פארומס › קאווע שטיבל • אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

קאווע שטיבל • אריגינעלע מקורות פון פארשפרייטע "אידישע" ניגונים

607 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #52
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
מאנטאג מאי 13, 2013 3:59 pm#114688
שמעתי אתמול מידען גדול בנגינה, שהשיר 'שא! -בעס הייליגע שבת' שהטיש בוויזניץ מתחיל בו, הוא שיר חילוני לגמרי, ואף סגנונו מעיד עליו.
הוא גם דומה בנעימתו לשיר "how much is that doggie in the window"
מאנטאג מאי 13, 2013 5:28 pm#114714
יואליש
מיין רבי האט געלערענט: לא תגנוב, מ'טאר נישט נעמען.

מ'טאר נישט טרעפן, דוכט זיך.
מאנטאג מאי 13, 2013 7:35 pm#114757
אם כבר...
HOW MUCH IS THAT PICKLE IN THE WINDOW
למוהר"ר מיקי כץ
מאנטאג מאי 20, 2013 12:59 am#115926
אמאל געהערט פון דעם רבין אליין אויף אן אינטערוויו ווי ער זאגט אז ער האט קיינמאל נישט אויסגעהערט די Beatles אדער אנדערע גויאישע מוזיק.
וואס איז דער דין מיט דעם ניגון דא געזונגען ביי די באררי שוועסטערס? ווארענונג קול באשה.
הערט אויס גאנץ אנהייב און אויך ביי 1.43, זאגט מיר צו דאס איז ענדליך צו דעם רבי'נס נשמה דא ביי 1.45
איך האב בעל כרחו עונה געווען אמן, ווייל מיין טייערע ווייב האט מיר דאס אנגעמערקט. איר ווידעראום זענט פריי צו זאגן דעם אמת 😂
שוין דער "בעל כרחו" דא קאסט מיך שוין. ס'זאל זיין צו כפרת עוונת 😛
מאנטאג מאי 20, 2013 2:06 am#115956
תורה ציוה וכו'.
מאנטאג מאי 20, 2013 7:11 am#115976
[ציטאט אראפגענומען]
איז דאס נישט די גאנצע הויכע פאל פון דעם ניגון?
מאנטאג מאי 20, 2013 7:24 am#115978
וועלעכע ניגון אויף תורה צוה? וועלעכע פון אושא'ס ניגונים? איז דאס the universe is singing along? איז שייך א לינק אויף יוטוב פאר ביידע ניגונים? וכשאזכה אבחין.
מאנטאג מאי 20, 2013 8:25 am#115987
יאנקל אז דו רעדסט פון א תנועה'לע, וואלט איך דיר מציע געווען דאס פאלגענדע. זיי געווארענט, צו דעם דארף מען שוין אביסל דעם כח המדמה.
דא איז די באקאנטע דיזני ניגון It's a small world. הער אויס ביי 0:20.
פארגלייך עס צום רבי'נס אתה בחרתנו די ערשטע פאל. מען דארף זינגען דעם אתה בחרתנו אביסל שטייטער ווי דער רבי זינגט עס.
אז מען רעדט שוין פון שטייט און שנעל קען מען נישט פארגעסן ווי דער רבי זינגט דעם זעלבן תנועה, איינמאל שטייט און איינמאל שנעל. אין דעם בקאנטען ניגון זיינעם שובה ה', ביי די ווערטער הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, זינגט ער בדיוק די זעלבע מעלאדי ווי ביים ניגון עוד ישמע ביי די ווערטער קול ששון וקול שמחה 0:35. חושבנא דדין כחושבנא דדין. ולהשומע ינעם.
מאנטאג מאי 20, 2013 8:33 am#115989
און וויזניץ איז דא אסאך ניגונים וואס קומען פון פראסטע לייט אדער רומעינער גויים
ווי אויך דער באוויסטער תנועה וואס מען זינגט פאר הבדלה און פאר ספירה
מאנטאג מאי 20, 2013 9:18 am#115991
כח הפועל וכו'.
מאנטאג מאי 20, 2013 12:38 pm#116037
פייפער

דא איז די באקאנטע דיזני ניגון It's a small world.


איך בין שאקירט!

איך האב געמיינט אז איך בין אויפגעוואקסן על טהרת הקודש!

