דינסטאג מערץ 4, 2014 2:06 pm#188493
שמעקעדיגאיך הער עס דרייעט זיך ארום א צעטל ווי עטליכע רבנים האבן זיך אריינגעכאפט און אליינס אפגעמאסטן די קברים און זיי זאגן קלאר אז עס שיינט יא צו זיין א אידישע בית החיים!
איך האב באמת נישט געהאט קיין מיינונג ביז אהער, זיך נישט געמישט, וואס ווייס איך דען? אבער דאס איז קלארע פאקטן וואס זיי זאגן אז אפילו די רבנים המתירים האבן זיך אויך איבערצייגט. אויב איז עס אמת, כאפט א פחד. נישט קיין דזשאוקס.
איך בין נייגעריג אויב איינער קען מברר זיין פרטים. איך מיש נישט קיין פאליטיק כידוע, איך וויל נאר הערן פאקטן. שוין חדשים ואס איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיך שלאגן איבער א מציאות הדברים וואס מען קען מברר זיין. ענדליך הער איך מען טוט שוין צו דער זאך. אבער איך זאג נישט גארנישט ביז איך הער מער קראנטע פרטים. און ביטע, אן ליצנות. איי עם סיריעס נאו.
אומגלויבליך. איך פרעג א פשוט'ע שאלה, באמת מסיח לפי תומו, און איינער איז געווארן גאר צעווילדעוועט און שיקט מיר א אישי מיט א פסק פארן זיך וואגן צו פרעגן.
עפעס שמעקט נישט גוט דא!
דא האט איר דעם אישי:
נאך איין צימעס תגובה און דו מעקסט הא?
חלום שוין נישט אזוי סאך, קאווע שטיבל איז הייד פארק א דאנק דיינע חברים און שרייבער ווי נאר פרייליך און דער שכן,
כלל ישראל אטעמט אפ אז אזא נארישע מקום ווי קאווע שטיבל שטינקט פון צימעס און צואה
גיי אן ווייטער מיט דיין נאיוועטעיט
קען מיר איינער מסביר'ן על מה יצא הקצף? און וועלכע כלל ישראל אטעמט אפ?




