Under maintenance
הויפט זייט » קאווע שטיבל • פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?

קאווע שטיבל • פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
99 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5318
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 1:58 pm#165370
פרשת העלבראנץ - מיט וואס זענען מיר אנדערש?
די גאנצע וועלט איז אויף מיט די העלבראנץ פרשה. דא אין ק"ש האלט שוין די העלבראנץ אשכול ביי עלעוו בלעטער. אין בית המדרש און אויפן גאס שמועסן מענטשן מיט פארזארגטע פנימ'ער און פארקנייטשטע שטערנס. "האט מען זיי שוין געפונען? זענען די מיטגעמאכטע פרויען שוין באפרייט פון העלבראנצ'ס שווארצע נעגל? האט די סאשעל סערוויסעס מצליח געווען צו באפרייען די פארפייניגטע קינדער? עס כאפט א שוידער אין די ביינער צו טראכטן אז אין 2013 זאל אזא פארברעכן קענען פארקומען אויף אזא פארנעם, און דורך די וואס דארפן צו זיין דאס הייליגסטע און פרומסטע וואס די וועלט פארמאגט."

נעכטן שוקט מיר איינער אין אישי, "נו, וואס האסטו צו זאגן אויף די העלבראנץ פרשה, וואס האלטסט דו?" איך האלט גארנישט בנוגע העלבראנץ וכת דיליה. מען רעדט דא פון א גרופע פון אפשר דרייסיג משוגעים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן לעבן אזא צודרייטע לעבן. עס גייט מיר פונקט אזוי פיל אן ווי עס גייט מיר אן עני אנדערע סעקטע אדער גרופע פון משוגעים. איך פיל שלעכט פאר די וואס זענען דארט שלא מרצונם, און איך האף אז זיי קענען געפונען א וועג ארויס. אבער ס'נישט מיין דאגה מער ווי אן עקסטרעמע קריסטליכע, מוסלמענער אדער אמיש סעקטע איז. די לב טהור כת האט אין מיינע אויגן גארנישט מיט יהדות, קוים וואס עס ענדלט דערין אביסל וזהו.

וואס יא, עס קומט מיר פאר זייער איראניש די וועג ווי אזוי אנשי שלומנו זענען אויפגעשאקלט פון די געפערליכע שמועות וואס מען הערט אויף די העלבראנץ חברה, זיי זענען גאר אויפגעשוידערט. עס קומט מיר אסאך מאל צו לאכן ווען איך הער ווי מענטשן דא רעדן דערפון מיט א סארט פאראיבל און פאראכט כאילו זיי וואלטן קיינמאל געטון אזעלכע זאכן. מורי ורבותי, ס'איז צייט זיך צו קוקן אין שפיגל, מישן די אייגענע טאפ אביסל, און מקיים זיין די קשוט עצמך. לאמיר נעמען די טענות איינס אויף אמאל.

העלבראנץ טוט ברעינוואשן זיינע חסידים.
אבער משא"כ ביי אונז אין סאטמאר לאזט מען יא אלע טראכטן פאר זיך. מיר ברעינוואשן נישט קיינעם. מיר געבן נאר איבער די פאקטן און מיר לאזן יעדער איינעם מאכן זייער אייגענע החלטות. מיר רעדן נישט איין אונזערע קינדער אז אונזערע רביס האבן געהאט הימלישע כוחות כדי זיי זאלן מקבל זיין זייער מרות אן קיין שאלות. מיר פארמאגן נישט קיין מנהיגים וואס מאכן שטיק ביים דאווענען אדער ביים ליינען קוויטלעך וכדומה אלץ א קאנווינסינג מעקאניזם. מיר לאזן אריין אלע ספרים און דעות, נאר א יעדער וועהלט למעשה אויס אונזער דרך ווייל עס איז די אמת.

מען שלאגט די קינדער מיט אייזערנע ווייערס.
איין יונגערמאן האט געקאכט אין בית מדרש מיט דעם טענה. "איר הערט א מעשה? זיי זענען ערגער ווי די נאציס! ווי אזוי טוט מען אזאנס צו קינדער? וואו איז זייער הארץ? מען מוז איבער דרייען וועלטן ביז סאשעל סערוויסעס נעמט צו אלע קינדער!" האלא, יונגערמאן, בארואיגט אייך. מיר אלע געדענקען גוט די הילכיגע פראסק וואס דו האסט אראפ געלאזט פאר דיין זון לעצטע חוה"מ סוכות אין בית המדרש. עס איז טאקע נישט מיט קיין ווייערס אבער דו ביזט פארט פונקט אזא רוצח. און וואס איז מיט די מלמדים וואס טיילן מערדערליכע קלעפ פאר קינדער, אדער שרעקליכע עונשים צו פייניגען און דערנידערן קינדער. לאמיר רופן סאשעל סערוויסעס אויף זיי. וואס איז מיט א סיסטעם וואס איז אויסגעשטעלט צו מאכן קינדער ארום גיין מיט שרעקליכע גילט געפילן טאג און נאכט צוליב דעם וואס זיי האבן געטון עפעס גאר נאטירליך וואס א יעדע קינד אין די וועלט האט א רעכט צו טון. מיט וואס פאר א רעכט האט די גרעסטע צדיק אין די וועלט רשות צו מקדיש זעקס גאנצע וואכן א יאר צו אינדאקטראנעיטען די שטותים אין יונגע קינדער? פארוואס איז עמאציאנאלע פיין מער אקצעפטבאר ווי פיזישע פיין?

זיי האבן נישט קיין חדר אדער שולע, זיי גיבן נישט קיין שום עדזשוקעישאן פאר די קינדער.
אבער מיר וואלטן דאס קיינמאל נישט געטון. מיר וואלטן קיינמאל נישט אפגעהאלטן וויכטיגע עדזשוקעישאן וואס עס פעלט אויס פאר אונזערע קינדער. דאס איז א ריכטיגע פארם פון ברעינוואשן און האלטן זיינע חברה אנגעהאנגן און אנגעוויזן אין אים און אין זייער קהלה. משא"כ אונז, מיר טוען גארנישט צו האלטן די קינדער אנגעוויזן און אריינגעשפארט לעולם ועד. פאר דעם קומען אונזערע קינדער ארויס פון אונזער חינוך סיסטעם אזוי עדזשוקעיטעד סיי מיט תורה און סיי מיט חכמה. פארדעם קענען אסאך פון אונזערע קינדער ניטאמאל עפענען א באנק אקאונט. זיי ווייסן נישט זייער אייגענע געבורטס-טאג און זיי קענען נישט חתמ'נען זייער אייגענע נאמען.

העלבראנץ צווינגט שידוכים, און ער איז מחליט ווער זאל זיך גט'ן.
משא"כ ביי אונז "צווינגט" מען נישט. מיר האבן א געוואלדיגע אויסגעהאלטענע שידוכים סיסטעם. מען ווארט ביז מען איז שוין אכצן יאר אלט, מען קען שוין מאכן "אייגענע" החלטות מיט וועמען מען וויל חתונה האבן. מען גייט ארויס א גוטע איין צוויי מאל, מען שמועסט אויס אלע "וויכטיגע" זאכן, ווי לדוגמא וויפיל געשוויסטער מען האט, וויפיל פעטערס און מומעס וכו'. די עלטערן האבן נישט קיין say in the matter בכלל. און ביי אונז איז נישט דא בכלל דער מושג פון נישט-צוגעפאסטע פארפעלקער. אויך בנוגע גיטין, ביי אונז איז נאך "קיינמאל" געווען א גט וואס איז געווען אינפלוענסד דורך רבנים? איך ווייס אז עס געשעהט נישט אפט, אבער עס געשעהט, איך אליין ווייס פון צוויי. די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויף א וועג אז דאס מוז געשעהן מזמן לזמן.

