Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » רבי ברוך ממונקאטש

רבי ברוך ממונקאטש

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
189 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 266 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #442
מאנטאג יאנואר 30, 2017 4:09 pm#361236
Re: רבי ברוך ממונקאטש
דאס וויל איך שוין נישט אויס זאגן...
מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:43 am#361493
כווייס נישט פארוואס, אבער ר' ברוך'ל געט מיר די טשילס...
אין א גוטע וועג.

צווישן אלע ארגומענטען, האב איך ווייניג וואס געפונען מזאל זיך מתייחס זיין צום פאלגענדען פונקט: ר' ברוך'ל וואלט זיכער געווען א וועלטס רבי אויב די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט אויסגעבראכען. די האלעקאוסט האט אים צושאסען פיזיש און גייסטיש, און וויפיל ער זאל נאר האבן געליינט און גענאשט און זיך אויפגעקלערט נאך בעפאר די קריג - כפי השמועה, וואלט ער ווייטער געצויגען די מונקאטשע חסידות נאר אן די מנחת אלעזר'ס ווילד-קנאישע שטריכן. סוף דבר וואלט ער אוועק אלץ צדיק יסוד עולם, גאר א מתנגד צום מדינה הציונות און אפילו די אגודה, און שלום על ישראל.

מה עשה הקב"ה? צוגעשיקט א חורבן, וואס האט חרוב געמאכט זיין אלטע השקפה, און אים אויפגעקלערט און געמאכט אז ער זאל גענצליך טוישען זיין מיינד סעט. די תוצאה איז געווען פאטאל, מ'האט אים צוגרינד געלייגט, צוגענומען די רביסטעווע, זיין זון דער היינטיגער רבי איז געווען צוקריגט מיט עם, און ער איז פארבליבען מיט זיין בינת נבונים.

אבער סגעווען נאך אזא פארשוין ביים קריג, געהייסן האט ער הרב טייכטאל, און אויך ער איז געווען א תלמיד פונעם מנחת אלעזר מיט אלע שיטות. ביים קריג האט ער געזען די בראך פון זיינע אמאליגע שיטות, און טאקע זענדיג די טויט פאר די אויגען האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס נאך באוויזען צו פובליצירען אין א ספר מיטן נאמען אם הבנים שמחה. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, אבער זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט.

ער האט געהאט מזל צו שטארבן ביים קריג, אזוי האבן זיינע אייניקלעך - צווישן זיי דער שארפער קנאי ר' מאיר בראנדסדארפער פון די עדה - עם געקענט פושט ולובש צורה זיין. מיטן שטענדיגען נארישן טענה פון מקען נישט דן זיין א איד בשעת צרה, האט מען פארטושט די מוחות און ער האט נישט געמיזט פארשווארצט ווערן לעולמי עד, נאר בלייבן א היימישער אפילו ווען ר' ברוך'ל איז געווארן א שייגעץ פארן טוישן דעה.

וכאן הבן שואל, פארוואס פאלט קיינעם נישט איין, אז ר' ברוך'ל והרב טייכטאל מחייבים את כולם? אפשר טאקע ווייל זיי זענען געקומען פון די שארפסטע קנאות און זיך אפגעשאקלט דערפון ביים קריג, איז עס א סימן אז זייער צווייטער דעה איז מער ריכטיג? אנשטאט זיי פארענטפערן, דארפען מיר זיך פארענטפערן.
מיטוואך פעברואר 01, 2017 1:49 am#361496
ער קומט אראפ מארגן אי"ה צו די שמחת החתונה בבית בנו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.

(אויב לאזט אים דער זון נישט אריין צום חתונה זאל מען אלארמירן ליפא, ביים קומענדיגן שני וחמישי וועט ער קעיר נעמען דערפון...).
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:07 am#361499
איסר האטלקי האט געשריבן:ער קומט אראפ מארגן אי"ה צו די שמחת החתונה בבית בנו כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.

(אויב לאזט אים דער זון נישט אריין צום חתונה זאל מען אלארמירן ליפא, ביים קומענדיגן שני וחמישי וועט ער קעיר נעמען דערפון...).