איך האב געהערט אלץ קינד נאר טעיפס וואס מען האט געקויפט אין איינהארנ'ס ספרים געשעפט (אויך באקומען אפאר האקעס אין קאפ פון די אפען געבליבענע אייזענע ציצית לעדל)

די הויפט ניגון פון "לכל זמן" טעיפ - ס'איז דא א צייט צו דאווענען... קומט פון דיזני?
מיטוואך מאי 22, 2013 6:59 pm#116903
הער א מעשה.
איך האב געוויזען פאר א חבר דיין באמערקונג דא וועגן אושא'ס ניגון און אט הערט און שטוינט. מיין חבר האט געכאפט אז דער ניגון פון אושא וואס איז איינע פון די חשובסטע ניגונים ביי אושא, אזאש אז מען האט דאס געזונגען ביין זיין לויה בשעת שריפת גופו, האט א גרויס חלק צו פארדאנקען א ארטאדקסישען יאנג איזראעל רב פון הונדרעט יאר צוריק.
עס איז כדאי אנצומערקן אז אושא איז מסתמא די סאמע גרעסטע גורו (משפיע) אין די מאדערענע עפאכע. זיין מאוומענט האט מיליאנען אנהענגערס.
מיין חבר האט זיך נישט געפוילט און האט היינט אפגעשריבן אן אימעיל צו זיין אייניקל. בייגעלייגט האט איר א קאפיע פון דעם אימעיל.

עס שטעלט זיך אויס אז דער בעל מחבר פון דעם וועלטס באקאנטען שלום עליכם ניגון, האט אויך געמאכט א גאר באקאנטע פורים ניגון און די צוזונג (chorus) פון דעם ניגון איז די מקור פון דעם ערשטען פאל פון אושא'ס ניגון.
אגב, די השתלשלות פון דעם "שלום עליכם" ניגון איז הערליך באשריבען אויף דעם וועבזייטל אין די לעצטע פאר בלעטער דארט. זיי ברענגען אז דער קאמפאזער זעלבסט האט געשריבען מיט באוואונדערונג אז זיין 'שלום עליכם' מעלאדי איז אנגעקומען צו א איד אין אינדיע. ווי ערשטוינט וואלט ער געווען ווען ער דערלעבט צו זעהן אז זיין "Oh, once there was a wicked, wicked man" איז אנגעקומען צו זיין פון די חשובסטע ניגינום ביים גרעסטען אינדיאנער גורו.

קענסט אויב אזוי שלאפן רואיג אז די תורה צוה ניגון וואס דיין טאכטער האט געזינגען שבועות ביים טיש, איז נישט במקורו א ניגון פון אן אינדיאנער גורו, נאר פונקט פארקערט גאר, די גורו האט דאס גענומען פון אונז. לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיין חבר האט דא צוגעטראפען א הויפט-טרעף.


נ.ב.
קוקט אויך אין דעם בייגעלייגטן אימעיל פאר נאך אינטערסאנטע נקודות. איך קען עס נישט קאפיען און פעיסטן, עס פארלירט אלע לינקס. ווער עס קען דאס טוהן, תבא עליו ברכה.

