מאנטאג אוגוסט 12, 2013 9:57 am#140941
דער שוד המתים אין בית שמש נאך א פארצויגענער מערכה אנגעהויבען
שוידערליכע רציחות און אכזריות זענען משכ'ן היינטיגען טאג פארגעקומען בארה''ק צום ערשטן מאל אין היסטאריע וואס דאס ציבור החרדי דארף זיך אפיציעל באפאסען מיט שמירה אויפען בית החיים אין בית שמש וואס ווערט אצינד אטאקירט דורך גאר גאר היימישע חברה מיט א לבוש פין א חרדישער היתרווי ס'געבן איבער בני ארץ ישראל איז ערווארטעט גאר א ביטערער און זעלטענער מלחמה וואס אר''י האט שוין יארען נישט געזעהן
דא האט איר אביסעל פין די העדליינס אין די היינטיגע פרעסע
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57922">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57922</a>
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57932">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57932</a>
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57923">http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=57923</a>
יודען ברחבי העולם רייסט איין בעד אחינו תושבי ארה''ק וואס ווערן אינטערדריקט פין די פארשאלטענע מדינה הציונית מיט אירע פרימע פארכאפטע תועים, וואס צוליב זייער תאות השררה והממון העלפן זיי צו די גזירת הממשלה בלי שום בושה וחרפה
ס'כאפט א שאק און שוידער צו זעהן די פחדים'דיגע בילדער ווי קאפעלעך מיט שלוחי המדינה הציונית שטייען אין לעכערן איין מערה נאכען צווייטען


