Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרב אשר לעווין

הרב אשר לעווין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 142 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4684
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:02 pm#147870
הרב אשר לעווין
ראשעקאל האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:וואלט איינער געקענט באשרייבן דעם בעל כשרון וספרא רבה ועסקן נמרץ,פה מפיק מרגלוית,הרב לעווין? ווי קומט ער שטאט? משפחה? יארן ?

@מאראנצןזאפט



ער הייסט יואל אשר לאבין. באקאנטער פיגור אויף 13 עוו. און יוסיס סוויט האוז, מיט א קליין אויסגעפליקטן רויטן בערדל, זיינע בילדער פיגורירן לעצטנס אויף די ערשטע זייט פון דער שטערן פון צייט צו צייט, צומאל מיט א דאשיק. פאר דער ענגלישער זמן האט ער צוגעשטעלט מוחין דאחוריים.
ער איז א בנש"ק מיט שווארצע זאקן, זיין פאטער איז דער בעל החרדים ובעל החבורה, און איז אן איידעם ביי הרה"צ מדזשיקוב בזיווג"ר.
ער איז בערך 28 יאר.
כ'האב שוין לאנג געוואלט שרייבן לכבודו פאסיגע הערכה ווי ס'פאסט זיך פאר אזא געערטן און טאלאנטפולן שריפטשטעלער, אבל עתי ועטי אין בידי כעת, ואולי עוד חזון למועד.
זיין ערשטע פובליק ווערק איז מן הסתם ס' חכמת שלמה, כתבים פון א ראש ישיבה בישיבת שערי יושר. מ'קען עס קריגן אויף היברו בוקס. די ארבעט פון הרב לעווין דארט איז זייער שיין, ספעציעל אז מ'נעמט אין אכט אז מ'רעדט דאן פון אן אמאטויר.
ער פלעגט שרייבן פאר דער בליק און צייטשריפט, הייינט האט ער צוויי קאלומס אין דער שטערן.
זיין לאנגן מאמר אין הפעמון איבער ליבשאפט פאר א גוי, האט ארויפגעברענגט בייז בלוט ביי מאנכע. רבי בנציון ליפשיץ זאגט אז מ'טאר אים נישט מצרף זיין צו מנין. ולעומתו האט עס זוכה געווען צו לויב ביי אנדערע און אפילו א לינק צו סקריבד פון רבינו לעיקוואד.
ער האט א געוואלדיגן פעדער. כאטש ער האלט זיך נישט שטרענג צו די כללי הגראמאטיק איז זיין שפראך פארהעלטניסמעסיג ריין.
ס'לאזט זיך גלייבן אז ער איז אן אפטער באזוכער דא, אבער אין פאקט קען קיינער נישט אנצייגן ווער ער איז. ארכיוויסט שטעלט צומאל ארויס זיינע ארטיקלען.
ער איז דער מנהל פון דרור.
ער האט פאר א שטיק צייט אנגעהויבן קריגן א סטיגמע פון א משכיל, יענקעלע כהן האט אויסגעווארפן פאשקעווילן קעגן אים אין מאנסי ווען ער איז געקומען רעדן לטובת אסורי יאפאן. למעשה האט אים זיין מנהל'שאפט פאר דרור שטארק גע'כשר'ט. דרעזנער האט אים יעדע צען מינוט אויף קול מבשר און באטיטלט אים הרה"ג צוליב וואס ער איז מכלומרשט מרבני בית תלמוד להוראה.
דרור קאסט אים זיין געזונט בידעי ומוכירו, מיט זיין גאנצע אויפגעקלערטקייט איז ער געשטאנען מיט א תמימות און געזאמלט פעטישאנס פאר צבי יהודית אין פאלי סקווער צו ראטטעוען א נפש מישראל, און ביים כינוס פאר פאר עסטרייכער. און זאל זיך קיינער נישט איינרעדן ער פארדינט עפעס דערפון אויסער קאפ וויי און שלאפלאזע נעכט.
ער פלעגט האבן א קאלום אין דער שטערן אונטער פענ-נאמען יאנקל פרייליך, געשריבן מיט הומאר און סארקאסיזם צוקער זיס, און איז אונטערגעגאנגען צוליב אכשר דרא'דיגע סיבות.
דאס איז וואס איך האב צוזאגן אויף דער מינוט צו פארענטפערן בעל הבית'ס קשיא, און באמת וואלט געדארפט נאכקומען א לענגערע אנאליז איבער זיין געדאנקענגאנג, זיינע אידעלאגיעס לויט וויפיל מ'קען ארויסהאבן פון זיינע שריפטן, און זיין דרך ואופן הכתיבה, ולא עלי המלאכה לגמור.
און פאר די אלע אישי'ס וואס גייען יעצט נאכקומען. איך בין לאבין, אייזנבערגער, וועבער, זילבער, שפילמאן, ראלינצקי, און אויך ארוש פון בגן. און אודאי חידא ווייס און אויך זיין איידעם וכו'.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:41 pm#147879
זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:50 pm#147883
איך גלייך זייער זיין עדעטאריל אינעם שטערן/שפאקטיוו. צוריק אינעם צייטשריפט ע"ה פלעגט ער גלייכן אסאך מוחה צו זיין, משא"כ אינעם שטערן ווי ער איז היבש ליבעראל.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:51 pm#147885
ס'ווענט זיך ווער די אוידיענץ איז, אזוי שרייבט מען
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:52 pm#147887
מאראנצן, אלעס ביסטו, אבער אפלערנען א שרייבער קענסטו נישט. ;).

עה. חלילה! א הערליכע ארבעט. יישר כח.