ביי דעם געלעגענהייט וויל איך באדאנקען יואליש פאר אלע זיינע תגובות דא.
📎 osho song wicked wicked man.docx
מיטוואך מאי 22, 2013 11:05 pm#117003
גנדי, די אמאליגע קינדער רעקארדינגס, אריינגערעכענט די לכל זמן'ס און קינדערוועלט'ס, זענען פיל מיט נורסערי ריים'ס און סעקיולער פאפולער ניגונים.
מיטוואך מאי 22, 2013 11:49 pm#117018
יואליש
וואטס יור אנעסט אפיניאן אויף מיין פריערדיגע תגובה? מיין חבר און אויך איך האלטען אז דאס איז גאר אן אינטערסאנטע טרעף. קען זיין אז מיר ביידע זענען נישט גענוג באהאווענט אין עולם הנגינה. דאך מיין איך דעט איטס ביג.
האב נישט מורא צו באסטען אונזער באללאן. 🙂
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:21 am#117027
כ'האב הערשט יעצט געהערט די לינקים. גאר א פיינער צושטעל. און אויב אז איין ניגון האט אריינגעבלאנזשעט קיין הודו, איז נישט רחוק צו שפעקעלירן אז דאס האט פאסירט מיט זיין אנדערע ניגון. און אפי' אויב ס'איז נישט אמת, איז עס נאכאלס א שיינע חידוש.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:35 am#117036
זיי שרייבן אז די ניגון איז אנגעקומען איבעראל און געניסט פון פאפולעריטי ביי אידן ווי נישט אידן צוגלייך. מוזיקאנטן איבעראל שפילן די ניגון נישט וויסענדיג ווער דער מחבר איז געווען. בדרך כלל ווערט עס באצייכענט אלס "עממי," טראדיציאנאל. זיי שרייבן אז אידן האבן אנגעהויבן זיך באציען דערמיט ווי צו א מנהג במקורו בייםהר סיני (בערך ווי די הר סיני קוגל וואס מאנכע האבן א נאמען געגעבן פאר לאקשן קוגל). דער אינדיאנער איד האט געזאגט פאר פופציג יאר צוריק, קוים פופציג יאר זינט די ניגון איז פארפאסט געווארן, אז ער ווייסט נישט איר מקור אבער ס'איז "מקובל געווארן במסורה פון די פריערדיגע."

אריין אין אשכול ווי יידל באהאנדעלט די אנאטאמיע פון פערסעפציע איבער מסורה.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:40 am#117039
ראביי גאלדפארב - זעה בילד דא.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:55 am#117043
יואליש, זיי רעדן פון די שלום עליכם ניגון. איך רעד פון "Oh, once there was a wicked wicked man". פון דעם "שלום עליכם" ניגון מערק איך נאר אן אז זיין ניגון איז אנגעקומען ביז India. דער מחבר אליינס ראביי גאלדפארב שרייבט דערוועגן. דער מחבר איז געשטארבען אין די 1950 יארן.
אמת עס איז טאקע אינטערסאנט ווי זיי שרייבען אז מען האט געזונגען דעם שלום עליכם ניגון ביי א מעמאריעל סערוויס פון דעם גרינדער פון די גאר באקאנטע Rock Band די Grateful Dead.
, איך רעד פון די פורים ניגון נישט די שלום עליכם ניגון. הער ביטע אויס די פורים ניגון און דערנאך די Ohso ניגון און זאג מיר צו עס איז נישט ממש דאס זעלבע.
דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:06 am#117049
כ'האב פארשטיינען אז זיי רעדן פון שלום עליכם. כ'האב מיך נישט געניג קלאר געמאכט.
פרייטאג יוני 28, 2013 11:38 am#128847
און דער הייליגער Misirlou ניגון וואס איז שוין נתקדש ונתעלה געווארן פאר צענדליגער יארן איז אויך סך הכל א פאפולערער גריכישער זמר.
עס ווערט גענוצט אלס אינטרא soundtrack אויפ'ן באקאנטן Pulp Fiction פילם מיט זשאן טראוואלטע.
פרייטאג יוני 28, 2013 4:47 pm#128943
כ'ווייס נישט אויב דאס הייסט א "פארשפרייטע" אידישע ניגון, אבער מיין טאכטער זינגט מיר יעצט אירע זימער קעמפ "טשיערס" און איך שמייכעל זיך בקרבי, דאס איז דאך די "מאקארענע!" א היט סאנג פון די ניינציגער יארן.
פרייטאג יוני 28, 2013 5:33 pm#128954
עס קען איינער דעם שיינעם 'אברכה את השם בכל עת' ניגון פון וויזניץ? דאס האט מען פון די טיאטער שטיקל גנומען.
פרייטאג יוני 28, 2013 6:18 pm#128962
הערה'לע, די ניגון איז "אברכה ה' בכל עת" ("את" שטייט אין פסוק, אבער אין וויזניץ זינגט מען נישט די ווארט)
מאנטאג יולי 1, 2013 8:49 pm#129897
יואליש
כ'ווייס נישט אויב דאס הייסט א "פארשפרייטע" אידישע ניגון, אבער מיין טאכטער זינגט מיר יעצט אירע זימער קעמפ "טשיערס" און איך שמייכעל זיך בקרבי, דאס איז דאך די "מאקארענע!" א היט סאנג פון די ניינציגער יארן.

