם, קען זיין ווייל ביי פרויען וויינען איז א פאזיטיווע זאך ערלויבען זיך די רייעכערע מער..
מאנטאג פעברואר 04, 2013 12:59 pm#84456
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW
מקור?

סארא שאלה? רעכען עס אליינס אויס!

דזשאסט קידינג... איך וועל דיר גיבן א האנד.

טא וויפיעל גרעינס פון זאַמד געפינען זיך אין די וועלט? איר קענט אָנהייבן דורכן פראבירן צו טרעפן וויפיעל גרעינס פון זאַמד עס זענען אין אַ לעפל פון זאַמד. ניצט אַ פארגרעסערונג-גלאָז צו ציילן וויפיעל גרעינס גייט אריין אין אַ קליין אָפּטיילונג. דאן, ציילט וויפיעל פון יענע סעקשאן גייט אריין אין דיין לעפל. רעכען צוזאם די צוויי נומערן צוזאַמען צו באַקומען אַ בערך'דיגע ענטפער. ניצענדיג דעם זעלבן פּרינציפּ, מיט נאך אביסל אינפֿאָרמאַציע און חשבונות, האבין די מאַטאַמאַטיקערס פון די אוניווערסיטעט פון האַוואַיי געקומען צו א מסקנא אז עס איז פארהאן בערך 7,500,000,000,000,000,000 (אדער זיבען קווינטילליאָן און פינעף קוואַדרילליאָן) גרעינס פון זאַמד אויף די כדור העולם!

די חשבון איז אזוי.

צו רעכענען וויפיעל זאמד גרעינס עס געפינט זיך אין אלע ביעטשעס דארף מען קודם רעכענען (גיין ציילען קען מען נאר א פריוואטע ביעטש ווייל די פאבליק ביעטש איז אסור!) וויפיעל זאמד עס געפינט זיך: מען רעכענט אויס די לענג פונעם ביעטש, טיימס די ברייט פון א געווענליכע ביעטש, טיימס די טיעפקייט פון א געווענליכע ביעטש.
וויפיעל זאמד = די בערך'דיגע לענג פונעם אלע ביעטשעס X די געווענליכע ברייט פונעם ביעטש X די געווענליכע טיעפקייט פונעם ביעטש

מיר וועלן דאַרפן שאַצן די פּאַראַמעטערס (די אטריביוטס נאך די איקוואַלז סימבאל (=)). כדי אנצוהייבען, וועלן מיר נוצן דעם געדאַנק אַז די לענג פון די ביטשעס איז א געוויסע פּראָצענט פון די לענג פון די ברעגעס. די לענג פון די ברעגעס איז פארבינדען צו די גרויסקייט פון דער פלאנעט ערד. מיר וועלען רעכענען די גרויסקייט אין טערמינען פון די אַרומנעם (circumference).
די לענג פון די ברעגעס = וויפיעל אַרומנעמס X אַרומנעם פון פלאנעט ערד

ממילא וואלט די חשבון געווען
חול הים = די פּראָצענט פון די לענג פון די פלאנעט X די לענג פון די פלאנעט

מיר וועלן נוצן בערך'דיגע אָבער יושר'דיגע נומערן און ענטפערס פֿאַר די פּאַראַמעטערס.
  • די פּראָצענט פון די לענג פון די פלאנעט: 25%
  • וויפיעל אַרומנעמס: 5
  • די אַרומנעם: 40,000 קילאמעטער (א קילאמעטער איז 1,000 מעטער, וואס יעדע מעטער איז 1,000 מילימיטער)
  • ברייט: 30 מעטער
  • טיעפקייט: 5 מעטער
ממילא גייט די מסקנה אזוי:
חול הים = (25% [די פּראָצענט פון די לענג פון די פלאנעט] מאָל ((5 [וויפיעל אַרומנעמס]) מאָל (4,000 [די אַרומנעם] מאָל (1,000 [די חשבון פון קילאמעטער צו מעטער] מאָל (1,000 [די חשבון פון מעטער צו סענטימעטער]))))) מאָל (30 [ברייט] מאָל 1,000 [מילימיטער]) מאָל (5 [טיעפקייט] מאָל 1,000 [מילימיטער]))


ווען איר וועט טרעפן וואלענטירן וואס זענען גרייט צו גיין ציילען אלע חול הים, וועט איר זעהן אז די א.ד. חשבון איז היפש קרוב לאמת.
מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:07 pm#84463
טעפל האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:פרויען אין רייכערע לענדער וויינען מער ווי פרויען פון ארעמערע לענדער (וואל סט זשורנעל)

ס'איז דא עפעס א הסבר אויף דעם, קען זיין ווייל ביי פרויען וויינען איז א פאזיטיווע זאך ערלויבען זיך די רייעכערע מער..

