פארומס › נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

נארישקייטן און קוריאזן אינעם אינטערנעט מערכה

964 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4680
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:48 am#382405
As if it's a true story...
און דער בעקער מיינט דא בכלל נישט דעם חלק פונעם טשעק יא דעפאזיט צי נישט, דער וויל זאלסט ליינען די פאר ווערטער ''די טאטע האט זיך געשפירט געטראפן". וועסט באמערקן דאס איז דער נערעטיוו וואס די אלע דזשאסעף גאבעלס פון אונזער צייט ווארפן אלץ אריין אין זייערע טעראר געבעקסן ס'זאל דעם ליינער דאכטן אז דער מיט'ן סמארטפון גייט אלץ ארויס דער געטראפענער...
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:49 am#382406
א מין וועלט דאס! איך ליין וועכנטליך די בלעטל און ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל מענטשען האבן געמאכט אן אייגענע רעליגיע פאר זיך. זיי האסן יעדע מענטש מיט א סמארטפאון, אפגעזעהן ווי וויכטיג ער דארף עס, אפגעזעהן ווי שטארק די פילטער איז. לפי ידיעתי האט נאך קיינער נישט ג'פסקנט אז קיינער טאר עס נישט האבן אפי' לצורך, און די חברה קומן דא אנזייען שנאה מיט האס אויף טויזענטער יודן יראים ושלמים. זיי קענען פארשפרייטן זייערע בויך וויי אין יעדער ביהמ"ד אין שטאט, אבער אונז דארפן מיר צוקוקן פון דער זייט ווי די ראציגע חברה באשמיצן אונז טאג איין טאג אויס.
איינמאל האב איך אנגערופן זייערע האטליין, און כ'הער דארט ווי דער עולם איז ביזי רעדן אז מ'דארף מאכן א טיילונג פון יעדער וואס נאר א סמארטפאון. און ס'גאר א כ"ש פון דער טיילונג אין אונגארן, ווייל דארט האבן דאך ביידע געהאט א מהלך ווי אזוי צו אויפטוהן פאר אידישקייט, ביידע האבן געמיינט לש"ש, אבער דא איז דאך יעדער איינער מודה אז דער סמארטפאון איז חזיר טרייף בתכלית האיסור, נו דארף מען זעכער מאכן א פעסטע טיילונג און ביי אונז זאל דאס זיין בבל יראה ובל ימצא.
דערפאר איז לבי אומר לי, אז די חברה וועלן סוכ"ס אויספירן און מיט זייערע פראפאגאנדע וועלן זיי עווענטיואל אויספירן א טיילונג ביי אלע היימישע קרייזן. סיידן אויב יעדער וועט זיך לאזן פון זיי, אדער מאכט מען שבת פאר זיך.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:50 am#382408
הלוואי! מאך שוין דעם טיילונג.
Can't wait
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:52 am#382409
'ביידע צדדים דארפן זיין מער איינגעהאלטן'
ס'א וועלט וואס סיי לינקע און רעכטע גייען אלץ מער אוועק פינעם מיטלוועג און נייטן צו עקסטרעים.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:59 am#382411
ווער האט אנגעהויבען
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:10 am#382412
diff האט געשריבן:ווער האט אנגעהויבען

די מנהל וועט קעירנעמען
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:14 am#382413
אהא, דערפאר נעמסטו זיך אן אויפן מנהלת און הנהלה
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:40 am#382420
.
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:05 pm#382431
עס האלט זיך אינמיטן ארגאנעזירן א גאטשעס פרי מנין שחרית מיט א בהמה'שע קבוצה אינגעלייט אין א באשיידענע ווינקל ביי אונז אין ווילי, אלעס צוגעשטעלט, שיינע ביהמ"ד, מקוה, קאווע לחיים, פת שחרית, קול מבשר, כל העולם כולו ועוד. פאר איטרעסירטע ביטע רופט 347-921-4161
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:06 pm#382432
Sick and getting sicker
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 2:49 pm#382435
געוואלדיג האט געשריבן:.

