Under maintenance
הויפט זייט » הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
75 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4911
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:29 pm#155068
הרב שלמה העלבראנץ, אנטלאפן!!!
יעצט קומט אן די נייעס אז הרב שלמה העלבראנץ דער ראש פון די אזויגערופענע קולט "לב טהור" איז געווארן געצוואונגען צו אנטלויפן פון זיין שטעטל אין קאנאדע, נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:47 pm#155073
קיין?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:48 pm#155074
ו

אויף וואס איז געוועין די מסירה?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:48 pm#155075
שעפטל האט געשריבן:קיין?


איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 8:55 pm#155078
עס איז צום האפן די נייעס איז אמת.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:01 pm#155080
הדד בן בדד האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:קיין?


איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...

זיי קענען אהינטראגן אליאור חן.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:06 pm#155085
קופערניקוס האט געשריבן:
הדד בן בדד האט געשריבן:
שעפטל האט געשריבן:קיין?


איך מיין ער זאל פארן קיין מאראקא...

זיי קענען אהינטראגן אליאור חן.

ווער ריז דעס
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:12 pm#155087
ווער געדעינקט נאך פרשת ישי פימא
אולי מאכן א תגיבה
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:20 pm#155093
פרישער האט געשריבן:ווער געדעינקט נאך פרשת ישי פימא
אולי מאכן א תגיבה

אני הקטן בין געווען ביי די משפט , ער האט געהט א TOP לויער, פארגעסען ווי אזוי ער האט געהייסען (מיט א רויט בערדעל) אינטערסאנט אז א ביים משפט איז נאך ישי פימא געווען באהאלטען.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 9:44 pm#155104
שלמה העל, לערנט ענדליך פרשת לך לך. זאל ער גיין אל הארץ אשר אראך - אין די ערד אריין.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:24 pm#155123
איינער ווייסט מער דיטעילס ?

ווי איז ער אנטלאפען ?

גייט יענע גאנצע דערפעל מיטלויפען ?

וואס איז געווען די מסירה ?

קיין אמעריקע, אין מדינת ישראל קען ער שוין נישט לויפען, סאו ווי יא, בראזיל, ארגענטינא, צי מאראקא ווי איינער האט שוין געשריבען,
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:27 pm#155127
שלום עליכם ,וויזוי האסטו אויפגעוויזן פאר שמעקי אז דו רעפרעזענטירסט חבקוק הנביא?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:38 pm#155133
הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:40 pm#155135
מנאשקע, באקומסט א עקסטערע סיפוק פון זיין איבעראל פונקט קאפויער?
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 10:51 pm#155145
מנשה לוסטיג האט געשריבן:הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]


זעהט אויס די קענסטעם נישט, ממילא וואלט איך דיר געראטען האלט דיר ארויס פין דעם אשכול,

אז די נעמסט דיר אן פאר דיין אפגאט, נו מיילא, אבער זייט ווען ביסטע געווארען די סניגור פאר אלע געטשקעלעך ?

האסט דען א השגה וויפעל בלוט אין טרערן דער האט געקאסט פאר כלל ישראל, אין די געבסט דאס אזא וויש אוועק "ווייל די ביסט דארט געווען סוכות" ...... , סיג לחכמה שתיקה,
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:10 pm#155150
איך זיך נישט צו זיין פארקערט אבער אז כ'ווייס פאקטן, האב איך נישט קיין פראבלעם זיי אויסצולייגן.
די סיבה פארוואס איך בין דארט געווען סוכות האט שייכות מיט דעם גאנצן טאראראם, איך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.
וויפיל עגמת נפש ער האט געקאסט, דאך הייסט ער נישט קיין עבריין על פי התורה - האב איך געהערט מפי א עסקן וואס האט מיך מיטגענומען דארט.
און יענער האט מיר געזאגט די ווערטער וואס כ'האב געשריבן, אז איינפאך וואלט ער זיך שוין געפונען אין תפיסה אין ישראל, עפעס [רוף עס כיטרישקייט, רוף עס סייעתא דשמיא] האט ער וואס געבט עהם קראפט אנצוהאלטן, כאטש נישט זיין ווייב און נישט זיין משפחה און א טייל זיינע מעריצים זענען שוין אנטלאפן.
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:27 pm#155158
מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך זיך נישט צו זיין פארקערט אבער אז כ'ווייס פאקטן,


מנשה לוסטיג האט געשריבן:איך בין אינפארמירט געווארן אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים, וואס זענען אויף זיין זייט, ממילא איז שווער פאר איינער וואס איז נכנע אונטער יענע רבנים, צו גיין אקעגן עהם.


וואסערע פאקטען ווייסטו ?

"אז ס'דא עטליכע גרויסע רבנים וואס זענען אויף זיין זייט"

וועלכע ?

סקווירא רבי ?

יא כ'ווייס אז סקווירא רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט לטובתו,

אבער נישט די אין נישט סקווירא רבי ווייסען "פאקטען" וואס דארט גייט פאר,

אין בכלל איז סקווירא רבי נישט קיין ראיה, ווייל איין דיקטאטור דעקט דעם צווייטען, (סארי פארען אזוי רעדען אויף דיין רבי'ן, אבער מסתם זיכסטע א אפענעם דיסקאשען), אין סקווירא רבי איז גילטי מיט אסאך ענדליכע עבירות ווי העלבראנץ ביידע ניצען יענעם'ס בלוט זיך צי שפייזען,

עכ"פ ס'נישטא קיין איין נארמאלער רב וואס שטיצט אים, טאמער די ווייסט יא, נו שרייב עס ארויס,

מנשה לוסטיג האט געשריבן:וויפיל עגמת נפש ער האט געקאסט, דאך הייסט ער נישט קיין עבריין על פי התורה - האב איך געהערט מפי א עסקן וואס האט מיך מיטגענומען דארט.


