הויפט זייט » קאווע שטיבל • פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
קאווע שטיבל • פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5318
זונטאג יולי 16, 2017 7:45 pm#379188
די דיסקוסיעס דא אויף ק"ש, אויף א"וו און אין בית מדרש, לרגל די פטירה פון הרב העלבראנץ האט נאכאמאל ארויפגעברענגט ביי מיר די געפילן פונעם פתיחת האשכול.
זונטאג יולי 16, 2017 8:29 pm#379193
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
דער אשכול איז א שפיל מיט די שכל, גרונטעווען מיט וואס דער שכל איז אנדערש ווי דער געפיל. יעדער ווייסט אז סאטמאר איז נישט ווי לב טהור, די שאלה איז נאר מיט וואס. דער געפיהל קוקט נישט אן די צוויי זאכען אינאיינעם, זי ווייסט אז ערגעץ שטעקט א חילוק.
לויט די וועלטליכע אומשטענדען, איז קיין שום רבי נישט קיין עכטע מושל בכיפה. דער סיסטעם פון רבי׳ס, פון זייער שידוכים צו זייער תאוות השררה און אטענטשען, האט פארזיכערט אז זיי קענען נישט צו ווייט קריכען. יא, ווען מ׳פארברענט א איד אין סקווער, האט דער רבי זיך פארטיידיגט. ער האט געפלוידערט זיין טפשות פון ׳דאס איז נישט אונזער דרך׳ און געגעבען צו פארשטייען אז חא"ר איז אויך נישט קיין ענדע צדיק, אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר. וכל כך למה? ווייל מיט זיין גאנצע גאות ווייסט ער אז ער מוז געפעלען פאר אנדערע אויך, ער מוז זיך משדך זיין מיט אנדערע און ער האט נאך זיין תאווה צו זיין ׳נעתר לבקשתינו׳ באזוכען.
און אזוי איז אויך ביים פיהרונג פון די מוסדות אין אלע חסידות׳ער און קולט׳ן. מ׳וויל דאך רעגירונגס געלט, מ׳וויל דאך א ריבוי עם, מ׳קען נישט אזוי לייכט טרעטען אויפ׳ן ציבור ביז׳ן סוף. יעדער חסיד פון זיין פארטיי, צו מעמבער פון זיין חסידות אדער ישיבה צו וואס, ווייסט אז די הנהלה מוז איהם עטוואס נעמען אין חשבון. נאר עטוואס טאקע, נישט צופיהל, אבער גענוג פאר די חילוק צווישען א קולט און א לעבענסשטייגער.
און דאס אז רבי׳ס ווילען מער און מער מאכט, פאראורזאכט א קירוב רחוקים אינדוסטריע. יא, אפילו סאטמאר טוט אין דעם. זיי ווילען נישט קיין יענקי דודל בעל תשובה, אבער דאס פארזיכערען אז מ׳זאל האבען א פארשידענהייט פון מענטשען איז א חלק פון די תאוות פון די באשעפענישען דמתקריא רבי׳ס. ס׳איז זייער וויכטיג צו שלעפען יענעמ׳ס פארטיי צו דיין צוזאמענקומפף, וואס אויבענויף שטייט אז ס׳איז צוליעב גיוס צו אינטרנט, אבער יעדער ווייסט אז ס׳איז א וועג אויסצוווייזען מאכט.
זייער חסרונות איז גאר די ישועה!
ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה, זייענדיג באגרעניצט מיט גארנישט, נישט תורה נישט געזעלשאפט און נישט אטאריטעט, איז ער א פרא אדם, אן אומבאגרעניצטע חיה.
דאס איז די חילוק וואס יעדער זעט אינסטינקטיוו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מאנטאג יולי 17, 2017 1:57 am#379234
ס'איז דא נאך א צד השוה צווישן העלבראנץ וסייעתו און סאטמאר. דאס אז זיי ביידע טוען פראפעסן א שטארקע און אפגרונטליכע שנאה צו מדינת ישראל. און צו א יעדע זאך וואס האט צו טון מיט איהר. דאס איז אויך כולל די נטורי קרתא. אבער די אויבנדערמאנטע 2 גרופס נוצן שטענדיג זייער ווארפן אין די אויגן זייער אנטי-ציוניזם. דאס איז נישט מער ווי א קרדום לחפור בה. בעת סאטמאר, על כל פלגיה איז אמת'דיג אידעאלאגיש אנטי-ציוניסטיש. חוץ פון דעם פיהרן זיי זיך אויף ווי נארמאלע מענטשן. זיי האנדלען, ארבעטן און לעבן א פולן משפחה לעבן ווי מענטשן מן היישוב. משא"כ נטו"ק און די העלבראנץ גרופ האבן זייער מאדנע און טונקעלע אויפפיהרונגען. ווען זיי וואלטן אנגעהויבן מיט אנטון זיך און זייערע משפחות נארמאל, צניעות'דיג וואלט קיינער זיי נישט באשולדיגט אין זיין א קולט. אפילו אויב זייער רבי גייט בחצות הלילה זיך טובל'ן אין טייך. אדער ער מאכט פארשידענע העוויות מיט זיינע הענט בשעת ער עסט קוגל.
מאנטאג יולי 17, 2017 2:57 am#379247
אלע חרדים געהערן אין איין קאלט. ווי מ'שעכט די בעסטע קינדערס צונקופטע לעבן פארן מולך. סנישט די כהנים\רבנים. די טאטעס אליין טוהן עס. און מקומט נאך אין ביהמ"ד דאנקן און זינגען. איבערצישרייען דאס געוויין
מאנטאג יולי 17, 2017 3:30 am#379251
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אשכול איז א שפיל מיט די שכל, גרונטעווען מיט וואס דער שכל איז אנדערש ווי דער געפיל. יעדער ווייסט אז סאטמאר איז נישט ווי לב טהור, די שאלה איז נאר מיט וואס. דער געפיהל קוקט נישט אן די צוויי זאכען אינאיינעם, זי ווייסט אז ערגעץ שטעקט א חילוק.
