זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:49 am#171293
אמת, בעק אין 1993
כתר מלכותגעהערט אז מען האט ארעסטירט הרב העלבראנץ, קען איינער באשטעטיגען ?
אין 1993 איז געשען אזא זאך וואס דו זאגטס, נישט אין 2013
האסט פארשפעטיגט די נייעס מיט 20 יאר!
כתר מלכותגעהערט אז מען האט ארעסטירט הרב העלבראנץ, קען איינער באשטעטיגען ?
איש עבריאון די פארלאנגסט פון די עולם דא זאל גלייבן אז זי האט אליין געשריבן די בריוו?
משולם טענענבויםזייער וויכטיג: טאמער איינער ווייסט פין פליטים פין לב טהור אין ניו יארק אדער פין מענטשען וואס האבען געהאט עקספיריענס מיט זיי, ביטע מיר ווי שנעלער קאנטאקטען אין אישי, יישר כוח
משולם טענענבויםזייער וויכטיג: טאמער איינער ווייסט פין פליטים פין לב טהור אין ניו יארק אדער פין מענטשען וואס האבען געהאט עקספיריענס מיט זיי, ביטע מיר ווי שנעלער קאנטאקטען אין אישי, יישר כוח
חזקיהו המלךאין אנדערע נייעס האב איך געהערט אז איינער פין זייערע מעמבער'ס האט עפעס ג'גנבעט, אלץ שטראף האט מען עים געצווינגען צי גט'ן זיין ווייב אין נאכדען האבען זיי אים ארויס געווארפען פין די "קהילה", זיין ווייב גייט גיין צי א צווייטע "קהילה מעמבער" ......
קרני צביחזקיהו המלךאין אנדערע נייעס האב איך געהערט אז איינער פין זייערע מעמבער'ס האט עפעס ג'גנבעט, אלץ שטראף האט מען עים געצווינגען צי גט'ן זיין ווייב אין נאכדען האבען זיי אים ארויס געווארפען פין די "קהילה", זיין ווייב גייט גיין צי א צווייטע "קהילה מעמבער" ......
געצווינגען א גט? וואס איז מכח גט מעושה?
דאס איז דאך אסאך הארבער פון גניבה!
איום ונורא!
וואלט איך געגלייבט אלעס וואס מ'זאגט וואלט איך געבליבן אן הערנער...
איך האב מברר געווען אז די מעשה איז כלל נישט געווען אזוי ווי דו לייגסט דאס אראפף. גניבה איז געווען לחוד (דאכט זיך מיר ס'געווען נאר א חשד) און די גט לחוד וועגן שלום בית ענינים, און לפי מיטב ידיעתי האט מען אים בכלל נישט ארויסגעווארפן ער ארבעט פשוט פאר זיין פרנסה און באלאנגט צו די קהילה. נעקסט טיים זיי מברר זאכן פאר דו שרייבסט עורבא פרח.
וואס איז די "אסמכתא" פאר איש עברי אז איך בין אן איזראלי בעל תשובה?
און טאמער יא, איז איש עברי אן אמעריקאנער בעל עבירה? און וועגן דעם איז זיין אוסלייג אין אידיש "מצויין"...?
איחוד פעלדטאמער גייען זיי אין פאסטער קעיר, איז עס ביי אידען אדער גוים?

חזקיהו המלך
זיי ווייסען אליינס נישט וואס זייערע אויגען פארציילען אלץ, אבער ווער ס'קען ליינען, קען זעהן אין די אויגען גרויסע פיין אין לייד, די אויגען פארציילען אלע סודות וואס זיי טארען נישט אויסזאגען,
קרני צבינאר פארן איינציגסטן חטא צו פראבירן האלטן די תורה בדרך הישנה.......און קיינער האט קיין רחמנות,
קרני צביטויש ביטע דיין ניק צו "רבשקה" (זעה מלכים ב' פרק יח).
ארפכשדווי ס'שיינט פון דיינע תגובות דא אין אשכול, זעט אויס אז דו האסט נאנטע מקורות צו דעם ק"ק פליטות הגולה פון די מובחרי בני ישראל אשר לא כרעו לבעל. אפשר גיבסטו דא א שטיקל א באריכט וואס טוט זיך אפ מיט אט די קהלה? וויפול משפחות זענען פארבליבן אין קוועבעק און וויפול האבן נעבעך געמוזט מאכן פליטה קיין אנטעריא? און וואס טוט זיך מטעם דער געריכט? איז טאקע דא ערענסטע האפענונגען צו געווינען אין אפעלאט אדער איז ליידער נישט דא אן אנדערע ברירה ווי מאכן נאכאמאל א ויברח? און וויאזוי נעמט דאס אויף דער רבי?
איחוד פעלדוואס איז פשט אז כלל ישראל לאזט דאס צו?
רשעות האט אויך א שיעור.
כ'זאג נישט, דער העלבראנס אליין איז זיך ווערט אלע צרות, אבער צונעמען די קינדער פין דער עלטערען טאר מען נישט צולאזען.
שאוליאיך מיין אז יעדן טאג וואס די קינדער ליידן פון די ווילדע משוגענע עלטערען איז א רשעות
די עלטערען דארט זענען צורדייט אינגאנצען
פייניגען די קינדער און עביוזען זיי בכל דבר
שאוליאיחוד פעלדוואס איז פשט אז כלל ישראל לאזט דאס צו?
רשעות האט אויך א שיעור.
כ'זאג נישט, דער העלבראנס אליין איז זיך ווערט אלע צרות, אבער צונעמען די קינדער פין דער עלטערען טאר מען נישט צולאזען.
ווער זאגט דיר אז עס איז רשעות? לכמה בגויים תאמין!
איך מיין אז יעדן טאג וואס די קינדער ליידן פון די ווילדע משוגענע עלטערען איז א רשעות
די עלטערען דארט זענען צורדייט אינגאנצען
פייניגען די קינדער און עביוזען זיי בכל דבר...
דבר האמתרויטע וואנצעסהרב העלל-ברענער האט אויך אריינגעצווינגן דעם אלטן ר' מעכעלע פון נתניה מיט א שידוך.... אן איבערעדן א ווארט מיט ר' מעכעלע'ס קינדער צו זי איז גוט פאר אים.
נאט אייך דעם כתב הסכם בין ר' מיכל'ע וזו' וואס איז געשריבן געווארן אין איילעניש... בעצם כתב ידו של הרב העלבראנץ.
קרני דערקענסט דיין כתב?!
מימושhttps://www.youtube.com/watch?v=4QlYKt9qJvo
חזקיהו המלךער רעדט נאר יענעם איין ? אדער ער רעדט זיך אליינס אויך איין ?, ער מאכט זיך אזוי תמימות'דיג...... א בארג פין בלאף,
ער רעדט דארט פין מסירות נפש, כ'ווינדער מיר צי אוועק נעמען די אייגענע זוהן'ס קינדער איז אויך מסירות נפש ????? קען זיין ער טייטשט אויס מסירות נפש אז ער דארף מוסר זיין יענעם'ס נפש ......
דער (פינטעל) אידוועלכע צייטונגען למשל?
טיטאניקבכלל וואלט איך געראטען אלע ניקס דא אריינציגעגעבן א פעטיציע צי די הנהלה אויסצישפארען די ניק "קרני צבי" "פניש" און אלע ניקס פון דעם באנדיט