כ'פארשטיי נישט פינקליך דיין "עבריין סטראטעגיע", ס'הייסט אזוי, טאמער די קענסט אויף עפעס א וועג אראפ נעמען דעם טיטול "עבריין" דאן מעג מען שון פארגיסען יענעם'ס בלוט, וואס עבריין'סטע אין קאפ אריין,
דינסטאג אקטאבער 08, 2013 11:29 pm#155159
גע'פועלט אלעס גוטס..
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 1:19 am#155178
שעפטל האט געשריבן:קיין?

קאשוי.... :lol: :oops: :roll:
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:41 am#155219
סירקולעיט יעצט אויף וואטסעפפ
העלבראנץ
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:43 am#155220
2
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:58 am#155221
וואס איז דען דער פראבלעם... אז יענער שרייבט אונטער מתוך שמחה וטוב לבב, זאל אים וואויל באקומען...

וויצן אין א זייט. א שוידער.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:12 am#155223
שושן פורים האט געשריבן:נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.


וואו האט מען אריינגעגעבן די מסירה? קאנאדא?
נעבעך אויף די מוסרים. זיי זענען פארשאלטן מיט כל מיני קללות ושמתות, אפילו התרת נדרים וועט זיי שוין נישט העלפן. אוי להם ואוי לנפשם.
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:19 am#155224
חבקוק הנביא האט געשריבן:
מנשה לוסטיג האט געשריבן:הרב העלבראנץ האט א שטארקע השפעה, און ביז אהער האט עהם באגלייט א הצלחה וואס איז אומפארשטענדליך, איך בין דארט געווען אין זייער שטעטל יעצט סוכות, איך האב געזען אז מ'לעבט דארט אויף חיי שעה.
ס'נישט דאס ערשטע שווערע תקופה זיינע, ער האט אסאך אסאך צו דעקן, און ער וועט נישט לפי האומד אזוי שנעל אראפ אין ערד ווי זיינע שונאים וואונטשן.
[אגב, כ'וואלט עהם נישט פארגינען קיין קללות, ווייל דאך איז ער ערליך, אפשר צו עקסטרים אבער דאך נישט קיין עבריין]


זעהט אויס די קענסטעם נישט, ממילא וואלט איך דיר געראטען האלט דיר ארויס פין דעם אשכול,

אז די נעמסט דיר אן פאר דיין אפגאט, נו מיילא, אבער זייט ווען ביסטע געווארען די סניגור פאר אלע געטשקעלעך ?

האסט דען א השגה וויפעל בלוט אין טרערן דער האט געקאסט פאר כלל ישראל, אין די געבסט דאס אזא וויש אוועק "ווייל די ביסט דארט געווען סוכות" ...... , סיג לחכמה שתיקה,

אויסער דעם וואס דאס עצם אהין גיין סוכות צינדט אן א רויט לעמפל.... :lol: :lol: :lol: :lol:
מיטוואך אקטאבער 09, 2013 11:38 am#155231
שמעקעדיג האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:נאכדעם וואס אפאר פון זיינע געוועזענע חסידים האבן אריינגעגעבן א מסירה איבער וואס ס'גייט אלץ פאר אין שטעטל.


וואו האט מען אריינגעגעבן די מסירה? קאנאדא?
נעבעך אויף די מוסרים. זיי זענען פארשאלטן מיט כל מיני קללות ושמתות, אפילו התרת נדרים וועט זיי שוין נישט העלפן. אוי להם ואוי לנפשם.

זינט ער האט געעפנט זיין קהלה האבן מענטשן געהאלטן אין איין אנטלויפן פון דארט , אבער קיינער האט נישט געמסרט , צו אלס פחד אדער סתם ווייל זיי האבן נישט געהאט גענוג פרוף.
לעצטנס אבער איז זיין זון מיט נאך איינע פון זיינע נאנטע מענטשן אנטלאפן , און יענער האט מיטגענומען מיט זיך א גאנצע אוצר פון דאקומענטן און באווייזן , און ער האט אריינגעגעבן א מסירה ביי די קאנאדישע fbi(איך ווייס נישט פונקטליך וויאזוי סהייסט), און זיי האבן געעפנט א אינוועסטיגעישן אויף די זאך , און דער הייליגע רבי איז געווען געצוואונגען צו אנטלויפן
פרייטאג אפריל 04, 2014 9:43 am#194659
בעל הבית האט געשריבן:נעבעך, איך הייב שון אן רחמנות צו האבן אויף זיי

רחממנות?
אויף וואס? אז זיי וויינען? ווען דיין קינד וויל נישט איינעמען אנטיביאטיק און די שטיפסט עס אריין און ער וויינט האסטי אויך רחמנות און די זאגסט "קינד מיינס, ווילסט נישט? די וויינסט? אקעי, נאו פראבלעם נעם נישט אנטיביאטיק און שטארב!" אזוי טיסטי?
שנית, ווער זאגט אז דאס איז נישט קיין "פלעי"? פאר סאם ריזען זעט עס מיר נישט אויס ווי א עכטע געוויין
און אפילו ווען עס זאל יא זיין דערשרעק איך מיר אויך נישט, בעסער וויין יעצט ווי אין 30 יאר ארים ווען די וועסט זיך אויפוועקן אז מען האט דיר ציגערויבט 30 יאר פון דיין לעבען אינקלאדעט דיין עתיד
פרייטאג אפריל 04, 2014 9:47 am#194661
נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב געזען דעם קליפ ווי מען ארעסטירט א לב-טהור'ניק און ווי די קינדער וויינען... איך האב באקומען טשילס און איך בין פול געווארן מיט רחמנות אויף די קינדער!