איך הויב שוין אן ציטערן אין די הויזן. איך שרייב די קליינע אוצרות אין די מעלות.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:54 pm#147888
איינער דא געדענקט זיין ארטיקל אין די צייטשריפט פון די אלע סארטן שיכורים? דעמאלט'ס האב די ערשטע מאל זיך באקענט מיט'ן נאמען אשר לעווין, און מער איז ער מיר נישט ארויס פון קאפ. איך בין נאך א לאנגע צייט געווען אבסעסד מיט אים
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:55 pm#147889
טאמבל, איך שרייב די בריוון אין דער בלאט...
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:55 pm#147929
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?

ווער איז בנימין ליפשיץ?
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:19 am#147935
ישר כח מארנצןזאפט זייער שון אין קלאר ביקצור, נאך א קליינע הוספה, ער איז זייער א צוגעלאזנע פריידנליך בכלל נישט אין די גאווה ביזנעס, ער האט א אוזן קשבת פאר נשברי לב, כסדר אידן עסן ביי עם שבתים וחגים , שמייכל, דוד סנדק ועוד,בפרט פדיון שביים טוט ער א געוואלט,


אויב איך קען דיר בעטן נאך א טובה'לע אויב די קאנסט באשרייבן קופערניקוס למשל ווי ער וואינט ?יארן ?פרנסה? תלמיד
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:21 am#147936
ידען האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?

ווער איז בנימין ליפשיץ?


אב"ד תורה ותפלה אין ב"פ.

ATUB @מאראנצןזאפט ATUB וועט זיך האפענטליך נעמען צו איהם...
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:24 am#147938
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:זייט ווען דאווענט בנציון ליפשיץ מיט מנין?

ווער איז בנימין ליפשיץ?


אב"ד תורה ותפלה אין ב"פ.

@מאראנצןזאפט וועט זיך האפענטליך נעמען צו איהם...

פארוואס האט ער געזאגט אז מע קען נישט מצרף זיין אשר לעווין?
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 12:28 am#147941
..
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 1:46 am#147963
@ידען ווייל כך דרכם של.... איינער וואס האלט אנדערשט ווי דיר איז אן אפיקורס.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 2:03 am#147964
און איך קען א חושיבע מגיד שיעור נפלא וואס לייענט הרב אשר לעווין אין טוילעט. שף עייל ושף נפיק. ער האט ליב זיינע שיינע דרשה'לעך.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 3:12 am#147975
הרב אשר לעווין איז לדעתי פון די, אויב נישט דער בעסטער שרייבער ביים היימישן עולם. מעשי ידיו זענען שרייבווערק פונעם סאמע העכסטן קאליבאר. זיין מעלה איז אז מ'קען נישט אנצייגן אויף א ספעציפישן מעלה. ער איז ממש א כל בו אין שרייבעריי, קאלירפול ביז גאר. ער האט געוואלדיגע תוכן, א שיין תלמיד חכם אויסגעקאכט אין תורה שבכתב ובעל פה, א ידען נפלא איבער אידישע היסטאריע, עקסטרעמע הומאר, רייכע משלים און מליצות, ברייטע דמיון, אויסנאם גוטע ארטיקיולעטער און אנאליזער,שארף צום פינטל ווען נוטיג, און ווארעם און צוגעלאזן ווען ס'פארלאנגט זיך. אויך פארמאגט ער א זעלטן רייכע וואקאביולאר הן אין אידיש, און ווי אויך אין לשה"ק. איך ווייס נישט צו ער שרייבט אין ענגליש, אדרבה אויב איינער ווייסט עפעס דערפון, און קען דאס באשטעטיגן וואלט איך שטארק הנאה געהאט.

חוץ פון דעם אז לאבין איז א רעבישע נאמען האב איך קיינמאל קיין אהנונג געהאט, און כ'האב נאך אלץ נישט, ווער דער טאלאנטפולער אינגערמאן איז. כ'פלעג זיך כסדר אויס'משל'ן וויאזוי דער צדיק זעהט אויס, און פארשטייט זיך אז יעדעס מאל כ'האב געלעזט א צווייט קאליר ארטיקל האט זיך דער דמיון ארויסגעלאזט אויף א פרישן יאגד צו כאפן געשטאלטן מיט די פעהיגקייט צו איבערצייגן מיין מח אט דאס איז דער האנט פון וואנען ס'זעלטן גאלדענע פענע שלענגלט זיך פונעם ארבל, און פארשווארצט דעם גליקליכן פאפיר.

געווען איז דאס בערך פאר צוויי יאר צוריק, ווען איינס פון זיינע שפיץ מייסטערווערק האבן געגרייכט די פאליצעס פון די היימישע געשעפטן. דאס איז געוועזן זיין ארטיקל איבער זיין באזוך אינעם קעניגרייך פונעם מלאך המוות--"אוישוויץ". דאס איז געוועזן דער ערשטער מאל כ'האב געזעהן א בילד פון אים אויפן דעקל פונעם שפאקטיוו. זיין געשטאלט איז געוועזן היבש קאנטראדיקטיוו מיט די אויסגע'משל'טע געשטאלטן ס'פלעגן זיך בייטן אין מיינע מח קעמערלעך, אין א בדיעבד'יגן פארזוך צו איבערצייגן מיין אומבאהאלפענע נייגער אז ער איז טאקע דער הרב לעווין.

אן איידל נידריג רויטער אינגערמאנטשיק, מיט אן ענווה'דיגן גרימאסע אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט. גרויסע חסידישע גאלד-שווארצע ברילן, געוויס בכוונה ארויפגעלייגט 'אויף' זיינע האלב-געמאכטע פיאות נישט צו פארשעמען פרומקייט, און טאקע שווארצע זאקן מיטן רעבישן פראכט ווי מיט שטאלץ צו זיין גלאררייכע ייחוס. געשטאנען איז ער דארט צוזאמען מיט העסקן ר' בנציון ווידער פון מאנסי ביים אוישוויצער קאלעך אויוון איינגעהילט אין א טלית, מיט א קל מלא רחמים'דיגע טרערן גלאנץ.