לויט די וועלטליכע אומשטענדען, איז קיין שום רבי נישט קיין עכטע מושל בכיפה. דער סיסטעם פון רבי׳ס, פון זייער שידוכים צו זייער תאוות השררה און אטענטשען, האט פארזיכערט אז זיי קענען נישט צו ווייט קריכען. יא, ווען מ׳פארברענט א איד אין סקווער, האט דער רבי זיך פארטיידיגט. ער האט געפלוידערט זיין טפשות פון ׳דאס איז נישט אונזער דרך׳ און געגעבען צו פארשטייען אז חא"ר איז אויך נישט קיין ענדע צדיק, אבער ליפטר בלא כלום אי אפשר. וכל כך למה? ווייל מיט זיין גאנצע גאות ווייסט ער אז ער מוז געפעלען פאר אנדערע אויך, ער מוז זיך משדך זיין מיט אנדערע און ער האט נאך זיין תאווה צו זיין ׳נעתר לבקשתינו׳ באזוכען.
און אזוי איז אויך ביים פיהרונג פון די מוסדות אין אלע חסידות׳ער און קולט׳ן. מ׳וויל דאך רעגירונגס געלט, מ׳וויל דאך א ריבוי עם, מ׳קען נישט אזוי לייכט טרעטען אויפ׳ן ציבור ביז׳ן סוף. יעדער חסיד פון זיין פארטיי, צו מעמבער פון זיין חסידות אדער ישיבה צו וואס, ווייסט אז די הנהלה מוז איהם עטוואס נעמען אין חשבון. נאר עטוואס טאקע, נישט צופיהל, אבער גענוג פאר די חילוק צווישען א קולט און א לעבענסשטייגער.
און דאס אז רבי׳ס ווילען מער און מער מאכט, פאראורזאכט א קירוב רחוקים אינדוסטריע. יא, אפילו סאטמאר טוט אין דעם. זיי ווילען נישט קיין יענקי דודל בעל תשובה, אבער דאס פארזיכערען אז מ׳זאל האבען א פארשידענהייט פון מענטשען איז א חלק פון די תאוות פון די באשעפענישען דמתקריא רבי׳ס. ס׳איז זייער וויכטיג צו שלעפען יענעמ׳ס פארטיי צו דיין צוזאמענקומפף, וואס אויבענויף שטייט אז ס׳איז צוליעב גיוס צו אינטרנט, אבער יעדער ווייסט אז ס׳איז א וועג אויסצוווייזען מאכט.
זייער חסרונות איז גאר די ישועה!
ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה, זייענדיג באגרעניצט מיט גארנישט, נישט תורה נישט געזעלשאפט און נישט אטאריטעט, איז ער א פרא אדם, אן אומבאגרעניצטע חיה.
דאס איז די חילוק וואס יעדער זעט אינסטינקטיוו.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זאגסט זייער גוט, דער חילוק איז אין געפיל, אינטערעסאנט איז נאר אז דער לב טהור מעמבער האט די זעלבע געפיל פאר זיין מהלך החיים.
די שורש פון די געפיל איז פשוט מיר זענען אויפגעוואקסן מיט אונזער לעבנסשטייגער און ווי אומצופרידן מאנכע זענען דערמיט קענען זיי זיך נישט אפפרעמדן דערפון וה"ה ביי יעדע סארט לעבנסשטייגער.
מאנטאג יולי 17, 2017 9:00 am#379262
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
׳געפיהל׳ איז איין ווארט געווען פון די גאנצע תגובה. יעצט קען מען שרייבען נאך א תגובה אויף א צווייטע ווארט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 19, 2017 1:24 am#379513
מ'האלט יעצט נאך די טויט פון דעם העלבראנץ, און אלעמאל ווען עפעס פאנגט זיך אן קאכן און די קהילה, קומען זיי צוריק ארויס אויפ'ן אויבערפלאך, צי עס איז א דאקומענטערי, אדער א פרישע סכסוך מיט די גאווערמענט, אדער לעצטנס אז מען מופט יעדן שני וחמישי, רעדט מען פריש איבער די קהילה, צי עס איז א קולט אדער נישט, איז גור אויך אזוי? אדער נאר סאטמאר, וכו'.
איך טראכט אייביג צי מיר איבער וואס ס'גייט דא פאר?
די אלע מענטשן רעכט פארלעצונגען וואס העלבראנץ באגייט, איז יעדער מודה אז ס'איז עק וועלט, (און פארשטייט זיך ס'איז דא עקסטרעמע וואס האלטן אז העלבראנץ פירט זיך ריכטיג... אבער איך וועל נישט אריינגיין דערין יעצט) איז פארוואס, פינקטליך פארוואס ווען העלבראנץ טוט עס איז יעדער דא צי זאגן אז עס איז א אפגעפרעגטע זאך, אבער ווען אונז טוען די זעלבע זאך איז עס בסדר,
קלער איך אז די פראבלעם איז, אז בעצם אין טעאריע איז יעדער מודה (פארשטייט זיך נישט יעדער... נאר די געדאנק...) אז די ריכטיגע וועג פון לעבן איז צי טון נאר די רצון השם, 365/7/24 און גארנישט אנדערש, נאר יעדע זאך וואס מיר טוען זאל זיין זיך אנציגרייטן צי עולם הבא, נאר מיר האבן זיך אדאפטירט צי די מצב ווי אונז זענען און למשל אנגעפאנגען ארבייטן, ס'איז שוין דא וואס האלטן אז מען ברויכט לערנען אלגעמיינע לימודים אויך, אונז האבן שוין אפילו סקולס פאר מיידלעך, (אזאך וואס מען האט אמאל געהאלטן קלאר אז עס איז אסור,) וכו'.