דאס איז שוין פארהייליגט געווארן אין איינער פון די פורים טעיפס, כ'געדענק נישט וועלכע.
צלפחד
עס קען איינער דעם שיינעם 'אברכה את השם בכל עת' ניגון פון וויזניץ? דאס האט מען פון די טיאטער שטיקל גנומען.

זייער שיינע ליריקס.
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 6:29 pm#152636
[ציטאט אראפגענומען]

Fascinating!
The tune has some similarity to vesomachto from chabad as well
דינסטאג אקטאבער 1, 2013 1:46 am#152853
אין די "משפחה" אויסגאבע פאר יו"ט סוכות איז געווען בייגעלייגט א סי די און א ביכל מיט אלטע ניגונים. איינע פון זיי איז "חינדהלה," וועלכע די סלאבאדקע תלמידים אין חברון פלעגן זינגן.

אויף זיין בלאג, שרייבט דער פארשער דוד אסף אז דאס ווארט "חינדהלה" איז בערך ווי מ'זאגט אין ענגליש "סוויטהארט" אויף א באליבטע. און ער גייט אריין אין א שמועס איבער דעם מקור פון דעם ניגון. ס'קוקט אויס אז אסף האט באקומען בלויז די רעקארדירונג פון "משפחה" און נישט דאס ביכל. אינעם ביכעל איז "משפחה" מודה אז די מקור איז פון די אראבער אין חברון. זיי לייגן אבער צו א חסידישע קנייטש מיט א ליטווישע שמעק אז יש אומרים אז די מקור פון חינדהלה איז "חידה לי," ווי די תלמידים פלעגן זינגן איינער פארן צווייטן גיב מיר א "לומדישע שאלה..."

אט איז וואס אסף שרייבט צווישן א לענגערע פאסט:

ומדוע נזכרנו דווקא עכשיו בשיר זה?

לגיליון חג סוכות תשע"ד של העיתון החרדי 'משפחה' צורף תקליטור שי לקוראים, ובו ניגונים שהושרו בישיבות 'ליטאיות' שונות. בין השאר הובא שם שיר בשם 'חינדהלה', שלדברי המפיקים הושר בימות שמחה בישיבת 'חברון', עוד בהיותה בעיר האבות.

ישיבת כנסת ישראל – חברון (שהייתה בראשיתה סניף של ישיבת סלבודקה הליטאית) נוסדה בחברון בשנת 1924. הישיבה עזבה את חברון לאחר חמש שנים, בעקבות מאורעות תרפ"ט (1929), שבמהלכן נרצחו 24 מתלמידי הישיבה. הישיבה עברה אז לירושלים, ושם (בשכונת גבעת מרדכי) היא פועלת גם היום.

השם המסתורי 'חינדהלה' מסתיר טפח ומגלה טפחיים. מה פירושה של מילה זו? ובכן, ככל הנראה זהו שיבוש של 'חנדלעך', כלומר כיווני חן, או התגנדרות ומשיכת תשומת לב שמקובלת בין בנים ובנות. אבל על זה כמובן לא יכתבו בעיתון חרדי...

למרות הפתיחה השונה של השיר, מהר מאוד מגלים שלפנינו נוסח שונה של 'הבה נצא במחול'. הניגון הוא כאמור בסגנון 'חסידי', אף על פי שישיבת חברון הייתה ישיבה 'ליטאית' מובהקת.

הנה השיר בביצועו של אביש ברודט (ותודה לאחשתרן שהביא את השיר לתשומת לבי):
מיטוואך נאוועמבער 13, 2013 1:07 am#162421
פון דא האבן זיי גענומען איידיעס פאר די וודיאו.

http://www.youtube.com/watch?v=qjCLQaTFXx0
דינסטאג יאנואר 14, 2014 7:30 am#176218
ווער טרעפט א היימישע ליד אין די ערשטע תנועה פון די "קוימען קערער" ניגון? דאכט זיך ס'איז א משה גאלדמאן ניגון.

