Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
388 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1505 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4513
דינסטאג יאנואר 05, 2021 9:41 am#465152
ס'נישט צום פארשטיין דאס וואס דער רווחה האט געלאזט נוחעם'ן בלייבן ביי שולם אינדערהיים, ער דארף דאך ווערן האספיטאלאזירט
דינסטאג יאנואר 05, 2021 11:05 am#465154
Eq-CeS-XYAQz8OY.jpeg
דינסטאג יאנואר 05, 2021 11:55 am#465156
בת הרב לוינזון שליט"א לרפ"ש
דינסטאג יאנואר 05, 2021 1:28 pm#465158
ישעיה האט געשריבן:ס'נישט צום פארשטיין דאס וואס דער רווחה האט געלאזט נוחעם'ן בלייבן ביי שולם אינדערהיים, ער דארף דאך ווערן האספיטאלאזירט

טשיילד קעיר סערוויסעס טראגט נישט קיין דיפרעסטע מענטשן צום שפיטאל / משגועים הויז...
דינסטאג יאנואר 05, 2021 3:15 pm#465161
אפשר קען טאקע ATUB @מ גפני ATUB שתדלן ביי די מלכות הרשעה צוריקצוברענגען דבורה'לע ;)
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:07 pm#465288
ס'איז קלאר אז עקיבה איז אנסטעיבל. נו, אן ארטיסט. ער טרונקט אינמיטן טאג, קען נישט לייגן ביהיינד זיין פארשטארבענע פרוי און פארשטייט נישט אז א מקח איז א מקח. ערגער, ער ווערט נאך אויפגערעגט אויף זי ווען זי האט נישט געוואלט נעמען זיין כלאחר יד'יגע פעינטעינג. האסט געזען ווי ער האט זי באזידלט..? בי עי דזשענטלמען ווי קאופמאן בעט זיך שטענדיג...!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 5:47 pm#465289
וואס ס'פשט אז קיווע האט נישט געהאט קיין געלט פאר רענט? ער האט דאך באקומען בובע מלכה'ס דירה... אזוי איז דאך געווען אפגעמאכט סוף שבעה, ביים שידוך פון קיווע אין ליבי (אדער ליבקע...)

[אולי י"ל היות זיין ברודער צבי ארי'לע האט דארט געוואונט האט ער אים נישט געוואלט ארויס ווארפן... קיווע'ס מידות...]
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 6:53 pm#465291
איך בין אנטוישט און נישט אין די זעלבע צייט
אויב ביז יעצט איז שטיסל געווען א רואיגע רעאליטעט שאו, ווי דער צוקוקער קען רילעיטן צו די געשעענישן, איז אין די לעצטיגע עפיזאדן אוועקגעפאלן אט דער געפיל.
צו סאך מענטשן שטארבן, צו סאך זאכן געשעהן.
די שטיסל פאמיליע האט שוין באלד אזויפיל צרות ווי דאס וואס רש"י רעכענט אויס אויף יעקב

באבע שטארבט
מאמע שטארבט
שניר שטארבט
פעטער סוכער שטארבט
פעטער נוחעם גייט א גאנג
טאטע אלמנ'ט פאר זיבן יאר
טאטע ווערט ארויסגעטראסקעט פון חדר
גיטי'ס מאן אנטלויפט
גיטי'ס מאן קומט צוריק....
קיווע ברעכט צוויי שידוכים
מ'כאפט צו דאס אייניקל
רוחמי האט פייגעלעך
יוסאלע האט טורקיס
א שוועסטער ווערט א חב"ד'סקער
ועל כולם, זיי האבן א ברודער ווי צבי ארי'... :lol:

אבער פון די אנדערע זייט איז עס פארט שטיסל, און שטיסל אנטוישט נישט. די דעטאלן וואס זיי לייגן אריין איז צום פארגאפט ווערן
קיווע גייט מיט די מסורה'דיגע "משכן התכלת" זעקל. מערקט ווען ער נעמט אפ זיין טאכטער.
שולעם ווערט פארכאפט מיט אינטערעסע אין מיכלסון'ס מאשינקע, ווי א טיפישער מנהל, און ער האט נאך דעם שפאטישן שמייכל... כנהוג.
דאס ווישן די ברילן פון יוסאלע'ס חברותא.... אזוי היימיש
די וויליאמפעסטע סצענעס. ווי גיטי פרובירט אריינשארן אונטערן טעפיך איר פארגאנגענהייט. די גאנצע צוגאנג צו יוסאלע'ס שידוך, סיי די חלק ווי גיטי וועהלט אויס "איר" שידוך, און סיי די חלק פון די בעשויס, ווען נאך צוויי מאל זיך טרעפן און רעדן פון פלאטערלעך ברעכט מען טעלער.
שטיסל איט איז!!
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 7:10 pm#465294
מנחם ציון האט געשריבן:איך בין אנטוישט און נישט אין די זעלבע צייט
אויב ביז יעצט איז שטיסל געווען א רואיגע רעאליטעט שאו, ווי דער צוקוקער קען רילעיטן צו די געשעענישן, ![/size]


סתם בדרך אגב, שטיסל איז קיינמאל געווען א ריעליטי שוי, א ריעליטי שוי איז א סארט ז'אנאר וואס מ'כאפט אויף נישט סקריפטעד סצענעס נאר עס קומט ווירקליך פאר אין ריאליטעט. נאר, ביז יעצט איז עס געווען א דעילי/פעמעלי דראמא, יעצט איז עס א געהעריגע דראמא.
דאנערשטאג יאנואר 07, 2021 7:19 pm#465297
שכוח פארן פונאנדערשיידן.
איך בין נייגעריג אויב אנדערע שפירן אויך אזוי. ס'איז עפעס צו שטארקע צופאלן
פרייטאג יאנואר 08, 2021 9:50 am#465321
מנחם ציון האט געשריבן:שכוח פארן פונאנדערשיידן.
איך בין נייגעריג אויב אנדערע שפירן אויך אזוי. ס'איז עפעס צו שטארקע צופאלן

טאקע צופאלן... אבער בויט זיך הערליך צוריק.....
פרייטאג יאנואר 08, 2021 1:25 pm#465325
עס ווערט בעסער און בעסער, איינער שרייבט דא פריער איך קען נישט דערליידן גיטי, אויב קען איינער אזוי זאגן האט ער נאכנעשט אנגעכאפט די קלאמקע פון שטיסל, זי איז לכאורה פון די בעסטע עקטערס אויף שטיסל, די טאלאנט פון זיך אריינלייגן אין א טיפיקעל ווויליאמסבורגע ווייבל איז נישט צום באגרייפן. און אז מען רעד שוין, דער ליפא איז ריין גאלד, דע סמירק אויפן פנים, מיטן זיך שאקלן און דרייען מיט די ציצות, איך ווער צידרייט פאר אים
פרייטאג יאנואר 08, 2021 1:35 pm#465326
מיר זעהט אויס ווי אין אנהויב איז די ציצית שפילעריי געווען נאטורליך
יעצט איז עס אביסל טו מאטש
מוצ"ש יאנואר 09, 2021 11:45 pm#465352
פארקערט דאס נישט דערליידן גיטי, ווייזט אויף איר מעכטיגע עקטן, און מסתמא דאס האט ער געמיינט צו זאגן, ער קען נישט דערליידן די גיטי פון די פילם, דאס הייסט די מעטאליטי פון שטופן אלעס אין איר ריכטינג, און נישט זעהן א צווייטן, און לעבן פאר די גאס.
זונטאג יאנואר 10, 2021 12:14 am#465353
אויס מענטש: א דאנק, דאס איז געווען מיין כוונה.
זונטאג יאנואר 10, 2021 12:35 am#465355
איינער ווייסט פארוואס רחמי איז נישט געקומען צו איר ברודער'ס לחיים? (כמיין סאיז באמת נישט קיין קשיא ווייל קוים וואס דער טאטע ליפא איז געקומען...)
זונטאג יאנואר 10, 2021 5:08 am#465370
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
עס איז אפילו נישט געווען א געהעריגע לחיים... עס איז געווען א געכאפטע מעשה....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 5:11 am#465371
כרם זית האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס רחמי איז נישט געקומען צו איר ברודער'ס לחיים? (כמיין סאיז באמת נישט קיין קשיא ווייל קוים וואס דער טאטע ליפא איז געקומען...)

