Under maintenance
הויפט זייט » גיט אפ אייער שטימע: דער נייער מאביל סייט

גיט אפ אייער שטימע: דער נייער מאביל סייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
59 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5052
זונטאג אקטאבער 27, 2013 1:05 pm#158844
גיט אפ אייער שטימע: דער נייער מאביל סייט
ווי שוין געמאלדן, האבן מיר לעצטנס אינסטאלירט א נייעם מאביל סייט, וואס מ'זעט אויטאמאטיש ווען מען קומט ארויף צו קאווע שטיבל דורך א טעלעפאן. מיר ווילן הערן די מיינונג פון די חברים איבער דעם מאביל סייט וואס איר ווילט ענדערש: אז דער מאביל סייט זאל בלייבן איינגעשטעלט אקוראט ווי עס איז יעצט אן קיין שום שינויים, אדער אז עס זאל אוועקגענומען ווערן. פארשטייט זיך אז מיר זענען אפן פאר די מעגליכקייט צו מאכן שינויים אין דעם מאביל סייט, אבער דערווייל ווילן מיר וויסן אייער מיינונג אויף ווי אזוי עס איז יעצט.

אויב איר שטימט "נעמט עס אוועק", ביטע שרייבן אין די קאמענטארן וואספארא שינויים איר וואלט געוואלט זען כדי עס זאל יא קענען בלייבן. אויב איר שטימט "לאזט עס ווי אזוי עס איז" קענט איר נאך אלץ שרייבן אין די קאמענטארן עצות און הערות ווי אזוי עס צו פארבעסערן.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:03 pm#158851
מיך שטערט נאר אז מען זעיט נישט מי ל'לייק אלי ווער עס האט אלס ג'לייק'ט איך וואלט דעי פיטשער געוואלט, נאר עס איז א מחיה אפילו מיט דו חסרון
זונטאג אקטאבער 27, 2013 2:49 pm#158859
כ'פארשטיי נישט ווער ס'האט עס נישט ליב זאל ניצען די דעסקטאפ ווירשין, וואס עפעס אוועק נעמען ?

אוודאי עס לאזען, אין שכוח פאר די גבאים פארען עס צישטעלען
זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:05 pm#158865
גראדע גלייך איך עס, אבער די סברא אוועקצונעמען פאר די וואס גלייכן עס נישט, איז ווייל עס איז א גאנצע שלעפ צו טוישן צו דעסקטאפ ווערסיע יעדעס מאל .
זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:51 pm#158871
איים סארי אבער די מאביל סייט איז מלא חסרונות כרמון.
א] מען קען נישט זעהן נאר די לעצטע פאר הודעות
ב] עס שטייט נישט ווער סהאט געשריבען דעם אשכול
ג] חתימות איז מען נישט גורס
ד] עס קומט נישט ארויף וויפיל לייקס דער שרייבער האט באקומען
ה] ועוד
זונטאג אקטאבער 27, 2013 3:53 pm#158872
אז איך זאל ליב האבן א מאביל סייט דארף עס זיין אזא געדאנק ווי די בחדרי מאביל סייט, ווי די ווערטער בלייבן ביי די זעלבע סייז, און עס זאל האבן אלע אפשענס פון די דעסקטאפ סייט. געהעריג מישן בלעטער, ליינען נאכנישט געליינטע הודעות וכדו'
זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:02 pm#158905
אדם הראשון האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט ווער ס'האט עס נישט ליב זאל ניצען די דעסקטאפ ווירשין, וואס עפעס אוועק נעמען ?

אוודאי עס לאזען, אין שכוח פאר די גבאים פארען עס צישטעלען
זונטאג אקטאבער 27, 2013 5:16 pm#158909
אדם הראשון האט געשריבן: וואס עפעס אוועק נעמען ?

