Under maintenance
הויפט זייט » דיסקרימענאציע קעגן פאפא

דיסקרימענאציע קעגן פאפא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4453
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:41 am#139305
דיסקרימענאציע קעגן פאפא
איך וויל דא עפענען אן אשכול מיט א ווייטאגליכע נושא.

פאר אן אומבאקאנטע סיבה איז דער פאפא חסידות געווארן דער חוזק פון גאנץ כלל-ישראל. ווען איינער וויל מאכן לצנות, איז עס אויפן חשבון פון פאפא. עס מוז אפילו נישט מאכן סענס וואס יענער זאגט, מען קען האקן אבי געזונט, אבער אויב זאגט מען "פאפא" לאכט יעדער. א חבר מיינער קלאפט מיר אין טיר און איך פרעג "ווער איז דארט?", קומט די תשובה פון אונטערן טיר "פאפער רב"! פארוואס זאגט ער נישט "ניקלשבורגער רבי"?, עס איז געווארן עפעס אזא מין לצנות וואס מען קען ניטאמאל מסביר זיין. אז מען וויל זאגן אז איינער איז א שוטה זאגט מען ער איז א פאפאנער. מען זאגט נאך פון יארמער רב, אז איינער האט אים געבעטן אז ער זאל זאגן א גוט ווארט, זאגט ער "ברוינפן" - זאגט אים יענער, "איך וויל הערן עפעס א דזשאוק" - ענטפערט יארמער רב "פאפא".

פאפא איז געווארן דער ממלא מקום פון דער באקאנטער "חעלעם", א סימבאל פאר טפשות און נארישקייט. עס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף זיי א סטיגמא פון טפשות און בהימישקייט. פיל ניגונים ווערן געזינגען דורך אונזערע קינדערלעך אלס לצנות פאר פאפא, און די עלטערע שטייען און שמייכלען מיט הנאה, קיינעם פאלט ניטאמאל ביי צו זאגן "יונגעלע, מען טאר נישט חוזק מאכן..." - אמער, פון זיי מעג מען דאך, ווייל זיי זענען... פאפענער. אויב וועסטו שמועסן מיט א ביזנעסמאן און ער וועט דיר אויסקוקן ווי א קלוגע מענטש, פלוצלינג וועסטו הערן אז ער איז א פאפא'נער, וועסטו פלוצלינג באקומען אן אנדערן בליק אויף אים - ער איז דאך א פאפענער, נע, ער ווייסט נישט וואס ער רעדט... וויפיל ווערטליך האט איר שוין צוזאמענגעהערט אין אייער לעבן אויף פאפא? - אלע לשון-הרע דרשות און משמורות איז אויף זיי נישט געזאגט געווארן, זיי זענען דאך פאפא, אויף זיי מעג מען רעדן... מען האט געוואלט שיסן זייער שמש אין מח, נאך וואס מען האט געפינען ר' יחזקאל שמש געשאסן, אבער ער האט נישט קיין מח, וכו' וכו'.

פארוואס איז פאפא געווארן דאס לצנות פון שטעטל? - וואס האבן זיי זיך פארזינדיגט פאר די וועלט? - זענען זיי דען נישט אזוי ווי יעדע חסידות, א רבי מיט חסידים, פירט טיש זינגט ניגונים... כ'מיין, זענען זיי אזוי ווייט משוגע ווי מען מאכט זיי? - וואספארא היתר איז דאס זיך צו אינדעקעווען אויף זייער בלוט?

דרייט זיך ארום א גאנצע קהילה, א שיינע גרויסע קהילה מיט אסאך מענטשן, און באהאלטן זיך אין די מייזן לעכער פון דאס גענאר וואס מען מאכט פון זיי. די יונגעלייטלעך שעמען זיך צו דערציילן אז זיי זענען פאפענער, און אויב זיי מוזן עס יא זאגן, בייגן זיי אראפ דעם קאפ פאר בושה. אין יעדע אנדערע חסידות האלטן זיך די יוגנט שטאלץ און גרויס מיט די חסידות און זייער רבי, און זיי מוזן נעבעך איינמאכן. א פאפענער יונגל שעמט זיך צו דערציילן פאר זיין סאטמארן חבר אז ער איז א פאפענער, בשעת דער חבר רעדט מיט שטאלץ פון סאטמאר און פונעם רבי'ן. זייט וויסן אז פאפא חסידים האבן אויך בלוט און פלייש, זיי האבן אויך הרגישים, מיינט נישט אז זיי שפירן אנדערש ווען מען טשעפעט זיי, עס באדערט זיי אויך. וואס זענען זיי שולדיג אז זיי זענען געבוירן פאפא? - קומט זיך זיי מיתה דערפאר? - זיי זענען פאפא. דעטס איט.