קען זיין ס'איז צוליב דעם וואס איך בין אבסעסט מיטן שואה, און כ'האב שטארק געפיהל דערצו. לדעתי איז אבער יענע ארטיקל געוועזן א זעלטנהייט, און כ'וואלט געוואלט הערן די מיינונג פון אנדערע. הרב לעווין האט דארטן געשילדערט זיין באזוך מיט רויטע פארבן, און האט באוויזן צו דערשלאגן מיינע שיטערע טרערן צו א געדיכט ציפעדיגן זאלציגקייט.

לעצענס זעהט מען פון איהם בילדער ווי ער רייזט ארום דער וועלט, דורכפירענדיג גלאבאלע פארש מיסיעס פאר דער שטערן. אוישוויץ, טאקיא, מאסקווע, און נאך. אויף די בילדער זעהט מען איהם שטענדיג אויפגעלייגט, אלץ מיט א פרישע וועג צו אטראקטירן חן. זאל דאס זיין דער טלית אין אוישוויץ וועלעכס טוהט דראמאטאזירן דעם גהינם, צו דער בא'חן'נטער דאטשיק אויפן קאפ, וועלעכס ערוועקט נאסטאלגיע צום יהדות החרדית אינדערהיים.

ער איז א ווארימער נשמה מיט גרייטקייט פאר אנדערע. הן פון א ריין אידישן שטאנדפונקט טוהט ער רעפלאקטירן די אידישע מידה פון רחמנות; און אויך פון א ברייטהארציג הומאנטערישן שטאנדפונקט, א היימישער טשעמפיאן פאר מענטשן רעכטן. ס'איז אוממעגליך דאס צו פארזעהן פון צווישן די שורות פון זיינע ארטיקלן ווי ס'איז שטארק מערקבאר, און שטארט כסדר ארויס מיט אלע פארבן. בערך פאר צוויי יאר צוריק האב איך זיך דערוויסט פון זיינע פדיון שבויים אקטיוויטעטן, טאקע פון דרור. ער האט געגעבן איין תשעה באב אן אינטערוויא אויף קול מבשר פאר יוסי געשטעטנער איבער תפיסות אין אמעריקע, און בפרט די ביטערע לאגע אין וואס היימישע ארעסטאנטן געפינען זיך. ער איז געקומען רעדן איבער רובשקין אין מאנסי, האב איך אים זייער געוואלט זעהן, אבער פונקט האט זיך געמאכט קאמפליקאציעס איך זאל קענען אנקומען אהין. איך געדענק טאקע אינדערפריה האב איך געזעהן פאשקעווילן אויף איהם, כ'האב געהאפט דאס וועט נישט אפעקטירן זיין אנוועזנהייט, כ'האב שטארק געהאפט איהם צו זעהן, און אויב מעגליך טוישן מיט אים א ווארט.

יאנקל פרייליך פלעגט פאר יארן זיין ביי מיר א הויפט פאקטאר אין קויפן דער שטערן. זיין הומאריסטישן פענע און שארפע אויגן, האט נישט אויסגעקוקט ס'קומט פון א שרייבער מעלמא הדין. כ'האב געטראפן אמאל שמעון ראלינצקי, און כ'האב אים א פרעג געטאהן ווער דער מאדנער ערנסט גערעדטער 'יאנקל פרייליך' איז. זיין ענטפער ס'איז דער זעלביגער רויטער אינגערמאנטשיק פונעם שטרענגן קוק ווינקל, האט פארשטייט זיך געהויבן הרב לעווין'ס פערזענדליכקייט אין מיינע אויגן.

כ'האב געמיינט ער איז בלויז א סטאר אין אידיש שרייבווערק. למעשה האב איך זיך דערוויסט אז לשון קודש האט זיך נישט וואס צו שעמען מיטן אריינעמען אזא שרייבער אינערהאלב אירע ברייטע ראמען. ער האט באלאכטן דעם הפעמון יעדעס ווארט ממש מתוק מדבש. אויך האט ער פארפאסט א הארציגן קינה אויפן שואה וועלעכע קען צולאזן א שטיין אין סאבסטאנץ, און האט זיך בכלל נישט וואס צו שעמען מיט די גרעסטע קינות קאמפאזירער אין קוואליטעט. מ'האט דאס שוין ציטירט דא אינעם שטיבל.

כלפי זיין שרייבן דא אינעם שטיבל האב איך שוין אויך חושד געוועזן צאללאזע ניקס, אריינגערעכנט טאקע מאראנץזאפט אויף וועמען מיינע חשדות זענען מיט רעכט זייער הויעך. מאראנץזאפט איך בין דיר טאקע נישט חושד צו זיין הרב חידא ווייס, און אויך נישט ר' מאטל זילבער. אבער הרב לעווין קענט איר גאר מעגליך זיין.

צום שלוס: כ'האב קיין אהנונג ווער דער לעווין איז, כ'האב אים נאך קיינמאל באגעגנט אפילו. כ'האב שוין אבער פאר א לאנגע צייט שטארקע שעצונג צו זיין מייסטערווערק און ווארימער כאראקטער. אין א צייט ווען היימישע דזשורנאליזם איז טיף אין דער אדמה, און צו ליינען עפעס זאכליך ברויך מען נישטערן אויפן געוועב, איז ער ממש פון יחידי סגולה מיט א זכות צו באלייכטן אידישע היימען מיט זיין זעלטן רייכער פענע. זאל דאס זיין איבער אידישע היסטאריע, זאכליכע ראציאנאלע מוסר איבער דברים העומדים ברומו של עולם, שרעקעדיגע הומאר, און סתם רייכע ארטיקלן. איך האב שוין לאנג געוואלט באשרייבן דעם צדיק, און אז ס'איז יעצט אונטערגעקומען, האב איך נישט געוואלט פארפאסן דעם געלענהייט.