שעיני וחמישי, כנוסח סקווירא

ATUB @ארי נוהם ATUB
מ'האט נישט צוגענימען פון ר' ברוך די מונקאטשע רעביסטעווע. ער אליין האט געזיכט צו אנטלויפן דערפון און נישט געווען אינטערעסירט דערין. זעהט אויס ער האט זיך אסאך צאמגעליטן אלץ מונקאטשע רב און ער האט געוואלט פארגעסן דערפון
מיטוואך פעברואר 01, 2017 2:22 am#361501
ארי נוהם, איך זעה נישט פארוואס די בראנדסדארפער טענה איז נעריש, און פארוואס ער מיט ר' ברוכל זענען מחייב את כולם. לענ"ד קען מען פונקט אזוי זאגן פארקערט, פארן קריג זענען זייערע מיינונגען געווען אביעקטיוו, די צרות פונעם קריג האט זיי געמאכט האבן נגיעות.
דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 10:39 pm#361786
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????
פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:03 am#361790
יהודי פשוט האט געשריבן:ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.

ס'געווען א איד ר' דוד קליין, א גרויסע גאון, ער האט געמאכט א ספר בית ארזים אויף טור או"ח, א גאונ'ישע עמקות'דיגער ספר, אין ער איז געווען א תלמיד פונעם מונקאטש'ער רב אין נאכן קריג האט ער זיך געדרייט ביים קלויזענבורג'ער רב אין וויליאמסבורג (ער איז געווען עפעס א שטיקל מגי"ש ערגעץ, איינער פון זיינע תלמידים זענען ר' הערשל וועבער, מייסד ארגון הצלה,) אין נאכדעם איז ער געווען רב אין קרית צאנז אין נתניה, פאר א שטיק צייט, נאכדעם איז ער געווען א רב ביי די אגודה אין ב"ב , עכ"פ ער האט געזאגט אז מונקאטש'ער רב וואלט נאכ'ן קריג געהאלטן די זעלבע ווי קלויזענבור'ער רב, לגבי וואוינען אין א"י, אין ארויפגיין קיין א"י וכו' די גאנצע קנאות איז אלס געווען פאר'ן קריג אין פאר ס'שוין געשטאנען א מדינה.
פרייטאג פעברואר 03, 2017 1:39 am#361804
@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט
פרייטאג פעברואר 03, 2017 2:48 am#361808
תנחום האט געשריבן:@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט

ס'איז נישט אזא פשוט'ע זאך בכלל, די אלע רבי'ס/רבנים פון די קרייז, לדוגמא, קאלאשיצע'ער רב, נאסויד'ער רב וכדומה, פון פאר'ן קריג, האבן בפירוש נישט געהאלטען פון גיין קיין א"י וואוינען, אין זיי האבן ענדערש מצדד געווען צו שיקן קיין אמעריקא די המון עם,כידוע סאטמאר'ער רב'ס שיטה בזה.
פרייטאג פעברואר 03, 2017 11:14 am#361822
איז דא נאך וואס האלטען דער איסור פין שלש שבועות חוץ סאטמאר והגלילות?
זונטאג פעברואר 12, 2017 6:47 pm#362597
ריכטיג האט געשריבן:ארי נוהם, איך זעה נישט פארוואס די בראנדסדארפער טענה איז נעריש, און פארוואס ער מיט ר' ברוכל זענען מחייב את כולם. לענ"ד קען מען פונקט אזוי זאגן פארקערט, פארן קריג זענען זייערע מיינונגען געווען אביעקטיוו, די צרות פונעם קריג האט זיי געמאכט האבן נגיעות.

איך פארשטיי נישט די סברא.

אויב די צרות פון קריג מאכט אז א מענטש זאל איבערקלערן הנחות וואס ער האט געמאכט עסנדיג האלעפטשעס און גולאש, און ער זעט אז קנאות איז פונקט גענוג גוט ווען א מענטש זיצט על סיר הבשר, אבער דארט ענדיגט זיך עס, דאן איז די מיינונג וואס ווערט געשאפן אינמיטן קריג די מערסטע אביעקטיוו.

