איך וואלט געוואלט מאכן א שטיקל הקדמה איבער די השתלשלות פון קלאסישע מוזיק, וויאזוי זי איז צושטאנד געקומען פון די אמאליגע רענאסענס עפאכע סטיל מוזיק, וועלכע ציט זיך שוין בערך 600 יאר אדער מער, ביז בערך אין 16טן יאר הונדערט ווען די בעראוק עפאכע מוזיק איז אויפגעקומען.
כראנאלאגישע השתלשלות:אין די בראשית יארן פון ארקעסטרירטע מוזיקאלישע ווערק, זענען דאן גענוצט געווארן הויפטזעכליך פאר רעליגיזע סערוויסעס אין די קירכעס. ווער עס הערט אמאל די מוזיק וועלכע ווערן געזונגען אין די קאטוילישע קירכעס וועט אויפגעכאפן די אמאליגען שטייגער מוזיק, די געדיכטע כאר באגלייט מיט סטרינגס, פידל, טשעלאוס, מאנדרינען, שפעטער האט מען צוגעשטעלט וואוד-ווינד אינסטרומענטן. די בארימטע קאמפאזיטארן אין די באראוק עפאכע זענען באקאנט אנטאניא וויוואלדי, יאהאן סעבעסטיען באך, דזשארדזש פיליפ טעלעמאן און דער גרעסטער איז ווארשיינליך באטראכט דזשארדזש פרידריך הענדעל, וועלכער איז זיך בארימט געמאכט מיט די קריסטליכע "הענדעל" מעסייע, די וואסער-מוזיק און קונסטליכע אפעראס.
דאס האט אנגעהאלטן עטליכע הונדערט יאר, אבער מיט די יארן האבן אנדערע ווינטן אנגעהויבן בלאזן אין אייראפע, און מ'האט אנגעהויבן מאכן שינויים. די נייע קאמפאזיטארן האבן צעביסליך אגענהויבן אפנויגן פון די געדיכטע-סטיל קירכע מוזיק און האבן אריינגעברענגט מער לייכטע-ווערק פאר אינטערטעינמענט קאנצטערן, נישט אזוי ווייט פאר די קירכע, און אויך מאדערניזיריט מיט קונטסליכער הארמאניעס, קארדס און ריטעמס וועלכע האבן געמאכט א רעוואלוציע אין די אייראפעישע מוזיק וועלט.
כאראקטעריזאציע:עס איז נישט שווער אויפצוכאפן די קארדינאלע דיפערענצן צווישן באראוק מוזיק און קלאסישע מוזיק. יעדער וועלכער הערט די ביידע עפאכעס כאפט גלייך אויף אז לא ראי' זה כראי' זה. אבער וואס גענוי די ענדערונגען זענען וועלכע האבן געמאכט די גרויסע רעוואלוציע איז שוין שווערער אנצוצייגן.
צום אלעם ערשטן זענען געלייגט געווארן גרויס דגוש אויף די "קאנטרא פאינט", ווי קעגענגעזעצטע תנועות, עליונים למטה ותחתונים למעלה האבן אנגעהויבן שווימען אין די ארקעסטראע, די פיל-פארביגע אינטסרומענטן האבן הארמאניש געשפילט מיט טענער פון באזונדערע עקסטרעמען. דאס גוטע אויער כאפט אויף ווי פילצאליגע אינטסרומענטן פון באזונדערע קלאסן, רעדן זיך צונויף אין א פראגע-ענטפער דעבאטע, פון געלאסן צו געלויף פון פאמעליך צו ריטמיטש עקסיידעט, פון לאנגע צו קורצע ביטס, דער סקאור ענדערט זיינע פארבן מיט מאדנע טענער וועלכע ברענגען ארויס א געשמאקער און גלייכצייטיג און לעבהאפטער עקסטאז פאר דעם צוהערער.