זעט אויס ענק האבן נישט פארשטאנען. גבאי שני האט ארויסגעברענגט אז מ'גייט עס נישט אוועקנעמען, נאר פאר יעצט געט ער דע 2 אויסוואלן און ווער ס'שטימט פאר ''אוועקנעמען'' זאל שרייבן וואס ער וואלט געוואלט זען געטוישט דארט. ממיליא דע וואס שטימען אז מ'זאל עס לאזן וויאזוי ס'איז מאכן נאר קאליע, ווייל מ'קען עס זיכער פארבעסערן ווי למשל זען ווער סהאט געלייקט און נישט געליינטע הודעות. איך שטמם אויך מ'זאל עס אוועקנעמען און פיקסן דע צוויי אויבענדערמאנטע פיטשורס.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:18 pm#158930
מיין צוויי צענט.
מאכן גרינגער דאס שרייבען אויפן phone.
למשל ווען איך וויל יעצט רעדאגירן דעם הודעה, איז עס זייער שווער מכוון צו זיין צום פלאץ וואס איך וויל צולייגן ווערטער (somehow the cursor doesn't function well)

נאך א הצעה.
אן אפציע צו הערן אן אלערט ווען א הודעה קומט אריין. און קענען בוחר זיין דעם אפציע פאר ספעציפישע אשכולות, ווי אויך פאר די גאנצע סייט. דאס קען שטארק צוברענגען להגדיל הויכוחים ולהאדירה.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 7:44 pm#158938
ישמעאל הכהן האט געשריבן:
אדם הראשון האט געשריבן: וואס עפעס אוועק נעמען ?

זעט אויס ענק האבן נישט פארשטאנען. גבאי שני האט ארויסגעברענגט אז מ'גייט עס נישט אוועקנעמען, נאר פאר יעצט געט ער דע 2 אויסוואלן און ווער ס'שטימט פאר ''אוועקנעמען'' זאל שרייבן וואס ער וואלט געוואלט זען געטוישט דארט. ממיליא דע וואס שטימען אז מ'זאל עס לאזן וויאזוי ס'איז מאכן נאר קאליע, ווייל מ'קען עס זיכער פארבעסערן ווי למשל זען ווער סהאט געלייקט און נישט געליינטע הודעות. איך שטמם אויך מ'זאל עס אוועקנעמען און פיקסן דע צוויי אויבענדערמאנטע פיטשורס.

ניין, נישט דאס איז די כוונה. מיר וועלן נאך אי"ה טוישן און פארבעסערן דעם מאביל סייט, נאר דערווייל ווילן מיר וויסן ווי שטארק דער עולם גלייכט עס אדער האט עס פיינט ווי אזוי עס איז יעצט. זענען די חסרונות יעצט אזוי געפערליך אז ס'איז בעסער אז ס'זאל נישט זיין, אדער זענען די מעלות יעצט גענוג אז אפילו ס'איז נישט פערפעקט זאל עס דאך יא בלייבן.
ווער עס האט נישט פארשטאנען קען טוישן זיין שטימע.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:37 pm#158984
לאמיר זאגן אז רוב שטימען בעד די מאביל סייט, פארוואס זאלן די קעגנער ארויסגיין פארלירער? סאיז נישט אז די בעד'ניקס קענען נישט אנגיין אנדעם, משא"כ אונז נגד'ניקס קענען נישט טאלארירן די מאביל סייט (און מרעד נישט פון איין צוויי מענטשן). ביטע צוריק מאכן דער געהעריגע סייט.
זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:46 pm#158987
ווי מער איך קוק מיך אום פארשטיי איך ווייניגער דער פשט פון דעם טרויעריגען בארימטן מאביל סייט. איינער קען אפשר ערקלערען פארוואס ווען מען קליקט אויף אן אשכול קומט מען אן צו די תגובות??? עס איז פשוט נישט פארהאן קיין אפציע צו ליינען דעם עצם ארטיקל. אוי מה היה לנו...
זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:50 pm#158988
א אפטעמיסט איך ווייס נישט וואס דו רעדסט בעד ניק נגד ניק ביזט סך הכל א נודניק, סטאפ האקן א קאפ
זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:51 pm#158989
נאך א פראגע: וויאזוי גיי איך צו דעם נעקסטן בלאט פון תגובות? עס איז נישט דא קיין מעגליכקייט צו ליינען מער ווי איין בלאט פער אשכול (איינמאל ביסט אינווייניג).
זונטאג אקטאבער 27, 2013 11:55 pm#158990
פרישער האט געשריבן:א אפטעמיסט איך ווייס נישט וואס דו רעדסט בעד ניק נגד ניק ביזט סך הכל א נודניק, סטאפ האקן א קאפ

