מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 3:39 pm#464438
מנחם ציוןדי פראדוצירער זענען היבש בייסיג מיט דער שטיקל פון די לעווינזון הצעה. דא זענען מיר חרדים ביזי שרייען אז אלעס איז באשערט, און שידוכים איז פון הימל. אבער ווען אלע רעדער דרייען זיך אין די ריכטונג ווי גיטי וויל נישט, איז נישט דא קיין הימל, און נישט קיין באשערט, נאר אלעס זאל זיין "לפי הספר". און ליפע, ווי אן איש כשר עושה רצון אשתו רופט אן יוסל'ה ווי המן נאכן באגאסן ווערן. (דאס איז בכלל א שטארקע טויש אין גיטי'ס כאראקטער, ווען אין די ערשטע עונה איז גיטי געווען א שדרה'לאזע פרוי, פיל מיט עמאציעס. און פון די צווייטע און ווייטער איז זי א היבשער.... כ'ווייס נישט, א ביטש?)
אינטערעסאנט ווי דו און איך האבן געוואטשט די זעלבע סצענע און דאך האבן מיר ארויסגענומען גאר פארקערטע רעאקציעס. אין מיינע אויגן זענען די שרייבער דא בכלל נישט בייסיג. אדרבא, זיי האבן יומאניזירט די פרומע אידנע, אז טראצדעם וואס געווענטליך האט זי נישט קיין רוקנ-ביין נאר איר גאנץ לעבן דרייט זיך ארום וואס די אייבישטער און די תורה (און די קאמיוניטי) זאגט, דאך קומט א פונקט ווי זי איז א יומען ביאינג ערשט. זי שטעלט אראפ א פוס און זאגט עס קומט מיר אויך אמאל עפעס נחת דא אין עולם הזה. עס גיבט די viewer א געלעגנהייט זיך צו קענען עטוואס אידענטיפיצירן מיט די גיטי כאראקטאר. זארג דיך אבער נישט, די מעשה האט זיך נאכנישט געענדיגט. איך גלייב אז די טראגישע גיטי וועט צוריק ערגענצט ווערן ווען דער שידוך וועט ווערן טראצדעם וואס עס געפעלט איר נישט און זי וועט מיט א געבויגנע קאפ עס "מקבל זיין באהבה".
נ.ב. נאר א מאן וואס איז שורר בביבתו כצוואת אחשווירוש קען האלטן אז א פרוי וואס וויל א "נארמאלע" שידוך פאר איר קינד איז מעגליך א ביטש. כנלענ"ד.
.