Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » קאווע שטיבל • שיין שרייבן!

קאווע שטיבל • שיין שרייבן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5265
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:22 am#459005
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
1. ווערט און ווערד זענען צוויי ווערטער (הערסט יואב?!).


אן אינטערעסאנטן שמועס אויף קול מבשר, צווישן די צוויי וועטעראן שרייבער שמעון ראלניצקי און פינחס גלויבער, שמועסן זיי איבער עטליכע אינטערעסאנטע נקודות איבער שפראך.

ר' שמעון ראלניצקי און ר' פינחס גלויבער לויפן איבער מיט נאסטאלגיע 22 יאר פון באקאנטשאפט, אין פופצן מינוט, און שמועסן אויס דעם מצב פון דער אידישער שפראך אין אלגעמיין, באגלייט מיט הומאריסטישע עפיזאדן. אויך: וויאזוי פילט א שרייבער ווען ער פרובירט צו אויספאלגן די כללים און אנדערע מיינען אז ער קען נישט שרייבן...
m https://www.yiddish24.com/analysis/146/25727 m

אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:29 am#459006
יא, כ'האב געהערט דעם שמועס. פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות.

סיי ווערט (וועליו) און סיי ווערט (געשעט) שרייבט מען מיט א ט'.

ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'האב נישט פארשטאנען דעם הסבר פארוואס מ'שרייבט אין דער וואכן (סיידן אויב מ'זאגט אז וואכן איז נישט קיין לשון רבים נאר מיינט איין וואך. ענליך טרעפט מען למשל דאס ווארט אידן. אין אלטע ביכער קען מען זען אזא זאץ ווי א אידן גנב'עט נישט.)
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 11:40 am#459008
ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'מיין זייער ציל איז נישט אז מ'שרייבט ביידע מיט א ט', הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'. זיי האבן מער אויסגעשמועסט אויב שרייבט מען ערקלערט צי דערקלערט.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:26 pm#459015
טיכטיגער האט געשריבן:
ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'מיין זייער ציל איז נישט אז מ'שרייבט ביידע מיט א ט', הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'. זיי האבן מער אויסגעשמועסט אויב שרייבט מען ערקלערט צי דערקלערט.

גערעכט. דאס האב איך געוואלט זאגן אבער למעשה געשריבן שטותים.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:51 pm#459019
טיכטיגער האט געשריבן:
אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?

נישט נאר וואס ס'איז צוויי באזונדערע ווערטער, אין הויכדויטש שרייבט מען זיי אויך אנדערש, worth איז wert, און becomes איז wird
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 4:55 pm#459038
Re: שיין שרייבן!
טיכטיגער האט געשריבן:אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

מהיכן דנתנו?
זענען זיך זיך מסביר? אדער מאכן זיי צוזאמען אפ בשעת מעשה אז אזוי קומט עס און פרעג נישט קיין קשיות.
דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:34 pm#459066
איז נישט נאריש צו האלטן זיך צו אלטע כללים וואס האבן שוין עקספייערד? שפראך בטבע טוישט זיך מיט צייט און זיכער אזוי מיט יידיש. וואס פעלט אויס גיין מיט כללים וואס גרידזשעט אין די אויערן ווי "דער וואכן"?
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:11 am#459082
כוכב האט געשריבן:יא, כ'האב געהערט דעם שמועס. פארשידענע אינטערעסאנטע ידיעות.

סיי ווערט (וועליו) און סיי ווערט (געשעט) שרייבט מען מיט א ט'.

ערקלערט (דעקלעראציע) און ערקלערט (עקספלעינד) שרייבט מען ביידע מיט א ט'

כ'האב נישט פארשטאנען דעם הסבר פארוואס מ'שרייבט אין דער וואכן (סיידן אויב מ'זאגט אז וואכן איז נישט קיין לשון רבים נאר מיינט איין וואך. ענליך טרעפט מען למשל דאס ווארט אידן. אין אלטע ביכער קען מען זען אזא זאץ ווי א אידן גנב'עט נישט.)

ווערט און ווערד איז יש ויש. רוב זענען מחלק און געוויסע נישט.

לגבי דער וואכן - עס איז נישט קיין לשון רבים, ווייל מ'רעדט פון די וואכן-טעג באופן כללי. אויב מ'רעדט טאקע פון עטליכע וואכן שרייבט מען טאקע נישט 'דער' נאר 'די'.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:13 am#459083
טיכטיגער האט געשריבן:הכל מודים אז מ'שרייבט מיט א ט'.

הכל מודים? איך בין נישט פון די הכל. איך געדענק יא אז ווערד (שוויות) קומט מיט א ד', און עס איז כדאי צו האבן א באזונדערע ספעלינג פאר דעם, עס מאכט גרינגער דאס ליינען.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:17 am#459085
ATUB @שמעקעדיג ATUB טיכטיגער רעדט פון די ט' ביים סוף פון די ווארט 'ערקלערט'.

קוק וואס ער ציטירט. ודו"ק היטב.
פרייטאג סעפטעמבער 18, 2020 12:19 am#459086
אקעי כ'האב גע'דוק'ט היטב. ואם טעיתי נא לכפר.
דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 7:03 pm#459257
טיכטיגער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטן שמועס אויף קול מבשר, צווישן די צוויי וועטעראן שרייבער שמעון ראלניצקי און פינחס גלויבער, שמועסן זיי איבער עטליכע אינטערעסאנטע נקודות איבער שפראך.

אן אינטערעסאנטן שמועס. אינמיטן שמועס רעדן זיי פון דעם, און זאגן אז ס'איז א טעות וואס מענטשן מאכן אז ווערד/ווערט איז צוויי באזונדערע זאכן, און זיי ביידע זאגן אז דער ריכטיגער ווארט איז "ווערט".
מען ווערט בר מצוה, און דער עושר איז ווערט פינף ביליאן דאלער.

איך האב אלץ געוואוסט אז ס'איז יא צוויי באזונדערע ווערטער, איז דאס טאקע א טעות?

כ'האב עס יעצט אויסגעהערט, ער זאגט נישט אז ס'איז איין ווארט, ס'איז צוויי באזונדערע ווערטער וואס מ'שרייבט די זעלבע. אזויווי שטיין (אבן) און שטיין (לעמוד), שטערן (כוכב) שטערן (להפריע) און שטערן (מצח).
מאנטאג אוגוסט 08, 2022 6:33 pm#505997
שמעקעדיג האט געשריבן:גערעכט, אבער איך האב געשריבן "מטבע", און נישט סכום.
מטבע קומט אנעם ר', סכום ווארשיינליך מיטן.

מטבע איז לשון זכר, סיי אין חז"ל און סיי אין מאדערנער עברית.