אז מען פרעגט מיר, עס איז יעצט חודש אלול, אלע רבנים זאגן דרשות וואס מען דארף מתקן זיין אויף די וועלט און וואס מען דארף טון פאר תשובה און תיקון המעשים. די תשובה ליגט אונטער אייער נאז... דא אין שטאט איז פאראן א קהילה וועמען די שטאט לייט דיסקרימענירן. מען דארף מעורר זיין דעם קהל, אז אויב מען זעט א פאפענער חסיד, זאל מען אים מחזק זיין און זאגן אז ער טוט גוט, ער איז א פאפענער, איז וואס? - אים זאגן אביסל דברי חיזוק און מקרב זיין די פאפענער חסידים. די רבנים דארפן רעדן דערוועגן און זאגן אז מען טאר נישט טשעפענען פאפער חסידים און אז זיי זענען מענטשן פונקט ווי יעדער איינער.

און פאר די פאפער חסידים: הייבט אויף אייערע קעפ, שעמט אייך נישט, קומט ארויס און זאגט הויך "מיר זענען פאפענע חסידים" - איר דארפט אייך נישט שעמען, טראגט דעם פאפא פאן מיט שטאלץ, וואו איר גייט און שטייט, שרייט אויס און מאכט זיכער אז מען זאל וויסן אז איר זענט פאפא און איר זענט שטאלץ דערמיט. הויבט אויף אייערע פענער און לאזט אייך הערן.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:53 am#139308
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דרייט זיך ארום א גאנצע קהילה, א שיינע גרויסע קהילה מיט אסאך מענטשן, און באהאלטן זיך אין די מייזן לעכער פון דאס גענאר וואס מען מאכט פון זיי. די יונגעלייטלעך שעמען זיך צו דערציילן אז זיי זענען פאפענער, און אויב זיי מוזן עס יא זאגן, בייגן זיי אראפ דעם קאפ פאר בושה.

דעיס איז נישט אמת די פאפנער חברה זענען זייער שטאלץ מיט זיך איך ווייס נישט מיט וואס זיי זענען שטאלץ אבער זיי זענען זייער שטאלץ מיט זיך
און עני קעיס האסט גוט אראפ געלייגט די נושא
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:12 pm#139312
לעמיל האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דרייט זיך ארום א גאנצע קהילה, א שיינע גרויסע קהילה מיט אסאך מענטשן, און באהאלטן זיך אין די מייזן לעכער פון דאס גענאר וואס מען מאכט פון זיי. די יונגעלייטלעך שעמען זיך צו דערציילן אז זיי זענען פאפענער, און אויב זיי מוזן עס יא זאגן, בייגן זיי אראפ דעם קאפ פאר בושה.

דעיס איז נישט אמת די פאפנער חברה זענען זייער שטאלץ מיט זיך איך ווייס נישט מיט וואס זיי זענען שטאלץ אבער זיי זענען זייער שטאלץ מיט זיך
און עני קעיס האסט גוט אראפ געלייגט די נושא


קאפי דעט! ^^

פאקטיש שטייט פאפא שענער ווי רוב חסידית'ע, הן מיט געלט, והן מיט מוסדות וכדומה!

#גאופאפא זאל זיין די סלאגאן! !
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:16 pm#139313
ווי למשל
סטראשע די פאפא גענז
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:35 pm#139319
Whoever remembers PUPA 30-40 years ago. you could hear in by the Tisch. Mahi Hosti Krepli G'ehat...
& other Oberland Ausdruken...almost none are left there today........
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:54 pm#139330
לכבוד, קומסט מיר פאר ווי א געפערליכער לץ!... א שטייגער ווי י. מיללער, כאבים געהערט אמאל האקן אויף געוויסע בדחנים וואס זאגן שוויגער דזשאוקס, סנישט שיין דאס צו טון זאגט ער. און מיניה וביה זאגט ער דארט די אלע שוויגער וויצן וואס די אנדערע זאגן ארויסצובאענגן ווי נישט שיין סאיז.,.

