Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » המקובל רבי חיים כהן - החלבן

המקובל רבי חיים כהן - החלבן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
73 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4801
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 7:46 pm#151382
המקובל רבי חיים כהן - החלבן
אין ליכט פון קאווע טרינקער'ס דערמאנונג איבער דער מיסטעריעזע פערזאן, בין איך אינספירירט געווארן צו שרייבן איבער נאך א מיסטעריעזע פערזאן; רבי חיים כהן המכונה "החלבן" . להוי ידוע אז א טייל וואס איך שרייב איז מכלי ראשון ושני, וואס כ'האב געזעהן אליין און געהערט פון באקאנטע, און א טייל איז פון די מידיע און אינטרנט, אבער בשו"א נעם איך נישט אחריות אויף אמיתות הדברים. אליינס האב איך געהאט דריי encounters מיט רבי חיים, 2 זענען געווען פערזענליך. ווער עס ווייסט מער ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.

ווען מען רעדט פון די חלבן דארף מען וויסן אז מען רעדט נישט דא פון סתם א מקובל וואס לערנט כתבי אר"י, און דאווענט פון א סידור הרש"ש. ער און אלע מקובלים ארום אים, רבותיו וחבריו טראגן אן אינטערעסאנטע מיסטעריע ארום זיך, זיי זענען די מערסט "באקאנטע צדיקים נסתרים" אין די לעצטע הונדערט יאר. בעל שמ'סקע מעשיות, און "קבלה מעשיות" איז די norm ביי זיי. זיי רעדן איבער גילוי אליהו ווי עס וואלט געווען א חסידישע מנהג, און גילוי עתידות איז א דבר יום ביומו. א טייל פון די גרויסע גילויים ווייסן מיר פון די מענטשן וואס האבן עס מיט געלעבט, אדער פון אנדערע "צדיקים" וואס האבן מעיד געווען. און א גרויסע טייל פון די גילויים ווייסן מיר מפי קדשם אליין, נאך דעם וואס זיי האבן געפילט די נחיצות עס מגלה צו זיין פאר אונז, על אף היותם צדיקים "נסתרים".

כמדומני אז ער איז געבוירן געווארן אין טערקיי, אבער ער איז א ישראלי אדורך און אדורך (געדינט אין די מיליטער). מען רופט אים די "חלבן" צוליב דעם וואס פון פאך אויס איז ער א חלבן - א קעז פראדוצירער. ער ארבייט שוין לאנגע יארן אין א קעז פעקטארי אין די אזור התעשייה אין תל אביב. אבער א יעדע איבעריגע מינוט, אריינגערעכנט אין מיטן די ארבייט און לאנגע שעות ביינאכט זיצט ער על התורה ועל העבודה.

ביז בערך פאר פופצן צוואנציג יאר צוריק האבן אים גאר ווייניג מענטשן געקענט, טראץ דעם וואס רעגירונגס לייט און מיליטערישע פירער זענען זיך כסדר געקומען אדורך שמועסן און שואל עצה זיין מיט אים, און כאשר יגיד כן היה. אבער אין יענע צייט האט זיך אלעס פלוצלינג געטוישט, זיין נאמען איז באקאנט געווארן אלץ אן איש אלוקי איבער די לענג און ברייט פונעם לאנד. טויזנטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אנגעהויבן צו שטראמען צו אים צו לערנען תורה, מאכן תיקונים, און איבער אלעם צו פועל'ן ישועות. אויך האט די מידיע - סיי די פרומע און סיי די פרייע - אים אנגעהויבן צו דעקן פונקט ווי אלע אנדערע אדמורי"ם ומקובלים.

מיין ערשטע באגעגעניש מיט אים איז געווען בערך פערצן יאר צוריק. איך בין צופעליג אריינגעפאלן ביי א גרויסע רבי'שע חתונה פון איינע פון די שיינע הויפן אין ירושלים. דארט האב איך אים די ערשטע מאל געזעהן אויפן אויבן-אן, ווי שיין די רביס האבן אים אויפגענומען און געוואונטשן איינער דעם אנדערע מיט אן הערצת פנים. איך האב ביז דעמאלטס קיינמאל נישט געהערט פון אים. אבער מיין קליינע מח'ל האט בשום אופן נישט געקענט אקצעפטירן וואס מיין שכן האט מיר פארציילט. אז אליהו הנביא איז זיך מגלה צו א איד א מגולח? אז א איד וואס גייט מיט א בלויע העמד און א סוועטער זאל קענען סתרי תורה? כ'מיין די אמאליגע ל"ו צדיקים זענען געגאנגען מיט קאסקעטלעך אבער נישט מיט די פויערישע דאשיק. איך האב דעמאלטס נישט געקענט דערהייבן אז דאס קען זיין לעגיטים.

אפאר חדשים שפעטער איז אין ירושלים פארגעקומען א גרויסע געשעהניש. די ראשי ישיבה פון די ישיבה למקובלים "שערי שמים" האבן פאר א לאנגע צייט געשריבן א ספר תורה בקדושה ובטהרה, ע"פ מנהגי וכוונות הקבלה, און לכבוד דאס פארענדיגן האבן זיי געפייערט מיט א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה. אויף די דעקל פון איינע פון די וועכנטליכע אויסגאבעס איז געווען א בילד פון די פייערונג, מען האט געזעהן פינף עלטערע אידן טאנצן אינאיינעם אין א שורה אנהאלטענדיג די הענט לכבודה של תורה. פיר זענען געווען מראשי הישיבה און אין דער מיט איז געווען די חלבן. נו, זעהנדיג פיר באקאנטע מאה שערים רבנים מיט לאנגע ווייסע בערד נעמען ארום די חלבן, האב איך געזעהן אז יש דברים בגו.

פון דעמאלטס האב איך אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער אים, וועלכע רביס שוקן זייערע שווערע קוויטלעך צו אים, סיפורי מופתיים, ווי ער ליינט די שטערן פון מענטשן און זעהט אלעס, גילוי עתידות. אויך האב איך אויסגעפונען מער פערזענליכע פרטים. פון איין זייט אז זיין ווייב גייט מיט הויזן, און די סיבה פארוואס ער גט איר נישט (פארן נישט זיין פרום) איז ווייל זי איז א ריכטיגע אשה רעה מיט אלע הידורים און ער וויל נישט ארויס לאזן אזא מציאה פון די הענט. מיין חבר האט מיר פארציילט אז ער האט אים איין מאל אהיים באגלייט פון זיין וועכנטליכע שיעור בספרי חסידות אין בני ברק (ווען מען האט עס נאך געקענט טון) און ער האט אליין געזעהן ווי זיין רעביצין איז אים מקבל פנים מיט מכות רצח מיט א בעזעם, און רבי חיים האט בכלל נישט רעאגירט.