קען זיין ווייל מענטשן אין ארעמע לענדער זענען בכלל מער פארהארטעוועט.
מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:11 pm#84467
דיסקלעימער: דאס אלעס איז ע"פ די מענטשליכער שכל, ווייל ווי ס'שטייט שוין אין פסוק
...כחול הים, אשר לא יספר מרוב

ביי דע וועי, אז מ'רעדט שוין (כ'האף אז מ'מעג אריינשטיפען א טיפה דברי קודש אין די עניני חולין...), וויאזוי איז שייך אז ס'זאל זיין ושמתי זרעך כעפר הארץ וכחול הים אשר לא יספר מרוב? די ענטפער קען זיין אז כשם שאי אתה יכול לספר החול הים (די חשבון איז דאך נאר א עדיוקעיטעד השערה), כך אי אתה יכול לספר את בני ישראל מרוב.
מאנטאג פעברואר 04, 2013 1:28 pm#84480
וויפיעל פלאנעטן און שטערנס איז פארהאן אין יוניווערס?

בעיסיקלי זאגט ער אז צו באַקומען די גאַנץ שטערן-באַפעלקערונג אין די מילקי וועג (דאס איז אונזערע גאלעקסיע), מיר מוזן נעמען די נומער פון ליכטיגע שטערן וואס מיר קענען זען פון דער ווייט און משער צו זיין אַז מיר וויסן ווי פילע שוואכער-שיינעדיגע שטערן גיין צוזאמען מיט זיי. לעצטיגע נומערן זאגען בערך 400,000,000,000 (400 ביליאָן) שטערן, אָבער אַ 50% מארדזשין-איו-עראר (ארויף אדער אראפ) איז גאַנץ מעגליך. און דאס איז נאר די מילקי וועג.

יעצט דארפט איר דאס מאלטיפלייען מיט די נומער פון אלע גאלעקסיע וואס איז פארהאן. די הובעל טעלעסקאָפּ האט די מעגליכקייט צו באמערקן בערך 80 ביליאן גאַלאַקסיעס. אבער כ"ע מודים אז דאס איז נאר א טיפה מן הים (no pun intended). קומט אויס אז דער קאנסערוואטיווער שאַץ פאַר די נומער פון גאַלאַקסיעס איז i 8 x 10^10 i (מעק אויס די צוויי i'ס)
מאנטאג פעברואר 04, 2013 4:37 pm#84589
WOW, מר. באקסקאווער. אזא האנט צו געבן?
זייער שיין, און א דאנק!
ס'איז באמת פלאי פלאות וואס מיר מענטשעלעך זענען אנטקעגן אזא מעכטיגן בריאה וואס גאט האט באשאפן.
דינסטאג פעברואר 05, 2013 1:46 am#84746
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW, מר. באקסקאווער. אזא האנט צו געבן?
זייער שיין, און א דאנק!
ס'איז באמת פלאי פלאות וואס מיר מענטשעלעך זענען אנטקעגן אזא מעכטיגן בריאה וואס גאט האט באשאפן.

יא יא, דאס קען מען זייער גוט זען ווען מ'קוקט אויף די בילד פונעם "בלאסע בלויע פינטל", און ווי אזוי קארל סעיגען לייגט עס אראפ.
דינסטאג פעברואר 05, 2013 2:03 am#84749
boxcover האט געשריבן:דיסקלעימער: דאס אלעס איז ע"פ די מענטשליכער שכל, ווייל ווי ס'שטייט שוין אין פסוק
...כחול הים, אשר לא יספר מרוב

ביי דע וועי, אז מ'רעדט שוין (כ'האף אז מ'מעג אריינשטיפען א טיפה דברי קודש אין די עניני חולין...), וויאזוי איז שייך אז ס'זאל זיין ושמתי זרעך כעפר הארץ וכחול הים אשר לא יספר מרוב? די ענטפער קען זיין אז כשם שאי אתה יכול לספר החול הים (די חשבון איז דאך נאר א עדיוקעיטעד השערה), כך אי אתה יכול לספר את בני ישראל מרוב.

