רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו רעדסט פון די לעצטע פאזע פון identity crisis און איך רעד פון די ערשטע. ס'הייבט זיך אן אז א מענטש ווערט געוואר זאכן וואס זענען א סתירה מיט זיין אידענטיטעט, לאמיר זאגן אז אין אונזער פאל איז creationism זיין אידענטיטעט. אויב איז ער גענוג אויפריכטיג איז ער מפנים אז creationism איז שקר, אין רעזולטאט צופאלט זיין אידענטיטעט, נאכדעם פארשטייט זיך פילט ער זיך נישט קיין חלק פון די creationism קולטור וואו ער איז אויפגעוואקסן, ער פיט נישט אריין דארט, נאכדעם פיצט ער אפ פון דארט.
ווען איינער ווערט געוואר אז עפעס שטימט נישט מיט זיין רעליגע וכדומה און ס׳ציפט אים די הארץ דערפון, ס׳באדערט אים מיינט נאכנישט אז ער גייט דורך א קריזיס. סאיז דא גענוג און נאך מענטשען וואס ווייסן קלאר אז געוויסע זאכן אין זייערע גלייבונגען שטימען נישט פונקטליך מיט סייענס און ס׳גייט זיי נישט אן בכלל. זיי גייען ווייטער אן מיט זייער גלויבונגען און ס׳ציפט זיי אביסל דאס הארץ אבער זענען נישט אין קיין אידענטעטי קריזיס.
רוב מענטשען ארבעט אלעס לויט זייערע געפיהלן נישט מיט קיין לאגיק- פילאסאפער David Hume רעדט גאר אסאך דערוועגן.
און ער קומט צום סוף אן צו א מסקנא אז רוב מענטשען גייען ווייטער גלייבן און אנהאלטן זייערע אמונה ווילאנג זייערע געפיהלן דיקטירן אזוי.
לאמיר זאגן איך קען מארגן אויפווייזן פאר מיין טאטע אז ר׳ חיים מאירל איז נישט געוועהן קיין הייליגער מענטש גייט ער נאכאלץ
גלייבן אין אים. ווייל זיינע געפיהלן דיקטירן אזוי. ס׳גייט אים ציפן ביים הארץ אז איינער רעדט קעגן זיין רבי און זיינע שיטות אבער אזוי איז ער אויפגעוואקסן און ס׳גייט אים ווייניג אן דער אמת. (אויב לאמיר זאגן די אמת איז נישט אויף זיין זייט)
ווידער איז דא געציילטע מענטשען וואס ארבעטן יא מיט לאגיק. זיי וועלן דורכגיין א קריזיס אויב זיי ווערן געוואר אז זייער foundation אין וואס זיי האבן געגעלייבט אלע יאהרן שטימען נישט.
מענטשען וואס גלייבן בלינדערהייט נישט קיין חילוק צי זיין טעאריע איז גערעכט צי נישט גייען אייביג אויפקומען מיט עפעס א תירוץ פארוואס זיי זענען יא גערעכט. זייער שווער אויפצווייזן פאר איינעם וואס גלייבט עפעס וואס איז געבינדן מיט געפיהלן....
א גוטער משל איז רייכערן און Fast food. רוב מענטשען אין אמעריקע ווייסן גאנץ גוט אז סאיז נישט געזונט, און ס׳קען ברענגן שלעכטע רעזולטאטן פאר די געזונט. מיט דעם אלעמען לויפן דאס נאך מיליאנען מענטשן!
פארוואס?
ווייל סאיז גוט פאר זיי אויף די מינוט און ס׳העלפט זיי דורכלעבן. ס׳מאכט זיי גרינגער.
רעליגע און גלייבן איז וויכטיג פאר אסאך מענטשען ווי קארל מארקס האט געזאגט "Religion is the opium of the people".
איך געדענק איינער וואס איז גאנץ א קלוגער מענטש לדעתי האט מיר געזאגט אזא אכט יאהר צוריק איז ער האלט אז די גאנצע אידישקייט וויאזוי די היינטיגע חרדים לעבן גייט אינטערגיין רח״ל אין בערך צעהן יאהר וועגן די אינטערנעט. סאיז שוין דורך געגעאנגען אכט יאהר און ס׳קוקט נאר אויס ווי ס׳בליעהט און וואקסט אויף הייווען. איך האב אים געזאגט “ס׳גייט קיינמאל נישט אינטערגיין ווייל סאיז א Survival mechanism”
קאמיונטי און רעליגע איז א וועג פון איבערלעבן, און גלייבן העלפט גאר אסאך.
און א געוויסע וועג קען מען זאגן אז סאיז א רחמנות אויף די נישט גלייביגע. איינער וואס גלייבט באמת נישט איז שווערער דורכצולעבן אין געוויסע אומשטענדן זיכער.
זייער ווייניג מענטשען גייט באמת אן צי ס׳שטימט מיט די מציאות צי נישט.