די מציאות למעשה האט זיך אבער ארויס געשטעלט אז די עקסטרעמיסטן האבן נאך אלץ די קאנטראל אויפ'ן שטייסל, פארשטייט זיך דא דארט האט די נארמאלע געזעלשאפט א געווינס, אבער די עסקנים האבן די קאנטראל, שטעלט זיך א שאלה פארוואס ??? פארוואס למשל אויב 80 פראצענט עלטערן האלטן אז מען זאל לערנען אלגעמיינע לימודים, על כל פחות מער ווי מען לערנט יעצט, איז פארוואס געשענט עס נישט אין 80 פארצענט פון די מוסדות,
די ענטפער לדעתי איז גאנץ פשוט, אונז אליינס זעמער צעמישט צי עס איז אויסגעהאלטן אז מיר לעבן אויף די וועלט כדי צי קענען ענגליש... וואס וועט דאס אונז העלפן אויף עולם הבא... ממילא מיזן זיך די נארמאלע מענטשן פלאגן צי מסביר זיין אז מ'ברויכט לערנען אלגעמיינע לימודים פאר פרנסה, (וואס איז פארשטייט זיך אויך אמת) און פארטיידיגן אנטקעגן יעדער וואס זאגט אז מען האט דזשאבס אנדעם וכו' דאס איז נאר א קליין דוגמא, אבער לסיכום איז די פראבלעם אז רוב מענטשן לדעתי זענען נישט גענוג שטארק, אין עס איז נישט דא גענוג דעקונג פון די תורה פאר א מערב וועלט לעבן, און די תורה שטעלט פאר א קלארע מיטל אלטער לעבן, ממילא האבן מיר נאר געטוישט פאקטישע זאכן, און (אלץ א צווייטע תנאי) נאר ווען מיר זענען געווען געצווינגען, ווי למשל מען האט געעפענט א מיידל שולע, וואס אמאל איז נישט געווען ווייל מ'האט געהאלטן/און אונז האב מיר געהאלטן אז די תפקיד פון א פרוי באזירט אויף די תורה איז צי קלינען די הויז און האבן קינדער, האט מען זיך באזעצט אין אמעריקא און מען האט געזען אז עס איז נייע צייטן און דא מיז יעדער גיין אין סקול, אינגל, מיידל, (געי, אדער סטרעיט...) און עס איז שוין נישט אמאל... האט מען געעפענט א סקול (נישט אז עס איז פערפעקט, די צייט שטופעריי, אין די יעדע צווייטע טאג איז נישט דא קיין סקול, אויך לעניות דעתי להסיבה האמור לעיל, ואין המקום להאריך) "אבער די טעאריע האט זיך נישט געטוישט" נאר מען האט געעפענט א סקול, אבער אונזער שיטה וואס די תפקיד פון א פרוי איז, במקומו עומד,
די פראבלעם איז עפעס וואס לויפט אונז נאך און וועט אונז האלטן און איין נאך לויפן...
איז געקומען איינער העלבראנץ, גראדע לפי עניות דעתי ""נישט קיין משוגענער"" (פארשטייט זיך מיט זיינע בעיות...) און ער זאגט כלל ישראל האט א פראבלעם מיט די וועלט, ממילא האט עטס געטוישט געוויסע זאכן למעשה... עטס לערנטס ענגליש צו באקומען פראגרעמס? איך דארף נישט קיין פראגרעמס... עטץ האטס א מיידל סקול ווי "יעדער" איינער? איך וועל גיין צט א פלאץ ווי עס איז דא א לאך אין די סיסטעם און מען דארף נישט לערנען מיט די מיידלעך, מ'וועט עס רופן האום סקולינג, עטס האטס א פראבלעם צט שלאגן אזוי ווי אין די גמרא'ס צייטן ווייל עטץ האטס מורא פון פאליס? איך האב א קולט און ס'וועט נישט אנקומען צי די פאליס, רופטס עס אן קולט רופטס עס אן שמולט, זאגטס אז מען שלאגט, און וועל מיר זאגן אז נישט,
און אונז? קענען זיך פארשטעקן דאס קאפ פאר בושה, ווייל אין פרינציפ האלטן מיר די זעלבע, נאר מיר ווילן לעבן א נארמאלע לעבן און נישט ארומפּעדלען די וועלט פאר א פלאץ... די גאנצע ארטאדאקסישע אידנטום האלט די זעלבע ווי העלבראנץ
איז לדעתי דאס די סיבה פארוואס מיר טראכטן אייביג אז לב טהור איז א קולט... פארוואס, כדי זיך צי אליינס פארדעקן און זיך באקוועם מאכן, נישט צי דארפן קלארשטעלן הלכות אויפן היינטיגן מצב, ווייל בעצם האלטן מיר די זעלבע, און זיך מאכן טראכטען אז ניין אונז קענען אזאלכע זאכן נישט טון...

מיטוואך יולי 19, 2017 6:13 am#379523
איך זע נישט וואס דער תורה איז דא שולדיג. ולא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל. ע"פ המגיד מדובנא
צוזאמן מיט די תורה האבן מיר געירשנט אסאך שגיונן. כדי צו אפהיטן די שגיונן, מאכען מיר אלס פרישע

מיטוואך יולי 19, 2017 8:45 am#379528
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
טרויבן,
זאגסט ריכטיגע נקודות, נאר דאס איז איז טאקע דער כח פון העלבראנץ, ער נוצט אויס די אומזיכערקייט זיך משתלט צו זיין.