ניין. איך בין נישט קיין העלבראנץ'ניק, און ער איז טאקע א געמיינער קולט פירער, אבער די קינדער'ס וויינען האט מיר באנומען.

אמת, די קינדער וועלן מעגליך יעצט קענען אויפוואקסן געהעריג, און דאס וועט האפענטליך זיין א טובה פאר זיי, אבער למעשה יעצט האט מען אוועקגעריסן זייער מלמד פאר זייערע אויפן און ארעסטירט ווי א נידריגער פאברעכער.

אוועקגעריסען? איך גלייב אז זיי האבען נישט געהאט קיין צווייטע ברירה
ווייל ווען מען האנדעלט מיט זיי איידעל ניצען זיי דאס אויס צי עביוזען די סיסטעם, והא ראי' זייער עבר
סא געדענק וואס חז"ל זאגען:
"אמר רבי אלעזר, כל שנעשה רחמן על האכזרי, לסוף נעשה אכזר על הרחמנים" (מדרש תנחומא, מצורע, סימן א).
זיי זענען די גרעסטע אידישע אכזרים וואס איך האב נאר אמאל געזען
א שאד מען האט עם נישט אויסגעפראקט פארען ווערען ארעסטירט

יא, פרויען האבען מורא פון א טרער, יוש מען זעט א קינד וויינען, נעבעך יוש, א פלא ווי א קליין טרער קען אוועק ווישען ווי א צונאמי א גאנצע בארג פון צרות און אכזריות בארבארישקייט און דיקטאטורישקייט, א פלא
זעט מיר אויס ווי א אינגערישע ווייבערישע "רגש שליט על המח"
דער רשע העלבראנץ מיט זיינע משרתים "מיזען זיצען" אין תפיסה
און האבען א געהעריגע הלכה פון א רודף
נישטא קיין רחמנות! בית דין האט אויך געהאקט קעפ ווען מען האט געדארפט
עיין בהלכות ד' מיתות בית דין ווי אזוי מען האט דאס געטין
פרייטאג אפריל 04, 2014 9:48 am#194663
עקלהאפטיגע מענטשן, צוריקגעבליבן און פרימיטיוו, אבער פארגעשריטן אין פי. אר. געב א קוק ווי דער קליינער בחור'ל רעדט דארט אז ס'איז ממש ווי אוישוויץ און ווי די קינדער ברעטשען מיט געוויין פאר די קאמערעס, איך האב נישט אין מיין הארץ פלאץ פאר רחמנות אויף אזעלכע גרויליגע פארשוינען, בור כרה ויחפרהו, אדרבה זאלן זיי ליידן צרות צרורות ביז זיי וועלן זיין געצווינגען אפצולאזן דעם ממזר שלמה העלבראנץ.
פרייטאג אפריל 04, 2014 12:08 pm#194688
איך קען נישט זען די ווידאוס פון די לינק, מיין קאמפיוטער בלאקט עס מיר. קען עס מיר אפשר איינער שיקן נאכן דאונלאוידן? - איך וועל אים שטארק מכיר טובה זיין דערפאר.
פרייטאג אפריל 04, 2014 2:12 pm#194699
איש עברי האט געשריבן:עקלהאפטיגע מענטשן, צוריקגעבליבן און פרימיטיוו, אבער פארגעשריטן אין פי. אר. געב א קוק ווי דער קליינער בחור'ל רעדט דארט אז ס'איז ממש ווי אוישוויץ און ווי די קינדער ברעטשען מיט געוויין פאר די קאמערעס, איך האב נישט אין מיין הארץ פלאץ פאר רחמנות אויף אזעלכע גרויליגע פארשוינען, בור כרה ויחפרהו, אדרבה זאלן זיי ליידן צרות צרורות ביז זיי וועלן זיין געצווינגען אפצולאזן דעם ממזר שלמה העלבראנץ.


איי קעענט עגרי מארר
I can't agree more

איטס ענ עעקט.
פרייטאג אפריל 04, 2014 2:16 pm#194700
טיטאניק האט געשריבן:
בעל הבית האט געשריבן:נעבעך, איך הייב שון אן רחמנות צו האבן אויף זיי

רחממנות?
אויף וואס? אז זיי וויינען? ווען דיין קינד וויל נישט איינעמען אנטיביאטיק און די שטיפסט עס אריין און ער וויינט האסטי אויך רחמנות און די זאגסט "קינד מיינס, ווילסט נישט? די וויינסט? אקעי, נאו פראבלעם נעם נישט אנטיביאטיק און שטארב!" אזוי טיסטי?
שנית, ווער זאגט אז דאס איז נישט קיין "פלעי"? פאר סאם ריזען זעט עס מיר נישט אויס ווי א עכטע געוויין
און אפילו ווען עס זאל יא זיין דערשרעק איך מיר אויך נישט, בעסער וויין יעצט ווי אין 30 יאר ארים ווען די וועסט זיך אויפוועקן אז מען האט דיר ציגערויבט 30 יאר פון דיין לעבען אינקלאדעט דיין עתיד


ביזט גוט. גוט, גוט. דו מאכסט מיך לאככן. :-))

״שנית, ווער זאגט אז דאס איז נישט קיין "פלעי"? פאר סאם ריזען זעט עס מיר נישט אויס ווי א עכטע געוויין״
איי עגרי. די קינדער שטופן זיך צו וויינען, אדער איז עס אזוי ווי די אידען אין מצרים האבן געמעגט וויינען ווען וימת מלך מצרים..
זונטאג אפריל 06, 2014 3:30 am#194821
"פאר סאם ריזען" זעהט מיר אויס די תגובות פון טיטאניק, דער שכן, איש עברי, אזוי ווי די וואס לייקענען דעם הולאקאסט,

אלעס איז בלאף

א טאטע איז גארנישט, ווייל ער איז לב טהור

א מאמע איז גארנישט, ווייל ער איז לב טהור

די קינדער וויינען זענען גארנישט.