געוואלדיג: דאס איז דאך דער בראך מיט די חברה.זיי געבן זיך אוועק אויף א יעדן טריט.די העיליגע אידן וועלל8ן נישט מוותר זיין אויף קיין שום עולם הזה'דיגע באקוועמליכקייט. ...א שיין ביהמ"ד. א ווארעמע מקוה וואו זיך צו ווייקן. לחיים. (אן דעים גייט עס נישט). פת שחרית.ווען זיי זענען אמת' דיגע ערליכע אידן, קנאים, וואלטן זיי געלאפן צו אזא מנין. אפילו ס'זאלל זיין אין א בעיסמענט. אן די אלע זייטיגע עוה"ז'דיגע באקוועמליכקייטן...~!
מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:06 pm#382439
אוי, זאגסטו גוט.
דאס דערמאנט מיר פון די וואס בעטען געלט צו זאגען תיקון חצות וועגען די געוואלדיגע מצוה און אויפטוה פון תיקון חצות.
פון דארט איז מען געגאנגען צו דער מנין תלמידי חכמים וואס וועלען נישט גייען אין שאוער אין די ניין טעג פאר דיר.

וואס איז ווערט זיין חומרות און עניינים, ווען דו אליינס האלט נישט דערביי נאר מיט געלט, צו א לחיים, צו א גוט הייסע מקוה?
ע"ז נאמר ׳יושבים באילן, אוכלים תאנה, ושומעים דברי תורה!׳
דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:13 am#382514
שמעקעדיג האט געשריבן:"נעבעך" איז אן אנדערסטעיטמענט (הלואי מיין זונ'ס מלמד דעפאזיט נישט מיינע טשעקס...)

.


מערקטס אז דאס איז מעסעדזש # 4192.

ווי אזוי זאגט מען אויף גויאיש? מיי ע**...
זונטאג אוגוסט 27, 2017 6:24 am#383452
זונטאג אוגוסט 27, 2017 7:34 pm#383485
ס'א שאק !
די קעפל רעדט פון קוריאזן אינעם מערכה
ביי די מחאה ביום שבת האט מען געזעהן ווי מענטשן מלובש בבגדי שבת דרייען זיך מיט סמארטפאונס, עס איז שרעקעדיג די מצב. ס ניש צים גלויבן וואס דער אינטערנעט ברענגט צו אינזער מחנה.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 7:46 pm#383488
איש את רעהו האט געשריבן:ס'א שאק !
די קעפל רעדט פון קוריאזן אינעם מערכה
ביי די מחאה ביום שבת האט מען געזעהן ווי מענטשן מלובש בבגדי שבת דרייען זיך מיט סמארטפאונס, עס איז שרעקעדיג די מצב. ס ניש צים גלויבן וואס דער אינטערנעט ברענגט צו אינזער מחנה.


צייכען אן ווי די זעהסט אידן מיט בגדי שבת האלטן א טעלעפאון
מזעהט איינער מלובש אין גוישע מלבישים ליידער א איד מיט א טעלעפאון.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 8:13 pm#383491
די מלובשים בבגדי יהודים מיט די סמארטפאון האט מען געזען אויפן ארט לייוו, די קליפ'ס קען זיין האט נישט אויפגעכאפט אלע מחללי שבתות,
אויב די וואס זענען בפרהסיא מחלל שבת זענען שטיצער פאר די מוכרים איז גרויסע צרות.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 8:35 pm#383493
איש את רעהו האט געשריבן:ס'א שאק !
די קעפל רעדט פון קוריאזן אינעם מערכה
ביי די מחאה ביום שבת האט מען געזעהן ווי מענטשן מלובש בבגדי שבת דרייען זיך מיט סמארטפאונס, עס איז שרעקעדיג די מצב. ס ניש צים גלויבן וואס דער אינטערנעט ברענגט צו אינזער מחנה.

ס'מיר א פלא אז דו דרייסט זיך נאך אויפן אינטערנעט.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 8:46 pm#383494
ער איז מ. פ. שליח מיוחד לענייני אינטערנעט וק''ש.
זונטאג אוגוסט 27, 2017 10:04 pm#383498
קל וחומר האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:ס'א שאק !
די קעפל רעדט פון קוריאזן אינעם מערכה
ביי די מחאה ביום שבת האט מען געזעהן ווי מענטשן מלובש בבגדי שבת דרייען זיך מיט סמארטפאונס, עס איז שרעקעדיג די מצב. ס ניש צים גלויבן וואס דער אינטערנעט ברענגט צו אינזער מחנה.

