Under maintenance
הויפט זייט » אידישע וועלט טרויערט: בד"ה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל!

אידישע וועלט טרויערט: בד"ה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4894
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 6:56 am#154581
אידישע וועלט טרויערט: בד"ה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל!
אין די מינוטן קומט אן די ביטערע בשורה פון ירושלים עיה"ק איבער די פטירה פון דעם לעגענדארן מנהיג רבבות אלפי ישראל, און מעמיד עדת הספרדים על תילה מרן הגאון רבי עובדי' יוסף זצ"ל אין עלטער פון 94 יאר.

די היסטאריע פון הגר"ע יוסף איז גאר א רייכער, און איז אוממעגליך ארויסצוגעברענגט ווערן אין די ראמען פון בלויז איין תגובה. גאנצע ביכער זענען שוין אפגעשריבן געווארן און וועלן נאך ערשיינען איבער זיין לעבן און שאפן.

הגר"ע איז געווען א מנהיג וואס מ'דענקט זעלטן אין די גאנצע אידישע היסטאריע, א פוסק הדור אין אלע הינזיכטן, א מחבר פון צענדליגער ספרים, דער מציל ומושיע פונעם ספרדישן אידנטום, דער גרינדער פון די מוסדות "אל המעין" וואו הונדערטער טויזענטער קינדער ווערן נתחנך על דרכי התורה. און צוגאב איז ער געווען א געשולטער פאליטיקאנט וואס האט געשטורעמט די חרדישע און פריי וועלט צוגלייך, געמאכט העדליינס הונדערטער מאל דורך זיינע פאליטישע מאנווערעס, און געהאלטן די מדינה געשפאנט אויף די פינגער.

זיין פטירה איז א אויסטערלישער צער פאר הונדערטער טויזענטער אחב"י הספרדים וואס האבן זיך מתחמם געווען לאורו, און פאר די גאנצע אידישע וועלט וואס האט אזויפיל גענאסן פון דעם גאון וצדיק.


די לוי' פארשפרעכט צו זיין א היסטארישער פון אלע אספעקטן, מיט די באטייליגונגס פון שווערע הונדערטער טויזענטער מענטשן, חרדים ווי חילונים צוגלייך, אדמורי"ם רבנים וראשי ישיבות ולהבדיל ראשי המדינה.

מער פרטים איבער די היסטארישע לוי' וועלן נאכפאלגן.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:02 am#154582
לויט א יעצטיגע מעלדונג וועט די לוי' ארויסגיין אום 6 נאכמיטאג פון ישיבת פורת יוסף.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:27 am#154583
וויקיפעדיע זאגט, נפטר בן 93.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:51 am#154584
ממחרת יום הכיפורים ש.ז. איז ער געווארען 93
יהא זכרו חזק וברוך
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 7:53 am#154585
די לוויה גייט ארויס גיין פון ישיבת פורת יוסף אין גאולה בשעה 18.00
עס וועט אדורך גיין די גאסען מלכי ישראל, שמגר, ירמיהו, בר אילן ביז דער בית עולם אין סנהדריה ווי דארט וועט ער ווערען געברענגט צי זיין אייביגע רוה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:12 am#154586
ישראליש'ע צייטונגען לייגט אים אראפ ווי די 'ראדני קינג'
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:37 am#154591
outspoken האט געשריבן:ישראליש'ע צייטונגען לייגט אים אראפ ווי די 'ראדני קינג'

פארשעם אים נישט....
ער איז נאך אלעם געווען די גרעסטע מנהיג ישראל און הונדערט יאר.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:42 am#154593
המספידים :
בפורת יוסף
הרב שלום כהן
הרב בקשי דורון
האדמו״ר מבעלז
הרב יצחק יוסף
הרב לאו
הרב בעדני
הרב דוד יוסף
הרב עמאר
המספידים:
בסנהדריה
הרב אברהם יוסף
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:44 am#154595
ווי איך פארשטיי גייט אין שמגר אויך זיין א קליינע לוויה בהשתתפות דער ראה"מ ביבי און שמעון פרס וואס גייט דארט זאגען דברי הספד
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:54 am#154596
על המחיה האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט אין שמגר אויך זיין א קליינע לוויה בהשתתפות דער ראה"מ ביבי און שמעון פרס וואס גייט דארט זאגען דברי הספד