"נגיעות" מאן דכר שמיה? אט די "נגיעות" זענען טאקע די וואס האבן ארויסגעווארפן די קנאות - וואס קומט פון זיצן על סיר הבשר - פון פענסטער, נמצא אז קיין נגיעות זענען נישט פארהאנען.
זונטאג פעברואר 12, 2017 9:58 pm#362618
איך טענה נאכאלץ אז ווען א מענטש איז רואיג און ער שפירט נישט קיין קאנסעקווענצן פון קיין שום צד איז זיין מיינונג מער אביעקטיוו, דאס איז א מסקנא פון א ריינעם שכל (יא יא, מיטן סיר הגאלאש אינאיינעם). אויב גייט ער דורך צרות ביים קריג און ער קומט צום מסקנא אז וואלט געדארפט עולה זיין פריער איז דאס שוין נישט קיין אביעקטיווע מיינונג, ער איז א פארווייטאגטער און די צרות רעדן פון איהם. דאס רוף איך נגיעות.
זונטאג פעברואר 12, 2017 10:09 pm#362619
יעדער מענטש האט אייביג צרות, דאס מיינט אז ער איז פיל מיט נגיעלעך. און פון דער יוגנט, וואס עלטער מ'ווערט קומט אלץ צו פארשידענע צרות, דאס מיינט אז א מענטש האט נישט קיין נארמאלע דיעה, ווייל ער איז אייביג אינספארירט פון צרות?
זונטאג פעברואר 12, 2017 10:16 pm#362621
לענ"ד דארף מען קוקען אויף דעם מענטש וואס ער איז יעצט. פירט ער זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש, ער איז העפי און נישט דיפרעסט, ער זוכט ווייטער צו גיין מיט'ן לעבן, איז ער ס"ה געווארן אויפגעקלערט. ער איז קלוגער געווארן און מ'קען זיך רעכענען אז דאס איז זיין אמת'ע דעת. אבער טאמער זעט מען אז ער איז ליידער נאך באיינדרוקט פון די צרות און נאך אונטער איר רושם המכונה 'דעפרעסט' איז דעמאלטס איז שוין אן אנדער מעשה...
מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:51 am#362659
בן אדם האט געשריבן:יעדער מענטש האט אייביג צרות, דאס מיינט אז ער איז פיל מיט נגיעלעך. און פון דער יוגנט, וואס עלטער מ'ווערט קומט אלץ צו פארשידענע צרות, דאס מיינט אז א מענטש האט נישט קיין נארמאלע דיעה, ווייל ער איז אייביג אינספארירט פון צרות?

דעפענעטלי! נישט נאר צרות, נאר כל מיני זאכן רצונות וכו' וואס שטיפן מאטיוון אונטערן באוואוסטזיין פונעם מענטש, ס'איז לכאורה בכלל נישט מעגליך צו טראכטן "גענצליך" אביעקטיוו, ס'איז אפשר דא "מער" אביעקטיוו אדער "ווייניגער" אביעקטיוו, אבער "גענצליך" איז לכאורה נישט פארהאן. און איך דינג זיך אביסל מיט דיין נאכפאלגנדע תגובה, אלעס איז דעם מענטשנס "אמת'ע דעת", ס'קען זיין די אמת'ע דעת פון א פריילעכע מענטש און ס'קען זיין די אמת'ע דעת פון א דעפרעסטע מענטש, די שאלה איז אייביג וועלכע דעה איז מער אביעקטיוו.

די איינציגסטע וועג פעסטצושטעלן - אין אלגעמיין - וועלעכע דעה איז אמת איז צו בודק זיין וועלכע דעה מען קען נישט אפפרעגן.
מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:24 pm#362662
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ואני הקטן אומר אז די דעה וואס איז די מערסטע אביעקטיוו איז די דעה וואס שטימט די מערסטע מיט די תורה הקדושה
מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:31 pm#362664
נניח, אבער דא האט ער דאך ביידע מיינונגען געזאגט עפ"י תורה, איז וויאזוי ווייסטו - יהודי פשוט (ווערטער שפיל, איך מיין נישט דירעקט דיר) וואס איז נישט דער גרעסטער למדן - וועלעכע מיינונג איז די אמת'ע דעת תורה אביעקטיווערהייט, און וועלעכע איז מיט נגיעות?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:41 pm#362682
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ריכטיג האט געשריבן:נניח, אבער דא האט ער דאך ביידע מיינונגען געזאגט עפ"י תורה, איז וויאזוי ווייסטו - יהודי פשוט (ווערטער שפיל, איך מיין נישט דירעקט דיר) וואס איז נישט דער גרעסטער למדן - וועלעכע מיינונג איז די אמת'ע דעת תורה אביעקטיווערהייט, און וועלעכע איז מיט נגיעות?

כך קיבלתי מרבותי
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:44 pm#362683
מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:45 pm#362684
יהודי פשוט האט געשריבן:דאס וויל איך שוין נישט אויס זאגן...
מאנטאג פעברואר 13, 2017 2:50 pm#362686
Re: רבי ברוך ממונקאטש
סקרן האט געשריבן:מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?

