Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
388 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 1505 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4513
מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:24 am#465466
ווער נאך האפט אז רחלי וועט זיך למעשה נישט אזוי שנעל אפגעטן פון קיווע
מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:40 am#465467
:lol:
רעב שולעם!... הרגת אותי..... :lol: :lol: דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....

חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק
מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:44 am#465468
ווער ס'פארשטייט נישט רוחמי, כ'מיין אז אלע ווייבעלעך זענען בערך אזוי, ווען ס'שפילט זיי די ווייבערישע פיבער.
מאנטאג יאנואר 11, 2021 3:41 am#465481
קוויטעל האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט נישט רוחמי, כ'מיין אז אלע ווייבעלעך זענען בערך אזוי, ווען ס'שפילט זיי די ווייבערישע פיבער.

זי נעמט עס צום נעקסט לעוועל
גיטי מיינעך קען מען מער רילעיטען צו א היימישע ווייבעל
מאנטאג יאנואר 11, 2021 8:38 am#465490
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
ראוונע האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:ווער ס'פארשטייט נישט רוחמי, כ'מיין אז אלע ווייבעלעך זענען בערך אזוי, ווען ס'שפילט זיי די ווייבערישע פיבער.

זי נעמט עס צום נעקסט לעוועל
גיטי מיינעך קען מען מער רילעיטען צו א היימישע ווייבעל
גיט געזאגט!
מין הסתם איז דא אפאר מינע ווייבליך. די עיקר אז יעדער זעיט זיך אין א צוויטען אין מען לערנט זיך עפעס פין דעים.

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 11, 2021 3:30 pm#465503
עמעזאן האט געשריבן:
כגפן פוריה האט געשריבן:וואס גייט פאר מיט רוחמי האט זי יא געהייסטען בטל מאכן די הריון אדער נישט?

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk

זי טוט אפ די גאנצע וועלט דא, זו שפילט כאילו די פונדקאית גייט אן געהעריג בו בזמן וואס זי האט עס שוין מבטל געווען, און זי פארט צו די ווייטע פרעמדע דוקטור ארויסצונעמען די הסכן כדי ער זאת נישט קאלן חנינא....

אויב עטס פארשטייטס נישט שוין נאכ'ן זאגן זענט איר דאך נישט בעסער פון חנינא.. איר באדערט צוויי זאכן אויב נישט מער. אז יעדער אינקלודינג איר מאן קימערן זיך מער איבער דאס קינד (אדער איבער דאס אז די צוויי וועלן האבן א קינד צוזאמען) ווי איבער איר און מער ספעציפיש איבער דאס אז זי וויל אזוי שטארק א קינד. ביז ווילאנג זי איז נישט ממש געוואן אין א סכהנאון צוויי אז מען האט נישט דאס מינדסטע רעספעקט פאר איר פריוואטקיייט. דער פרופ רופן אן פון שפיטאל אונטער איר רוקן פארציילן איר מאן וועגן אירע אינטענשאנס. עניוועי, פארוואס קימער איך מיר אפילו צו מסביר זיין..
דינסטאג יאנואר 12, 2021 9:53 am#465525
כמיין אז יעדער פארשטייט רוחמיס אנגעווייטאגטקייט, אבער פון די אנדערע זייט איז איר רעאקציע זייער סטופיד...ועם וויל זי אפטון דא? קיינער האט נישט געמיינט איר שלעכטס,מיט דעם מאדנעם טאהט לייגט זי אריין איר לעבן, איר אויסזיכטן צו האבן א אייגן קינד, און ועל כולם איר רילעישאנשיפ מיט איר אזוי פארליבטע מאן אין א כמעט זיכערע סוף....זי גייט נישט יעצט קענען בלייבן מיט חנינא ווייל ער וועט אויפדעקן דעם גאנצן שפיל מיט די קישענעס אין אפאר טעג [חוץ אויב ער פלאנט צו פראווען פרישות כל ימי "עיבורה"....], קיין פונדקאות וועט זי שוין נישט האבן מיט וועמען צו מאכן, און סאיז בכלל נישט דא קיין שטארקע טשאנסן זי זאל דאס איבערלעבן.

און בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס מען מאכט אזוי אוועק חנינא, יעדער רעכטדענקנדער מענטש אפילו א אטעאיסט האט א אידעלאגיע, פאר א מענטש עובר צו זיין אויף זיין אידעלאגיע וואס איז פאקטיש דער רוקנביין פון זיין לעבן איז זייער שווער, און אפטמאל אפילו אוממעגליך, פאר חנינא וואס איז א אידעלאגישער מענטש און זיין ווייב ווייסט דערפון איז די גאנצע פונדקאות אפילו מער ווי פארלירן א קינד, ביי א קינד פארלירט ער זייער א נאנטע מענטש,דאגעגן דא פארלירט ער זיך אליין...ער פילט אז דער פראיעקט פון זיין לעבן איז איין שטיק שקר, מיט דעם אלעם איז ער גרייט געווען אלעס צו לייגן אין א זייט פאר זיין ליבע מיט רוחמי, מעג זי זיין כאטש אביסל סענסיטיוו צו וואס ער גייט אדורך, אןיב איינער זעט נישט איינעם איז עס רוחמי חנינא נישט פארקערט.
דינסטאג יאנואר 12, 2021 10:00 am#465526
לויט ווי סזעט אויס האט שוין נישט רוחמי אזוי שטארק ליב איר הייליגע מאן. די מעשה האלט יעצט ביי דעם אז זי איז פארביטערט אין לעבן, און פאר דעם נעמט זי דראסטישע שריט, כדרכה בקודש ביז אהער צו טון וואס ספאלט איר ביי צו סמאכט יא סענס אדער נישט. דאס איז איר כאראקטער און סשטימט א מחי'
דינסטאג יאנואר 12, 2021 12:32 pm#465528
אברך משי האט געשריבן:לויט ווי סזעט אויס האט שוין נישט רוחמי אזוי שטארק ליב איר הייליגע מאן. די מעשה האלט יעצט ביי דעם אז זי איז פארביטערט אין לעבן, און פאר דעם נעמט זי דראסטישע שריט, כדרכה בקודש ביז אהער צו טון וואס ספאלט איר ביי צו סמאכט יא סענס אדער נישט. דאס איז איר כאראקטער און סשטימט א מחי'

גוט געזאגט
די חילוק צווישען איר אין איר מאמע לפע״ד איז איר מאמע גיטי האט כאטש עפעס א human side צו איר משא״כ רוחמי איז א שטיק ביטערניש גיב נאר א קוק ווי זי עפענט אזוינע ברייטע נאז לעכער אויף חנינה אזש זי איז אים גרייט איינצושלונגען
דינסטאג יאנואר 12, 2021 12:53 pm#465529
ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר
דינסטאג יאנואר 12, 2021 1:00 pm#465530
ירח בן יומו האט געשריבן:ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר


דאכט זיך אז מהאט דערמאנט א נאמען דארט "גבריאלה" ווען די נורס האט געפרעגט חנינא און רוחמי אויב זיי ווילן איר טרעפן אדער עפעס זאגן פאר די פרעצעדור, מכלל גבריאלה הן אתה שומע רחלי לאו, אבער ס'איז ניט מוכרח ווי דער ראש ישיבה פלעג זאגן
דינסטאג יאנואר 12, 2021 2:46 pm#465533
ירח בן יומו האט געשריבן:ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר

זי האט דאך דאס מבטל געווען ווי מען האלט קלאר מיט די טעלעפוין שמועס
דינסטאג יאנואר 12, 2021 2:53 pm#465534
עס איז נישט געוועהן קלאר וואס די ביטול איז, צו אז מען זאל נישט פראבירן נאכאמאל, צו פשט אז זי גיבט אויף דער קינד, ווען דער קינד ווען געבוירען ווערן, למעשה איז עס זייער קינד.

