דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:08 pm#234326
די אלע טענה'רייען דא איז מבוסס אויף אן הנחה קדומה אז עימיצער וואס איז אזוי אויסגעארבעט און הייליג אזש ער פראוועט מופתים, פארלירט עפעס זיינע תאוות, צו די נקודה אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן אז ער איז פעאיג עובר צו זיין אויף איסורים.
צו גלייבן אזאנס אויף א ילוד אשה גרעניצט זיך מיט סעמי-כפירה-ודאי-טיפשות, אפילו הקב''ה - זאגן חז"ל - האט נישט מייחס געווען זיין נאמען אויף א לעבעדיגן אלס חשש נחמץ צו ווערן. יא ער'ט געפראוועט מופתים איז וואס? יעצט איז ער נכשל געווארן.
מיין צווייטע נקודה; איך זע אז די רבנים ווילן אים אוועקנעמן די לייסענס צו פראקטיצירן ווייטערדיגע קבלה-שטיק. דאס איז ממש אבסורד טיפשות אויף הויעכע שטאפלען. קודם פאר די וואס גלייבן אז איינער וואס טוט אזעלכע מעשים איז נישט מעגליך צו באווייזן מופתים, דאן זאל ער ווייטער פראווענען וירא הקהל וישפוט, אויב געלונגט די מופתים ווייטער איז א סימן אז ער'ט זיך נישט שמוציג געמאכט.
און בכלל, פאר די ראציאנאלע ליבעראלן וועט דא נפשט ווערן דעם באוואוסטן מיליאן דאלער קוועשטאן, צו מופתים איז אסאסיאירט מיט הייליגקייט צו נישט.