Re: חז"ל און סייענס אדער חז"ל און מציאות.
קול דודי האט געשריבן:למשל? פרוביר זעכער מאכן בעפאר די ענטפערסט. און וואס איז מיט דיאלעזאכן וואס חז"ל האבן קלאר נישט געוויסט? פארוואס זאגט לאגיק אז די איין זאך וואס זיי האבן יא געוויסט וועגט איבער? איז נישט מער שכל צי זאן אז די איין זאך האבן זיי פערצופאל צוגעטראפן? (איך רעד יעצט פון "שכל", נישט פון אמונה.)
דעם נמשל פון דיין "למשל" וואלט איך יעצט ארויסגעלאזט. איך מיין אז אויב כ'וועל יא ברענגען א ביישפיל, וועט דער שמועס זיך פארקירעווען צו יענער איינער זאך. איך האף אז לעת עתה, פאר דע סעיק אוו די דיסקאשען עט הענד, וועסטו זיין צופרידן מיט א משל במקום ביישפיל - למשל, אויב חז"ל האבן געוואוסט די פינקטליכע צאל וויפיל אטאמס זענען פאראן אין דעם אוניווערס.
פארוואס דאס וועגט איבער, ווייל ווען חז"ל זאגן עפעס אומפארשטענדליך, זענען דא צוויי ברירות: אדער זיי האבן נישט געוואוסט, אדער איך פארשטיי נישט. בדרך כלל אין לעבן וואלט א מענטש אין אזא פאל געגאנגען מיט דער ערשטער ברירה. אויב אבער איך זע איין ביישפיל ביי וועלכן ס'איז קלאר (אזוי קלאר ווי עס קען נאר זיין -- לעכער זענען אייביג דא אין יעדער סברא, ווי דערמאנט פריער) אז זיי האבן געוואוסט עפעס, וואס איז נישט מעגליך צו פארענטפערן אז ס'איז צופעליג אזוי געווען, איז מער מסתבר אז זיי ווען זיי האבן עפעס געזאגט וואס שטימט מיר נישט, איז עס צוליב דעם וואס איך פארשטיי נישט די כוונה. נישט פארשטאנען די כוונה לייגט זיך מער אויפ'ן שכל ווי אפסטעמפלען מיין ביישפיל אלס צופעליג. ווייסט פארוואס? ווייל ארבעט מיין שכל אין אנדערע זאכן אויך, נישט נאר אידישקייט. פארוואס זאלן חז"ל האבן ביי מיר ווייניגער רעכט ווי סתם א סיטואציע אין לעבן? די איינציגע ראציאנאלע טענה קעגן דעם וואלט געווען, אז בדרך כלל זענען מענטשן נישט קיין נביאים, פארמאגן נישט קיין אויסערגעווענליכע כוחות, און ווייסן נישט קיין עתידות. איך גלייב אבער יא אין העכערע כוחות, אין אלטערנאטיווע מעגליכקייטן, און אז דער מין מענטש פארמאגט אין זיך א סך מער פאטענציעל ווי ער אליין גלייבט. (די סיבה פארוואס איך גלייב אזוי איז א שמועס פאר זיך.)
מען קען ווייטער גיין יעצט און פרעגן: אבער פארט: אפשר און אפשר און אפשר? איז דער תירוץ אז מען קען טאקע. מען קען עס אבער טאן מיט יעדער זאך אין לעבן. מען טוט עס אבער נישט, ווייל מיר קענען נאר גיין מיט וואס איז מער מסתבר. אויב מען מאכט אפ זיך נישט צו רירן ביז אלעס שטימט, טראגט מען
אזא פנים.