Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » קאווע שטיבל • שיין שרייבן!

קאווע שטיבל • שיין שרייבן!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5265
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 2:58 pm#164168
שיין שרייבן!
אן אשכול געווידמעט פאר הערות'לעך און באמערקונגען אין גראמאטיק און ווערטער אויסלאגע.

ביטע לייגט א נומער לויט די רייע, אזוי מיט דער צייט וועלן מיר האבן א גאנצן בוך מיט כללים.
איך האב נישט קיין שום פלאן איבער וואס צו שרייבן, עס וועט לויפן לויט וואס עס קומט מיר ארויף אויפ'ן געדאנק, גרייזן וואס איך טרעף ביי אנדערע, און פארשטייט זיך, גרייזן וואס אנדערע טרעפן ביי מיר.
לעצטנס איז דא געווען א שמועס צו יואלי דער בייבל קריטיקירער קען יא ענגליש אדער נישט. אזויפיל איז מיר קלאר אז זיין מאמע לשון אידיש קען ער מן הסתם נישט! ס'איז עפעס א מסכת סתומה וואס מ'לערנט נישט אין ערגעץ, סיידן אויב איינער לייגט זיך אריין דערינען צוליב פרנסה אדער האבי.
ניינציג פראצענט אידישע אדווערטייזמענטס זענען עקסטרעם גרייזיג, און אפילו די פראפעסיאנאלע מארקעטינג קאמפאניס ווי מידיא אטג און גי.סי.ענ.וויי. לאמיר האפן אז דא וועט דינען אלס א פלאטפארמע צו אדרעסירן דעם פראבלעם.
איי וועט יואב פרעגן וועמען גייט עס אן? דער תירוץ איז: איף יו דו איט, דו איט רייט!

וזה החלי:

1. ווערט און ווערד זענען צוויי ווערטער (הערסט יואב?!).
2. אן עי"ן פאר אן ענדע נו"ן שרייבט מען אין די פעלער: נאך א מ"ם אדער נו"ן, צ"ב: שווימען, ליינען; נאך א נג אדער נק, צ"ב: געלונגען, געדאנקען; און נאך א למ"ד דעמאלט ווענדט זיך, אויב איז דא א וואקאל פאר א למ"ד צ"ב: שפילן, מאלן, שרייבט מען נישט קיין עי"ן, און אויב איז דא א קאנסאנאנט פאר דעם למ"ד, צ"ב: שיפלען, קיצלען, שרייבט מען יא אן עי"ן. איי וועט יואב פרעגן פארוואס? דער תירוץ: ווייל אן דעם הערט זיך נישט דאס ווארט מיט א קלארקייט, דוק וטישטעך.

המשך יבוא.

נ.ב. פאר אלע אייערע שרייב ארבעט קענט איר זיך ווענדן צו מיר אין אישי. צופרידנהייט גאראנטירט בעז"ה.
פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:26 pm#164183
נאך א פאר קליינע "ע"-כללים:
ביי נק - אויב עס איז אדיעקטיוו איז עס אן אויסנאם פון דעם כלל או ןעס קומט נישט דער ע'. דעריבער: דעם קראנקן.
אויב דער שטאם פונעם ווערב ענדיגט זיך מיט אן ע', בלייבט דער ע' בכל אופן ביים סוף.
שעפטשען, הוידען, פאטשקען, און נאך און נאך...
דאס פארענטפערט אסאך פעלער ווען עס איז אויבנאויף אינטערעסאנט וואס עס טוט דארט דער ע'.
די דאזיגע ווערטער קען מען דערקענען ביים צולייגן דאס ווארט "טון" אדער "געבן" צום שטאם-ווערב וואס ווערט גענוצט ווי א זאכווארט: א פאטשקע טון, א שעפטשע געבן.
נאך א סימן: ביי די ווערטער אין ל' עבר קומט געווענליך צו א ט': געשעפטשטעט, געפאטשקעט.
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:16 pm#164193
אדרבה טיילווייז בעסערט מיר אויך אויס
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:21 pm#164196
ביטע שרייבן לכתחילה אין קורצן, ווי למשל: מאלן נישט מאלען. תודה
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 8:37 pm#164198
מעמוארן, נישט מאמוארן
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:41 pm#164227
יש"כ ישובניק, איך קוק ארויס זיך צו לערנען פון אייך, א נומער אבער האט איר פארגעסן.
דער פראבלעם ביי אונז גייט אסאך טיפער. א יונגערמאן קריגט נישט די געלעגנהייט צו שרייבן אין אידיש טאקע ביז ער טרעפט זיך נאך דער חתונה אין קאווע שטיבל. אלס בחור אויב שרייבט מען איז עס א שיעור און אויף לשון הקודש ואידיש מונחת בקרן זוית און ס'ווערט קיינמאל נישט אויסגעשארפט ביי א מענטש.