פון די אנדערע זייט האב איך אויסגעפונען אז רבי חיים האט געהאט גרויסע רביס, ספרד'ישע און חסיד'ישע. אויך האט ער זיך געדרייט און פארברענגט אין איין חבורה מיט אנדערע צדיקים נסתרים. צווישן אנדערע מיט רבי יוסף וולטוך, די גאסן קערער פון ירושלים. רבי משה יעקב, די שוסטער פון יפו; ער איז געווען א תלמיד פון די בעל הלשם, און רב קוק האט געזאגט אויף אים געוואלדיגע זאכן. רבי יהודה פטילון, די ארטיסט פון יפו. אויך האט ער געלערנט ביי די אלטע מקובל פון באגדאד רבי יהושע שהרבני, וועלכע האט געלערנט מיט די בן איש חי, ער ליגט אויפן הר הזיתים הארט נעבען די רש"ש. א יעדע פון די אינטערעסאנטע דמויות פארדינט זיך אן עקסטרע באשרייבונג.

נאך א פערזענליכע באגעגעניש איז געווען געציילטע טעג פאר מיין חתונה. איך בין פונקט בהשגחה אנגעקומען צו די הויז פון א ידיד ווען ער איז געווען אויפן וועג ארויס, און איך האב געהערט ווי ער זאגט פאר זיין ווייב אז ער פארט זיך אדורך רעדן מיט רבי חיים און ער קומט באלד צוריק. טראץ דעם וואס איך בין געווענטליך נישט נאכגעלאפן רביס און מקובלים האב איך דאס מאל זיך אריינגעזעצט אינעם טעקסי און איך בין מיטגעפארן. מיר זענען אנגעקומען צום קעז פעקטארי ארום צוועלעף - איינס מיטאג, די גאנצע געגנט פארנט פונעם בנין האט געשמעקט פון זויערע מילך. מיין ידיד איז אריין אינעווייניג און ער האט מיר געהייסן ווארטן אינדערויסן. בערך פופצן מינוט שפעטער קומט ער צוריק ארויס אין באגלייטונג פון די חלבן וועלכע איז געגאנגן אנגעטון מיט א גרויסע שירצל און קני-הויכע גומעמע שטיוול. זיי האבן אזוי געשמועסט ביז זיי האבן דערגרייכט די טעקסי. מיין ידיד האט דאן געבעטן רבי חיים זאל מיר אנוואונטשען לרגל מיין בעפארשטייענדע חתונה. ער האט שטארק געוואונטשן אין לשון הקדש (דאכצעך מיט די האנט איבער מיין קאפ). דערנאך האט ער זיך אויסגעדרייט צו מיין חבר און ער האט אים עפעס געזאגט וואס ער האט נישט געקענט וויסן אן רוח הקדש. ער זאגט פאר מיין חבר - טייטל'נדיג אויף מיר - "יש לו נשמה נקיה" עכ"ל. דעמאלטס האב איך קלאר געזעהן זיין הייליגע בליק. :lol:

ווי שוין דערמאנט פריער האט ער דעמאלטס פארגעלערנט א וועכנטליכע גרויסע שיעור אין ספרי חסידות (דאכצעך ספר מאור ושמש). אויך האט ער כסדר אנגעפירט תיקונים ברוב עם, ספעציעל אין די ימי השובבים דאווענדיג מנחה מיט די ענני פון די רש"ש. הונדערטער פון אלע שיכטן און קרייזן האבן זיך באטייליגט, אבער קיין געלט האט ער קיינמאל נישט גענומען ביי קיינעם. פאר אפאר יאר צוריק בין איך געווען אין ארץ ישראל און עס האט מיר אנגעשמעקט א באגעגעניש. אבער כ'האב דעמאלטס אויסגעפונען אז ס'נישט אזוי פשוט. עס איז שוין דא א גאנצע הויף, מיט גבאים, דרייווערס, ארגעניזאציעס, פראטעקציע וכו'. איך ווייס נישט וויפיל איז בהסכמתו ובידיעתו. איך וועל מיך דערווייל אפשטעלן דא, און לאזן אנדערע שרייבן וואס זיי ווייסן.




.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:04 pm#151389
כידוע החילוק צווישען א בויך-וויי און א קאפ-וויי, איז אזוי, קיין תלמיד חכם מובהק, אדער אפילו קיין מקובל מובהק וואס קען און פארשטייט קבלה אויף די לעוועל פון יונגעלייט וואס דרייען זיך אין שער השמים, איז ער נישט, אויף וויפיל איך ווייס. דאס איז וואס מיר פשוט'ע מענטשען קענען מעסטען. מכאן ואילך, זאכען וואס מען קען נישט מעסטען, צו ער איז א פועל ישועות, אדער א צדיק נסתר, אדער ער האט גילוי אליהו, קען יעדער גלייבען וואס ער וויל.

(לגבי זיין ווייב, שמעתי שאין זה נכון).

אינטרעסאנט, הר"ר יהודה שיינפלד שליט"א (נאך א סעמי-צדיק נסתר סעמי מוזר וואס קומט זיך עקסטער א באשרייבונג, אבער א ת"ח) האלט זיך א תלמיד זיינע, און אין די ספרים זיינע 'אסרי לגפן' איז דא צו'ם סוף "שו"ת מילי דחסידותא" וואס זענען שאלות וואס ער פרעגט אן ר' חיים'ן און זיינע תשובות, אביסעל אויפ'ן נוסח פון תשובות ר' חיים קנייבסקי, קורץ און שארף, אבער רוב שאלות זענען אויף אזוינע ענינים, נישט הלכה, ווי וועלכע קאליר קאפל זאל מען גיין ראש חודש על פי קבלה, אדער וואס זענען די אבות געגאנגען (א ירושלימע'ר קאפטען אויב זענט איר גאר נייגעריק), און אלץ מיט אזא זיכערקייט כמפי הגבורה אן קיין מקורות צו גארנישט.
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:20 pm#151395
לעיקוואד האט געשריבן:קיין מקובל מובהק וואס קען און פארשטייט קבלה אויף די לעוועל פון יונגעלייט וואס דרייען זיך אין שער השמים, איז ער נישט, אויף וויפיל איך ווייס. דאס איז וואס מיר פשוט'ע מענטשען קענען מעסטען.

