Re: נייעס פון סטאק מארקעט
עס האט אסאך צו טון, און כ'האב נישט קיין כח עס אויסצושרייבן דא אין אלע דיטעילס.
למען האמת האב איך נישט א קלארע פארשטאנד אין באנדס / רעיטס.
אבער אפאר נקודות ממש אין קורצן;
קודם כל הויעכע רעיטס איז נישט גוט פאר סטאקס בכלל, אבער נאך ערגער פאר Growth / tech סטאקס.
- ווען רעיטס זענען אויסטערליש נידעריג טוט דאס בארעכטיגן העכערע פרייזן פאר סטאקס - ספעציעל Growth - ווייל אינוועסטארס האבן נישט קיין אלטערנאטיוו ווי אריינצושטעקן זייער געלט חוץ פון סטאקס (האלטן אין קעש איז דאך קיינמאל קיין אפציע, ספעציעל ווען מ'רעכנט זיך אויף אינפלעישן)
- דאס איז מער קאמפליצירט; ווען רעיטס גייען ארויף ווייל מ'רעכנט זיך אויף Inflation (און נישט ווייל מ'רעכנט זיך אויף Higher real growth אין די עקאנאמיע) טוט דאס האבן א נעגאטיווע אפעקט אויף די קעשפלאו / מארג'ין פון קאמפאניס (אויף וואס Growth סטאקס זענען די מערסטע אנגעוואנדן)
[- רוב Growth סטאקס זענען נאכנישט פראפיטעבל, און דערלייגן נאך יערליך, זיי דארפן צוקומען כסדר צו פרישע געלטער (דאס איז די איידיע פון הויעך וואקסענדע סטאקס, אז די אינוועסטאר קוקט אויף די פאטענציאל אין די עתיד און קימערט זיך נישט אויף די יעצטיגע פארדינסטן - אזוי ווי עמעזאן די לעצטע 20 יאר), ממילא מיט העכערע רעיטס איז טייערער / שווערער פאר זיי צו בארגן געלט.]
דאס זענען בלויז אפאר קליינע נקודות עס איז ברייטער און טיפער פון דעם (און נישט אלעס פארשטיי איך), דא האט איר א ווידיאו פון פראפעסאר Aswath Damodaran וואס צולייגט עס מער (כאטש ער פאקוסירט מער אויף סטאקס בכלל לאו דוקא Growth) <a class="postlink" href="https://youtu.be/AcQ0UlSzohA">https://youtu.be/AcQ0UlSzohA</a> אבער מ'דארף האבן א בעיסיק פארשטאנד אין די נושא.
-----------------------------------------------
דרך אגב קען מען זען א חילוק צווישן טראמפ און ביידען, חוץ וואס טראמפ האט אלס קלארגעשטעלט אז ער וועט טוען וואס עס פעלט זיך אויס צו האלטן די עקאנאמיע און די מארקעט אויף א ראלל, און ווען די מארקעט האט זיך גענומען שאקלען האט ער בארואיגט אינוועסטארס, האבן אינוועסטארס געהאט צוטרוי אין זיין אדמיניסטראציע און געגלייבט די 'פעד' (ווי למשל פונקט א יאר צוריק ביים קראך), יעצט אינטער ביידען גלייבט קיינער נישט !
'פעד טשעיר' פאווועל און 'טרעזשורי סעקרעטערי' יעלען האבן שוין עטליכע מאל אין די לעצטע וואכן קלארגעשטעלט אז זיי גייען (פרובירן) צו האלטן די ראטעס נידריג און בעיקר אז זיי זעען נישט אינפלאציע גיין הויעך, אבער די עולם האט עס פשוט נישט אפגעקויפט.