3. די סאטמארע קהילה, די אמעריקאנע רעגירונג, דער באבובע רב זענען אלע גרייזיג. ווען מ'נוצט א שטאט אדער לאנד פאר דיסקריפציע ענדיגט מען אלעמאל מיט א רי"ש, אפילו ווען מ'רעדט פון א פרוי אדער לשון נקיבה, צ"ב: די קלויזנבורגער רעבעצין, און אפילו ביי א לשון רבים צ"ב: בעלזער חסידים.
דער פיטסבורגער ניגון, די אמעריקאנער קאנגרעס, די רוסישער פארלימענט, ארשיווער רב, חאצאצקער רעביצין, שפיטיווקער קהילה. א.א.וו.
איי וועט יואב פרעג מייחע טייסע? דער תירוץ: ווילט איר הערן די מעשה אדער ווילט איר זיך מתווכח זיין!
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:46 pm#164228
מהיכא תיתה נישט מייחע טייסע. קוק ווער סרעדט
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:50 pm#164230
אויך גרייזיג. ריכטיג: מהיכא תיתי. די גרייזיגע אויסלאגע איז געווען א וויץ.
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 10:52 pm#164231
מנשה לוסטיג האט געשריבן:ביטע שרייבן לכתחילה אין קורצן, ווי למשל: מאלן נישט מאלען. תודה


אנטשולדיגט מיר מיסטער לוסטיג, אבער די אשכול האב איך געווידמעט צו שמועסן איבער כללים און נישט פאר טרוקענער הגה. איז זענט מכובד צו עפענען אן אשכול פון אייגענעם שניט.
מוצ"ש נאוועמבער 23, 2013 11:00 pm#164235
וואס דו שרייבסט וועגן סאטמארע איז טאקע א חידוש פאר מיר. מיר האט עס אויסגעקוקט נישט ריכטיג ווען למשל אין איד שרייבן זיי ״די סאטמארער קהילה״ פאר סאם ריזין קלינגט עס נישט גוט. סאיז יא גוט ווען מזאגט למשל אז יענער איז א סאטמערער אדער בעלזער.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:06 pm#164366
אגב, מהיכי תיתי - די מובן איז נישט די טייטש.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 1:12 pm#164369
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אגב, מהיכי תיתי - די מובן איז נישט די טייטש.


l viewtopic.php?f=7&t=2218 l
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 5:49 pm#164442
4. "אַ" אדער "אַן"

ווען דאס ווארט וואס פאלגט נאך הייבט זיך אן מיט א אל"ף אדער מיט א עי"ן, שרייבט מען "אן", צב"ש איך האב איהם דערלאנגט אן עפל. ווען דאס ווארט וואס פאלגט נאך הייבט זיך אן מיט אן אנדערע אות דאן שרייבט מען "א", צב"ש איך האב איהם דערלאנגט א פראסק.