http://www.youtube.com/watch?v=BGCmVDl46rY
דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:31 am#176223
זייער גוט יואליש, צום סוף זעה איך קומט מען אהן צו יעדעם אפילו צו ר' משה גאלדמאן..
דינסטאג יאנואר 14, 2014 9:44 am#176227
נישט קיין עוולה נאר א ראיה קעגען אכשר דרא סטייל
דאס אז מען האט "געכשרט" און "מגייר" געווען נישט אידישע לידער דאס איז קיינמאל נישט געווען א אפגעפרעגטע זאך
פילע פילע "ווארימע" לידער וואס מען זינגט שטאמען פון די גויים פון פולים רוסלאנד אונגארען און ראמעניע
נעם אין אכט אז עס מיז זיין אז די צדיקים האבען נישט געזען די פארבלעם אין אויסהערען נישט אידישע לידער און עס מגייר זיין
נעמט דעם ניגון "מנוחה ושמחה" פון וויזניץ דער הערליכע ניגון וואס אסאך אידען ארים די וועלט ברענען דעריןן יעדע פרייטיג צינאכטס "מנוה ושייעמכא מנוחה ושמחה אוי אוי מנוחה אוי אוי ושמחה מנוחה ומשחה אויאויאויר אויאויר אור ליהודים" איז גענימען כולו פון ראמענישע קרעטשמע לידער און אין וויזניץ באהאלט מען עס נישט בכלל
ווער רעדט נאך פון די שנעלע ניגון נאך די הארציגע ניגון "ראכעם ראכעם ראכעם בחwwwwwאסדעיך טאראראריראם טאראראריראם" וכו' ענדיגט מען צי מיט אזא שנעלע ליד וואס דאס קימט פון א ראמענישע קרעטשמע

יא און דאס איז די חורבן פון די מידיע אז עס קימט ארויס אז אין די אלטע היים איז גויאישע לידער בכלל נישט קיין "פירצה" און "ירידת הודורת" אדרבה
און דאס איז היפך אכשר דרא סטייל וואס מען פראבירט אינז צי פערקויפען
דינסטאג יאנואר 14, 2014 5:04 pm#176334
כ'מיין אז מ'האט עס נאכנישט דערמאנט דא, ס'דא א ניגון אויף 'אברכה את ה' בכל עת' וואס מ'זינגט אין וויזשניץ, וואס שטאמט פון אידישע טעאטער, דא איז דאס ניגון במקורו.
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:06 pm#176457
געפילטע, צלפחד האט שוין מברך געווען את השם, ידע שור קונהו וחמור אבוס - ויבוא גם געפילטע בתוך הלייקערס...
דינסטאג יאנואר 14, 2014 10:22 pm#176463
בושות! די זיכרון שפילט שוין אויפן עלטער, הרי אני כבן שבעים שנה ולא זכרתי...
ס'האט זיך מיר געדוכט אז אפשר האט מען שוין גערעדט דערוועגן דא, אבער כ'האב געמאכט א סוירטש דא פאר "צו בין איך פון שטיין געבויערן" והעלה חרס בידי, שוין, אז ס'באשערט אביסל בושות זאך איך האבן אפגעקומען מיט דעם און נישט דארפן זיין קאנסטעפעיטעד אזויווי Hotel.
מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:43 am#176537
געפילטע אזא נפילה?! ס'איז נאך אויפן זעלבען בלאט אפילו..
מיטוואך יאנואר 15, 2014 9:52 am#176538
יא יא, לייג נישט קיין זאלץ ביטע, כ'דארף גיין זאגן מרס' ווידער'ן אז די זיכרון טראפן ארבעטן נישט.
דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 12:38 am#176797
פאר די וואס האבן ליב נשים, דא קען מען זעהן ווי זיי טאנצן.

http://www.youtube.com/watch?v=F4GNYJhGqNg


http://www.youtube.com/watch?v=z9mxV2KXclE
זונטאג יאנואר 19, 2014 11:58 am#177320
יום טוב עהרליך זינגט:

א גריס אייך פון די שטעטאלאך ... א גריס אייך פון דעם קליינער וואסער מיל..
עס ענדעלט מיר צו דעם ליד

http://www.youtube.com/watch?v=nEUqmMNf6dk
זונטאג יאנואר 19, 2014 12:58 pm#177333
צלפחד
יום טוב עהרליך זינגט:

א גריס אייך פון די שטעטאלאך ... א גריס אייך פון דעם קליינער וואסער מיל..
עס ענדעלט מיר צו דעם ליד