און דאס איז דער חילוק צווישן אים און אנדערע עקסטרעמיסטן, בעת וואס ביי אנדערע איז דער מטרה זיין געטריי (וכמובן איז עס נישט ריין לשמה ובכל זאת) צום ראדיקאלער אפטייטש פון גאטס רצון, איז עס בײ אים און אין יעדער קאָלט נאר אן אמצעי און א בארעכטעגונג פאר זיין הערשאפט וואס דאס איז דער מטרה סופית.
און אוודאי האבן מנהיגים איבעראל הנאה פון שלטון, און געוויסע וועלן אפילו מאכן טריקס אויסצונוצן דעם סיסטעם להרבות שלטונם, וועט עס פארט זיין נאר באופן של רווח צדדי און נישט דער פונדאמענט פונעם סיסטעם.

מיטוואך יולי 19, 2017 8:47 am#379529
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
ביים ליינען די שמועס צווישען שלום און שלמה, איז מיר אריינגעפאלען אין קאפ דער געדאנק פון טרויבן88. למעשה קענען זיי מאכען א לאגישע סטעיטמענט וועגען די נצחיות פון תורה (דאס וואס ער זאגט וועגען די טעותים אין די ספרים איז אומלאגיש, טפשות׳דיג און מלא גאות ומדות מושחתות) און דער וואס קען עס נישט לאגיש אפווענדען איז מעגליך ידו על התחתונה. אפשר דארף מען עס יא אפווענדען נאר כדי זיך צו פארמיידען די פראבלעם.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטוואך יולי 19, 2017 8:57 am#379530
די שאלה איז וואס איז א קולט, און וואס איז רעליגיע.
לדעתי איז נישט א נפק"מ, נאר די חילוק צווישען לב טהור און אלע חסידות איז דאס טוהן עקסטרעמע זאכען אין די נאמען פין רעליגיע, רשעות און אכזריות, און יעדער איז מסכים צו די רשעות.
סקווירא? אוודאי איז סקווירא באגאנגען א שרעקליכע עוולה מיט ראטענבערג און אלע נרדפים דארט, און דער האלבע עולם דארט וואס האלט מיט זענען קולטיש, און סקווירא איז נישט אנדערש פין לב טהור אין דער געביט. והראי' אז די איינציגסטע חסידות אין אמעריקע וואס קען טוהן רשעות סיסטעמאטיש איז סקווירא. און איבער דעם גייען לב טהור ארויסגעפאלענע קיין סקווירא.
נאר סקווירא טוט עס נישט יעדען טאג.
אבער מען מוז נישט פארענטפערען סקווירא צו באשייגעצען לב טהור.
און יעדער פין אונז וואלט געגאנגען קיין סקווירא פאר לב טהור.
סקווירא איז נישט געבויט צו טוהן רשעות, לב טהור איז יא.

מיטוואך יולי 19, 2017 8:59 am#379531
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר דארף מען עס יא אפווענדען נאר כדי זיך צו פארמיידען די פראבלעם.
און אפשר דארף מען אויפהערן אונזערע שטותים כדי זיך צו פארמיידען די פראבלעם.
מיטוואך יולי 19, 2017 9:05 am#379533
והראי' אז די איינציגסטע חסידות אין אמעריקע וואס קען טוהן רשעות סיסטעמאטיש איז סקווירא. וואאאאאס
מיטוואך יולי 19, 2017 1:22 pm#379569
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
אישתישבי האט געשריבן:די שאלה איז וואס איז א קולט, און וואס איז רעליגיע.
לדעתי איז נישט א נפק"מ, נאר די חילוק צווישען לב טהור און אלע חסידות איז דאס טוהן עקסטרעמע זאכען אין די נאמען פין רעליגיע, רשעות און אכזריות, און יעדער איז מסכים צו די רשעות.
סקווירא? אוודאי איז סקווירא באגאנגען א שרעקליכע עוולה מיט ראטענבערג און אלע נרדפים דארט,
סקווירא איז נישט געבויט צו טוהן רשעות, לב טהור איז יא.
צי דעם האב איך מיך באצויגן, פארוואס ביסטו אזוי באקוועם מיט דיין חסידות, און סקווירא ליגט ביי דיר אין קאפ ווי דער קולט, און דערנאך איז עס לב טהור,
בסך הכל הלכה אויס האלסטו אויך אז לב טהור איז די מערסטע אידיש, און האבן גארנישט מיט עולם הזה, סא אפשר זענען זיי גערעכט?
מיטוואך יולי 19, 2017 1:51 pm#379572
מפוזרי האט געשריבן:טרויבן,
זאגסט ריכטיגע נקודות, נאר דאס איז איז טאקע דער כח פון העלבראנץ, ער נוצט אויס די אומזיכערקייט זיך משתלט צו זיין.
און דאס איז דער חילוק צווישן אים און אנדערע עקסטרעמיסטן, בעת וואס ביי אנדערע איז דער מטרה זיין געטריי (וכמובן איז עס נישט ריין לשמה ובכל זאת) צום ראדיקאלער אפטייטש פון גאטס רצון, איז עס בײ אים און אין יעדער קאָלט נאר אן אמצעי און א בארעכטעגונג פאר זיין הערשאפט וואס דאס איז דער מטרה סופית.
און אוודאי האבן מנהיגים איבעראל הנאה פון שלטון, און געוויסע וועלן אפילו מאכן טריקס אויסצונוצן דעם סיסטעם להרבות שלטונם, וועט עס פארט זיין נאר באופן של רווח צדדי און נישט דער פונדאמענט פונעם סיסטעם.