דו דערמאנסט מיר פון אים. איך האב די אלע פאפא וויצן קיינמאל געהערט , שכח פארן שמייכל. איין וויץ יא וואס דו האסט נישט דערמאנט. מיללער טייטשט אויס דעם פסוק צהלי זאלי ורוני ארוינע ישבת ציון באבוב כי פאפא גדול בקרבך בעלזע קדוש ישראל וויזניץ. פרעגט איינער פארוואס קדוש ישראל וויזניץ? פרעגט מיללער און אז כי איז פאפא פארשטייסטע יא?
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 1:00 pm#139333
יושבת= סקווירא
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 1:26 pm#139347
דער פריערדיגער פאפא'ר רב האט געמוזט זיין עפעס א גאר געלונגענער איידעלער מענטש, פשוט פאר דעם אליין אז ער איז געווען דער איינציגער גרויסער חסידישע אדמו"ר וואס האט געוואוינט אינעם שאטן פון סאטמאר רבי'ן, בתוככי וויליאמסבורג, און סורווייווט, וואס קיינער אין די וועלט האט נישט באוויזן, דאס ווייזט אויף א דיפלאמטישקייט, און א שטארקער שכל הישר, פון איין זייט האט ער זיך מכניע געווען צום סאטמאר רבין, זיך געלאזט ציטרעטן פון די סאטמארע גבאים שלעגערס כידוע, אבער הוא בשלו האט זיך נישט ציטאן געמאכט און געפירט א זעלבסטשטענדיגע חסידות, מיט א אנדערן שניט ווי סאטמאר, ס'מער דומה צו בעלזא כידוע (ר' הערשעלע ספינקער איז ווייט נישט אזא גרויס, און די סטייל פון די קהלה - אויסער דאס וואס דער רבי דאווענט ניסוח זידיטשוב - איז ממש א קאפי פון סאטמאר)

און די גרעסטע נס וואס דער פאפא רבי האט באוויזן וואס יעדער סאטמארער קען זיי מקנא זיין, איז נאך זיין פטירה, זיין ממלא מקום איז 1000 מייל אוועק פון איהם, און די רביס'טעווע איז אריבער צו איהם מיט ממש די מינמאלסטע שאדן (פטור בלי כלום אי אפשר), פאר סאם ריזען האבן זיי א געוויסע איידלקייט וואס דער פאפער רבי האט אין זיי אריינגעלייגט וואס האלט זיי באחדות, בענוה והכנעה, און סאטמאר (עכ"פ א טייל) וואלט מען שוין לאנג ציפליקט דעם רבי'ן אויף שטיקר אמער דער נייער רבי איז א טעראריסט א משוגענער וואס איז משנה פונעם פאטער, וכדומה וכדומה, ב"ה דער היינטיגער רבי איז א וואוילער איד, קיין איין פאפער חסיד איז נישט פארפאלען געווארן צוליב איהם אדרבא ס'נאר דא וואס זיי צו מקנה זיין,
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:13 pm#139366
גאלד איר זענט גיוואלדיג
אבער דאס וואס איר מאלט אזוי שוואך אראפ דעם היינטיגען פאפער רבי איז איבערגעטריבען ער איז גאר אן איידעלער און האט גאר אן
צוגעלאזענער איידעלער התנהגות און גראדע איז ער געווען פין די הויפט אויפבויער'ס פון די קהילה וואס איז נאכנישט געווען אזוי געבויעט בעפאר
בכלל הרב גאלד זענט איר אביסעל מגזים דאס מציאות פינעם אלטער פאפער רבי וואס לכ' צעהלים וויען האבען עני טיים געהאט אזעלכע רביים ווי פאפא נו פארוואס זענען זיי נישט אנגעקומען צו וואס פאפא האט דערגרייכט?
דער תירוץ איז אז דייקא צוליב וואס די יוצאי אונגערן מאקעווע בשנת ט''ז י''ז האבען זיך געקלאמערט שטארק ארום דעם פאפער רבי און דייקא צוליב זייער העט צו סאטמאר רב און אהבת המדינה דאס האט אים געגעבן א שטיקעל זעלבסטשטענדיגקייט צו ווערן מער פון די קראסנא, וויען, צעהלים רביים.
טראץ וואס דער הויפט אקציע צו אהערברענגען קיין אמעריקא די פליטי אונגארען איז געווארען געפירט פין סאקמיר רב האבען די חברה אים געשפיגען אין פנים, אין איינגעווארצעלט א שטארקער העט אינעם פאפער ציבור עגענסט סאטמאר,
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:15 pm#139369
העט? שרייב "העיט"
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:26 pm#139378
גאלד; פארוואס האט פאפא רב נישט געקענט באווייזן דאס וואס סאטמאר רב האט באוויזן, איינצונעמען דאס גאנצע יהדות החרדית אויף די וועלט אונטער זיינע פליגלען?
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:30 pm#139379
פאפא רב האט געהאט געוויסע אידן וואס זענען געגאנגען צו עם אלס בעלזא חסיד.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:32 pm#139380
מורינו הרב האט געשריבן:גאלד; פארוואס האט פאפא רב נישט געקענט באווייזן דאס וואס סאטמאר רב האט באוויזן, איינצונעמען דאס גאנצע יהדות החרדית אויף די וועלט אונטער זיינע פליגלען?


