מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 1:32 am#170406
אגב, עס געפעלט מיר די אבזערוואציע אז שווארצע דיסקרימינירט מען ווייניגער ווי פרויען, והא ראיה אז מ'האט שוין געהאט א שווארצע פרעזידענט און נישט א פרוי. מ'קען מיינען אז מ'האט שוין געהאט זיבן שווארצע פרעזידענטן דורכאויס די גאנצע היסטאריע און נאך נישט קיין איין פרוי. פאקטיש איז פאריגע מאל געלאפן א שווארצער קעגן א פרוי (וואס האט אין אנהויב אנגעצויגן אסאך בעסער ווי אים) און דער שווארצער האט איר געווינען, עס וואלט פונקט אזוי געקענט זיין פארקערט און דו זאלסט זאגן אז פרויען דיסקרימינירט מען מער ווי שווארצע. איינער מוז דאך זיין ערשט, ניין?
(און פארוואס מיינסטו האט הילערי פארלוירן צו אבאמא אויב נישט ווייל אפילו שווארצע מענער זענען מער טויגליך ווי ווייסע פרויען
)
(און פארוואס מיינסטו האט הילערי פארלוירן צו אבאמא אויב נישט ווייל אפילו שווארצע מענער זענען מער טויגליך ווי ווייסע פרויען