הרב לעווין, איך ווייס נישט צו איר שרייבט דא, איך ווייס נישט צו איר ליינט אפילו קאווע שטיבל. איך ווייס נישט צו מיינע שורות וועלן בכלל אנקומען צו אייך, וויסן זאלט איר אז שכרך הרבה מאוד. מיר באלעקן זיך מיט אייערע ארטיקלן. קיפ איט אפ, יו ראק!
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 7:03 am#147983
אל תהרהר אחריו ביום וכו'.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:40 am#147986
בעל הבית האט געשריבן:ישר כח מארנצןזאפט זייער שון אין קלאר ביקצור, נאך א קליינע הוספה, ער איז זייער א צוגעלאזנע פריידנליך בכלל נישט אין די גאווה ביזנעס, ער האט א אוזן קשבת פאר נשברי לב, כסדר אידן עסן ביי עם שבתים וחגים , שמייכל, דוד סנדק ועוד,בפרט פדיון שביים טוט ער א געוואלט,


אויב איך קען דיר בעטן נאך א טובה'לע אויב די קאנסט באשרייבן קופערניקוס למשל ווי ער וואינט ?יארן ?פרנסה? תלמיד


יא, גערעכט. בכלל איז זיין שטוב א בית ועד לחכמים, און דעם פארגאנגענעם שבועות אויפדערנאכט האט ער געהאט צוגאסט א קבוצה חרטומים בראשות פון הרב יחיאל גולדהויבער, מיט דער באטייליגונג פון אזעלכע לייבן ווי הרב [פארמעקט] המכונה חייקל ענטפערט (יא דער מיטן' קורצן רעקל און פערגרעסערונג גלאז) און ר' יוסף יונה הכהן ראפאפארט המכונה יונה קאהן, און נאך.
עד היום בין איך באליידיגט אז איך האב נישט געקריגן אן אינוויטאציע. בין איך נעבעך געבליבן אין ביהמ"ד, פארלענדעט א פלעשל סעלצער, און געדרימלט אויפ'ן תיקון.

און ווער קופערניקוס איז איז דאך א סוד פאר גאנץ בראד. דאס איז דאך נישט קיין אנדערער ווי הרה"צ מבארשע-אב"ד תולדות אברהם יצחק-ספינקא רבי פון ערימאנט והגלילות, המכונה משה יאנקל (עפעס האט ער מיט דער וואס קומט אויף די וואכנאכטס), א ברודער פאר זייריס רבי הזאבלטובער המכונה דודי הורוויץ, קינדער פונעם בעל דובר מישרים זצוקללה"ה.
זיין פרנסה איז פון טאנצן ביי חתונות פארגלייזט אויפ'ן זעקסטן הקפה ניגון, עי.קעי.עי. שנאר ובעטלעריי.
און א תלמיד איז ער פון בערל קליינס פיצא סטאר אויפ'ן טרייענגל בשכינות פון מרכז מוסדות ספינקא, ווי ער פלעגט אלס בחור קויפן דער איד יעדן מיטוואך (ס'האט נאך דעמאלט געקאסט נאר פופציג צענט, כהאב אמאל געהאט די זכי' צו זיין דער כמותו) צוזאמען מיט א סלאש.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:45 am#147987
:like מאראנצןזאפט.

ווער ווייסט צו דו ביזט דער וואס האט מיר געברענג צום לעצטער שרעקעדיגן געלעכטער אויספלאץ פון שנת תשע"ג. זאל אונז זיין וואויל, א ברכה אויף דיין קאפ.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 8:49 am#147990
יואב..... הערליך.
You made my day /year
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 9:19 am#148000
יואב, א נשיקה פאר יעדן ווארט.
ער האט שוין אסאך געשריבן און ס'שווער צוצונעמען די סוגיא על רגל אחת, אבער איין נקודה, כאטש וואס ער פרובירט זיך צו האלטן צו אויטענטישע און ארגינעלע זשורנאליזם, דאך מוז ער זיך צומאל באנוצן מיט צביעות צוליב די סטאנדארטן פונעם היינטיגן אידישן מארק.
למשל ווען ער האט באשריבן פרשת יאפאן האט ער שיין באזינגען חידא ווייס און זיין געניטשאפט מיט וואס ער פירט די קעיס, אזאך וואס ער האט געשריבן נאר פאר'ן בילד ווען אין פאקט האט ער אסאך ביקורות צו די גאנצע צוגאנג פון בינדיגער ווייס און דער דריטער דארט. בכלל האט ער מיר געמאכט לאכן ווען ער רימט די געוואלדיגע פארטיידיגונג פון די אדוואקאטן, ווען ער פארשטייט נישט קיין איין ווארט יאפאנעזיש.
אויך ווען ער האט באשריבן רבי פישעלע אין דער צייטשריפט האט ער מקיים געווען דעם ברצותו מרחיב וברצותו מקצר למשל אז ר' פישעלע זאל זאגן די ווערטער "ער האט געהאט די זכי' צו פארבארגן זיינע ספרים פאר'ן סאטמארער רב", ווען סך הכל האט ער געזאגט אז "ער פלעגט פארבארגן ספרים פאר'ן סאטמארער רב" ודוק בחילוק המשמעות.
מיט דעם אלעם קומט אים רימע פאר זיין חוצפא און דורכזיכטיגקייט צו זאגן זאכן גענוי אזויוי ער טראכט, און פאר זיין געוואגטקייט צו נוצן א נוסח און סטיל וואס אנדערע וואלטן זיך נישט געטרויעט. למשל זיין פאעזיע אין לעצטן הפעמון איבער א מכלומרשטן חלום פונעם הייליגן בעש"ט צו אים, ווי ער קלאגט אויפ'ן מצב החסידות בזמנינו.
איך בין נאך מסופק וויאזוי מ'קאטאגעראזירט אזא שטיקל, אפשר א גוט ווערטל אויפ'ן חשבון פון די ליינער.
און אז דו רעדסט וועגן זיין הומאנטערישע נשמה און געפילן איז כדאי צו דערמאנען זיין ארטיקל נאך דעם ערדציטערניש אין הייאטי וואו ער האט שארף פארדאמט די אלגעמיינע אידישע גאסן אידעאלאגיע אז כאילו א מענטשליך הארץ דארף זיך נישט מצער זיין אויף די ווייטאגן פון אזויפיל צעבראכענע וואס האבן פארלוירן זייערע נאנטע און גאנצער האב און גוטס, אלעס צוליב וואס זיי זענען מבני נכר. אן ארטיקל וואס וואלט אים רואיג געקומען דערפאר א פוליצער און נאבל ליטעראטור פרייז.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 9:36 am#148002
הערליך שיין ATUB @מאראנצןזאפט ATUB און ATUB @יואב ATUB !