ווייל פאפא רב זצ"ל געהאט די שכל צו פארשטיין וואס אסאך האבן נישט געקענט אדער געוואלט פארשטיין אז קיינער איז נישט קיין סאטמאר רבי, און ער איז געגאנגען מיט דעם שניט, איך בין נישטא צו קאמפיטן מיט סאטמאר, איך בין דא צו זיין פאפא רב און גארנישט מער, דאס איז געווען זיין גדלות,
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:46 pm#139390
וואס אימפרעסט מיך זייער מיט קהלות פאפא, איז אז די וועסט רעדן מיט די חסידים דארטן וועט קיינער נישט האלטן פונעם רבי'ן אז ער איז א קדוש קדוש, עכ"פ ווייט נישט אזא גאטונג ווי סקווער אדער בעלזא, וכדומה, מ'פרעדיגט דארט נישט קיין חסידות, עם כל זה זענען זיי זיך מכניע צו זייער רבי'ן מיט א אויסערגעווענליכער רעספעקט און אחדות, דאס ווייזט אויף די קוואליטי פון די מענטשן דארט, ס'האט קיינעם נישט געשאט פון זיך מכניע זיין צום פאפער רבי'ן און ס'האט אסאך געשאט די אויבערחכמים אין סאטמאר וכדומה צו רעוואלטירן קעגן א רבי,
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:42 pm#139436
קיינער האלט נישט ווייל ער איז נישט ,כאפסט?
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 3:57 pm#139444
ער איז. עניטיים אזוי גרויס ווי אנדערע היינטיגע רבי'ס.

גאלד, איך בין אביסל מחולק מיט דיר. די סיבה םארוואס פאפא איז אזא חוזק אין וויליאמסבורג, איז געווען טאקע ווייל זייערע ראשי קהילה זענען נישט געווען קיין מכירים את מקומם, נאר אלס געטרייט צו קאמפיטן / נאכמאכן סאטמאר. דאס האט דער עיקר געשאדט פאר זייער אימעזש.

למעשה איז דאס נאר א וויליאמסבורג'ע קרענק, איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק - און אוודאי מאנסי - קוקט אן פאפא פאר א געהעריגע קהילה פונקט אזוי געלונגען ווי אנדערע. אפילו מאנראוער אויפגעוואקסענע האבן נישט אזא בליק אויף פאפא ווי די וויליער חברה.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:09 pm#139454
ATUB @איך אויך ATUB , יעדער (כמעט) האט א געפיל פאר א אנדערע חסידות. דער צוליב דעם וואס ער האט חברים דארט, דער צוליב וואס זיין זיידע איז געווען א תלמיד פון יענער גזע, וכדומה.
משא'כ, ביי דיר איז יעדער איינער א גארנישט, און די האלטסט זיך נישט צוריק פון בארעדן אנדערע רבי'ס.
מיר וואונדערט נאר, אז די נעמסט אזוי פערזענליך ווען איינער מאכט חוזק פון אנדערע רבי'ס. פארוואס טראכסטו נישט וועגן די געפילן פון אנדערע ניקס וואס באלאנגען און גלייבן אין זייער רבי? איך וויל דיר נישט אטאקירן, וועל איך דיר זאגן די אמת. איך אליין האב אויך צומאל חוזק געמאכט דא, אבער איך האב איינגעזען צוויי זאכן:
1) די געפילן צושפילט זיך זייער, און נאכדעם שיסט יענער צוריק אויף דיין רבי.
2) אנדערע ניקס הייבן אן פיינט צוהאבן ניקס וואס מאכן חוזק פון זייערע רבי'ס, און די שנאה בלייבט אפילו ביי א שמועס פון גאר אן אנדערע ענין.

דאס וואס לאמיר זאגן א אהרוני וועט חוזק מאכן פון א זאלויני, און אזוי אויך פארקערט, קען מען כאטש מער פארשטיין. נישט אז דאס איז יא גערעכט, אבער די ווייטאג פרישט זיך אויף יעדער מאל עס איז דא נייעס אין קאורט וכו., אבער סתם אבי צו האקן??

נאכאמאל, איך מיין נישט דיר פערזענליך, און ווי איך האב שוין פריער ערווענט, איך בין (געווען?) די זעלבע, ורק להעיר אני בא.

בלייב מיר גוטע פריינד! :D
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:20 pm#139461
ח"ו איך מאך נישט חוזק פון קיינעם און מיין ציהל איז נישט וויי צו טוהן פאר קיינעם ,איך זאג נאר וואס איך האלט און דו זאגסט וואס דו האלסט ולא פליגי.