נ.ב. שכויח @מאראנצןזאפט פאר אייער זאכליכע אשכול, און פאר'ן דערמאנונג אז פאר אלע אונזערע שרייב ארבעט קען מען זיך ווענדן צו אייך. וועלכעס איז די סיבה און וועלכעס די מסובב ווייס איך נישט...
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:07 pm#164449
מאראנצןזאפט האט געשריבן:3. די סאטמארע קהילה, די אמעריקאנע רעגירונג, דער באבובע רב זענען אלע גרייזיג. ווען מ'נוצט א שטאט אדער לאנד פאר דיסקריפציע ענדיגט מען אלעמאל מיט א רי"ש, אפילו ווען מ'רעדט פון א פרוי אדער לשון נקיבה, צ"ב: די קלויזנבורגער רעבעצין, און אפילו ביי א לשון רבים צ"ב: בעלזער חסידים.
דער פיטסבורגער ניגון, די אמעריקאנער קאנגרעס, די רוסישער פארלימענט, ארשיווער רב, חאצאצקער רעביצין, שפיטיווקער קהילה. א.א.וו.
איי וועט יואב פרעג מייחע טייסע? דער תירוץ: ווילט איר הערן די מעשה אדער ווילט איר זיך מתווכח זיין!

סאו מ'זאגט "פוילישער גוי'טע"?
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:42 pm#164457
דאס איז אלעס היינטיגע כללים, אויפגעמאכט דורך די שרייבער זעלבסט. למשל, אמאהל, בימים ההם, פלעגט מען שרייבן "בעלזא חסידים", היינט האבן זיי א "כלל" צו שרייבן בעלזער חסידים, כאילו אידיש שרייבן האט עפעס כללים.

נאר וואס דען? צוליב דאס וואס היינט שרייבט מען אזוי, איז דאס לעת עתה א כלל ביי די שרייבערס. מארגן וועט זיין א נייע כלל, און איבערמארגן פארשטייט זיך אן אנדערע כלל.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:50 pm#164461
פון פאפא קען מען אפשר ברענגען א ראיה וויאזוי ס'איז ריכטיג. מ'קען נישט שרייבן די פאפא'ר קהילה אמת ? מ'שרייבט די פאפא קהילה. אבער יענעם רופט מען אן א פאפאנ'ר. ס'טייטשט , מלייגט אפילו אריין א נו"ן אלעס צו קענען צוקומען צום רי"ש. זעט אויס אז ס'איז גאר נישט ריכטיג צו שרייבן צו שרייבן די סאטמערער קהילה אד"ג. און זאלד דע אלע שרייבערס גיין האקן בארן, סארי מאראנצן

און צום וויפעלטן מאל איז פאפא טו דע רעסקיו....?
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 6:55 pm#164463
מיין מאמע פלעגט זאגן 'די פאפערע'..
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:46 pm#164535
דאס איז אלעס היינטיגע כללים, אויפגעמאכט דורך די שרייבער זעלבסט. למשל, אמאהל, בימים ההם, פלעגט מען שרייבן "בעלזא חסידים", היינט האבן זיי א "כלל" צו שרייבן בעלזער חסידים, כאילו אידיש שרייבן האט עפעס כללים.

נאר וואס דען? צוליב דאס וואס היינט שרייבט מען אזוי, איז דאס לעת עתה א כלל ביי די שרייבערס. מארגן וועט זיין א נייע כלל, און איבערמארגן פארשטייט זיך אן אנדערע כלל.

דער גאנצער מושג פון שפראך איז הסכמת בני אדם, אויסער לשון הקודש וואס איז דער שם העצם. איך האף איר שרייבט מער נישט colour אדער borough park. די טבע פון שפראך איז אז עס ווערט מיט דער צייט פארקירצערט און מער ראפינירט (גוט געספעלט? די כונה איז צו א פאראידישטן refined) און דאס איז א יסודות'דיגער תירוץ פאר רוב קושיות פון יואב.

אגב, איין אויסנאם האב איך געטראפן צו דיין אנגעבליכן כלל איבער אן און א: ווען מ'שרייבט 'א איד', צוליב וואס אין קלאנג הערט צו דער א' ווי א י'.
און אגב, דער אנגעבליכער כלל איז אויך אין ענגליש, אז פאר אן o a אדער e שרייבט מען an.