זיי "מוזן" וויינען -- ווען מ'נעמט אוועק זייער טאטע+מאמע+מלמד + פאליציי וויל אריין ברעכן זיין נעמען אין פאסטער קעיר.

אבער עכט, זייערע "נשמות" זענען פרייליך...

ווייל ס'איז אזוי ווי ארבע מיתות בית דין...

די מאמע פון 10 קינדער, וואס שמאכטעט אין טורמע פארן נעבעך איבערשטיין איר וויזע, און אירע קינדער האלטן ביים בארויבט ווערן, איז זעהט אויס מחוייב ארבע מיתות בית דין פארן אנטוהן דאס לבוש וואס געפעלט נישט פאר די עולם דא.

פון אנדערע תגובות, אין אנדערע אשכולות, זעהט עפעס אויס אז אסאך פון דיע וואס האלטן אז "רק בדם" כלפי לב טהור יידן, קלאגן ווי קראקעדייל ווען גוים אדער אפיקורסים באקומען עפעס אן אומגליק.

לשיטתם אילו היה כח בידינו להמיתם בסייף בפרהסיא היינו עושים כן

ועכשיו שאין בידינו כח, עלינו לבוא עליהם בעלילות ולהמיתם בתחלואים וביסורים ובכל מיתה שאנו יכולים.

וואו קעירס אויף די פרענק פארעכס ממזרים שחורים לב טחור וכו' וכו', זאל די מאמע פארלירן אירע קינדער, זי איז העלבראנץ, גוט פאר איר. זאל דער טאטע גיין צו אלע רוחות, ער איז אן העלבראנץ זאל ער מיט זיינע קינדער גיין אין גאז טשעמבער. תרנגולות אלו ילכו למיתה ואנחנו נלך ונכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום.
זונטאג אפריל 06, 2014 4:26 am#194826
קרני צבי
איך האב אבסעלוט רחמנות אויף די טאטעס און מאמעס, אבער נישט צוליב די רדיפות פון די פאליציי, נאר אויף דעם וואס זיי זענען ארעסטירט אין דעם פארשאלטענעם קולט, דעריבער האף איך אז מעז יצא מתוק און די אלע רדיפות זאלן כאטש אונטערברענגען די פיסטערע כת בב"א
זונטאג אפריל 06, 2014 8:17 am#194834
קרני צבי האט געשריבן:"פאר סאם ריזען" זעהט מיר אויס די תגובות פון טיטאניק, דער שכן, איש עברי, אזוי ווי די וואס לייקענען דעם הולאקאסט,

אלעס איז בלאף


מיר דערמאנען נישטא קיין ווארט "האלעקאוסט"
די וואס שרייען אויף די העכסט נארמאלע קנאדישע אגענטען "נאציס" זענען ענק
יעדער ווייסט אז קאנאדע זענען א ריכטיגע מלכות של חסד, און דאס וואס ענק טיען צי זאגען אויף די פרייע מידיע די לשונות פון "נאציס" אדער "מען גייט אינז קימען שיסען מארגען", דאס איז די גרעסטע התגרות באומות וואס האט נאר אמאל פאסירט אויף די באדען פון קאנאדע
די ווייסט זייער גיט אז מיט אביסעל קאמען סענץ און ווען די האנדעלסט עס מיט שכל און דיפלאמאטיע וואלסטי נישט געהאט אזא פנים
די האסט דיר אליין געגראבען דיין ערליך פארדינטע פלאנטער, בארבע רגליך ממש
כאטש אז בעצם וואלטען מיר עס געדארפט טין אבער כנראה זיכינו ונעשה מלאכתינו ע"י דער העלבראנצער אליינס

דאס וואס מען טיט צי ענק מיינט מען נישט קיין נקמה, מען וויל איין זאך, אז די שטיפת מח די רשעות ואכזריות וואס ווערט אנגעפירט דארעך דיר און דארעך דיינע מלאכי חבלה זאל זיך ענדיגען אחת ולתמיד און אז מיר פוילע בהמות האבען דאס נישט געקענט טין האט דער קל רחום וחנוך אויסגעהערט די צעקת העשוקים די געשריי פון די געפייניגטע און ענק אזוי געפירט אז ענק זאלען זיך אליינס באגראבען