איך האב דעם דעמאקראטישען רעכט פון רשות הדיבור. געפעלט דיר נישט? האסט א ברירה צו אדאפטירן שאריע געזעצען ביי דיר אין דיינינג רום.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:08 am#158994
מיסטער אפטימיסט שעלט אריין, דערנאך פרעיגט ער שאלות וואס פארן את פתח לו איז נישט איינגעפאלן, און פרעיגט פארוואס ער איז א נודניק, אז דו ווייסט נישט ווי אזוי מען גייט פון איין פעידש צים צווייטן זיי מוחל שטאדיר וועסטע וויסן, איידער דו עפענסט דיין יאפע, מאך דו מינדעסטע ריסערש איידער דו פליקסט אראפ גבאים מיט בזיונות, און דו ווייסט נישט דו בעיסיקס.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:30 am#158995
גערעכט. כהאב נישט גענוג שטאדירט איידערן שרייבן, און איצט זעה איך אז מען קען יא בלעטערן אין אשכולות.
את חטאי אני מזכיר היום.
(אבער די אלע אויבנדערמאנטע פראבלעמען זענען במקומם עומדת).
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 12:36 am#158997
מיין עקספיריענס איז אז דער געהעריגער סייט ארבעט גאנץ פיין אויפ'ן פאון, און ס'נישט קיין גרויסער חילוק דער מאבייל סייט לגבי דעם, נאר דער עיקר פראבלעם איז ביים שרייבען תגובות, וואס דאס איז זייער שווער אויפ'ן נארמאלער סייט, און אויף דעם דארף מען דער עיקר דגש ביים מאבייל סייט, דערווייל איז עס נישט פיל בעסער.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:43 am#159003
לעיקוואד האט געשריבן:מיין עקספיריענס איז אז דער געהעריגער סייט ארבעט גאנץ פיין אויפ'ן פאון, און ס'נישט קיין גרויסער חילוק דער מאבייל סייט לגבי דעם, נאר דער עיקר פראבלעם איז ביים שרייבען תגובות, וואס דאס איז זייער שווער אויפ'ן נארמאלער סייט, און אויף דעם דארף מען דער עיקר דגש ביים מאבייל סייט, דערווייל איז עס נישט פיל בעסער.
ATUB @לעיקוואד ATUB אויף צו ליינען און שרייבן תגובות איז דער opera בראוזער דער בעסטער פון אלע. עס ווערט אזא טעקסט באקס, וואס מ'קען רוקן ארויף און אראפ אזוי ווי אין קאמפיוטער. ממש א מחיה.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:19 pm#159073
איך בעט ברחמים די גבאים צו לאזין די מאביל סייט. זייט מען האט עס אנגעשטעלט בין איך מיך מחיה אויף מיין טעלעפאן. פליז.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:30 pm#159075
און איך בין מיט אפטימיסט. איך האב עס פיינט בתכלית השנאה און כ'קען זיך נישט צוגעוויינען דערצו.
עס איז מעגליך אז ביי איטליכן קלאפט עס אויס אנדערש. אפשר איז כדאי אז יעדער זאל פאוסטן א סקרינשאט פון זיין מאביל פעידזש אין זיין באליבסטן בראוזער, ונראה למי החותמת ולמי הפסולים.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 1:58 pm#159082
איך מיין מען קען מאכן אן אפציע אויפן מאביל סייט צו וועלן דעסקטאפ ווערסיע און נישט אפהאקן דעם סעסיע. וועט יעדער זיין צופרידן דער וואס וויל דעסקטאפ וועט עס איינמאל פאר אלעמאל אנשטעל.

כשמעק ואפטימיסט דערלייד איך נישט דעם נייעם מאביל.
מאנטאג אקטאבער 28, 2013 3:22 pm#159098
פארוואס אבער מוז איך יעדן מאל באזונדער ריקוועסטן דעסקטאפ ווערסיע?
און איך האלט נישט ביים אויסמעקן מיינע טויזענטער קוקיס.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 2:43 pm#159404
איין מעלה זע איך דערין אז עס קומט ארויס אביסל קלארער און מער געאייגנט אויף א מאביל דעווייס, וואס דאס איז דאך די סיבה דערפאר, אבער עס איז אביסל מער קאמפליצירט ווי בעפאר ועוד ובעיקר קען מען די לייקס נישט זען דארט.

דערווייל האלט איך זיך אפ פון שטימען ווייל איך וויל נאך אביסל ארומארבעטן דערמיט.