אמרעדט פון פאפא דערמאך איך מיר מען פלעגט זאגן אז פאפא רבי האט נאך קיינמאל נישט געזאגט "מיום עמדי על דעתי"..
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:23 pm#139464
איך אויך האט געשריבן:ח"ו איך מאך נישט חוזק פון קיינעם און מיין ציהל איז נישט וויי צו טוהן פאר קיינעם ,איך זאג נאר וואס איך האלט און דו זאגסט וואס דו האלסט ולא פליגי.

אבער זיך שפילן מיט יענעמס געפילן איז נישט אזוי מענטשליך. עכ'פ צו יעדער עת מצוא זיכער נישט....
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:27 pm#139468
איך טייטש לעת מצוא זו אשה... קען זיין דו טייטשט עס אנדערש.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 4:31 pm#139470
איך אויך האט געשריבן:איך טייטש לעת מצוא זו אשה... קען זיין דו טייטשט עס אנדערש.


ס'איז א מחלוקת וואס עס מיינט.
איך וויל זיך נישט מישן. ;) ;)
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:02 pm#139488
איך ווייס נישט צו אסאך געדענקן דאס, אבער איך געדענק גוט שמחות תורה אין וומ"ב פלעגן אומפארשעמטע סאטמארע יונגע בחור'לעך גיין קיין פאפא צי די הקפות זיך געשטעלט אין די הייעך אויף די פארענטשעס און פרעכערהייט אפגעלאכט פון דער רבי און די חסידים,

פעך!! קיין טראפ שאנדע!!
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:06 pm#139491
למעשה שמח"ת He is the best show in town.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:17 pm#139495
:דיסלייק:
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:00 pm#139512
גאלד האט געשריבן:איך ווייס נישט צו אסאך געדענקן דאס, אבער איך געדענק גוט שמחות תורה אין וומ"ב פלעגן אומפארשעמטע סאטמארע יונגע בחור'לעך גיין קיין פאפא צי די הקפות זיך געשטעלט אין די הייעך אויף די פארענטשעס און פרעכערהייט אפגעלאכט פון דער רבי און די חסידים,

פעך!! קיין טראפ שאנדע!!

מה עשה הקב"ה? עטליכע יאר שפעטער איז פון ראדני, בליל שמח"ת, ארויסגעקומען די גרעסטע חילול השם אין היסטוריה (excluding ה' אייר)
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:24 am#139645
איך קען נארישע פאפא חברה. א פאקט!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:25 am#139646
איך האב געזען א פאפא'נער פריער עסן סאשי פיש און ביי יעדע בייס האט ער געשריגן ימח שמו!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:27 am#139647
פאפא האט די מערסטע גבירים אין ווילאסבורג,אפשר אלץ לא לחכמים
לחם ?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:28 am#139648
שמעקעדיג האט געשריבן:איך קען קלוגע פאפא חברה. א פאקט!

ווילאנג מ'זאגט דאס אלץ א חידוש, האלט מען נאך אלץ ביים אלטן. משל דומה "ס'דא שווארצע וואס זענען נישט קיין רוצחים".
מענטשן אינערהאלב א קהילה האבן גארנישט אין קאממאן. איך קען איידעלע סאטמארע אינגעלייט!
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:28 am#139649
ווער איז אן עושר חוץ מענצער??
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:29 am#139650
בעל הבית האט געשריבן:אפשר אלץ לא לחכמים לחם ?

משה שמואל זופניק איז א פאפא?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:45 am#139653
שלמה וועבער מיכל אבארלענדער שמואל באדענסקי שמואל וואסערמאן שלום קויפמאן ישכר ווייס יוסף אויש (טעמפלער) יחאיל ומרדכי שלמה גאלבערגער נחום זינגער חזקי' קריצלער פין לונדון ,הרב חזקי' סופר פין וויען
. ועוד
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:08 am#139665
בני תורה פעלט אויך נישט אין פאפא ,הרב יצחק אהרן גאלדבערגער,הרב משה מנחם ווייס,הרב אייזיק ואחיו ר'שמעלקא פריעדמאן ,פישער,הרב גבריאל ואחיו ר'שמשון צינער ,גבריאל גאלדבערגער,
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:16 am#139667
אבער אז מען רעדט שוין במילא....
א גראבע פאפאנע איז געשטאנען לעבן א חדר ווען די קינדער זענען אהיים געגאנגען,
פרעגט אים די מנהל ״די ווארטס אויפ א קינד״?
ענטפערט אים די פאפא׳נע ״ניין!! איך בין סתם גראב״

קענסט עס לייגען אויף סאטמאר אויב דאס וועט די מאכן מער העעפי, די אנדערע פארשטייט זעך...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:42 am#139677
ווער אימער עס נעמט אנטייל דא אין דעם שפיכות דמים אשכול, צי האלט ער זיך פאר סתם קלוג, צי גאר פאר אן אמתער כופר בעיקר לויט די סטאנדארטן פון דעם וועבזייטל, איז ווארשיינליך א יונגערמאנטשיק שלא נפתחו עיניו און מיינט ס'איז א וויץ גלאט אזוי חויזיק צו מאכן פון א גאנצע קהלה, עטליכע הונדערט משפחות, א פאר טויזנט אידישע נפשות.