בד"וו, ווער איז דער [פארמעקט]? קיינמאל נישט געהערט פון עם. און וואס איז די דיל מיט די פארגרעסערונג גלאז?
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 9:57 am#148005
יעצט באקומען...
הערליך שיין


שמעו נא רבותי אנשים מומחים, רוצה אני לברככם בשנה טובה ומתוקה, והנה מצד הנימוס והדין המברך צריך לפרוט את כל הברכות והאיחולים, אך דעו נא רבותי כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם, ואין אני מברך אתכם בברכות שאינם כתובים בתורה, על כן יהיו נא בעיניכם כאילו הייתי פורט את כל הברכות והאיחולים, העתירות והמחמאות שאני מברך מעומק הלב.

כל ימי השנה כולה, הכל יהיו מבורכים לכם, הכל מחולים לכם, הכל שמחים לכם, אין כאן לא צער, ולא כאב, לא דחקות ולא חרם ולא איסור ולא קונם ולא נידוי ולא שמתא, ולא ארור, אבל יש כאן ברוך ומבורך, מחילה וסליחה, ברכה ושמחה אושר ונחת, וכשם שמברכים למטה, כך תהיו מבורכים בבית דין של מעלה.

 

המברך ומאחל ידידכם ואוהבכם

 יואל אשר ישעי' לאבין
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 10:09 am#148010
אה זייער שיין מאראנצן!

קענענדיג ר' יואל אשר אלס נחבא אל הכלים, ווייס איך נישט אויב עס שמעקט אים די פובליסיטי (אזוי וואלט ער געזאגט, גיי ווייס...)

אגב, וואס איז די קבוצה חרטומים? עס סאונדט ווי די אילומינאטי...
ווי קען מען זיך צושארן צו זיי?
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 10:18 am#148012
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט באקומען...
הערליך שיין


שמעו נא רבותי אנשים מומחים, רוצה אני לברככם בשנה טובה ומתוקה, והנה מצד הנימוס והדין המברך צריך לפרוט את כל הברכות והאיחולים, אך דעו נא רבותי כי אי אפשר לפורטם כי רבים הם, ואין אני מברך אתכם בברכות שאינם כתובים בתורה, על כן יהיו נא בעיניכם כאילו הייתי פורט את כל הברכות והאיחולים, העתירות והמחמאות שאני מברך מעומק הלב.

כל ימי השנה כולה, הכל יהיו מבורכים לכם, הכל מחולים לכם, הכל שמחים לכם, אין כאן לא צער, ולא כאב, לא דחקות ולא חרם ולא איסור ולא קונם ולא נידוי ולא שמתא, ולא ארור, אבל יש כאן ברוך ומבורך, מחילה וסליחה, ברכה ושמחה אושר ונחת, וכשם שמברכים למטה, כך תהיו מבורכים בבית דין של מעלה.

 

המברך ומאחל ידידכם ואוהבכם

 יואל אשר ישעי' לאבין

וואו איז דער נוסח געדרוקט? ער האט עס געשריבן פאר זיינע לייענער אדער ספעציעל לכבוד אונז? דו קענסטעך מיט אים?
זאג אים פליז אז איך בין גוט מיט דיר.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 11:28 am#148026
מאראנצן זאפט האט געשריבן:ער הייסט יואל אשר לאבין. באקאנטער פיגור אויף 13 עוו. און יוסיס סוויט האוז,
שטעלט זיך ארויס אז ער דרייט זיך נישט נאר אויף 13 עוועניו אדער יוסיס סוויט האוז.
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:50 am#148864
הרב שמעקעדיג קודם כל ביי אונז אידען איז מען ערשט געלאפען צו א ערליכע איד צו באקומען א ברכה וואס דאס איז בעפאר אלעם והשנית
נאכען ארויסגיין פון אזא געהויבענער יוד פאר א ברכה וואלט איך ניש געראטען קיינעם צו גיין נעמען עדווייס און הילף פון דרור נאר אדרבה קלינגט אהן אזעלכע מסירות נפש'דיגע עסקנים ווי לאסורים און פרעגט אייך נאך גענוי איבער די אזוי געריפענע פעולות הצלה פין דעם דרור פי אר קאמפעני העט איר זעהן וואס ליגט אינטער דעם באגראבען
ותחתיה יעמוד הבהרת

סא הרב שמעקעדיג אפילו נאכען ראטען פאר א יוד צו נעמען קודם א ברכה ביי אן אמת'ר ערליכער יוד ביטע אים ניש שיקען צו אן ארגענעזעישען וואס באשטייט פון פי אר און פובליסעטי צו דעקן אויף אנדערע עוולות פרעגט אייך קודם נאך פאר אמת'ע באשיידענע עסקנים ואישי החסד אינעם פעלד פון פדיון שבויים
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:54 am#148866
אה, סא די גאנצע סומאטוכע און די אגענדע פון אח,,,שמח איז אינגאנצן א לאסורים\דרור פאליטיק. ניחמתני.
עפען דיר א אשכול אין צימעס איבער דיין דרעק מיט לעבער אויף דרור און לאז דא פאר נארמאלע שמועסן. א דאנק.
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 10:56 am#148868
איך זעה נישט די נחיצות דא זיך אויסצוטענה'ן איבער צוויי מענטשען וואס וואוינען סך הכל דא א שפאן אוועק פון די קאווע
כאפט א פליגער קיין בארא פארק און קוקט אייך אום אין טאהש און אין תורה ותפלה און באטראכט די צוויי אידען זאל יעדער אליין בוחר זיין אין וועמען ער וויל

צו וואס באשמירען און משוגע מאכען דעם עולם ווער ס'איז על עליונה?