5. דער שחיטה, דער מקוה, דער קהילה, זענען אלע דריי גרייזיג. רוב לשון הקודש ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט א ה' זענען א לשון נקיבה און דערפאר שרייבט מען די מקוה די שמחה די קהילה א.א.וו.
עס זענען דא פארשידענע אויסנאמען. צ"ב: דאס ווארט "מגיה"; אין פאל מ'רעדט פון א מאנספערזאן שרייבט מען: דער מגיה.

6. מאנכע שרייבן דעמאלטס, דער ס' שלעפט זיך מיט אומנויטיג. ריכטיג: דעמאלט, דעמאלטיגער.
זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:50 pm#164537
יא גוט. די אלע דריי גרייזיגע הערן זיך צום אויער אויך שלעכט. און וועגן colour, אין UK שרייבט מען נאך אזוי
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 10:19 am#164599
7. ווען שרייבט מען א "ע" נאך א צ', און ווען שרייבט מען א "ו" נאך די צ'

איך בין שוין אינגאנצן צעמישט אדער צומישט? צווישן דאס מיט יענץ, אדער צעווישן? מיר ווייסן אלע אז צוריק גייט א קאזע, אבער בין איך צעדרייט פאר'ן פרעגן?...
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:05 pm#164608
איך בין שוין אינגאנצן צעמישט אדער צומישט? צווישן דאס מיט יענץ, אדער צעווישן? מיר ווייסן אלע אז צוריק גייט א קאזע, אבער בין איך צעדרייט פאר'ן פרעגן?...[/quote]

איז אזוי. מרת א. ראטה—די באמת חשוב'ע לינגוויסטקע וועמען ATUB @מאראנצןזאפט ATUB האט געקרוינט אלס אלטימאטישע ווארטזאגערן פאר דעם אידישן שפראך, גיבט אן אז "צע" נוצט מען אויף ווערטער וועלעכע דייטן אן שאדן צו מאכן. א שטייגער ווי צעשטערן, צעברעכן, צעווארפן וכדו'; ווידעראום "צו", גייט צו אלע אנדערע ווערטער מיט אזא סארט פארזילבע. זי גיבט אויך אן א הסבר, אז בעת אינעם פוליש-ליטווישן דיאלעקט איז "צע", אן אנגענומענע דייטשע כלל פארגעסן געווארן, ווערט דאס יא שטרענג פארהיטן אין אנדערע דיאלעקטן. דאס טייטש אויב וויל זיך ארויפכאפן אויפן "פארגעסענדן" פוליש-ליטווישן באן, גיב איך אים רשות--הגם מאראנצןזאפט וועט זיין עטוואס בייז, אזש ער וועט אפילו פאר דעם אליינס ארויסקריכן פון זיין באהעלטעניש, און ברעכן זיין צוזאג נישט צו שרייבן אויף קאווע שטיבל. העכסטנס וועט מען זאגן אז דער יעניגער שיף'ס קאפיטאן פייפט זיך אן אויף "רוב היימישע שרייבערס", און ס'איז אים נישט אזוי שווער אוועקצונייגן פון דייטשע כללים.

יעצט איז אזוי. עס איז פארהאן שטרענגע כללים וואס וואלט געוועזן כדאי יעדער זאל וויסן. א שטייגער ווי לשון זכר, לשון נקיבה, און לשון סתמי; אויך איז פארהאן דאטיוו און אקוזאטיוו וועלכע קענען מאדעפיצירן דעם אויסלייג.

דאן טוהט זיך ווייסעך וויפיל פארשידענארטיקייטן אין אידישע דיאלעקטן, איינס מער גרייזיג (?) פונעם צווייטן.