נעם די גאנצע מעשה, גיי עס אדארעך, מאך א סך הכל, ווי אזוי ענק האבען געהאנדעלט די קעיס, ווי אזוי ענק האבען גערעדט צי די מידיע, דאס אנטלויפען ווי פאלנער פארברעכער נאך א עקסידענט, שרייען נאציס, און רעדען ווי א שיכור צי פרויען "7 שעה" אין א צי, די אלע זאכען ועוד ועוד דאס האט ענק באגראבען נישט מדינת ישראל און נישט קיינער
די אלע פעולות פון מדינת ישראל האט אולי אנגעהויבען די זאך, אבער ווען נישט ענקערע וויסטע סטופיד מהלך וואלטען ענק זיך זייער שיין ארויסגעדרייט דערפין
אבער שכל קען מען נישט קויפען
דער זעלבער קאפ וואס האט פלאנירט די אלע רשעות ואכזריות צי די אימשילדיגע תמימותדיגע פרויען און קינדער, דער זעלבער קאפ פלאנירט זיין אייגענע מפלה כי מה' מצעדי גבר כונני
אלעס פירט מען פון הימעל
עס איז געבליבען דיר צי ווינטשען א "זיסע מפלה מיסטער ארז"
זונטאג אפריל 06, 2014 9:49 am#194852
פארוואס באנייעט מען נישט א וויזע בזמנו?
זונטאג אפריל 06, 2014 10:04 am#194854
זייער גוט געזאגט טיטאניק
סאיז מיר בכלל נישט קיין חידוש אז שלמה העלבראנץ באגראבט זיך אליינס
ער האט נעבעך בי פי די און ווער עס קען אביסל בפ״ד ווייסט אז דאס איז איינע פון די סימפטאמען
צו גיין מיט די קאפ אין די וואנט און נישט צוריקטרעטן אפילו מען באגראבט זיך אליין (ע״ע אדאלף היטלער)
זונטאג אפריל 06, 2014 4:16 pm#194910
איך שטיי דא ליינענדיג די תגובות, און איך רייב זיך די אויגן מיט וואונדער: איז דאס קאווע שטיבל, די נארמאלע פלאץ וואו עס דרייען זיך מענטשן מיט א אויפריכטיגע בליק? - איך קען נישט גלויבן אז נארמאלע באזעצענע מענטשן זאלן שרייבן אזעלכע תגובות. גלויבט איר באמת אז די קינדער שטייען דארט און מאכן א פלעי, זיי מיינען עס נישט ערנסט? - זייט נישט קיין נארנים, זיי שפירן זיך באדראעט, מען האט זיך ארויפגעלייגט אויף זיי (גערעכט צי נישט גערעכט), און מען פראבירט זיי צו דערגיין די יארן אויף יעדן אופן מעגליך (גערעכט צי נישט גערעכט). איז דא א באזעצענע מענטש וואס האלט אז די קינדער פרייען זיך באמת אז מען האט ארעסטירט די עלטערן? - זייט נישט קיין קינדער, טראכט נארמאל, ביטע...

ועוד, קרני צבי'ס ווערטער: ניין, איך אגרי נישט מיט אלע זיינע שטותים וואס ער שרייבט, נאר אויף אזויפיל האט ער א נקודה, אז די רדיפות אויף לב טהור זענען א גרין לייט אויף רדיפות פאר אנדערע חסידים (היל"ת). יא, דער גוי זעט נישט קיין חילוק. קוק אריין אין די דאקיומענטן פון קארט און זעה אויף וואס מען באשולדיגט זיי און זאג דו אליין אויב מען קען נישט זאגן אקאראט די זעלבע זאך אויף אונז חסידים. וואס זאל צוריקהאלטן דעם גוי אריינצוגיין אין שיכון סקווירא, פראווען ארעסטן רעכטס און לינקס?! - מען דארף נאר אפירנעמען די לעצטע ווידאו פון דער מלמד וואס שלאגט א קינד, און ארעסטירן א דאזן פון מלמדים וואס פארמאגן אין זייער שיפלאד א שטעקן, נישט זיי ארויסלאזנדיג אויף בעיל... נאך א מזל אז היינט גיבט מען מער אכטונג אויף יונגע מערעדזשעס, אבער ביז א צוואנציג יאר צוריק איז דאס געווען היבש נארמאל, וויפיל ארעסטן וואלט מען געקענט דעמאלס דורכפירן? - וואס וועט צוריקהאלטן דעם גוי פון אריינברענגען לימודי חול און פארמינערן אונזערע לימודים אין די מוסדות? - יא, איך ווייס אז טייל וועלן בענטשן דערויף און זאגן 'נאכאמזל...', אבער דאס איז נישט די נושא דא, נאר ענדערש דער ענין אז מען קען זיך ארויפלייגן אויפן היימישן ציבור און זיי רודפ'ן די יארן... ווייסט איר וויפיל מענטשן מען קען דא פארטרייבן פון אמעריקא, און וויפיל מען קען ארעסטירן? - כמעט יעדע רב אדער מנהל המוסד קען מען לייגן אין חד-גדיא פאר לאנגע יארן.

און ניין, דער גוי זעט נישט פונקטליך דער חילוק צווישן לב-טהור און סקווירא... בפרט אז מען וועט צושמירן סקווירא און זיי אראפמאלן ווי מאנסטערס וואס ברענען הייזער... און עס איז נישט נאר סקווירא, מאנרא איז נישט בעסער און איבעראל איז די זעלבע...

אבער בעצם פארשטיי איך נישט נאך א זאך:
לאמיר שוין נישט רעדן, די זעלבע, אנדערש... לאמיר א מינוט אוועקקוקן דערויף:
זענט איר נארמאל? - איר האלט טאקע אז די קינדער זענען יעצט גליקליך אז מען האט אוועקגענומען די עלטערן פון זיי? - מען נעמט זיי אריין אין פרעמדע משפחות? - איר האלט אז די קינדער האבן אסאך שאנסן אויפצואוואקסן געהעריג? - איז דאס נישט קיין טראמא וואס קען איבערלאזן אן אפעקט פאר לאנגע יארן? - און קומט מיר ביטע נישט זאגן אז לעבן אין יענעם קאלט איז פיל ערגער, און בעצם טוט מען זיי א טובה מיט זיי אוועקנעמען פון דארט... ווייל יעדע רעכטדענקיגער מענטש ווייסט און פארשטייט אז אוועקרייסן קינדער פון די עלטערן - אפילו אין אזא פאל, איז געפערליך. ווי אזוי עס זאל זיך נאר נישט ארויסשטעלן, וועט עס זיי דעמעדזשן פאר לייף, פיל מער ווי ווען זיי וואלטן דארט געבליבן.