גייט אריבער והבוחר יבחר
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:02 am#148869
געפילטע פיש האט געשריבן:אה, סא די גאנצע סומאטוכע און די אגענדע פון אח שמח איז אינגאנצן א לאסורים\דרור פאליטיק. ניחמתני.
עפען דיר א אשכול אין צימעס איבער דיין דרעק מיט לעבער אויף דרור און לאז דא פאר נארמאלע שמועסן. א דאנק.


דאג ממולא איר האט מיר ניש דערהערט איך האב סך הכל געוואלט דעפענדן האי צדיק וגברא רבא וואס איז געקומען אונטער אן אטאקע צוליב זיין חוות דעת אויף אחד מגדולי הכותבים בימינו

איך האב גארניש צו די גאנצע פאלעמיק ארום דרור און לאסורים סך הכל היות הרב שמעקעדיג האט געוואלט בעקן די טענות בנוגע לעווין מיט זיינע הייליגע פעולות חובקות זרועות עולם מיט זיין דרור ארג. האב איך געגעבן אן אדרעס ווי מברר צו זיין די אמיתות הענינים וואס ער האט דערמיט געוואלט מחפה זיין אויף אלע מעשים אויף וואס ס'געהערט געווארען דיבורים נגדו
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:36 am#148892
נאר,,פרייליך האט געשריבן:הרב שמעקעדיג קודם כל ביי אונז אידען איז מען ערשט געלאפען צו א ערליכע איד צו באקומען א ברכה וואס דאס איז בעפאר אלעם והשנית
נאכען ארויסגיין פון אזא געהויבענער יוד פאר א ברכה וואלט איך ניש געראטען קיינעם צו גיין נעמען עדווייס און הילף פון דרור נאר אדרבה קלינגט אהן אזעלכע מסירות נפש'דיגע עסקנים ווי לאסורים און פרעגט אייך נאך גענוי איבער די אזוי געריפענע פעולות הצלה פין דעם דרור פי אר קאמפעני העט איר זעהן וואס ליגט אינטער דעם באגראבען
ותחתיה יעמוד הבהרת

סא הרב שמעקעדיג אפילו נאכען ראטען פאר א יוד צו נעמען קודם א ברכה ביי אן אמת'ר ערליכער יוד ביטע אים ניש שיקען צו אן ארגענעזעישען וואס באשטייט פון פי אר און פובליסעטי צו דעקן אויף אנדערע עוולות פרעגט אייך קודם נאך פאר אמת'ע באשיידענע עסקנים ואישי החסד אינעם פעלד פון פדיון שבויים


אזוי גאר? ווען די כאפסט א הארץ אטאקע וואלטסטו געלאפן צו א ערליכע איד, און הערשט נאכדעם גערופן הצלה?
דינסטאג סעפטעמבער 10, 2013 11:40 am#148897
נאר,,פרייליך האט געשריבן:הרב שמעקעדיג קודם כל ביי אונז אידען איז מען ערשט געלאפען צו א ערליכע איד צו באקומען א ברכה וואס דאס איז בעפאר אלעם

ופירוש המאירי מרפסין איגרא.
מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 3:06 pm#149498
I'm back האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:הרב שמעקעדיג קודם כל ביי אונז אידען איז מען ערשט געלאפען צו א ערליכע איד צו באקומען א ברכה וואס דאס איז בעפאר אלעם והשנית
נאכען ארויסגיין פון אזא געהויבענער יוד פאר א ברכה וואלט איך ניש געראטען קיינעם צו גיין נעמען עדווייס און הילף פון דרור נאר אדרבה קלינגט אהן אזעלכע מסירות נפש'דיגע עסקנים ווי לאסורים און פרעגט אייך נאך גענוי איבער די אזוי געריפענע פעולות הצלה פין דעם דרור פי אר קאמפעני העט איר זעהן וואס ליגט אינטער דעם באגראבען
ותחתיה יעמוד הבהרת

סא הרב שמעקעדיג אפילו נאכען ראטען פאר א יוד צו נעמען קודם א ברכה ביי אן אמת'ר ערליכער יוד ביטע אים ניש שיקען צו אן ארגענעזעישען וואס באשטייט פון פי אר און פובליסעטי צו דעקן אויף אנדערע עוולות פרעגט אייך קודם נאך פאר אמת'ע באשיידענע עסקנים ואישי החסד אינעם פעלד פון פדיון שבויים


אזוי גאר? ווען די כאפסט א הארץ אטאקע וואלטסטו געלאפן צו א ערליכע איד, און הערשט נאכדעם גערופן הצלה?


וואס איז אזוי פאני צו גיין צו א ערליכער איד בעפאר מ'פארבינד זיך מיט לויער'ס און ארגענעזאציעס?

מה ענין פארפלאנטערט אין געזעץ ל'הארץ אטאקע?