בכלל איז א חידוש אז מען קען אזוי מבטל זיין.
דינסטאג יאנואר 12, 2021 2:56 pm#465535
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כמיין אז יעדער פארשטייט רוחמיס אנגעווייטאגטקייט, אבער פון די אנדערע זייט איז איר רעאקציע זייער סטופיד...ועם וויל זי אפטון דא? קיינער האט נישט געמיינט איר שלעכטס,מיט דעם מאדנעם טאהט לייגט זי אריין איר לעבן, איר אויסזיכטן צו האבן א אייגן קינד, און ועל כולם איר רילעישאנשיפ מיט איר אזוי פארליבטע מאן אין א כמעט זיכערע סוף....זי גייט נישט יעצט קענען בלייבן מיט חנינא ווייל ער וועט אויפדעקן דעם גאנצן שפיל מיט די קישענעס אין אפאר טעג [חוץ אויב ער פלאנט צו פראווען פרישות כל ימי "עיבורה"....]

יעצט כאפ איך פארוואס חנינא האט איר געדארפט זאגן נישט אויסצוטוהן די בויך קישענעס אפילו פאר אים... ער וויל עס ניטאמאל זעהן. אזוי וועט ער קיינמאל נישט אויסגעפינען אז זי באמת שוואנגערט.
דינסטאג יאנואר 12, 2021 3:00 pm#465536
ירח בן יומו האט געשריבן:ווער איז די פרוי וואס האט באקומען פון רוחמי די פונדקאות? איז מעגליך אז עס איז גאר רחלי? לאמיר דימיונ'ען נאך מער-גייט רוחמי שטארבן פון די עיבור און חנינא וועט אוועקשטיפן עקיבא און חתונה האבן מיט רחלי כדי צו זיין די טאטע פון זיין קינד?

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי איך די וועג ווי אזוי רחלי איז געליגן אויסגעמיטשעט ווען עקיבא האט אריינעקלאפט צי איר

רוחמי האט דאך מבטל געווען די פונדקאות. (דערביי פארלוירען די דיפאָזיט אויך). האסט פארגעסען?
דינסטאג יאנואר 12, 2021 3:58 pm#465537
לאמער קלאר מאכן:
רוחמי איז מבטל פונדקאות וואס איז שוין לכאורה געווארן אויסגעפריווט איין מאל דעמאלס ווען זיי זענען געקומען אין די קליניק און די נורס זאגט אז עפ"י-רוב געלונגט עס נישט ביי די ערשטע מאל, אבער סקען געשען נסים. שפעטער קלינגט זי אריין דורך די טעלעפאן מבטל צו זיין די פונדקאות, על-סמך זה אז מן הסתם איז עס נישט געלונגען ולכן בעט זי אז מזאל נישט ווייטער ממשיך זיין דערמיט, און אין די זעלבע צייט גייט זי צו א דאקטער -אן קיינעמס וויסן- צו מאכן אז זי אליין זאל קענען נתעבר ווערן נאטורליך, און אפי' חנינא איז נישט בסוד הענינים און ער ווייסט נישט אז זי קען פון יעצט און ווייטער ווערן מעוברת (און ער וועט זיכער מיינען אז סאיז די קישן אין בויך)

נאר דא קען אוודאי קומען די פאנטש-ליין אז למעשה האט די פונדקאות יא חל געווען דעם ערשטן מאל בדרך נס און סאיז שוין צו שפעט מבטל צו זיין (אדער נישט, סקען זיין אז מוויל אונז נאר אנציען די נערווען)