(לגבי זיין ווייב, שמעתי שאין זה נכון).


ווען איך האב געזעהן ווי שטארק די ראשי ישיבה (ר' פישל אייזנבאך, רב ראבינאוויטש ועוד) האבן אים מכבד געווען, האב איך עס גענומען אלץ א צייכען אז זיי האלטן אים יא פאר עפעס וואס "זיי" זענען מחשיב. בנוגע זיין ווייב, ווי אזוי קענסטו עס לייקענען ווען איך האב עס געהערט מכלי ראשון, פונעם שקרן אליין? :o
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:22 pm#151396
לעיקוואוד, בהנחה אז נישט דער חלבן און נישט די מקובלים פון שער השמים האבן זיך שוין געטראפן מיט אליהו'ן, וואס האבן די מקובלים איינגעזען אין דעם מיסטעריעזן חלבן פון וועמען איך הער יעצט צום ערשטן מאל?
(אגב איז מיר אינטערעסאנט אז אין אמעריקע און אין אייראפע באווייזט זיך אליהו צו מענטשן אנגעטאן אין גאלדענע בעקישעס, און אין ארץ ישראל קומט ער צו די מילכיגער פליישיגער ושוסטיגער).
זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 8:48 pm#151421
איך האב געזעהן די ראשי ישיבות פון שער השמים זענען זייער מחשיב און מכבד דער פאפאנער רבי, איז דאך לכאורה א סימן אז ער איז א מקובל?
(ער האט גאר א וויכטיגער זאך אין קאמאן מיט שער השמים, ביידע ארבעטן גאר שווער אויף דעם, מען איז עס מרמז אזוי מיט א s מיט א שורה דערויף).
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:08 am#151488
החלבן בשיעור\תפילה קורעת לבבות.

מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:18 am#151492
ווער ס'איז א מבין אויף די קוואליטי פון זיין קבלה קענטעניס, זאל זיך לאזן הערן.

הרב חיים כהן - שיחה פצצתית בפנימיות סודות התורה

מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:27 am#151495
איך וואלט געזאגט ער איז א צדיק נסתר פאר א אנדערע סיבה, ווייל מ'זעט נישט זיין י"ג חלקי דיוקנא קדישא וואס איז מורה אויף בחינת צדיק. :)
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 8:13 am#151516
פיש אין וואס צדיקים ווערן מגולגל האבן אויך נישט קיין בערד.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 11:58 am#151529
און אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס איז דא אזעלכע מענטשען וואס זיי האבען נישט קיין בערד, און לאו דוקא איינער ווי דער חלבן, נאר כמה גבירים און אפילו צומאל עסקנים, וואס באקומען הערצה פין רבי'ס רבנים וכו', און אנדערע וואס ווייל זיי האבען נישט קיין בארד איז מען זיי מרחק בתכלית הריחוק. אם תמצא לומר אז געלט איז דער מאטיוו, קען נישט זיין, ווייל כמה פעמים איז עס נישט געלט וואס ברענגט דער התקרבות. און אפילו דער אראפגעבויגענער היט, וואס פעמים ירחקוך ופעמים יקרבוך, וואס איז פשט? הירץ פרענקל איז אקעי מיט א געשניטענער בארד און מאדערנער קוק, און אנדערע זענען פסול מהאי טעמא. וואס איז דער היפאקריסי?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:49 pm#151556
איחוד ,שאלה גדולה שאלת ומי יבוא בסוד קדושים.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:50 pm#151557
יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד, בהנחה אז נישט דער חלבן און נישט די מקובלים פון שער השמים האבן זיך שוין געטראפן מיט אליהו'ן, וואס האבן די מקובלים איינגעזען אין דעם מיסטעריעזן חלבן פון וועמען איך הער יעצט צום ערשטן מאל?
(אגב איז מיר אינטערעסאנט אז אין אמעריקע און אין אייראפע באווייזט זיך אליהו צו מענטשן אנגעטאן אין גאלדענע בעקישעס, און אין ארץ ישראל קומט ער צו די מילכיגער פליישיגער ושוסטיגער).

ביסט סיריעס? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פונעם חלבן?
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 2:54 pm#151560
ATUB @הוגה ATUB אין מיין סידור - ביי ברכת השחר - שטייט אויך אז כ'האב א ריינע נשמה...
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 4:52 pm#151597
@קאווע טרינקער, ווי שוין געשריבן אויבן, איז די מעשה געווען בערך צוועלעף איינס מיטאג, ביז דעמאלטס האב איך דאך געקענט פארשמירן אויפן גרויסן. ממילא האב איך געוויסט אז עס איז רוח הקדש. פון וואנעט דען זאל ער וויסן?

יאיר האט געשריבן:(אגב איז מיר אינטערעסאנט אז אין אמעריקע און אין אייראפע באווייזט זיך אליהו צו מענטשן אנגעטאן אין גאלדענע בעקישעס, און אין ארץ ישראל קומט ער צו די מילכיגער פליישיגער ושוסטיגער).


מען דארף פארשטיין אז אין ארץ ישראל איז די גאנצע קבלה/נסתר/זהר וכו' אסאך א גרעסערע ארטיקל ווי אין חו"ל. וויפיל מענטשן קענסטו וואס לערנען עמטליך קבלה און זהר אין אמעריקא? וויפיל שיעורים וישיבות למקובלים זענען דא? וויפיל אידן זענען עוסק בתיקונים (אויף א ברייטע פארנעם)? וויפיל אידן דאווענען אין דיין בית המדרש מיט א סידור וואס האט די כוונות דערין? וויפיל אידן אין אמעריקא קענסטו וואס פאסטן גאנץ שובבי"ם, דאווענען מנחה מיט די לאנגע ענני להרש"ש, מיט מנין, בפומבי? וויפיל אידן אין אמעריקא קענסטו וואס מאכן די תיקון פון גלגול שלג? איידער איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל האב איך קוים געוויסט אז די זאכן עקזיסטירן בימינו? איך זאג נישט אז איך ווער נתפעל אבער די פאקט איז אז דארט איז עס אן ארטיקל (אולי בגלל שהרבה/רוב מגדולי המקובלים כגון האר"י ותלמידיו, הרש"ש, היו בארץ ישראל, משא"כ בארה"ב.) בשעת אין אמעריקא איז די גאלדענע בעקישע און די צאל חסידים א גרעסערע ארטיקל.