ס'מיר א פלא אז דו דרייסט זיך נאך אויפן אינטערנעט.

וואס ווינדערסטיך
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:56 am#383926
וואס איז דער פראטעסט אויף? קעגען א הויז פין איינער וואס טוט וואס?
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 10:28 am#383928
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז דער פראטעסט אויף? קעגען א הויז פין איינער וואס טוט וואס?
האנדעלט עהרליך, מאכט א כשרע דאללער, און וויל זיך נישט אינטערגעבן פאר די פרומע מאפיע
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 1:19 pm#383936
ס'ווערט בעסער ביי די מינוטבילדבילד
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:11 pm#383938
וואו הענגען די צעטלעך? מיט דער ערשטע בין איך מסכים מיט דער צווייטע נישט. איעדער מאל וואס מען שרייבט ''אפילו מיט א פילטער" האבן זיי שוין פארלוירען רוב בעלעבאטים.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 2:14 pm#383939
גראף האט געשריבן:וואו הענגען די צעטלעך? מיט דער ערשטע בין איך מסכים מיט דער צווייטע נישט ממש. איעדער מאל וואס מען שרייבט ''אפילו מיט א פילטער" האבן זיי שוין פארלוירען רוב בעלעבאטים.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
יא מיט די ערשטע בין אויך מסכים, און ס'נאר בטעות אריין געלייגט געווארן, דער עיקר האב איך געמיינט דע צווייטע צעטיל, וועגן דע אינטערנעט
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:06 pm#383940
דער גאלדענער אדלער: די ערשטע צעטל איז בעיקר א רעאקציע צו די היפאקריטישקייט פון די אזוי גערופענע הייליגע אידן וועלכע באדן זיך אין לוקסוס און שוואוילטאג בעת די פשוטי עם מוטשענען זיך מיט די טאג טעגליכע פראבלעמען פון פרנסה, דירות וחינוך הבנים והבנות. און זיי האבן נאך די חוצפה צו זאגן מוסר פאר'ן עולם...!
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:31 pm#383943
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: די ערשטע צעטל איז בעיקר א רעאקציע צו די היפאקריטישקייט פון די אזוי גערופענע הייליגע אידן וועלכע באדן זיך אין לוקסוס און שוואוילטאג בעת די פשוטי עם מוטשענען זיך מיט די טאג טעגליכע פראבלעמען פון פרנסה, דירות וחינוך הבנים והבנות. און זיי האבן נאך די חוצפה צו זאגן מוסר פאר'ן עולם...!
ר' בערל; גערעכט, אבער ס'קומט נישט אריין אין דעם אשכול, דאס מיין איך.
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:45 pm#383945
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: די ערשטע צעטל איז בעיקר א רעאקציע צו די היפאקריטישקייט פון די אזוי גערופענע הייליגע אידן וועלכע באדן זיך אין לוקסוס און שוואוילטאג בעת די פשוטי עם מוטשענען זיך מיט די טאג טעגליכע פראבלעמען פון פרנסה, דירות וחינוך הבנים והבנות. און זיי האבן נאך די חוצפה צו זאגן מוסר פאר'ן עולם...!
ר' בערל; גערעכט, אבער ס'קומט נישט אריין אין דעם אשכול, דאס מיין איך.

סקומט יא אריין ווייל די אידן ווייסן נישט וואס מיינט ארבעטן פאר א דולר אין ער האט א מיינונג צו איך דארף אימייל צו נישט
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:17 pm#383948
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער: די ערשטע צעטל איז בעיקר א רעאקציע צו די היפאקריטישקייט פון די אזוי גערופענע הייליגע אידן וועלכע באדן זיך אין לוקסוס און שוואוילטאג בעת די פשוטי עם מוטשענען זיך מיט די טאג טעגליכע פראבלעמען פון פרנסה, דירות וחינוך הבנים והבנות. און זיי האבן נאך די חוצפה צו זאגן מוסר פאר'ן עולם...!
ר' בערל; גערעכט, אבער ס'קומט נישט אריין אין דעם אשכול, דאס מיין איך.

