פארומס › "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

1,435 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4513
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:31 pm#464674
גיטי'ס דעספערטע געשריי: לאמיר כאטש איין זאך טוהן אין דעי משפחה לויט די בוק!
לדעתי די בעסטע ליין…
#רחמנות, באשעפער, רחמנות
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:43 am#464695
ווער איז די שירה לעווינזון בינאיך זייער נייגעריג אפשר פאקט זי איין די אנדערע יוסעלע זיי נישט קיין נאר
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:03 am#464700
קען זיך איינער מרחם זיין, און לייגן אויף דרייו, פאר די גע'כשר'טע יודן?
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:57 am#464703
מילך טראק
ווער איז די שירה לעווינזון בינאיך זייער נייגעריג אפשר פאקט זי איין די אנדערע יוסעלע זיי נישט קיין נאר


ריב נימאן. איר געבורטסטאג איז צופעליג געווען נעכטן.
ניב סולטאן (זילא) פון טעהראן און ליאנא יון (דאנא) פון בת השוטר האבן איר נעכטן אנגעוואונטשן מזל טוב, האב איך באמערקט אז דאס איז שירה לוי.

זי איז אויך אן אקטרעס אויף Fauda. (יארא)
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:31 am#464705
וואס איז די וואלקן וואס שוועבט אויף משפחת ווייס?
די וואלקן וואס האט זיי געמאכט פארשטיין אז מען דארף שוין א שידוך טוהן מיט יוסל’ה און נישט ווארטן ביז׳ן פיפטן וועד
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:31 am#464706
.
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:38 am#464707
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:31 pm#464712
בת קול
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

די דערמאנסט מיר עפעס
שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דענמאלטס
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:41 pm#464714
קלוגע יודל
בת קול
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

די דערמאנסט מיר עפעס
שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דענמאלטס

חזרה איז אלס גוט, פלעגט דער רבי זאגן
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:06 pm#464739
נו ווען קומט פרק ב?
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:48 pm#464745
שוין דא
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:50 pm#464746
ווער קען דאס ארויפלייגן מיט א דרייוו לינק?
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:58 pm#464748
שפילער האט געשריבן:שוין דא


לינק בבקשה
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 8:40 pm#464751
שפילער האט געשריבן:שוין דא

אויף טלגרם?
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:06 pm#464756
ישעיה האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:שוין דא

אויף טלגרם?


יא, א געוואלדיגע עפיזאד
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:51 pm#464761
איך האלט די סיבה פארואס ליבי האט געדארפט גיין פארקויפן בייגלעך איז פשוט, אויב ליבי לעבט און סלעבן גייט ווייטער אן , וואלט די קאנצעפט פון די מעשה אריבער צו א הייסע ראמאן צווישן קיווע און ליבי, נישט דאס איז די תכלית פון די סדרה, קיווע דארף זיך סאמהאו טרעפן צוריק אין איין דירה מיט שלום און זיך ארומרייסן מיט זיין טאטע, אדער פארקערט די ליבשאפט זאל גיין נאך טיפער, איך האב נאך נישט געוואטשט די צווייטע פרק, איך שטעל מיר פאר אז עס ווערט נאר בעסער און בעסער.
זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:51 pm#464762
u
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:20 am#464764
ליבי אומר לי אז קיווע גייט זיך יעצט פארליבען אין די ווארבער מיידעל אטעדע וואס האט אפגעקויפט די ציורים פון ליבי ע׳ה
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:44 am#464767
ראוונע האט געשריבן:ליבי אומר לי אז קיווע גייט זיך יעצט פארליבען אין די ווארבער מיידעל אטעדע וואס האט אפגעקויפט די ציורים פון ליבי ע׳ה

דוכט זיך מיר, אז שפעטער ווען ער פירקלט אזוי אויף זיין ביכעלע, מאלט ער איר פיגור... שוין נאכן געבן איר א סילוק
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:56 am#464768
יא, פשוט אזוי. זי ווערט די נייע ליבי, אבער קיווע גייט בלייבן מיט זיינע אלטע ליבי מחשבות און נישט לאזן זיך פארליבן אין איר. ער גייט זיך שלאגן מיט זיך אליין צו בלייבן מיט ליבי.

דער בטלן צבי אריה האט געראטעוועט זיין טאטע'ס קאריערע. ווער האט געגלייבט? שולם'ס שטארקייט איז צום באוואונדערן, ער איז בכלל נישט אזוי אלט.

