מאנטאג אפריל 07, 2014 2:04 pm#195069
קאווע טרינקער האט געשריבן:שתי תשובות....?! איין גוטע תירוץ איז גענוג.
פארוואס פונקט ביי ענק זענען דא מענטשען מיט וויזע פראבלעמען?
איך האב דיר גענטפערט צוויי גוטע תירוצים, זאל זיין גענוג און נאך.
איין תירוץ איז לגבי די ארץ - ישראל'דיגע, וואס האבן וויזע פראבלעמען ווייל זייער פאספארט האט פראבלעמען.
און לגבי דער אמעריקאנער בחור, איז דאס געווען רשעות לשם רשעות, ער האט נישט געדארפט קיין שום וויזע, מ'גייט כסדר אריין און ארויס, מ'האט אים פונקט סתם געכאפט און געזרק'עט. וועגן דעם פרעג איך טאמער דאס איז "מלכות של חסד".
אגב, דו ארבעסט ביי די אימיגערישן קאנאדא?
טאמער יא, זאג איך דיר א "סוד" אז נישט נאר ביי לב טהור איז דא מענטשן מיט וויזע פראבלעמען, ס'איז דא חשוב'ע בעלי בתים אין מאנטריאל, וואס זענען טעכניש אין קאנאדע "נישט לעגאל", זיי זענען אמעריקאנע סיטיזענס, האבן אן אדרעס אין אמעריקע, צאלן שטייער אין אמעריקע, שמאגלען זיך איינמאל אריין, און נאך דעם זענען זיי קיינמאל נישט מער פון 6 חדשים (צוואנציג יאר...)