עס זענען זיכער דא פון פאפא יונגעלייט אדער מעגליך ערוואקסענע וואס בלאנדזשען אריין אין דעם אשכול און ווערן רויט פאר בושה, און דאס הארץ זינקט זיי צום טיפן אפגרונד זעענדיג ווי מען מאכט פון זיי דאס גענאר בחנם על לא דבר, און מען געט זיי ניטאמאל קיין שאנס, כאילו זיי זענען נישט געבוירן געווארן מיט די רעכט, צו הייסן נארמאל קלוג.

פאר די אין דעם פארום וואס גלויבן נאך עפעס אין די תורה, פאר זיי איז גענוג צו דערמאנען דעם פסוק ארור מכה את רעהו בסתר, וואס קען נישט האבן קיין בעסערן באדייט ווי זיצן אינדערהיים און שרייבן באהאלטענערהייט אויפ'ן סמארט פאון, און זיך אונטערלאכן פון זיך אליין ווי געלונגען און ווי מעכטיג ער איז אז ער קען חוזיק מאכן פון גאנץ ק"ק פאפא און קיינער קען אים נישט כאפן ווייל ער שרייבט דאך אונטער א מאסקע פון א ניק.

און פאר די וואס גלויבן נישט אין גארנישט, חברה, לאכטס וויפיל איר קענט, דאס איז א מציאות וואס מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מאמין דערצו, ווייל די יארן ערפארונג צייגט דיר דאס קלאר אין די אויגן, אז ווען איינער טשעפעט יענעם, סיי וועמען, קומט דאס צוריק אהיים און אפטמאל זייער ביטער.

יעצט קענט עטץ אלע נעמען מיך אויפ'ן צימבל און חויזיק מאכן פון מיר ווי גרויס דאס יאר איז, עטץ קענטס שרייען איך בין אליין א פאפא חסיד, עטץ קענסט שרייען איך בין נאאיוו און סטופיד, וואס אימער איר ווילט. איך בין נישט אזוי געלונגען ווי ענק וועלכע זענען פאפירענע טיגערס און קענען שרייבן אויף קאווע שטיבל באהאלטענערהייט אין טוילעט און זיך קלאפן אין בויך ווי געלונגען איר זענט. פארפאלן איר דאס אויבערשטע פונעם שטייסל פון דער מענטשהייט. אבער אפחויזיקן סתם אזוי פון מענטשן איז רשעות און קינדיש. אלע גרויסע מויל מאכערס פון מיין עידזש האבן ערגעץ אין די יארן פון איין טאג אויפ'ן צווייטן זיך פארמאכט דאס מויל, און קיינער האט נישט געפרעגט פארוואס זיי זענען פלוצלינג נשתנה געווארן לאיש אחר, ווייל געווענליך איז שוין די אורזאך באקאנט אין די גאנצע שטאט.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:43 am#139678
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:00 am#139700
מח החושב, שטארקע דבירים האסט גיט ארוסגעברענגט די מויל מאכער נקודה


עס איז גארנישט קיין דזאק , די וועלט איז נישט הפקר
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:07 am#139702
בעל הבית האט געשריבן:שלמה וועבער מיכל אבארלענדער שמואל באדענסקי שמואל וואסערמאן שלום קויפמאן ישכר ווייס יוסף אויש (טעמפלער) יחאיל ומרדכי שלמה גאלבערגער נחום זינגער חזקי' קריצלער פין לונדון ,הרב חזקי' סופר פין וויען
. ועוד


נישט יעדער וועם דו האסט דא אויסגערעכנט וואוינט און ווילי, סכאפט נישט קיין נפקא מינה במילא, אבער חזקי קריצלער פון לאנדאן וואס ער האט מיט פאפא ווייס איך נישט אבער אזויפיל ווייס איך יא אז ער דרייט זיך און סאטמאר דארט דאווענט ער לערנט ער שיקט זיינע קינדער און סאטמאר און ער איז פון די גרויסע תומכים פאר מוסדות סאטמאר לאנדאן
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:17 am#139705
די חכם ,ער איז אכטע פאפאנער ,ווי זאל ער זיך דרייען אין לונדון ?פאפא האט נישט קיין ביהמ"ד דארט ,אין סאטמער 86 איז זייער א נאטראל פלאטץ רוב מאנטשן האבן מיט סאטמער גארנישט, מאטיאש,גליק ,שנעק, ריינער,אבערלאנדער,