איז הער אויס מאראנצן טייערער. איך רעספעקטיר באמת מרת א. ראטה, און איך האלט ס'איז שטארק רעקאמאנדירבאר זיך איינצוהאנדלן אירע סחורה. זי לייגט באמת אריין אסאך ארבייט, און האט למעשה געמאכט א רעוועלוציע מיטן ברענגן אידישע גראמאטיק צו אונזער אויפמערקזאמקייט. איז מילא אויף זאכן זי שרייבט א קלארע סיבה צו מקור, קען איך הערן זאלסט וועלן באצייכענען א צווייטנס שרייבעריי אלס גרייזיג. אבער אויף סתם ווארשיינדליכקייטן, נטיות, צו ווייל "רוב שרייבערס" (ווט"ה) שרייבן היינצייטיק אזוי, האלט איך אז דו דארפסט דאס קלארשטעלן ביים אויסבעסערן יענעם, און ס'האט נישט קיין פשט סתם אזוי צו טעראריזירן דעם מענטשהייט בלשון וודאי. זי אליינס האט דאך נישט מקורות אדער זיכערקייטן איבער אלצדינג. דאס וועט ליגן אויף יעדעם יחיד אין זיין האנט די פריוועליגע פון מחליט זיין צו ער וויל שרייבן וויאזוי "רוב שרייבערס" שרייבן, אדער נישט. אני כשלעצמי קען באשטיין זיך צו צושטעלן, "מייחע טייסע". (כ'זאג עס גוט?).

און צו ענטפערן אויף דיין קשיא צו איך וויל פרעגן קשיות אדער הערן א מעשה, איז דער ענטפער איך וויל אויסדריקלעך פרעגן קשיות. פאר מעשיות וועל איך גיין חול המועד צו תלמיד תורה תפארת יונה. איך זעה נישט פארוואס איינער זאל אן קיין שום זאכליכע סיבה אראפשטעלן "פעסטע" כללים—הפנים צו קענען באצייכענען יענעמס שרייב ווערק אלס "גרייזיג", אויב ער קען נישט ממש אויפווייזן פארוואס. פארבעסערן? דאס יא, איש לפי ערכו, און לויט זיין געשמאק. ס'איז אבער נישט א חק ואין להרהר אחריה.

וועל איך מסיים זיין כעין הפתיחה. דער נאמען פונעם אשכול איז "שיין שרייבן". אידישע גראמאטיק איז אבער נישט אלעס. ס'איז דא אזא באגריף ווי פאנקטשועישן שליסלען, און די צעפלויגנקייט געוויסע האבן דערצו, איז שטארק אנזעהבאר אויף תגובות אומעטום. יעצט קיינער באקריגט נישט באצאלט דא צו שרייבן, מ'טוהט דאס בלויז פאר פאן. לייגן א דגוש ס'זאל זיין העכסט פראפעסינאל אזוי ווי חכם השטיבל ATUB @יאנקל ATUB , אדער ליטעראטור אויסגעקאכטער ATUB @פשוט-קאמפליצירט ATUB , איז לדעתי נישט וואס ס'פארלאנגט זיך בכלל. אוודאי כל המדייק בגראמאטיק ופאנקטשועישן הרי זה משובח. אבער מ'טייפט אין גרויס טייל פון סעלפאון'ס (הפנים ביי מיר איז דאס אזוי), מ'טייפט שנעל, און מ'האט נישט די צייט, געדולד, נערווען זיכער צו מאכן ס'שטימט אויף הונדערט פראצענט. אדער איז אפילו שווער אויסצורעכענען פונקטליך וואו אריינצושטעלן א קאמע, סעמיקאלן, אדער גארנישט, אדער ביידע, אדער א פינטל אא"וו. איך אליינס בין נישט די מערסט אויפריכטיג, און וויבאלד איך שרייב געווענדליך פון א סעלפאון לייג איך נישט קיין סאך דגוש, און כ'האלט ס'פארלאנגט זיך נישט קיין סאך. ס'אחוץ פון דעם וואס איך קען אויך נאר די מינימום, און איך בין היבש הונטערשטעליג אין גראמאטיק, און אין שרייבעריי בכלל. אבער די מינימום, פון למשל אויפטוישן א פינטל ביים ענדע פונעם זאץ מיט א שטרעכל, דאס איז לדעתי שטארק גרייזיג. אבער עגעין, מ'זעמיר דא זיך אויסצולופטערן, און נישט צו נעמען לחץ.
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 2:24 pm#164634
@יואב, @מאראנצןזאפט,

לגבי נומבער 7, האב איך טאקע געהערט אייער הסבר פון רביצינתי תחי', אבער עס האט זיך מיר (מיך?) נישט געלייגט אויפ'ן שכל. אייער הסבר איז משתמע בהנחה אז אזוי איז טאקע אויף פויליש רוסיש, ואם קבלה היא נקבל.