וואס איז מיט די מאדנע קליידער וואס זיי טראגן? ממש ווי אין א קאלט.
מיר האבן שוין אמאל געשמועסט פון דער טעמע. מיר זענען אלע מאדנע. ביי אונז זעהט אויס שמאטעס ארום די גאנצע גוף מאדנע. ביי די גאנצע וועלט זעהט א שטריימל און בעקישע אדער א הוט און רעקל פונקט אזוי מאדנע. און לאנגע ברייטע טונקעלע בגדים מיט אן ארומגעבינדענע קאפ איז בכלל נישט אין סטייל, ספעציעל ווען עס איז 90-100 דעגרי אינדערויסן. צווינגען קינדער נישט צו גיין מיט קורצע ערמל אין די זומער, אדער אז זיי מוזן גיין מיט קעצי גלעזער, אדער מיידלעך מיט דיקע שטרימפ און טונקעלע בגדים איז פונקט אזוי בארבאריש ווי צווינגען צו טראגן א בורקע. ספעציעל ווען דאס צווינגען ווערט געטון אויף אן אופן וואס שפילט אויף די אינערליכע געפילן.



איך ווייס אז איך האב געשריבן אביסל עקסטרעם און שארף, אבער איך מיין אז די נקודה איז קלאר. צדיקים פלעגן זאגן "אל אמונה ואין עול". אז ווען די באשעפער שטראפט איינער ליידט קיינער פאר גארנישט. ווען די משפחה פון א קענסער פאציענט ליידט, איז א יעדע טראפעלע פיין פון א יעדע באטראפענע אויסגערעכנט. וממילא אויב הערט איר א שלעכטע בשורה, למשל אז א יונג ווייבל איז אוועק אין אן עקסידענט, און עס טוט אייך וויי, דארפט איר וויסן אז מען וויל עפעס פון אייך אויך.

ווען מיר הערן איבער די העלבראנץ פרשה, און אונזער הארץ בליטיגט פאר נעבעך די אומשולדיגע פארכאפטע נשמות מוזן מיר געדענקען אז די באשעפער האט אונז נישט געשוקט דער מעשה אונז וויי צו טון פאר גארנישט. די באשעפער וויל אז מיר זאלן מאכן א חשבון הנפש. לאזן מיר אונזערע ווייבער און קינדער געפייניגט און געפירט ווערן ביי די נאז מיט זאכן וואס האט גארנישט מיט אידישקייט, נאר מיט תאוות השררה? האבן מיר א יד און צו לאזן קאלט-סטייל אקטיוויטעטן און אינדאקטרענעישאנס במחנינו? זענען מיר פיל בעסער ווי העלבראנץ?

עס איז שוין הויך צייט צו מאכן אן ערענסטע חשבון הנפש, און מסלק זיין די עושי עוולה.



.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:14 pm#165371
ATUB @הוגה ATUB האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך ATUB @הוגה ATUB חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:18 pm#165372
OUCH!! אזוי אמת און שרעקעדיג!

קוק ווי זיינע חברה זענען איינגערעדט אז זייער רבי איז די איינציגסטע צדיק און יעדער אנדערש איז אפגעפרעגט. סאונדס פאמיליער?

קוק ווי קיינער טאר נישט האבן קיין שום עקסעס צו מענטשן פון אינדרויסן - נאר די עומד\ים בראש. כ'מיין כ'האב שוין געהערט אמאל פון אזא זאך, און דווקא נישט פון די ווייטע מאנטריאל...

זייער גוט ארויס געברענגט אן אמת'דיגע, ווייטאגליכע פאקט! ה' ירחם עלינו!

אחד העם האקט, כ'מיין אז די בראד פוינט זייינע איז אז איידער גיין פאררעכטן אפאר משוגעים פון אנטעריאו, קאנעדא, הייב אן צו קעיר נעמען פון די טויזענטע פראבלעמען עמנו בבית
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:19 pm#165373
דעס אליין אז דו קענסט טראכטן פון פלענער און זוכן עצות זיך צו העלפן האלטסטו שוין בעסער פון זיי ווייל זיי קענען דאס אויך נישט........
אבער דיין ארבעט איז נישט אומזיסט לייקס וועסטו באקומען לרחצה
דיינע פוינטס זענען דאך עטוואס גערעכט ע"כ וועל איך דיר אויך לייקן
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:23 pm#165374
ודי למבין האט מיר אויסגכאפט מיטן גיבן די ערשטע לייק.
הוגה - כל מילה פנינה. דו ביסט 100% גרעכט.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:44 pm#165376
הוגה, כ'בין נישט מסכים צי דיין צישטעל, מיט דעם חשבון קענסטע זאגען אז אפילו די אלגעמיינע גאס טוט די זעלבע, די מידיא ברעינוואשט דעם עולם, די גאנצע ביזנעס אינדערסטרי ניצט כל מיני עמאשענעל טריק צי מאכען מענטשען קויפען זאכען, אין אזוי ווייטער,

ס'איז אזוי ווי די זאגטס, יענער האט איינער דערטראנקען אין וואסער, נו מיילא אונז גיימער אויף אין מקוה, אקעי נישט ממש דערטרענקען אבער דאך ס'אויך וואסער, קשוט לעצמך ....

יעדער עסט יעדער טרונקט יעדער שלאגט אביסעל, יעדער ברעינוואשט אביסעל... די אלגעמיינע גאס אויך, אין אזוי ווייטער, אוודאי איז וואס צי מתקן זיין אין מען דארט שטרעבען צי ווערען בעסער, אבער די העלבראנץ פראבלעם איז אז זיי נעמען אלעס צי א משוגענע עקסטרעים וואס זיי ווערען ערענסט בארירט, די רעדסט פין סאטמאר, 80% וואקסען אויף נארמאל נאכדעם האסטע צען פראצענט משוגעין אין צען פראצענט עקסטרעמיסטען אין נאכדעם דארפסטע נאך וויסען וויפעל דערפין איז די חינוך שולדיג,

כ'זאג נישט ס'טאקע דא געוויסע חסידות'ן וואס גייען צי א עקסטרעים אין ס'טויג טאקע נישט דארט די מצב, אבער די מערהייט היימישע קהילות זענען מער ווייניגער נארמאל,