מען זאגט נאך א ווארט פון ר׳ משה׳לע וויזניצ׳ער אויפן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו, ווי ווייסט מען אויב איינער האט אמונה אין בוכ״ע, מען קוקט צו ער גלייבט אין משה עבדו
מאנטאג פעברואר 13, 2017 3:18 pm#362687
דער בינת נבונים איז דאך אויך געווען א רבי, טא פון וואנעט ווייסטו וועלעכע רבי איז געווען גערעכט?
דינסטאג פעברואר 14, 2017 8:10 am#362775
רבי ברוך ממונקאטש
ווען ער האט מחבר געוועהן בינת נבונים איז ער שוין נישט געוועהן קיין רבי
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:00 am#362777
שרייב איבער דיין כלל:
יהודי פשוט האט געשריבן:ואני הקטן אומר אז די דעה וואס איז די מערסטע אביעקטיוו איז די דעה וואס שטימט די מערסטע מיט א חסידי'שע רבי
דינסטאג פעברואר 14, 2017 1:25 pm#362800
Re: רבי ברוך ממונקאטש
יהודי פשוט האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:מרבותך האסטו זיך געלערנט שעלטן אויך אפשר זענען יענע רבי'ס נישט באגלייבט?

מען זאגט נאך א ווארט פון ר׳ משה׳לע וויזניצ׳ער אויפן פסוק ויאמינו בשם ובמשה עבדו, ווי ווייסט מען אויב איינער האט אמונה אין בוכ״ע, מען קוקט צו ער גלייבט אין משה עבדו

און משה עבדו מיינט דער וואס מישט דער קאשע אין וויזניץ? צו דער משנת שכיר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 14, 2017 3:22 pm#362824
Re: רבי ברוך ממונקאטש
משה עבדו מיינט ביי יעדן איינעם זיין רבי
דינסטאג פעברואר 14, 2017 5:39 pm#362832
Re: רבי ברוך ממונקאטש
און בערב תאכלו מצות מיינט ביי יעדעם זיין געשמאקע מאכל און יעדער נאכט וואס ער וויילט אויס.

די זענען די דרשות של דופי וואס דער גמרא רופט אן אין לו חלק לעוה"ב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דינסטאג פעברואר 14, 2017 9:36 pm#362848
יהודי פשוט האט געשריבן:ווען ער האט מחבר געוועהן בינת נבונים איז ער שוין נישט געוועהן קיין רבי

בינת נבונים איז ארויסגעקומען עטליכענע צוואנציג יאר צוריק
מיטוואך פעברואר 15, 2017 4:02 pm#362897
Re: רבי ברוך ממונקאטש
עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״לבילד
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 8:57 am#362937
יהודי פשוט האט געשריבן:עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״ל

ס'האט עפעם א נושא דעם ספר? צו עס אסיפת מאמרים וכדומה?
דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 12:14 pm#362960
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך פארשטיי אז עס איז אסיפת מאמרים
זונטאג פעברואר 19, 2017 11:52 pm#363289
אסיפת מאמרים אבער חדשות
מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:06 am#363296
יהודי פשוט האט געשריבן:עס איז יעצט ערשינען א פרישע ספר פון ר׳ ברוכ׳ל ז״לבילד

עס איז בכלל נישט ניי, ארויס געקומען בערך א יאר צוריק
מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:07 am#363297
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך בין כמעט זיכער אז די האסט א טעות אבער איך וועל מברר זיין
מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:42 am#363302
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין כמעט זיכער אז די האסט א טעות אבער איך וועל מברר זיין

דארפסט נישט מברר זיין, איך האב דאס. חוץ אז עס ארויסגעקומען נאך א כרך מיט דעם נאמען וואס איך גלייב נישט.

דו ביסט דעך מן הסתם טועה מיט א צווייטער ספר פון איהם וואס איז ארויסגעקומען א האלב יאר צוריק מיט די נאמען תנובות ברוך
מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:44 am#363303
Re: רבי ברוך ממונקאטש
דעם תנובות ברוך האב איך, איך מיין אז דער ספר פון וואס די רעדסט איז בינת נבונים וואס קוקט אויס די זעלבע ווי דאס
מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:53 am#363306
יהודי פשוט האט געשריבן:דעם תנובות ברוך האב איך, איך מיין אז דער ספר פון וואס די רעדסט איז בינת נבונים וואס קוקט אויס די זעלבע ווי דאס