די האסט שוין געהערט פון א לחיים וואס מען מאכט פאר די טאטע פונעם חתן קומט אן?
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:09 am#465374
כרם זית האט געשריבן:איינער ווייסט פארוואס רחמי איז נישט געקומען צו איר ברודער'ס לחיים? (כמיין סאיז באמת נישט קיין קשיא ווייל קוים וואס דער טאטע ליפא איז געקומען...)


זי מיט איר מאן זענען געוועהן פארנומען טוהן דער ערשטע מצוה ביים דאקטאר.
זונטאג יאנואר 10, 2021 10:48 am#465378
פערדע פרק שוין אידרויסן?
זונטאג יאנואר 10, 2021 10:53 am#465380
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
יעדע זונטאג נאכט 11 אזייגער ארץ ישראל צייט ערשיינט עס. דאס מיינט פיר אזייגער ביי אונז אחינו בגולה

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:45 pm#465407
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:פערדע פרק שוין אידרויסן?

יאפס.
משוגע משוגע, געוואלדיג
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:47 pm#465408
אהער דערמיט!
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:47 pm#465409
ישעיה האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:פערדע פרק שוין אידרויסן?

יאפס.
משוגע משוגע, געוואלדיג

נו ווער קען משפיע זיין?
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:54 pm#465411
גוגל דרייו איינער?
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:54 pm#465412
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
m https://t.me/stisel2020/39 m

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:56 pm#465413
ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:58 pm#465414
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...
עס איז א שטיקל ארבעט צו אנלאדן און אפלאדן... קאסט א שיינע ביסל דאטא.... אבער וואס טוט מען נישט פאר חברינו פון די הייליגע שטיבל

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 6:59 pm#465415
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...

עשה למען הקדושים שאסרו להם הטעלעגראם
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:00 pm#465416
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:00 pm#465417
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
m https://drive.google.com/file/d/1d6A89B ... p=drivesdk m
היות עס נעמט אויף פלאץ פון מיינע קארגע פופצן גיג וועל איך עס נישט לאזן צו לאנג דאהי. אפשר פאר געציילטע טעג... נעמטס און האט הנאה....
מאכט נאר זיכער נישט אוועק צו נעמען דאס צייט פון לערנען פלעגט מיין מנהל זאגן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:02 pm#465418
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
mevakesh האט געשריבן:
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:ברענג פאר די הייליגע פארשפארטע...

עשה למען הקדושים שאסרו להם הטעלעגראם
חנינו וענינו כי אין בנו מעשים וואלט געווען אביסל שענער צו אויסדריקן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:03 pm#465419
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:https://drive.google.com/file/d/1d6A89BTrg9KQdJBCS_NRKkU2N4m3Gh2c/view?usp=drivesdk
היות עס נעמט אויף פלאץ פון מיינע קארגע פופצן גיג וועל איך עס נישט לאזן צו לאנג דאהי. אפשר פאר געציילטע טעג... נעמטס און האט הנאה....
מאכט נאר זיכער נישט אוועק צו נעמען דאס צייט פון לערנען פלעגט מיין מנהל זאגן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

ישר כוח !!!
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:04 pm#465421
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
לאמיר רעדן אביסל אפן איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים. איז דא אזא זאך אז מאיז מזנה א צווייטע פרוי און דאס קינד ווערט גערעכט פון די ערשטע? וואס גייט פונקטליך פאר. ? על כל פנים אויב עס איז דא א ווארט אין ענגליש אויף עס אז איך זאל קענען נאכקוקן דערין וואלט געווען גענוג