ATUB @ירח בן יומו ATUB האט געזאגט א שטארקע סברא אז סקען זיין רחלי איז די פינדקאית (איבערהויפט אז זי איז א אלטע עלנדע מויד וואס האט נישט געפלאנט חתונה צו האבן און זוכט אייביג צו טון חסד) אבער דעמאלס וועט מען מוזן מיישב זיין פארוואס ווערט זי אנגערופן אין די טעלעפן שמועס מיט די נאמען גבריאלה, אולי האט זי איינגעגעבן א פאלשע נאמען וכולי וכולי
דינסטאג יאנואר 12, 2021 4:16 pm#465538
רחליס פארט אין די שאו איז זייער פשוט אלס קיוועס נייע ליבע, כזע נישט פארוואס מען זאל דארפן מאכן אזא מוראדיגע פשעטל אז זי איז די פונדקאית, זי איז בכלל נישט קיין חסד פרוי, אויב יא וואלט זי צוריקגעגעבן די פעינטינגס פאר קיווע בחינם, דאס אז זי האט חתונה מיט אים איז ווייט נישט קיין חסד סאיז פשוט א פארלוירענע פרואוו זיך אריינצוזען אין קיוועס הארץ, ווי מען זעט זייער קלאר אויף איר גאנצע באנעמונג אין געגנווארט פון קיווע.
און בכלל זי הייסט רחלי ורבורג און די פונדקאית הייסט גבריאלה, גבריאלה איז זיכער נישט קיין פאלשע נאמען אויב יא וואלט זי זיך נישט געוואלט טרעפן מיט רוחמי און חנינא, און רחלי ורבורג איז זיכער א עכטע נאמען, [נישט אז סדארף א ראי אבער לאסמכתא בעלמא....] זי נוצט איר נאמען ביי 2 לעגאלע פלעצער די רבנות און די רווחה.
מיטוואך יאנואר 13, 2021 12:21 am#465548
וואו איז שש משזר מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.
מיטוואך יאנואר 13, 2021 12:50 am#465549
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:וואו איז שש משזר מיט זיינע קלארע אנאליזן אויף יעדן פרק. מיר בענקען זיך.

כ'בין צוריקגעגאנגען זוכן משזר'נס אנאליזן אבער כ'האב זיי נאכנישט געטראפן, אפשר א צווייט מאל. אזוי מישנדיג האב איך גראדע באמערקט אז געוויסע האבן טענות אז די שאו איז "סם המוות" ווייל ס'לייגט אראפ חרדים אין א נעגאטיווע בליק, איך מיין אז די סארט טענות זאגן מער אויף דער וואס טענה'ט זיי ווי אויף די פראדוצירער פונעם סעריע. לדעתי לייגן זיי אראפ חרדים אביעקטיוו אזויווי זיי זענען, אז איינער האט נישט ליעב וואס ער זעהט איז עס ווייל ער האט נישט ליעב וואס ער זעהט ביי חרדים אין אלגעמיין, ער האט נישט ליעב די דמויות פון שטיסל ווייל ער האט נישט ליעב די דמות פון חרדים, אויף דעם שטייט "דער נאר זאל ארויס פון מקוה..." ס'נישט קיין פעלער אין שטיסל, ס'איז א פעלער אינעם אבזערווירער (אדער אין די חרדים זעלבסט...)
מיטוואך יאנואר 13, 2021 4:29 pm#465571
א מחיה צו זעהן ווי דער עולם איז זיך ערנסט מפלפל אין מסכת שטיסל.
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:01 pm#465653
"שטיסל"?
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:25 pm#465654
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
m https://drive.google.com/file/d/1KCpaPC ... p=drivesdk m

פאר די געכשר'טע

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:30 pm#465655
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אוי די ראמאנטיק צווישן יוסלע און די עכטע שירה דערווארימט אזוי דאס הארץ. דאס מאמע איז ווילד ווי א מטורף ווייל יאסעלע כאפט פייגלעך אין קאפ און וויל דעם שידוך אפהאקן פון די אריינגעפאלנע שירה... אזא הארציגע כאראקטער איז ליפא. ממש איינס אין די וועלט. זי האט עס דאס ערשטע מאל איינזעהן ענדליך און טאנצט מיט זיין קוזארע געדאנקען פון טרעפן פרימער אקטירן פאר די שוי....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:31 pm#465656
איפה דבל'ה :o
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:42 pm#465657
ישעיה האט געשריבן:איפה דבל'ה :o