טוניק איז געבליבן דער מתמיד, און רחמי הייבט יעצט אן א פרישן קאמף מיט אירע געפילן, וואס גייט פירן צו א שרעקליכע מלחמה צווישן איר און טוניק. איינער פון זיי צוויי גייען חרטה האבן אויף דעם שריט, אדער חנינה צוליב פרומקייט אדער רחמי געפיליש.

די לאטערי אלמנה קוקט אויס סתם אבי געשאסן דא, אבער קוקט אויס אז זי וועט נאך זיין דא א שטיקל מחותנית'טע אין דעם סעזאן.

וואס איז מיט יאסעלע, גיטי, ליפא און מנוחה? מ'האט עפעס פלעין פארגעסן פון זיי? שירה האט נאכנישט גערופן אין ישיבה? מ'וואלט ענדערש געדארפט לאזן די אויספיר פון שלום'ס הצלחה צום נעקסטן פרק, און ברענגען אביסל פון די צוויי שירה'ס. ס'וואלט זיך געענדיגט מער דראמאטיש.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:07 am#464769
דאס מערסטע געפעלט מיר די הפגנה פרשה מיט צבי אריה'ס שטיקל וואס די עולם פאלט דערפאר איינס ביי איינס און ווי עולם גולם שטיפט זיך אין די רייע ביי שולם'ס טיר, פונקט אזוי קוקן מיר אויס ווען מיר רייסן איין ביי גאלדמאן און ביי זינגער'ס פון אלכסנדר.....
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:21 am#464770
מפיל קינד האט געשריבן:יא, פשוט אזוי. זי ווערט די נייע ליבי, אבער קיווע גייט בלייבן מיט זיינע אלטע ליבי מחשבות און נישט לאזן זיך פארליבן אין איר. ער גייט זיך שלאגן מיט זיך אליין צו בלייבן מיט ליבי.

דער בטלן צבי אריה האט געראטעוועט זיין טאטע'ס קאריערע. ווער האט געגלייבט? שולם'ס שטארקייט איז צום באוואונדערן, ער איז בכלל נישט אזוי אלט.

טוניק איז געבליבן דער מתמיד, און רחמי הייבט יעצט אן א פרישן קאמף מיט אירע געפילן, וואס גייט פירן צו א שרעקליכע מלחמה צווישן איר און טוניק. איינער פון זיי צוויי גייען חרטה האבן אויף דעם שריט, אדער חנינה צוליב פרומקייט אדער רחמי געפיליש.

די לאטערי אלמנה קוקט אויס סתם אבי געשאסן דא, אבער קוקט אויס אז זי וועט נאך זיין דא א שטיקל מחותנית'טע אין דעם סעזאן.

וואס איז מיט יאסעלע, גיטי, ליפא און מנוחה? מ'האט עפעס פלעין פארגעסן פון זיי? שירה האט נאכנישט גערופן אין ישיבה? מ'וואלט ענדערש געדארפט לאזן די אויספיר פון שלום'ס הצלחה צום נעקסטן פרק, און ברענגען אביסל פון די צוויי שירה'ס. ס'וואלט זיך געענדיגט מער דראמאטיש.


יא עפעס פעלט אין די פרק
אחוץ צבי אריהלע׳ס שפיצעל ביים הפגנה אין קיווע׳ס באגעגעניש מיט רוחלי פון די ציורים איז עס היפש טרוקען
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:44 am#464771
שלום'ס קאנפראטאציע מיט וויינבאך איז שפיץ דראמע. די מוסקלען זענען מיר געווען איינגעצויגן פון זיינע שארפע אויגן.

(די טעלעפאן געשפרעך צווישן זיי בעפאר איז געוואלדיג...)
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 1:45 am#464772
אין די לעצטע סצענע זעהט מען מרת יוקטן אין א סטודיאָ. זי גייט גיין פובליק וועגן שלום'ס מאוו אויף איר?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 3:21 am#464775
מנחם ציון האט געשריבן:ווער קען דאס ארויפלייגן מיט א דרייוו לינק?

m https://drive.google.com/file/d/143CXfw ... p=drivesdk m
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 8:55 am#464778
גראדעמעכעלע האט געשריבן:שלום'ס קאנפראטאציע מיט וויינבאך איז שפיץ דראמע. די מוסקלען זענען מיר געווען איינגעצויגן פון זיינע שארפע אויגן.