------------

8. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ, וויפיהל איך פלאג מיך נאר אויף דעם, ווען מען שרייבט "מיר" מיט א רי"ש, און ווען מען שרייבט עס מיט א ענדע כ"ף.
מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:33 pm#164776
יואב האט געשריבן:איז אזוי. מרת א. ראטה—די באמת חשובע לינגוויסטקע וועמען @מאראנצןזאפט האט געקרוינט אלס אלטימאטישע ווארטזאגערן פאר דעם אידישן שפראך, גיבט אן אז "צע" נוצט מען אויף ווערטער וועלכע דייטן אן שאדן צו מאכן. א שטייגער ווי צעשטערן, צעברעכן, צעווארפן וכדו'; ווידעראום "צו", גייט צו אלע אנדערע ווערטער מיט אזא סארט פארזילבע. זי גיבט אויך אן א הסבר, אז בעת אינעם פוליש-ליטווישן דיאלעקט איז "צע", אן אנגענומענע דייטשע כלל פארגעסן געווארן, ווערט דאס יא שטרענג פארהיטן אין אנדערע דיאלעקטן. דאס טייטש אויב וויל זיך ארויפכאפן אויפן "פארגעסענדן" פוליש-ליטווישן באן, גיב איך אים רשות--הגם מאראנצןזאפט וועט זיין עטוואס בייז, אזש ער וועט אפילו פאר דעם אליינס ארויסקריכן פון זיין באהעלטעניש, און ברעכן זיין צוזאג נישט צו שרייבן אויף קאווע שטיבל. העכסטנס וועט מען זאגן אז דער יעניגער שיף'ס קאפיטאן פייפט זיך אן אויף "רוב היימישע שרייבערס", און ס'איז אים נישט אזוי שווער אוועקצונייגן פון דייטשע כללים.


דא האט איר מיינע טייערע נאכפאלגער האומווארק. ווער ס'קען אנצייכענען דעם העכסטן נומער (נאר שרייבן דעם נומער איך וועל שוין שרייבן די פארבעסערונגען) מיט וויפיל פארבעסערונגען (חלילה נישט רופן גרייזיג, הרחק מן הלחץ ומן הדומה לו) מ'קען אלץ פארבעסערן דעם פאראגראף באקומט א פרייז.
די קאנטעסט וועט זיך שליסן דאס קומענדיגע מאל איך וועל זיין אין שטיבל.

(יואב, שיין דערלעבט, דער שוסטער מיט צעריסענע שוך. קומט א איד און וויל מיטטיילן אביסל פון זיין עקספערטיז אויף א הומאראסטישן אופן, און גיט א קוק ווער ס'כאפט נישט דעם וויץ).
דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 12:53 pm#164901
מהיכי תיתי.
דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 12:23 am#165984
מאראנצןזאפט האט געשריבן:.

3. די סאטמארע קהילה, די אמעריקאנע רעגירונג, דער באבובע רב זענען אלע גרייזיג. ווען מ'נוצט א שטאט אדער לאנד פאר דיסקריפציע ענדיגט מען אלעמאל מיט א רי"ש, אפילו ווען מ'רעדט פון א פרוי אדער לשון נקיבה, צ"ב: די קלויזנבורגער רעבעצין, און אפילו ביי א לשון רבים צ"ב: בעלזער חסידים.
דער פיטסבורגער ניגון, די אמעריקאנער קאנגרעס, די רוסישער פארלימענט, ארשיווער רב, חאצאצקער רעביצין, שפיטיווקער קהילה. א.א.וו.
איי וועט יואב פרעג מייחע טייסע? דער תירוץ: ווילט איר הערן די מעשה אדער ווילט איר זיך מתווכח זיין!