איך וויל קלאר שטעלן אז איך האב נאר געשריבן די ארטיקל מיט עטוואס א צינישע טאן צו באפרידיגן די סקעפטיקער שבתוכי. אויב וואלט איך מיר געמוזט אויסוועלן מבין הקאבאליסטן שבארצינו הקדושה וואלט איך געגאנגן צו אים, מכמה סיבות. איך האב פערזענליך געזעהן און געהערט א געוואלדיגע ריספעקט פון חסידישע רביס ומנהיגים כלפי די חלבן, וואס איך האב נישט געטראפן כלפי קיין שום אנדערע מקובל (אנגעהויבן פון הרב כדורי און געענדיגט ביי די רנטגן) אויסער צו די באבא סאלי. צווייטענס, זיין הנהגה בפשטות, צניעות וענוות חן האט מיר שטארק געכאפט. דריטענס, די פאקט אז זיינע שיעורים זענען מיוסד אויף ספרי חסידות גיבט עפעס א באקוועעמליכקייט, א familiarity. דריטענס, די פאקט אז ער האט זיך געדרייט מיט די סנדלר, די מנקה, און די צייר - וואס זיי זענען שוין אתמחי שמם בשוק (דורך די מעשה ביכער וואס זענען געדרוקט געווארן לאחר פטירתם) - גיט אים לעגיטימאציע. ועוד והיא העיקר, מיין הארץ זאגט מיר אז ער איז די ריעל דיעל. למעשה איז עס מיר נישט נוגע ווייל קיינער צווינגט מיר נישט צו וועהלן א קאבאליסט.

בנוגע זיין בארד, שמעתי מאחד ששאל אותו פשר הדבר, ער האט געענטפערט אז ער ליידט פון שרעקליכע אויסשלאגן אויף די הויט און ער מוז שערן א יעדע טאג לצורך זו. ועיין במעלות לחדש תשרי תשע"ד, דמשמע אז דער מחלה איז שטארק געווען בנמצא אין איטאליע בימים ההם. (ושמעתי שבימינו נמצא מחלה זו הרבה ב'עירמאנט שבגולה... :D )



.
מאנטאג סעפטעמבער 23, 2013 5:12 pm#151607
הוגה האט געשריבן:ער האט געענטפערט אז ער ליידט פון שרעקליכע אויסשלאגן אויף די הויט און ער מוז שערן א יעדע טאג לצורך זו. ועיין במעלות לחדש תשרי תשע"ד, דמשמע אז דער מחלה איז שטארק געווען בנמצא אין איטאליע בימים ההם. (ושמעתי שבימינו נמצא מחלה זו הרבה ב'עירמאנט שבגולה... :D )



.[/justify]


א פלא אז גענוי די גדולים וואס האבן געהאט די מחלה אויף זייער בארד איז באפאלן נאך א טראגעדיע שבר על שבר, אז א תלמיד טועה האט אריינגערוקט פרעמדע מאדנע זאכן אין זייערע ספרים. אדער גאר נאך ערגער פונקט די וואס האבן געהאט מחלות אויף די הויט איז געווען ידי זרים שלטו בספריהם, אדער האבן זיי געשריבן זאכן וואס לאו כל מוחא סביל דא, וואס פארשטיין מיר? אין לנו עסק בנסתרות ובסתירות.
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:17 pm#155671
הוגה האט געשריבן:ווען איך האב געזעהן ווי שטארק די ראשי ישיבה (ר' פישל אייזנבאך, רב ראבינאוויטש ועוד)? :o


געטראפן א בילד מיט רבי גמליאל ראבינאוויטש.

ס'סתם א תירוץ ארויף צו ברענגן די שמועס... ;)
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 7:44 pm#155675
....פון איין זייט אז זיין ווייב גייט מיט הויזן....
נישט אז איך בין דער גרויסער צדיק וואס קען זאגען א ווארט, אבער איז מיר אייביג געווען א גרויסער חידוש
אשה רעה, פיין, גוטער תירוץ, אבער מאכט נאך אלץ נישט קיין סענץ, ס'איז דא א סיבה פארוואס א גט איז באשאפען געווארען,
דאס אז די זאגסט אז זי האקט אים אן מיט א בעזים און ער גט איר נישט, פארשטיי איך אויב איז ער א צדיק, ווייל אשה רעה במידות האבען צדיקים דייקא ליב געהאט ווי מען זעט אין חז"ל אויך, אבער א אשה רעה בצניעות, דאס איז שוין א תמיה גדולה מאד, ותורה היא וללמוד אני צריך, זייער הנאה געהאט ווען איינער גיבט א זאכליכער תשובה דערויף

בנוגע צו די אטענטישקייט, פון אירע הויזען, האב איך אמאל געהאט א שמועס מיט דער מקובל הרב הצדיק ר' אברהם יחזקאל שרגא פריעדמאן מקאמאדע מאנסי, און ער האט עס באשטעטיגט

איך האב אים געפרעגט א תשובה, אבער קיין ענפער האב איך נישט באקומען
אדרבה לאמיר רעדען וועגן הויזען אויך אמאל...
דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 10:31 pm#155702
ווען איינער פרעגט מיך א תשובה, ענטפער איך אויך נישט...
פרייטאג אקטאבער 11, 2013 11:17 am#155779
ס'קען געמאלט זיין אז פונקט ווי ער האלט אז גיין אן א בארד איז נישט קיין סתירה צו קדושה און פרישות איז גיין מיט הויזן נישט קיין סתירה צו צניעות. ופוק חזי מה עמא קדישא בסאודי אראביע ובאיראן דבר.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:40 am#198368
ביים איבערגעבען זיין שטיצע פאר א בית המדרש אויפען הר הבית.