לאמיר זיך נישט לאזן נארן, מיט די דאזיגע קינדער וועט געשען איינע פון די צוויי זאכן: אדער וועלן זיי שטילערהייט ווייטער אנהאלטן קאנטאקט מיט די עלטערן, און זיך אויפפירן אזוי ווי די מעשה-ביכלעך קינדער וואס מען האט זיי פארכאפט צו קלויסטערס און זיי האבן שטילערהייט געהאלטן אידישקייט, ביז זיי זענען געווען עלטער און זיך פאראייניגט צוריק מיט זייערע עלטערן וואס זענען געזעצן שבעה מיט זיי (דאס וועט גאנץ זיכער פאסירן צו די עלטערע קינדער, פון עלעוו און העכער...), אדער וועלן זיי זיך טאקע דערווייטערן פון זייערע עלטערן, אבער זיי וועלן באקומען אזא צומישטע לעבן, אויסוואקסן אזוי צו'חוש'ט און צומישט, נישט קענענדיג סדר מאכן מיט זייערע מחשבות און נישט וויסנדיג וואס צו טון מיט זיך.

אלזא, זייט נישט בלינד, איך האב זיי אויך נישט ליב, אבער טראכט ביטע גראד וואס עס איז דער אמת'ע טובה אדער נישט?
זונטאג אפריל 06, 2014 4:20 pm#194911
די האלסט אין איין דערמאנען סקווירא.
כ'האף עסט נישט נישט ארויס שפרינגען פון דיין הויט, אבער אין מיינע אויגן דארף מען זיי אויך ארעסטירען. ;) ;)
זונטאג אפריל 06, 2014 4:22 pm#194912
פיין, ערלעדיגט. און סאטמאר - מאנרא אויך, אמת? - אויב נישט אין דיינע אויגן, דאן אין דער גוי'ס אויגן זיכער.

שטילע - גראדע נישט צוגעטראפן, איך האב מיט סקווירא גארניקס...
זונטאג אפריל 06, 2014 9:26 pm#194968
איז אמת אז דער אבי-אבות שלוימוי העלל-ברענטץ אליין איז אנטלאפן?
זונטאג אפריל 06, 2014 9:35 pm#194969
Well said חקרן!!!!

Instead of trying to put a system in place to secure the well being of the kids in that community they are just being destroyed and the after effect will be long lasting.
Its is my opinion that the leadership would work with authority to solve it and the kids would be much better off in their own families.
Its a shame we sit on the side and let this happen. There is no reason to justify this on the kids!
זונטאג אפריל 06, 2014 9:40 pm#194970
חקרן האט געשריבן:איך שטיי דא ליינענדיג די תגובות, און איך רייב זיך די אויגן מיט וואונדער: איז דאס קאווע שטיבל, די נארמאלע פלאץ וואו עס דרייען זיך מענטשן מיט א אויפריכטיגע בליק? - איך קען נישט גלויבן אז נארמאלע באזעצענע מענטשן זאלן שרייבן אזעלכע תגובות. גלויבט איר באמת אז די קינדער שטייען דארט און מאכן א פלעי, זיי מיינען עס נישט ערנסט? - זייט נישט קיין נארנים, זיי שפירן זיך באדראעט, מען האט זיך ארויפגעלייגט אויף זיי (גערעכט צי נישט גערעכט), און מען פראבירט זיי צו דערגיין די יארן אויף יעדן אופן מעגליך (גערעכט צי נישט גערעכט). איז דא א באזעצענע מענטש וואס האלט אז די קינדער פרייען זיך באמת אז מען האט ארעסטירט די עלטערן? - זייט נישט קיין קינדער, טראכט נארמאל, ביטע...

ועוד, קרני צבי'ס ווערטער: ניין, איך אגרי נישט מיט אלע זיינע שטותים וואס ער שרייבט, נאר אויף אזויפיל האט ער א נקודה, אז די רדיפות אויף לב טהור זענען א גרין לייט אויף רדיפות פאר אנדערע חסידים (היל"ת). יא, דער גוי זעט נישט קיין חילוק. קוק אריין אין די דאקיומענטן פון קארט און זעה אויף וואס מען באשולדיגט זיי און זאג דו אליין אויב מען קען נישט זאגן אקאראט די זעלבע זאך אויף אונז חסידים. וואס זאל צוריקהאלטן דעם גוי אריינצוגיין אין שיכון סקווירא, פראווען ארעסטן רעכטס און לינקס?! - מען דארף נאר אפירנעמען די לעצטע ווידאו פון דער מלמד וואס שלאגט א קינד, און ארעסטירן א דאזן פון מלמדים וואס פארמאגן אין זייער שיפלאד א שטעקן, נישט זיי ארויסלאזנדיג אויף בעיל... נאך א מזל אז היינט גיבט מען מער אכטונג אויף יונגע מערעדזשעס, אבער ביז א צוואנציג יאר צוריק איז דאס געווען היבש נארמאל, וויפיל ארעסטן וואלט מען געקענט דעמאלס דורכפירן? - וואס וועט צוריקהאלטן דעם גוי פון אריינברענגען לימודי חול און פארמינערן אונזערע לימודים אין די מוסדות? - יא, איך ווייס אז טייל וועלן בענטשן דערויף און זאגן 'נאכאמזל...', אבער דאס איז נישט די נושא דא, נאר ענדערש דער ענין אז מען קען זיך ארויפלייגן אויפן היימישן ציבור און זיי רודפ'ן די יארן... ווייסט איר וויפיל מענטשן מען קען דא פארטרייבן פון אמעריקא, און וויפיל מען קען ארעסטירן? - כמעט יעדע רב אדער מנהל המוסד קען מען לייגן אין חד-גדיא פאר לאנגע יארן.

און ניין, דער גוי זעט נישט פונקטליך דער חילוק צווישן לב-טהור און סקווירא... בפרט אז מען וועט צושמירן סקווירא און זיי אראפמאלן ווי מאנסטערס וואס ברענען הייזער... און עס איז נישט נאר סקווירא, מאנרא איז נישט בעסער און איבעראל איז די זעלבע...