ביז ווען קען מען מאכן דעם אויסוואל?
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:08 pm#159451
הסקר נגמר בתאריך דינסטאג אקטאבער 29, 2013 1:05 pm
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 4:14 pm#159453
די רעזולטאטן זענען צו נאנט, מ'דארף עס נעמען צום סופרים קארט.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:39 pm#159562
יוא בין איך א נולד מאוחר. כקים צי לויפן מיט איין אטעם אין די בודקע איז פארשפארט.
כשטים אז מזאל לאזן די מאביל סייט, דזשאסט אין קעיס איינער איז נאך און בודקע און הערט מיך.
דינסטאג אקטאבער 29, 2013 11:42 pm#159564
שיק אריין א עבסענטי בעלעט. ביי די דיסעביליטי פראגע שרייב אריין: נולד מאוחר.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:01 am#159612
קען איינע פון די געטרייע גבאים אפדעיטן די עולם וואס מען האט מחליט געוועהן? צענדליגע אנגעווייטאגטע אויפגעברויזטע ניקס ווארטן צו הערן א גוטע בשורה.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:38 am#159633
אוזי אויך צעינליגע פריילע ניקס זענען מוסף אויף תשובה תפילה און צקקה, וואס וועט דא אינזער גורל זיין, מיר האפן אז מען וועט דאס לאזן, און מוסף זיין מעלה על גבה מעלה, מיר זענען וויליג צו ווארטן, מיר טראסטן אז עס וועט בעסער ווערן, לקיים מאמר החכם מעלין בקודש ולא מורידין.
מיר האפן אז אינזערע גבאים וועלן זיך נישט לאזן אינטימידרן פון א מיעט משעלטים
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:45 am#159634
ני פרישער כאניש געוויסט אז ביסטע אנארויני.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:44 pm#159668
מיר האבן דערווייל אראפגענומען דעם אויטאמאטישן מאביל דעטעקשאן, אבער געלאזט דעם מאביל סייט אלס אן אויסלייג אפציע. צו טוישן דעם אויסזען פון קאווע שטיבל צום מאביל סייט אויסזען, קענט איר גייט צו באניצער'ס קאנטראל פאנעל>סיסטעם פרעפערענצן>אויסלייג טעמע און אויסוועלן "מאביל סייט". אויב וועלט איר אויס דעם מאביל סייט אויסלייג אפציע, וועט דער סייט אויסזען אזוי אפילו ווען איר באזוכט פון א קאמפיוטער.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:15 pm#159673
די בעסטע זאך. יעצט קען יעדער מאכען וויזוי מע וויל.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 1:28 pm#159681
סיז שוין גארנישט אזוי גיט ווייל איך וויל אויפן קאמפיוטער דו דעסקטאפ מויד, און אויפן סעלערי דו מאביל סייט, אוי סיז אזוי שווער צו זיין און גלות, אבער עט ליסט מיר האבן געווינען דעים פארמעסט
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:37 pm#159705
זייער גוט ATUB @java ATUB
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 2:43 pm#159710
ATUB @java ATUB

וויזוי דריי איך עס צוריק צו די דעסקטאפ אויסשטעל,
אויף די מאבייל אויסשטעל קען מען עפעס נישט צוקימען צו די סיסטעם פרעפרענצן
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:18 pm#159725
גבאי שני האט געשריבן:ווי שוין געמאלדן, האבן מיר לעצטנס אינסטאלירט א נייעם מאביל סייט, וואס מ'זעט אויטאמאטיש ווען מען קומט ארויף צו קאווע שטיבל דורך א טעלעפאן. מיר ווילן הערן די מיינונג פון די חברים איבער דעם מאביל סייט וואס איר ווילט ענדערש: אז דער מאביל סייט זאל בלייבן איינגעשטעלט אקוראט ווי עס איז יעצט אן קיין שום שינויים, אדער אז עס זאל אוועקגענומען ווערן. פארשטייט זיך אז מיר זענען אפן פאר די מעגליכקייט צו מאכן שינויים אין דעם מאביל סייט, אבער דערווייל ווילן מיר וויסן אייער מיינונג אויף ווי אזוי עס איז יעצט.