הרב יוסף אלבוים ויעקב היימן הפועלים למען הקמת בית כנסת בהר הבית ועלייה למקום הקדוש, פנו אל המקובל 'החלבן', הרב חיים כהן, ותיארו בפניו את הפעילות העניפה של החרדים העולים להר הבית, ואת פעולותיה של אגודת ישי העמלה על בנין בית כנסת במקום. כל זאת על פי מה שכתב באריכות הגרי"מ טיקוצינסקי בספרי עיר הקודש והמקדש, על הנחיצות בבנין בית כנסת בהר בזמן הזה.

הרב האזין בקשב רב על העליות להר הבית בקדושה ובטהרה ובמקומות המותרים, ועל הדרישה מהרשויות לאשר בניית בית בית כנסת, 'שטיבל' חרדי על ההר. הרב חיים כהן בירך את פעילי ההר בכתב ידו. "מברך על המפעל העצום בהקמת בית כנסת בהר הבית, ומברך על זה בברכת כהנים, עלו והצליחו להקים שכינתא מעפרא אמן".
המכתב התקבל בהתרגשות רבה בקרב החרדים העולים להר, במיוחד על רקע העליות המתגברות של קבוצות חרדים למקום המקדש.
לדברי הרב ישראל פרטיג מספר החרדים דורשי המקדש העולים להר הולך וגדל מעת לעת. יותר ויותר אנשים מבינים את גודל חשיבות העניין של המצוות התלויות בהר הבית, חידוש העבודה, ובניין המקדש במהרה בימנו אמן.
תמיכתו של המקובל החלבן מצטרפת לתמיכתם של רבנים נוספים שהביעו לאחרונה תמיכה בפעילותם של דורשי המקדש העולים להר הבית בטהרה. לא מזמן פורסמה תשובתו של הגר"מ מאזוז ראש ישיבת כסא רחמים, התומך בעליה להר הבית, למי שבקיאין בגבולות הקדושה ודרכי הטהרה. גם הרה"ג חיים פסח הורביץ מאשדוד, והרה"ג מאיר הייזלר מבני ברק, הביעו תמיכה בעליה להר הבית לרשתו מידי הגויים המחללים את מקום מקדשנו.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:29 am#198407
אן אינטערעסאנטע באשרייבונג איבער אים איז געווען אין די בקהילה אויף פסח.
דאנערשטאג מאי 01, 2014 12:31 pm#198420
אכשיר דרא האט געשריבן:בנוגע צו די אטענטישקייט, פון אירע הויזען, האב איך אמאל געהאט א שמועס מיט דער מקובל הרב הצדיק ר' אברהם יחזקאל שרגא פריעדמאן מקאמאדע מאנסי, און ער האט עס באשטעטיגט

ווער איז דאס?
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 7:43 am#233993
עס טוהט זיך א באמבע!!

לויט די ישראלישע סייטס איז א פארהייראטע פרוי אנגעקומען צו בי''ד מיט א שאלה אויב זי מעג זיין מיט איר מאן ווייל זי האט עטליכע מאל בוגד געווען באופן החמור ביותר מיטן חלבן!

בי''ד האט כמובן פארלאנגט הוכחות איז זי געגאנגען און עם אפגעכאפט א גאנצע שמועס מיט עם ווי זי זאגט איבער איבער און איבער און איבער ווי שלעכט זי פילט אבער זי טוהט עס נאר ווייל ער האט עס געוואלט און איר געזאגט אז דאס איז איר 'תיקון'. נאכדעם זאגט זי אז באמת האט זי גענוג סעקס אינדערהיים און עס פעלט איר נישט אבער זי האט עס געטוהן פאר עם כבקשתו וכו. וכו.

דערנאך פרעגט זי עטליכע מאל אויב זיי טוהען עפעס שלעכט און זי גייט נענש ווערן דערויף ,דא רעגט ער זיך שוין אויף און שרייט אויב זי וויל נישט מער איז נישט. זי ווערט אינגאנצן צומישט און וויל וויסן פארוואס לעצטע וואך האט ער גערעדט גאנץ אנדערע ווערטער צו איר און זי פארשטייט ער באקומט עס נישט אינדערהיים... אבער זי וויל פילן גוט דערמיט ,זאגט ער אז ער ווער 'כולו אש' ווען זי קומט צו עם און ער איז נישט געווען מיט קיינעם אנדערש זייט זי קומט צו עם... אבער אפשר האט ער נישט גוט געזעהן און עס איז נישט ריכטיג וואס זיי טוהען.

הערט און שטוינט!
m http://www.jumbomail.co.il/downloadfile ... 3838673d3d m

זיינע מקורבים ענפערן אז ער איז שוין אפאר יאר קראנק און קען נישט גיין (בערך ווי די טענות פון ר' בערלאנד) און איינער האט נאכגעמאכט זיין קול. יעצט איך קען נישט זיין קול אבער צו מיינע אוירן סאונד עס ווי עס וואלט
געווען זייער שווער נאכצומאכן אזא גאנצע שמועס אהין און צוריק. די פרשה האט שוין א צו-נאמען בשר בחלב...

נו הוגה איז דאס זיין קול צו נישט?
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:15 am#233997
.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:40 am#233999
ביי 15:50 רעדט ער גאר גראב.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:01 am#234001
איך וואלט עס ענדערש געגלייבט מיט א ווידיאו, פארוואס איז די פרוי נישט אריין מיט א באהאלטענע ווידיאו קעם?

און וואס האט בי"ד געפסק'נט, מעג זי צוריק צו איר מאן אדער נישט?
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 10:09 am#234004
עס הייסט אז מען האט עם געווארענט אז ער מוז תיכף אויפהערן מיט קבלת קהל און נאר נאכדעם וואס ער האט נישט געפאלגט האט מען ארויסגעליקט די ריקארדינג. (גראדע איז אינטרעסאנט ווי ביים סוף הערט מען ווי ער זאגט אז ער וועט איר אייביב ליב האבען אבער אויב זי וויל נישט ממשיך וועט ער נישט קענען בלייבן לויעל צו איר און ער וועט טרעפן א צווייטן).

אויך הערט מען ווי ער זאגט זי זאל חתמנן אווף די הלואה צעטל (אתנן זונה?) וואס ער בארגט איר.