אבער בעצם פארשטיי איך נישט נאך א זאך:
לאמיר שוין נישט רעדן, די זעלבע, אנדערש... לאמיר א מינוט אוועקקוקן דערויף:
זענט איר נארמאל? - איר האלט טאקע אז די קינדער זענען יעצט גליקליך אז מען האט אוועקגענומען די עלטערן פון זיי? - מען נעמט זיי אריין אין פרעמדע משפחות? - איר האלט אז די קינדער האבן אסאך שאנסן אויפצואוואקסן געהעריג? - איז דאס נישט קיין טראמא וואס קען איבערלאזן אן אפעקט פאר לאנגע יארן? - און קומט מיר ביטע נישט זאגן אז לעבן אין יענעם קאלט איז פיל ערגער, און בעצם טוט מען זיי א טובה מיט זיי אוועקנעמען פון דארט... ווייל יעדע רעכטדענקיגער מענטש ווייסט און פארשטייט אז אוועקרייסן קינדער פון די עלטערן - אפילו אין אזא פאל, איז געפערליך. ווי אזוי עס זאל זיך נאר נישט ארויסשטעלן, וועט עס זיי דעמעדזשן פאר לייף, פיל מער ווי ווען זיי וואלטן דארט געבליבן.

לאמיר זיך נישט לאזן נארן, מיט די דאזיגע קינדער וועט געשען איינע פון די צוויי זאכן: אדער וועלן זיי שטילערהייט ווייטער אנהאלטן קאנטאקט מיט די עלטערן, און זיך אויפפירן אזוי ווי די מעשה-ביכלעך קינדער וואס מען האט זיי פארכאפט צו קלויסטערס און זיי האבן שטילערהייט געהאלטן אידישקייט, ביז זיי זענען געווען עלטער און זיך פאראייניגט צוריק מיט זייערע עלטערן וואס זענען געזעצן שבעה מיט זיי (דאס וועט גאנץ זיכער פאסירן צו די עלטערע קינדער, פון עלעוו און העכער...), אדער וועלן זיי זיך טאקע דערווייטערן פון זייערע עלטערן, אבער זיי וועלן באקומען אזא צומישטע לעבן, אויסוואקסן אזוי צו'חוש'ט און צומישט, נישט קענענדיג סדר מאכן מיט זייערע מחשבות און נישט וויסנדיג וואס צו טון מיט זיך.

אלזא, זייט נישט בלינד, איך האב זיי אויך נישט ליב, אבער טראכט ביטע גראד וואס עס איז דער אמת'ע טובה אדער נישט?


ביטער רחמנות אויף די אומשולדיגע קינדער טאקע וואן וועי אר דע אהדער!
One way or the other

וואס קען מען אבער טוהן? זיי זענען פארכאפט אין א רשעות׳דיג קולט.
מ׳דארף ליידער מאכן דעם סורדזשערי. דער גוי מיינט נישט לשם שמים. דער העלבראנץ מיט כת דילי׳ האבן זיך זייער בא׳נער׳שט אויף יעדן טריט און שריט.

דער גרויסער סאטמאר רבי דער הייליגער ויוא׳ל משה - דברי יוא׳ל האט אמאהל געפרעגט פארוואס ווען איש ואשתו גט׳ן זיך שטייט אז דער מזבח וויינט. ווי קומט די מזבח אריין?.. זאגט ער ווייל די קינדער זענען די קרבנות.

אונז האב׳מיר רחמנות. אונז זעמער רחמנים בני רחמנים. מיר בלוטיגן פאר זיי. בעליעוו איט אר נאט. ליידער אונז קען מיר אויך נישט צוקוקן צו די גאנצע ווערטשאפט דארט. אונז ווייס׳מיר די צער פון עלטערן וואס זייערע קינדער זענען דארט פארכאפט אזויווי הרב ר׳ י. מ. שליט״א ועד.

"אמר רבי אלעזר, כל שנעשה רחמן על האכזרי, לסוף נעשה אכזר על הרחמנים" (מדרש תנחומא, מצורע, סימן א).
זונטאג אפריל 06, 2014 9:51 pm#194972
Big Boss האט געשריבן:Well said חקרן!!!!

Instead of trying to put a system in place to secure the well being of the kids in that community they are just being destroyed and the after effect will be long lasting.
Its is my opinion that the leadership would work with authority to solve it and the kids would be much better off in their own families.
Its a shame we sit on the side and let this happen. There is no reason to justify this on the kids!


ווער איז שולדיג? דאס גאנצע אידיש פאלק פאר וואס?? אדער העלבראנץ פאר נישט אויסארבעטן א פרידיגע מהלך אז די טשיילד פראטעקטיוו קאמיטי זאל נישט טרעפן קיין פעלערס? אונז קענען גארנישט טוהן ווען די האזט צו טוהן מיט א קולט אדער קולט מענטאליטעט פיהרער.
Unfortunately that's the situation.
זונטאג אפריל 06, 2014 10:44 pm#194979
שכן טייערער; וואס האט ער נישט געטאן, וואס מיר חרדי'שע אידן האבן יא געטאן? - איך מיין אז חקרן האט דא א גוטע פוינט, נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן; עס איז אן אפעראציע און די קינדער זענען נעבעך די קרבנות.
זונטאג אפריל 06, 2014 11:12 pm#194983
מורינו הרב האט געשריבן:שכן טייערער; וואס האט ער נישט געטאן, וואס מיר חרדי'שע אידן האבן יא געטאן? - איך מיין אז חקרן האט דא א גוטע פוינט, נאר אזוי ווי דו האסט געשריבן; עס איז אן אפעראציע און די קינדער זענען נעבעך די קרבנות.