פארשטייט זיך אז דאס רעדט מען נאר פון מבינים, וועלכע האבן טועם געווען קלאסישע מוזיק און פארשטייען וואס די קולות רעדן צו זיי. צו זיי רעדט קלאסישע מוזיק א קלארע זעה-בארע שפראך מיט אלע קאלירן און יעדע קלאנג שיינט ארויס מיטן גאנצן קנאק. ווידעראום די וועלכע פארשטייען נישט צו קלאסישע מוזיק וועלן אים די זעלבע סימפאניע הערן משונה'דיגע טענער, צעדרייטע ווילדע קולות, קלאנגען וועלכע הערן זיך אן קיין שום סדר, אומארדענטליכע תנועות זה בכה וזה בכה, און עס וועט זיך אים דוכטן ווי א ווילד-קעצל איז געשפרינגען אויף די פיאניא און א צעדרייטער מאן-דהוא האט זיך געשפילט מיט'ן פידל און געצויגן אויף אלע זייטן און וועלן אים מאכן דול דעם קאפ, רינגען אין די אויערן מאכן דיזי און נערוועז, און נישט פארנעמען דעם מאדענעם צעדרייטן געפילדער וועלכער הערן זיך ארויס.
קלאסישע מוזיק פיאנערן:פון די פאן טרעגער פון די ערשטע קלאסישע קאמפאזיטארן זענען באקאנט דזשאסעף היידען, וועלכער איז געבוירן אין תצ"ב, און געשטארבן אין תקס"ט, ער האט איז געווען דער ערשטער וועלכער האט אנגעהויבן מיט די מאדערנע סימפאניעס אין 4 מאוומענטס.
דזשאסעף היידען האט געשאפן א ריזיגע רעפעוטאר וועלכע באשטייט פון 104 סימפאניעס, די גרעסעטע און בארימסטע זענען די "פאריז סימפאניעס" און די "לאנדאן סימפאניעס".
44 פיאניע טריא'ס, און א שטויס קאנסטעראוס פאר פיאנא, וויאלן, טשעלאו, פלוד און הארן.
היידען איז נישט געווען אליינס, ער האט געהאט שותפים אין דעם אין די פריע עפאכע, דאס זענען געווען קארל מאריע פאן וועבער,
מאצארט דער וואונדער-קינד:דער גרויסער תלמיד זיינער ערשטער וועלכער ווערט לויט געוויסע היסטאריקער אויך באטראכט אלס דער גרעסטער שעפער פון די קאלסישע פעריאדע איז וואלפגאנד אמאדעיוס מאצארט, וועלכער האט טראץ זיין יונג לעבן געשאפן א וועלט און איבערגעקערט די קלאסישע סטיל עד היום הזה. מאצארט איז געבוירן אין תקט"ז און געשטארבן אין תקנ"א, און האט געשאפן איבער 600 וואונדער קאמפאזיצעס, וועלכע ווערן איבעראל געשפילט ביזן היינטיגן טאג. זיינע לייכטע געשמאקע מוזיקאלישע ווערק זענען אזוי געשמאק פאר'ן אויער אז עס האט זיך געשאפן אזא לעגענדע אז קליינע בעיביס וועלכע הערן אסאך מאצארט אין קינדער-בעטל, וואקסן אויס קלוג און אינטעליגענט.
פון מאצארט זענען פארבליבן מעכטיגע אפעראס, ראקוויומ'ס און צום אלעם העכסטן זיינע נאענט צו איבער 40 סימפאניעס.
די אממערסטן באקאנטע סימפאניעס זענען:
האפנער סימפאניע, נומער 35
לינז סימפאניע, נומער36
דזשופיטער סימפאניע, נומער 41
עס איז אוודאי באקאנט זיינע ABC ליד, וואס קינד און קינד הערט ביים קינדער בעטל ווי נאר ער ווערט געבוירן. עס ווערט אויך גערופן TWINKLE TWINKLE
מ'קען הערן די קונסטליכע קאמפאזיציע וואס דא שטעקט, מ'קען אויסגיין פאר מתיקות.
אן אנדערע פון מאצארט'ס אממערסטן בארימט איז די
"איין קליינע נאכט מוזיק", וואס יעדער האט עס שוין מסתם געהערט:
דער קעניג בעטהאווען:מאצארט'ס גרעסטער נאכפאלגער איז נישט געווען דירקעט זיין תלמיד חביב, אבער האט דאך קונה געווען רוב חכמתו פון אים, דער וועלט בארימטער קאמפאזיטאר לודוויג פאן בעטהאווען. בעטהאווען איז געווען אביסל יונגער פון מאצארט און האט אסאך גענאשאט פון אים ביז ער איז אים איבערגעוואקסן אין מוזיקאלישער קונסט, טראצדעם וואס בעטהאווען האט טאקע נישט געמאכט אזוי פיל סימפאניעס און פיאנא סאנאטאס אדער אפערא'ס וויפיל מאצארט האט געמאכט, זענען אבער זיינע ווערק אומבאשרייבליך קעגן די אנדערע.
דער דייטשער בעטהאווען איז געבוירן אין תק"ל און געשטארבן אין תרכ"ז, שאפנדיג:
9 סימפאניעס אלע בארימטע שטיקער.
5 פיאנא קאנצערטאוס און בערך 30 סאנאטאס.
אממערסטן קומט צום שטוינען נעמענדיג אין באטראכט אז בעטהאווען איז געווארן כמעט-גענצליך טויב אויף ביידע אויערן אין זיינע לעצטע יארן און האט דאך געמאכט אזעלכע אומשעפבארע קאמפאזיציעס טויבערהייט, און האט נאך אליינס דיריגירט די ארקעסטרא, נישט קענענדיג הערן צי די שפילער שפילן בכלל לויט זיינע פארשריפטן אדער נישט.
אין טייל פון זיינע ווערק קען מען הערן זיין אויפברויז און שטורמישע אויסברוכן וועלכע שפירט זיך טיף אין די ביינער פון די וועלכע הערן עס נאר, עס גיסט זיך פון אים ווילדע און ריטמיטשע עקפלוזיעס ווי וואולקאן אויסברוכן א שטייגער ווי מ'הערט אין זיין אריינפיר צו די 5טע סימפאניע, אז עס קען זיך טאפן זיין צארנדיגע דונערן. די וועלכע הערן עס ווערן אבער נישט אויפגעברויזט, איבערגענומען נאך ווי.
הערט די פיפטע סימפאניע ווי ער שיסט מיט ענערגיע אז עס לעכערט דאס הארץ, און שלעפט מיט יעדן וואס הערט עס.
ביי 1 מינוט הייבט זיך אן די סימפאניע, ביי די ערשטע מואוומענט, די אלעגראו-קאן-בריא מיט א ווילדן טעמפאו.
בעטהאווענס גרעסטע חידושים אין מוזיק זענען די הימלישע געפילן וועלכע ער האט אריינגעגאסן אין יעדע נאטע זיינע, יעדע קאורד על תילה בניה, מיט אוממענשליכע פאכמאנישקייט וועלכע מאכט צום שטוינען יעדען וואס פארשטייט דערצו. צום ביישפיל אין זיין זעקסטע סימפאניע (פעסטאראל), אין וועלכן די אינסטרומענטן שפילן מיט "פייגל" טענער אריינגעוועבט" און דער פשוט'ער אויער כאפט עס בכלל נישט אויף, אלעס מיט אזא באצויבערנדע געשמאקט ווי ער לויפט פון שנעל צו שטייט, פון הויך צו שטיל, פון א רואיגע צו א שטורמישע אויסברוך אזוי נאטורליך ווי מ'כאפט גארנישט ווי ער האט דיך אזוי אריינגעצויגן אינעם ווילדן געלויף.
נאך איין קליינעם מארש לוינט זיך צו ברענגען אלס קליינעם עקזעמפל פון זיינע קונסטליכע מארשן ביי א גראנדיעזע "חינוך הבית" וועלכע ער האט פערפאסט די קאנסעקרעישאן אוו די האוז, און עס וואלט געווען מערקווירדיג צוצולייגן דאס אויער, ווי דער רואיגער מארש ווערט פארוואנדאלט אין א ווילדער אויסברוך און צוריק צו רואיג א.א.או.
די חנוכת הבית מארשפון אנהייבן שפילן די סטרינגס, ביי 2:25 מארשירן אריין די ווינד אינסטרומענטן.
ביי מינוט 3 הייבט זיך זאכן אן צו טוישן דראסטיש. די ביטעס ווערן קורצער, די ריטעם שנעלער, ביי 3:19 לויפט ער ריטמיש אז דער רוח טרייבט אים. דערנאך ווערט ער פאמעליכער און סאלידער נאר צוריק צו א פרישן ספאנטאנעם אויסברוך ביי מינוט 8:18.
אט דאס איז די הימלישע ביוטי פון קלאסישע מוזיק, דאס אומפארהאפטע קלאפט אויס אומפארגעזען. דער וועג איז פול מיט סופרייזעס, און וויפיל מ'זאל עס נאר נישט איבערהערן, הערט מען כסדר נאך חידושים וועלכע לאזן נישט אויסלערנען דעם ניגון אז מ'זאל עס קענען נאכזינגען, און דערפאר קען מען עס איבערהערן אומצאליגע מאל.
האט הנאה!