סקומט יא אריין ווייל די אידן ווייסן נישט וואס מיינט ארבעטן פאר א דולר אין ער האט א מיינונג צו איך דארף אימייל צו נישט
גערעכט!
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:16 pm#383953
עטס מיינטס אז כ'בין מגזם, נאטס ענק נאך איינס. האלי קאו!!בילד
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:32 pm#383954
די צעטיל האט א לץ געמאכט !

אגב ער איז גערעכט די אמאליגע חסידישע איד איז מער נישט אדער זעהט מען א שיינער וואלענע טלית קטן אדער א ווייסע העמד אבער די עכטע חן אזא שמוציגע טלית קטן מיט פלעקן זעהט מען מער נישט.
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:56 pm#383955
diff האט געשריבן:

איך ווייס שוין וואס ס'איז אינטערעסאנט... צי ס'איז דא אידן וואס זענען מחלל שבת אדער מפראטעסטירט שבת, וואס איז דאס שבת פראטעסט מילא חילול שבת וועל מיר באלד רעדן, אבער אויף א סטאר? פארוואס? איז דער סטאר געווען אפן שבת?
סתם אזוי איז פראטעסטירן אן עובדא דחול... נאכדערצו אזוי שרייען איז שוין א שאלה פון התעמלות עד כדי זיעה וואס איז מן הסתם אסור, אדער אפשר איז עס עונג שבת...
זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 8:05 pm#383956
טרויבן 88: דו קענסט זיין זיכער אז ביי רוב עולם וועלכע האבן אנטייל גענומען אין דעם שבת נאכמיטאג'דיגן פראטעסט איז דאס געווען א תענוג שבת. פון פארשידענע סארטן. אבער דאך א תענוג שבת...
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:53 pm#384260
טרויבן88 האט געשריבן:
diff האט געשריבן:

איך ווייס שוין וואס ס'איז אינטערעסאנט... צי ס'איז דא אידן וואס זענען מחלל שבת אדער מפראטעסטירט שבת, וואס איז דאס שבת פראטעסט מילא חילול שבת וועל מיר באלד רעדן, אבער אויף א סטאר? פארוואס? איז דער סטאר געווען אפן שבת?
סתם אזוי איז פראטעסטירן אן עובדא דחול... נאכדערצו אזוי שרייען איז שוין א שאלה פון התעמלות עד כדי זיעה וואס איז מן הסתם אסור, אדער אפשר איז עס עונג שבת...


און רוב פון זיי האלטען נישט פון דעם עירוב, איז וואס איז מיט טראגען סיינס? אה,איך האב פארגעסען, נאר אין וויליאמסבורג טאר מען נישט נוצען דעם עירוב
דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:48 pm#384272
זיי האב נישט דאס מינדעסטע אהנונג איבער וואס זיי האלטן יא אדער נישט, זייער ש"ע איז געבויעט אויף צו גיין פארקערט און שמאל מאכן פאר די מענטשהייט, זיי שטייען אויף יעדן אינדערפרי מיט אן אגענדע צו פראטעסטירן, מוחה צו זיין, אסרן, מבער צו זיין, נישט צו צילאזן, אויסצושרייען, פארטרייבן, מקדש ומטהר זיין, ועוד נעגאטיוויזם, איז ווי אזוי מאכט מען עס אז ס'זאל אפקלינגען, יעדער זאל וויסן דערפון? זיי זענען גרויסע אטענשאן זיכערס, נעמען זיי זיך איבער זאכן וואס די מענטשהייט האט הנאה דערפון, ווי למשל עירוב, אינטערנעט, גיוס, וכדומה, און מ'שמועסט זיך אפ, אינטערן טיש האבן זיי אויך אינטערנעט, און מ'גייט ארויס אויסשרייען זייער וויי געוואלד אין די גאסן.
און פון דעם לעבן זיי, גיי פרוביר צופרידען צושטעלן אזעלכע מענטשן, וועסטו זעהן זיי גייען אויפקומען חדשים לבקרים מיט פרישע תביעות פון יעדעם, זיי איז נישט מעגליך צו מאכן העפי.
דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:04 pm#391816
סמארטפאונס פארן רבי'ן
דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 2:06 pm#391817
שושן פורים האט געשריבן:סמארטפאונס פארן רבי'ן

