פארומס › הרב אשר לעווין

הרב אשר לעווין

127 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4684
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:14 pm#164055
רב לעווין איז נאך טיף פארשלאפן, די אנעסטיזיע ארבעט נאך אויף אים.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:17 pm#164056
אויב @שמעקעדיג איז גערעכט קעמער לייגן שלאפן די טעאריע אז @מאראנצןזאפט איז יואל אשר לאבין

אדער קעמער זאגן פונקט קאפויער אז יואל אשר זייענדיג נאך האלב אונטער די איינפלוס פון אנעזטיזיע האטער ער פארגעסן זיך פון זיין נדר אז ער קומט מער נישט אין ק"ש, האט ער תיכף זיך אריינגעסיינט מיט זיין מאראנצןזאפט ניק.

און עס איז דא א שטארקע רגלים לדבר, כ'מיין וואס דען איז ער פונקט יעצט צוריקגעמען אהער.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:34 pm#164058
וויאזוי זאגט געלונגען אין אזא צייט: לול.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:31 am#164067
.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:32 am#164069
אין מלך בלא עם.
ואין תשובה בלי שאלה.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:36 am#164070
שמעקעדיג
נפשי קשורה בנפשו, וד"ל.

דיין זעל צוגעבינדן צו זיינס האט עפעס מיט געפילטע'ס חתימה סאמאטוכע? איך זעה געפילטע'ס תגובה איז פארמעקט, אויף וועמען שרייבסטו "ונפשי קשורה בנפשו".
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 12:40 am#164072
יעצט פארמעק דו דיינס... וחוזר חלילה
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 7:58 am#164094
עס ווינדערט מיר זייער אז ביים משבח זיין פוטסטעפס זעהט מען נישט דעי בייז בלוט

וואס פילע געבן דא אויס ווען מ'ברענגט סך הכל נאך די דעת פון גדו''י איבער א שרייבער
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 8:48 am#164096
נאר,,פרייליך
עס ווינדערט מיר זייער אז ביים משבח זיין פוטסטעפס זעהט מען נישט דעי בייז בלוט

וואס פילע געבן דא אויס ווען מ'ברענגט סך הכל נאך די דעת פון גדו''י איבער א שרייבער

והאיש ההוא משתאה! אבער ביזט נישט די איינציגסטער. גם אני בחלומי! יעך ווינדער זיך אויך, ס'טוהט מיך זאגאר באנק. סארא סוביאקטיווע איינזייטיגקייט! ותו, מיר ווינדערט הלמאי אין די אשכול וואו דער עולם איז משבח "ערלה'דיגע רוזינקעס אראפ פון די שיף אויסגעשניצטען לבנה" זעהט מען נישט די בייז בלוט, הגם מ'ברענגט דארט סך הכל נאך די דעת פון גדולי הדור איבער פשוטע טויט פאראורטיילטע רוזינקעס, כידוע. און נאך מער, דארטן איז דאך ברור אז ווען נישט עטליכע אויסגערופענע מהרסי ומחריבי הדת, וואלטן ווי פארשטענדליך די פארוועלקטע רוזינקעס--נאך אלס שיין געצייטיגעטע טרויבן--קיינמאל באגעגנט אפילו די שאטן פון די לבנה, אפילו איין מאל אין א קידוש החמה!
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:37 pm#164493
די געווינער
עס ברעינגט טרערן, מען זעיט א זעקל קטנים, איך בין אים מקנה.
IMG-20131124-WA0057.jpg
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:44 pm#164496
וויל פארשטיין וויאזוי גייט צו פאר וועם געט מען א ניר. האט ער דוקא אויסעוועלט דעם איד דא לרפו"ש ? און פאר נייגעריגקייט אויב איז שייך עס צו געבן פאר איינע פון דיין שטאט איז נישט עניי עירך קודמין ? קיינער זאל נישט וויסן דערפון יעדער איד (און גוי אויב ביזט אויפגעקלערט) זאל זיין געזונט
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 7:50 pm#164500
איך מיין איך ווייס ווער דאס איז קען מיר איינער און אישי קאנפערמען
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:31 pm#164568
פארוואס טראגט ער די צאנזע גארטאל ?
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:38 pm#164570
קוקט אויס אז דע קאווע איז א הכנה פארן נידוב הניר
2013-11-24 23.37.58.png
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:36 am#165340
.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:39 am#165341
זייער שיין, רואה!
📎 Like---.jpg
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:45 am#294951
הרב יואל אשר מאכט א וויכטיגע מסיבה, די פאלגענדע פלאקאטן האבן ארומקורסירט ואשפגתי מאוד...
📎 Chazak.jpg 📎 poster-1.jpg
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 12:20 pm#294956
פיינעלי גייט מען שוין נאך געלט פאר א אפענע עם הארץ
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:17 pm#294984
זייער קיוט. גיימער גיין אי"ה.

