Under maintenance
הויפט זייט » דיסקרימענאציע קעגן פאפא

דיסקרימענאציע קעגן פאפא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4453
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:39 pm#139886
פשי, איי'ם בעק, יעצט האסטו גערעדט מיט חכמה, צו דער זאך... ממש ווי א פאפענער.

(עה, נישט געמיינט חוזק צו מאכן פון פאפא. איך רעד נאר לויט דעם אשכול, וד"ל)
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:26 pm#139919
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און

Why were chelemers named silly? .
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:28 pm#139925
I'm back האט געשריבן:איך האב גראדע דיר נישט געמיינט. @זר זהב

אם אינו ענין לכאן תנהו לענין אחר.
דא שרייבט ATUB @זר זהב ATUB אזוי:
פאפא רב זצ"ל איז דאך געשטאנען מיט סאטמאר רב. די היינטיגע פאפא איז שוין סתם א מיקס פון אויבער חכמים... און דזשעלעס מענטשן
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:29 pm#139927
דעמאלס שריי די... איך בין נישט די בדחן דא...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:30 pm#139929
ATUB @שת.אדמזאהן ATUB
דאס איז אמת. אבער דאס איז נישט צו זאגן אז זיי זענען טיפשים צו ווייסיך וואס. יעדער נארמאלער מענטש קען זיין דזשעלעס און א אויבער חכם. סאטמאר האט נישט פון וועם צו זיין דזשעלעס, מילא איז עס בכלל נישט א מעלה פון זייער זייט אז זיי זענען נישט דזשעלעס אויף קיינעם.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:31 pm#139933
אין אנדערע ווערטער פאפא און זייערע חסידים זענען נארמאלע געזונטע מענטשן פונקט ווי יעדער!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:39 pm#139943
זר זהב האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער פאפא און זייערע חסידים זענען נארמאלע געזונטע מענטשן פונקט ווי יעדער!

לאו דוקא.
ס'דא געזונטע און ס'דא קראנקע. פונקט ווי יעדער.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:39 pm#139944
אקעי. באט יו גאט מיי פוינט
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:51 pm#139952
diff האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און

Why were chelemers named silly? .

אולי ווייל כעלעם מיט חולם איז לשון נופל על לשון.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:54 pm#139954
ATUB @שמעקעדיג ATUB , חולם גופא איז על שם כעלעם.

כך ראיתי פעם בוויקי.
ולענ"ד, כינוי "חולם" על גולם ע"ש חולם חלום.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 5:50 pm#139977
מען דארף איינער זאל מאכען א סך הכל פון די גאנצע אשכול
ווי איז ATUB @מאראנצןזאפט ATUB ווען מען דארף עם?

איך טראכט ווי אזוי די אשכול זאל הייסען צו

א פאפאנער אן אריגינעל

פאפא ידיד ה׳

פאזיטיווע ליכט אויף פאפא אין די אידישע מידיא

פאפא- א חכם אין שטוב אדער א טיפש

פאפא א סימבאל אדער סגולה?

דער פאפאנער מיטן ....
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:58 pm#140040
געהערט פון א פאפא חבר:

יארן מאכן די סאטמער'ע חוזק פון פאפא אז זיי מאכן נאך סאטמאר. איז געקומען צום עירוב האט פאפא אפגעמאכט זיי גייען האבן אן אייגענע מיינונג, טראכטן פאר זיך און נישט נאכטאנצען סאטמאר...

האבן זיך די סאטמער'ע אנגעהויבען צו רעגן היתכן פאפא האלט נישט ווי סאטמאר!

האלאו! די מאכסט חוזק פון מיר ווען איך טו ווי דיר - און די פארלאנגסט איך זאל ווייטער נאכטוהן?


היינו טעמא מן הסתם פארוואס פאפא טוישט זיך פון שטאפענע היטן צו הויכע היטן, אפילו פאפא רב גייט מיט א פלאטשיגע...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:01 pm#140062
גנדי האט געשריבן:היינו טעמא מן הסתם פארוואס פאפא טוישט זיך פון שטאפענע היטן צו הויכע היטן, אפילו פאפא רב גייט מיט א פלאטשיגע...

א פלאטשיגע הוט איז געווען אין אונגארן א רבנישע טראגע.
די הויכע ביבער הוט וואס פאפא אנ"ש גייען, קומט פון דעם וואס רבותינו ז"ל האבן זיך געהאלטן פאר בעלזא חסידים, און אין גאליציע איז דאס געווען די חסידישע הוט.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:05 pm#140063
שת.. אסאך אריינגעארבעט היינט, כ'האף אז ס'איז נישט לריק...
זאג, כ'האב איין קליינע פראגע.
וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:12 pm#140067
קאווע טרינקער האט געשריבן:וויאזוי שפירט זיך א פאפאנער ווען ער איז נישט אויף בעדפאורד קארנער פענן?

א פאפא קהילה איד, אזוי ווי איך, פילט נישט און טראכט נישט א גאנצען טאג אז ער איז א פאפאנער, וואו ער גייט, אין וועלכע בית המדרש ער פאלט אריין, שפירט ער זיך באקוועם. מען דערקענט אים נישט אויף זיין גארטעל, ציצית (סקווירא/רחמיסטריווקא), פיאות (כנ"ל), נוסח התפילה (כנ"ל, בעלזא, ועוד), הוט (וויזניץ).