דברה תורה כלשון בני אדם,דרך גוזמא והפלגה, לא שיהיה כפשוטו אנשים אין מספר (רד"ק ורלב"ג).
דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:25 pm#84795
בנוגע נוצן מי רגלים צו טרינקען ווערט שוין דערמאנט אין גמרא שבת אז ס'איז א רפואה פאר געוויסע מחלות.
דינסטאג פעברואר 05, 2013 12:32 pm#84797
און אין די מפרשים ערגעץ איז א פלוגתא וועלכע ברכה מ'מאכט דערויף, אויב בכלל...
(איחוד, נאו אפענס...)
דינסטאג פעברואר 05, 2013 3:36 pm#84837
ענדע צדיק האט געשריבן:בנוגע נוצן מי רגלים צו טרינקען ווערט שוין דערמאנט אין גמרא שבת אז ס'איז א רפואה פאר געוויסע מחלות.

מקור?!
דינסטאג פעברואר 05, 2013 10:49 pm#84920
boxcover האט געשריבן:
ענדע צדיק האט געשריבן:בנוגע נוצן מי רגלים צו טרינקען ווערט שוין דערמאנט אין גמרא שבת אז ס'איז א רפואה פאר געוויסע מחלות.

מקור?!

שבת דף קט ע''ב ודף קי ע''א
דינסטאג מערץ 12, 2013 1:36 am#95892
עס זענען דא [בד"כ] צוויי סיסטעמען צו רעכענן טעמפעראטור - temperature, סעלסיוס - ºC, און פערענהייט - ºF.

ביידע פון זיי זענען אוועקגעשטעלט געווארן מיט די זעלבע קאנסעפט, מען נעמט צוויי פארקערטע עקן [reference points] איינער איז 0 און דער צווייטער איז 100, מען צוטיילט די טעמפעראטור אינצווישן די צוויי אויף 100 מדרגות, און יעדע מדרגה ווערט א דעגרי.

סעלסיוס האט גענומען פאר רעפערענס פוינטס צוויי פשוטע זאכן: די דעגרי ווען וואסער ווערט געפרוירן איז 0 [ביי פערענהייט איז עס 32], און די דעגרי ביי וועלכער וואסער הייבט אן צו קאכן איז 100 [ביי פערענהייט איז עס 212].

פערענהייט האט גענומען פאר 0 די קאלטסטע דעגרי וואס דעיניעל פערענהייט האט געקענט פראדאצירן אין זיין לאבאראטאריע אין 1717, און די דעגרי אין וועלכער ער האט געשאצט א מענטשליכע קערפער צו זיין האט ער געשטעלט ביי 100 [היינט ווייסט מען שוין די פונקטליכע היץ פון א מענטש: 98.6].
דינסטאג מערץ 12, 2013 5:41 am#95926
שכוח ונבנתה כ'האב קיינמאל נישט פארשטאנען פון דאס קומט.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 1:10 am#111080
moti107 האט געשריבן:איז דא א פארוויילונגס פלאץ ווי ס׳איז נאכגעמאכט ספעיס אזוי אז מען שפירט נישט קיין גראוואטי? איך וואלט געקענט באשטיין צו זיין דארט מיט מיין כנגדו what a fantasy ?

געפילטע פיש האט געשריבן:@מאטי, אויב קענסטו נישט עפארדען צו גיין קיין ספעיס, איז די נעקסט בעסט טינג א זערא גראוויטי פלייט, ס'קאסט אינגאנצען $4950 א מענטש, און זיי געבן דיר א 90 מינוטיגע רייד אין א עראפלאן וואס סימיולירט וואגלאזקייט (weightlessness), דרייסיג סקונדעס אויף א מאל, דאס ווערט געטוהן דורך פליען זייער שנעלל אויף ארויף, און דערנאך מאכן א nose dive אויף אראפ, און בשעת די עראפלאן פליט אראפ שנעל (freefall) שפירט זיך כאילו ס'נישט דא קיין גראוויטאציע.

