זונטאג יאנואר 26, 2014 8:17 am#179197
צלפחדאוי ווי מיר האבן געווארט. ענדלעך די מקור פון 'איך האב געווארט און געווארט' - יו'ט עהרליך.
פארוואס קומט מען אלס גלייך צו די מסקנא אז די אידישע זינגערס גנב'נען די תנועות פון דער גוי, ס'פאלט קיינעם נישט איין אז דער מעשה האט געקענט זיין פונקט קאפויער? ס'זיצט זיך א באקאנטע זינגערן און מוטשעט זיך אפ שוין א פאר טעג ארויסצוקומען מיט א נייע היט וואס זאל אפקלינגען אויף דער כדור העולם, אבער ס'גייט איר נישט. פלוצלונג פאלט איר איין א וויאזנעם פלאן. זי האט אמאל זייענדיג אין ניו יורק געהערט אז מענטשן גרייטן זיך אויף דער נייע סי די פון ר' משה גאלדמאן, סא לאמיר זען צו ס'דא עפעס וואס איך קען פין דארט בארגן. ווי נישט ווי טראכט זי ביי זיך, האט ער נאר פרומע אידישע צוהערערס און איך האב נאר גוי'עשע צוהערערס, וועט קיינער קיינמאל נישט וויסן אז כ'האב עס פון עם גע'גנב'עט.
מ'דארף קוקן אויף דער דאטום פון ביידע זינגערס צו זעהן ווער ס'איז ערשט ארויסגעקומען מיטן ניגון פאר מ'נעמט זיך באשולדיגן.