אין ווען דיין זעקס וואכען פראבלעם.... שוין... מען דארף וויסען וויזוי צי מחנך זיין דערצי, נישט עס מאכען פאר א באגי מען, אבער נישט זאגען יא ס'נארמאל ס'גארנישט, ניין ס'נישט גארנישט, ס'איז גוט צי זיין ריין פין זינד, נאר מען דארף וויסען וויזוי, וה' הטוב יכפר
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 2:59 pm#165378
חבקוק - מיין משוגע איז נישט די זעלבע ווי דיין משוגע. איך האלט אז רוב חסיד'ישע/היימישע קינדער וואקסט יא אויף משוגע און אומנארמאל.
איז אונזער לבוש נארמאל?
די צאל פון קינדער?
די גיל הנשואים?
די בליעף סיסטעם? (חסידישע און ליטווישע)
די ארבייטס גרייטסקייט?
די וועג פון אויפנעמן רבנים?
די קרוינונג פון מרן'ס און רשכבה"ג'ס?
די פארהיילינגונג פון די פריערדיגע?
די התייחסות צו דברים שהצנעה יפה להם?
די מושגים פון בין אדם לחברו?
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:01 pm#165379
אחד העם האט געשריבן:@הוגה האסט מיר אנטוישט, געווענליך ביסטו דער וואס רעדט און א נושא נאר נאך וואס ביסט קלאר און די פאקטען, דיין זיין אומוויסענד און די פרטים פון העלבראנץ, שרייט ארויס פון יעדע אות און יעדע קאמע, און פון דיינע צו שטעלער וייזט זיך אויס אז עס הערשט ביי דיר א גרויסער צומישעניש און די פאקטען, עס קוקט מיר אויס האסט געהערט האלבע ווערטער דא און דארט און דן געווען, אין זה מדרכי החכמה, חזור בך @הוגה חזור בך.
דאס אז די פאקטען פון אונזער פראבלעם וואס די האסט ארויסגעברענגט, איז אמת, ווייזט נאך נישט אז דיין צושטעל צו העלבראנץ, איז געווען א שכל'דיגער, וכן בנוגע הדמיון העלבראנץ להנאצים, ולדמות אלו לאלו, דרך כסילים הוא

דער בעש"ט הקדוש האט אמאל געטראפן א איד איז מחלל שבת ה"י. האט ער אנגעהויבן בודק זיין און מפשפש זיין במעשיו, ווייל אז ער האט עפעס געזעהן, איז עס פון זיך אליין. כל הפוסל במומו פוסל. האט ער אזוי לאנג מפשפש געווען ביז ער האט געטראפן אז ער האט געהערט א שטיקל בזיון אויף א ת"ח וואס איז בחינת שבת און ער האט תשובה געטאן דערויף.
לויט דיינע ווערטער, איז דאס יא א צושטעל?... אלא מאי, הוגה'ס נקודה איז געווען, קוק אין דעם אספעקט, עס טוט דיר וויי אז יענער איז געשלאגן אין א געוויסע הינזיכט, מאך א חשבון הנפש צי דו האסט נישט א ניצוץ פון די זעלבע עוולה.

נישט אז איך גיי בארעכטיגן יעדע ווארט פון הוגה (איים סארי, איך טו עס רעספעקטפול!), אודאי איז עס נישט ממש קיין פארגלייך צו העלבראנץ, און לגבי 'די 6 וואכן פראבלעם' איז דאך נישט קיין היינטיגע סיסטעם זאך, דאס שטאמט דאך שוין מדורי דורות ולמעלה בקודש פונעם הייליגן אר"י הקדוש און איך קען נישט הערן רעדן מיט א ביטול אקעגן א מנהג פון אזא צדיק וקדוש (כ'קען נאך ח"ו טרעפן נעקסטע וואך א איד מחלל שבת זיין..) וואס האט געשאקעלט וועלטן און אלע צדיקים שרפי מעלה בשעתו און אויך די שפעטערדיגע דורות נאך אים האבן געהאט פאר אים די גרעסטע רעספעקט. הגם איך פארשטיי די פוינט, נישט מאכן א באגימען פון די זאך, און אייגענטליך ער האט סך הכל נאר 'מגלה' געווען אז די 6 וואכן זענען מסוגל לתשובה, אבער דאך וואלט איך ערווארטעט מער רעספעקט צו דעם ענין, וכבר ביארתי במאחורי וכו'.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:14 pm#165381
איך האב געלייקט א יעדער איינער דא, סיי די וואס זענען מסכים, סיי די וואס קריטיקירן מיר און סיי די וואס "ריספעקטפול" קריטיקירן מיר, ווייל א יעדער איינער דא האט א פוינט! און ועל כולם זעה איך אז איר האט אלע געכאפט מיין פוינט.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 3:36 pm#165385
אזוי קלוג, אזוי איידל געשניטן. אזוי שיין געלייקט באהבה וענוה, עקסעלענץ, לאגיק, נאבעלקייט הוגה במלואה!
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 4:14 pm#165397
די אשכול דערמאנט מיך א מעשה וואס איך האב בייגעוואוינט פארגאנגענע חול המועד סוכות.

איך בין געווען אין אן אמיאזמענט פארק מיט מיינע קינדער, ושם אתנו איז אויך געווען א סקווערע מיט באצעס (די יאר חולל המועד סוכות!!!) און מיט די גאנצע סקווערע ניין יארד, די שטאלץ און קליינקעפיגקייט איז אים געשטאנען אויפ'ן פנים. פונקט האט דורל געוואקט א גרופע פון די "פאנאטישע" אמיש חברה. דער סקווערעה האט זיך נישט באגעניגט צו סטעירן אויף זיי כאילו עס וואלט געוען פארן, ער האט געפילט פאר וויכטיג צוצוגיין צו איינער פון זיי און פרעגן פארוואס זיי גייען אנגעטון די וועג זיי גייען.

איך האב געמיינט איך זינק איין!
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:12 pm#165406
שוין דא אזא אשכול, וואס רעדט ארום דער נושא
l viewtopic.php?f=33&t=5270 l
דער אשכול רעדט ארום בערך פון דער נושא

א שאד צו צומישן דעם עולם,
גבאים שמעלצט צוזאמען די ביידע אשכולות
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 8:49 pm#165426
דאס וואס ''היימישע אידען'' ווערן אויפגעשוידערט פון העלבראנס'ס מעשים איז א סימן תקווה פאר די אידען הנאמנים למסורת האמת השומרים על פך השמן הטהור, דאס ווייזט אז אפילו אין דעם הארץ פון דער סאטמערער מטורף ליגט נאך אביסעלע פלעינע מענטשליכקייט און שכל, עפעס א אידישע פונק וואס איז נאכנישט פארלאשען געווארען, אז אפילו ער איז אליינס נעבאך אזוי טיף פארזינקען אין די בלאטע פון זיין ברעינוואשינג דאך ווען עס קומט פאר עם אביסעל מער א קיצוני'שער פאל שרייט ארויס זיינע פשוט'ע מענטשליכע אידישע געפילען אז מען טאר דאס נישט צולאזען, און ער הייבט נישט אן מאכען קיין פלפולים של הבל און חסידות של שטות אז אפשר טאקע איז דא א דיוק אין ויואל משה אז מען דארף זיך פירען כמנהג לב טהור, נאר זיין פשוט'ע אריגענעלע געפיל שרייט עם ארויס. אונזער תפקיד איז זעהן מחזק זיין דער ניצוץ עד שתהא שלהבת עולה מאליה, ונצא כולנו מאפילה לאורה בעגלא ובזמן קריב.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:00 pm#165429
הוגה.... אן עצה האסטו אויך? וואו גיימיר?
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:45 pm#165435
קאווע טרינקער האט געשריבן:הוגה.... אן עצה האסטו אויך? וואו גיימיר?