דאס איז זייער וועבסייט.
www.gozerog.com/



איך האב זיך דערמאנט:

עס איז נפוץ בפי העולם אז אין ספעיס איז נישט דא קיין גראוויטי – אין ספעיס וועגט מען נישט, זאלט איהר וויסן אז שקר נחלו לכם, ספעיס האט גארנישט קעגן גראוויטי, מען וועגט נישט קיין סאך ווייניגער אויפן ספעיס סטעישאן ווי אויף די ערד, און דער חשבון איז פשוט:

יעדע מציאות [מעסס] אין די בריאה איז משפיע גראוויטי אויף יעדע אנדערע מציאות [יא, גראוויטי האט גארנישט מיט די ערד אדער פלאנעטן, יעדע חומר אין די בריאה גיבט ארויס א כח פון גראוויטי אויף יעדע אנדערע מציאות אין די בריאה, נישט קיין נפק"מ ווי ווייט ער איז], נאר די שטארקייט פון די כח איז איז תלוי אין צוויי זאכן: וויפיהל חומר די זאך האט, און די מרחק צווישן די צענטער פון צוויי זאכן.

ממילא, א מענטש וואס וועגט אויף די ערד - וואס איז 4000 מייל ווייט פון די צענטער פון די ערד - 160 פונט, וועט ער אויפן ספעיס סטעישאן - וואס איז ס"ה מיט 200 מייל ווייטער - וועגן 140 פונט, כדי פטור צו ווערן פון די ערד'ס גראוויטי דארף מען זיין אין סוף ווייט פון די ערד.

איי עס ווייסט דאך יעדער אז אויפן ספעיס סטעישאן איז מען וואג-לאז? דאס קומט פון גאר אן אנדערע זאך:

ווען א מענטש, אדער סיי וועלכער חפץ, איז אין free-fall, למשל אז מ'טאנצט ארויס פון א עראפלאן פאר'ן עפענען דעם פאראשוט, אדער א עלעוועיטאר וואס איהר קעיבל האט זיך איבערגעריסן און עס פאלט צו דער ערד, וועט ער זיך שפירן וואג-לאז.

אביסל דערפון קען מען שפירן ווען א עלעוועיטאר אין א הויכע בילדינג הייבט אן שנעל אראפצופארן, מען שפירט אזא לייכטקייט וואס מאכט דיזי, אדער קען מען נעמען א קאפ מיט וואסער און מאכן א לעכל פון אונטן, דערנאך לאז עס פאלן צו דער ערד, בשעת'ן פאלן וועט די וואסער נישט ארויסרינען פונעם לאך, פארוואס? ווייל זאכן אין 'פרי-פאל' זענען וואג-לאז.

ממילא איז אזוי, אויפן ספעיס סטעישאן איז דא גאנץ א געהעריגע גראוויטי – א 160 פונטיגער וועגט דארטן 140 פונט, נאר דער סטעישאן איז אין א שטענדיגע פרי-פאל, פארוואס? אט הערט, און דר"א וועט מען שוין פארשטיין ווי אזוי אלע סאטעלייטס האלטן אינאיין ארום פארן די וועלט – ווער שטיפט זיי? וויאזוי האלטן זיי אהן אזא שיינעם סירקול און פארוואס די לבנה פאלט נישט אראפ אויף די ערד מכח גראוויטי.

סיר אייזיק ניוטאן איז אויפגעקומען דערמיט, און ער האט עס מסביר געווען מיט א משל פון א קאנאן: שטעל זיך פאר אז דו שטייסט אויף א בארג מיט א קאנאן, דו שיסט ארויס א קאנאן און עס פליעט, לאמיר זאגן, א מייל, און צוביסלעך הייבט עס אן פאלן צו די ערד מכח גראוויטי, ביז די גראוויטי איז זיך מתגבר און עס פאלט אראפ צו די ערד אין א רונדיגער path – ווי א בויגן, דערנאך שיסטו ארויס נאך א קאנאן מיט א שטערקערע כח, ער וועט שוין פליען צוויי מייל ביז עס וועט רונדיגערהייט פאלן צו די ערד [דורך גראוויטי], און אזוי ווייטער און ווייטער.

וואס וועט אבער געשעהן אויב דו וועסט ארויסשיסן א קאנאן מיט אזא כח אז עס זאל מאכן א גאנצע סיבוב ארום די וועלט? זאגט ניוטאן אז אויב וועט עס פליען מיט די ריכטיגע ספיד וועט עס האלטן אינאיין ארומפארן די וועלט און ס'וועט נישט פאלן.

פארוואס? ווייל יעדע זאך בטבעו פארט ווייטער אין די זעלבע דירעקציע אין וועלכער ער פארט [inertia], ממילא וואלט די קאנאן באמת געדארפט פליען אין א גראדע ליניע אוועק פון די וועלט, נאר פארוואס בייגט ער זיך אין א רונדיגער path אזוי ווי די ערד? ווייל די ערד'ס גראוויטי שלעפט איהם צו זיך, ממילא איז פשט אזוי: באמת פאלט ער טאקע צו די ערד מכח גראוויטי, נאר אויב פארט ער ביי די ריכטיגע ספיד וועט די curvature פון די ערד [דאס וואס די ערד בייגט זיך אין א רונדיגער פארעם] גורם זיין אז די ערד אנטלויפט פון איהם מיט די זעלבע ספיד וואס ער פאלט צו די ערד, און ממילא וועט ער האלטן אינאיין סירקלען די ערד, און פארדעם – האט ניוטאן געזאגט – פארט די לבנה ארום די ערד און זי פאלט נישט ארויף אויף די ערד.

זייט'ס מיר מוחל אויב איך בין עס נישט גענוג קלאר מסביר, כאפט א בליק אויפ'ן בילד וואס רעדט מער וכו'.

imgres.jpg
imgres.jpg (6.42 KiB) געזען געווארן 3610 מאל

עכ"פ, דאס איז וואס מען טוהט מיט'ן ספעיס סטעישאן און מיט סאטעלייט'ס, זיי זענען אין 'ארביט' ארום די וועלט, ממילא זענען זיי א גאנצע צייט אין free-fall, זיי פאלן צו די וועלט און די וועלט פאלט אוועק פון זיי [דורך דעם וואס די סורפעס פון די ערד בייגט זיך אוועק אין א רונדיגער פארעם – שוין, איי טרייעד וואן מאר טיים...], און דאס איז די סיבה פארוואס אויפ'ן ספעיס סטעישאן שפירט מען זיך וואג-לאז, עס איז גארנישט בעסער ווי געפילטע'ס עראפלאן.

---------------

פארוואס טאקע מען איז וואג-לאז אין פרי-פאל איז א סוגיא פאר זיך, איינשטיין האט מגלה געווען דעם סוד, און עס גענוצט אלס א יסוד אין דזשענערעל רעלאטיוויטי, און אויף וועלכער ער האט געזאגט it was the happiest moment of my life, יזכני ה'.

אה, כמעט פארגעסן, די סיבה פארוואס עס ארבעט נאר אין ספעיס און נישט דא 200 פיס העכער אונזערע קעפ, איז ווייל דא אין די וועלט איז דא לופט וואס וועט עס פארשטייטערן און סוכ"ס אפשטעלן, ממילא מוז מען ארויס גיין פון די אטמאספערע - 200 מייל ארויף.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:18 am#111099
ביזט גערעכט אז די ISS ווען ס'שטייט ווען אויף איין פלאץ וואלט עס שיינערהייט אראפגעפאלן, ס'דא דארט כמעט די זעלבע גראוויטאציע ווי אויפן ערד פלאך, אבער דאס איז וויבאלד ס'נאך אין זייער א נידעריגע ארביט, ס'טאקע צוויי הונדערט עפעס מייל, אבער אין קאנטעקסט פון ספעיס איז זייער נאנט צום ערד, (די לבנה איז 238,900 מייל אוועק), און דערפאר איז דא דארט א שטארקע גראווייטי, אבער אויב גייט מען ווייטער אריין טיף אין ספעיס איז כמעט נישט דא קיין גראוויטי, אויב איז מען גענוג ווייט פון גרויסע מעססעס.