אויב עס איז שייך גייט מען צו א ערליכער איד בעטן א ברכה אזוי האבען יודען בכל הדורות געטון
מיטוואך סעפטעמבער 18, 2013 1:50 pm#151160
הרב לעווין איז די וואך אין דער "עמי" מאגאזין. שמועסט איבער די שוועריקייטן גרושים גייען דורך, און לויבט דער ארגאנעזאציע "אחים בדרך".
מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 8:33 pm#151193
פארגעסן צוצולייגן, נישט לאנג צוריק געווען אויפ'ן דעקל פון די וואך, מיט אזא גרויסע קאפ קאפי אין דער האנט, זייער ראמענטיק געווען.
מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:15 pm#151213
,
מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2013 10:41 pm#151215
אין עמי מעגעזין
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:31 am#163819
רב יואל אשר איז מנדב א ניר
Dear Friends.
Today, the 18th of Kislev is my birthday, the very lucky day I have received a treasure, the brilliant gift of life. Today, Thursday ,18th of Kislev, November 21, I'll be the lucky one again, by giving the gift of life to a fellow human being by donating to him my own god given kidney.
Today, as the clock will be hitting 10 am, I'll be sitting in a surgery room, where I'll be going through a 4 hour sensitive body surgery, with my kidney being transplanted into the body of another human being, a guy, a stranger, which I have never met before. Having no clue what-so-ever about this guy, I do know the fact that he is experiencing tremendous pain we can't even try to conceive, and he's literally struggling to save his life.      
Today, two different ppl will be walking into the hospital; one of them in a healthy condition, while the other one critical, and terribly ill. But at the end, they'll both be walking out in a healthful condition. How wonderful is God's phenomenal creation, which has planted in me a spare organ, an extra piece of actual life, life, to give away life. I'm thrilled, and I'm happy, what a day!
Please be mispalel for me : YOEL USHER YESHAYE Ben MALKA IDEl
And the recipient RUVEN SHLOMO ben FRUMA

Your friend,

Yoel Usher Labin


טייערע ברודער.
היינט, דאנערשטאג וישב, י"ח כסליו איז מיין יום הולדת, די טאג וואס איך האב באקומען די גרעסטע מתנה, די מתנה פון לעבן; היינט, י'ח כסליו איז ביי מיר א גליקליכע טאג, וועל איך געבן פרישע לעבן צו א מענטש דורך אים געבן מיין ניר.
אום 10 אזייגער פארמיטאג וועל איך האבן אן אפעראציע ווי מען וועט ארויסנעמען מיין ניר. אינעם דערנעבנדן צימער וועט ליגן א איד - וועמען איך האב קיינמאל נישט באגעגנט און איך ווייס נישט זיין נאמען - און מען וועט אין זיין שוואכן געליטענעם קערפער אריינפלאנצן מיין ניר וואס וועט אים בע"ה געבן א נייע געזונטע לעבן.
ווי וואונדערליך איז די געטליכע בריאה וואס האט אין מיין גוף איינגעפלאנצט אן איבעריגע ארגען פשוט צו קענען מאכן נייע לעבן!
ביטע זייט מתפלל פאר מיר אז די אפעראציע זאל דורכגיין בשלום ובמנוחה און אז מיין ניר זאל זיין א רפואה שלימה אז דער געליטענער איד זאל שוין ענדליך האבן א נארמאלע געזונטע לעבן.
זייט מתפלל פאר מיר: יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל. און פארן צוקונפטיגן אייגענטימער פון מיין ניר, ראובן שלמה הלוי בן פרומא.

יואל אשר ישעי' לאבין.




ידידים יקרים,

היום, י"ח כסליו יום הולדת שלי, ביום הזה זכיתי למתנה הכי גדולה, מתנת החיים. היום, י"ח כסליו תשע"ד אזכה להעניק המתנה הגדולה של החיים לנברא בצלם אלקים, כאשר אעניק כלייה ליהודי החולה במחלת כליות.
היום בשעה עשר אכנס לבית חולים ובניתוח בן ארבע שעות יוציאו אחד משני כליותי וישתילו אותו בגוף של יהודי הסובל זה זמן ממחלת כליות, יהודי אותו מימי לא פגשתי, ולא מכיר שום דבר עליו רק שהוא יהודי וסובל.
בעזר השם אחיה חיים שלמים ומתוקנים בכלייה אחת, ואילו עמיתי יזכה לתחייה ורוח חדש בכלייה שאני מעניק לו.
מה נפלאים דרכי ההשגחה העליונה אשר שתל בקרבי כלייה מיותרת, כך שאוכל להעניק חיים חדשים לגוף מיוסר על ערש דוי. אחים יקרים, נא להתפלל בעדי: יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל
ובעד הבעלים החדשים של הכלייה שלי ראובן שלמה הלוי בן פרומא. ששני כליותינו יתפקדו כנכון ונבריא ונחלים בקרוב אמן.

באהבה יואל אשר ישעי' לאבין
ק/פ
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:43 am#163827
כל הכבוד!
זיינע מענטשן-רעכט ארטיקלען באקומען פון יעצט אין מיין אויגן א טיפערע משמעות.

בד"וו, ער קען נאר דריי שפראכען?
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:06 pm#163832
טאמער מעג מען פרעגן, ווער צאלט דערפאר? דארף א נדבן עס נעמען אויף די אייגענע קאסטן, אדער צאלט דער רעסיפיענט'ס אינשורענס דערפאר? איז א בעלבאס מחוייב לעגאל צו געבן פעיד ליעוו פאר א ארבעטאר וואס איז מנדב א ניר און דארף זיך ערהוילן?
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:24 pm#163837
די אינשורענס פונעם רעסיפיענט (מקבל) באצאלט דערפאר. עס קאסט גארנישט פארן נדבן. די ארבעט פארלוסט און אנדערע הוצאות ווערט באצאלט דורך די הייליגע ארגאניזאציע "רינועל".
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:12 pm#163844
היינט אין שפיטאל
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:28 pm#163848
דער מענטש דארף א דאקטאר, אה, ער איז שוין דארט.

יהי רצון ער זאל זיין דער גוטער שליח.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:56 pm#163858
כל הכבוד!
He puts his money where his mouth is
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:03 pm#163864
עס איז צום באוואונדערן ווי אפילו אין די אפעראציע צימער, אונטער די חרב חדה האלט ער זיך צו די מסורה, מיט די רבי'שע טראדיציע - שלא שינו לבושם, ער גייט מיט א לאנגע בלויע בעקישע מיט ברייטע ארבל און ער האט א קאמפיוטער, כמנהג אבותיו הקדושים...