רופן סאשעל סערוויסעס...
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:46 pm#165436
זיי קענען צוריק דרייען די זייגער?
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:47 pm#165437
אויף להבא.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:15 pm#165443
לעיקוואד דיינע ווערטער זענען נוקב והולך. כאטש ס'געשריבן הומאריסטיש איז עס אזא אמת און א פינק פון האפענונג אין די בארג פון משוגה'קייט.
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:38 pm#165447
לעיקוואד האט געשריבן:דאס וואס ''היימישע אידען'' ווערן אויפגעשוידערט פון העלבראנס'ס מעשים איז א סימן תקווה פאר די אידען הנאמנים למסורת האמת השומרים על פך השמן הטהור, דאס ווייזט אז אפילו אין דעם הארץ פון דער סאטמערער מטורף ליגט נאך אביסעלע פלעינע מענטשליכקייט און שכל, עפעס א אידישע פונק וואס איז נאכנישט פארלאשען געווארען, אז אפילו ער איז אליינס נעבאך אזוי טיף פארזינקען אין די בלאטע פון זיין ברעינוואשינג דאך ווען עס קומט פאר עם אביסעל מער א קיצוני'שער פאל שרייט ארויס זיינע פשוט'ע מענטשליכע אידישע געפילען אז מען טאר דאס נישט צולאזען, און ער הייבט נישט אן מאכען קיין פלפולים של הבל און חסידות של שטות אז אפשר טאקע איז דא א דיוק אין ויואל משה אז מען דארף זיך פירען כמנהג לב טהור, נאר זיין פשוט'ע אריגענעלע געפיל שרייט עם ארויס. אונזער תפקיד איז זעהן מחזק זיין דער ניצוץ עד שתהא שלהבת עולה מאליה, ונצא כולנו מאפילה לאורה בעגלא ובזמן קריב.


ס'ווינדערט ווי פון יעדע קוק ווינקעל דא בבית ה'קאווע קומט מען צוריק קיין סאטמאר הונגריא
ס'א בחינה ווי מ'זאגט נאך א דרשה אהנע דערמאנען דעם ענין הקנאות איז קיין רעדע

איך זעה דער ציבור דא האלט זיך שטארק צום הוראה
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 10:39 pm#165449
לעיקוואד האט געשריבן:דאס וואס ''היימישע אידען'' ווערן אויפגעשוידערט פון העלבראנס'ס מעשים איז א סימן תקווה פאר די אידען הנאמנים למסורת האמת השומרים על פך השמן הטהור, דאס ווייזט אז אפילו אין דעם הארץ פון דער סאטמערער מטורף ליגט נאך אביסעלע פלעינע מענטשליכקייט און שכל, עפעס א אידישע פונק וואס איז נאכנישט פארלאשען געווארען, אז אפילו ער איז אליינס נעבאך אזוי טיף פארזינקען אין די בלאטע פון זיין ברעינוואשינג דאך ווען עס קומט פאר עם אביסעל מער א קיצוני'שער פאל שרייט ארויס זיינע פשוט'ע מענטשליכע אידישע געפילען אז מען טאר דאס נישט צולאזען, און ער הייבט נישט אן מאכען קיין פלפולים של הבל און חסידות של שטות אז אפשר טאקע איז דא א דיוק אין ויואל משה אז מען דארף זיך פירען כמנהג לב טהור, נאר זיין פשוט'ע אריגענעלע געפיל שרייט עם ארויס. אונזער תפקיד איז זעהן מחזק זיין דער ניצוץ עד שתהא שלהבת עולה מאליה, ונצא כולנו מאפילה לאורה בעגלא ובזמן קריב.


ווילאנג דער ווערטל לויטעט "בעסער פון מיר איז א פרומאק, ערגער איז א שגץ", זעה איך נישט דעם סימן תקוה.
פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 2:22 am#165470
כהוגה ועוד לעצכ"ח

כת "לב טהור - הלברנס" לא הכל שחור ולבן

אתמול שוחחתי לראשונה בחיי עם יהודי מהקהילה הנ"ל
התקשרתי בשביל לקלל אותו ואת רבו בבחינת בא לקלל יצא מברך.
נדהמתי לגלות שמדובר ב"אנשים" כן דיברתי עם בן אדם ולא עם מפלצת לפחות כך ע"פ השיחה שארכה כשעה פלוס
לפי ההתרשמות שלי רוב האנשים שם נמצאים מרצון ממש וכשאני אומר רוב האנשים אני מתכוון ל-99.9 %
בודאי שיש כאלו שנמצאים בניגוד לרצונם אבל לכאורה לא בכפיה או באלימות שפי שמנסים לתאר אותם.
ודבר זה מוכר היטב לכולנו נוסח ה"אנוסים" החרדים.

מדובר בקבוצת אנשים תמימים שאין להם חוץ מד' אמות של הלכה שום קשר עם העולם הזה,
ולכן ומטבע הדברים אין שם אנשים אשר ישמשו להם כדוברים מכיוון שאינם מתבטאים היטב ובודאי שלא בעברית או באנגלית
(באידיש עוד איכשהו הצלחתי לקבל התרשמות חיובית)
וזאת עלי לציין שוב התקשרתי מתוך כעס הכיצד יהודים המתקרים חרדים עושים מעשים שכאלו וקיבלתי תשובות ברורות לכל השאלות
ופה עיקר הבעיה מסתובבים בארץ ובעולם כמה אנשים אשר קולמוסם המחודד בידם ובלשון חלקלקה מצליחים להכפיש קהילה שלמה שעובדת את השם בצורה קצת יותר פרימיטיבית מהחשוכים הפרימיטיבים מבני ברק
והיות ותמימותם לא מאפשר להם להגיב בצורה משכנעת ואין להם דובר עם לשון חלקלקה הציבור שומע רק צד 1

ואבהיר זה ברור גם לי שהם פרימיטיבים ופולחנים לרבם בצורה לא מציאותית
(מה זה מציאות בעיני? אינטרנט, אייפון ועוד דברים שהם שליליים גם בעיני הרבנים שלנו)
יתכן שבעקבות הפרימיטיביות שלהם מישהו נפגע מהם בצורה כזו או אחרת
[ובהזדמנות זו אבקש את סליחתם של כל מי שנפגע ממני בהודעה זו]
אין ספק שאני לא רוצה לגור שם ומקוה שאף אחד מהילדים שלי לא יגיעו לשם,
אבל זה קורה גם אצלינו שאנשים שחושבים אחרת מאיתנו נפגעים מאיתנו עיין ערך "הסוררת" ועוד
לסיכום ברור לי שיש פה 2 צדדים למטבע 
אבל ברור לי גם שהכוס לא לגמרי ריקה ומי יחפש את החצי המלאה ימצא את זה.

נ.ב. יש להם קו שבו ניתן לשמוע שיעורים של הרב הלברנס וניתן להתרשם מהצד השני שמס' 018-1-718-55-77777
לדעתי מהסיבות שפירטתי לעיל השיעורים לא מועברים בצורה הכי משכנעת אבל זה מספיק טוב למי שבאמת מחפש את האמת.
ושוב סליחה אם פגעתי במישהו לא זאת הייתה כוונתי...


די גענויע חילוק פון דא און דארט איז לאו דווקא אזוי קלאר...
פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 2:47 am#165471
צ"ל כהוגה ועוד לבח"ח
פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 9:07 am#165480
קאווע טרינקער האט געשריבן:כהוגה ועוד לעצכ"ח...


איך מוז קלאר שטעלן אז איך פרוביר בכלל נישט פארטיידיגן לב טהור. איך ווייס בכלל נישט וואס דארט קומט פאר אויסער פון שמועות. איך האב ס"ה געטון וואס די תורה פארלאנגט און געמאכט א חשבון הנפש עצמי.
פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:12 pm#165525
איך האב ס"ה געטון וואס די תורה פארלאנגט און געמאכט א חשבון הנפש עצמי.