עהרליך זינגט זיין ניגון אויף חבלי משיח א', אבער ס'ענדעלט נישט אין מיין אויער מיט די רוסישע ניגון.
מאנטאג יאנואר 20, 2014 6:13 am#177612
פינקי וועבער זינגט 'מיר מוזען וואנדערן' די אריגינעלע מקור פון די סטאנזא איז עפעס א גראם און א שפיל ערגעץ ווי. די ניגון אבער קומט פון אן אלטן אידיש ליד דא געזינגען דארך יאן פיערס.
http://www.youtube.com/watch?v=jOh9rI5WMb4
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:05 am#177627
צלפחד
פינקי וועבער זינגט 'מיר מוזען וואנדערן' די אריגינעלע מקור פון די סטאנזא איז עפעס א גראם און א שפיל ערגעץ ווי. די ניגון אבער קומט פון אן אלטן אידיש ליד דא געזינגען דארך יאן פיערס.

וואו זינגט דאס פינקי?
מאנטאג יאנואר 20, 2014 10:06 am#177628
צלפחד
יום טוב עהרליך זינגט:

א גריס אייך פון די שטעטאלאך ... א גריס אייך פון דעם קליינער וואסער מיל..
עס ענדעלט מיר צו דעם ליד


@גד החוזה ווער איז די ערליכע אידישע רעביצען אוין בילד?
דינסטאג יאנואר 21, 2014 8:58 am#177924
א טובה טהן א אידן - יום טוב עהרליך -חסד

http://www.youtube.com/watch?v=IR0XuYhjt_M
מיטוואך יאנואר 22, 2014 8:05 am#178373
איך קען נישט זיין זיכער אינגאנצן, אבער ס'איז גאנץ שטארק מסתבר אז יו"ט עהרליך האט געקענט די ליד, וואס איר ערשטע און דריטע פאל זיינען 'משה'לע משה'לע הער זיך איין' - יידיש נחת. זיין אני מאמין איז אויך פון מעדאף'ן ווי אויבן דערמאנט.
http://www.youtube.com/watch?v=unXQnlitVko
מוצ"ש יאנואר 25, 2014 7:13 pm#179094
אוי ווי מיר האבן געווארט. ענדלעך די מקור פון 'איך האב געווארט און געווארט' - יו'ט עהרליך.
http://www.youtube.com/watch?v=gfrqrcqzLoU
מוצ"ש יאנואר 25, 2014 8:47 pm#179112
צלפחד
אוי ווי מיר האבן געווארט. ענדלעך די מקור פון 'איך האב געווארט און געווארט' - יו'ט עהרליך.


געוואלדיגע געפינס! כ'האב אלס געווארט אז די ראמאמטישע "איך האב געווארט און געווארט" זאל טרעפן א מקור. יישר!
מוצ"ש יאנואר 25, 2014 9:48 pm#179121
דאס אז מ'האט געקענט נאכגיין די אריגינאלע מקורות פון די פארשפרייטע "עכט" אידישע ניגונים איז אויכעט די אינטערנעט שולדיג. ווען נישט די אינטערנעט וואלט (כמעט) נישט מעיגליך געוועין צו דערגיין דעם אריגינאלן מקור פון די "פארהייליגטע" אידישע ניגונים. דאס איז אבער נישט קיין פעילער. ווייל אפילו א סאך פון די פארהייליגטע ניגונים פון די פריערדיגע דורות, ווי למשל אסאך מאדזשיצער מעלאדיעס און מארשן זענען אויך גענומען געווארן פון די רוסישע קעיניגליכע און מיליטערישע ארקעסטראס. ס'איז נאר געווארן "ראנג" לויט די היינטיגע "אכשר-דרא'דיגע" סטאנדארטס. 🙄 😂 😠 😛 😳 😮
מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:38 pm#179128
[ציטאט אראפגענומען]
מוצ"ש יאנואר 25, 2014 11:13 pm#179134
[ציטאט אראפגענומען]

דאס אידישע ליכט (אלטע, אריגינאלע). דורך סיפורי מעשיות. 🙄 😂 😃 🙂 😉 😮
זונטאג יאנואר 26, 2014 7:11 am#179193
[ציטאט אראפגענומען]


הפוך בה והפוך בה, דכולא בה