ר' ATUB @יאיר ATUB , כ'פארשטיי וואס איר מיינט, איינמאל א זאך ווערט אן אביעקט צו שטודירן קען עס פארלירן דעם רגש קדושה, אויב איז מען נישט גענוג געווארנט. וכנראה איז דאס די טעם פון די וואס האבן זיך מתנגד געווען צו ביקורת המקרא כאטש זיי זענען אפען געווען צו אלע אנדערע שאלות, ווייל אפילו אויב איז מען זוכה צוצוקומען צום אמת קען מען פארלירן די רגש פון מחויבות צו די תורה, רח"ל.
למעשה, כשאני לעצמי פיהל איך ב"ה אקוראט די זעלבע ווי דער בעל הסולם. כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער (אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון). ווען איך פאר זיך שרייב דאס קענט איר מיר אנקוקן ווי עפעס א פאנאטישער מאמין וואס טראכט מיט הארץ אנשטאט מוח, וואס האט זיך פארגלייבט אין עפעס א כמו-אראמישע טעקסט און קען עס נישט אפלאזן. דערפאר האב איך געברענגט דברי בעל הסולם, וואס אויף אים זאגט זיך דאס נישט אזוי גרינג, ער איז געווען אן ענק הרוח און א אפענער מוח, וואס האט טיעף דורכגעטון אלע פילאזאפיעס און אידאלאגיעס אויף די וועלט (וכבר נתבאר קצת
כאן בדברי שליח עניא והרב לעיקוואד). דאס איז פון די זאכן וואס מ'קען נישט אויפווייזן, מ'מוז אליינס דורכטון, און נישט דורך אזעלכע בורות נשברים ווי ג"ש וחביריו, נאר טאקע אליינס מיטן גאנצן נשמה (מערקט אז כ'שרייב נישט הארץ). אויב ווארט איר אויף הוכחות, ווייזט מיר מקודם אויף אז יחזקאל'ס נבואות זענען נישט סתם עפעס UFO-like מחזות פון א דמיון מפותח (רח"ל).
אז איר שרייבט אייער אני מאמין וועל איך מוזן שרייבן מיינס, אויפן סדר פון ווי זיכער כ'בין.
1) רמד"ל איז בלי שום ספק רציני נישט געווען דער מחבר, עורך, און אפילו נישט ערנסט ארומגעפאטשקעט דערמיט. די רעדע איז נישט פון אזעלכע זאכן ווי שינוי דעת, נאר קודם כל איז ער פשוט נישט געווען מסוגל דערצו, כאילו איר זאלט זאגן אז איבראנער רב האט געשריבן רמב"ם, צווייטנס ברענגט ער נאך שטיקלעך אין זיינע שפעטערדיגע ספרים וואס ער האט קלאר נישט פארשטאנען פירוש המילות, דריטנס פרעגט ער קושיות אין זיינע שפעטערדיגע ספרים וואס ווערן שוין געפרעגט אין זוהר (אהן זיך וויסנדיג מאכן), און ער ענטפערט מיט דוחק-תירוצים בעת וואס אין זוהר זענען די תירוצים הערליך, ס'איז נישט באוויסט אז ער האט געליטן אויף אמנעזיע, ועוד ועוד. מערסטענס וואס ס'קען זיין איז אז ס'איז אנגעקומען לידו נישט מסודר, און ער האט פרובירט אביסל מסדר צו זיין, און אפשר אויך במקומות מועטים ביותר צוגעלייגט און אראפגענומען.
2) א ריזן חלק איז שוין געווען געשריבן שפעטסטענס בתקופת הגאונים. שלום אליין ווארפט אריין, אזוי צופעליג, אז א גרויסע חלק פון זוהר איז געשריבן געווארן מיט אויסגעצייכנטע אראמיש, וואס פאסט פאר חכמים וואס אראמיש לעבט נאך ביי זיי (ד.מ. זיי נוצן עס טאג-טעגליך). אבער ער איז זיך נישט מטריח מסביר צו זיין וויאזוי דאס איז טאקע מעגליך. (ס'זענען דא נאך אסאך ראיות, אפס קצתם תראה במאמר המצורף, כ'האב נאר אנגעכאפט די ראי' ווייל דער עולם דא האט זיך ארויפגעכאפט אויפן אראמיש).
3) צו דאס קערנדל איז געשריבן געווארן דורך רשב"י, זענען דא בערג מיט טענות לכאן ולכאן, זיי דורכצוטון וועט נעמען צייט און כח און מח, און וויבאלד כאמור איז מיר עס נישט צופיל נוגע, ברענט מיר נישט צו אינוועסטירן אזויפיל אויף צו געוואויר ווערן די היסטארישע אמת. אין פשוטערע ווערטער: איני יודע. אבער ס'איז מיר פשוט באקוועמער אנצושטעלן א סעטינג ביי מיר אין מח אז דאס קערנדל איז מסתמא יא פון רשב"י, פשוט ווייל דאס איז געווען די אנגענומענע מיינונג ביי רוב גדולי ישראל (ווי רב אשלג שרייבט, ביי די וואס האבן פארשטאנען חכמה זו), און כ'האב דערווייל נישט געטראפן קיין compelling reason צו קריגן.