זיי זענען שוין דארט..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:01 am#154598
ביבי רעדט יעצט פאר די תקשורת..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:03 am#154600
הספד..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:16 am#154604
דער מיטה קומט אן צי ישיבת פורת יוסף
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:29 am#154607
גם אני מצטרף. ברוך דיין האמת.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:33 am#154609
פאריתומט..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:30 am#154617
ברוך דיין האמת. א נייע וועלט. א וועלט אן די גרעסטע גדול הדור אין די לעצטע הונדרעטער יאהרן
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:32 am#154619
הספד רבים ולויה של מרן עובדיה יוסף זצ"ל
m http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4437731,00.html m
m http://www.mako.co.il/news m

שס ראדיו לאקאל נאמבער: 712-432-4200
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:39 am#154624
בכיות אין די גאסן
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:48 am#154629
WOW
(ששש... אסאך מאל האב איך א ווערימל פון קנאה פאר די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוגעבן זייער ווייטאג אזוי בפומבי אן קיין פראבלעם....)
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:51 am#154632
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW
(ששש... אסאך מאל האב איך א ווערימל פון קנאה פאר די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוגעבן זייער ווייטאג אזוי בפומבי אן קיין פראבלעם....)


די מיני מענטשען האבן א נאמען...ספרדים.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 10:54 am#154634
זאג נאר, דו ביסט קיינמאל נישט מקנא די רייכע ספרדים?..
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:00 am#154639
בשנות צעירו
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:01 am#154641
רויטע וואנצעס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:WOW
(ששש... אסאך מאל האב איך א ווערימל פון קנאה פאר די מענטשן וועלכע האבן נישט קיין פראבלעם זיך אויסצוגעבן זייער ווייטאג אזוי בפומבי אן קיין פראבלעם....)


די מיני מענטשען האבן א נאמען...ספרדים.

האסט פארגעסן צוצולייגען דעם טיטול "אחינו בני ישראל" (א רמז אז עכט זענען זיי נאר א האלבע ברודער)
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:01 am#154642
ח"ו, איך פארשטיי נישט פארוואס נעמטס עס אן נעגאטיוו. ספרדים זענען מער אפן מיט געפיהלן ווי אשכנזים. פינטל.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:09 am#154645
בכיות, שאק, קריעה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:10 am#154646
פארצווייפעלט
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:12 am#154647
Rabbi Ovadia Yosef: The great opportunities missed
Yosef was the most famous rabbi in modern Israel, but his acquiescence to Aryeh Deri and Ashkenazi rabbis prevented him from making the outstanding contribution that he was capable of.

Haaretz
The Rabbi Who Brought Religion Into Israeli Politics
Rabbi Ovadia Yosef, who died at age 93 in Jerusalem, wasn’t just the most important rabbi in the world. He was a transformative figure in Israeli politics, galvanizing Israelis of Middle Eastern origin into their own ethnically distinct political identity and founding the religious-ethnic party Shas.

Bloomberg


Rabbi Ovadia Yosef, Sephardic Kingmaker of Israeli Politics, Dies at 93
Revered Shas Leader Turned Underclass Into Potent Force

forward.com
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:19 am#154650
m http://nyti.ms/15R9a7U m

די טיימס שרייבט א מופת
When Ariel Sharon was pushing his plan for unilateral withdrawal from Gaza in 2005, Rabbi Yosef said, “God will strike him with one blow and he will die, he will sleep and not awake.” (Mr. Sharon suffered a devastating stroke in early 2006 and remains in a coma.)
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:24 am#154653
ווי עס זעהט אויס יעצט וועט דער בעלזער רבי נישט מספיד זיין
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:35 am#154657
א פלא ווי אייוועלט האט עס אריינגעמאכט צו א קעפל אויף קאווע שטיבל.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:09 pm#154663
לויה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:31 pm#154668
ווייט נישט דער ציבור אויף וואס כ'האב מיך געראכטן.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:14 pm#154676
מיין מיינונג האט געשריבן:ווייט נישט דער ציבור אויף וואס כ'האב מיך געראכטן.

????? ווייל דער פיקטשער כאפער קען נישט גוט כאפן מיינט נאך גארנישט...
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:25 pm#154678
מיין מיינונג האט געשריבן:ווייט נישט דער ציבור אויף וואס כ'האב מיך געראכטן.