(די טעלעפאן געשפרעך צווישן זיי בעפאר איז געוואלדיג...)

אמת. אבער אין מיינע אויגען האט ער זיך צו שטארק פארלוירען. פאסט נישט פאר אזא איש מכובד
מה אני נראה לך כמו איזה מזרוחניק שיושבת בבודקה ומוכר פיס? נעבעך נאך אנגעווייטאגט פון די rejection פון הרבנית יוקטן
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:00 am#464780
אלזא וואס בלייבט מיט די תרומה? כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען? זי האט עס שוין געגיבן צו נישט? שלום סתם אזוי אנטזאגט זיך עס צוריקצוגיבן??
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:06 pm#464804
קאצקע ציקער האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.


דער ראש ישיבה..... ווי שאפט מען אזאנס....

שולי ראנד

האדמו׳ר מקרייניץ פון אוטונומיות
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 5:05 pm#464811
wow! what an episode this week
!
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 5:09 pm#464813
אלע זענען גוט, אבער רעב שולעם עולה על כולם
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 8:57 pm#464837
די בילד וואס קיווע סקריבעלט אויף א פאפיר צום סוף איז פון רחלי?
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 9:31 pm#464838
real fake news האט געשריבן:די בילד וואס קיווע סקריבעלט אויף א פאפיר צום סוף איז פון רחלי?

יא
ווי עס זעהט אויס איז זי זיין נייע crush
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 11:02 pm#464840
ראוונע האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:די בילד וואס קיווע סקריבעלט אויף א פאפיר צום סוף איז פון רחלי?

יא
ווי עס זעהט אויס איז זי זיין נייע crush

אויך מיין
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 11:10 pm#464841
זיי האבן ארויפגעדייעלט די געפילן ביזן הימעל מיטן עקרה. און די דילעמא איז גאר גאר היימיש, וויאזוי ספראוועט מען זעך ווען הלכה שטייט צווישן א מאמע און איר אומגעבוירן קינד? שטיסל איז נאכאלס שטיסל.
מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:14 pm#464842
לייבל שטילער
wow! what an episode this week
!

סמיר אינטערסאנט וואס דו האסט געזעהן אינעם עפיסאד אזוי שטארק , אין מיינע אויגן איז עס געווען היפש טריקן
מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 1:10 am#464910
די סעריע מאכט עפעס נישט קיין סענס. פון איין זייט עקזיסטירן שוין דארט סעלפאונס, מ'זעט ווי אזוי קיווע באקומט א קאל פון קאופמאן וכו', שלום באקומט א פאון פון וועד הורים וכו'. פון די אנדערע זייט שטייט שלום און טייפט אויף א טייפרייטער א הזמנה לדינר און א נאום פרידה וכו' און שוכער קלאפט אריין אזוי אומגערופן... מעיק אפ יאר מיינד, רעדט מען פון ירושלים פון 50 יאר צוריק, אדער איז עס א היינטיגע מעשה?

נאך א זאך: איז עס דען רעאליסטיש, אז א שירה מיט א יאסי זאלן זיך טרעפן, פונקט אין די זעלבע צייט וואס א צווייטע שירה מיט א צווייטע יאסי זאלן זיך טרעפן? - ממש האר אויף האר און די זעלבע האטעל. פליז...
מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 1:20 am#464911
אבשלום בן מעכה


נאך א זאך: איז עס דען רעאליסטיש, אז א שירה מיט א יאסי זאלן זיך טרעפן, פונקט אין די זעלבע צייט וואס א צווייטע שירה מיט א צווייטע יאסי זאלן זיך טרעפן? - ממש האר אויף האר און די זעלבע האטעל. פליז...


הוא הנותן, דאס ווייסט טאקע אז ס'איז ממש א באשערעטע שידוך און מיט דעם אלעם פייט עס די מאמע ציין און נעגעל ווי א וויליאמסבורגער פרוי.
מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 4:08 am#464919
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אבשלום בן מעכה
די סעריע מאכט עפעס נישט קיין סענס. פון איין זייט עקזיסטירן שוין דארט סעלפאונס, מ'זעט ווי אזוי קיווע באקומט א קאל פון קאופמאן וכו', שלום באקומט א פאון פון וועד הורים וכו'. פון די אנדערע זייט שטייט שלום און טייפט אויף א טייפרייטער א הזמנה לדינר און א נאום פרידה וכו' און שוכער קלאפט אריין אזוי אומגערופן... מעיק אפ יאר מיינד, רעדט מען פון ירושלים פון 50 יאר צוריק, אדער איז עס א היינטיגע מעשה?