מצא איזה רויזעלע....
שני נעבעכים.... שיעזרו אחד לשני
זונטאג יאנואר 17, 2021 6:49 pm#465658
א זיסע עפיזאד די וואך, פאקוס איז אויף משפחת ווייס און טוניק און אסאך תרתי משמע מאמענטן
זונטאג יאנואר 17, 2021 7:03 pm#465659
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
אינטערסאנט אז דאס פאטריאכטישע געשטעלט פון רעב שולם איז נישט באוויזן געווארן דאס גאנצע צייט... אזוי אויך פון קיווי.
בעצם האב איך געוויסט אז ליפא האט א גוט הארץ. נישט געוויסט אויף אזא פארנעם
ער האט פארשטאנען אז אויב יאסעלע האט בעסער ליב א ווייב וואס וועט מאכן מער געספייסעטע פיש איז עס גוט פאר איהם..
אויב עס איז שוין יא באשערט דאס שידוך ווייל גיטי האט באלעבאסטעוועט אויף איר איז ער מער הארציג צו העלפן דאס אנדערע צד...
און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ער רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך. ער פארשטייט צווינגן איז נישט גוט און אז די תועלת פארן קינד איז וויכטיגער ווי דאס נאמען אין גאס. גיטי קען אנדעריש נישט פארשטיין. פארדעם רעגט זי אויף געוויסע חברה דא אויף קאווע שטיבל

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
זונטאג יאנואר 17, 2021 11:04 pm#465687
אוי אוי..... וואט ען עפיסאד.....
איך ווער משוגע פון די סעטינגס וואס זיי האבן.
די היציגע דיסקוסיע וואס גייט פאר מיט גיטי, יוסאלע, און ליפא מיט די פי דזשעיס :lol: :lol: דאס איז ארגינעל!! זאל מען נאר אריינברענגען אביסל קאפע און אלעס וועט זיך בארואיגן.....
זונטאג יאנואר 17, 2021 11:22 pm#465688
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
שוין ב"ה ס'דא גיטע נייעס ביי די טוניקס!

Sent from my SM-A716U1 using Tapatalk
זונטאג יאנואר 17, 2021 11:24 pm#465690
חנינא קומט מיר פאר, ווי 'מייק בורשטיין' אין קוני לעמעל בתל אביב... אזא גולם תמים
מאנטאג יאנואר 18, 2021 12:11 am#465693
im in love with lipa
מאנטאג יאנואר 18, 2021 1:01 am#465695
שטארקע עפיזאד
פיל פעין מיט פיל פאנטאזירטע הנאות ... ליפא מיט זיינע חרדים טאטאל דוס... און יוסעלע מיט זיין שירה...
חנינא קומט אריינ קלאר מיטן אריין אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער פאר פרנסה... סיי גיטי און סיי רוחמי טרעטן אפ פון זייער ביטערקייט... און פאנגען אביסל צוריק די הערצער פונעם עולם... ליפאס מעסעדזש קומט ענדליך אן צו זיין ווייב און זי קוקט ענדליך ארויס פון זיך און זעהט א צווייטן... בקיצור דראמא מיט הנאה אינאיינעם... די סעריע רעדט צו יעדן מער ווי אלע אנדערע... א שאד סגייט נאר זיין 9 עפ"י עפיזאדן...
מאנטאג יאנואר 18, 2021 1:06 am#465696
די חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...
מאנטאג יאנואר 18, 2021 2:28 pm#465726
פילייכט וועט נאך יוסאלע אליינס גיין מאכן חופה וקידושין ביים ספרדישע רב הראשי וואס האט געמאכט פאר קיווע מיט רחלי :)
מאנטאג יאנואר 18, 2021 4:35 pm#465731
וואס דארפסטו גיין אזוי ווייט?

