Under maintenance
הויפט זייט » גיט אפ אייער שטימע: דער נייער מאביל סייט

גיט אפ אייער שטימע: דער נייער מאביל סייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5052
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 5:14 pm#228933
איש עברי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז אזוי שווער צו קוקען אויף מיין פאון אויפ'ן אלגעמיינער אויסשטעל. ביטע ברענג אונז צוריק דער מאבייל אויסשטעל און אין גיכען, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

גם אני מצטרף, לאמיר מאכן א קאאליציע פון חסידים און ליטאים אויף צוריקברענגען די מאביל סייט.
איך פארשטיי אז קאווע שטיבל איז א וואלונטירישע אונטערנעמונג און עס פאסט נישט צו קומען מיט פארלאנגען אבער דאס שרייבן פונעם קלוגן טעלעפאן איז ממש א אפקומעניש פאר מיר.
#bringbackthemobilesite

ATUB @איש עברי ATUB איך זעי אז די האסט געווארט עפעס מער ווי 9 חדשים אז דיין קלוגן טעלעפאן זאל געבוירן ווערן, איז אלעס אקעי?
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 5:28 pm#228939
חבלי לידה
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 9:00 pm#228972
אוצר החכמה האט יעצט געמאכט א מאביל סייט עס איז ממש א מחיה עס ליינט זיך געשמאקער אין עס נעמט שנעלער צי לאודן א פעדז
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:20 pm#232771
מיר האפן בקרוב צו ברענגען א מאביל-פריינטליכע אפציע.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 3:47 pm#232833
פון די וואוט׳ס פונ׳ם עולם צו די הפגנות פון די ליטוואקע׳ס מיט די חסידים, האט מען זיך גארנישט דערשראקען. באה, זה חלי ואשאנו, האט מען זיך בארו׳איגט און ווייטער געלאכט ביים גרויסען קאמפיוטער. די חברה וואס האבען נישט אין שטוב און באהאלטען א קלוגע פאון פאר׳ן הכנות זאלען גייען צו די אלע רוחות.
אבער ווען דער קאנקעראנץ, דער אייביגע שונא, וואס זוכט צוצונעמען ליינער׳ס און שרייבער׳ס פונ׳ם קאווע שטיבל אין היכל התורה אריין, ד.ה. אוצר החכמה האט זיך באוויזען אויפ׳ן קלוגע פאו׳׳ן, איז שוין גאר עפעס אנדעריש. יעצט וועט שוין ק׳׳ש ווייזען את כוחו הגדול, און זיך נישט לאזען פאר די דזשוליקע׳ס פון אוצר החכמה זיגען.
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:38 pm#232844
ליטוואק , די קענסט נישט די היסטערי פון קאווע שטיבעל. אונז האבן געהאט א מאבייל סייט נאך פאר די אלע אנדערע פארום'ס, נאר מ'האט עס אוועקגענימען ווען עס איז געוועהן די קראכענישן יעדע פאר טעג (ווער געדענקט נאך יענע צייטען?)
קיק אויף די פריער'דיגע פעיזש פון דעם אשכול
דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:14 pm#232880
כ׳געדענק יא ווען ס׳איז געווען. מסתמא האט אוצר החכמה גענומען דער עצה פון ק׳׳ש! אבער פאררעכטען נעמט נישט אזוי לאנג. דאס איז נישט פארראכטען, נאר א נייע סיי׳׳ט.
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 4:44 am#250767
איך בין ניי דא און איך האב געוואלט אנפרעגן ביי די "זאכן וואס איך וויל וויסן" אשכול פארוואס אין אזא סוקסעספולע פלאץ זאל נישט זיין די געשמאקע מעגליכקייט פון א מאביל פארום, איך האב געסוירטשט צו מען רעדט שוין דערפון איז דאס ארויפגעקימען, איך וואלט זייער געוואלט וויסן פארוואס עס איז נישט דא אזא זאך? איך וואלט סאך מער געשריבן, עס קימט מיר אהן ביטער שווער צו שרייבן אויף די געווענליכע פארום צוליב וואס איך באנוץ זיך מיט מיין פאון געווענליך צו שרייבן דא, אדער אפשר איז יא דא און איך ווייס נישט דערפון? אויב איינער קען מיך ארויסהעלפן דערמיט וואלט איך אים עפרישיעט צום מאקסימום. בתודה למפרע...
דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 9:32 am#250772
אויף די k9 בראוזער איז עס זייער געשמאק עס שטעלט זיך צו צום סייז פונעם סקרין