מיטוואך יולי 08, 2020 4:37 pm#454066
א צעהן טויזנט קעפיגע קאפעליע זינגט די ענדע פון בעטהאווענ'ס ניינטע סימפאניע, אין "Alle Menschen werden Bruder" באקריגט א נייע באדייט.
-----------------------------
די ניינטע סימפאניע געזינגען און אידיש ביי Jewish People's Philharmonic Chorus.
ברידער!
װײסע, ברױנע, שװארצע, געלבע —
מישט די פארבן אױס צוזאמען!
אַלע מענטשן זײנען ברידער…
פון אײן טאַטן, פון אײן מאַמען!
אױך — אײן גאָט האָט זײ באַשאַפן,
און — אײן פאָטערלאַנד די װעלט —
אלע מענטשן זײנען ברידער,
דאָס איז אײנמאָל פעסטגעשטעלט!
אלע מענטשן זײנען ברידער,
שװארצע, װײסע, ברױנע, געלבע…
אַנדערש זײנען נאָר די פאַרבן,
די נאַטור איז — די זעלבע:
אומעטום דאָס זעלבע פּראַלן,
כ׳האָב עס טױזנט מאָל געהערט!
און פון זאָגן ביז צו טראָגן —
איז פון הימל ביז צו דר׳ערד!
אלע מענטשן זײנען ברידער:
געלבע, ברױנע, שװאַרצע, װײסע…
פעלקער, ראַסן און קלימאַטן —
ס׳איז אן אױסגעקלערטע מעשה.
אומעטום דער זעלבער מוסר,
אומעטום דאָס זעלבע לײַגן —
מיטן מױל דער גאנצער עולם,
די פּאָליטיקער מיט שװײַגן!
אלע מענטשן זײנען ברידער!
און — זײ שפּילן זיך אין פלישקעס,
די נשמות זײנען װערעמלעך —
אינעם טאַבעק פון די שישקעס...
(איבערגעזעצט דארוך יצחק לייביש פרץ ז''ל גענימען פון opensiddur)
-----------------------------
די ניינטע סימפאניע געזינגען און אידיש ביי Jewish People's Philharmonic Chorus.
ברידער!
װײסע, ברױנע, שװארצע, געלבע —
מישט די פארבן אױס צוזאמען!
אַלע מענטשן זײנען ברידער…
פון אײן טאַטן, פון אײן מאַמען!
אױך — אײן גאָט האָט זײ באַשאַפן,
און — אײן פאָטערלאַנד די װעלט —
אלע מענטשן זײנען ברידער,
דאָס איז אײנמאָל פעסטגעשטעלט!
אלע מענטשן זײנען ברידער,
שװארצע, װײסע, ברױנע, געלבע…
אַנדערש זײנען נאָר די פאַרבן,
די נאַטור איז — די זעלבע:
אומעטום דאָס זעלבע פּראַלן,
כ׳האָב עס טױזנט מאָל געהערט!
און פון זאָגן ביז צו טראָגן —
איז פון הימל ביז צו דר׳ערד!
אלע מענטשן זײנען ברידער:
געלבע, ברױנע, שװאַרצע, װײסע…
פעלקער, ראַסן און קלימאַטן —
ס׳איז אן אױסגעקלערטע מעשה.
אומעטום דער זעלבער מוסר,
אומעטום דאָס זעלבע לײַגן —
מיטן מױל דער גאנצער עולם,
די פּאָליטיקער מיט שװײַגן!
אלע מענטשן זײנען ברידער!
און — זײ שפּילן זיך אין פלישקעס,
די נשמות זײנען װערעמלעך —
אינעם טאַבעק פון די שישקעס...
(איבערגעזעצט דארוך יצחק לייביש פרץ ז''ל גענימען פון opensiddur)