זייער חתונה וועט זיין אין די ווייס רעסטוראנט, פונקט ווי זיין טוניק מיט זיין שוועסטער.
מאנטאג יאנואר 18, 2021 5:22 pm#465739
קוויטעל האט געשריבן: :lol:
רעב שולעם!... הרגת אותי..... :lol: :lol: דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....

חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק

יא יא דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.. די וואך צושרייט זיך גיטי אויף אידיש
מאנטאג יאנואר 18, 2021 7:08 pm#465744
מ גפני האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן: :lol:
רעב שולעם!... הרגת אותי..... :lol: :lol: דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....

חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק

יא יא דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.. די וואך צושרייט זיך גיטי אויף אידיש

איך מיין אז פשוט יוסלה פארשטייט נישט קיין יודיש אזוי ווען אונז רעדן אנגליש פארנט פון די קינדער
מאנטאג יאנואר 18, 2021 8:29 pm#465748
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
קלוגע יודל האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:
רעב שולעם!... הרגת אותי..... דו פארשטאפ דיין מויל!!! זאלסט איינרוען ווי א בובה'לע... הערזיך איין, גענוג צורעס האסטו געמאכט פאר עם ישראל....

חחחחחחחחחחחח אני נחנק מצחוק

יא יא דאס עפל פאלט נישט ווייט פון בוים.. די וואך צושרייט זיך גיטי אויף אידיש

איך מיין אז פשוט יוסלה פארשטייט נישט קיין יודיש אזוי ווען אונז רעדן אנגליש פארנט פון די קינדער
איך רעד גראדע א גוטע יודיש און איך האב כמעט נישט פארשטאנען א ווארט פון זייערע יודיש...
איראניש א ליפא מאכט חוזק פון די פלאץ ווי זיי פילמירן די שאו אז זיי רעדן יידיש אבער א צוקראצטע רוסישע....

Sent from my SM-T727U using Tapatalk
מאנטאג יאנואר 18, 2021 11:08 pm#465752
פרק 5 געווינט די מעדאל פון די שטערקסטע ליין און די שטערקסטע סצענע ביז אהער!

די שטערקסטע ליין: "אולי באמת גם אתם הייתם צריכים להקשיב לעצמכם לפני שהתחתנתם..." וגם אני בחלומי געדענק איז אז ווען איך פלעג דורכגיין די שידוכים מאניפולאציעס נישט מער געדאכט פלעג איך טראכטן דאס זעלביגע...

די שטערקסטע סצענע איז פארשטייט זיך די ענדע ווי רוחמי ליפערט די פאסט און זי זעהט חנינא טון דאס זעלביגע, זיס ווי צוקער, !YUMM

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ליפא רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך.

און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אויך א חלק פון די מאניפולאציעס, ווי באקאנט פאר אלע דא וואס זענען דאס דורכגעגאנגען...
דינסטאג יאנואר 19, 2021 10:04 am#465757
וויי דער ליפא האט פארכאפט מיין סטארט אפ.....כהאב ערנסט געטראכט זיך אריינצולייגן אין דעם נאך די פריערדיגע עפיזאד, שוין כל מה דעביד רחמנא "וכולי וכולי"....
דינסטאג יאנואר 19, 2021 12:30 pm#465762
תִּהְיֶה יְהוּדִי כָּשֵׁר
פָּשׁוּט בְּלִי חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
תִּהְיֶה יְהוּדִי פָּשׁוּט...
אֲבָל מָה
יֵשׁ לֵךְ גַּם לֵב?
קָשֶׁה לְךָ לִחְיוֹת לֹא כְּמוֹ שֶׁאַתָּה?
אָז מָה
הַקַּבַּ״ה עוֹזֵר!!
יַעַבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
וְהִנֵּה עָבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
הַקַּבַּ״ה עָזַר
עָזַר בְּהֶחְלֵט
אֲבָל הַלֵּב עֲדַיִין צוֹרֵם
עֲדַיִין מְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ
תִּהְיֶה יְהוּדִי
זֶה לֹא פָּשׁוּט
עִם חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
אַל תִּהְיֶה בֵּן אָדָם פָּשׁוּט...
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה
תִּהְיֶה יְהוּדִי לֹא פָּשׁוּט
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה...