בינת נבונים איז דא 2 די אלטע און די נייע
חשב נבונים איז עפעס אנדערש, איך בין זיך נישט טועה
מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:28 pm#363357
יעצט נאכאמאל בודק געווען, חשב נבונים איז ארויסגעקומען אייר תשע"ו
מאנטאג פעברואר 20, 2017 4:19 pm#363367
Re: רבי ברוך ממונקאטש
אויב די האסט עס נאך געקוקט און די זאגסט מיט א זיכערקייט, איז טעיתי, זעהט אויס אז איך האב געמאכט א טעות, איך האב עס הערשט יעצט געזעהן און איך האב געמיינט אז עס איז א נייע זאך
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:05 pm#391313
ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 5:36 pm#391318
Re: רבי ברוך ממונקאטש
סקרן האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט היינט

היינט נאכט....
יהא זכרו ברוך!
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 8:49 pm#391338
שרייבער האט געשריבן:דאס אז ער האט געזאגט פארקערט ווי בעלז האט אים זיכער נישט אראפגעברענגט, איך מיין וואס איז געווען די רילעישאן פון מונקאטש מיט בעלז?
ווען ער בלייבט אין וומסב"ג וואלט ער אויסגעקוקט ווי קלז"ב, קיינער האט נישט געקענט איינפאקן סאטמאר ווייל קיינער האט נישט געהאט אזעלכע טעראריסטן ווי זיי

האלב סאטמאר זענען דאך געוועזענע מונקאטשער, ווען ער שטעלט זיך ווען צו, וואלט ער געהאט די טעראריסטן, און סאטמאר וואלט געבליבן אזויווי קלויזענבורג.
קענסט זיך נאר פארשטעלן וויאזוי אונזער אמעריקאנע יידישקייט וואלט היינט אויסגעקוקט!!!
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:34 pm#391344
ארי נוהם האט געשריבן:כווייס נישט פארוואס, אבער ר' ברוך'ל געט מיר די טשילס...
אין א גוטע וועג.

צווישן אלע ארגומענטען, האב איך ווייניג וואס געפונען מזאל זיך מתייחס זיין צום פאלגענדען פונקט: ר' ברוך'ל וואלט זיכער געווען א וועלטס רבי אויב די צווייטע וועלט מלחמה וואלט נישט אויסגעבראכען. די האלעקאוסט האט אים צושאסען פיזיש און גייסטיש, און וויפיל ער זאל נאר האבן געליינט און גענאשט און זיך אויפגעקלערט נאך בעפאר די קריג - כפי השמועה, וואלט ער ווייטער געצויגען די מונקאטשע חסידות נאר אן די מנחת אלעזר'ס ווילד-קנאישע שטריכן. סוף דבר וואלט ער אוועק אלץ צדיק יסוד עולם, גאר א מתנגד צום מדינה הציונות און אפילו די אגודה, און שלום על ישראל.

מה עשה הקב"ה? צוגעשיקט א חורבן, וואס האט חרוב געמאכט זיין אלטע השקפה, און אים אויפגעקלערט און געמאכט אז ער זאל גענצליך טוישען זיין מיינד סעט. די תוצאה איז געווען פאטאל, מ'האט אים צוגרינד געלייגט, צוגענומען די רביסטעווע, זיין זון דער היינטיגער רבי איז געווען צוקריגט מיט עם, און ער איז פארבליבען מיט זיין בינת נבונים.

אבער סגעווען נאך אזא פארשוין ביים קריג, געהייסן האט ער הרב טייכטאל, און אויך ער איז געווען א תלמיד פונעם מנחת אלעזר מיט אלע שיטות. ביים קריג האט ער געזען די בראך פון זיינע אמאליגע שיטות, און טאקע זענדיג די טויט פאר די אויגען האט ער געטוישט זיין מיינונג און עס נאך באוויזען צו פובליצירען אין א ספר מיטן נאמען אם הבנים שמחה. ער איז גע'הרג'עט געווארן ביים קריג, אבער זיינע קינדער האבן איבערגעלעבט.

ער האט געהאט מזל צו שטארבן ביים קריג, אזוי האבן זיינע אייניקלעך - צווישן זיי דער שארפער קנאי ר' מאיר בראנדסדארפער פון די עדה - עם געקענט פושט ולובש צורה זיין. מיטן שטענדיגען נארישן טענה פון מקען נישט דן זיין א איד בשעת צרה, האט מען פארטושט די מוחות און ער האט נישט געמיזט פארשווארצט ווערן לעולמי עד, נאר בלייבן א היימישער אפילו ווען ר' ברוך'ל איז געווארן א שייגעץ פארן טוישן דעה.