דער תירוץ איז, ווייל א שטאט איז לשון נקבה. וזה פשוט.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 9:24 pm#167428
9. אין אן אויוון באקט מען קוכן. דארט אויבן איז די הענטעלע צו לייקן תגובות פון ראשעקאל.
10. איך האב געזוכט די צען ברעקלעך. מאטי שטיינמעץ האט א שיין געזיכט.
דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 9:29 pm#167429
מאראנצןזאפט האט געשריבן:מאטי שטיינמעץ האט א שיין געזיכט.

האסט שוין געשטימט?
l viewtopic.php?f=24&t=5302 l
מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 3:34 pm#167498
10. איך לאדן אייך צו א קומזיץ.
א איד דארף לויבן אין פריידן און ליידן.
מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:10 pm#167501
מאראנצןזאפט האט געשריבן:10. איך לאדן אייך צו א קומזיץ.
א איד דארף לויבן אין פריידן און ליידן.

גיי ביטע צום וואגן און לאדן איר אן.
קוקט אויפן פענסטער, די (דער?) לאדן איז צובראכן.
מיטוואך דעצעמבער 11, 2013 4:23 pm#167506
אכתוב טעם נכון מה שנלע"ד בענין "צו" ו"צע" וונפק"מ שיוצא מזה למעשה.

ווען מען לייגט צו א "צו" פארענט פון א ווארט איז עס נישט פאר שיינקייט אדער ליידיגיין, עס איז בכונה תחילה ווייל עס פעלט זיך אויס א "צו" דהיינו חיבור. געקומען מיינט געקומען, צוגעקומען מיינט איינער וואס קומט "צו" עפעס לדוגמה "פלוני איז צוגעקומען צו מיר" וזה פשוט.

ווען צוויי אירע קריגן זיך, זענען זיי "צעקריגט" עס איז נישט קיין חיבור, עס איז א פירוד, ממילא נוצט מען "צע", ולפי"ז דארף מען שרייבן "צעגאנגען" "צעריסן"

די פראגע איז ביי פארווע ווערטער, וויזוי שרייבט מען "צובייזערט", "צולאכט", לויט ראטה איז דאס אויך מיט א ו'

אבער וואס וועט זיין מיט "צודרייט" ווענדט זיך, אויב די נערוון איז אים געווארן שטארק איינגעדרייט, שרייבט מען "צודרייט" אויב איז עס געווארן אויפגעראלט, לויז, שרייבט מען "צעדרייט"

ואם שגיתי איתי תלין משוגתי
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:11 am#168297
11. קאווע טרינקער האט נישט משנה געווען קיין זיז כל שהוא דעם פרייטאג צונאכטס.
זוז איז א געוויסע סארט איר אלטע סכום /מטבע.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:30 am#168298
מאראנצןזאפט האט געשריבן:זוז איז א געוויסע סארט איר אלטע סכום /מטבע.

איר אלטע?

12. כפה פרשה לעני. איר האנט שטרעקט זי אויס פארן ארעמאן.
זוז איז אן אור-אלטע מטבע.

(איך ווייס נישט די מקור פון דעם ווארט אור. אוהר מיינט שעות אויף דייטש?)
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:32 am#168299
13. פרייטאג צו נאכטס איז די סעודה פליישיג, מען טרינקט נישט קיין קאווע.
קאווע טרינקער איז א ניק פון א שרייבער אין קאווע שטיבל.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:49 am#168301
:like שמעק
אלטע איז אויך גרייזיג און סוואלט געדארפט שטיין אלטער.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 9:44 am#168304
די רי"ש קומט נישט אריין צו מטבע - א לשון נקבה.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:49 pm#168348
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן::like שמעק
אלטע איז אויך גרייזיג און סוואלט געדארפט שטיין אלטער.

די רי"ש קומט נישט אריין.