m https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676 m
דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:05 pm#465777
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תִּהְיֶה יְהוּדִי כָּשֵׁר
פָּשׁוּט בְּלִי חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
תִּהְיֶה יְהוּדִי פָּשׁוּט...
אֲבָל מָה
יֵשׁ לֵךְ גַּם לֵב?
קָשֶׁה לְךָ לִחְיוֹת לֹא כְּמוֹ שֶׁאַתָּה?
אָז מָה
הַקַּבַּ״ה עוֹזֵר!!
יַעַבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
וְהִנֵּה עָבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
הַקַּבַּ״ה עָזַר
עָזַר בְּהֶחְלֵט
אֲבָל הַלֵּב עֲדַיִין צוֹרֵם
עֲדַיִין מְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ
תִּהְיֶה יְהוּדִי
זֶה לֹא פָּשׁוּט
עִם חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
אַל תִּהְיֶה בֵּן אָדָם פָּשׁוּט...
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה
תִּהְיֶה יְהוּדִי לֹא פָּשׁוּט
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה...


https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676

כ'האב געמיינט דו ברענגסט די אינטרו ליד; לאן הולכים פתאום כולם
m https://www.facebook.com/watch/?v=882601358906620 m
דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:08 pm#465778
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
תִּהְיֶה יְהוּדִי כָּשֵׁר
פָּשׁוּט בְּלִי חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
תִּהְיֶה יְהוּדִי פָּשׁוּט...
אֲבָל מָה
יֵשׁ לֵךְ גַּם לֵב?
קָשֶׁה לְךָ לִחְיוֹת לֹא כְּמוֹ שֶׁאַתָּה?
אָז מָה
הַקַּבַּ״ה עוֹזֵר!!
יַעַבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
וְהִנֵּה עָבְרוּ עֶשְׂרִים וְחָמֵשׁ שָׁנָה
הַקַּבַּ״ה עָזַר
עָזַר בְּהֶחְלֵט
אֲבָל הַלֵּב עֲדַיִין צוֹרֵם
עֲדַיִין מְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ
תִּהְיֶה יְהוּדִי
זֶה לֹא פָּשׁוּט
עִם חֲלוֹמוֹת בְּלִי שְׁטוּיּוֹת כָּל הַיּוֹם בָּרֹאשׁ.. .
אַל תִּהְיֶה בֵּן אָדָם פָּשׁוּט...
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה
תִּהְיֶה יְהוּדִי לֹא פָּשׁוּט
תִּהְיֶה פָּשׁוּט מִי שֶׁאַתָּה...


https://www.facebook.com/gbi.rose/posts/273325920801676

Wow wow just wow
נישט אויפגעכאפט בשעת מעשה !
דינסטאג יאנואר 19, 2021 6:58 pm#465783
איך האב מיך געווארפן פון די פאון קאלל רעספאנעס צו די סרט עדס. איינס בעסער פונעם צווייטן.
אויס מענטש האט געשריבן:חנינא קומט אריינ קלאר מיטן אריין אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער פאר פרנסה...

כ'האב געלאכט. ס'קוקט שוין באלד אויס ווי ס'נישטא פאר וועמען צו פאוסטן אויב יעדער פאוסט צו יעדן. וואס זענען די שאנסן לול. דואר חרדי..
דינסטאג יאנואר 19, 2021 7:37 pm#465789
מפיל קינד האט געשריבן:די חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...