ווידיאו איז נישט אזוי שווער ווייל עס איז זיכער אסאך גרינגער אפצוכאפן אודיאו ווי ווידיאו און מען קען טאקע הערן ווי איר קול איז אסאך קלארער ווי זיינס סיי ווייל ער איז אלט און זי יונג און סיי ווייל זי איז לכאורה נענטער צוום מייק.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 11:41 am#234026
קען איינער ביטע איבער לייגען די פייל אויף אן אנדערע פארמעט ווי קאפי וכדומה
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:10 pm#234067
איך האב צוגעהערט צו די טעיפ. שרעקליך! שרעקליך! נישט צום גלייבען!
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:04 pm#234075
אני הקטן האב זיך געדארפט טרעפען מיט'ן חלבן אפאר מאל ולא איסתייא מילתא, איינמאל בין איך נישט מיך אנגעקומען צילוב טרעפיק, איינמאל האט ער מיך געקענסעלט די לעצטע מינוט, און נאכאיינמאל וואס געדענק שוין נישט וואס עס איז געוועהן, למעשה האב איך זיך נישט געטראפען מיט אים פנים אל פנים, אבער די סבה פארוואס איך האב געלעכצט אים צי טרעפען איז ווייל איך האב געהערט ערשט האנטיגע מעשיות פלאות ממש בעל שם'סקע מעשיות פון אים, און זיין עבודת הקודש נסתר בתוך נסתר אפילו בשעת החליבה וכדו'.

היצט די קשיות אויף אים בנוגע זיין דיוקנא קדישא, און זיין רביצינס הויזען איז א גרויסע קשיא אבער עס נעמט פארט נישט אוועק פון וואס ער איז, אויף טאהשע רבי איז דא א קשיא פארוואס ער דאווענט אזוי שפעט, אויף לבחל"ח ריבניצער רבי איז געוועהן א קשיא זיין גרויסע האר וכו וכו' א גאנצע גרויסע ליסטע, אבער דאס איז פאר אונז קלאר דא רעדט מען פון קדושי אלוקי וואס - לית מאן דפליג - אויף זייערע מדריגות, אפילו מיט די קשיות, דאס זעלביגע איז ביי דעם חלבן! אויב איז אמת אז ער איז וואס מ'זאגט אויף אים, איז קשיא בלייבט קשיא און כבודו במקומו מונח.

היצט בנוגע די נייע באמבעלע וויל איך וויסען וואס איז די מקור? ווער זאגט מרעדט פון אים בכלל? אפילו נאכדעם איז א גרויסע שאלה אויפן אוטענטישקייו דערפון, אבער לאמיר אנפאנגען פונעם אלף... קיינער האט נאך נישט געברענגט פון וואנעט דע ראמער קומט! נאר געברענגט א אוידיאו פון א ספרדישע מנוול און עס אנגעשמירט אויף אים... זאל איינער קודם ברענגען דעם מקור פאר מ'פאנגט אן דן צי זיין...
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:09 pm#234079
זאג נאר דאוונען שפעט און מזנה זיין זענען די זעלבע זאך? עס איז סך הכל א קשיא?
#זיך דיך אונטער
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:26 pm#234085
עס איז ביידע קעגען די הלכה!
#2) איך האב עס דען מדמה געוועהן צי די זנות מעשה? איך האב עס דערמאנט ביי די דיוקנא קדישא ענין, און אפילו דעס ביך איך נישט דער מחליט און נישט אין הימעל צי שאצען וועלכע עבירה איז גרעסער און וועמענס נסיונות איז שטערקער.

ליין איבער פאר די ווערסט ווילד - לית דין בר נש
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:28 pm#234086
דער חלבן האט שונאים וואס זאלן אים וועלן באגראבן?
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 6:33 pm#234088
ברסלבער האט געשריבן:דער חלבן האט שונאים וואס זאלן אים וועלן באגראבן?

מ'דארף נישט וועלען באגראגען איינעם צי לייגען אויף אים א שמיציגען ליילעך! עס איז אן אינדזשוימענט, איבערהויפט אז יענער איז א גדול! ווי גרעסער א מענטש איז איז מער געשמאק ווען עס גייט אויף אים א זאפטיגע מעשה מיט רויעך.... פוק חזי וואס איז דיר אינטערעסאנטער? אז סתם א אינגערמאן איז גאכאפט געווארען ביי די מעשה, אדער עפעס א באקאנטער רבי, ראש ישיבה, מקובל, משפיע וכדו'...
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 8:33 pm#234115
שלמה המלך האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:דער חלבן האט שונאים וואס זאלן אים וועלן באגראבן?

מ'דארף נישט וועלען באגראגען איינעם צי לייגען אויף אים א שמיציגען ליילעך! עס איז אן אינדזשוימענט, איבערהויפט אז יענער איז א גדול! ווי גרעסער א מענטש איז איז מער געשמאק ווען עס גייט אויף אים א זאפטיגע מעשה מיט רויעך.... פוק חזי וואס איז דיר אינטערעסאנטער? אז סתם א אינגערמאן איז גאכאפט געווארען ביי די מעשה, אדער עפעס א באקאנטער רבי, ראש ישיבה, מקובל, משפיע וכדו'...

אפשר גייט עס פארקערט עס דא זענען מענטשען וואס אינדזשויען צו מאכן פון יעדן צרי וזב ובועל א קדוש און אנדערע זענען פשוט דא להצדיק את הצדיק ולהרשיע את הרשע... ופוק חזי אז מען מאכט נישט פון דער פשוטען וואס טוט גאטס רצון עפעס א בראטעל
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:19 pm#234121
ברסלבער האט געשריבן:דער חלבן האט שונאים וואס זאלן אים וועלן באגראבן?

נישט עפעס עקסטער.
זיין אייגענע יצר הרע.
מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 9:46 pm#234123
והביטו אחרי משה, מלמד שחשדוהו באשת איש.

מיט טעיפס, עדות, ווידאו, און חכמים וועלכע "ווייסן פאר א פאקט"...
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:29 am#234148
כ'פארשטיי נישט, ווען ס'איז דא א טעיפ פין מיר וואלט מען אויך געזאגט ס'איז פאלש?