איין זאך יא, ווען מען האנדעלט מיט מאדערנע אידן, און זיי פרעגן וואו דו וואוינסט, און דו ענטפערסט "וויליאמסבורג", פרעגן זיין "איר זענט סאטמאר?" - דאס קען אמאל ווייטוהן.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:17 pm#140074
איך דערמאן מיך א גיט ווארט וואס איך האב געהערט מיט יארן צירוק.

אמאל איז פאפא געווען א קליינע סאטמאר, היינט איז סאטמאר א גרויסע פאפא.....
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:00 am#140117
איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:02 am#140118
מ'קען אבער ס'זייער שווער. מ'דארף מאכן ש"י טבילות 40 טעג אין א צי אין ראדני מקוה איינס אזייגער נאכמיטאג. אסאך סורווייווען עס נישט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 8:24 am#140155
אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:31 am#140163
בעל הבית האט געשריבן:אויב עס איז טאקע אזוי אז פאפא איז א קהילה,נישט קיין גרוסע שוואנץ פין די רבי, וואס האט אזוי שטארק אויסגעפעלט צו באגראבן די בורו פארקער? סו"כ איז ער אויך א זין פין פאפא רב ז"ל ?אין מאכט נאך אזא גיטע רושם ווי זיין ברידער?


צוליב די זעלבע סיבה פארוואס בעלזא איז קעגן די מחנובקה.
אזוי געשעט ווען מען וויל משנה זיין פון וואס יעדער האט געוואוסט אז עס וועט בפשטות זיין.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 9:48 am#140171
לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה דידן
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 10:29 am#140176
בעל הבית האט געשריבן:לדעתי העני זענען די קלויזענבורגע פיל פאכיגע נערנים לוזערס ווי קהילה הדן

וואס איז ראנג מיט אונז?! זאל איך עפענען א דיסקרימענאציע קעגן קלויזענבורג אשכול? די איינציגסטע וועג פון אוועקמאכן די שלעכטע סטיגמא קעגען פאפא איז מיטן טרעפן א צווייטען צו ארויפווארפן די סטיגמא?

שוין צייט זיך צו אפשאקלן פון די אלע נעגאטיווע שטעלונגן, נאר כדי צו פילען גוט. פארוואס קען דער סאטמארער נישט פילן גוט אז ער איז מעכטיג און האט אויך א מעכטיגע שכן פאפא (לויט די וואס זאגן אז גאס איז די סיבה פון די סטיגמא. איך מיין נישט ח"ו צו אַפראָווען די שטעלונג).
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:08 am#140184
גנדי האט געשריבן:איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט? איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?

קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

אויב איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם. וועלן די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

די בני יואל דארפן נישט אנקומען צו פאפא. זיי האבן אייגענע זכותים. :|
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 11:18 am#140187
איין מינוט.

"קדוש קדוש קדוש ה' צבאות מלא כל הארץ כבודו"

די שורה איז געווידמעט פאר מתפללי בית מדרשינו. כ'בין זיכער אז שבת וועלן זיך ארומדרייען קאפיס פון דעם אשכול אין פאפא בית-המדרש. יונגעלייט וועלן דאס ברענגען צו מזכה זיין חברים אין שוהל און מען וועט דאס ליינען מיט א גרויסן שמייכל אויף די געזיכט.

איך האב זיך דעריבער אפגעשטעלט א מינוט, ווייל דער חזן האלט יעצט ביי קדישה, אז מען זאל זאגן קדוש פון אינדערווייניג.

יעצט ליינט ווייטער.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:37 pm#140230
גנדי האט געשריבן:איך האב א קליינע שאלה.

ס׳זענען דא מענטשען פון פאפא משפחות וואס זענען אין סאטמאר. (למשל ר׳ שמואל אבערלאנדער וכו׳) האבן זיי א דין פאפא אדער נישט?

ווי באקאנט האט ר' משה פרידמאן (גבאי) געשריגען אויף ר' שמואל אבערלאנדער "גיי דיר צוריק קיין פאפא" (אין די (געוועזענע) סאטמארע סוכה אויף ראסס סטריט, און איינע פון די אנגעצויגענע אריבערגאנג/צוטיילונג פון די הנהגה אין סאטאמר).
ומי יבוא אחר המלך, עבד מלך כמלך. - האט איר שוין די תשובה.

גנדי האט געשריבן:איז די פאפא פראבלעם א גבוירענע פראבלעם. אדער איז דאס א סביבה׳דיגע פראבלעם?
קען א פאפא׳נע וואס שעמט זיך שטארק. פשוט גיין צו אנדערע קהילה. און שוין. געפיקסט די פראבלעם. אדער א פאפא׳נע געבוירענע איז אין לו תקנה. וירעה עד שיתתעב.

וויבאלד דער "פראבלעם" וואס איר האט בכוונה, איז דאך נישט קיין עצם פראבלעם, נאר דבר חיצוני, א זאך וואס קומט פון די פרעמד, איז דאס דאך תלוי אין זיי, זיי וועלן נאך אלץ נוצען דעם סלאגן "ביסטאך אזא פאפאנער" (אין פאל ווען עפעס אנדערשט ליגט זיי נישט אין מויל)

גנדי האט געשריבן:די בני יואל וואס דאווענען אין פאפא באקומען די פראבלעם?

ב"ה אז דער רבי האט זיי געמאכט ענג דעם פלאץ, דורך צושפארן די לעקטער און ארוני-קודש נאך סוף זמן תפילה.