פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 2:23 am#171091
גד החוזהמהר"ש מבאבוב מיט א אייניקעל ביי די חתונה פון חתנו הרב בן ציון בלום מלונדון.
איינגעמיירעטדאס באבוב׳ע בילד איז כמים קרים על נפש עיפה.
דאס נאטורליכקייט פונעם רעבין געט מיר א boost און מיין נפש.
דאס רעספעקט און די ליבשאפט פונעם זיידען שפיגעלט ארויס פונעם אייניקעלס אויגען.
דאס אייניקעל שטייט secure און א רואיגע self respect איז אויסגעגאסען אויף איהר פנים, שפירענדיג די respect פונעם זיידען, און שפירענדיג ווי שטארק וויכטיג זי איז און איהר זיידעס לעבן.
לבי לבי מיין הארץ בענקט צו זעען אזא experience
וואו נעמט מען אביסעל עכטקייט,
וואו זעעט מען אביסעל אמת׳ע respect
וואו טרעפט מען די מענטשען וואס פארשטייען און זענען מרגיש ערך החיים און ערך האדם.
סאיז שפעט באנאכט איך דמיון אריין און דעם בילד.
איך האב ליידער נישט געהאט די זכייה צו קענען דעם יוד, דארט וואו איך בין אויפגעוואקסען האט מען אויס געלערענט אז דער יוד איז א פלעינע מענטש, גרויס איז ווער סאיז זיך פורש מן החיים, ווער סקען אריינפארען מענטשען אן מורא האבען, ווער סנעמט נישט שיין אויף מענטשען איז גאר א געהויבענע אמת׳ע מענטש,מיט אזעלכע קרעיפ האט מען מיר אנגעפיקעוועט.
איך זיץ און איך בענק צוזעען אביסעל אייגענקייט און ארגענעלקייט.
איך האב ב"ה יא זוכה געווען צו קענען דעם פלעינע מענטש. און טאקע דאס האט מיך געכאפט. אה א מחיה צו קוקן אויף דעם בילד פון מיין הייליגן רבי'ן ר' שלמה. עס בענקט מיר די גוטע צייטן.