מפוזרי: ס'איז דא נאך אן אספעקט פון די לב טהור קולט וואס איז נישט אזוי שטארק ארויסגעהויבן געווארן אין די גאנצע דעבאטע. אבער ווער ס'פאלגט נאך די נייעס פון ארץ ישראל ווייסט אז די מעמבערס פון די קולט באשטייען רובם פון צובראכענע מענטשן. סיי אין זייער משפחה לעבן זענען זיי צושפליטערט. און סיי אין זייער רעליגיעזן לעבן זענען זיי אומזיכער. א גרויסער טייל פון זיי זענען בעלי תשובה וועלכע האבן פאר איין סיבה אדער אנ'אנדערע מחליט געווען צו אנהייבן א רעליגיעזן לעבנס שטייגער. נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי פרייע משפחות. און דא ליגט א טייל פון די רשעות און דער סוד פון הצלחה פון דעם קולט פיהרער שלמה העלבראנץ וועלכער האט געקענט מיט זיין כאריזמאטישע פערזענליכקייט צו ציען אזויפיהל אומשולדיגע נאכפאלגערס...!
זונטאג יולי 23, 2017 10:37 am#379935
מיטוואך יולי 26, 2017 12:46 pm#380397
טרויבן88 האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:די שאלה איז וואס איז א קולט, און וואס איז רעליגיע.
לדעתי איז נישט א נפק"מ, נאר די חילוק צווישען לב טהור און אלע חסידות איז דאס טוהן עקסטרעמע זאכען אין די נאמען פין רעליגיע, רשעות און אכזריות, און יעדער איז מסכים צו די רשעות.
סקווירא? אוודאי איז סקווירא באגאנגען א שרעקליכע עוולה מיט ראטענבערג און אלע נרדפים דארט,
סקווירא איז נישט געבויט צו טוהן רשעות, לב טהור איז יא.
צי דעם האב איך מיך באצויגן, פארוואס ביסטו אזוי באקוועם מיט דיין חסידות, און סקווירא ליגט ביי דיר אין קאפ ווי דער קולט, און דערנאך איז עס לב טהור,
בסך הכל הלכה אויס האלסטו אויך אז לב טהור איז די מערסטע אידיש, און האבן גארנישט מיט עולם הזה, סא אפשר זענען זיי גערעכט?
מיט וועלכע הלכה איז לב טהור מער אידיש ווי מיר?
סקווירא האט חטאים, סאטמאר האט חטאים וכו', יעדער האט, אבער דער סיסטעמאטישער אופן פין לב טהור מאכט זיי די ערגסטע, איז לאמיר זאגען אז סקווירא האט א פראבלעם, און טאמער מען קען אינטערברענגען די רשעות דארט וואלט זיכער געווען בעסער, אבער לב טהור איז פיל ערגער ווייל אין לב טהור ווערען פארפייניגט מער מענטשן ווי אין סקווירא, על אף וואס לב טהור באשטייט פין פערציג משפחות און סקווירא פין טויזענט.
מיטוואך יולי 26, 2017 12:47 pm#380398
און צום שלוס, דער טאכטער וואס איז געשטארבן קען זיין אז זי איז גע'הרג'עט געווארן, און סקווירא איז נישטא אזעלכע ספיקות.
מיטוואך יולי 26, 2017 1:08 pm#380411
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
אישתישבי האט געשריבן:און צום שלוס, דער טאכטער וואס איז געשטארבן קען זיין אז זי איז גע'הרג'עט געווארן, און סקווירא איז נישטא אזעלכע ספיקות.
ווייל אויב מיר נעמען אן אז די תפקיד פון די וועלט איז נאר זיך אנציגרייטן צי עולם הבא, טוט דאס העלבראנץ און אלע אנדערע זאכן זענען א טפל
מיטוואך יולי 26, 2017 4:56 pm#380436
טרויבן88 האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:און צום שלוס, דער טאכטער וואס איז געשטארבן קען זיין אז זי איז גע'הרג'עט געווארן, און סקווירא איז נישטא אזעלכע ספיקות.
ווייל אויב מיר נעמען אן אז די תפקיד פון די וועלט איז נאר זיך אנציגרייטן צי עולם הבא, טוט דאס העלבראנץ און אלע אנדערע זאכן זענען א טפל
און די תורה שטייט וחי בהם מ'דארף לעבן און אכטונג געבן אויפן גוף און נישט ג'יין צו א מדינה וואס איז נישט דא קיין נארמאלע לעבן אומשטענדן , לעבן ווי א נארמאלע מענטש איז נישט קיין סתירה צו זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא
דאנערשטאג יולי 27, 2017 7:37 am#380493
[quote="ליטוואק פון בודאפעסט"]ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה,
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:27 am#380498
קומזיץ האט געשריבן:און די תורה שטייט וחי בהם מ'דארף לעבן און אכטונג געבן אויפן גוף און נישט ג'יין צו א מדינה וואס איז נישט דא קיין נארמאלע לעבן אומשטענדן , לעבן ווי א נארמאלע מענטש איז נישט קיין סתירה צו זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא
גערעכט אבער אין די תורה שטייט נישט נאר 1 מצוה וחי בהם עס שטייט דארט נאך 612 מצות ווואס בערך 300 מצות זענען נוהגות בזה הזמן איז טאמער ווילסטו רעדן וועלכע מצוות מקיים זיין ערשט אדער וועלכען איז א סתירה מיטן אנדערן (טאמער עס איז דא) קען מען עפענען פאר דעם א נייען אשכול.
(בדרך אגב לעבן אין גוואטעמאלא איז לכאורה אויך נישט קיין סתירה מיטן זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא חוץ אויב די נפטרת איז דיר געקומען און חלום מודיע זיין אז זי איז נישט אין עוה"ב ווייל זי האט נישט געוואוינט כל ימי חייה אין ד USA
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:31 am#380499
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ...ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה, ...