ס'איז זייער אינטערעסאנט, ביידע זענען געכאפט געווארן אין דער זעלבער צייט יעצט ביי קאראנע, און די סצענעס זענען שרעקליך ענליך. איך בין נייגעריג ווער האט פלאגאירט וועמען
ביידע הייבן זיך אן ווי דער פירער שלעפט אריין דאס לעצטע ציה פונעם ציגארעטל פארנט פון א פולע טענדער
ביידע האלט ער א דרשה בעפאר
און ביידע ענדיגט זיך מיט א טשענט
דינסטאג יאנואר 19, 2021 7:39 pm#465790
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרק 5 געווינט די מעדאל פון די שטערקסטע ליין און די שטערקסטע סצענע ביז אהער!

די שטערקסטע ליין: "אולי באמת גם אתם הייתם צריכים להקשיב לעצמכם לפני שהתחתנתם..." וגם אני בחלומי געדענק איז אז ווען איך פלעג דורכגיין די שידוכים מאניפולאציעס נישט מער געדאכט פלעג איך טראכטן דאס זעלביגע...

די שטערקסטע סצענע איז פארשטייט זיך די ענדע ווי רוחמי ליפערט די פאסט און זי זעהט חנינא טון דאס זעלביגע, זיס ווי צוקער, !YUMM

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:און ווען יאסעלע וויל ארויס בעקן פונעם שידוך איז ליפא רואיג און פרובירט נאר מיט די גוטע מהלך.

און זעלבסטפארשטענדליך אז דאס איז אויך א חלק פון די מאניפולאציעס, ווי באקאנט פאר אלע דא וואס זענען דאס דורכגעגאנגען...

און איך האב מקובל פון מיינע רבי'ס
כל השטיסלים קודש ועפיזאד 5 קוה"ק
דינסטאג יאנואר 19, 2021 7:43 pm#465791
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב מיך געווארפן פון די פאון קאלל רעספאנעס צו די סרט עדס. איינס בעסער פונעם צווייטן.

דער וואס רופט אריין סטראשען :lol: :lol: :like :like
יוי איז דעיס גוט....... ספרד'ישע קללות מיט א אשכנז'ישע הברה :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
דינסטאג יאנואר 19, 2021 7:50 pm#465792
מפיל קינד האט געשריבן:די חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...

אז מ'רעדט שוין פון תעניתים, נאך איינער האט געכאפט אז שולעם איז שרוי בתענית?
דער אלטער מעשן ואוכל האט נאכנישט אריינגענומען קיין ביסן אין מויל די גאנצע עונה
תה, קפה, און ציץ ענבים עם סודה דאס יא, אבער עסן?
מי יתננו ירחי קדם מיטצוהאלטן א טיש ביי רעב שולעם
דינסטאג יאנואר 19, 2021 9:16 pm#465796
מנחם, איך ווארט שוין 2 מעת לעת אויף דיינע זאפטיגע הערות. דו ברענגסט אייביג ארויס מיינע מחשבות אויפ'ן האר.

נעקסט טיים קום פריער.
דינסטאג יאנואר 19, 2021 9:18 pm#465797
מנחם ציון האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:די חברה פרובירן אז תענית דיבור זאל ווערן די נייע טוסטוס לא יעבור...

אז מ'רעדט שוין פון תעניתים, נאך איינער האט געכאפט אז שולעם איז שרוי בתענית?
דער אלטער מעשן ואוכל האט נאכנישט אריינגענומען קיין ביסן אין מויל די גאנצע עונה
תה, קפה, און ציץ ענבים עם סודה דאס יא, אבער עסן?
מי יתננו ירחי קדם מיטצוהאלטן א טיש ביי רעב שולעם

האט ער נישט געסען מיט קיווע בשעת'ן זיצן מיט דבורה'לע אין קיך?

אגב דאכט זיך מיר אז די יעצטיגע פרק איז די ערשטע וואס מ'זעט בכלל נישט שלום, אפי' ברמיזה. משפחת ווייס זענען די נייע הויפט כאראקטארן. נעקסטע עונה וועט עס שוין הייסן ווייס...