אין אז מען רעדט שון יא פין פאפא- לאנדאן איז כדי אונצומערקן אז הרה"ג ר' משה פאללאק מו"ץ התאחדות קהילות החרידים איז אויך א תלמיד פין פאפא רב ז"ל
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:26 am#139708
יארמע רב זאגט, די אונגארישע זענען בעצם נישט אזעלכע נאראנים, מען האט זיי פשוט אזויפיל מאל זיי דאס געזאגט, אז זיי האבן שוין אנגעהויבן גלייבן...
די זעלבע איז מיט פאפא.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:37 am#139714
מען זאגט נאך פון סאטמאר רב זי"ע, אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די פוילישע זענען קלוגער, אז עס איז זיי געלונגען איינצורעדן פאר די אונגערישע אז זיי זענען נארנים.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:08 am#139723
מורינו הרב האט געשריבן:מען זאגט נאך פון סאטמאר רב זי"ע, אז די איינציגסטע זאך מיט וואס די פוילישע זענען קלוגער, אז עס איז זיי געלונגען איינצורעדן פאר די אונגערישע אז זיי זענען נארנים.


סאטמאר רב ז'ל האט כידוע כסדר געמאכט ווערטלעך.
איך גלייב אז טאמער ער האט דאס געזאגט, איז עס נאר געווען א ווערטל.
מי יעמוד בסוד קדושים...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:55 am#139747
ווי איך האב זיך נעכטן געשריבן אין אן אנדערע אשכול איבער די זעלבע נושא, עס איז שוין צייט פאר די היימישע יושבי קופסה (איך בין כאטש ביים דעקל...) צו איינזעהן אז ראסיזם איז אוט אוו סטייל (גוגל וואלט געטייטשט ארויס פונעם נוסח). עס איז נישט יושר, נישט אידישליך, נישט בא'טעמ'ט - ספיציעל ווען מען דערזעהט זיך מיט איינעם פון די חברה אינעם קרייז, און אפילו נישט גויאישליך! און אונז בני ישראל וואלטן ערשט געדארפט דאס איינזעהן און עפרישיעט'ן.

איך רעד דא זיי סיי ראסיזם פון איין חסידות צו א צווייטען, סיי ראסיזם פון איין שטאט צו א צווייטען (די אלאמנייס פון סאטמר קעמפס ווייסן זיכער פון וואס כ'מיין), סיי ראסיזם פון איין טיפ יוד צו א צווייטען, סיי ראסיזם פון איין רעליגיע צו א צווייטען, און סיי ראסיזם פון איין הויט-קאליר צו א צווייטען.

אויב האט איר - חס וחלילה - נישט די פארשטאנד דאס צו באגריפן - איר פארפעלט צו פארשטיין אז טשעפענען איז שלעכט, הן מה"ת והן מדין גברא, האב כאטש די העפעלכקייט (courtesy) און רעד נישט אזוי ברבים. נאר פאר די צוליבקייט פון חילול שם שמים. די וועלט איז היינט קלענער ווי סיי ווען אימער, און דיין אידיש באהאלט היינט גארנישט. (עיין ערך שמריה.)

און די זעלבע צייט בעט איך די געטרייע הנהלה וואס ארבייט שוין יעצט מיט שווערע כוחות צו קוראַטירן די שטיבל מיט א קאווע זופ, ביטע - בכל לשון של בקשה - לאז אויך באריכטן תגובים וואס האבן ראסיסטישע באמערקונגען און בילדער.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:07 am#139750
איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:16 am#139753
איך וויל וויסן.

קודם כל, ווי אזוי שפירן פאפא חסידים ווען מען רעדט פון זיי אזוי?
ווי אזוי בערך שמועסן די קופקעס דעם קומענדיגן שבת, ווען מען וועט ארומשמועסן איבער דעם אשכול, און גאנץ זיכער וועלן זיך יאווען אזעלכע וואס וועלן עס ארויספרינטן און ווייזן פאר די חברים, וואס וועט דער עולם שמועסן איבער דעם? - וועט עס ווייטון, וועט מען זיך אויסלאכן?
ליגט אמת דערין אז די פאפא חסידים זענען מער נארישער פון אנדערע?
פון וואו קומט באמת די סטיגמא? - וואס איז דיין בליק דערין מיט א פאפאנע בליק?
נאך איין שאלה פאר איך פארגעס: פארוואס האסטו געשריבן 'איך בין א פאפא קהילה מיטגליד', פארוואס נישט 'איך בין א פאפא חסיד'? - איז דאס פאר א סיבה?