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:08 pm#465422
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:לאמיר רעדן אביסל אפן איך בין נישט אזוי באהאווענט אין די ענינים. איז דא אזא זאך אז מאיז מזנה א צווייטע פרוי און דאס קינד ווערט גערעכט פון די ערשטע? וואס גייט פונקטליך פאר. ? על כל פנים אויב עס איז דא א ווארט אין ענגליש אויף עס אז איך זאל קענען נאכקוקן דערין וואלט געווען גענוג

m https://en.wikipedia.org/wiki/Surrogacy m
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:09 pm#465423
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:17 pm#465424
האט איינער די היינטיגע פרק אין 720P?
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:18 pm#465425
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אויף טעלעגראם?

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:19 pm#465426
וואו אימער.
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:20 pm#465427
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:https://t.me/stisel2020/39

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
אויף מיין לינק איז דא 1080

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:33 pm#465428
כי בא סוס פרעה :lol:
זונטאג יאנואר 10, 2021 7:59 pm#465429
קען מיר איינער מסביר זיין וואס גייט פאר? - וואס מיינט פונקטליך "להוציא את ההתקן" - וואס טוט מען דארט?
זונטאג יאנואר 10, 2021 8:06 pm#465430
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואס גייט פאר? - וואס מיינט פונקטליך "להוציא את ההתקן" - וואס טוט מען דארט?

ס'איז א מין birth control נאר ס'איז נישט טאבלעטן ס'איז א שטיקל פלסטיק וואס מ'לייגט אריין אין ענגליש הייסט עס IUD
זונטאג יאנואר 10, 2021 8:12 pm#465431
כ'האב הנאה אז דער עולם קען זיך אזוי גוט אויס, מ'דארף נאר אכט געבן ס'זאל נישט זיין קיין חכמתו מרובה ממעשיו. :P (כ'רעד צו מיר אויך. :oops: )
זונטאג יאנואר 10, 2021 8:57 pm#465435
די פרק איז גוט אבער איך פיהל אביסעל אז עס איז דא צופיהל עקשען און עס פעהלט אביסל פונעם פשטות וואס איז געווען אין די פריערדיקע סעזאנס
זונטאג יאנואר 10, 2021 9:23 pm#465439
רחל האט נישט קיין משפחה

כ'בין געווארן אנטוישט אז מען זעהט נישט ַַַַַַַעקיבה
מיט רחל צוזאמען נאכדעם
בד"ו (עקיבא מיט רחל סקלינט א בעל )
זונטאג יאנואר 10, 2021 10:13 pm#465446
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בין איך די איינציגסטע וואס האט פיינט רוחמי(שירה האסס) סיי דא אין סיי ביי unorthodox, מאכט אויסזעין אידישקייט שלעכט!

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:11 pm#465452
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
וואס גייט פאר מיט רוחמי האט זי יא געהייסטען בטל מאכן די הריון אדער נישט?

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 10, 2021 11:19 pm#465453
כגפן פוריה האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט רוחמי האט זי יא געהייסטען בטל מאכן די הריון אדער נישט?

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

זי טוט אפ די גאנצע וועלט דא, זו שפילט כאילו די פונדקאית גייט אן געהעריג בו בזמן וואס זי האט עס שוין מבטל געווען, און זי פארט צו די ווייטע פרעמדע דוקטור ארויסצונעמען די הסכן כדי ער זאת נישט קאלן חנינא....
מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:09 am#465465
רוחמי איז נאך ערגער ווי די מאמע גיטי
א מין צודרייטע קאנטראל פריעק
נעבעך חנינא דער איידעלע נשמה איז נעבעך אריינגעפאלען מיט איר

נוחעם פארליבט אין הרבנית יוקטן?? LOL