יעדער האט א יצר הרע, מען דארף שטארק מתפלל זיין, חיים שאין בהם בושה וכלימה.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:15 am#234168
לעיקוואד האט געשריבן:כידוע החילוק צווישען א בויך-וויי און א קאפ-וויי, איז אזוי, קיין תלמיד חכם מובהק, אדער אפילו קיין מקובל מובהק וואס קען און פארשטייט קבלה אויף די לעוועל פון יונגעלייט וואס דרייען זיך אין שער השמים, איז ער נישט, אויף וויפיל איך ווייס. דאס איז וואס מיר פשוט'ע מענטשען קענען מעסטען. מכאן ואילך, זאכען וואס מען קען נישט מעסטען, צו ער איז א פועל ישועות, אדער א צדיק נסתר, אדער ער האט גילוי אליהו, קען יעדער גלייבען וואס ער וויל.

(לגבי זיין ווייב, שמעתי שאין זה נכון).

אינטרעסאנט, הר"ר יהודה שיינפלד שליט"א (נאך א סעמי-צדיק נסתר סעמי מוזר וואס קומט זיך עקסטער א באשרייבונג, אבער א ת"ח) האלט זיך א תלמיד זיינע, און אין די ספרים זיינע 'אסרי לגפן' איז דא צו'ם סוף "שו"ת מילי דחסידותא" וואס זענען שאלות וואס ער פרעגט אן ר' חיים'ן און זיינע תשובות, אביסעל אויפ'ן נוסח פון תשובות ר' חיים קנייבסקי, קורץ און שארף, אבער רוב שאלות זענען אויף אזוינע ענינים, נישט הלכה, ווי וועלכע קאליר קאפל זאל מען גיין ראש חודש על פי קבלה, אדער וואס זענען די אבות געגאנגען (א ירושלימע'ר קאפטען אויב זענט איר גאר נייגעריק), און אלץ מיט אזא זיכערקייט כמפי הגבורה אן קיין מקורות צו גארנישט.

אני הקטן, בין בטבע א סקעפטיק. נאר איך פארגין פאר א יעדן איינעם זיינע 15 מינוט (אדער שעות) פון פעים, וואס ווערט אויכעט נאכגעזאגט בשם איינער פון די גרויסע צדיקים נסתרים פון אמעריקע...! אבער איך האב איין קשיא. דער ל"ו צדיק, דער חלבן שליט"א, איז דאך א גרויסער בעל מקובל. דארף ער דאך צו וויסן וואס דער זוה"ק (זוהר הקדוש, פאר די וואס ווילן נישט וויסן.) זאגט ווי הארב ס'איז אויב מ'פארדארבט ח"ו די דיוקנא קדישא. דער מלאך וואס לערנט קבלה מיט מיר, האט מיר געזאגט, אז "דיוקנא קדישא" גייט ארויף אויף די בארד...?!...אתמהההה...!
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:27 am#234169
איחוד פעלד האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס איז דא אזעלכע מענטשען וואס זיי האבען נישט קיין בערד, און לאו דוקא איינער ווי דער חלבן, נאר כמה גבירים און אפילו צומאל עסקנים, וואס באקומען הערצה פין רבי'ס רבנים וכו', און אנדערע וואס ווייל זיי האבען נישט קיין בארד איז מען זיי מרחק בתכלית הריחוק. אם תמצא לומר אז געלט איז דער מאטיוו, קען נישט זיין, ווייל כמה פעמים איז עס נישט געלט וואס ברענגט דער התקרבות. און אפילו דער אראפגעבויגענער היט, וואס פעמים ירחקוך ופעמים יקרבוך, וואס איז פשט? הירץ פרענקל איז אקעי מיט א געשניטענער בארד און מאדערנער קוק, און אנדערע זענען פסול מהאי טעמא. וואס איז דער היפאקריסי?

איחוד פעלד: וויבאלד דו האסט דערמאנט הירץ פרענקל טוישט דאס שוין די גאנצע שאלה. ווייל הירץ פרענקל איז אנדערש פון אלע אנדערע מגולחים און געשטיצטע בערד. ער האט געדינט פאר סאטמאר'ס אינטרעסן. ער איז געוועין בשעתו דער איינציגער וועלכער האט גערעדט א נארמאלן ענגליש אין די קהילה גדולה בישראל. ווען מ'האט זיך געדארפט טרעפן מיט רעגירונגס מענטשן האט מען נישט געקענט ניצן סענדער דייטש'ס ענגליש...אדער אפילו נישט די ענגליש פון ר' הערשל קעסטנבוים ע"ה... :roll: !
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:33 am#234170
אוי רבוש"ע, אז מכאפט שוין יא א רעבע ביי די מעשה מוז עס דוקא זיין אזא רבי אן א בארד מיט א ווייב מיט הויזען? קען נישט אפשר נתגלה ווערן קלונם פון די מיט די לאנגע בערד און שווארצע טיכלאך?

(שטייצאך איך נעם נישט קיין צד איך האב נישט קיין אנונג וואס איז געווען אדער נישט, וואס איך האב צו זאגען איבער דער צדיק האב איך שוין געזאגט אנהייב אשכול.)
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:35 am#234172
הוגה: איך האב שוין געוואלט חושד זיין אז דו ביסט טאקע א תמים באמת...! נאר די לעצטע פאר ווערטער פון דיין תגובה האבן שוין אלעס קלאר געמאכט..."שמעתי שב'עירמאנט יש הרבה אנשים עם אותה מחלה..."...!
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:01 am#234177
לעיקוואד האט געשריבן:אוי רבוש"ע, אז מכאפט שוין יא א רעבע ביי די מעשה מוז עס דוקא זיין אזא רבי אן א בארד מיט א ווייב מיט הויזען? קען נישט אפשר נתגלה ווערן קלונם פון די מיט די לאנגע בערד און שווארצע טיכלאך?

(שטייצאך איך נעם נישט קיין צד איך האב נישט קיין אנונג וואס איז געווען אדער נישט, וואס איך האב צו זאגען איבער דער צדיק האב איך שוין געזאגט אנהייב אשכול.)

ס'איז דא פון די סחורה אויך! דו ווילסט נעמען...??!... :roll:
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:42 am#234188
שלמה המלך האט געשריבן:אני הקטן האב זיך געדארפט טרעפען מיט'ן חלבן אפאר מאל ולא איסתייא מילתא, איינמאל בין איך נישט מיך אנגעקומען צילוב טרעפיק, איינמאל האט ער מיך געקענסעלט די לעצטע מינוט, און נאכאיינמאל וואס געדענק שוין נישט וואס עס איז געוועהן, למעשה האב איך זיך נישט געטראפען מיט אים פנים אל פנים, אבער די סבה פארוואס איך האב געלעכצט אים צי טרעפען איז ווייל איך האב געהערט ערשט האנטיגע מעשיות פלאות ממש בעל שם'סקע מעשיות פון אים, און זיין עבודת הקודש נסתר בתוך נסתר אפילו בשעת החליבה וכדו'.