לגבי ג"ש'ס נגיעות, כ'האב נישט געמיינט דוקא לגבי די נושא, אבער סייווי פארשטיי איך נישט אייער ראי'. אויב זעה איך איינעם אויפן אינטערנעט וואס האלט אין איין פאוסטן זיינע שיטות בעניני אמונה, ער הייבט אהן ווי א חרדי און ענדיגט - נעבעך - ווי א כופר הכל, איז מוכרח פון דעם אז ער אנגעקומען צו דעם דורך אביעקטיווע טענות? אוודאי איז עס אויך מעגליך, אבער ס'איז פונקט אזוי מעגליך אז זיינע תאוות נטיות ונגיעות האבן אים צוביסלעך מער און מער פארפירט, ער איז געווארן שוואכער און שוואכער ביי זיך עומד צו זיין בנסיון. און אויב זעה איך אז אין זיינע לעצטע פאוסטס איגנארירט ער גענצליך די ראיות פון זיינע ערשטע פאוסטס, איז מער מסתבר די צווייטע צד ווי די ערשטע. לענינינו, ג"ש האט מפרסם געווען אפאר מאמרים מיט ראיות אז רמד"ל האט נישט מחבר געווען ספר הזוהר, און שפעטער איגנארירט ער זיי גענצליך! צינדט דאס נישט אהן קיין רויט לעמפעל ביי אייך?
כ'האב זיך נישט ריכטיג אויסגעדריקט אז מ'פרובירט זיך שוין אפצושאקלען, איר זענט לכאורה גערעכט אז ס'האלט נאכנישט ביי דעם. אבער בעת וואס אמאל איז מען געווען פאר'שיכור'ט פאר אים, ער האט געקענט שרייבן די גרעסטע שטותים און מ'איז נאכגעטאנצען קדוש קדוש קדוש אויף יעדע ווארט (עי' במאמרי תשבי, אדער בעסער זייט נישט מעיין
![ווינקט ;)]()
), האט מען שוין היינט איינגעזעהן אז נישט יעדע נארישקייט ווערט אויטאמאטיש קלוג ווייל ס'קומט פון דעם גורף ביבין'ס פה מפיק מטלניות.
ATUB @דעת תורה ATUB , איר לייגט זייער גוט אראפ די טענות פון די מערערים, אבער די טענות אויף פארקערט זענען פיל שטערקער. למשל:
דעת תורה האט געשריבן:ער האט זיך אליינס אראפגעזעצט, און אויסגעארבעט דעם ש"ס מהחל ועד כלה. (אקעי, איך אגרי אז דער חלק משל שטימט נישט...).
דער חלק נמשל שטימט נאך אסאך ווייניגער.
ווי געשריבן, איז מסתבר אז ס'איז אנגעקומען צו רמד"ל נישט מסודר, ער האט עס מסדר געווען, און ארומגעטוישט אויף געציילטע פלעצער וואו ס'האט אים געשמעקט. דערפאר האט ער נישט געוואלט ארויסגעבן דעם כת"י (אויב האט ער עס טאקע נאך געהאט), מ'זאל אים נישט כאפן רויט-האנטיג. וויבאלד ער האט אריינגעלייגט אסאך ארבעט לפי ערכו, האט ער זיך אין א שוואכע מינוט מעגליך בארימט פאר זיין רביצין אז ס'איז אלעס מעשי ידיו, (ווי דער מדרש אז שלמה המלך האט געהערט א פויגל זיך בארימען אז ער קען חרוב מאכן דאס ביהמ"ק, ווען שלמה האט געפרעגט וויאזוי האט דאס פויגל געענטפערט אז פאר זיין ווייב מעג ער זיך בארימען און ס'איז קיינעם'ס נישט עסק). בקיצור, יעדע קושיא האט א תירוץ, און די קושיות קענען נישט מכריח זיין אז רמד"ל האט געטון אין מערסטענס זעקס יאר א זאך וואס ער וואלט נישט געקענט באווייזן במשך כל ימי חייו.
אבער ווי איר פירט אויס (און ווי געשריבן אויבן), ס'איז נישט צופיל נוגע צו דער מחבר האט געהייסן ר' שמעון בר יוחאי, רב חמאי גאון, ר' משה די ליאון, אדער אפילו ר' יהושע לייפער. איינמאל מיר ווייסן וואס מיר ווייסן איבערן חיבור איז דער מחבר נתלה אין זיין חיבור, נישט פארקערט.
שליח האט געשריבן:כרגע האב איך נישט קיין צייט (און חשק) מרחיב צו זיין, אבער מ'קען אנהייבן מיט קאשער'ס מאמר (און ליבערמאן'ס אויך, צו די זייט). איך פארמאג נישט קיין סקענער, אבער כ'בין כמעט זיכער אז ביידע דארפן זיך צו געפינען אין אוצר החכמה. אויב איינער דא האט אוצר החכמה וועט ער א טובה טון פארן עולם אויב וועט ער זיי אפירזוכן (קאשער'ס אין סיני סופר יובל, ליבערמאן'ס אנהייב אהל רח"ל) און ארויפלאדענען.
א גרויסן דאנק פארן חשובן חבר וואס האט זיי צוגעשטעלט, תשוחח"ל. ויותר ממה שאמרתי לפניכם כתוב כאן. (כ'שפיר זיך אבער פארפליכטעט צוצולייגן אז כ'בין נישט מקבל אחריות אויף זייערע ווערטער, כ'האב עס נישט יעצט איבערגעליינט. ומצד השני, כפי זכרוני אנטהאלטן זיי נישט אלע מיינע טענות).
כשרליברמן