On a serious note, ער איז א קוראזשפולע יונגערמאן, און ער טוט א געוואלדיגע זאך! הלוואי ווען מיר אלע האבן אזאנע ביצים ווי ער, די וועלט (אונזער וועלט) וואלט געווען א בעסערע פלאץ. כה לחי!
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:05 pm#163866
איך וואלט עס אויך געטוהן ווען נישט די חשש פון יוהרא.

כ'האב הנאה פון זיין אגודל.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:33 pm#163875
איך בין שטארק איבעגענומען פון וואס הרב לעווין טוהט. אפשר זאלן מיר דא אויסזאגן תהילים פאר זיין הצלחה און גאנצע רפואה?
איך זאג פון קאפיטל א' ביז כ'.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:44 pm#163880
זייער שיין פון הרב לעווין צו טוהן אזא העלדישער אקט, און אוועק געבן פון זיין בלוט און פלייש פאר א צווייטן איד. און נאך שענער איז אז ער טוט דאס בפומבי אז נאך אידן זאלן זיך אפלערנען פון אים.
אויב די מוסדות דארפן הענגן גרויסע סיינס פאר יעדן עושר וואס געט אפאר דאלער אז אנדערע זאלן דאס אויך נאכמאכן. פארוואס זאל מען נישט טוהן די זעלבע פאר איינעם וואס געבט אוועק א חלק פון זיך פאר א צווייטן?
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:34 pm#163895
קאווע טרינקער האט געשריבן:כל הכבוד!
זיינע מענטשן-רעכט ארטיקלען באקומען פון יעצט אין מיין אויגן א טיפערע משמעות.

בד"וו, ער קען נאר דריי שפראכען?


ס'דערמאנט מער פון אויפגעקלערטע און עטענשעין סיקער וואס זיכען פובליסעטי מיט רעדן שפראך וואס יענער העט'ר אנקוקען כאילו ער איז פון די נפילים צו די בני ענק

בנוגע שפראכען איז נעבעך דאס זיין צרה נאך פון יעשיבע אויס האט ער געהאט עטליכע שפראכען וואס האבען אים געבראכט צו וואו ער איז אנגעקומען
באט עני וועי זאל ער האבען א רפואה שלימה מיט זיין פארטנער דער וואס קריגט די נור כ'האף נאר יענער זאל ניש קעטשען און מ'קען אים ערליך אינזין האבען

נאכאמאל דער נאמען איז

יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל
איר קענט אויך אינזין האבען דעם פעדער בתוך שאר כותבי איזראעיל

כ'מיין עס באמת לטובתו קענענדיג אים נאך פון די יוגנט וואסערע גאלדענע נשמה ער איז געווען, מי יתנני ירחי קדם,
נאר די טינט זיינע האט'ם נעבעך פארשווארצט
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:55 pm#163914
וועפערייזער האט געשריבן:איך וואלט עס אויך געטוהן ווען נישט די חשש פון יוהרא.

כ'האב הנאה פון זיין אגודל.

חשש יוהרא זאגט מען נישט אויף יענעמס חשבון. אויב וועלסטו ראטווען א צווייטענס לעבען איז יוהרא נישט קיין סיבה ציריקציהאלטן.
יוהרא איז גוט ווען ביזט דן דיין אייגענע רחניות. למשל אויףשטיין זאגן תיקין חצות איז א תיקין פאר דיר אבער יוהרא קען זיין אז סוועט זיין גאר קולקל.
דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:58 pm#163917
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:כל הכבוד!
זיינע מענטשן-רעכט ארטיקלען באקומען פון יעצט אין מיין אויגן א טיפערע משמעות.

בד"וו, ער קען נאר דריי שפראכען?


ס'דערמאנט מער פון אויפגעקלערטע און עטענשעין סיקער וואס זיכען פובליסעטי מיט רעדן שפראך וואס יענער העט'ר אנקוקען כאילו ער איז פון די נפילים צו די בני ענק

בנוגע שפראכען איז נעבעך דאס זיין צרה נאך פון יעשיבע אויס האט ער געהאט עטליכע שפראכען וואס האבען אים געבראכט צו וואו ער איז אנגעקומען
באט עני וועי זאל ער האבען א רפואה שלימה מיט זיין פארטנער דער וואס קריגט די נור כ'האף נאר יענער זאל ניש קעטשען און מ'קען אים ערליך אינזין האבען

נאכאמאל דער נאמען איז

יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל
איר קענט אויך אינזין האבען דעם פעדער בתוך שאר כותבי איזראעיל

כ'מיין עס באמת לטובתו קענענדיג אים נאך פון די יוגנט וואסערע גאלדענע נשמה ער איז געווען, מי יתנני ירחי קדם,
נאר די טינט זיינע האט'ם נעבעך פארשווארצט

טאקע זייער מן המבחר, אידישלעך, נארמאל, מענטשליך, "פרום", און זאכליך ווען איינער טוהט אן הערוישע זאך אין זיין לעבן מיטן מנדב זיין זיין אייגענעם ניר פאר א פרעמדן, פארן בלויזן סיבה פון וועלן העלפן א איד, זיין א ריכטיגער מוסטער פון כל המקיים נפש אחת מישראל, אהער קומען "יעצט" אים קריטיקירן, און נאך אויף עבירות וואס קיין בר דעת קען בכלל נישט פארשטיין. זאג? מ'גראבט שוין נישט קברים? גיי טרעף דיך וואס צו טוהן.
איין רגע נאר! ווען ביזטו מנדב א ניר? איך בין זיכער דעמאלט גייט געשריבן ווערן נאר אין "אידיש" מ'זאל מתפלל זיין פאר דיך, איא?