אויב איר שטימט "נעמט עס אוועק", ביטע שרייבן אין די קאמענטארן וואספארא שינויים איר וואלט געוואלט זען כדי עס זאל יא קענען בלייבן. אויב איר שטימט "לאזט עס ווי אזוי עס איז" קענט איר נאך אלץ שרייבן אין די קאמענטארן עצות און הערות ווי אזוי עס צו פארבעסערן.

is it still on with your phone I'm looking for it then I think its off
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 3:35 pm#159729
ב"ה ס'צוריקגעטוישט צו נארמאל, איך האב קוים געקענט קוקן אויף די מאביל ווערסיע, נאכדערצו אויף אפרע מיני, עס איז געווען א פולקאמער חורבן.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 4:58 pm#159751
what happened with the Mobil site
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:49 pm#159766
די רבנים און די סיסטעם זענען שילדיג פאר די דורכפאל.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:32 pm#159774
מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ. איך גיי מאכן א ברכת הגומל אז השי"ת האט זיך מרחם געוועהן און אריינגעגעבן פארשטאנד אין די אויגן פון די חשובע גבאים צו צוריקשטעלן דעם אלטען געהעריגע סייט. איך האב שיעור געכאפט א הארץ אטאקע ביים זעהן די גוטע נייעס.
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:37 pm#159775
כ'האב נישט דורכגעליינט דעם גאנצען אשכול, אבער איין זאך יא, אלטע סייט, נייע סייט, מען דארף ערפינדען א לעזונג וויאזוי גרינגער מאכן דאס שרייבען אויפ'ן פאון, סאיז א אפקומעניש יעדע תגובה, ובפרט ווען איך וויל ציטירען יענמ'ס ווערטער, ווי נאר איך ריר צו די באקס פון די טעקסט שפרינגט דאס צוריק ארויף, און נאך אזאנע שוועריקייטן,
מיטוואך אקטאבער 30, 2013 6:42 pm#159777
איך האט נישט אנגעיאגט צו קענען וועהלן. אבער איך פארשטיי נישט.
אויב האט עמיצער געהאט א פאון, איז נישט מעגליך געווען צו לייענען נאר מיט'ן מאביל ווערסיע?
אויב יא פארשטיי איך די מהפיכה.
אבער אויב נישט, דאן פארוואס נישט געבן די אנדערע א באקוועמערע אלטערנאטיווע?
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 1:56 pm#159909
Please leave the option to switch to mobile style
דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 2:00 pm#159910
Please leave the option to switch to mobile style when using from phone
מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:26 pm#172425
צוליב די לעצטיגע קראכן, האבן מיר דערווייל געמוזט אוועקנעמען די מאביל-סייט אפציע. מיט אנטשולדיגונג.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2014 8:26 pm#175158
ס'איז אזוי שווער צו קוקען אויף מיין פאון אויפ'ן אלגעמיינער אויסשטעל. ביטע ברענג אונז צוריק דער מאבייל אויסשטעל און אין גיכען, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 10:37 am#228882
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז אזוי שווער צו קוקען אויף מיין פאון אויפ'ן אלגעמיינער אויסשטעל. ביטע ברענג אונז צוריק דער מאבייל אויסשטעל און אין גיכען, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

גם אני מצטרף, לאמיר מאכן א קאאליציע פון חסידים און ליטאים אויף צוריקברענגען די מאביל סייט.
איך פארשטיי אז קאווע שטיבל איז א וואלונטירישע אונטערנעמונג און עס פאסט נישט צו קומען מיט פארלאנגען אבער דאס שרייבן פונעם קלוגן טעלעפאן איז ממש א אפקומעניש פאר מיר.
#bringbackthemobilesite
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:05 am#228884
ATUB @Java ATUB
ATUB @admin ATUB
דינסטאג אקטאבער 14, 2014 11:49 am#228892
איש עברי האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז אזוי שווער צו קוקען אויף מיין פאון אויפ'ן אלגעמיינער אויסשטעל. ביטע ברענג אונז צוריק דער מאבייל אויסשטעל און אין גיכען, ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.

גם אני מצטרף, לאמיר מאכן א קאאליציע פון חסידים און ליטאים אויף צוריקברענגען די מאביל סייט.
איך פארשטיי אז קאווע שטיבל איז א וואלונטירישע אונטערנעמונג און עס פאסט נישט צו קומען מיט פארלאנגען אבער דאס שרייבן פונעם קלוגן טעלעפאן איז ממש א אפקומעניש פאר מיר.
#bringbackthemobilesite

אפשר קען מען מאכען א הפגנה מיט די מחרימים און די מוחרמים ביחד. פראטעסטע"ן נעמען אראפ חרון אף, ניין?