:lol: :lol: :lol: :lol:
פרייטאג נאוועמבער 29, 2013 1:15 pm#165527
מ'קען עס נישט אנרופן א חשבון נפש עצמי. אויב וואסלט עס אראפגעשריבן ביי דיר אין שטוב אויף א פאפיר ווען דו ווייסט אז ס'גייט נישט אראפפאלן "לייקס" פון דאך , וואלט דע ריזאלטס פונעם חשבון נפש עצמי אויסגעקוקט גאר אנדערש מיין פריינד...

אזוי סוספעקטיר איך.
מוצ"ש פעברואר 08, 2014 11:33 pm#182301
דורכבלעטערענדיג די עמי מאגאזין די וואך איז מיין אויגן געפאלען אויף אן ארטיקל ווי א יוד פארציילט וויאזוי ער האט סוקסעספול ארויסגעראטעוועט זיינע ברודערס קינדער פון אנקומען אין די העלבראנץ קולט נאבדעם וואס זיין ברודער אליין איז פארכאפט געווארן דארט. (ער שרייבט נישט קלאר ארויס אז ער רעדט פון די העלבראנץ קולט, אבער פון צווישן די שורות איז עס זייער קלאר) די ארטיקל איז גאנץ אינטערסאנט און היפש עמאשינעל. צום סוף ברענגט דדי שרייבער פון די Cult Awareness and Information Library א ליסטע פון אפאר חילוקים וואס דארף צו זיין צווישן א קולט און א רעליגיע. נאך יעדע פון די זיבן האב איך זיך נישט געקענט העלפן נאר אליין זיך געפרעגט "וואס איז די חילוק?" ווייל אין די "רעליגיע" פון ווי אונז קומען איז עס ממש די זעלבע.
פאלגענד איז די ליסטע.

1. קולט פירערס זאגן אז זיי האבן א ספעציעלע עקסקלוסיוו באהאלטענע באווייזונגען אדער אוטאריטעט וואס גאט געבט זיי

און איך טראכט צו מיך: מה שאין כן אונזערע רבי'ס?

2. זיי נוצן אימטימידעישען אדער פסיכילאגישע מאניפאלאציע צו האלטן דעם עולם אין די ראמען און פאלגן. דאס קען זיין דורך ווארענען וועגן שרעקליכע צרות וואס קען קומען אויב מ'פאלגט נישט די פירער (קפידא בלע"ז), אדער צו ווערן פארשעמט (שאאנד) ביי די פאמיליע אד"ג

אין איך טראכט צו מיך: דער שרייבער וויל שרייבן חילוקים צווישן א קולט און א רעליגיע אדער גאר שרייבט ער מיט וואס זיי זענען אייניג?


3. מ'לייגט א שטארקע דגוש אויף געטרייקיט צו די גרופע

4. דגוש אויף טאטאלע קאנטראל אויף כמעט יעדע אספעקט פון די פריוואטע לעבן פון די מענטשן. די קאנטראל קען זיין דיירעקט דורך לעבן צוזאמען אדער דורך כסדר'דיגע לערנונגען "וויאזוי צו זיין א גוטע (קולט מיטגליד\חסיד...)"

און איך טראכט צו מיך: למשל זאגן מיט וועם און ווען דו קענסט זיך משדך זיין; אויספילן אינטערנעט צעטליך; וואסערע נאמען דו זאלסט געבן פאר דיין קינד; ענד די ליסט גאוס אן ענד אן...

5. גרופ מעמבערס זענען פארבאטן צו טראכטן אנדערש ווי די גרופ

און איך טראכט צו מיך: איך טראכט נאך?

6. באציאונגען צווישן פריינד, קרובים עלטערין און קינדער ווערן צוריסן אדער שטארק אפגעשוואכט
און איך טראכט צו מיך: יא, יא...

7. זיי באשאפן א "אונז אנטקעגן זיי מאטליטעט" יעדע זאך קוקט מען אן מיט די אויגן פון אונז אנטקעגן זיי. די זיי איז די גאנצע דרויסענדיגע וועלט. מ'האלט און איין ווייזן מיט וואס אונז זענען בעסער ווי זיי

און איך טראכט צו מיך: למשל אונזער רבי איז בעסער\הייליגער ווי דיין...

דאס אלעס האט מיך דערמאנט פון די דאזיגע אשכול און די פראגע וואס דער פותח פרעגט "מיט וואס זענען אונז אנדערש", ווערט אצינד פיל שטערקער און שרעקעדיגער...
זונטאג פעברואר 09, 2014 1:45 am#182313
קען בכלל ארטאדאקסישע אידישקייט אנגיין אן עפעס קולט איינגשאפטן ?
זונטאג פעברואר 09, 2014 2:51 am#182325
"אונזער" ארטאדאקסישע יודישקייט קען נישט...
זונטאג פעברואר 09, 2014 4:06 am#182334
די סאציעלע מידיע, מיט וואס זענען מיר אנדערש?
מען צווינגט קליינע קינדער צו עסן
קליינע אומשילדיגע קינדער ווערן טעגליך געצווינגען צו עסן. עלטערן שטיפן אריין די עסן מיט געוואלד צו די קינדער, נאכדעם וואס די העליקאפטער לעפל פאלט אדורך. מען באטריגט זיי מיט געוואלד אז זיי זאלן אויפעסן די גאנצע עסן, אן באדינגט.

מען צווינגט קליינע קינדער צו גיין שלאפן
די פראבלעם שלינגט איין די ״עסן סומעטאכע״. עס איז מיינד בארגלינג ווי עלטערן לייגן שלאפן די קינדער מיט געוואלד, דאס קומט נאכדעם וואס קליינע קינדער ווילן נישט גיין שלאפן ווען עלטערן הייסן זיי, און די עלטערן באפעלן מיט א שטרענגער טאן אז מען ״מוז״ גיין שלאפן, אויב נישט באקומט מען נישט קיין מצוה צעטל, א חוצפה נוראה שאין כדמתו. ריכטיג טשיילד אביוז.

מען צווינגט קליינע קינדער צו גיין אין שולע אדער חדר
די אביוז נעמען נישט קיין עק, יעדן טאג ווערן טויזענטער קליינע קינדער ארויפגעטריבן אויף א בייזע געלע באס, וואס פירט זיי עקשנות׳דיג אין שולע. וואו איז אזא חוצפה דערהערט געווארן? וואו מעג מען צווינגען קליינע קינדער צו גיין אין שולע נגד רצונם? וואו איז פרייהייט? וואו איז יושר?


אט אזוי האבן מיינע אויגן געליינט מיסטער הוגה׳ס קראקעדייל תגובה, וואס פלינדערט מיט האס די ארטאדאקסישער אידנטום, און מאכט זיי פאראלעל מיט העלבראנצ׳ס אינקאוויזציע. הלמאי מען צווינגט אידישע טעכטער צו גיין מיט דיקע שטרימפ אין זימער, מען באקנאקט זיי די ביינער מיט אייזענע פלעכטער, און עס בלייבט נישט מער איבער נאר בלויז מוח באוואשענע קעפ וואס ווערן געצווינגען צו חתונה האבן.

אזא העסליכע תגובה באקומט א אטא ריפליי וואס ליינט זיך: ״אייערע מוח איז איבערגעוואשן געווארן דורך א השכלה׳ישע באוועגונג, ברענוואשד געווארן דורך די באצווינגענע מידיע נעץ, וואס באצווינגען טעגליך מיליאנען מענטשן צו הערן זייערע מיינונג, שיטה, אדער אנאליז. איר טארט נישט טראכטן פרייוויליג, נאר איר מוזט אויסהערן אונזערע מיינונג און טראכטן וויאזוי מיר ווילן״.