שטייט דאך סכום קודם און סכום איז א לשון זכר.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:22 pm#168352
גערעכט, אבער איך האב געשריבן "מטבע", און נישט סכום.
מטבע קומט אנעם ר', סכום ווארשיינליך מיטן.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:25 pm#168354
שמעקעדיג האט געשריבן:גערעכט, אבער איך האב געשריבן "מטבע", און נישט סכום.
מטבע קומט אנעם ר', סכום ווארשיינליך מיטן.

איך האב געמיינט צו זאגן אז איך בין גרייזיג.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:44 pm#168359
שמעקעדיג האט געשריבן:12. כפה פרשה לעני. איר האנט שטרעקט זי אויס פארן ארעמאן.

כפה איז די האנט-פלאך, אדער דלאָניע. הגם איך זעה אז קינג דזשעמס טייטשט יא איבער כפה צו her hand.
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:58 pm#168361
אודאי אזוי, כף היד, אבער די פשט איז איר האנט.
די האנט פלאך איז אנגעפילט מיט עפעס וואס קען זעטיגן דעם ארימאן,
עס איז פשוט אן אנדער מליצה אויסדרוק ווי דעם צווייטן העלפט פסוק, וידיה שלחה לאביון, ביידע מיינען די זעלבע.
מיטוואך מערץ 26, 2014 1:43 pm#192883
13. כדי און כדאי זענען צוויי אנדערע ווערטער.
ATUB @יואב ATUB
מיטוואך מערץ 26, 2014 1:52 pm#192885
כדי - So
כדאי - Worthwhile
מיטוואך מערץ 26, 2014 2:11 pm#192888
מאראנצןזאפט האט געשריבן:13. כדי און כדאי זענען צוויי אנדערע ווערטער.
@יואב

און? וואסי פשט פון טעגן?
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:40 am#194528
14. אויכעט איז נישט קיין ווארט, און שניידט דאס ביטע ארויס פון אייער שריפטליכן לעקסיקאן.
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:48 am#194530
ס'איז יא א ווארט, מ'נוצט עס און דו ווייסט וואס ס'מיינט.
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 11:59 am#194531
ווי ניי דארף א ווארט זיין, אז ס'זאל נישט הייסן א ווארט?
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:21 pm#194533
רויטע, עס ווערט 'קיינמאל' נישט גענוצט אין שריפט דורך פראפעסיאנאלע שרייבער.
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:31 pm#194538
טאקע נישט, דאס מאכט עס אבער נישט 'קיין ווארט'
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 12:44 pm#194549
מאראנצןזאפט האט געשריבן:רויטע, עס ווערט 'קיינמאל' נישט גענוצט אין שריפט דורך פראפעסיאנאלע שרייבער.


אין בין טאקע נייגעריג מאראנצן, וואס איז קובע א ווארט אלץ א נייע אנגענומע ווארט. די באורד פון מרים וועבסטער האבן א מיטינג יעדע יאר, פאר די נייע דיקשענערי קומט ארויס, צו קובע זיין נייע ווערטער. זייער גיידליינס זענען בעיקר געבויעט אויף די מיינונג, פאפולעריטי, און גראמער פון א ווארט.

מיין פוינט איז, אין אידיש קריכט מען אלעמאל צוריק צו די ארגינעלע גרויסע שרייבער. איז נישט דא קיין פלאץ פאר נייע ווערטער? קען זיין ס'איז יא דא אזא קאמיטע פון גרויסע אידישע שרייבער וואס לייגן צו ווערטער, איך ווייס נישט.
דאנערשטאג אפריל 03, 2014 5:11 pm#194592
מאראנצןזאפט האט געשריבן:14. אויכעט איז נישט קיין ווארט, און שניידט דאס ביטע ארויס פון אייער שריפטליכן לעקסיקאן.

ביי אונז איז דאס טאקע נישט מקובל ווי א ווארט, אבער ביי די יידישיסטישע שרייבער איז עס יא אנגענומען. א סוירטש אויף דעם "פארווערטס" וועבזייטל ברענגט 91 רעזולטאטן.