וכאן הבן שואל, פארוואס פאלט קיינעם נישט איין, אז ר' ברוך'ל והרב טייכטאל מחייבים את כולם? אפשר טאקע ווייל זיי זענען געקומען פון די שארפסטע קנאות און זיך אפגעשאקלט דערפון ביים קריג, איז עס א סימן אז זייער צווייטער דעה איז מער ריכטיג? אנשטאט זיי פארענטפערן, דארפען מיר זיך פארענטפערן.

קענסט אויך צולייגן בעלזע רב, אין ארץ ישראל האט ער כמה פעמים געזאגט אז "מ'האט אונז פארנארט".
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:38 pm#391345
יהודי פשוט האט געשריבן:ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????

"די ריינע אמונה" איך ווייס נישט צו לאכן צי וויינען. על כל פנים, אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט דארפסטו א גרויסן דאקטער.
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:42 pm#391346
תנחום האט געשריבן:@מירער בחור
ס'איז א פשוטע זאך, מונקאטשער רב האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט שלש שבועות מ'זעהט נישט קיין איין ווארט וועגן ש"ש און זיינע בריוון אין תיקון עולם, ער האט נאר געהאט א פראבלעם מיט די פרייע לעבן און דאס איז שוין נישט גילטיג היינט

והוא הדין אלע אנדערע וואס האבן געהאט עפעס קעגן ציונות, אויסער חב"ד און סאטמאר.
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:42 pm#391347
אישתישבי האט געשריבן:איז דא נאך וואס האלטען דער איסור פין שלש שבועות חוץ סאטמאר והגלילות?

די חב"דסקער.
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 9:56 pm#391348
Re: רבי ברוך ממונקאטש
חב"ד האט נישט מיט שלש שבועות.

זיי זענען זיך מתבסס אויף א רמב"ם
דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2017 10:17 pm#391350
קל וחומר האט געשריבן:חב"ד האט נישט מיט שלש שבועות.

זיי זענען זיך מתבסס אויף א רמב"ם

m http://chabadpedia.co.il/index.php/%D7% ... 7.A0.D7.95 m

איז דאס גענוג?
פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 1:12 am#391363
Re: רבי ברוך ממונקאטש
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
יהודי פשוט האט געשריבן:ארי נוהם: איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער ביי די מלחמה זענען געוועהן נאך אסאך וואס האבן מכ׳לומר׳שט איינגעזעהן אז זייערע פריערדיגע השקפות זענען נישט געוועהן קיין גוטע, צווישן זיי זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן איין געזעהן אז די גאנצע אידישקייט איז נישט גערעכט און זיי האבן נאך די מלחמה אפגעלאזט תורה און מצוות, פאר מיר זאגט דאס גארנישט, אפשר פאר דיר יא, אויב די רעכענסט דיך מיט די השקפות וואס מען האט אוועק געווארן נאך די מלחמה, דעמאלטס ווארף אוועק די גאנצע אידישקייט און פטור א געשעפט.
חוץ פון דעם ביסטו א שטיקל עם הארץ אז דע ווייסט בכלל נישט אז ר׳ ברוכ׳ל ז״ל האט הישט געטוישט קיין שום השקפות דורך אויס די מלחמה ער האט געהאט די זעלבע השקפה פארדעם ווי נאכדעם, נאר איין חילוק אז דורך אויס די מלחמה האט ער געזעהן וויפיל געלט די ציונים ימ״ש האבן גע׳לקח׳נט וואס מען וואלט געקענט מיט דעם ראטעוועהן נאך טויזענטער אידן, אזוי ווי ער האט אליינס מעיד געוועהן.
לגבי טייכטאל, א מורא׳דיגע חכמה צו ברענגען איינס פון הונדערטער תלמידים פון הגה״ק בעל מנחת אלעזר מ׳מונקאטש, פארוואס רעדסטו נישט פון די אנדערע הונדערטע וואס זענען געבליבן געטריי צום בוכ״ע און צו די ריינע אמונה????

"די ריינע אמונה" איך ווייס נישט צו לאכן צי וויינען. על כל פנים, אויב דו האסט עס געמיינט ערנסט דארפסטו א גרויסן דאקטער.

ווי קומט אריין דער דאקטער דא? איך קוק דאס אן פאר ריינע אמונה, און עס זענען דא נאך אסאך אזעלכע....
פרייטאג דעצעמבער 15, 2017 2:25 am#391366
Re: רבי ברוך ממונקאטש
איך מיין אז אין תיקון עולם דערמאנט דער מנחת אלעזר יא די שלש שבועות. קוקט׳ס נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk