Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » קאווע שטיבל • אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

קאווע שטיבל • אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
175 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 655 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #52
דאנערשטאג מערץ 01, 2012 11:34 pm#254
אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
חייב איניש לבסומי, לבסומי בפורי

לעבעדיג הייבט אייך....

ווארענונג: עס זענען דא נשים אויף דעם קליפ.

m http://www.youtube.com/watch?desktop_ur ... sFLY&gl=US m

ווער האט גענומען דעם ניגון פון וועם???
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:41 am#256
Re: אידישע קליפס
חייב אינשי לבסומי.... גוט! וויאזוי האסטו עס אנטדעקט? [איך דארף צו לייגן אן אזהרה אז מען קען אויך הערן פרויען זינגען בתרי קלי דלא משתעי ועיין כאן בנושא)
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:54 am#258
Re: אידישע קליפס
אנטדעקט?

ווען די "מחברים"... פון פילע ניגונים וואלטן געוואוסט פון "יוטוב" און אז היינט איז שוין דא די טעכנאלאגיע פון זינגען א ניגון און עס זאל אפירקומען איבעראל ווי דער ניגון שפילט, וואלטן זיי מער אכטונג געגעבן.

איינע פון די באוואוסטע איז יוסי גרין'ס "יידען יידען" וואס איז אריגינעל א דייטשער ניגון. (אגב, איך האב נישט מב"ד טעיפ ביי דער האנט. אבער קען זיין אז ער האט אפי' נישט אנגעגעבן אז ס'איז יוסי'ס קאמפאזיציע, היות אויף פילע אנדערע פון זיינע אמאליגע טעיפס האט ער נישט קלאר געשריבן ווער האט מחבר געווען וואס)

א חבר מיינער וואס איז גרויס אין די מוזיק ליין און א גוטער ידיד מיט יוסי'ן האט מיר אמאל אין א שמועס אוועקגעמאכט דאס אז יוסי האט גענומען דעם ניגון און עס ארויפגעלייגט אויף אידישע ווערטער, זאגנדיג אז ביי די וועלט איז דאס א נארמאלע זאך. איז עס טאקע אזוי??
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:12 am#259
Re: אידישע קליפס
ניין, ביי די וועלט איז עס נישט אזוי. אין פאקט, הייסט דאס פלאגיאריזם, און אויב איז נאך דא אויף דעם קאפירייט רעכטן קען עס אים טייער קאסטן. די באקאנט ניגונ'דל פון "העפּי בורטדעי" באלאנגט פאר וווירנער בראדערס און זיי שארן מעלאנעס יעדעס יאר פון מענטשן וואס זינגן דעם ניגון אין פובליק.

וועלכע טעכנעלאגיע קען מען נוצן צו זוכן א מעלאדיע?
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:24 am#261
Re: אידישע קליפס
אויף מיין ענדרויד סעלפאון און אויך אויפן אייפאון איז דא אן עפפ וואס אויב שטעלסט עס צו צום ראדיא ווען עס זינגט סיי וועלכע ניגון, וועט עס אין געציילטע סעקונדען ארויפברענגען דעם ניגון מיט דער וואס זינגט עס. איך האב עס אויספרובירט און עס ארבעט וואונדערליך. אויך קען מען אונטערברימען א ניגון און עס וועט טאן די זעלבע, אבער דאס האב איך נאכנישט געטון, פשוט ווייל איך בין נישט אזוי באקאנט אין גויאישע ניגונים... אידישע קען ער נאכנישט...
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:28 pm#276
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
מי-שע, מי-שע, משנכנס אדר...
m http://www.youtube.com/watch?v=7Y7CGKZO ... r_embedded m
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:37 pm#277
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
אידן, אידן, קומט אהיים... (מרדכי ווערדיגער)
m http://www.youtube.com/watch?v=7i9ozy73 ... re=related m
(פרויען)
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:44 pm#279
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
אשר בַּרַא... (פיאמענטא)
m http://www.youtube.com/watch?v=MeG-hNXXy6I m
פרייטאג מערץ 02, 2012 12:46 pm#280
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
אבי מ'לעבט... (ליפא שמעלצער)
m http://www.youtube.com/watch?v=oUMwu_gXK7Q m
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:03 pm#282
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:14 pm#283
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
דער גענעראל (יום-טוב עהרליך)
m http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... mVKv9xQyrg m
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:17 pm#284
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
כל נדרי (יום-טוב עהרליך)
m http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... SpNZ_myN_M m
פרייטאג מערץ 02, 2012 1:49 pm#288
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
מעוז צור (ערשטער חלק)
m http://www.youtube.com/watch?v=n6anvv85OEg m
פרייטאג מערץ 02, 2012 2:54 pm#296
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
:like
:like
:like
מאנטאג מערץ 05, 2012 12:58 am#498
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
שרעקעדיג!!!!
איך ווייס שוין נישט וואס צוטראכטן. באלד גייט מען טרעפען די זעקסטע הקפה ניגון אז עס שטאמט פון עפעס ווייסעך וואס שווארצע יאהר.......
מאנטאג מערץ 05, 2012 1:16 am#502
Re: אריגינעלער מקור פון פארשפרייטע אידישע ניגונים
יאנקל האט געשריבן:האָפּ קאָזאַק
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 2mkzwIr6HU

נישט דער זעלבער, האט אפשר ענליכקייט.
מאנטאג מערץ 05, 2012 4:54 pm#534
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
עד דלא ידע (נשים!)
m http://www.youtube.com/watch?v=MtfJgo7sFLY m
מאנטאג מערץ 05, 2012 4:59 pm#536
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
גדעון האט געשריבן:עד דלא ידע (נשים!)
http://www.youtube.com/watch?v=MtfJgo7sFLY

דאס איז די ערשטע קליפ פון די אשכול.
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:04 pm#818
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
לא יפה שאתה מעתיק בלי ליתן קרדיט המקור לכל השירים שהובאו באשכול זה בלוג עונ"ש
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:29 pm#820
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
מוטי האט געשריבן:לא יפה שאתה מעתיק בלי ליתן קרדיט המקור לכל השירים שהובאו באשכול זה בלוג עונ"ש

ממש אלעס האט מען גענומען פון דארט?!...

ישר כח פארן לינק! :)
מיטוואך מערץ 07, 2012 12:37 pm#823
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
אויף טוויטער זאגט מיר איינער אז דער עד דלא ידע ניגון איז בכלל נישט קיין גע'גנב'עטע ניגון, און ער האט גערעדט צום ראמענישער גוי וואס מ'זעט אויף די יו-טוב קליפ וואס אך שמח האט צוגעברענגט (דורך פעיסבוק), און יענער זאגט אים עפעס אז זיי (די עד דלא ידע ניגון מיט זיין ניגון) זענען ביידע אויפגעקומען דערמיט אויף איינמאל. עפעס שמעקט נישט גוט דא...
דאנערשטאג מערץ 08, 2012 2:45 am#892
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
מוטי האט געשריבן:לא יפה שאתה מעתיק בלי ליתן קרדיט המקור לכל השירים שהובאו באשכול זה בלוג עונ"ש

ריכטיג. רוב מקורות קומען פון אספ׳ן, און איך האב געזאלט דאס צוצייכנען. אגב, מעוז צור האב איך אליין געטראפן.
זונטאג מערץ 11, 2012 1:46 am#972
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
איך וויל נישט מיט אסף'ן האבן א ויכוח צו ער האט דאס פריער ארויף געשטעלט אדער נישט, אבער זיין טענה פון "חייב איניש לבסומי" ברענגט אסף דא http://onegshabbat.blogspot.com/2012/03/blog-post_07.html נאר מארס דעם זיבעטן בשעה וואס דא http://onthisandonthat.blogspot.com/2012/03/and-here-i-thought-origins-of-popular.html ברענגט "על דא ועל הא" דאס שוין מארס דעם פערדן.
זונטאג מערץ 11, 2012 1:52 am#976
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
נים ולא נים האבעך געשריבן דעם פריערדיקן תגובה... צוויי זאכן. ערשטנס באמערק איך אז דער פותח האשכול האט שוין אויף'ן ערשטן מארס געפאוסט בנוגע "חייב איניש לבסומי", נאך פאר "על דא ועל הא". צווייטנס, אסף אליין באדאנקט "על דא ועל הא" פאר די מקור.
זונטאג מערץ 11, 2012 2:07 pm#1047
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
ווער וויסט, אשפר האט דאס על הא ועל דא גענומען פון דא... גרויסער חכם, דאקומענטירט פלאגיאריזם בעת ער אליין איז עוסק דערין...
דאנערשטאג יאנואר 21, 2016 3:44 am#318344
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
יואליש האט געשריבן:די ניגון איז מיר באקאנט פון די ישיבה יארן ווי בדחנים פלעגן בדחן'ען דערויף. ס'שיינט צו זיין א פאפולערע אידישע קאמוניסטישע ניגון פון די 1930ס. אויף גוגעל האב איך געזעהן אז ס'איז געווען פאפולער צו זינגן ביי די ענדע פון פארברענגן, צו אלס סאלידאריטעט צו קאמוניזים אדער גאר אלס - אידישע - פעראדיע דערפון.

...אונזער ליבער חבר סטאלין איי איי איי איי...

...פאר אקטאבאר'ס רעוועלוציע איי איי איי איי, פארן סטאלין'ס קאנסטיטוציע איי איי איי איי....


מיר ליגט אין קאפ פון אלס קינד ליריקס אויף דעם ניגון, די גאנצע סאטמארע אידילאגע (שיטה בלע"ז) אין פיר שורות

די רבי איז געפארן קיין בעל הארבער איי איי איי איי
מען טאר נישט קוקן אויף קיין ווייבער איי איי איי איי
ציונים שלאגן זיך מיט די אראבער איי איי איי איי
איך האב א כאווער, ליפא בראווער איי איי איי איי
דינסטאג פעברואר 09, 2016 11:42 am#320803
ה' מלך אויף אראביש
m https://www.facebook.com/danceandmuzik/ ... 946682767/ m
דינסטאג פעברואר 09, 2016 11:56 am#320806
נאך א היימיש ניגון
m https://www.facebook.com/vioLinz/videos ... 796458968/ m
דינסטאג פעברואר 09, 2016 8:27 pm#320865
מענטשאלע האט געשריבן:נאך א היימיש ניגון
https://www.facebook.com/vioLinz/videos ... 796458968/


אביסל היסטאריע אויף דעם זמר
m https://en.wikipedia.org/wiki/Misirlou m
זונטאג אפריל 10, 2016 2:22 am#328484
שוין נאך חודש אדר, אבער ס'איז כדאי צו ווייסן דעם מקור.
m https://www.youtube.com/watch?v=3iGJq0O ... ata_player m
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 12:33 pm#349881
צלפחד האט געשריבן:דאס בלעטעלע - יו"ט עהרליך




די ניגון איז די Volga boatman און איז א טראדצניאלע רוסישע פאלקס ניגון וואס שטאמט פון רוסישע שיף מאטראזען (וויקיפידיא).
הגם ס'קלאפט נישט מיט די בלעטעלע מיין איך אז די יום טוב ערליך ניגון פון די בעל שם איז ממש דאס.

m https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA m

[youtube]https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA[/youtube]
דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 1:54 pm#349892
יאסל ראקאווער האט געשריבן:
צלפחד האט געשריבן:דאס בלעטעלע - יו"ט עהרליך




די ניגון איז די Volga boatman און איז א טראדצניאלע רוסישע פאלקס ניגון וואס שטאמט פון רוסישע שיף מאטראזען (וויקיפידיא).
הגם ס'קלאפט נישט מיט די בלעטעלע מיין איך אז די יום טוב ערליך ניגון פון די בעל שם איז ממש דאס.

https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA

[youtube]https://m.youtube.com/watch?v=DkBAmF64iUA[/youtube]


כ'מיין ס'איז זייער רחוק.

אינטערעסאנט כ'האב די רוסישע ניגון געהערט צענדליגע מאל די לעצטע וואך און כ'האב נישט געמאכט די בלעטעלע צושטעל. אז מ'ווערט צוגעוואוינט צו די רוסישע ניגון הערט מען שוין נישט קיין ענליכקייטן. מיר האט זיך געדאכט אז כ'געדענק א לובאוויטשע תנועה וואס ענדעלט שטארק.

דרך אגב, כ'האב נעכטן געטראפן נאך א יו"ט עהרליך ניגון אין א רוסישע פאלק ניגון. כ'האף עס אריופצולייגן דא נאך שבת.
דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 8:56 am#351170
יואליש האט געשריבן:
דרך אגב, כ'האב נעכטן געטראפן נאך א יו"ט עהרליך ניגון אין א רוסישע פאלק ניגון. כ'האף עס אריופצולייגן דא נאך שבת.


בין איך דער איינציגסטער וואס ווארט דערויף?
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 12:04 am#353217
.
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 2:09 pm#353243
ברוך השם - יו"ט עהרליך
אקיי אקיי @ודי למבין און @בן אדם, געוואלט האב איך שרייבן מער, אבער כ'האב נישט די צייט און דער עולם איז אומגעדולדיג. ;)

אלזא, יו"ט עהרליך'ס "ברוך השם" ניגון (א ראד מיט א רינדל, די גאנצע געזינדל, אלע קינדער טאנצן מיטן גוף דעם גאנצן.. יא טיי טיי, יא טיי טיי ברוך השם) איז רעקארדירט אויף זיין ערשטע אלבום: אידיש נחת. אין מיין מיינונג איז עס די דאזיגע רוסישע פאלקס טאנץ (אנדערע באצייכן עס אלס אן "אוקריינישע" פאלקס ליד).


m https://youtu.be/9a2hwgOttvM m
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:23 pm#353254
אמ"ג! גין גאלד! די הייליגע ניגונים וואס מ'האט אונז געפיטערט יעדע צופרי איז גאר הורתו ולידתו ב...

גוד דזשאב, יואל, קיעפ איט אפ...
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:30 pm#353255
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
געהערט אמאל פון איינער וואס איז אמאל געווען אלס קינד ביי א חתונה ווי יום טוב ערליך האט געשפילט אויף זיין אקארדיון. דעמאלטס איז די ניגון ובאו האובדים בארץ אשור ארויסגעקומען און עס איז געווען פון די האט ניגונים ביי חתונות, האט דער אינגל געבעטן יום טוב ערליך זאל שפילן די ניגון. אבער ער האט נישט געוואלט ווייל עס קומט פון שלמה קארלבאך...

איז ער געווען אזא היפאקריט?
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 4:46 pm#353257
שמערל האט געשריבן:געהערט אמאל פון איינער וואס איז אמאל געווען אלס קינד ביי א חתונה ווי יום טוב ערליך האט געשפילט אויף זיין אקארדיון. דעמאלטס איז די ניגון ובאו האובדים בארץ אשור ארויסגעקומען און עס איז געווען פון די האט ניגונים ביי חתונות, האט דער אינגל געבעטן יום טוב ערליך זאל שפילן די ניגון. אבער ער האט נישט געוואלט ווייל עס קומט פון שלמה קארלבאך...

איז ער געווען אזא היפאקריט?


זייער אן אינטערעסאנטר אנקדאט. ס'איז שווער צו זאגן אז עהרליך איז געווען אן היפאקריט. זיין חן באשטייט אין גרויס טייל אז ער הערט זיך אוטענטיש און אמת'דיג. אנדערש פון רוב - אויב נישט אלע - אנדערע חסידישע רעקארדינג ארטיסטן וועלכע זינגן אידישקייט כדי צו קעיטערן צו א קלייענטעל, האט עהרליך רעקארדירט אידישקייט מלובש אין מוזיק, קונסט און הומאר, האפענדיג אז ער וועט באשאפן א קלייענטעל דערפאר, ווי אויך אז ער וועט פארלויפן די מידיום וואס הייבט זיך אן אריינצובאקומען אין אידישע הייזער (רעקארד פלעיארס) און אנשטאט צו הערן קארלבאך, קווארטין און זשאו אמאר, וועט זיינע ווארעמע הוראות, חוזק פון סעקיוליזם, און ראמאנטאזירונג פון אידישקייט און דער גליקליכער-אמאל אריינדרינגן אין די וויליאמסבורגע בראונסטאון הייזער. אין אנדערע ווערטער, איך זעה עהרליך אלס אזא א סארט רבי/משפיע (בעיקר פאר מאמעס) פון איבערפלאנצן א אידישקייט און חסידישקייט פאר די פאסט-האלאקאוסט דור און זיין מעטאד איז געווען די נייע טעכנעלאגיע פון רעקארדירונג און די אור אלטע קונסט פון מוזיק.

מ'קען זאגן אז ער האט געהאלטן אז דער בעל שמחה וואלט עס נישט געוואלט פאר די סיבה און עהרליך איז סך הכל א שכיר וואס ברויך דינען דעם בעל שמחה'ס רצון. אויך קען מען מחלק זיין אז ס'איז געווען אן השקפה'דיגע באשלוס וויבאלד קארלבאך איז געווען, ווי מ'זאגט, בכם ומכם און אקטיוו, און האט מושך געווען. משא"כ א פאלקס ליד וואס האט נישט קיין בעה"ב אונטער דעם און זיכער נישט א לעבעדיגע ציענדע פיגור. ס'איז זייער אן ארטאדאקסישע וועג פון טראכטן, ווי די עיקר פראבלעם ווערט געמאסטן לויט וואס פארא השפעה דאס קען אימפארטירן און וויפיל חומת התבדלות דאס קען אומווארפן. דאס איז די יסוד פון "השקפה" איבער הלכה, לפי דעתי העניה. דא קומט אריין די "נאז" און "שמעק" פון א פרומער איד. ס'איז א שפיר פון הא לן והא להוא וואס איז נישט היפאקריטיקעל.


וואס אן אמת איז דאס ביסודו מדאורייתא ומדרבנן. פון חוקת הגוי ביז בישל עכו"ם. יעדע זאך איז געמאסטן לויט וויפיל קירב הדעת ס'ברענגט מיט א גייסט וואס מ'וויל זיך אפטיילן און דראעט זיך אריינצוברעכן.
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 5:55 pm#353262
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:און דער הייליגער Misirlou ניגון וואס איז שוין נתקדש ונתעלה געווארן פאר צענדליגער יארן איז אויך סך הכל א פאפולערער גריכישער זמר.
עס ווערט גענוצט אלס אינטרא soundtrack אויפ'ן באקאנטן Pulp Fiction פילם מיט זשאן טראוואלטע.


און איך האב זיך אלעמאל געוואונדערט וואס פאר א נאמען איז דאס מיסירלו...

דא איז שוין דער גיורת ארויף א מדרגה און ווערט געזינגן אויפן פיוט 'אליהו הנביא' פון מוצאי שבת דורך הרב נפתלי צבי מרגליות-אבולעפיה פון די lower east side אין די 1950s. אן אפהאנדלוג אמאל אינעם פארוועטס פירט אויס אז "Lord only knows where the good rabbi heard it"


כ'האב לעצטענס געהערט פונעם עטנאמוזיקאלאדזשיסט וועלוועל פאסטערנאק אז ער איז נאכגעגאנגן די מקור וויאזוי די מיסירלו, א קלארער מיטעלאנדישע ניגון, איז אריבערגעקומען צו די אידן. פאסירט האט עס מיט יארן צוריק ווען די ברסלב'ע חסידים פלעגן טאנצן אין מירון (דאכט זיך ער האט געזאגט אפי' ל"ג בעומר) און שפעט אריין אין די נאכט האבן די לאקאלע דרוזן זיך צוגעשטעלט טאנצן און מוסיף געווען מחול אל הקודש זייערע ניגונים און טענץ. דארט איז מיסירלו אופגעכאפט געווארן אלס א "ברסלב'ער ניגון".
מאנטאג אקטאבער 31, 2016 6:23 pm#353263
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
האט יו"ט ערליך געוויסט יעדע ניגון פון ווי עס שטאמט ?
מען האט די ניגונים געזינגען ביי באו בשלום
מיטוואך נאוועמבער 02, 2016 3:17 pm#353428
צער בעלי חיים - קינדער טעיפ
אין די 80ער אדער 90ער יארן איז ערשינען די "קינדערוועלט" סעריע פון קינדער אלבוימס ארויסגעגעבן דורך א חשוב'ע וויליאמסבורג'ע משפחה. פיל פון די קינדער טעיפס ווי, שפעטער, "לכל זמן" און אנדערע אין יענע צייטן האבן געניצט סעקולארע ניגונים מיט היימישע ליריקס. אבער רוב מאל איז די רעדע געווען פון א נורסערי ריים אדער אמעריקאנע פארשפרייטע ניגון,און זאגאר דיזני ניגונים. אבער איך מיין כ'האב געטראפן איינס מיט א מקור אין די אור אלטע רוסישע פאלקס לידער.

די רוסישע ניגון "פישערמאן טאנץ" אין איר היימישע ווערסיע זינגט איבער צער בעלי חיים. די צווייטע פאלט זינגט "א הינט וואס בילט, א לייב וואס שרייט, א פייגעלע וואס פליט, א שלאנג וואס קריכט - מ'טאר זיך נישט רייצן, טשעפענען מיט זיי, ווייל דאס איז דאך די עבירה פון צער בעלי חי". די ניגון איז נאכאמאל פראדצירט געווארן אין א קינדער טעיפ מיט א זאמלונג פון קינדער ניגונים, פון יו"ט עהרליך און אנדערע.

ווער דערקענט די ניגון און איז דאס ווירקליך ענליך?

m http://youtu.be/TkISQb2EA0k m
פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:15 am#353555
נאכנישט געזעהן דא.
מרדכי בן דוד'ס אלבום דער ניגון ''הנה לא ינום'' פון דער רעקארד הננו.



m https://youtu.be/jBOkhzkPM4M m
פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:18 am#353556
מ.ב.ד. ניגון "שיר השלום".



m http://youtu.be/tfnBxbDz77U m
דינסטאג אפריל 04, 2017 1:43 pm#368100
אויף די נייע סי.די. "ביטס" פון יואלי גרינפעלד איז דא עטליכע גויאישע ניגונים וואס ער האט מגייר געווען.
ממילא די אינטרא פון "עברי אנכי" וואס קומט פון עד שיראן'ס ניגון איז נישט געפערליך ווייל ס'נישט אזא באקאנטע ניגון.
אבער ניגון #16 "קול ששון" קומט פון איינער פון די מערסטע באקאנט ניגונים אויף יו טוב "אפטאון פאנק", וואס האט שוין באלד צוויי אין א האלב ביליאן וויואס.
קוקט אויס, אז ס'שוין מער נישט קיין בושה צו לקח'נן פון פרעמדע פעלדער.
מיטוואך אפריל 05, 2017 2:47 am#368141
נעגעל וואסער האט געשריבן:אויף די נייע סי.די. "ביטס" פון יואלי גרינפעלד איז דא עטליכע גויאישע ניגונים וואס ער האט מגייר געווען.
ממילא די אינטרא פון "עברי אנכי" וואס קומט פון עד שיראן'ס ניגון איז נישט געפערליך ווייל ס'נישט אזא באקאנטע ניגון.
אבער ניגון #16 "קול ששון" קומט פון איינער פון די מערסטע באקאנט ניגונים אויף יו טוב "אפטאון פאנק", וואס האט שוין באלד צוויי אין א האלב ביליאן וויואס.
קוקט אויס, אז ס'שוין מער נישט קיין בושה צו לקח'נן פון פרעמדע פעלדער.


Six 13
האט יעצט ריליסעד א סינגעל מיט ענגלישע ווערטער אויף עד שיראן טון
סזעט אויס ווי זיי האבן אן אגענדע אריין צוברענגען גוישע מוזיקה ביי אינז
דרך אגב זיי האבן אסאך ניגינים וואס איז א חלק אדער אין גאנצען גויש
מיטוואך אפריל 05, 2017 7:36 am#368146
אוודאי. פון ווי מיינסטע איז איך קען די ביידע ניגונים? נאר פון זיי.
כ'מיין אז אלע זייערע ניגונים איז פון מקור לא טהור.
זיי שרייבן געווענטליך אין די דיסקריפטשען וועמענס ניגון דאס איז.

אלס בעסער ווי די וואס נעמען אין מאכן גאר א שתיקה, א שטייגער ווי לוי'ס ניגון אחכה לו וכו'...
מיטוואך אפריל 05, 2017 8:40 am#368151
Re: אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים
זעט מיר אויס אז יעדער ווייסט נאר ווען אידן "בארגן" פון גוים, וויל איך ווייזען צוויי פלעצער ווי גוים בארגן פון אונז

די אנהייב דא איז חבד'ס רחמנא דעני

m https://youtu.be/qiB98Wbsdlo m

ווער געדענקט The Mess Grew Bigger פון Uncle Moishe זאל דאס אויך דערקענען (נשים, לשון...)

m https://youtu.be/uR4WFPa6xuI m


Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
מיטוואך אפריל 05, 2017 4:41 pm#368177
יעקב איש תם האט געשריבן:ווער געדענקט The Mess Grew Bigger פון Uncle Moishe זאל דאס אויך דערקענען (נשים, לשון...)

https://youtu.be/uR4WFPa6xuI


Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

די ניגון איז סך עלטער ווי Uncle Moishy, כמעט הונדערט יאר עלטער. 1893 טו בי עקזעקט.



https://www.youtube.com/watch?v=D3VZDRfpypw
מאנטאג יולי 03, 2017 4:56 pm#377653
מ.ב.ד - ליכטיגער שבת (1982)

m https://m.youtube.com/results?q=close%2 ... ebber&sm=1 m
(1965)

אין א אינטערוויו זאגט מרדכי אויף די ניגון:

"השיר מתוך האלבום "שבת". כשהיה לנו את כל החומר לאלבום, היה חסר לנו שיר אחד באנגלית ושיר אחד באידיש. באותה תקופה, קיימתי הופעה בירושלים ובמטוס, בנסיעה חזרה לניו-יורק, נפל לי לחן. השמעתי את זה למפיקי האלבום והם מאוד התלהבו. זה היה הפעם הראשונה שכתבתי גם מילים."
זונטאג דעצעמבער 17, 2017 10:30 pm#391452
מענינא דיומא: אונזער ניגון אויף "מעוז צור", אין איר אריגינאלער פארמאט (לוטעראנישע קירכע).

m https://youtu.be/n6anvv85OEg m


לייענט אויך דא א לענגערע פארש ארבעט דערוועגן: m http://onegshabbat.blogspot.co.il/2013/ ... 9.html?m=1 m