אן אילוסטראציע בערך ווי נאנט די ISS איז צו אונז.
בילד
דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:24 am#111101
ריכטיג, כ'האב נאר געמיינט טעכניש, כ'מיין אז עס איז [כמעט] נישט מעגליך אנצוקומען צו זערא גראוויטי.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:26 am#111102
נאר אויב מ'שטייט אינצווישן צוויי גרויסע באדי'ס, למשל אויב מ'רעכענט אויס וואו פונקטליך ציווישן די וועלט און די לבנה די צוויי גראוויטיס נייטראלירן איינער דעם צווייטן, דארט איז דא עכטע זערא גראוויטי.
דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:53 am#111129
ונבנתה עיר זאגט:
פארוואס טאקע מען איז וואג-לאז אין פרי-פאל איז א סוגיא פאר זיך, איינשטיין האט מגלה געווען דעם סוד, און עס גענוצט אלס א יסוד אין דזשענערעל רעלאטיוויטי, און אויף וועלכער ער האט געזאגט it was the happiest moment of my life, יזכני ה'.

וויאזוי מיין קליינער מח זאגט מיר איז אזוי. אויב פאלט מען שנעלער, אדער די זעלבע ווי דער גראוואטי וואלט דיך געשלעפט פאר א לאנגע צייט אז ס׳שפירט זיך שוין נישט ווי מען פאלט, relatively . אטאמאטיש פארלירסטי דיין וואג וואס בעצם וואג איז ווי שטארק דיין חומר ציט זיך צום פלאנעט און דער סקעיל האלט דיך צוריק . אבער אויב גארנישט האלט דיך צוריק ווייל בעצם פליסטו יא דאן פארוואס זאלסטו וועגן בכלל ?
ונבנתה פיל אן די לעכער..
דאנערשטאג מאי 02, 2013 4:38 pm#111327
וועל, דאס איז א גאנצע סוגיא וואס איך האף אי"ה דורכצוטוהן ביים אנקומען צו דזשענערעל רעלאטיוויטי.

דערווייל קענסטו לערנען אביסל דא:
m http://en.wikipedia.org/wiki/Equivalence_principle m
דאנערשטאג מאי 02, 2013 5:56 pm#111357
ס'איז דא א דריטע טעמפרעטור סיסטעם: קעלווין. דארט איז זערא, אבסעלאוט זערא, דהיינו אז די אטאמען אינעם אביעקט קומען צו א האלט גענצליך און ממילא איז נישט דא דטס מינדעסטע מאס היץ.
דינסטאג יוני 18, 2013 3:34 pm#125937
יואליש האט געשריבן:ס'איז דא א דריטע טעמפרעטור סיסטעם: קעלווין. דארט איז זערא, אבסעלאוט זערא, דהיינו אז די אטאמען אינעם אביעקט קומען צו א האלט גענצליך און ממילא איז נישט דא דטס מינדעסטע מאס היץ.

מה זה? כאטש א לינק?
דינסטאג יוני 18, 2013 11:24 pm#126140
boxcover האט געשריבן:מה זה? כאטש א לינק?

א לינק
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 12:17 am#141983
אן אינטערעסאנטע עקספערימענט ווי ווייבערעישאן קען דורכגיין א סאלידע מאטריאל און ערשט ארויסקומען אל הפועל אין אן אנדערע זאך [איך קען נישט דעם סייענטיפישן טערמין].

נעם דריי קוואדערס, לייג עס אראפ אויף א טיש איינע נעבן די אנדערע אז זיי זאלן זיך אנרירן, מיט'ן פינגער פון די לינקע האנט כאפ אהן דעם מיטל'סטן קוואדער אז ער זאל זיך נישט קענען ריקן.

יעצט נעם די פינגער פון די רעכטע האנט און לייג עס אויפן רעכטן קוואדער און האק אריין מיט איהם אינעם מיטל'סטן קוואדער, וועט איהר זעהן אז די לינקע קוואדער וועט אוועקפליהען פון פלאץ אפי' די מיטל'סטע האט זיך נישט גערירט.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 6:04 pm#142197
ונבנתה, אויך קען מען קויפן Newton's Cradle פאר אפאר דאלער אסאך טוי סוארס אדער אונליין. ס׳איז זייער אינטערעסאנט!
m http://en.wikipedia.org/wiki/Newton's_cradle m
דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:36 am#201757
דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:14 am#201779
ונבנתה העיר האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע עקספערימענט ווי ווייבערעישאן קען דורכגיין א סאלידע מאטריאל און ערשט ארויסקומען אל הפועל אין אן אנדערע זאך [איך קען נישט דעם סייענטיפישן טערמין].

נעם דריי קוואדערס, לייג עס אראפ אויף א טיש איינע נעבן די אנדערע אז זיי זאלן זיך אנרירן, מיט'ן פינגער פון די לינקע האנט כאפ אהן דעם מיטל'סטן קוואדער אז ער זאל זיך נישט קענען ריקן.

יעצט נעם די פינגער פון די רעכטע האנט און לייג עס אויפן רעכטן קוואדער און האק אריין מיט איהם אינעם מיטל'סטן קוואדער, וועט איהר זעהן אז די לינקע קוואדער וועט אוועקפליהען פון פלאץ אפי' די מיטל'סטע האט זיך נישט גערירט.

ווער זאגט אז די מיטלסטע קוואדער האט זיך נישט גערוקט? וועט די זעלבע געשעהן ווען די מיטלסטע קוואדער איז באהאפטן צום טיש?
דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:32 pm#201833
יא, קענסט פראבירן מיט קרעיזי גלו.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 2:41 pm#201841
אייגנטליך געבט דער מיטלסטער קוואדער אויך א קליינעם ציטער פון קלאפ, אפילו עס האט זיך נישט אוועקגעריקט פון ארט. נישט אזוי?
דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:49 pm#201878
ווייברעישען.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:52 pm#201879
קומט אויס אז די עקספירימענט פון ונבנתה איז נישט ממש אזוי ווי ער זאגט.
דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:11 pm#201973
ברסלבער, כ'גלייב אז די ווייבערעישאן פון וואס געפילטע רעדט איז אויפן מאלעקיועל לעוועל, נישט עפעס וואס מיר שפירן מיט אונזערע חושים.
פרייטאג מאי 23, 2014 1:44 am#201996
נישט ממש ווייברעישען, נאר די ערשטע מטבע וואס קומט צו פליען האט איך זיך ענערגיע, מאמענטאם, וואס מוז ערגעץ גיין, ס'קען נישט פארלוירן ווערן, ממילא אויב קען עס נישט רוקן די מיטעלסטע מטבע, שיקט עס די מאמענטאם ווייטער אינעם צווייטען מטבע, וואס לויפט אריבער צום אנדערע זייט מטבע און גיבט עס דארט ארויס און שטופט די דריטע מטבע.

פאר מער איבער וויאזוי ס'ארבעט זעט דא. Wikipedia - Newtons Cradle
מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 8:34 pm#241584
קבלתי בשם אב"ד לונדון שיחי', ווי קען זיין אז א פערד לויפט א האלבע שעה, צוויי פון זיינע פיס זענען געגאנגן איין מייל און די אנדערע צוויי זענען געגאנגען 1.2 מייל?

ואמר, אז דער פערד גייט אין א צירקל קאונטער-קלאקווייז קומט אויס אז די צוויי פיס וואס זענען אויף די רעכטע זייט מאכן א גרעסערן צירקל ארום און ארום ווי די צוויי לינקע פיס, הענס די רעכטע גייען א לענגערע שטרעקע ווי די לינקע.