אין פובליק שולעס שלאגן נישט די טיטשערס, נאר אנשטאט פליקן זיך די קינדער ביי די קעפ וואס איז גורם א אמבולאנס יעדן ראשון שני וחמישי. די גויים פארמאגן טאקע נישט קיין נעבעכדיגע ארויפגעצווינגענע רבי וואס אנטבלאנגט א חסידות, נאר אנשטאט איז מען אנגעפירקעלט פון יעדן סאציאלע קוואל, נייעס, אדער ליטעראטור, וואס טוט נישט בלויז ״ברענוואשן״ די מוח, נאר עס טוט פארברענען די מוח, און מאכט דערפון אש.

גויים דארפן טאקע נישט גיין מיט א ארויפגעצווינגענע דיקן שטרימפ אין די זימער (אזויווי די באשעפער האט באפוילן) נאר מען מעג גיין בורפעס כחיות השדה, און זיין אויסגעשטעלט צו א גייסט פון זנות, הפקרות, והוללת פונקט ווי א אקס אין שטאל וואס איז שטרימפלאז.
זונטאג פעברואר 09, 2014 9:41 am#182342
איש אשכולות,

האסט געשריבען גענוג מחזק צו זיין נומער זיבען, צו ווייזען אז אונז זענען אויך א קולט.....

ווער נישט צויאבעוועט, סך הכל פרעגט ער אפ א שטיקעל עמי מאגאזין, ואת"ל אז לויט די זיבען כללים וואס דער שרייבער האט גענאשט פין די פארשאלטענע מופקרים גוים מושחתים רוצחים, מיינט עס נאר אז אונז זענען א קולט לויט די גוים, און נישט אז אונז זענען העלבראנץ באמת.

אדרבה, האסט א חילוק צווישען אונז און העלבראנץ, שרייב עס, אטאקיר נישט ווי א צולאזטע נאר וואס שרייבט פין כעס, און ברענגט ארויס זיין כעס זייער גוט ווייל די קויל האט געטראפען.
זונטאג פעברואר 09, 2014 10:03 am#182347
הנותן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה
בעצם איז דער טאג און די נאכט די זעלבע
וואס מען קען טוהן בייטאג קען מען טוהן ביינאכט, און וואס מען קען טוהן ביינאכט קען מען טוהן בייטאג
אלא מאי וואס איז די נפקא מינה?
ווען איינער שלאפט בייטאג און איז אויף ביינאכט איז ער משוגע
און דער וואס שלאפט ביינאכט און איז אויף בייטאג איז נארמייל

ווער האט דאס מחליט געווען? אפשר פינקט פארקערט?
אפשר איז דאס גאר א ברעין וואשינג פון א געוויסע ארגעניזעישאן? וואס האט באהאלטענע געפארפולע מאטיוון און טוט אזוי דיקטירען די מענטשליכע מוחות די לעצטע איך ווייס נישט וויפיל יאר?

אלא מאי? דער רבונו של עולם האט געגעבן פאר א נארמיילער מענטש די פארשאנדט מבחין צו זיין ווען איז יום און ווען איז לילה, וואס איז נארמייל און וואס נישט
די זעלבע מיט די גאנצע אשכול דא
עס גרוילט מיר בכלל צו ענפערען אויף אז נושא בפרטים, ווייל פינקט ווי איך האב נישט ליב צי אויפווייזען די חילוק צווישען מענטשען און מאנקיס די זעלבע דא צווישען מענטשען און הערלבראנס
זונטאג פעברואר 09, 2014 10:55 am#182360
אפילו די חסידים פון מהר"ם מויזניץ וואס מ'רופט זיי אויך אהן א שטיקל קולט, ווייסט יעדער די חילוק דא ציווישען איהם און העלבראנצע'ן.
זונטאג פעברואר 09, 2014 11:03 am#182364
יא, אמת
אין יעדע סם המוות איז דא מדריגות! יעדע שלאנג וואס בייסט בייסט אנדערשט, איינער מער געפארפול איינער ווייניגער
אבער הצד השוה שבהם "טוב שבנחשים רצוץ את מוחו"
זונטאג פעברואר 09, 2014 11:09 am#182371
טיטאניק האט געשריבן:ווען איינער שלאפט בייטאג און איז אויף ביינאכט איז ער משוגע
און דער וואס שלאפט ביינאכט און איז אויף בייטאג איז נארמייל

ווער האט דאס מחליט געווען? אפשר פינקט פארקערט?
אפשר איז דאס גאר א ברעין וואשינג פון א געוויסע ארגעניזעישאן? וואס האט באהאלטענע געפארפולע מאטיוון און טוט אזוי דיקטירען די מענטשליכע מוחות די לעצטע איך ווייס נישט וויפיל יאר?


די זעלבע מיט די גאנצע אשכול דא
עס גרוילט מיר בכלל צו ענפערען אויף אז נושא בפרטים, ווייל פינקט ווי איך האב נישט ליב צי אויפווייזען די חילוק צווישען מענטשען און מאנקיס די זעלבע דא צווישען מענטשען און הערלבראנס


אטע דאס איז דער כוח פון אן אויפגעקלערטער היפאקריט ב'חדרי ה'קאווע צו נעמען דברים מוסכמים וואס יעדער רעכטדענקענדער מענטש ווייסט להבחין
און דער איבערגעשפיצטער מתחכם קומט מטהר זיין את השרץ בק''נ טעמים
אדער מטמא זיין את הטהור בק''נ
און דער אינאך זוכה צו באקומען אזא הינדערט פופציג לייק'ס ווי גארניש, די ווייטאג איניש אזוי ווייט אויפען כותב וואס לאכט א גיט'ס פון די פערד'ן וואס טאנצען אים נאך
עס טוט נאר וויי צו זעהן די היי לעוועל איי-קיו פון די חכמים בעיניהם וואס שטעלן זיך אין די שורה איינער נאכען צווייטען און שטרעקן די הענטל כצאן לטבח,
צו ווייזען געטריישאפט פאר התחכמות צו ס'מאכט סענס צו ניש,

נ.ב. דער בילד ווי דר'עולם המתחכמים שטרעקט בראווא מיט א קעלבערנע בלינדקייט, האט מיר דערמאנט די קשיא פון ATUB @הוגה ATUB
זונטאג פעברואר 09, 2014 11:18 am#182373
קען זיין אז איך בין נישט געניג קליג אבער איך כאפ נישט און פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די שרייבסט
ואתכם הסליחה
זונטאג פעברואר 09, 2014 11:29 am#182379
טיטאניק האט געשריבן:קען זיין אז איך בין נישט געניג קליג אבער איך כאפ נישט און פארשטיי נישט קיין איין ווארט וואס די שרייבסט
ואתכם הסליחה

ס'בלויז געווען דברי הסכמה צו דיין משל מיטן שכוי, און שלאפען ביינאכט און אויפזיין אינדערפרי
זונטאג פעברואר 09, 2014 12:00 pm#182385
איש אשכולות, כ'האב אריינגעקלערט און געזען אז ביסט 100% גערעכט! א טאטע און מאמע וועלכע מאכן זיכער אז זייער קינד עסט און שלאפט געהעריג איז פונקט די זעלבע ווי דער "וועד" פון דריי ליידיגייערס וועלכע זיצן בכובד ראש מחליט צו זיין אויב די שטרימפ וואס אשה פלונית גייט איז גענוג הייליג און אויב דאס "האט דער באשעפער באפוילן". און מאכן זיכער אז א קינד גייט אין שולע איז פונקט די זעלבע ווי א רבי וואס איז מחליט וועלכע גלעזער מעגן זיינע חסידים\קולט מעמבערס יא אדער נישט גיין.
אגב, דיין סטייל וויאזוי דו דיפענסט אונזער קולט איז זייערק ענדליך צו די סטייל וואס איש עברי דיפענט זיין...