Sk
אנטשולידגט בכלל פארן זיך דא אריין מישן אלץ א נייער ניק דא אין ק"ש אין אזא הייסען טעמע און בפרט פארן זיך פארמעסטן מיט אזא תלמיד ותיק ווי ר' ליטוואק אבער איך מוז דיר אונמערקן אויף דיין שטיקל\גרויסן טעות איך האף אז עס איז נאר א טעות דפוס. ווייל ווי פארשטייט זיך אז עס פאסט נישט פאר אזא איר אלטער שרייבער ווי אייך דא צו סתם מאכן אזעלעכע גרייזן און קיין באדייט.
און אם סארי במחילת כבודך אבער ערשטנ'ס פאר איך צו נעם יעדע ווארט וואס איר האט דא געשריבן אום אריינטראכט וואס איר שרייבט (הגם איך פארשטיי אביסל דיין סברה אז במילא שרייבט מען דא אויף לב טהור און בפרט אז מען שרייבט נעגאטיוו וועם גייט און וואס מען שרייבט און ווי אזוי מען שרייבט אבי מען האקט) אבער... קודם באצי איך זיך צו דעם אויסדרוק: אז צו שרייבן די ווערטער "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער וועלט און די מסורה" איז אזוי ווי צו שרייבן: "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דער גוי און די איד," אדער ווי איינער זאגט: "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען די בעל הויואל משה און די ציונים," אדער בעסער געזאגט ווי איינער שרייבט: "ווען איינער איז לכתחילה גרייט אנצופייפען דעם אייבערשטן און יושקע".
אזוי ווי די זענען די פונקט פארקערטע פונעם אנדערן די זעלבער איז "די וועלט און די מסורה" (איך ווייס נישט וואס די מיינסט די מסורה אבער לויט פשוט פשט זענען זיי) די אפאזיט איינער פונעם אנדערן כנראה בימינו אז אלע וואס "פייפן נישט און די מסורה פייפן געווענדליך און די וועלט" און אלע וואס "פייפן יא און די מסורה פייפן געווענדליך נישט און די וועלט" נאר אדרבה זיי זענען טאקע "די רוב וועלט"
במחילה מראש
להתודע
דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:52 am#380503
להתודע האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:און די תורה שטייט וחי בהם מ'דארף לעבן און אכטונג געבן אויפן גוף און נישט ג'יין צו א מדינה וואס איז נישט דא קיין נארמאלע לעבן אומשטענדן , לעבן ווי א נארמאלע מענטש איז נישט קיין סתירה צו זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא
גערעכט אבער אין די תורה שטייט נישט נאר 1 מצוה וחי בהם עס שטייט דארט נאך 612 מצות ווואס בערך 300 מצות זענען נוהגות בזה הזמן איז טאמער ווילסטו רעדן וועלכע מצוות מקיים זיין ערשט אדער וועלכען איז א סתירה מיטן אנדערן (טאמער עס איז דא) קען מען עפענען פאר דעם א נייען אשכול.
(בדרך אגב לעבן אין גוואטעמאלא איז לכאורה אויך נישט קיין סתירה מיטן זיך אנגרייטן לחיי עולם הבא חוץ אויב די נפטרת איז דיר געקומען און חלום מודיע זיין אז זי איז נישט אין עוה"ב ווייל זי האט נישט געוואוינט כל ימי חייה אין ד USA
כל היוצא מארץ ישראל (מה NY -NJ \USA) לחוצה לארץ (לגוואטעמאלא \ מעקסיקא \דריטע וועלט) בזמן בהמ"ק (מלכות טראמפ \ אובאמא) אין לו חלק (בהקעטסקיל'ס \קאנטרי \) לעוה"ב (של האייסקרים טראק \ סווימינג פאל\ שבת נחמו טריפ)
דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:50 am#380510
הרב ATUB @להתודע ATUB ווארשיינדליך האט איהר נישט פארשטאנען וואס איך האב געשריבען. איינער וואס איז באגרעניצט מיט עפעס, אפגערעדט וואס, איז ער שוין נישט קיין פרא אדם. ווען ער איז באגרעניצט אי מיט די מסורה אדער די וועלט, די צוויי הפכים, מאכט נישט אויס, איז ער שוין באגרעניצט און נישט קיין ווילדע חיה. דאס דבר והיפוכו איז גאר געווען מיין מכוון.
יעצט טראכט איבער דיין גאנצע ביקורת צו דו מאכסט די זעלבע גרייז. נייע ניקס, אדער אלטע ניקס מיט נייע נעמען, מאכען אויך צומאל גרייזען.

זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:43 am#381450
זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.

זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:06 pm#381453
"אחי ורעי". לענ"ד די חילוק פון שלמה העלבראנץ'ס קולט און אלע אנדערע היינטיגע חסידות'ן איז נישט אזא גרויסע חילוק, נאר דאס איז %100 א קולט און אנדערע חסידות'ן זענען %70 קולט און %30 א פארטיי.
דהיינו, רובא דרובא היינטיגע חסידים האבן אויפגעגעבן %100 זייער אייגענע שכל פאר א יחיד/מאוומענט, צי פאר א "רבי שליט"א" צי פאר א "רבי זי"ע", און לעבן אונטער אן השתלטות פון זייער מאוומענט (חסידות).
נאר די חילוק איז, שלמה העלבראנץ'ס קולט האט נישט געהאט קיין שום עבר פון קיין אמת'ע ערליכע איד, האט ער טאקע געהאט נאר א קליינע עולם און ער האט געטוען מיט זיי וואס ער האט געוואלט, משא"כ רוב אנדערע חסידות'ן האבן זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע ערליכע אידן וואס זיי האבן זיך בכלל נישט משתלט געווען אויף קיין אידן, נאר פארקערט, די אידן זענען געקומען פון זיך אליין צום רבי'ן און מען האט זיך שואל עצה געווען און מען האט זיך געווארעמט ביי זיין טיש און זיינע תפילות, און צעביסלעך האט זיך עס אנגעהויבן אויסצופארעמען ווי א קולט, צי וועגן מען האט געפרעדיגט אמונת צדיקים (פארשטייט זיך נאר אין יענע רבי פון יענע חסידות) צי מען האט געפרעדיגט א שיטה הקדושה אז נאר זיי זענען ערליכע אידן און די גאנצע וועלט נישט (כידוע אז מיט די 2 זאכן האט שלמה העלבראנץ געפארעמט זיין קולט, מען קען עס זעהן אויף זייער תקנות הקהלה). און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.
נישט אומזיסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזשינער זי"ע אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אז א רבי וועט פארן אויף א וואגן מיט אן אשת איש און די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.

זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:38 pm#381457
קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:44 pm#381470
אישתישבי האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
די מימרא איז נישט היינט געבוירען
אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזעלכע סארט רעביס איז געווען א צאנזער רב לדוגמא וואס האט זיך געשטעלט פון די אנדערע זייט, היינט שטופן די חברה דעם וואגן, קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:57 pm#381508
איש את רעהו האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:קיינמאל נישט געהערט די מימרא, אבער רעביס פושעים איז אייביג געוועהן.
די מימרא איז נישט היינט געבוירען
אמאל ווען עס האט זיך געמאכט אזעלכע סארט רעביס איז געווען א צאנזער רב לדוגמא וואס האט זיך געשטעלט פון די אנדערע זייט, היינט שטופן די חברה דעם וואגן, קיינער שטייט זיי נישט אין וועג.
איש את רעהו: זיי דיך מודה. דו האלטסט אז דער ארוני רעבע איז א שייגעץ און ווער שמועסט נאך דער בעלזער. ער איז שוין א פאר דורות א משומד, רח"ל...! נאר אונזער רעבע דער זאאולי'קא שליט"א ביי איהם שטייט איין דער אמת.. די אלע אנדערע זענען פון די סיטרא אחרא...!
זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:18 pm#381512
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
דע שלשלת וואס דו מאכסט פון די חסידות'ר ניטורי קרתא, סאטמאר, וויזשניץ, בעלז וכדומה איז דוקא אין דע רייע, אדער ס'קען צוריק צו וועגס אויך??Chasidishmashpia האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.

מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:52 am#381541
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דע שלשלת וואס דו מאכסט פון די חסידות'ר ניטורי קרתא, סאטמאר, וויזשניץ, בעלז וכדומה איז דוקא אין דע רייע, אדער ס'קען צוריק צו וועגס אויך??Chasidishmashpia האט געשריבן:זייער גוט געזאגט ליידער ואוסיף מה שמרגלא בפומי לומר לכל הסרים למשמעתי, אז יעדע איינער לפי זיין רעליגיע און גלויבונג מיינט אז ער איז דער אוטענטישע יוד און דער וואס איז פרומע ווי אים איז פאנאטיש און דער וואס איז אפענע און ליבעראלע ווי אים איז א שגץ ר''ל.
דער ניטורי קרתאניק האלט אז העלבראנץ איז פאנאטיש און סאטמער זענען שקצים.
דער סאטמערע האלט אז ניטורי קרתא איז פאנאטיש און וויזניץ זענען שקצים.
דער וויזניצער האלט אז סאטמער איז פאנאטיש אין בעלזא זענען שקצים.
די בעלזע האלט אז וויזניץ איז פאנאטיש און ליובאווישט זענען שקצים.
די ליובאוויטשע האלטן אז בעלז איז פאנאטיש און מאדערן אורטאדאקס זענען שקצים.
מאדערן ארטעדאקס האלטן אז ליובאוויטש זענען פאנאטיש און די רעפארמע זענען שקצים.
די ריפארמער האלטן אז מאדערן ארטעדאקס זענען פאנאטיש אין די עיטיעסטס זענען שקצים.
הצד השוה שבהם וכו'....
נ.ב. די קהילות וואס איך האב אויסגעלאזט איז נישט בדווקא נאר מחוסר מקום על דרך תן לחכם ויחכם עוד.
הפך בה והפך בה -באופן הפוך על הפוך- דכולה בה...
מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 12:48 pm#416621
קריאה מעורר את הזמן.
אויף א סקעיל פון איינס ביז צען. איינס איז זייער ליבעראל און צען איז קיצוני:
העלבראנץ איז ביי נומער 10
חסידים זענען ביים נומער 9

מיטוואך נאוועמבער 14, 2018 1:35 pm#416623
איך האלט אז עטלעכע חסידישע קהילות זענען א 6, אבער ווי נעמסטו די ברייטקייט צי צוזאמווארפען אלע חסידים אלס א 9
פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 5:04 pm#419510
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
א גוט שטיקל פון Russia Today, וואס האט מיר דערמאנט פון די וואס פארגלייכן אונז אלע צו לב טהור.
m https://m.youtube.com/watch?v=MpAgXc4Z02E m

זונטאג דעצעמבער 23, 2018 11:12 am#419608
פרייוויליג האט געשריבן:אויף א סקעיל פון איינס ביז צען. איינס איז זייער ליבעראל און צען איז קיצוני:
די goalpost וואו איז דער איינס און וואו איז דער צען לייגט אידער לויט זיין קעשמאק.
דינסטאג מאי 07, 2019 12:03 am#429800
א רייכער דאקומענטארי איבער די חרדים קולט.
ער נוצט די BITE מאדעל אויף צו דייאגנאזן חרדיזם. די BITE מאדעל איז דעוועלאפט דורך סטיוו חתן א אידישער פיכאלאג פון ספרדישן אפשטאם און עס איז היינט די אנגענומענע סטאנדארד אין די מעדיקל וועלט און גאווערמענט אויף צו דייאגנאזן א קולט ווי שטארק שעדליך עס איז.
חלק א

זונטאג מאי 12, 2019 10:43 pm#430279
בקיצור נאך א שוטה וואס פראבירט צו מאכן אפאר דאלער אויף אונזער רוקן.
אבער אויב די נארישקייט הייסט ביי דיר 'רייך' האב איך פשוט רחמנות אויף דיר.

מאנטאג מאי 13, 2019 3:16 am#430303
די ערשטע חלק איז זייער אינטערסאנט, טאקע ווייטאגליך, דער אמת טוט אסאך מאל וויי אבער אוועקמאכן העלפט נישט.
די צווייטע חלק איז היבש נישט צום דבר. כ'רעד וואס איז נוגע די BITE מאדעל.

דינסטאג מאי 14, 2019 8:04 am#430417
Re: פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
אחד העם: עס איז טאקע אביסקעלע שפעט צו ענטפערן דיין קאמענט און אויפרייס אויף הוגה. אבער הוגה האט קלאר געשטעלט ביי די ענדע פון זיין קורץ אבער איבער צייגענדע ווערטער אז אוואדאי איז עס נישט ממש אייניג "אבער מיר מיט דרגה פון אפנקייט" טוהן מיר דאס זעלביגע מיט אונזערע ווייטערדיגע דורות.אחד העם האט געשריבן:@הוגה האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך @הוגה חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא
זול דוק ותשכח.
Sent from my SM-N960U using Tapatalk
דינסטאג מאי 14, 2019 9:59 am#430434
ביבער האט געשריבן:די ערשטע חלק איז זייער אינטערסאנט, טאקע ווייטאגליך, דער אמת טוט אסאך מאל וויי אבער אוועקמאכן העלפט נישט.
די צווייטע חלק איז היבש נישט צום דבר. כ'רעד וואס איז נוגע די BITE מאדעל.
די צישטעל צי די BITE מאדעל איז די גרעסטע joke און קינדיש.
דינסטאג מאי 14, 2019 5:39 pm#430473
הקטן האט געשריבן:די צישטעל צי די BITE מאדעל איז די גרעסטע joke און קינדיש.
זיי דיר אביסל מסביר ביטע
דינסטאג מאי 14, 2019 9:06 pm#430490
מיר איז די בעסטע געפאלען ווי זי איז זייער סורפרייזד אז דוד המלך האט עקזיסטירט.
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 1:23 am#486665
diff האט געשריבן:איך זע נישט וואס דער תורה איז דא שולדיג. ולא אותי קראת יעקב כי יגעת בי ישראל. ע"פ המגיד מדובנא
צוזאמן מיט די תורה האבן מיר געירשנט אסאך שגיונן. כדי צו אפהיטן די שגיונן, מאכען מיר אלס פרישע
אזעלכע זאפטיגע @טרויבען88 שוין לאנג נישט געהאט
דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 9:40 am#486676
חיים'ס ישיבה האט געשריבן:"אחי ורעי". לענ"ד די חילוק פון שלמה העלבראנץ'ס קולט און אלע אנדערע היינטיגע חסידות'ן איז נישט אזא גרויסע חילוק, נאר דאס איז %100 א קולט און אנדערע חסידות'ן זענען %70 קולט און %30 א פארטיי.
דהיינו, רובא דרובא היינטיגע חסידים האבן אויפגעגעבן %100 זייער אייגענע שכל פאר א יחיד/מאוומענט, צי פאר א "רבי שליט"א" צי פאר א "רבי זי"ע", און לעבן אונטער אן השתלטות פון זייער מאוומענט (חסידות).
נאר די חילוק איז, שלמה העלבראנץ'ס קולט האט נישט געהאט קיין שום עבר פון קיין אמת'ע ערליכע איד, האט ער טאקע געהאט נאר א קליינע עולם און ער האט געטוען מיט זיי וואס ער האט געוואלט, משא"כ רוב אנדערע חסידות'ן האבן זיך אנגעהויבן מיט אמת'ע ערליכע אידן וואס זיי האבן זיך בכלל נישט משתלט געווען אויף קיין אידן, נאר פארקערט, די אידן זענען געקומען פון זיך אליין צום רבי'ן און מען האט זיך שואל עצה געווען און מען האט זיך געווארעמט ביי זיין טיש און זיינע תפילות, און צעביסלעך האט זיך עס אנגעהויבן אויסצופארעמען ווי א קולט, צי וועגן מען האט געפרעדיגט אמונת צדיקים (פארשטייט זיך נאר אין יענע רבי פון יענע חסידות) צי מען האט געפרעדיגט א שיטה הקדושה אז נאר זיי זענען ערליכע אידן און די גאנצע וועלט נישט (כידוע אז מיט די 2 זאכן האט שלמה העלבראנץ געפארעמט זיין קולט, מען קען עס זעהן אויף זייער תקנות הקהלה). און אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער.
נישט אומזיסט שרייבט הגה"צ ר' אשר זעליג מרגליות זי"ע בשם די הייליגע ריזשינער זי"ע אז פאר משיח וועט קומען וועט זיין אז א רבי וועט פארן אויף א וואגן מיט אן אשת איש און די חסידים וועלן שרייען קדוש קדוש.
דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט נאך צוגעלייגט..."אום שבת קודש"...וכו'...!