ס'איז דא א ספעלינג מיסטעיק אבער. אדער א לשון יחיד "טייערער ברודער", אדער א לשון רבים "טייערע ברידער". בקיצור, כ'האב געכאפט יואל אשר'ן מיט א ספעלינג מיסטעיק. לחיים.
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:25 pm#294987
על כגון דא נאמר "אין בודקין למזונות"...
דינסטאג אוגוסט 11, 2015 4:01 pm#294998
@שמעקעדיג איז היינט אין די כלים.. לאזט פאלן פערל ווערטער איבעראל, ווי טיי אווענט פלאקאטן.
דינסטאג מאי 26, 2020 4:55 pm#449673
Re: הרב אשר לעווין
איינער ווייסט וואס גייט פאר מיט זיין קהילה אין לעיקןואד (קהל נועם ורצון)?

אויך האט ער געטוויעט 2 יאר צוריק אז ער קומט ארויס מיט א הכשר, איך זע עס איז למעשה נישט געשען (און ער האט עס פארמעקט פון טוויטער) איינער ווייסט צו עפעס האט זיך אפגעטון מאחורי?
דינסטאג מאי 26, 2020 6:07 pm#449679
אין אנדערע נייעס גרייט זיך הרב יואל אשר לאבין ארויסצוקומען מיט א ספר ''כיצד מתגרשים'', אלעס ארום דורך גיין א גט אין אונזער היימישע רייען (מקור: העדליינס ראדיאו שאו).
זונטאג מאי 31, 2020 12:57 pm#449939
הרב לאבין האט זיך אריבערגעצויגן צו א אנדערע געגענט אין טאמס ריווער און געעפענט דעם שבועות א נייע בית המדרש "קהל חסידים - היקארי פיינס"
זונטאג מאי 31, 2020 1:31 pm#449942
כרם זית
אין אנדערע נייעס גרייט זיך הרב יואל אשר לאבין ארויסצוקומען מיט א ספר ''כיצד מתגרשים'', אלעס ארום דורך גיין א גט אין אונזער היימישע רייען (מקור: העדליינס ראדיאו שאו).

ער גייט באשרייבן זיין אייגענע עקספיריענס. ווייל ס'שטייט דאך אין פסוק..."אין חכם כבעל נסיון"...!
זונטאג מאי 31, 2020 2:54 pm#449965
בן ישי
הרב לאבין האט זיך אריבערגעצויגן צו א אנדערע געגענט אין טאמס ריווער און געעפענט דעם שבועות א נייע בית המדרש "קהל חסידים - היקארי פיינס"

איז ער איבערגעבליבן אן קיין נועם און אן קיין רצון?
זונטאג מאי 31, 2020 4:34 pm#449987
בן ישי
הרב לאבין האט זיך אריבערגעצויגן צו א אנדערע געגענט אין טאמס ריווער און געעפענט דעם שבועות א נייע בית המדרש "קהל חסידים - היקארי פיינס"
📎 Screenshot_20200531-163401_WhatsApp.jpg