פארומס › קאווע שטיבל • אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

קאווע שטיבל • אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

607 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:29 pm#411620
יעקב מענטש האט געשריבן:ווי באקאנט איז דער ניגון וואס איז פארשפרייט אויף י-ה אכסוף נישט די ארגינעלע ניגון וואס רבי אהרון הגדול האט געזינגען.

האט איינער דעם ארגינעלען?

דו ווייסט אז ס'קומט מיט עפעס א ספעציעלע ניגון? אין קארלין זענען דא צענדליגער ניגונים אויף קה אכסוף. די ניגון וואס אסאך מענטשן זינגען איז אויך פון קארלין, אבער מ'זינגט עס נישט אויף קה אכסוף.
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 3:32 pm#411621
אין קארלין זינגט-מען דעם ניגון אויף 'על-הכל' יאהר-צייט טיש'ן וכדו'
דינסטאג אוגוסט 21, 2018 5:38 pm#411625
בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 1:20 am#411655
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.
ווער האט גענומען פון וועם ?
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 7:31 am#411662
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.

בוקר-בא:
דא האט איהר ווי די לצים פון הגשש החיור מאכן א צוזאם-זונג (מקהלה) און מכלומר'שטע קאנדאקטאר וכו'
#אזהרה_שירת_נשים
אודה-לקל:
און דא פון ליובאוויטשפעדיע, מיט וועטער אויף יידיש אויכעט.
און דא איז מעהר מיט א בראסלעווע קרעכץ.

קיין ויז'ניצע ניגון איז דאס ניט, ס'איז א וועלט'ס ניגון, קען זיין אז אין ויז'ניץ זינגט מען דאס אויכעט.
אבער ווי ס'זעהט אויס איז דער 'אודה-לקל' עלטער ווי דעם 'בוקר,בוקר-בא'.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 4:03 pm#411687
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.

l viewtopic.php?p=291988#p291988 l
ATUB @נקודת-אמת ATUB איר מישט אויס צוויי ניגונים (אדער גאר דריי, די ברסלב'ע איז ווארשיינליך א דריטע ניגון).
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:02 pm#411697
נקודת-אמת האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בוקר בא לעבודה, אין וויזניץ זינגט מען עס אויף 'אודה לקל'.

בוקר-בא:
דא האט איהר ווי די לצים פון הגשש החיור מאכן א צוזאם-זונג (מקהלה) און מכלומר'שטע קאנדאקטאר וכו'
#אזהרה_שירת_נשים
אודה-לקל:
און דא פון ליובאוויטשפעדיע, מיט וועטער אויף יידיש אויכעט.
און דא איז מעהר מיט א בראסלעווע קרעכץ.

קיין ויז'ניצע ניגון איז דאס ניט, ס'איז א וועלט'ס ניגון, קען זיין אז אין ויז'ניץ זינגט מען דאס אויכעט.
אבער ווי ס'זעהט אויס איז דער 'אודה-לקל' עלטער ווי דעם 'בוקר,בוקר-בא'.

יוטיוב איז מיר פארשלאסן, אבער זמרשת קען איך יא עפענען.
די ניגון איז געוויס נישט פון קיין גוי'אישע מקור, נאר פארקערט. די חלוצי הציונים האבן גענומען באקאנטע ניגונים און דאס גענוצט מיט נייע ווערטער (וכפי שעשו בניגון הק' התקוה, ובניגון שמחה הידוע בשם 'שלום עליכם', ועוד).
די אודה לקל מיט די אידישע גראמען איז פארפאסט געווארן דורכן מנגן ומלחין בעפארן קריג, קלאגסבאלד, כ'מיין אז ער האט געהייסן ר' אלחנן קלאגסבאלד, און ס'דא פון אים איינקליך באבעווע חסידים. ער איז גע'הרג'ט געווארן ביים קריג.
מיטוואך אוגוסט 22, 2018 8:07 pm#411698
ארי נוהם האט געשריבן:די חלוצי הציונים האבן גענומען באקאנטע ניגונים און דאס גענוצט מיט נייע ווערטער (וכפי שעשו בניגון הק' התקוה, ובניגון שמחה הידוע בשם 'שלום עליכם', ועוד).

התקוה איז אן אלטע ראמענישע פאלקס ליד, ס'הייסט carul cu boi.

פון וועלכע שלום עליכם רעדסטו?
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 1:53 am#411715
הבאנו שלום עליכם.

אין מאדזיץ איז מקובל אז ר' שאול ידידי' האט געמאכט דעם טאן פון התקוה. ווייס'ך נישט ווער ס'איז גערעכט.
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 2:57 am#411721
ארי נוהם: אזוי האביך אויך געהערט. נאכמער. מ'האט געשמועסט אז די ניגון פון התקווה איז געווען א גערער ניגון אויף שיר המעלות בשוב ה' את ציון היינו כחולמים...!
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 3:30 pm#411739
אויף די חגי חודש אייר זינגט מען עס נאך מעריב אויף שיר המעלות בשוב ה'.

w www.youtube.com/watch?v=msO7g-rrDWY w
דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 8:05 pm#411753
.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:26 pm#412640
איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר די ניגון, מ'דארף עס אריינברענגען ביי אונזער עולם.
דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 9:28 pm#412641
איינער דא קען די ניגון? איך קען נישט כאפן וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:15 am#412664
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך ווער משוגע פאר די ניגון, מ'דארף עס אריינברענגען ביי אונזער עולם.


גוט פאר א שנעלע מנוחה ושמחה...

ס'איז יוניק, ווייל אנדערש ווי אלע אנדערע ניגונים וואס א יעדען טויש פון א נייע פאל איז א אינגאנצען אן אנדערע שטיקעל, חוץ פון אביסעל ענליכקייטען דא דארט, דא, איז א יעדע חלק די זעלב, נאר ס'הייבט זיך מיט א משהו, און א יעדע פאל איז אן עירוב מיט די פריערדיגען.
פרייטאג סעפטעמבער 07, 2018 2:23 am#412665
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער דא קען די ניגון? איך קען נישט כאפן וואו ס'הייבט זיך אן און וואו ס'ענדיגט זיך.


וואס איז די קאמפליקאציע? זעט אויס ווי א פשוט'ער ניגון פון צוויי פעלער וואס גייט איבער און איבער, נאר די שיינקייט איז אז א יעדעס מאל גייט עס אביסעל שנעלער און שנעלער, עפעס אזוי ווי האפ קאזאק.
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 10:58 am#416414
די אריגינעלע רוסישע ווערסיע פון Boris Fomin און Konstantin Podrevsky רעקארדירט אין 1925 און 1926.

די ענלישע ווערסיע פון Gene Raskin געזונגען דורך Mary Hopkins רעקארדירט אין 1968.

און היינט צוטאגס אין רוסלאנד זינגט מען שוין נאך די ענגלישע ווערסיע.
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 11:47 am#416415
דורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אוגוסט 21, 2018 10:51 am
צלפחד האט געשריבן:
די רוח איז נישט ממש ווי אין וויזניץ...

https://youtu.be/OceaHqks3HA

בנוסח אחרת אן קול אשה.

די ניגון אזויווי מ'זינגט עס אין וויזניץ.

די דריטע צו די לעצטע ניגון, 19-ניגון עתיק-ויזניץ



ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 12:42 pm#416419
צפור בודד האט געשריבן:ימחול לי רבינו אבער איך זע נישט דער ענליכקייט.

אפשר איז דאס בעסער? אין וויזניץ פאנגט מען אן מיט די צווייטע פאל.
זונטאג נאוועמבער 11, 2018 12:43 pm#416420
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:Those were the days

אריגינעלע רוסישע ווערסיע

ביידע ווערסיעס פון ניגון זענען הערליך שיין. די וואונדער איז ביי די רוסישע פארט. ווי די גאנצע ארקעסטרא שפיעלט מיט אזא הארמאניע...! די רוסן קענען...!
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 5:09 pm#417180
זעהצעך אויס אז דער פאסטוך האט עס נישט אינגאנצן פארגעסן...

m https://youtu.be/84UuXEoZ7Zo m
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 5:39 pm#417181
נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
m http://romanoglaszo.hu/rolunk/ m
נוץ גוגל טרענסלעיט
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 6:50 pm#417183
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/
נוץ גוגל טרענסלעיט

אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.

תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
m https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU m
דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2018 10:09 pm#417194
נאך א חילוק: ביי אונז שאקלען זיך די חסידים, ביי זיי די חסידיסטעס.
דינסטאג אפריל 02, 2019 12:52 am#427566


אינטערסאנט, ס'דא א לאנגע היסטארישע דעסקריפשאן, און גארנישט וועגען נגינה ארקעסטרע....
דינסטאג אפריל 02, 2019 3:11 am#427568
כ'געדענק ווי דער שפילער פלעגט זיך אונטערלאכן ווען עפעס א רעבעזעכוסויגןעלינו איד פלעגט אים דערמאנען, 'העי, האסט נישט געמאכט די הקדמה. מאך עס!'

'יא? האסט עס ליב די אינטרוי? ס'איז שיין איא? וויאזוי גלייכסט עס, אזוי?' :lol:
מוצ"ש אפריל 13, 2019 11:50 pm#428427
דאסמאל א פארקערטע מעשה, א אידיש-ציגיינעריש ליד ווערט מגולגל אין איטאליעניש און נאכהער אין נאך פילע שפראכן איבער די גאנצע וועלט.

הגם איך זעה בכלל נישט די דמיון, אבער פאר דעם חכם האט זיך יא עפעס געדמיונט א דמיון, א הוה אמינא פון א גמרא איז אויך עפעס.
זונטאג אפריל 14, 2019 5:29 am#428452
רביה"ק זי"ע: דער ניגון רירט אן די סטרונעס פון די נשמה. סיי ביי אידן און סיי ביי גויים...! ס'איז נישט אדער, אדער...!
זונטאג אפריל 14, 2019 6:45 pm#428498
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאסמאל א פארקערטע מעשה, א אידיש-ציגיינעריש ליד ווערט מגולגל אין איטאליעניש און נאכהער אין נאך פילע שפראכן איבער די גאנצע וועלט.

הגם איך זעה בכלל נישט די דמיון, אבער פאר דעם חכם האט זיך יא עפעס געדמיונט א דמיון, א הוה אמינא פון א גמרא איז אויך עפעס.


בלויז ממש די ערשטע תנועה איז ענליך צו די ערשטע תנועה פון בעילא טשאו. נישט דער שרייבער מאכט די צושטעל. ער שרייבט די פראטעסטירער האבן אנגעגעבן די מקור.

די קלעזמער ניגון איז זייער באקאנט. כ'האב עס געהערט שפילן ביי היימישע שמחות.

די בעילא טשאו איז ווייטער באקאנט געווארן דורך א פאפולערער דעינישער די זשעי, וועלכער האט עס פארהיינטיגט ביי א פעסטיוואל. נאכדעם האבן עס היימישע מוזיקאנטן מעלה געווען. נאכדעם האבן שעפערישע בחורים עס נאכגעזינגן ביי א חתונה אונטערן נאמען "ארויס פון בבל", ע"ש די געשריי אין גוואטאמאלא.
מיטוואך אפריל 17, 2019 12:47 am#428668
דָּוִד האט געשריבן:רבי נחמן נחמן מאומן the popular song
comes from a Romanian song called numa numa (just google it) which apparently was inspired by someone who felt numa numa sounded like uman uman


נאך א רבי נחמן
m https://youtu.be/Rfr9bhSmfXc m
דאנערשטאג אפריל 18, 2019 10:49 pm#428791
The homesickness march

ויקרא שמו בישראל 'מארש מנוחה ושמחה'

ווי האט נאר ר' יוחנן סטאלינער געזאגט: "אלע אונזערע ניגונים האבן א מקור אין קדושה..." ומי יעמוד בסוד קדושים...
דינסטאג מאי 14, 2019 4:14 pm#430469
m https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls m

דערמאנט מיר גאר שטארק עפעס
דינסטאג מאי 14, 2019 6:00 pm#430474
זאפטיג האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls

דערמאנט מיר גאר שטארק עפעס


You Kidding?
דינסטאג מאי 14, 2019 7:16 pm#430480
ווי פונקטליך קומט דאס אהער?
דינסטאג מאי 14, 2019 7:19 pm#430482
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווי פונקטליך קומט דאס אהער?


אפשר מיינט ער צו זאגען, אז דוד המלך האט גענומען די הללויה'ס פון לענארד כהן...
דינסטאג מאי 14, 2019 11:55 pm#430499
אדער ווי יענער עם הארץ האט געזאגט..." א גרויסע קונץ דוד המלך האט געמאכט תהילים. א העלפט האט ער געגנב'ט פון סידור"...לאל
מיטוואך מאי 15, 2019 7:14 am#430511
berlbalaguleh האט געשריבן:אדער ווי יענער עם הארץ האט געזאגט..." א גרויסע קונץ דוד המלך האט געמאכט תהילים. א העלפט האט ער געגנב'ט פון סידור"...לאל


און די אנדערע העלפט פון hasidic זינגערס...
מיטוואך מאי 15, 2019 7:27 am#430512
איך ווייס שוין
דאס שיינע שטיקל m https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls m

איז געווארן אן ערנסטע חופה ניגון

m https://www.youtube.com/watch?v=haCvrUf8oYc m
מיטוואך מאי 15, 2019 8:36 am#430521
איך ווייס נישט צו דאס קומט אריין אהער, די נאציאנאלע הימנעס פון די UK און פון ליכטענשטיין, און די קעניכליכע הימנע פון נארוועגיע, זענען די זעלבע מעלאדיע.
מיטוואך מאי 15, 2019 9:47 am#430527
זאפטיג האט געשריבן:איך ווייס שוין
דאס שיינע שטיקל https://www.youtube.com/watch?v=9ZKNVirQ3Ls

איז געווארן אן ערנסטע חופה ניגון

https://www.youtube.com/watch?v=haCvrUf8oYc


לענארד כהן שיקט א דאנק פאר פרייליך בענד און משוררים
מיטוואך מאי 15, 2019 12:59 pm#430546
ביבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/
נוץ גוגל טרענסלעיט

אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.

תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
m https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU m [/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!
מיטוואך מאי 15, 2019 1:18 pm#430547
ביבער:כ'האב יעצט געהערט די זינגערין וואס דו ברענגסט אין לינק. זי זינגט עס גוט. אבער די מערסטע נישט אידישע. און אפילו אידישע זינגערינס וועלכע ווייסן נישט וואס די ליריקס מיינען, זינגען עס פעלער'דיג. כמו שאמרתי למעלה...!
דינסטאג מאי 21, 2019 3:48 pm#430856
ביבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/
נוץ גוגל טרענסלעיט

אויב אלס אידיש ניגון וואלט עס געדארפט האבן יבנה המקדש אין די ליריקס.

תיקון: מעגליך ביסט יא גערעכט, איך זעה טאקע אז די זעלבע קווייער מיט 3 יאר צוריק האט יא געזונגען יבנה המקדש.
https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU

m https://mida-muzikali.site123.me/%D7%91 ... 7%99%D7%91 m
דינסטאג מאי 21, 2019 5:17 pm#430857
berlbalaguleh האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/
נוץ גוגל טרענסלעיט


https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!


יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)
דינסטאג מאי 21, 2019 10:08 pm#430865
זאפטיג: ווייל זיי ליינען פון א סקריפט. כמו שאמרתי. אז זיי פארשטייען נישט די ווערטער. משא"כ א יוד וועלכער פארשטייט אויכעט אונגאריש, ליינט עס ריכטיג. דער קאליווער רבי זצ"ל האט עס נאך געזינגען די בעסטע פון א יעדעם...!
פרייטאג מאי 24, 2019 4:16 pm#431014
בינעך געווען ביי א חתונה, און דער זיידע האט געטאנצען מצוה טאנץ אויפ'ן ניגון פון jingle bells !!!!!
צו מיין פארוואונדערינג האבן מיר די אייניקלעך געזאגט אז דער ניגון שטאמט נאך פון דערהיים און מען פלעגט נוצן דעם ניגון אויף "קדיש תתקבל" ראש השנה ביים דאווענען...

האט איינער מער אימפארמאציע דערפון
איך בין זייער נייגעריג ווי איז די מקור פון דעם ניגון ?

טענקס אין עדווענס
פרייטאג מאי 24, 2019 4:51 pm#431015
גראדע די ניגון האט בעצם גארנישט קיין שייכות צום חג המולד, די ווערטער זענען איבער די גלעקלעך פונעם שליטן און ווי געשמאק ס'איז צו גליטשן אויפ'ן שניי, נאר וויבאלד קראצמאך געפאלט אויס אינעם ווינטער איז עס געווארן א קראצמאך ניגון, אזויווי נאך אסאך ווינטער ניגונים.

איך געדענק נאך ווען אלץ קינד ווען אונזער קיבאורד-פיאנא האט געהאט דעם ניגון, האב איך שוין דעמאלטס געטראכט אז ס'וואלט געפאסט פאר א חסידישע ניגון, ס'האט אזעלכע הימלישע טענער גראד פון גן עדן ארויס, איך בין זיכער אז די מלאכים זינגען די ניגון דארט אויבן.
פרייטאג מאי 24, 2019 7:51 pm#431024
רביה"ק זי"ע: א יעדעס יאר ווען מיינע אייניקלעך זינגען ..."מעוז צור"...האביך עפעס א געפיהל אז דער ניגון האט א קריסטליכע אפשטאם. אפילו די ליריקס האבן אויכעט א גוי'אישן אפקלאנג...! ואין בודקין מן המזבח ולמעלה...!
פרייטאג מאי 24, 2019 7:56 pm#431025
זאפטיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:נישט מוכרח... די קווייער זאגט אויף זייער וועבזייטל אז זיי זינגען אויך אידישע ניגונים
http://romanoglaszo.hu/rolunk/
נוץ גוגל טרענסלעיט


https://www.youtube.com/watch?v=IevXbiQNGmU[/quote
ביבער: אבער די מערסטע זינגער(ינס). (אן אנדערע גרופ) וועלכע זינגען סאול א קאקאש. און זיי זינגען ..."יבנה המקדש...עיר ציון תמלא..." זינגען א טייל פון די ליריקס פעלערדיג. ביי יבנה המקדש, עיר ציון תמלא. זאגן זיי ..."יבנה המקדשי"...! מעגליך ווייל אויף אונגאריש איז דאס א טייל פון א סענטענס. א פאזעססיוו...!


יבנה המקדשעיר ציון תמלי (הבהרה הונגרית של תמלא)

זאפטיג: נישט ריכטיג. די הברה הונגרית פון תמלא (איי) איז ..."טעמא-לעיי". נאר זי איז שטארק מדגיש דעם צעי-רעי. אזוי ווי אלע אונגארישע...! אבער זי זאגט נישט טע-מא-לי...!