דו קוקסט נאר דארט ווי ס'איז שווארץ קעפיג. פארשטיי אז די ספרדים זענען מער קאלירט.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:27 pm#154680
סיום הש"ס במעמד מליונים
איך האב געשריבען א תגובה, ליינט און לייקט
l viewtopic.php?f=24&t=4895&start=25 l :( :אויוויי:
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 1:52 pm#154687
דוכט זיך אז דער צווייטער בילד אויף דעם עמוד, ווי אויך דאס אנדערע ווי ער שטייט ביים וואונקל און וויינט איז אין הגרע"י זצ"ל'ס הויז.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 2:26 pm#154691
די איזרעילי פרעסע שאצט אז ס'געוועהן 800,000 מענטשן ביי די לויה!!
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 2:33 pm#154695
יעדער איינער וואס שטייט יעצט אויף די גאסן פון ירושלים ווערט פאררעכנט אלס א באטייליגטער ביי די לוי'.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:38 pm#154710
נתניהו שיקט תנחומין

מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:41 pm#154711
אה נחמתני בני(מין), נחמתני
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:04 pm#154713
ראשעקאל האט געשריבן:נתניהו שיקט תנחומין


דער רשע מרושע עוכר ישראל
ווי קען ער זאגען דברי הספד?
ווען ער האט אזויפיעל מצער געווען ר' עבודי' מיט זיינע חיה'שטיק?
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:30 pm#154716
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:המספידים :
בפורת יוסף
הרב שלום כהן
הרב בקשי דורון
האדמו״ר מבעלז
הרב יצחק יוסף
הרב לאו
הרב בעדני
הרב דוד יוסף
הרב עמאר
המספידים:
בסנהדריה
הרב אברהם יוסף

ס'וואלט זיך געפאסט צו געבן א ברעטל פאר הרב אמנון יצחק שליט''א
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:41 pm#154720
זיי זענען דאך נישט געווען אין גוטן לעצטענס
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:43 pm#154721
פראצענטיש די זעלבע ווי הרב עמאר
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 5:20 pm#154732
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פראצענטיש די זעלבע ווי הרב עמאר

רב עמאר האט אביסל מער שכל
קודם כל האט ער נישט גערעדט אזוי שארף קעגן די שטוב פון הרב יוסף ווי הרב אמנון יצחק האט גערעדט, יעדע ספרדי, כאטש ער האט בשעת די פאליטיק באקומען א עקל צו משפחת יוסף דאך האבען זיי נאך א גרעסערע עקל צו הרב אמנון, ער האט היבש איבערגעצויגען דאס שטריקעל
נאכדעם האט הרב עמאר געהאט שכל צו גיין איבערבעטן איידער די פטירה, על אף אז זיין מחותן הרב יצחק יוסף בנו של הרב עובדיה האט אים נישט געוואלט רופען צום הכתרה כאטש זיין בעטען מחילה
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:09 pm#154761
סיכום ביניים של היום הזה
11.00 מרן במצב קריטי
11.01 נצחו אראלים...
11.02 שטויות מרן חי וקיים
11.03 מרן נפטר
11.04 אריה דרעי בוכה
11.05 המשפחה יוצאת מהחדר
11.06 מרן חי וקיים - ידו חמה עדין
11.07 נצחו האראלים...
11.08 לא נכון היד עדין חמה
11.09 מרן נפטר המשטרה לא מרשה לפרסם
11.10 מרן חי - דרעי לא בוכה
11.11 אלי ישי נצפה בוכה
11.12 מרן הלך לבית עולמו
11.13 שטויות מרן עדין חי..
11.14 מרן נפטר סופית
11.15 החייאה בנס מרן עבר את זה
11.16 דרעי שוב בוכה
11.17 המשפחה יוצאת מהחדר (שכחו שהם כבר בחוץ)
11.18 מרן חי וקיים הרגע חתם על קול קורא
11.19 דרעי שוב בוכה מרן נפטר
11.20 דובר הדסה מרן במצב קריטי
11.21 רק המקורבים יודעים שבעצם מרן נפטר אתמול - הרי דרעי בכה כבר בלילה
11.21 מכינים מכתב שיחרור הרב עוד מעט יוצא
11.22 דרעי שוב בוכה הרב נפטר
11.23 המשטרה עדין לא מרשה לגלות
המשך הסיכום בהמשך
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:17 pm#154762
.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 8:43 pm#154766
/
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 9:55 pm#154772
נעקסט קעיס
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 11:28 pm#154792