נאך א זאך: איז עס דען רעאליסטיש, אז א שירה מיט א יאסי זאלן זיך טרעפן, פונקט אין די זעלבע צייט וואס א צווייטע שירה מיט א צווייטע יאסי זאלן זיך טרעפן? - ממש האר אויף האר און די זעלבע האטעל. פליז...


עס איז דא נאכאלץ יודן וואס נוצן היינט טייפרייטערס סעצפעיל פון די עלטערע דור. ווייל א קאמפיוטער איז צו קאמפליצירט פאר זיי. אייביג האבן זיי די פראבלעמען אז ווען זיי סעיווען א פעידזש טרעפן זיי נישט ווי עס איז אוועק געלייגט.... בכלל איך גלייב נישט אז שולם ברענגט אריין א קאמפיוטער אין שטוב.
געדענק אז ביסט אין א טי ווי שוי און נישט אין א אמת'דיגע מעשה. אז פונקט מאכט מיך אז שירה מיט יאסעלע זאלן זיך טרעפן אנשטאט שירה מיט יאסי איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין דאהי...

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 3, 2021 3:54 pm#465059
שוין דא די דריטע פרק? אויב יא קען איינער אפלאודן?
זונטאג יאנואר 3, 2021 4:53 pm#465061
mevakesh
שוין דא די דריטע פרק? אויב יא קען איינער אפלאודן?

איך קען נישט אפלאודן כרגע, אבער ס'דא
זונטאג יאנואר 3, 2021 7:12 pm#465069
פין ווי, טעלעגראם?
זונטאג יאנואר 3, 2021 7:55 pm#465072
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/17OU7Lx-nnlyewwlaBb53VWz8jjXtiZV7/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/17OU7Lx ... p=drivesdk</a>
זונטאג יאנואר 3, 2021 8:09 pm#465074
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נחום האט זיך ערוועקט.... געלייגט האט מען אויף איהם א גוטע מעיק אפ וואס מאכט אים אויסקוקן ווי איינער וואס שלאפט אויפן באנק אין זכרון משה.
זייער דראמאטיש ווי א קליינטשיגע בחור טרעפט זיך אין ספאט אין שידוכים....
פון איין זייט האט מען שוין געשלאסן מיט די אנדערע אבער ער קען נישט פארגעסן זיין ליבע (די ווארט וואס זיין מאמע האט נישט ליעב געהאט אז אזא קליין בחור ווייסט) מיט די שירה מיט די אויגן ברילן.
הקיצור איך האלט ער גייט נישט קענען מבטל זיין שידוכים אזוי ווי עקיבא.... ער איז דאך נישט קיין זיבן און צוואנציג. א קליינטשיגע ישיבה בחור ארום גענומען מיט חברים און סוסייטו.....
ער דערמאנט מיר שטארק פון די צייטן ווען איך האב געלערנט אין ישיבה ווען איינער זאגט אז מ'ווארט פאר דיר אויף די טעלעפאן און ווען מ'קומט אן איז ער שוין לאנג נישט דארט.....
אונז האבן אפי' געהאט א tv show בתוך tv show, פארשטייט זיך ליפא האט ליב צו אריין רוקן דארטן.... אבער גיטי א עכטע וויליאמסבורג פרוי ( וואס וואוינט אין ירושלים ) איז בבחינת יהרג ואל יעבור אויף דעם.....
אביסעלע אויגן קאנטאקט האב זיי שוין געמאכט קיווי מיט רחלע.... עפעס וועבט שוין א ליבע דארטן.....
איראניש ווען ליפא פארציילט פאר גיטי אז זיי זענען אויס ווי חרדים אבער א שוואכע יודיש הערט זיך דארטן.... ווען און שטיסל אליינס איז די יודיש אויך נישט אזוי אמבעסטן....
איך האב שוין גענוג צוגעהערט צו די ירושלימער יודיש... סעפצעיל ווען ער שרייעט אן נחום פאר זיך נעמען דאס לעבן איז שווער צו פארשטיין א ווארט....
קיווי איז געפערלעך מיט אפמאלן א בילד פון זיין פעטער\שווער ווען ער איז אין א שווערע מינוט... ער האט עס שוין געטוהן מיט זיין טאטע.... אפגעמאלן ווען ער איז איינגעשלאפן איבערן גמרא און די קאפל איז אראפ געפאלן....
א איבערלעבעניש גייט ער אדורך ווען די גאווערמענט נעמט זיך צו זיינע קינדער.....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 3, 2021 8:19 pm#465077
גאנץ א שטארקע עפיזאד, ביי ר׳ שולעם אין שטוב דרייט זיך אלעס ארום דאס קליינטשיג דבורהלע און זי איז שוין אויך אין סכנה, סקען זיך נאך אויסקאכן א שטיקל אם המרעיבה פרשה