ווען דו זעהסט זיין אונטערוויאא ווי ער מאכט זיך משוגע און אללע אנדערע זאכן, דעמאלטס זעהסטו זיין ציהל. סוף מעשה במחשבה תחלה..
אטאמאטיש איז אללעס גאר אנדערש וואס (מיר) חרד׳ישע אידן טוען. ער טוט אללעס גאר אנדערש.

זאג מיר וואס ער טוט די זעלבע. . דער סאטמאר רבי זצוק״ל ווען ער האט ארפגעשטעלט יסודות אין אידישקייט אין אמעריקע האט געטוהן זאכן גאר אנדערש פון אים, להבדיל.

. זאג מיר וואס מען טוט די זעלבע אין וויליאמסבורג און אין טאהש קודש די זעלבע ווי העלבראנץ.

דו ביזט טאקע בלינד אדער דו האזט fun צו מאכן מיך שרייבן א תגובה׳לע דא?.
מאנטאג אפריל 07, 2014 12:20 am#194995
דאס קאנאדישער יודנטום וועלן נאך עסן די פירות פין די יעצטיגע רדיפות נישט קיין ספק. הלוואי אין איך וועל קיינמאל זיין גערעכט. אבער ווער עס קוקט אויף די פרשה מיט א ניכטערן בליק וועט עס פארשטיין.
מאנטאג אפריל 07, 2014 12:42 am#195002
(1 נייע הודעה) האט געשריבן:דאס קאנאדישער יודנטום וועלן נאך עסן די פירות פין די יעצטיגע רדיפות נישט קיין ספק. הלוואי אין איך וועל קיינמאל זיין גערעכט. אבער ווער עס קוקט אויף די פרשה מיט א ניכטערן בליק וועט עס פארשטיין.


אויב די קאנעדישע וועלן ליידן איז עס נאר א דאנק דעם קראנקן העללבראנצל אין זיינע אונטערטאנען אזויווי אוליל גולדמן און ראוזנער און דער אנדערער מיט׳ן ריזיגן טלית קטן מיט׳ן גרויסן ווייסן נאכט העמד אדער וואטעווער איט איז. ווייסט וועם איך מיין?... דער ווער עס טוט פארצווייגטע געשעפטן אין האט אייגענע אקאונטס באצאהלט עפעס צוריק פאר ״די קומיוניטי״...

די רשעות וואס די קולט טוט אפ פאר אנדערע אידן און די חילול ה׳ איז איום ונורא.

ר׳ נתן העלבראנץ נ״י איז עפעס א דיימאנד וואס איז ארויסגעקומן פון דארט און האט געהאט דעם בינה ארויסצולויפן פון דארט. לאמיר האפן די אנדערע וועלן קומען לכלל דעת. והשב את העבודה לדביר בתיך ואשי ישרא׳ל ותפלתם מהרה באהבה תקבל ברצון!...
מאנטאג אפריל 07, 2014 2:22 am#195006
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס באנייעט מען נישט א וויזע בזמנו?


שני תשובות בדבר, קודם איז דא דארטן אידן וואס האבן פראבלעמען מיט זייער פאספארטן פון איזרעאל זייט זייער מיליטער נושא איז נישט געהעריג געווארן מסודר, האבן זיי קיין וויזעס אויך נישט באקומען.
ווידער, דער מלמד איז א פלעינער אמעריקאנער בחור, ער גייט אהין און צוריק, זיי האבן זיך פשוט פארלייגט אויף אים זעהנדיג אים מיט די זיסע קינדערלעך.

אויף די זעלבע דרך קענען זיי (היל"ת) זיך פארלייגן אויף א מוסד וועגן "טעקס" אישוס און אנהייבן פארהאלטן מלמדים פארן פודסטעמפס, אנעמפלאימענט וכדו'.

דאס אז צוויי בחורימ'לעך האבן זיך געהעמפערט מיטן אגענטן און די מידיע האט זיי געכאפט צוהיצט זעהט מיר נישט אויס רעלעוואנט צו די סיבה פון די רדיפות.

לגבי די אויסדרוק "מלכות של חסד" אויף קאנאדע אזוי אויך אויף אמעריקע (ירום הודם) זעהט מיר אויס אז ס'איז געווען א טעות מעיקרא. ווייל אסאך רעגירונגען זענען פיין און וואויל ווי לאנג זיי פארלייגן זיך נישט אויף א מענטש. די טעסט איז נאך אז זיי פארלייגן זיך אויף איינעם (אדער א קבוצה) און דעמאלץ זעהט מען אלע "חסדים".... מ'זעהט אז טאמער א איד פאלט אריין אין זייערע הענט געבן זיי 103 יאר תפיסה ווי א גלאז וואסער, פאר א צווייטן 850 יאר, אלעס ווייל ער איז חסידיש. זעהט אויס ס'איז בעסער זיך צו האלטן ווייט פון די אלע מלכויות של חסד ירום הודם וה' ישמרנו מהם ומהמונם.
מאנטאג אפריל 07, 2014 7:51 am#195009
שתי תשובות....?! איין גוטע תירוץ איז גענוג.
פארוואס פונקט ביי ענק זענען דא מענטשען מיט וויזע פראבלעמען?
מאנטאג אפריל 07, 2014 10:19 am#195017
"אויף די זעלבע דרך קענען זיי (היל"ת) זיך פארלייגן אויף א מוסד וועגן "טעקס" אישוס און אנהייבן פארהאלטן מלמדים פארן פודסטעמפס, אנעמפלאימענט וכדו'. ״

נאר אזוי געווינסטו די ארגומענט מיסטער @קרני צבי?...