בכלל, שמועס אביסל אויס דעם ענין מיט א פאפא בליק, לאז דעם ציבור הערן וואס פאפא חסידים האבן דערויף צו זאגן.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:16 am#139754
שת.אדמזאהן האט געשריבן:איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.


ווי אזוי זענען ענקער מוסדות אזוי מצליח?
עס איז א דבר ידוע אז די תלמוד תורה שטייגט איבער סיי וועלכע ת'ת אין שטאט.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:40 am#139760
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:איך וויל וויסן.
קודם כל, ווי אזוי שפירן פאפא חסידים ווען מען רעדט פון זיי אזוי?

פאפא באשטייט פון צווישען 1000 און 2000 משפחות. איך קען נישט פארטרעטען יענעםס געפילן.
אויב איר פרעגט איבער מיינע געפילן?
סתם אזוי, איינער וואס מאכט חוזק פון א צווייטען איז ביי מיר אראפגעקוקט. בפרט ווען יענער זאגט סתם "ביסט דאך אזא פאפאנער", זאגט ער דאך גארנישט..
בדרך כלל, א מיטגעליד פון א קהילה אדער א חסיד, א וויזניצער, א בעלזער און א סקווירער, וועלן נישט חוזק מאכן פון פאפא, עס איז געווענדליך נאר א סאטמארער, אויף דעם זאגן שוין חז"ל הכל לפי המבייש.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווי אזוי בערך שמועסן די קופקעס דעם קומענדיגן שבת, ווען מען וועט ארומשמועסן איבער דעם אשכול, און גאנץ זיכער וועלן זיך יאווען אזעלכע וואס וועלן עס ארויספרינטן און ווייזן פאר די חברים, וואס וועט דער עולם שמועסן איבער דעם? - וועט עס ווייטון, וועט מען זיך אויסלאכן?

עס וועט זיכער ווייטוהן פאר געוויסע חסידים.
זייער ריאקציע וועט זיין לכאורה איינע פון די פאלגענדע:
"שוין, די אינטערנעט ליידיגייערס"
"וואס איז יעצט געשעהן, ס'שטיל געווארן אין קאורט?"
"נעבעך, זיי זענען מקנא אונזער באשיידענקייט"

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ליגט אמת דערין אז די פאפא חסידים זענען מער נארישער פון אנדערע?

איך ווייס נישט. לאמיר ערשט זעהן קעגען וועם דו ווילסט דאס מעסטען? וועם מיינסטו מיט "אנדערע"?

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:פון וואו קומט באמת די סטיגמא? - וואס איז דיין בליק דערין מיט א פאפאנע בליק?

דאס קומט פון וואוינען בשכינות פון א קהילה וואס איז געבויט מיט א שיטה "אונז זענען העכער פון יעדעם".

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:נאך איין שאלה פאר איך פארגעס: פארוואס האסטו געשריבן 'איך בין א פאפא קהילה מיטגליד', פארוואס נישט 'איך בין א פאפא חסיד'? - איז דאס פאר א סיבה?

יא. איך בין נישט קיין חסיד. איך געהער צו די קהילה, איך בין מחשיב דעם רבי'ן פאר זיין געטריי שאפט צו זיינע חסידים, און צו זיין מוסדות. און בעיקר פאר זיין זיך פראבירן צו האלטן נארמאל און אזא משוגענע שטאט.

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:בכלל, שמועס אביסל אויס דעם ענין מיט א פאפא בליק, לאז דעם ציבור הערן וואס פאפא חסידים האבן דערויף צו זאגן.

וואס מיינט "א פאפא בליק"?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:43 am#139761
א בליק פון א מיטגלידער פון די פאפא קהילה.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:44 am#139763
I'm back האט געשריבן:
שת.אדמזאהן האט געשריבן:איך בין א פאפא קהילה מיטגעליד.

אויב איינער וויל עפעס וויסן וועגן פאפא, וועל איך פראבירן צו ענטפערען זיינע פראגען.


ווי אזוי זענען ענקער מוסדות אזוי מצליח?
עס איז א דבר ידוע אז די תלמוד תורה שטייגט איבער סיי וועלכע ת'ת אין שטאט.


עס איז שווער צו מעסעטן פאפא ת"ת, מיט דריי פאראלעל קלאסען קעגען אנדערע ריזיגע חדרים.
אין פאל אז עס איז אמת וואס איר זאגט, איז די תירוץ אז די הנהלה געט זיך אפ מיט דעם. זיי זענען נישט פארנומען מיט פאליטיק.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:45 am#139765
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:א בליק פון א מיטגלידער פון די פאפא קהילה.

א בליק אויף וואס?
פרעג מער פרטיתדיג

(איך קען נישט רעדן פאר גאנץ פאפא, איך רעד פאר מיר)