וויאזי זאגט טיטאניק "הנותן לשכוי בינה להבחין בין יום ובין לילה" (אנטשולדיגט, טיטאניק, איך האב איבער געליינט דיין תגובה דריי מאל און איך האב נישט פארשטאנען וואס דו ברענגסט ארויס, איך נעם ריספאנסעבליטי אויף דעם - מסתמא האב איך נישט גענוג ערליך געזאגט די ברכה היינט)
זונטאג פעברואר 09, 2014 12:10 pm#182389
די וואס היטען די מחנה ישראל מזוהמת הגוי האבען עני טיים די זעלבע זכות צו לעבן ווי א טאטע מאמע וואס געבן די נויטיגע געברויך פאר זייער קינד

ווילסט אויסקוקען ווי דעי??
איש אשכולות האט געשריבן:
גויים דארפן טאקע נישט גיין מיט א ארויפגעצווינגענע דיקן שטרימפ אין די זימער (אזויווי די באשעפער האט באפוילן) נאר מען מעג גיין בורפעס כחיות השדה, און זיין אויסגעשטעלט צו א גייסט פון זנות, הפקרות, והוללת פונקט ווי א אקס אין שטאל וואס איז שטרימפלאז.
זונטאג פעברואר 09, 2014 12:25 pm#182394
די סיבה פארוואס דו האסט נישט פארשטאנען די המשל פון הנותן שכוי בינה איז וויבאלד עמיצער האט ארויסגעשניטן די ברכה פון חונן לאדם דעת פון דיין סידור.

און דאס איז די סיבה פארוואס דו האסט אפגעלערנט מיין תגובה אזויווי יענער וואס האט נאך די מוסר דרשה זיך פארגענעמען צו טרינקען קאלע סאדע נאך טשולענט..

אנטון ״שטרימפ״ איז איינער פון די יסודות הבריאה פונקט ווי אש מים רוח עפר. צניעות איז מטבע הבריאה אבער נגד הטבע של בהמות. זייענדיג מגושם אויף א אויסגעלאסענע באדן איז א דירעקטע תוצאה פון די אומבאקאנטשאפט פון די קורת ההיסטורי. אז אפילו א גוי וואס איז געגאנגען אויסגעלאסן נעבן טייך איז ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ. דאס איז געוווען אין די נישט ווייטע פארגאנגעהייט. און ליידער האט די דאזיגער פארגאנגעהייט באוויזן צו פראגרעמירן אין די מוחות, אז ווען איינער זאגט אז ״בורפעס״ איז קעגן די טבעי הבריאה, אדער רעדט איבער צניעות וואס איז געווען שטארק אלע יארן ביי אידן און להבדיל גוים צוגלייך. האט עס באוויזן צו אלעמירן די קעלבער מוחות און שרייען: ״זאגט אונז נישט וויאזוי צו גיין, אדער ווי דיק די שטרימפ דארף זיין״. מען מושט צוזאם א חרוסת פון צניעות און מנהגים איבער צניעות.

ודי למבין.
זונטאג פעברואר 09, 2014 7:40 pm#182502
לדעתי לדעתי מאכט מען א גרויסע טעות מיט לאזען דער רעגירונג אין קאנאדע זיך אריין מישען אין לב טהור פאר איין סיבה.

צו אונז זענען טאקע אנדרעש פין העלבראנץ איז א שיינער דיבעיט, אבער דער גוי האלט אז אונז זענען דער זעלבער, דארך לאזען דער רעגירונג דאס טוהן אהן קיין גרויסע מניעות, האבען מיר אריין געלאזט דער רעגירונג אין אונזערע ביזנעס, עוד מעט און זיי וועלען זיך נעמען צו אונזערע ביינער.
זונטאג פעברואר 09, 2014 7:44 pm#182503
ודי למבין האט געשריבן:דורכבלעטערענדיג די עמי מאגאזין די וואך איז מיין אויגן געפאלען אויף אן ארטיקל ווי א יוד פארציילט וויאזוי ער האט סוקסעספול ארויסגעראטעוועט זיינע ברודערס קינדער פון אנקומען אין די העלבראנץ קולט נאבדעם וואס זיין ברודער אליין איז פארכאפט געווארן דארט. (ער שרייבט נישט קלאר ארויס אז ער רעדט פון די העלבראנץ קולט, אבער פון צווישן די שורות איז עס זייער קלאר)

ער שרייבט אבער אפאר מאל אינעם ארטיקל אז מ'האט פארהאנדלט מיט די קאנאדישע רעגירונג - זעסטו אז ער רעדט פון לב טהור קולט
זונטאג פעברואר 09, 2014 10:02 pm#182544
שלום עליכם טייערע אידן
א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, א לאנגע צייט געווען זייער בייז און גערעגט
אבער נאכן זעהן אז מען האט אביסל געטוישט דעם צוגאנג צו דעם כת, און די גאנצע בליק איבער די באנדיטען האט זיך אויסגעקלארט אויף די ריכטיגע אספקלריא
און נאכן האבן די געלעגנהייט צו הערן גוטע נייעס "דברי האמת" פון די "כת לב לא טהור" האבן מיר באשלאסן צוריק צו שארפן די פענע
און צוריק קומען און ווידער זיך נעמען צו די ארבעט מיט א פרישקייט

מנשה לעבט נאך?
זונטאג פעברואר 09, 2014 10:07 pm#182545
איחוד פעלד האט געשריבן:לדעתי לדעתי מאכט מען א גרויסע טעות מיט לאזען דער רעגירונג אין קאנאדע זיך אריין מישען אין לב טהור פאר איין סיבה.

צו אונז זענען טאקע אנדרעש פין העלבראנץ איז א שיינער דיבעיט, אבער דער גוי האלט אז אונז זענען דער זעלבער, דארך לאזען דער רעגירונג דאס טוהן אהן קיין גרויסע מניעות, האבען מיר אריין געלאזט דער רעגירונג אין אונזערע ביזנעס, עוד מעט און זיי וועלען זיך נעמען צו אונזערע ביינער.

לויטער הבלים. אויב מען לאזט די רעגירונג ארעסטירן מאלעסטערס מיינט עס זיי גייען באלד ארעסטירן יעדע פרומע איד?
זונטאג פעברואר 09, 2014 10:45 pm#182554
איחוד פעלד האט געשריבן:לדעתי לדעתי מאכט מען א גרויסע טעות מיט לאזען דער רעגירונג אין קאנאדע זיך אריין מישען אין לב טהור פאר איין סיבה.

צו אונז זענען טאקע אנדרעש פין העלבראנץ איז א שיינער דיבעיט, אבער דער גוי האלט אז אונז זענען דער זעלבער, דארך לאזען דער רעגירונג דאס טוהן אהן קיין גרויסע מניעות, האבען מיר אריין געלאזט דער רעגירונג אין אונזערע ביזנעס, עוד מעט און זיי וועלען זיך נעמען צו אונזערע ביינער.