סאיז מיר שטארק געפאלן וויאזוי מלייגט אריין יוסעלע אין ענליכע מצבים ווי זיין טאטע בנעוריו, ער האט אבער מער די מאמעס כאראקטער און טאקע גיטי אליין ווערט גוט צונומען דורכדעם וואס מרוקט דא אריין די פרוי וואס גייט דורך א ענליכע פרשה אבער נעמט עס אין א אנדערע ריכטונג
זונטאג יאנואר 3, 2021 9:35 pm#465078
איך שפיר אז ס'גייט זיך יעצט איבערשפילן די ליפא מעשה נאכאמאל. ער גייט בקרוב אפיאגן מיט זיין סמארטפאן און זיך צוטיילן פון גיטי, די קליינע יאסעלע גייט מיטגיין מיט אים.
זונטאג יאנואר 3, 2021 9:45 pm#465080
ווייסט איינער וואו מ'קען עס באקומען מיט ענגלישע סאבטייטלס פאר די נשים צדקניות
זונטאג יאנואר 3, 2021 11:19 pm#465092
פיינע נייעס, און ס'האט מיט די גוטע סקריפט גאר אסאך.
אבער פטור בלא כלום קען איך נישט. און מיין הערה איז, ווען ער נעמט איבער דאס קינד פון א פרעמדע פרוי אינעם משפחתון, האט ער אוועקגענומען אין א רגע די בילד אז ער איז א חרדי.

קיינער נעמט נישט איבער 'ביי אונז' א קינד פון א פרעמדע פרוי מיד ליד.
מאנטאג יאנואר 4, 2021 8:14 am#465100
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קוויטעל
פיינע נייעס, און ס'האט מיט די גוטע סקריפט גאר אסאך.
אבער פטור בלא כלום קען איך נישט. און מיין הערה איז, ווען ער נעמט איבער דאס קינד פון א פרעמדע פרוי אינעם משפחתון, האט ער אוועקגענומען אין א רגע די בילד אז ער איז א חרדי.

קיינער נעמט נישט איבער 'ביי אונז' א קינד פון א פרעמדע פרוי מיד ליד.
דאס איז לכאורה בדוקא אזוי ווייל קיווע איז געווען אנגעטרינקען

Sent from my SM-N960U using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 4, 2021 3:24 pm#465116
פוי גיטי. כ'קען איהר נישט דערליידן.
מאנטאג יאנואר 4, 2021 3:49 pm#465118
לייבל שטילער
פוי גיטי. כ'קען איהר נישט דערליידן.


גיטי ווערט געשפילט דורך די טאלאנטפולע קאמענדיאנטקע נטע ריסקין. זי פארציילט אין א אינטערוויו מיט לחיים, אז אמאל איז זי געגאנגן שפאצירן אויפן גאס אנגעכאפט מיט איר ליב פויגלע. און מיטאמאל האט זיך די פייערדיגע ליבע צושפילט אויף א מאסנשטעבליכער פארנעם, אזש די צוויי ליבע פויגליך, נטע מיט איר ליבהאבער האבן זיך ליבליך צונויפגעקישט אין סאמען רשות הרבים. האט דורכשפאצירט דארט א חרדי אויפן ארט, וועלכע איז ווארשיינלך געווען אויסגעקאכט און פארליבט אין די שטיסל סעריע. און ער זאגט איר: גיטי ס'פאסט נישט! איך בין אנטוישט אין דיר...
מענטשן פאלן נעבאך אין ליבע און אין פיינטשאפט מיט זייער אייגענע פאנטאזיע. זיי פאלן אין ליבע מיט שדים און שדיות וועלכע עקזעסטירן נישט אינעם ווירקליכער ריאליטעט...