די בילד איז גענומען געווארן דורך א רעקארד פלעיער
דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 9:03 pm#392142
איש את רעהו האט געשריבן:דער קריג וואס די תורה פארלאנגט צו געדענקן עד סוף הדורות, בעשה ובלא תעשה...
שאול המלך איז דערויף נענש געווארן פארן נישט אויסראטן א איבערבלייבעניש פון יענע שונאי ישראל וואס פון דארט איז נצמח געווארן דער נצר זדון..
די קריג מיטן ה' הידוע וואס די תורה לייגט דערויף אזא דגוש איז מלחמת עמלק, מיט וואס איז די תוה"ק מגדיר פ"וו מען זאל עס האלטן פאר די אויגן, צוליב וואס? וואס האט ער אזוי הארב געטון ?
"ער האט דיר קאלט געמאכט".....

אין מיין תורה שטייט אן אנדער טעם, ויזנב בך כל הנחשלים אחריך, ווייל ער האט געהרגעט די OTD חברה וואס די ענני הכבוד האבן אויסגעשפיגן. עיין ברש"י.
זונטאג אפריל 08, 2018 4:36 pm#399093
א נייע תפילה
מיטוואך מאי 09, 2018 9:40 am#402044
מגלה פנים בתורה, צו נתגלה העטרה?

האם סמארטפון מקבל טומאה.jpeg
מיטוואך מאי 09, 2018 9:48 am#402046
.
זונטאג מאי 13, 2018 11:53 am#402373
איינער ווייסט וואס דאס איז? איז דאס א נייער טאקטיק פון די עקסטרעמיסטן, צו נערווירן די מענטשהייט?

בילד
מאנטאג מאי 14, 2018 7:39 pm#402641
דינסטאג מאי 15, 2018 3:51 am#402687
יין שרף האט געשריבן:

איך האב אמאל געזעהן ביי הרב יצחק מאיר מארגענשטערן ווי מ'זאגט יעדע וואך די תפילה ביי פתיחת הארון, אז ער האט צוגעלייגט ווערטער איך געדענק נישט פונקטליך אבער עפעס שתציליני מן כל הכלים...
דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:16 am#402946
יישר כח פאר די מודעה
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:19 am#402963
יעצט געזען א קליפ פון שאול יצחק ראבינאוויטש, און איך מיין אז ער איז הונדערט פראצענט גערעכט. אונזער סאסייעטי איז קורופטירט, איך צי מיך שוין אריבער אויף פענסילוועיניע.

#לעבןזאלדירעוואלוציע
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:24 am#402964
רביה"ק זי"ע: פונקטליך וואו אין פענסילוועיניע..?! וואו איז דער אוויר צח ונקי. און די טומאת אמעריקע האט נישט דערגרייכט אהין...?! איך וויל אויכעט אהינגיין.אנישט וועל איך מוזן גיין קיין נעוואדא אין מדבר. און זיך דארט באזעצן אין עפעס א הייל...!
דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:28 am#402965
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט 'טומאת אמעריקע', די טומאה וואס שטערט מיר געפינט זיך נאר אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, מאנרא און נאך אפאר פלעצער.
דינסטאג יוני 12, 2018 4:25 pm#405838
יותר מ-70% מהרבנים החרדים מחזיקים מחשב, חצי מהם גולשים
m http://www.ch10.co.il/news/441157/#.WyAru1ApBoN m
דינסטאג יוני 12, 2018 7:38 pm#405844
איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס קען זיין פארלעסליך, איך קען נישט קיין רב חוץ אפשר ר' אשר ווייס וואס וועט אפילו ענטפערן אויף אזא סקר