וצריך להוסיף אז עס האט דאך פאר ביידע גענומען די זעלבע צייט - א האלבע שעה, מוז דאך זיין אז איינער איז געגאנגען מיט א שנעלערע ספיד ווי דער צווייטער, ווייל ער האט דאך געדעקט מער שטח אין די זעלבע צייט, קומט אויס אז א מערי-גאו-ראונד למשל, וואס איז איין חפץ מחובר, איז וואס נענטער צום צענטער דרייעט ער זיך מיט א שטייטערע ספיד ווי די חלק וואס איז ווייט פונעם צענטער - איין חפץ מיט אנדערע ספידס.
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 12:59 am#241635
אנטשולדיגט אבער די ברייט פין א פערד איז נישט 0.2 מייל


לעצם הענין איז דאס טאקע פין די זאכן וואס פארווינדערן מיר אז ווען איך דריי ארום א זאך על מקומו וועט דאך דער צענטער מאכן א קלענערן רינג ווי דעם עק פונעם חפץ אין אפ''ה נעמט עס די זעלבע צייט, היתכן אז איין חפץ זאל איין חלק גיין אן אנדערן ספיד ווי די איבריגע? (למעשה מוז זיין אז יעדע שורה אטאמען נענטער צום צענטער גייט שטאטער ווי דעם דרויסענדיגער)
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 7:30 am#241661
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער די ברייט פין א פערד איז נישט 0.2 מייל

עס קען זיין א טויזנסטל פון 0.2 מייל, אויב דער פערד קרייזט ארום טויזנט מאל.
@ונבנתה, ער קען גיין סיי אין זייגער-ריכטונג און סיי קעגן-זייגער-ריכטונג, עס מאכט נישט קיין חילוק, ווילאנג ער גייט אינעם זעלבן אכטונג די גאנצע צייט.
מאנטאג יאנואר 19, 2015 2:44 pm#248878
עס זענען דא בערך 24 GPS סאטעלייטן אין ספעיס (דר"א: זיי געהערן צו דער אמעריקאנער עיר-פארס, און ווערן אויסגעהאלטן דורך דעם אמעריקאנער שטייער-צאהלער), כדי אייער GPS זאל פונקציאנירן דארף זיך עס פארבינדן מיט לכה"פ 4 פון זיי.

מסתמא איז אייך שוין שווער געווען: איז דען נישט דא א גבול וויפיהל כלים די סאטעלייטן קענען דערהייבן? קענען 24 פון זיי פיהרן א געשפרעך מיט ביליאנען אנדערע כלים?

דער תירוץ איז אז די GPS קאנעקשאן גייט נאר אין איין דירעקציע, די כלי וואס איהר האלט אין די האנט שיקט נישט 'ארויס' קיינע סיגנאלן, און די סאטעלייטן 'באקומען' נישט קיינע סיגנאלן, דאס איינציגסטע וואס געשעהט איז אז די סאטעלייטן שיקן ארויס סיגנאלן (בראדקעסטן) אז כך וכך אזייגער זענען זיי געווען אין די און די פאזיציע.

יעצט אז איהר האט א כלי לקבלה 'אויפצוכאפן' די סיגנאלן פון כאטש 4 אזעלכע סאטעלייטן, דאן קען אייער כלי אויסרעכענען וואו זי געפונט זיך אויף די וועלט, און די זעלבע סיגנאלן קענען ווערן אויפגעכאפט דורך ביליאנען כלים, פונקט ווי ראדיא סיגנאלן ווערן אויפגעכאפט דורך מיליאנען צוהערער.

ומהאי טעמא קען די רעגירונג 'נישט' טרעקן אייער בעיסיק GPS, פשוט ווייל זי טוהט נישט טראנסמיטן, זי קען נאר מקבל זיין.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:42 am#345722
מאטעמאטיש מוז זיין אז יעדער וועלכער האט א קאלד שטעקט אהן נאך איין מענטש אין עוורידזש:

אויב זאל עס זיין ווייניגער ווי איינעם וואלט די ווירוס צוביסלעך אויסגעשטארבן, אויב וואלט עס געווען מער פון איינעם וואלט סוף כל סוף יעדער איינער געווען פארקיהלט אגאנץ לעבן.

וואס איך פארשטיי נישט איז אז לפי"ז וואלט יעדע ווירוס (נישט נאר קאלדס) געדארפט זיין די זעלבע שכיח.
מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:48 am#345724
יעדע באקטיריום און וויירוס האט אייגענע אייגענשאפטן, אריינגערעכנט ווילאנגע עס קען לעבן אן א באלעבאס (host). בנוסף צו דעם קען מעדעצין זיין מער אדער ווייניגער אפעקטיוו צו געוויסע שטריכן פון א וויירוס.