געווען אמאל א איד וואס האט געוואלט ארויסגעבן א ספר און פארקויפן אז דאס איז אן אלט ספר, פארוואס נישט, וואס האט ער געטון?
וואו באקאנט ברענגט דאך די רמב"ם פילע מאל, בשם "חכמים הראשנוים", ממארים וואס האבען נישט קיין מקור אין קיין שום ארט.
צענדליגע אויב נישט הונדרעטער אזאלעכע מאמרים איז דא אין רמב״ם, זיי האבען נישט קיין מקור, און די רמב"ם ברענגט דאס גלאטיג בשם "חכמים הראשנוים"
קיינער טרייט אפילה נישט נאך ציזוכען די מקור, אדער פרעגן אויף די רמב"ם, ווייל די רמב"ם, וואו באקאנט, נישט אזוי וואו היינט, האט בכלל נישט מדייק געווען.
ס׳איז נישט געווען קיין ספרים שענק אנגעפילט מיט גמרות און ס׳האט געדויערט לאנג נאכצוזוכען.
מארק שפירא שרייבט דאס אויך בפירוש, הגם ער רעד פין פסוקים, נו, ווער זאגט מארק שפירא האט מדייק געווען, געמיינט האט ער אויך ציזאגן לשונות פין חז"ל, אדער צישטעלן פסוקים צי לשונת פין חז"ל
דא איז דער איד אויפגעקימען אויף א המצאה, ער וועט דאס אריינשטעלן אין זיין ספר, און אלע וועלן פארשטיין אז די רמב"ם האט דאס געזען אין דעם אלטען ספר.
די אלע אנדערע צענדליגע הינדרעטע מאל וואס די רמב"ם ברענגט אן קיין מקור האט ער פאר א סיבה נישט געוואלט אראנשטעלן, איינס צוויי שטיקלעך איז פינקט געניג, האט ער צי זיך געטראכט.
די שטיקעל האט געהאט ביי אים א ספעציעל חשיבות ווייל די רמב"ם אויף א צווייט פלאץ, אויף זיין פירוש אויף משניות, לייגט דארט די רמב"ם צי אז חז"ל נעמען דאס פין א פסוק! וועט ער טאקע דארט אויך אריין שטעלן טאקע די פסוק!
ענד-לא-ענד-ביהאלד די טריק איז געלאנגען, הקטן אויף קאווע שטיבל איז געפאלען דערפאר
טייל ווילען זאגן, אז די רמב"ם האט געהאט פארשידענע פארלוירענע מדרשים און גמרות, א שטייגער וואס איז היינט באקאנט אלס דער "זוהר", "רעיא מהימנא", "זוהר חדש", "סתרי אותיות", וואס האט אמאל עקזיסטירט און איז פארלוירען געגאנגען, און סשטימט א מחי ווייל דאס וואס דער רמב"ם שרייבט שטייט דאך טאקע ממש אינעם זוהר, וואס איז געווען פארלוירן.
אבער די מער געריבענע זאגן וואס פארלוירן ווען פארלוירן! עקזיסטירט און איז פארלוירען געגאנגען?!? קען נישט זיין!
דאס איז א קאנספעראציע! אפשר כדי צי אסרען הצז"ל, וואו די קריסטען!
וואס בלייבט איבער איז - וואס איז מער plausible?
מיין עקספעקטעשן איז נישט אז א יעדער זאל פארשטיין, ווער ס'פארשטייט נישט קען מיך ראיג איגנערירען,
וועם סקוועשעט נאך אלץ האט אויך די option צי האקן אין קאפ אין שרייבן שלא כענין