ר' איחוד פעלד: האב נישט אזוי שטארק מורא אז זיי וועלן זיך נעמען צו אונזערע ביינער. דו וועסט אליינס מודה זיין אז די הנהגה פון די העלבראנס קולט האט גארנישט צו טון מיט די מנהגים אדער הלכות פון צניעות אדער אידישקייט. און דער גוי זעהט אויכעט דעם חילוק. סיי וועלכע גרופע ס'וועט זיך נעמען פיהרן אויף דעים וועיג שלא מן הישוב, וועט דאס ציען די אויפמעקזאמקייט פון די ארומיגע. קיינער וואוינט נישט אין קיין מדבר. :roll: 8-) :? :x :P :oops: :cry: :o
מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:50 am#182601
איש אשכולות האט געשריבן:די סיבה פארוואס דו האסט נישט פארשטאנען די המשל פון הנותן שכוי בינה איז וויבאלד עמיצער האט ארויסגעשניטן די ברכה פון חונן לאדם דעת פון דיין סידור.

און דאס איז די סיבה פארוואס דו האסט אפגעלערנט מיין תגובה אזויווי יענער וואס האט נאך די מוסר דרשה זיך פארגענעמען צו טרינקען קאלע סאדע נאך טשולענט..

אנטון ״שטרימפ״ איז איינער פון די יסודות הבריאה פונקט ווי אש מים רוח עפר. צניעות איז מטבע הבריאה אבער נגד הטבע של בהמות. זייענדיג מגושם אויף א אויסגעלאסענע באדן איז א דירעקטע תוצאה פון די אומבאקאנטשאפט פון די קורת ההיסטורי. אז אפילו א גוי וואס איז געגאנגען אויסגעלאסן נעבן טייך איז ארעסטירט געווארן אויפן פלאץ. דאס איז געוווען אין די נישט ווייטע פארגאנגעהייט. און ליידער האט די דאזיגער פארגאנגעהייט באוויזן צו פראגרעמירן אין די מוחות, אז ווען איינער זאגט אז ״בורפעס״ איז קעגן די טבעי הבריאה, אדער רעדט איבער צניעות וואס איז געווען שטארק אלע יארן ביי אידן און להבדיל גוים צוגלייך. האט עס באוויזן צו אלעמירן די קעלבער מוחות און שרייען: ״זאגט אונז נישט וויאזוי צו גיין, אדער ווי דיק די שטרימפ דארף זיין״. מען מושט צוזאם א חרוסת פון צניעות און מנהגים איבער צניעות.

ודי למבין.

אינטרעסאנט אין משנה ברורה איז דא הלכות אויף פלעצער וואו נשים גייען אן שטרימפ אז עס הייסט נישט קיין ערוה
מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:24 am#182606
berlbalaguleh האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:לדעתי לדעתי מאכט מען א גרויסע טעות מיט לאזען דער רעגירונג אין קאנאדע זיך אריין מישען אין לב טהור פאר איין סיבה.

צו אונז זענען טאקע אנדרעש פין העלבראנץ איז א שיינער דיבעיט, אבער דער גוי האלט אז אונז זענען דער זעלבער, דארך לאזען דער רעגירונג דאס טוהן אהן קיין גרויסע מניעות, האבען מיר אריין געלאזט דער רעגירונג אין אונזערע ביזנעס, עוד מעט און זיי וועלען זיך נעמען צו אונזערע ביינער.

ר' איחוד פעלד: האב נישט אזוי שטארק מורא אז זיי וועלן זיך נעמען צו אונזערע ביינער. דו וועסט אליינס מודה זיין אז די הנהגה פון די העלבראנס קולט האט גארנישט צו טון מיט די מנהגים אדער הלכות פון צניעות אדער אידישקייט. און דער גוי זעהט אויכעט דעם חילוק. סיי וועלכע גרופע ס'וועט זיך נעמען פיהרן אויף דעים וועיג שלא מן הישוב, וועט דאס ציען די אויפמעקזאמקייט פון די ארומיגע. קיינער וואוינט נישט אין קיין מדבר. :roll: 8-) :? :x :P :oops: :cry: :o



פארוואס לייגסטו אריין אזויפיל פענעמיר נאך דיין תגובה? האסט עס ליב? ווען די רעדסט מיט מענטשען מאכסטו אויך די אלע ערליי פאקסען?

ואם לחשך אדם לומר מאי שנא ממאלעסטערס?

אין הכי נמי, מען וואלט דארט אויך נישט באדארפט, נאר היות רבנים און עסקנים טוהן נישט וואס זיי דארפען מיט די שקצים, איז עס א סכנה און מען מוז.

ועוד והוא העיקר, דא הייבט מען אהן א נייע סארט אריינמישעכץ אין אונזערע ביזנעס.
און צו דיין עיקר נקודה, האסט אביסעל צופיל בטחון אין דער גוי. עס איז דא א סיבה פאר מסירה, וזהו העיקר אז ווען דער גוי מישט זיך וועט ער זיך מישען אין אלעס.

כל זמן עס איז נישט קיין סכנה, טאר מען דאס נישט צולאזען.
מאנטאג פעברואר 10, 2014 6:57 pm#182729
אכשיר דרא האט געשריבן:שלום עליכם טייערע אידן
א לאנגע צייט נישט געשריבן דא, א לאנגע צייט געווען זייער בייז און גערעגט
אבער נאכן זעהן אז מען האט אביסל געטוישט דעם צוגאנג צו דעם כת, און די גאנצע בליק איבער די באנדיטען האט זיך אויסגעקלארט אויף די ריכטיגע אספקלריא
און נאכן האבן די געלעגנהייט צו הערן גוטע נייעס "דברי האמת" פון די "כת לב לא טהור" האבן מיר באשלאסן צוריק צו שארפן די פענע
און צוריק קומען און ווידער זיך נעמען צו די ארבעט מיט א פרישקייט
מנשה לעבט נאך?

ר' אכשיר דרא שליט"א: דו ביסט אזוי ווי חוני המעגל (אדער קוני המעגל). אפשר פרעיגסטו דיך נאך אויב דער מיטלער בעלזער רב לעיבט נאך? אין וועלכן כולל דער סיגעטער אייניקל, דער זון פון קדושת יו"ט לערנט? כ'הער מ'האט איהם אויפגענומען אין ארשיווע אלס מרא דאתרא. דער בעל מנחת אלעזר האט חתונה געמאכט זיין אויסגעבעטענע בת יחידה. ס'געוועהן א הערליכע חתונה. צייטונג שרייבערס פון די גאנצע וועלט, אפילו פון אמעריקע זענען געקומען. :lol: :lol: :lol: 8-) :? :roll: :x :P :oops: :o
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 8:39 pm#193165
א איד שרייבט א בריוו צו די משפחה מאגאזין, אויפן זעלבע סגנון. עס איז שווער צו ליינען אבער עס לוינט.

קרעדיט: ATUB @ודי למבין ATUB
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:02 pm#193177
גראדע האב איך געהאלטן אז די letter from the editor איז גאנץ גאטסי.
ער ברענגט ארויף די זעלבע שאלה ווי הוגה, זענען מיר דען נישט עקסטרעם.
דאנערשטאג מערץ 27, 2014 10:20 pm#193181
איך האב אויך אזוי געהאלטן, נאר דער ברענגט עס בעסער ארויס. אדרבא, אויב האט איר די ווארט פונעם עדעטאר שטעלט עס דא ארויף.