היצט די קשיות אויף אים בנוגע זיין דיוקנא קדישא, און זיין רביצינס הויזען איז א גרויסע קשיא אבער עס נעמט פארט נישט אוועק פון וואס ער איז, אויף טאהשע רבי איז דא א קשיא פארוואס ער דאווענט אזוי שפעט, אויף לבחל"ח ריבניצער רבי איז געוועהן א קשיא זיין גרויסע האר וכו וכו' א גאנצע גרויסע ליסטע, אבער דאס איז פאר אונז קלאר דא רעדט מען פון קדושי אלוקי וואס - לית מאן דפליג - אויף זייערע מדריגות, אפילו מיט די קשיות, דאס זעלביגע איז ביי דעם חלבן! אויב איז אמת אז ער איז וואס מ'זאגט אויף אים, איז קשיא בלייבט קשיא און כבודו במקומו מונח.

היצט בנוגע די נייע באמבעלע וויל איך וויסען וואס איז די מקור? ווער זאגט מרעדט פון אים בכלל? אפילו נאכדעם איז א גרויסע שאלה אויפן אוטענטישקייו דערפון, אבער לאמיר אנפאנגען פונעם אלף... קיינער האט נאך נישט געברענגט פון וואנעט דע ראמער קומט! נאר געברענגט א אוידיאו פון א ספרדישע מנוול און עס אנגעשמירט אויף אים... זאל איינער קודם ברענגען דעם מקור פאר מ'פאנגט אן דן צי זיין...



איך טריי מיך צו באהערשן מיינע געפילן און נישט צו עקספלאדן אויף אזעלעכע געמויזעכטס. די בעסטע וואס איך קען דיר ענטפערן איז די באקאנטע מעשה כגדענק נישט ביי וועם סהאט פאסירט, א יוד קומט אריין צו א צדיק ער זאגט רבי מיין זוהן איז אינגאנצן משוגע געווארן ער גייט רח"ל אין באר און טאנצט מיט זונות וכו' וכו' לענינינו. די גלייכסט צו א פרעכע התנהגות פון א מכלומרשטער גדול וואס גייט קעגן די יסודות שביסודות אין יודישקייט און אפילו ביז יעצט האסטו אים געדארפט פארענטפערן. דערווייל האב איך בלויז געזעהן א יוד וואס זיצט און ליינט פון צעטלעך אויף יו-טוב קליפס וואס בדרך אגב איז דא הונדערטער פון די סארט. אים גלייכסטו צו צי די באקאנטע קדושי עליון וואס האבן זיך כמעט זעלטן אריינגעלייגט אין בעט ביינאכט א שטייגער ווי סאטמער רב, דער ריבניצער רבי און לבחל"ח טאשער רבי וואס האבן עוסק געווען בתורה ועבודה יומם ולילה.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:45 pm#234227
די טעמע גייט אריין אין קטנות המוחין.... גלייך צי קדושי עליון צי נישט יא צי סאטמארער רב צי נישט דער ריבניצער, בארעכטיגט זיין ווייב'ס הויזען אדער זיין בארד נישט א.א.וו. פטפוטי דברים בעלמא
תכלית הענין = 'איך אויך' האט אהער געברענגט א באמבע אן קיין שום מקור! עס קען געמאלען זיין אז מ'שפילט זיך מיט גחלתן וואס מ'דארף זהיר זיין שלא תכוה אדער פון א געזינטע מנוול! זייזשע מוחל ברענג אויך "פון ווי" די נעמסט דעם שמועה... בחדרי? ככר השבת? ערוץ? פון ווי? סך הכל האסטי נאר געברענגט א אוידיאו און דער עולם טאנץ ליהודים...
אונז וויל מער מיט טאנצען אבער ס'איז נישט דא קיין מוזיק - ברענג די מוזיק און אונז זעמער אלע IN
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:05 pm#234245
לעיקוואד האט געשריבן:אוי רבוש"ע, אז מכאפט שוין יא א רעבע ביי די מעשה מוז עס דוקא זיין אזא רבי אן א בארד מיט א ווייב מיט הויזען? קען נישט אפשר נתגלה ווערן קלונם פון די מיט די לאנגע בערד און שווארצע טיכלאך?

(שטייצאך איך נעם נישט קיין צד איך האב נישט קיין אנונג וואס איז געווען אדער נישט, וואס איך האב צו זאגען איבער דער צדיק האב איך שוין געזאגט אנהייב אשכול.)


קו' מעיקרא ליתא, וכבר נתברר הדק היטב ע''י רבינו לעיקוואד באחד מהאשכולות של שיטה מקובצת, שרובם ככולם מהגרויסע רבי'ס הם ערנסטע מענטשן, אם ערנסטע יחס לאידישקייט ויבוא המלנקקים וילנקקו.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:52 pm#234270
דארף מען חוקר זיין לויט יענער שיטה איז דער חלבן ודעימיה בכלל אדער נישט?
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:32 pm#234279
לכאורה נישט, יתכן ער איז אן ערנסטע מענטש, אבער ס'איז א נייע חקירה, ער פאלט נישט אריין אין די קרייטעריע פון אלגעמיינע רבי'ס.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:52 pm#234314
איך פארשטיי נישט, וואס איז די גאנצע איבערקערעניש.
ער זאגט איהר דאך אז ער האט באקומען א סימן מן השמים. יעדנס מאל וואס זי איז אריינגעקומען איז ער געווארן כולו אש.
טראכסט אריין, מ׳רעדט דא פון א איש מורם מעם, אויב ווערט ער כולו אש פון א פרעמדע פרוי, דארפסטו נאך עפעס א גרעסערע סימן?
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 6:07 pm#234317
פישל'ע העררינג האט געשריבן:והביטו אחרי משה, מלמד שחשדוהו באשת איש.


לאמיר זיך האלטן שטארק און נישט אדורכפאלן דעם נסיון!